עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeitzei 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

132ויצא

א. אויפן פסוק אלקי אברהם אביך ואלקי יצחקא, שטייט אין מדרשג — און רש"י ברענגט עס בפירושו על התורהא, אַז כאָטש דער אויבערשטער איז ניט מייחד שמו על הצדיקים בחייהם, וואָרום אויך ביי זיי איז מען ניט זיכערח „שלא יטעה אותן היצר הרע", פונדעסטוועגן האָט דער אויבערשטער געזאָגט „ואלקי יצחק" (הגם דאָס איז געווען נאָך בחייו), ווייל „הואיל ונתייסם בעיניו כאילו הוא מת לפי טהי' גנוז לתוך הבית ויצה"ר פסק ממנו").

איז אין דעם ניט מובן; הן אמת אַז אַ סומא איז חשוב כמת, ווי די גמרא זאָגטא „ארבעה חשובין כמת, עני ומצורע וסומא ומי שאין לו בנים", און בנוגע צו אַ סומא געפינט מען נאָך מער אַ פאַרגלייך צו מת; פּונקט ווי אַ מת איז פּטור מן המצות, ווי עס שטייט „במתים חפשי"ג, אַזוי איז אויך בנוגע אַ סומא, פאַראַן אַ דיעה, אַז ער איז פטור מכל המצותד

— איז דאָס אָבער אַלץ ניט קיין הסברה אויף די רייד פון דערמאָנטן מדרש אַז „יצה"ר פסק ממנו"; מ'זעט דאָך במוחש ומעשים בכל יום אַז אַ סומא האָט אַ תאוה (אַ יצה"ר) און ער קען זינדיקןה אַ.ז.וו. ? איז ווי זאָגט דער מדרש „הואיל ונתייסם בעיניו . . יצר הרע פסק ממנו", און אַז מצד דעם האָט דער אויבערשטער מייחד געווען זיין נאָמען אויף יצחק'ן אויך בחייו?

ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס די גמראח דערציילט וועגן רב יוסף'ן — וואָס ער איז געווען0) אַ סגינהור* — אַז בעת ער איז אַלט געוואָרן זעכציק יאָר, האָט ער געמאַכט אַ „יומא טבא לרבנן" און געזאָגט דעם טעם דערויף, אַז דאָס איז ווייל „נפקי לי מכרת". האָט אויף דעם אביי אים133געפרעגט „נהי דנפק לי' מר מכרת דשני מכרת דיומי מי נפיק מר", און רב יוסף האָט אים געענטפערט „נקוט לך מיהא פלגא בידך".

וואָס אין דעם מאמר רז"ל דאַרף מען פאַרשטיין;

א) ווען ביי אַ אידן איז פאַראַן אַ שמחהט, מאַכט ער אַ סעודה („יומא טבא") פאַר אַלע זיינע גוטע פריינט. היינט פאַרוואָס דערציילט די גמרא אַז רב יוסף האָט געמאַכט אַ „יומא טבא (דוקא) לרבנן"י?

ב) אין דעם ענין פון כרת איז דאָך לכאורה ניטאָ קיין נפקא־מינה פון „כרת דשני" און „כרת דיומי"; ווען איינער שטאַרבט ר"ל אַ „מיתה חטופה"יא מצד אַן איסור כרת וואָס ער האָט עובר געווען נאָכדעם ווי אים איז געוואָרן זעכציק יאָר — איז עס לכאורה די זעלבע זאַךיב ווי ווען איינער שטאַרבט פאַר זעכציק יאָר איבערן דורכפאַלן אין אַן איסור כרת פריער. איז דאָך ניט מובן; וויבאַלד אַז פון „כרת דיומי" איז רב יוסף ניט אַרויס און ס'איז נאָך אַלץ פאַרבליבן דער חשש „שמא ימות מיתה חטופה"יח — היינט וואָס האָט ער געהאַט וואָס צו מאַכן אַ „יומא טבא" און אַ שמחה דערפון וואָס ער איז אַרויס פון „כרת דשני"?

ג) ווען רב יוסף האָט אָנגענומען אַז „כרת דשני" און „כרת דיומי" זיינען טאַקע יע צוויי באַזונדערע ענינים [וואָס דעריבער האָט ער געמאַכט אַ „יומא טבא" אויף דעם וואָס ער איז אַרויס לכה"פ פון „כרת דשני" — כאָטש פון „כרת דיומי" איז ער ניט אַרויס], האָט ער געדאַרפט זאָגן אביי'ן „נקוט לך מיהא חדא בידך"יד און ניט „נקוט . . פלגא בידך" — וואָס דער לשון „פלגא" גופא ווייזט, אַז „כרת דשני" און „כרת דיומי" זיינען (צוויי האַלבע זאַכן פון) איין ענין, און אַז מיט זיין אַלט ווערן שיתין שנין איז ער אַרויס (בלויז) פון אַ האַלבן ענין פון כרת?

ג. נוסף צו די שאלות אין דעם סיפור פון רב יוסף'ן גופא, איז אויך ניט פאַרשטאַנדיק;

א) פאַרוואָס ברענגט זיך ניט אין שו"ע וכו' אַז בעת איינער ווערט אַלט זעכציק יאָר זאָל ער מאַכן אַ „יומא טבא"?

ובמכל־שכן וק"ו; אויב בנוגע צו אַ סיום מסכת, וואָס אויף דעם האָט אביי געזאָגט „תיתי לי" וואָס דאַן איז „עבידנא יומא טבא לרבנן"יג — וואָס דער לשון „תיתי לי" ווייזט אויף אַן ענין וועלכן מען טוט בלויז מצד מדת חסידותיח — פונדעסטוועגן ווערט עס134אָפּגע'פסק'נט אין רמ"איז (מיוסד אויף דער גמרא) „כשמסיים מסכת מצוה לשמוח ולעשות סעודה"; איז דאָך עאכו"כ אַז אַזוי האָט געדאַרפט זיין אָפּגע'פסק'נט דער דין (אָדער מנהג) בנוגע צו „שיתין שנין" אַז מען זאָל מאַכן אַ „יומא טבא" — וואָרום דאָס דערציילט דאָך די גמרא מיט אַ פּשיטות (ניט אַלס אַן ענין פון „תיתי לי"), אַז „רב יוסף כי הוה בר שיתין עביד להו יומא טבא לרבנן", און אעפ"כ ברענגט זיך אָט־דער ענין לגמרי ניט אין פוסקיםיח. פאַרוואָס טאַקע?

ב) רב יוסף איז געווען אין דעם דריטן דור פון אמוראיםיט. פאַר אים זיינען געווען פיל אמוראים במשך פון כמה דורות, און פאַר זיי — פיל תנאים אין משך פון כמה דורות. און ס'איז אַ דבר פשוט, אַז צווישן די פילע תנאים ואמוראים וואָס פאַר רב יוסף'ן, זיינען געווען אַ סך וואָס האָבן דערגרייכט צו שיתין שנין90). ווערט דאָך די שאלה — פאַרוואָס געפינט מען ניט ביי קיינעם פון יענע תנאים ואמוראים אַז זיי זאָלן האָבן געמאַכט אַ „יומא טבא" ביים דערגרייכן דעם עלטער פון זעכציק יאָר?

ד. איז דער ביאור בכל הנ"ל;

דעם טעם פון דעם וואָס בזמן הבית, בעת איינער האָט עובר געווען ר"ל אויף אַן איסור כרת פלעגט ער שטאַרבן פאַר פופציק יאָר, און אויף אַן איסור מיתה בידי שמים — פאַר זעכציק יאָרכא [וואָס דער עונש (ווי אַלע עונשים וואָס קומען מלמעלהכב) איז מסובב135בטבע פון דער עבירה גופאכג] — איז מבאר דער אַלטער רבי אין אגרת התשובהכד, אַז דאָס איז ווייל דורכן עובר זיין אויף די דאָזיקע איסורים ווערט „נכרת ונפסק חבל ההמשכה משם הוי' ב"ה". און היות אַז ביי אידן איז אויך דער חיות פון דעם גוף פון נפש האלקית — וואָס איז מקבל די שפע פון שם הוי' ב"ה, דעריבער, ווען דער „חבל" ווערט „נכרת ונפסק" — ווערט במילא נפסק אויך דער חיות הגוף (און דאָס וואָס אויך חייבי כריתות ומיתה בידי שמים קענען ביז פופציק אָדער זעכציק יאָר יע לעבן, איז עס דערפאַר וואָס ביז דאַן בלייבט נאָך ביי זיי איבער אַ „רשימו" פון דעם נפש האלקיתכד).

און דערמיט פאַרענטפערט דער אַלטער רביכח דאָס וואָס בכל דור זיינען פאַראַן „כמה וכמה חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם בנעימים"כ — ווייל בזמן הגלות איז די השפּעה פון דער שכינה מלובש אין די י' ספירות פון „נוגה". און דעריבערכז קען אויך אַ חייב כרת136ומיתה בידי שמים מאריך ימים זיין (און אַפילו „בנעימים") מער ווי נ' אָדער ס' שנה (כאָטש ביי אים איז „נכרת ונפסק (געוואָרן דער) חבל ההמשכה משם הוי' ב"ה") — ווייל דאַן איז ער מקבל חיות פון היכלות הסט"א ר"ל. און דאַן, בזמן הגלות, קען מען אויך דערפון לעבן.

ה. עפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק בפשטות פאַרוואָס עס ברענגט זיך ניט אין שולחן ערוך אַז בעת מען דערגרייכט דעם עלטער פון שתין שנין זאָל מען דאַרפן מאַכן אַ „יומא טבא", ווייל [אויסער דעם וואָס מען איז נאָך לגמרי ניט באַוואָרנט פון „כרת דיומי"ג, איז נאָך מער] אויך ווען מען דערגרייכט דעם עלטער פון שתין שנין, איז אינגאַנצן קיין ראי' ניט (ביי אַ סך מענטשן) אַז „נפק מכרת דשני" אַפילו — ווייל בזמן הגלות קען דאָך מאריך ימים זיין מער ווי זעכציק יאָר אויך אַפילו אַזאַ וואָס זיין „חבל ההמשכה" איז יע ר"ל נכרת און נפסק געוואָרן.

און דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס עס ווערט ניט דערציילט אַז די אַנדערע תנאים (וואָס נאָכן חורבן ביהמ"קלט) און אמוראים, וואָס זיינען געווען פאַר רב יוסף'ן, זאָלן האָבן געמאַכט אַ „יומא טבא" ווען זיי זיינען געקומען צום עלטער פון זעכציק יאָר — וואָרום מצד גודל ענוותנותם האָבן זיי מורא געהאַט — בל' הידוע — איני יודע באיזו דרך מוליכין אותי*30), ובמילא איז דאָך אַ מקום לספק אַז זייער חיות קומט אפשר ר"ל גאָר ניט פון היכלות הקדושה.

און דאָס וואָס רב יוסף האָט יע געמאַכט אַ „יומא טבא" צו דער געלעגנהייטלא, איז עס דערפאַר וואָס בנוגע צו אים איז געווען אַ הוכחה ברורה אַז זיין חיות איז נאָר פון היכלות הקדושה, וכדלקמן.

137ו. וועגן רב יוסף'ן דערציילט די גמראלב, אַז ער איז געווען „סיני" („שהיו משניות וברייתות סדורות לו כנתינתן מהר סיני"לג), און רבה איז געווען אַן „עוקר הרים" (אַ „חריף ומפולפל בתורה"ג). בעת מען האָט געדאַרפט אָננעמען אַ ראש־ישיבה און מ'האָט געקלערט וועמען פון די צוויי מען זאָל ממנה זיין, האָט מען געשיקט קיין ארץ־ישראל צו אָנפרעגן „איזה מהם קודם". און מ'האָט פון דאָרט געענטפערט „סיני עדיף . . הכל צריכין למרי חטיא".

אַף על פּי כן, דערציילט די גמראלב, האָט רב יוסף ניט געוואָלט אָננעמען די התמנות און רבה איז געוואָרן דער ראש־ישיבה. און די גמרא איז מסיים: „וכל שני דמלך רבה, רב יוסף אפילו אומנא לביתי' לא חליף". טייטשט דער רמ"הלד, אַז דערפאַר וואָס ר"י האָט זיך משפּיל געווען און האָט ניט געוואָלט פירן קיין „שררה" בפני רבה, האָט דער זכות פון זיין ענוה מגין געווען אויף אים און אויף אנשי ביתו — וואָס במשך פון די אַלע יאָרן — צוויי און צוואַנציק יאָר וואָס מלך רבה, איז קיינער פון זיין הויזגעזינד ניט געווען קראַנק, ביז זיי האָבן אַפילו ניט געדאַרפט אָנקומען צו אַן „אומן" להקיז דם.

וואָס דאָס איז דאָך אַ הנהגה שלמעלה מהטבע; דער דין איזלח, אַז אַ תלמיד־חכם טאָר ניט לעבן אין אַ שטאָט וואו ס'איז ניטאָ קיין „אומן" (מקיז דם). ווייל מצד הטבע וואָס דער אויבערשטער האָט מטביע געווען אין גוף האדם, מוז מען אָנקומען צו הקזת דם. היינט ווי איז שייך אַז במשך פון גאַנצע צוויי און צוואַנציק יאָר האָט רב יוסף מיט זיינע בני בית ניט געדאַרפט אָנקומען דערצו?

איז דערפון געדרונגען, אַז ביי אים איז דער חיות הגוף געווען אין אַן אופן פון למעלה מהטבע; זיין חיות איז געווען בגילוי מצד ענוה און ביטול (בדוגמת מלאכים, וואָס זייער חיות איז מצד יראת ה' און ביטוללח).

ועפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס ר"י האָט געזאָגט מיט אַ פּשיטות „נפקי לי מכרת" — הגם אַז בזמן הגלות קען אויך אַ חייב כרת ר"ל, מאריך ימים זיין מער ווי זעכציק יאָר (מצד זיין מקבל זיין חיות פון היכלות הטומאה) — ווייל ביי רב יוסף'ן האָט מען געזען בגילוי, לעיני בשר, אַז זיין חיי הגוף „אינם חיים בשרים*40) כ"א חיים רוחניים"לה — „יראתלח ה' לחיים".

נאָר פונדעסטוועגן, איידער אים איז געוואָרן זעכציק יאָר, האָט ער חושש געווען אַז ביי אים איז אפשר יע געווען אַן ענין פון איסור כרת — ווייל אויך אַ חייב כרת קען מקבל

138*) חיות זיין פון קדושה ביז פופציק האָט באַווירקט אויך זיין גוף ביז ניט

אָדער זעכציק יאָ* ר, וואָרום ביז דאַן צו קענען זעען — האָט ער דערמיט

בלייבט נאָך איבער ביי אים אַ „רטי־ עוקר געווען פון זיך אויך דעם „הלב

מו" פון זיין נפש האלקית, ווי גע־ חומד" וואָס קען קומען ניט דורך

בראַכט פריער (סעיף ד') פון אגרת ראיית העין, ובמילא איז ער געווען

באַוואָרנט אויך פון „כרת דיומי".

נאָר פונדעסטוועגן האָט ער געזאָגט

צו אביי'ן „נקוט לך מיהא פלגא בידך",

ס'איז דאָך אַ דבר פּשוט, אַז דער ווייל מצד גודל הענוה איז ער נאָך

כח הבחירה איז פאַראַן ביי יעדן אידן, ניט געווען אינגאַנצן זיכער אין דעם,

ובמילא איז אַפילו אַזאַ וואָס ווייס וואָרום סוכ"ס איז דאָך „אל תאמין

זיכער אַז זיין חיות איז ניט קיין בעצמך עד יום מותך". אָבער מאידך

„חיים בשרים" נאָר „חיים רוחניים" גיסא, זעענדיק אַז פון „כרת דשני"

קען (מצד בחירתו) עובר זיין אויף איז ער שוין זיכער אַרויס (כנ"ל ס"ו),

אַן איסור. וואָס דערפאַר זאָגט אָן תו־ האָט עס עם מחזק געווען בבטחון

רהל אַ הוראה פאַר יעדן אידן „ואל אַז ביי אים וועט שוין קיין „כרת

תאמין בעצמך עד יום מותך". און דיומי" אויך ניט זיין. און דעריבער וויבאַלד אַזוי בלייבט דאָך די שאלה. האָט ער דאַן געמאַכט אַ „יומא טבא". וואָס איז געווען די שמחה ביי רב

יוסף'ן ווען ער האָט דערגרייכט שיתין פון דעם וואָס רב יוסף האָט געזאָגט שנין, בשעת ער איז נאָך ניט אַרויס „נקוט לך מיהא פלגא בידך" (און ניט

„חדא"), וואָס דער לשון „פלגא"

ווייזט (כנ"ל סוף סעיף ב') אַז זיין א דאָס האָט אים געבראַכט צו זיין ווערן

אַ סגי־נהור „סמי נפשי'". און ווי־ דשני", דאָס האָט אים מחזק געווען באַלד אַז ער האָט גע'פּועל'ט ביי זיך דעם בטחון (עכ"פּ), אַז ביי אים וועט ער זאָל ניט האָבן דעם „העין רואה" שוין קיין „כרת דיומי" אויך ניט וואָס ברענגט41) צו „והלב חומד" — זיין ח"ו.

נם בלר מ אז במא יד אריז ן כרת דשנר" אן. פאַרשטאַנדיק, אַז דורך דעם וואָס זיין (דער בטחון) אַז ביי אים וועט ניט

רצון ניט צו קוקן חוץ לד' אמותיו זיין קיין ענין פון „כרת דיומי"] זי־

נען מסובב פון איין ענין — פון דעם

וואָס זיין יצר הרע איז בטל געוואָרן.

40) ר"ן ורמב"ן בקידושין לא, א.

ח 6 מב"ר מממא א) ר. שביז דעם מעם, עא אס רב רך139האָט געמאַכט אַ יומא־טבא דווקא לרבנן;

עס שטייט אין גמראמב; „אפילו לא קרא אדם אלא קריית שמע שחרית וערבית קיים לא ימוש. ודבר זה אסור לאומרו בפני עם הארץ" — ווייל ניט וויסנדיק דעם דין לפּרטיו, וועט דער עם הארץ דאָס אָננעמען כפשוטו אין אַלע פאַלן.

ולכאורה, פאַרוואָס טאָר מען עס ניט זאָגן „בפני עם הארץ"; מען קען דאָך אים אויסטייטשן דעם דין קלאָר, ווי ער איז לאמיתתומג, און דעמאָלט וועט דאָך, בפשטות, דערפון קיין קלקול ניט אַרויסקומען?

איז דער ביאור אין דעם; בטבע פון אַ מענטשן איז, אַז ווען ער הערט אַ געוויסן ענין וועלכן אים ווילט זיך הערן און אים איז דאָס געשמאַק, ווערט עס ביי אים דאַן נקלט גוט. אויב אָבער דער ענין וועלכן ער הערט איז אַזאַ וואָס אים ווילט זיך ניט הערן — ווערט עס ביי אים ניט נקלט, סיידן דורך השתדלות וכו'.

און דאָס איז דער טעם וואָס „דבר זה אסור לאומרו בפני עם הארץ"יד — אַפילו אויב גלייך דערנאָך וועט מען אים מסביר זיין די פּרטים שבזה (ווי ק"ש שחרית וערבית אַליין איז ניט גענוג וכו') — ווייל דער עיקר וואָס ביי אים וועט נחקק ווערן איז — אַז מיט ק"ש אַליין איז מען אויך מקיים דעם „לא ימוש".

דאָס זעלבע איז בנדו"ד; ווען רב יוסף וואָלט אַיינגעלאַדן אויך ניט „רבנן" (עמי הארץ) צו דער סעודה וואָס ער מאַכט דערפאַר וואָס אים איז געוואָרן שיתין שנין, און מען וואָלט אויך מסביר געווען אַז דאָס איז מצד דעם וואָס רב יוסף האָט פון זיך עוקר געווען אינגאַנצן דעם „הלב חומד" (און אַפילו ביי אים, איז עס בלויז אַן ענין פון בטחון וואָס איז אָבער ניט שולל דעם „אל תאמין בעצמך עד יום מותך"),

וואָלט זיך ביי זיי, די עמי הארץ, געקענט אָפּלייגן אַז (ביי יעדן איינעם) נאָכדעם ווי מען ווערט אַלט זעכציק יאָר, דאַרף מען שוין מער קיין התחזקות ניט האָבן אַנטקעגן דעם יצר הרע. און דעריבער האָט רב יוסף געמאַכט די סעודה נאָר „לרבנן".

ט. ע"פּ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער מדרש זאָגט בנוגע צו יצחק'ן „הואיל ונתייסם בעיניו . . ויצה"ר פסק ממנו";

אויפן פּסוק „ותכהין עיניו מראות"מח, זאָגט רש"י אין זיין ערשטן פּירוש „בעשנן של אלו (שהיו מעשנות ומקטירות לע"זמח)". ולכאורה: אמת טאַקע אַז רויך (עשן) שאַדט צו די אויגן (וכמ"שמה כעשן לעינים) — מוז מען דאָך אָבער זאָגן, אַז דער עשן וואָס די נשי עשו האָבן מעשן געווען און מקטיר געווען איז ניט געווען אַזוי שטאַרק ביז ער זאָל קענען בלינד מאַכן יעדן איינעם, וואָרום אויב יע, וואָלטן דאָך — לכל לראש — די נשי עשו גופא (און עשו140אַליין) בלינד געוואָרן. היינט פאַרוואָס האָט עס יצחק'ן יע געשאַדט?

איז דער ביאור אין דעם, אַז דאָס וואָס ביי יצחק'ן איז געווען דער „ותכהין עיניו מראות", איז עס טאָקע ניט געווען בלויז מצד דעם עשן גופא, נאָר דערפאַר וואָס דער עשן איז געווען „לע"ז"; יצחק איז געווען „טהור עינים מראות ברע"מח, האָט ער דעריבער ניט געקענט פאַרליידן אַן ענין פון ע"ז, און אויף אַזוי פיל ביז „ותכהין — נתייסם בעיניו".

[ובדוגמת ווי ס'איז ידוע 40) די מעשה מיט ר' נחום טשערנאָבילער, אַז ע"פּ טעות האָט מען אים אַמאָל דערלאַנגט חלב עכו"ם, און ער האָט די מילך ניט געזען. דערנאָך האָט ר' נחום דאָס מסביר געווען מיט דער משנהנ „חלב שחלבו עובד כוכבים ואין ישראל רואהו", אַז דער פּירוש אין „אין ישראל רואהו" איז — אַז אַ איד זעט עס ניט. ווייללא דאָס וואָס ער דאַרף ניט זען, זעט ער ניט].

און וויבאַלד אַז דאָס וואָס יצחק איז געווען אַ סגי־נהור איז עס געקומען מצד דעם וואָס ער האָט בתכלית ניט געקענט פאַרליידן אַן ענין פון ע"ז, דעריבער איז דורך דעם וואָס „נתייסם בעיניו" איז פון אים אַוועקגענומען געוואָרן די גאַנצע מציאות פון רע62) — „יצה"ר פסק ממנו". און דערפאַר האָט דער אויבערשטער אויף אים מייחד געווען זיין נאָמען אויך בחייו, און געזאָגט „ואלקי יצחק".

(משיחת י"א ניסן תשכ"ב

— חגיגת סיום — שנת הששים

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-sa8sske3

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources