עברית
Library

Likkutei Sichos

Toldos 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

112תולרות

א. אין תחלת הסדרה, שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ואלה תולדות יצחק" און איז מפרש; „יעקב ועשו האמורים בפרשה"א.

זאָגן מפרשים אַז רש"י'ן איז דאָ שווער אין „ואלה תולדות יצחק", ווייל: די פּסוקים וואָס קומען גלייך נאָך דעםב רעדן גאָר וועגן מאורעות וואָס האָבן פּאַסירט ביי יצחק'ן, אָבער ניט וועגן זיינע תולדות — דעריבער זאָגט רש"י אַז פונדעסטוועגן, ווערט מיט „תולדות יצחק" געמיינט [ניט די פּאַסירונגען וואָס שטייען גלייך נאָך דעםג, נאָר] „יעקב ועשו האמורים בפּרשה"ד: כאָטש אַז זיי ווערן דערמאָנט ערשט מיט עטלעכע פּסוקים שפּעטער, וויבאַלד אָבער זיי זיינען „אמורים בפרשה" — אין דער פּרשה, קען זיך באַציען צו זיי דער פּסוק „ואלה תולדות יצחק".

ועפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דיוק לשון רש"י „האמורים בפרשה") און ניט „האמורים למטה" (כלשון הרמב"ן) — ווייל דער לשון „האמורים למטה" פּאַסט אויך אויף אַ זאַך וואָס ווערט געזאָגט אין אַ פּסוק ווייטער אָדער אַפילו אין זעלבן פּסוק. איז דעריבער רש"י מדייק „האמורים בפרשה"ח אַז כאָטש יעקב ועשו זיינען נאָר „אמורים בפרשה" (אין עטלעכע פּסוקים ווייטערח), פונדעסטוועגן ווערן זיי געמיינט מיט „תולדות יצחק".

ב. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:

א) אויפן פּסוק „אלה תולדות יעקב"ז זאָגט רש"י „ואלה של תולדות יעקב, אלה ישוביהם וגלגוליהם כו'".113ווערט דאָך די שאלה; וויבאַלד אַז רש"י נעמט אָן, אַז מיטן וואָרט „תולדות" קענען געמיינט ווערן אויך די מאורעות פון אַ מענטשן (ישוביהם וגלגוליהם), האָט דאָך רש"י געקענט לערנען אַז אויך מיט „תולדות יצחק" ווערן געמיינט זיינע מאורעותג וואָס שטייען בסמיכות צו „ואלה תולדות יצחק"ח. פון וואַנען נעמט ער אַז „תולדות" דאָ מיינט קינדער, וואָס מצד דעם מוז ער לערנען אַז „תולדות יצחק" זיינען עס „יעקב ועשו" וואָס שטייען ערשט שפּעטער?

ב) צו זיין פּירוש אַז די ווערטער „תולדות יצחק" באַציען זיך [ניט צו מאורעות וואָס שטייען גלייך נאָך דעם, נאָר] צו „יעקב ועשו", איז דאָך לכאורה נויטיק צו מעתיק זיין נאָר די ווערטער „תולדות יצחק". פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „ואלה"?

ג) „האמורים בפרשה" — איז עשו געבאָרן געוואָרן פאַר יעקב'ן, האָט דאָך רש"י געדאַרפט שרייבן „עשו ויעקב"ט — פריער עשו און דערנאָך יעקבי. און ווי דער רמב"ןיא (וואָס אויך ער לערנט „תולדות יצחק" אויף יצחק'ס קינדער וואָס ווערן אויסגערעכנט שפּעטער) זאָגט טאַקע דעם לשון „עשו ויעקב". פאַרוואָס שרייבט רש"י „יעקב ועשו"יב?

ג. די ערשטע צוויי קשיות הנ"ל [וואָס רש"י וויל ניט לערנען אַז „תולדות" דאָ מיינט מאורעות, און וואָס ער איז מעתיק אויך דעם וואָרט „ואלה"], האָט מען געקענט לכאורה פאַרענטפערן איינע מיט דער צווייטער — אַז ער איז מעתיק דעם וואָרט „ואלה" דערפאַר וואָס דער וואָרט איז מכריח אַז מיט „תולדות יצחק" ווערט געמיינט זיינע קינדער און ניט די מאורעות זיינע;

דאָס וואָרט „ואלה" (מיט אַ וא"ו — המוסיף) איז „מוסיף על הראשונים"יג. דאָס הייסט, אַז „ואלה תול־114דות יצחק" קומט בהמשך צו „ואלה תולדות ישמעאל" וואָס שטייט פריעריד. קען מען במילא ניט זאָגן אַז „תולדות יצחק" מיינט זיינע מאורעות — וואָרום מיט „תולדות ישמעאל" ווערן דאָך געמיינט ניט זיינע מאורעות, נאָר ווי דער פּסוק אַליין איז מפרש — „בני ישמעאל", מוז מען דעריבער לערנען, אַז אויך „תולדות יצחק" מיינט זיינע קינדערטו.

ד. ס'איז אָבער ניט מובן; דער כלל „ואלה מוסיף על הראשונים" (אַז דאָס שפּעטער־דערציילטע קומט ווי אַ הוספה צו פריער) מיינט דאָך, אַז די ביידע ענינים — דאָס פריערדיקע און דאָס שפּעטערדיקע — האָבן אַן ענלעכקייט צווישן זיך (ווייל אויב די צוויי זאַכן האָבן צווישן זיך ניט קיין גלייכקייט, איז דאָך איינע ניט קיין „הוספה", צוגאָב צו דער אַנדערער, נאָר ס'איז אַ באַזונדער זאַך).

און וויבאַלד אַזוי, איז דאָך אויך לויטן פּירוש אַז „תולדות יצחק" מיינט זיינע קינדער, איז שווער דער לשון „ואלה" (בוא"ו המוסיף) *טז; די „תולדות ישמעאל" זיינען אַלע געווען רשעיםי, אָבער אין די „תולדות יצחק" איז דאָך געווען אויך יעקב וואָס ער איז געווען אַ צדיק? ובפרט לויט'ן סדר בפרש"י, אַז דער ערשטער פון די „תולדות יצחק" — דער נאָענסטער צו די „תולדות ישמעאל" איז יעקב.

אין מדרשיז שטייט, „ולכך תולדת יצחק חסר, להוציא יעקב מכלל הרשעים". אָבער אין דרך הפּשט מוז מען לערנעןיח, אַז דער „ואלה" — ל' רבים — באַציט זיך צו ביידע תולדות, אויך צו יעקב'ן. איז דאָך שווער; וואָס איז דער דמיון צווישן יעקב'ן מיט די בני ישמעאל?

115ואַפילו אויב מען וועט שוין יע אַ געפינען אַ דמיון צווישן זיי — איז דאָך אָבער פאַרשטאַנדיק בפשטות, אַז די עיקר ענלעכקייט צווישן „תולדות יצחק" מיט „תולדות ישמעאל" (וואָס צוליב דעם שטייט „ואלה") איז מצד עשו'ן. ווערט דאָך דערמיט שטאַרקער די דריטע שאלה (דלעיל ס"ב), וואָס אין דעם פּירוש הכתוב „ואלה תולדות יצחק" איז רש"י מקדים יעקב'ן פאַר עשו'ן.

ה. לכאורה קען מען זאָגן, אַז רש"י איז מקדים יעקב'ן מצד דעם וואָס ער איז געווען אַ צדיק. ובדוגמת פּרש"י אויפ'ן פּסוק „את שם את חם ואת יפת"יט — אע"פּ אַז יפת איז געווען דער עלטסטערכ, ווייל „בתחלה אתה דורש את שהוא צדיק"כא.

אין אמת'ן אָבער זעט מען, אַז אַפילו אין יענעם פּסוק גופא רעכנט ער חם פאַר יפת — כאָטש יפת איז חשוב'ער פון חםכב. איז דאָך דערפון געדרונגעןכג, אַז דאָס וואָס שם שטייט פריער, איז עס (ניט דערפאַר וואָס אין דעם פּסוק רעכנט ער זיי כפי סדר חשיבותם, נאָר) מצד אַ טעם מיוחדכד — אָבער בכלל ווערן116מענטשן גערעכנט (אַפילו אין יענעם פּסוק גופא) כסדר תולדותםכה. און דעריבער איז גלייך נאָך שם שטייט חם — וועלכער איז געווען אינגער פון שםכו, בכדי צו שטעלן עכ"פּ חם'ען גלייך נאָך שם — כסדר שנולדוכז.

און וויבאַלד אַז אין רוב ערטער (סיידן וואו עס איז דאָ אַ ספּעציעלער טעם) ווערן מענטשן גערעכנט כפי סדר תולדותם [און ווי מען געפינט בנוגע „תולדות יצחק" גופא — „ובני יצחק עשו וישראל"כח: פריער עשו און דערנאָךכט ישראל (יעקב)ל], איז דאָך דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז אויב אין פּסוק וואָלטן געווען אויסגעטייטשט די תולדות יצחק בפירוש, וואָלט געשטאַנען „ואלה תולדות יצחק עשו ויעקב". און וויבאַלד אַז רש"י איז דאָ כאילו משלים דעם לשון הכתוב — האָט אויך ער געדאַרפט שרייבן „עשו ויעקב".

ו. דעם ביאור בכל הנ"ל וועט מען פאַרשטיין בהקדים דיוק לשון רש"י הנ"ל (סעיף ב') אויפן פּסוק „אלה תולדות יעקב" — „ואלה של תולדות יעקב, אלה ישוביהם וגלגוליהם".

דלכאורה: (א) די ווערטער „אלה תולדות יעקב" שטייען דאָך בפירוש אין פּסוק. האָט ער דאָך געדאַרפט שרייבן אין זיין פּירוש בלויז „אלה ישוביהם וגלגוליהם כו'" — צוליב וואָס שרייבט117רש"י „אלה של תולדות יעקב"? (ב) ווען רש"י חזר'ט עס שוין איבער — פאַרוואָס שרייבט ער (בשינוי מל' הכתוב) „ואלה של תולדות יעקב"?

איז דער ביאור אין דעם, אַז מיט די ווערטער „ואלה של תולדות יעקב", איז רש"י מפרש דעם פּסוק; אַז די תורה דערציילט דאָ [ניט וועגן זאַכן וואָס האָבן פּאַסירט מיט יעקב'ן — וואָס דאַן וואָלט אויסגעקומען אַז „תולדות יעקב" דאָ מיינט מאורעות וכדומה — נאָר] זאַכן „של" וואָס האָבן פּאַסירט מיט „תולדות יעקב" — מיט זיינע קינדער. ווייל דער פּירוש פון „תולדות" אומעטום, אויך דאָ, איז פּשוטו כמשמעולא.

ז. עפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס רש"י איז דאָ מעתיק אויך דאָס וואָרט „ואלה", איז עס [ניט בכדי צו ברענגען אַ ראי' אַז „תולדות יצחק" מיינט זיינע קינדער — וואָרום אויף דעם דאַרף מען כלל קיין ראי' ניטלב — נאָר] בכדי צו מדגיש זיין די צוגעפּאַסטקייט פון דעם וואָרט „ואלה" דאָ, וואָס ווייזט בדרך כלל*32 אַז די שפּעטער־דערציילטע זיינען בדומה צו די פריער־דערציילטעלג:

וואָס איז דער דמיון צווישן „תולדות יצחק" (וואָס מיינען אויך יעקב'ן) מיט די „תולדות ישמעאל"? דאָס באַוואָרנט ער מיט זיין לשון „יעקב ועשו", דורך וועלכן ער דייט אָן, אַז דער דמיון פון „תולדות יצחק" איז (ניט צו די „תולדות ישמעאל", נאָר) צו „תולדות אברהם", וואָס ווערן דערמאָנט אין פּסוק „(ויקברו אותו) יצחק וישמעאל בניו"לד;

כשם ווי ביי אברהם'ען זיינען געווען צוויי זין (וואָס זיינען פאַרבליבן ביי איםלח), און דער עלטערער איז געווען אַ רשעל און דער אינגערער אַ צדיק — אַזוי איז אויך געווען*38) ביי „תולדות יצחק"לז.

118און היות אַז דעם לעצטן מאָל וואו דער פּסוק דערמאָנט אָט־די בני אברהם — און וואָס די פּרשה „ואלה תולדות יצחק" (ואלה בוא"ו המוסיף) קומט בהמשך צו דעם פּסוק — רעכנט ער יצחק'ן (דעם אינגערן און צדיק) פאַר ישמעאל'ן, דעריבער רעכנט רש"י (לויט דעם פּי' ואלה — ענליך) אויך ביי די „תולדות יצחק" יעקב'ן פאַר עשו.

ח. לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן;

א) פאַר דער פּרשה „ואלה תולדות יצחק", רעדט זיך ניט וועגן תולדות אברהם, נאָר וועגן תולדות ישמעאל. איז ווי קען מען* זאָגן (ובפרט בפשוטו של מקרא) אַז „ואלה תולדות יצחק" קומט בהמשך צו דער פּרשה שלפני פני' (תולדות אברהם) און ניט צו דער פּרשה שלפני' (תולדות ישמעאל)?

ב) אַפילו אין דער פּרשה שלפני פני', ווערן יצחק וישמעאל דערמאָנט בלויז דרך אגב, אַז זיי האָבן מקבר געווען אברהם'ען — אָבער ניט אַז דאָרט ווערן גערעכנט די „תולדות אברהם". איז ווי קען מען דאָס זאָגן, אַז „ואלה תולדות יצחק" — וואו עס קומט דער עיקר הסיפּור וועגן „תולדות יצחק" — קומט בהמשך צו „יצחק וישמעאל בניו", וואָס זיי ווערן דאָרט בלויז דערמאָנט און דאָס אויך בלויז דרך אגב?

איז דער ביאור אין דעם; מען געפינט בכמה מקומות, אַז צוויי פּסוקים (ועד"ז פּרשיות) וואָס הויבן זיך ביידע אָן מיט אַ וא"ו, קומען ביידע בהמשך צום פּסוק (אָדער פּרשה) וואָס פאַר זיי ביידן88).

אין אַנדערע ווערטער; די ביידע פּסוקים (פּרשיות) צוזאַמען זיינען אַ ביאור אויפ'ן פּסוק (פּרשה) שלפניהם.

און אַזוי איז עס אויך בנדו"ד, אַז די פּרשה „ואלה תולדות יצחק" צוזאַמען מיט דער פריערדיקער פּרשה „ואלה תולדות ישמעאל" וואָס אויך זי הויבט זיך אָן מיט „ואלה" (בוא"ו), קומען ביידע בהמשך צו אַ פּרשה וואָס פאַר זיי ביידן — די פּרשה „ויוסף אברהם ויקח אשה גו'"לט, וכדלקמן.

ט. דער תכלית פון נשואין איז — להוליד תולדותמ. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער תוכן און דער אויספיר פון פּרשת „ויוסף אברהם", באַשטייט אין די תולדות פון אברהםען און אַז דער פּסוק „ויוסף אברהם ויקח אשה" איז נאָר אַ הקדמה צו „ותלד לו"מא.

119לויט דעם פאַרשטייט מען, אַז אויך „יצחק וישמעאל בניו" וואָס ווערן דערמאָנט אין דער פּרשה פון „ויוסף אברהם", איז נוגע [ניט בלויז צו „ויקברו אותו", נאָר אויך] צום תוכן פון דער פּרשה, צו תולדות אברהם.

און דער המשך הפּרשה איז; בתחלת הפּרשה רעכנט ער אויס די בני קטורה וואָס אברהם האָט געבאָרן נאָך ישמעאל און יצחק; דערנאָך טיילט ער אָפּ די „בני הפּלגשים" (וואָס אין זיי איז נכלל אויך ישמעאלמב) פון יצחק'ן — אַז זיי אַלעמען האָט אברהם אַוועקגעשיקט פון זיך „מעל יצהק בנו"מג; און גלייך נאָך דעם איז ער ממשיך, אַז אעפּ"כ איז אויך ישמעאל פאַרבליבן ביי אברהם'ען (ווייל ער האָט זיך שפּעטער צוריקגעקערט צו אים) — „ויקברו אותו יצחק וישמעאל בניו" (אָבער פונדעסטוועגן איז ער אויך דאַן ניט גלייך צו יצחק'ן — „ויברך אלקים את יצחק בנו"מד).

ובהמשך צו די צוויי סוגים אין תולדות אברהם פון יענער פּרשה [די בני קטורה וועלכע אברהם האָט פון זיך אַוועקגעשיקט אויף שטענדיק, און יצחק וישמעאל וועלכע זיינען בסוף ימיו פון אברהם'ען געווען מיט אים] — קומען די צוויי פּרשיות „ואלה תולדות ישמעאל" און „ואלה תולדות יצחק": די „תולדות ישמעאל" וועלכע זיינען אַלע געווען רשעים, זיינען בדומה צו די בני קטורה; און די „תולדות יצחק — יעקב ועשו", זיינען בדומה צו „יצחק וישמעאל", כנ"ל ס"ז.

י. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; אמת טאַקע, אַז בכדי צו מדמה זיין דעם סדר פון תולדות יצחק צו תולדות אברהם דאַרף מען מקדים זיין יעקב'ן פאַר עשו'ן — ווי אַזוי קען מען אים אָבער מקדים זיין? עשו איז דאָך געבאָרן געוואָרן פאַר יעקב'ן, און דער סדר אומעטום איז צו רעכענען די תולדות לויט זייער עלטער (וכנ"ל סעיף ה') — איז ווי קען מען זאָגן „תולדות יצחק, יעקב ועשו"?

120איז דאָס אין אמת'ן קיין קשיא ניט; רש"י אַליין ברענגט ווייטערמה אַ „מדרש אגדה"מח וואָס דרש'נט דעם פּסוק „לפי פּשוטו", אַז „יעקב נוצר מטיפה ראשונה ועשו מן השני'". ד.ה. אַז בלויז ווען רבקה האָט זיי געבאָרן איז עשו געווען פריער, אָבער ביי דער יצירה איז יעקב געווען דער בכור, און ווי רש"י זאָגט „צא ולמד משפופרת" אַז „יעקב נוצר ראשונה".

און דעריבער, אין אונזער פּסוק וואו עס רעדט זיך וועגן „תולדות יצחק", קען מען שטעלן יעקב'ן פריער, ווייל אין יצירה — וואָס קומט פון פאָטער (יצחק), איז יעקב נוצר ראשונה.

נאָר צוליב דעם אַליין וואָלט נאָך רש"י ניט מקדים געווען יעקב'ן, ווייל אין פּסוק שטייט דאָך „תולדות יצחק" — און אין לידה, איז עשו געווען דער ערשטעריב; דאָס וואָס יעקב נוצר מטיפה ראשונה איז בלויז אַ נתינת מקום, אַז מ'זאָל אים קענען מקדים זיין, אָבער ניט אַז צוליב דעם זאָל מען זיין מוכרח אים שרייבן פריער. נאָר דער טעם פון רש"י צו זאָגן „יעקב ועשו" איז כנ"ל, בכדי צו מדגיש זיין דעם וא"ו פון „ואלה".

יא. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין פּירוש רש"י דידן —

ווי דערמאָנט פריער (סעיף א' וב'), איז אין רמב"ן שטייט „עשו ויעקב האמורים למטה", און אין רש"י שטייט „יעקב ועשו האמורים בפרשה". איז די צוויי חילוקים — זיינען תלוי זה בזה;

ס'איז ידועמז בנוגע צו דעם וואָס אין לידה איז געווען עשו דער בכור און אין יצירה איז יעקב געקומען פריער און געווען דער בכור, אַז יעקב און עשו זיינען אויך מרמז אויפן יצר טוב און יצה"ר. איז אין דער לידה — התגלות, קומטמח דער יצה"ר פריער, און אין דער יצירה — שרש — איז דער יצר טוב פריער.

און אַזוי איז עס אויך בנוגע דעם שרש פון יעקב ועשו — ווי ערקלערט אין קבלה און חסידות — אַז דאָס איז תהו און תיקון, איז אין השתלשלות — גילוי, איז תהו קדם לתיקון, אָבער (בשורש און) אין דער כוונה פּנימית וואָס העכער פון השתלשלות — איז תיקון קדםמט.

און דעריבער, בעת מען רעדט וועגן „למטה", אין וועלט, איז מען מקדים עשו'ן (וכלשון הרמב"ן60)). בשעת מען רעדט אָבער וועגן „בפרשה", ווי ס'איז אין (און מצד) תורה — וואָס אורייתא וקוב"ה כולא חד61), איז מען מקדים יעקב'ן (וכלשון רש"י) — וואָרום אין פּנימית הכוונה איז דאָך „ואוהב את יעקב ואת עשו שנאתי"נב, און במי חפץנג במעשיהן של צדיקים דוקא.

(משיחת ש"פ תולדות תשכ"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xvggxn2y

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources