עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayishlach 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

163וישלחב

א. אויפן פּסוק „ואת בשמת בת ישמעאל אחות נביות"א זאָגט רש"י — אַראָפּברענגענדיק די ווערטער „בשמת בת ישמעאל" — „ולהלן קורא לה מחלת", ד. ה. רש"י פרעגט ; פאַרוואָס אין פּ' תולחותב רופט זי אָן דער פּסוק מחלת און אין אונזער סדרה בשמת? און ער פאַרענטפערט עס לויט אַן אגדה וואָס שטייט אין מדרש ספר שמואל (כדלקמן סעיף ב).

מיט אַ פּסוק פריערג, וואו עס ווערט דערציילט אַז עשו האָט חתונה געהאַט מיט עדה בת אילון החתי, און אהליבמה בת ענה בת צבעון החוי, זאָגט רש"י ; „עדה בת אילון — היא בשמת בת אילון (אַז „עדה" בפּרשתנו און „בשמת" וואָס ווערט דערמאָנט אין פּ' תולדותד איז איינע און די זעלבע) ונקראת בשמת על שם שהיא מקטרת בשמים לע"ז"; „אהליבמה — היא יהודית (וועלכע ווערט דערמאָנט אין פּ' תולדותד) והוא כינה שמה יהודית לומר שהיא כופרת בע"ז כדי להטעות את אביו".

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) פאַרוואָס הויבט רש"י אָן, אין אונזער פּסוק, גלייך מיט אַ תמי' „ולהלן קורא לה מחלת" — אַנדערש ווי אין פריערדיקן פּסוק וואו ער איז פּריער מפרש אַז עדה „היא בשמת כו'"ח און ערשט נאָכדעם טייטשט ער אויס דעם טעם פאַרוואָס דאָ איז זי „נקראת בשמת"? אין קלערערע ווערטער: מיט וואָס איז אַזוי פּשוט בפּסוק דידן אַז בשמת היא מחלת און רש"י באַוואָרנט בלויז די קשיא פאַרוואָס זי הייסט מחלת, ניט געפינענדיק פאַר נויטיק צו זאָגן אַז זי איז מחלת (אַזוי ווי ביי „עדה היא בישמת"ח)?

ב) פאַרוואָס דאַרף רש"י אָנקומען צו אַן אגדה בכדי צו פאַרענטפערן דעם שינוי השם פון בשמת אויף מחלת? לכאורה האָט מען דאָך דאָס געקענט מסביר זיין בפּשטות פּונקט ווי ביים פריערדיקן פּסוק; איר אמת'ער נאָמען איז געווען נחלת, און דאָס וואָס אין אונזער פּסוק ווערט איר נאָמען געענדערט אויף בשמת, איז עס „על שם שהיתה מקטרת בשמים לע"ז"ז?

164ג) וויבאַלד רש"י נעמט אָן אַז עפּ"י דרך הפשט דאַרף מען האָבן אַ ביאור אויף דעם שינוי השמותח [וואָס דעריבער איז ער מבאר דעם טעם השינוי פון בשמת אויף מחלת; און אַזוי אויך אין פריערדיקן פּסוקח — דעם טעם השינוי פון עדה אויף בשמת, און פון אהליבמה אויף יהודית ] האָט ער דאָך געדאַרפט מפרש זיין דעם טעם השנוי אויך אין דעם נאָמען פון דעם פאָטער פון אהליבמה (היא יהודית); אין פּרשת תולדותד שטייט יהודית בת בארי החתי, און אין אונזער סדרה שטייט גאָר אהליבמה בת ענה בת צבעון החויז?

ב. דעם טעם וואָס אין פּ' תולדות רופט מען זי מחלת (ניט מיט איר אמת'ן נאָמען בשמת, ווי זי ווערט גערופן אין אונזער סדרה) איז רש"י מפרשא; „מצינו באגדת מדרש ספר שמואלט שלשה מוחלים להן עוונותיהן, גר שנתגייר והעולה לגדולה והנושא אשה, ולמד הטעם מכאן, לכך נקראת מחלת שנמחלו עוונותי' ".

איז אין דעם ניט מובן;

א) צוליב וואָס דאַרף רש"י מציין זיין אַז די אגדה שטייט אין מדרש ספר שמואל?

ב) צוליב וואָס ברענגט דאָ רש"י אויך די פּרטים פון דער אגדה וועגן „גר שנתגייר" און „העולה לגדולה", אין דער צייט ווען אויף דער הסברה „למה נקראת מחלת" איז נוגע בלויז דער חלק פון „הנושא אשה מוחלין לו עוונותיו"?

ג) נאָכדעם ווי רש"י רעכנט אויס די „שלשה" וואָס „מוחלים להן עוונותיהן" איינגעשלאָסן גר שנתגייר און העולה לגדולה — איז ער מוסיף „ולמד הטעם מכאן" אַז אויך די מחילת עונות פון גר שנתגייר והעולה לגדולה לערנט מען אָפּ „מכאן" פון דעם נאָמען „מחלת" פון וועלכן מען ווייס אַז „הנושא אשה מוחלין'לו עונותיו". ולכאורה איז אָט־ער ענין ניט נוגע צו דער הבנה פון אונזער פּסוק?

ג. אויף די ווייטערדיקע ווערטער פון אונזער פּסוק „אחות נביות", איז רש"י מפרש: „על שם שהוא השיאה לו משמת ישמעאל נקראת על שמו" ; דעם זעלבן אויסדרוק „מחלת בת ישמעאל גו' אחות נביות" געפינט מען אויך אין פּ' תולדותב — און אויך דאָרט זאָגט רש"י דעם זעלבן פּירוש, אַז דער פּסוק דערמאָנט „אחות נביות" דערפאַר וואָס „השיאה נביות אחי'". היינט וויבאַלד רש"י האָט דאָס ערשט באַוואָרנט, צו וואָס חזר'ט ער דאָס איבער אין אונזער סדרה אַ צווייטן מאָל?

אפילו אַז מ'זאָל זאָגן אַז רש"י פאַרלאָזט זיך ניט אויפ'ן זכרון פון דעם בן חמש למקרא און זאָגט דעם פּירוש נאָכאַמאָל ליתר שאת — איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק דער שינוי והוספה:

אין פּירוש רש"י פון אונזער סדרה קומען די ווערטער „ונקראת על שמו" — וועלכע זיינען ניטאָ בפּירושו אין פּרשת תולדות. ולכאורה, אויב רש"י נעמט אָן אַז בלויז דער סיפּור הענין פון „השיאה כו'" גיט נאָך ניט גענוג צו פאַרשטיין דעם אויספיר בנוגע „אחות נביות" און מען דאַרף אויסטייטשן בפירוש „ונקראת על שמו" — האָט ער דאָך די הוספה געדאַרפט צושטעלן אין פרשת תולדות, וואו „אחות נביות" ווערט דערמאָנט צום ערשטן מאָלי?

165ד. דער חילוק צווישן דעם ענין הסיפּור וועגן די נשי עשו ווי ער קומט צום אויסדרוק אין פּ' תולדות און ענינו של הסיפור בפּרשתנו ;

אין סדרה תולדות ווערן די נשי עשו דערמאָנט אַלס אַ טייל פון דעם סיפיר וועגן זיינע, עשו'ס, מאורעות און הנהגות; זיינע ערשטע צוויי פרויען ווערן דערמאָנט ערשטנס, באַווייזן זיין צביעות — ער האָט ערשט חתונה געהאַט אין עלטער פון פערציק יאָר בכדי מ'זאָל מיינען אַז ער פירט זיך בדומה צו זיין פאָטעריא — און צווייטנס, צו באווייזן זיין רשעות, אַז ער האָט גענומען אַזוינע פרויען וואָס זיינען געווען „מורת רוח ליצחק ולרבקה"יב. אויך זיין דריטע פרוי ווערט דאָרט דערמאָנט ווי אַ באַווייז פון זיין צביעות, אַז זעענדיק „כי רעות בנות כנען בעיני יצחק אביו" איז ער ספּעציעל געגאַנגען צו ישמעאל'ןיג און גענומען זיין טאָכטער, אברהם'ס אַן אייניקליד, פאַר אַ פרוי, בכדי צו שאַפן דעם איינדרוק אַז ער זוכט צופרידן צושטעלן זיין פאָטער יצחק — בעת אין דער אמת'ן האָט דאָס אים כלל ניט געאַרט, וואָרום וויבאַלד „לא גירש את הראשונות" האָט ער דאָך מיט זיין נעמען בת ישמעאל איבערהויפּט166ניט געמיינט עפּעס צו פאַרבעסערן, און אדרבה; „הוסיף רשעה על רשעתו"יח.

משא"כ אין אונזער סדרה איז דער תוכן הפרשה — ווי אָנגעצייגט בהתחלתה — „ואלה תולדות עשו"; און די פסוקים וועגן די נשי עשו „עשו לקח את נשיו גו' זאת בשמת וגו'", זיינען בלויז אַ הקדמה צו „ותלד עדה גו' ובשמת ילדה גו' ואהליבמה ילדה וגו'" *א.

ה. עפי"ז איז מובן וואָס רש"י בפרשתנו דאַרף מפרש זיין „עדה בת אילון היא בשמת בת אילון"; „אהליבמה היא יהודית" — וואָרום וויבאַלד אַז ס'איז דאָ אַ פאַרשידנאַרטיקער תוכן אין די צוויי סיפורים וועגן נשי עשו,* אין פ' תולדות און בפרשתנו, וואָלט דאָס געגעבן אַן אָרט לטעות אַז די פרויען מיט די געענדערטע נעמען אין אונזער פרשה, זיינען ניט די זעלבע וואָס ווערן דערמאָנט אין פ' תולדות.

און ביים אָננעמען אַזוי, וואָלט כלל ניט געאַרט פאַרוואָס אין פ' תולדות ווערן ניט דערמאָנט עדה און אהליבמה, און אין אונזער פרשה — יהודית און בשמת, ווייל עס קען זיין אַז יהודית און בשמת האָבן ניט געבוירן קיין קינדער צו עשו'ן און דעריבער איז זיי ניט נויטיק צו דערמאָנען אין אונזער פרשה וואָס רעדט בלויז וועגן תולדות עשויז ; און אַזוי אויך167לאידך גיסא; דאָס וואָס אין פ' תולדות פעלן די נעמען עדה און אהליבמה, איז עס ווייל פון זייער הייראַט מיט עשו'ן, קען מען ניט לערנען בנוגע צו זיין הנהגה וואָרום מען געפינט ניט ערג־וואו, אַז ער האָט זיי גענומען צו פערציק יאָר, און ניט אַז זיי זיינען געווען „מורת רוח כו'").

דערפאַר, בכדי צו שולל זיין אָט דעם טעות, דאַרף דאָ רש"י מפרש זיין „היא בשמת" און „היא יהודית".

בנוגע אָבער צו „בשמת בת ישמעאל" דאַרף רש"י ניט אויסטייטשן אַז „היא מחלת", ווייל דאָס איז מובן מעצמו;

ישמעאל האָט זיך ניט געפונען אין ארץ כנען — מקומו של עשו, און דער פּסוק איז מדגיש: וילך עשו אל ישמעאל (כנ"ל), איז מסתבר אַז אין דער זעלבער צייט ווען „וילך עשו" צוליב דעם וואָס ער האָט געזעהן אַז „רעות בנות כנען בעיני יצחק אביו" — האָט ער דאַמאָלס געטאָן אַלץ וואָס ער האָט געוואָלט טאָן דאָרט. איז אויב „בשמת אינה מחלת" און ביידע זיינען געוואָרן נשי עשו — איז דאָס אַלץ געווען ווען וילך עשו גו'.

איז מוקשה ; וויבאַלד אַז אין דער צייט וואָס עשו איז געגאַנגען צו ישמעאל'ן, האָט ער געהייראַט מיט צוויי פון זיינע טעכטער (מחלת און בשמת); און זיינע צביעות (אַז ער זוכט צופרידן צושטעלן זיין פאָטער) דריקט זיך אויס דורך זיין נעמען בשמת'ן ניט ווייניקער ווי דורך זיין נעמען מחלת'ן — פאַרוואָס־זשע ווערט אין פּ' תולדות דערציילט בלויז אַז „ויקח את מחלת" אָבער ניט אַז ער האָט גענומען אויך את בשמת?

איז דערפון מובן בפשטות — ביז אַז רש"י דאַרף עס גאָרניט זאָגן — אַז בשמת היא מחלת.

ו. דער טעם פון דעם וואָס רש"י איז מפרש בלויז דעם טעם השינוי פון אהליבמה אויף יהודית, און ניט פאַרוואָס איר פאָטערס נאָמען איז אַנדערש, וואָס אין אונזער פרשה הייסט ער ענה, צבעון, החוי און אין פ' תולדות — בארי, החתי, איז עס מצד דעם וואָס עס ווערט שוין פאַרשטאַנדיק דורך רש"י'ס מסביר זיין „הוא כינה שמה יהודית . . כדי להטעות את אביו":

כשם ווי „יהודית" וואָס אין פ' תולדות, איז אַ נאָמען וואָס עשו אַליין האָט אויסגעטראַכט, „כדי להטעות את אביו" — אַזוי אויך איז מובן בפשטות אַז עשו האָט געמוזט אויסטראַכטן אַן אַנדער נאָמען פאַר איר פאָטער. ער האָט דאָך ניט געקאָנט מטעה זיין את אביו און באַרימען זיך אַז ער האָט גענומען יהודית (כופרת בע"א — וואָס זי איז) בת ענה בת צבעון (ממזרת) !

באַ כינוי שם האב איז אָבער ניט געווען נוגע וועלכער נאָמען — אַבי ניט „בת ענה בת צבעון".

ובפרט, ווי גערעדט כמה פּעמים, אַז לפּרש"י איז פּירוש שמות — נאָר ווען עס איז דאָ אַ ראי' אַף דעם (און ווי באַ אהליבמה) — איז כינה שם אבי' בארייח. ובכדי אַז דער שקר זאָל לייכ־168טער נתקבל ווערן, האָט ער מוסיף געווען אַז „ויקח אשה את יהודית גו' ואת בשמת גו'" — זיי זיינען ביידע פון זעלבן פאָלק „החתי" — ובפרט אַז בנות חת זיינען דאָך — „בנות הארץ"יט, וואָס צום אַלעם ערשטן — זוכט מען אַ שידוך פון די „אשר אצכי יושב בקרבו"כ.

ז. עפ"י הנ"ל (סעיף ד') איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס בפירושו אין אונזער סדרה דאַרף רש"י איבער'חזר'ן דעם פּירוש אויף די ווערטער „אחות נביות" — הגם ער האָט דאָס שוין געזאָגט אין פּ' תולדות — און נאָך מיט דער הוספה: „ונקראת על שמו";

אין פ' תולדות ווערט דערציילט וועגן די פּאַסירונגען פון עשו'ן „ויקח את מחלת גו'". און וויבאַלד אַז למעשה האָט זי עשו גענומען (ניט פון איר פאָטער, נאָר) פון איר ברודער נביות, דערמאָנט דאָרט דערפאַר דער פסוק „ויקח גו' אחות נביות"כא.

קומענדיק אָבער צו אונזער פסוק, וואו בשמת בת ישמעאל ווערט דערמאָנט ניט בשייכות צו ויקח עשו, דאָ ווערט שוין שווער: פאַרוואָס איז איר דער פסוק מייחס צו איר ברודער און באַנוגנט זיך ניט מיט זאָגן „בת ישמעאל" (אַזוי ווי ביי עדה און אהליבמה וואו ס'דערמאָנט זיך נאָר זייער פאָטער) ? און דאָס פאַרענטפערט רש"י דערמיט וואָס ער גיט צו די ווערטער „ונקראת על שמו" — וויבאַלד נביות האָט זי חתונה געמאַכט, ווערט זי דערפאַר שטענדיק גערופן אויף זיין נאָמען, אויך בעת זי ווערט דערמאָנט ניט בשייכות צו איר חתונה.

ח. עפ"י הנ"ל וועט ווערן פאַרשטאנדיק וואָס רש"י פאַרענטפערט די שינויי השמות פון די נשי עשו דוקא באופן זה — אַז די נעמען פון אונזער פרשה זיינען די שמות העצם זייערע, און די פון פרשה תולדות זיינען אין סוג פון שםהתואר (באַצייכענענדיק מיט זיך געוויסע ענינים און פעולות מצד די נשי עשו) — און ניט באופן הפוךכב;

169אין אונזער סדרה, היות די נשי עשו ווערן דאָ דערמאָנט נאָר בדרך אגב, נאָר אין צוזאַמענהאַנג מיטן סיפור פון תולדות עשו (כנ"ל סעיף ד') — לייגט זיך ניט אויפן שכל אַז דער פסוק זאָל זיי דאָ רופן מיט אַזוינע נעמען וואָס זיינען מתאר זייערע ענינים. מוז מען דעריבער זאָגן, אַז די נעמען מיט וועלכע זיי ווערן גערעכנט אין אונזער סדרה זיינען די שמות העצם זייערע, און די נעמען פון פ' תולדות באַצייכענען זייערע ענינים און פּעולותכג — וויבאַלד אַז דאָס דערמאָנען דאָרט די נשי עשו האָט צוטאָן מיט אַרויסברענגען די הנהגה פון עשו'ן.

ט. ס'איז אָבער ניט מובן;

דער נאָמען „מחלת" מצד דעם וואָס „נמחלו עוונותי'" דריקט דאָך לכאורה כלל ניט אויס איר ענין; יעדער פרוי בעת זי האָט חתונה, איז מען איר מוחל די עבירות. טאָ פאַרוואָס איז דער פסוק מרמז דעם ענין „נמחלו עוונותי'" ביי „ויקח עשו" אין פ' תולדות — וואָס איז דאָס דאָרט נוגע?

מען קען ניט זאָגן, אַז מיטן אָנרופן זי מיטן נאָמען מחלת וויל דער פסוק אונז לאָזן הערן בכלל אַז הנושא אשה מוחלין לו עוונותיו — כאָטש אַז דאָס איז ניט נוגע צו עניני והנהגת עשו — וואָרום אויב אַזוי, האָט דער פסוק דאָס געדאַרפט זאָגן ביי די פריערדיקע נשואין, וואָס ווערן דערציילט אין די פריערדיקע פּרשיותכד?

170דעריבער זאָגט רש"י אַז אויך גר שנתגייר און העולה לגדולה איז מען זיי מוחל די עבירות, און אַז ביי זיי אַלע איז „למד הטעם מכאן". ד. ה. אַז אונזער פאַל פון נשואי „מחלת" קומט אונז צו לערנען אויך אויף גר שנתגייר והעולה לגדולה, און — „בא ללמד ונמצא למד"; כשם ווי גר שנתגייר, וואָס מחילת עוונותיו לערנט מען אָפּ פון „מחלת", איז ער משצה מעשיו לטוב, אַזוי איז אויך ביים פאַל פון „הנושא אשה", אַז מען איז אים מוחל די עבירות דוקא דעמאָלט ווען ער איז משנה זיינע מעשים285) — ער טוט תשובהכח.

און דערפאַר שטעלט די תורה דעם לימוד אַז „הנושא אשה מוחלין לו עוונותיו" דוקא ביי „ויקח (עשו) את מחלת" — ווייל דורך דעם וויל דער פּסוק געבן צו הערן (ניט בלויז דעם עצם ענין אַז הנושא אשה מוחלין לו כו', נאָר אויך) אַז עשו'ס דריטע פרוי איז געווען אַן אשה כשרה37), ביז אַז זי האָט תשובה געטאָן בעת נשואי'כח.

171ועפּי"ז איז פאַרשטאַנדיק ווי די נעמען פון אַלע נשי עשו שבפּ' תולדות דריקן אויס ענינו והנהגתו של עשו; דורך דעם נאָמען יהודית וואָס „הוא כינה שמה יהודית כו' כדי להטעות את אביו", דריקט זיך אויס זיינע צביעות; דער נאָמען בשמת „על שם שהיתה מקטרת בשמים לע"ז" דייטעט אָן אויף עשו'ס רשעות, אַז ער האָט גענומען אַ פרוי וואָס האָט מקטיר געווען בשמים לע"ז; און אויך אין דעם נאָמען מחלת „שנמחלו עוונותי'" דריקט זיך אויס זיין הנהגה — בכדי צו אויספיינען זיך מיט זיין צוליב־טאָן יצחק'ן, האָט ער גענומען אַ פרוי (ניט בלויז אַ מיוחסת, בת ישמעאל בן אברהם, נאָר אויך אַזאַ) וואָס איז ניט קיין מרשעת, וואָס האָט תשובה געטאָן בעת נשואי' און נמחלו עוונותי', כנ"ל.

יו"ד. עפּ"י הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס רש"י איז מציין דעם מקור הפירוש — „אגדת מדרש ספר שמואל";

דער מאמר „מוחלין להן עונותיהן" שטייט אויך אין ירושלמיכט, נאָר דאָרט לערנט מען אָפּ די אַנדערע (חכם (גר) ונשיא) ניט „מכאן". וואָס לויט דעם קען מען זאָגן, אַז „הנושא אשה" ווערט ניט פאַרגליכן צו גר שנתגייר, און אים (דעם נושא אשה) איז מען מוחל אויך אָן תשובה. אָבער אין מדרש ספר שמואלל (לויט דער גירסא וואָס רש"י האָט געהאַט פאַר זיך), ווערן אַלע דריי אָפּגעלערנט „מכאן", וואָס פון דעם איז מוכח, אַז דאָס וואָס „הנושא אשה") איז מען אים מוחל זיינע עבירות, איז עס דוקא ווען ער טוט תשובה (כנ"ל סעיף ט')לא.

(משיחת ש"פ וישלח תשכ"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6w6mjw96

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources