עברית
Library

Likkutei Sichos

Mikeitz 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

202מקץב

א. אין פּסוק „ויקראו לפניו אברך"א, שטעלט זיך רש"י אויפן וואָרט „אברך", און איז מפרש; „כתרגומו דין אבא למלכא" — אַז דער פּירוש פון אברך איז ווי דער תרגום טייטשט „אבא למלכא" (אַ חבר ופטרון צום מלךב). וואָרום „אברך" איז צונויפגעשטעלט פון צוויי ווערטער; אב און רך, און „רך בלשון ארמיג (איז) מלך".

שטעלט זיך דאָך די שאלה; תרגום איז דאָך בלשון ארמי, און דאָ גופא שטייט אין תרגום [ווי רש"י אַליין איז עס מעתיק] „אבא למלכא" (און ניט „אבא לרכא"), זעט מען דאָך אַז אויך אין לשון ארמי ווערט אַ מלך גערופן מלכא און ניט רכא? דעריבערד איז רש"י ממשיך ומוסיף „בהשותפין לא ריכא ולא בר ריכא" — אַז אין פּרק השותפיןה רופט אָן די גמרא — וואָס איז געשריבן בלשון ארמי — אַ מלך מיטן נאָמען ריכא. (און דאָס וואָס אין תרגום שטייט „למלכא", איז עס ווייל אין לשון ארמי גופא זיינען דאָ צוויי נעמען אויף אַ מלךח, מלכא און ריכא).

דערנאָך איז רש"י ממשיך „ובדברי אגדה" — אויך אין דברי אגדהה זיינען דאָ פּירושים אויף אברך; איין פּירוש איז „דרש ר' יהודה" — ר' יהודה דרש'נט, „אברך זה יוסף שהוא אב בחכמה ורך בשנים" — אַז דער מיין פון „אברך" [וואָס איז צונויפגעשטעלט פון די ווערטער אב און רך (אַזוי ווי לויטן פּירוש כתרגומו)] איז „אב" אין חכמה און „רך" — יונג — אין יאָרן.

אַ צווייטער פּירוש איז; „אמר לו ר' יוסיו בן דורמסקית" — ר' יוסי האָט געזאָגט צו ר' יהודה'ן; „עד מתי אתה מעוות עלינו את הכתובים, אין אברך אלא לשון ברכיםט, שהכל היו נכנסין לפניו ויוצאין תחת ידו כענין שנאמר ונתון אותו וגו'" — דער203איינציקער טייטש אין אברך איז בלויז לשון ברכים [און דער פּירוש „אב בחכמה ורך בשנים" איז אַן עיוות הכתובים], און דעריבער האָט מען אויסגערופן פאַר יוסף'ן אברך, ווייל אַלע זיינען געווען אונטערטעניק צו אים, ווי עס שטייט „ונתון אותו [על כל ארץ מצרים]", ובמילא האָט מען אויסגערופן; ער מאַכט קניען (אָדער; איך וועל קניען) פאַר איםי.

איז דאָ אין רש"י ניט מובן;

א) פאַרוואָס נעמט רש"י אָן אַז דער פירוש „אב בחכמה ורך בשנים" איז אַן עיוות הכתובים? בנוגע צו דעם וואָס ר' יוסי האָט געזאָגט „עד מתי אתה מעוות עלינו את הכתובים", קען מען נאָך ווי עס איז איינלערנען, אַז ער האַלט אַז מען קען ניט זאָגן פון זיך אַליין אויף איין וואָרט פון תורה, אַז ער איז צונויפגעשטעלט פון צוויי ווערטעריא. אָבער אין רש"ייב קען מען אַזוי ניט זאָגן, וואָרום אויב אַזוי איז דאָך אויך דער פּירוש „דין אבא למלכא" אַן עיוות הכתובים, און וויבאַלד רש"י פרעגט ניט אויף דעם פּירוש אַזאַ קשיא, הייסט עס דאָך אַז ער נעמט אָן אַז מען קען יע לערנען אַז איין וואָרט איז צונויפגעשטעלט פון צוויייג. היינט פאַרוואָס זאָגט ער אויפן פירוש „אב בחכמה ורך בשנים" אַז ס'איז אַן עיוות הכתובים?

ב) בשעת רש"י ברענגט (אין פּירוש אברך לשון ברכים) אַז „הכל היו נכנסין לפניו ויוצאין תחת ידו", ברענגט ער דערויף אַ ראי' פון אַ פּסוק — „כענין שנאמר ונתון אותו וגו'"יד. איז דאָך ניט מובן; אינעם פּירוש „אב בחכמה ורך בשנים", ברענגט ניט רש"י אַ ראי' פון די פּסוקים „אין נבון וחכם כמוך" „ויוסף בן שלשים שנה בעמדו לפני פרעה"טו. היינט פאַרוואָס אויף „שהכל היו נכנסין לפניו כו'", דאַרף ער יע ברענגען אַ ראי'?

די קשיא איז נאָך גרעסער; „ונתון אותו על כל ארץ מצרים" שטייט גלייך אין זעלבן פּסוק וואו עס שטייט דער וואָרט „אברך", וועלכן רש"י איז מפרש. היינט מה־דאָך אַז רש"י דאַרף ניט ברענגען די פּסוקים „אין נבון וחכם כמוך" און „ויוסף בן שלשים שנה גו'", ווייל ער פאַרלאָזט זיך אַז דער תלמיד וועט געדענקען וואָס ער האָט געלערנט מיט עטלעכע פּסוקים פריער אָדער ער וועט עס וויסן ווען ער וועט עס לערנען מיט עטלעכע פּסוקים ווייטער, איז דאָך מכ"ש, אַז דער תלמיד וועט וויסן די ווערטער „ונתון204אותו גו'" וואָס שטייען גלייך אין זעלבן פּסוק. טאָ פאַרוואָס דאַרף עס רש"י ברענגען?

ג) לויט ווי מען לערנט אין פּטטות אַז רש"י וויל ברענגען אַ ראי' פון פּסוק „ונתון אותו גו'", האָט ער געדאַרפט שרייבן „שנאמר". פאַרוואָס שרייבט ער „כענין טנאמר"יד?

ד) ווי גערעדט שוין פיל מאָל, ברענגט רש"י ניט דעם נאָמען פון דעם בעל המאמר, סיידן וואו עס גיט צו אַ תוספות ביאור והבנה אין דעם ענין וועלכן ער ברענגט. דאַרף מען בכן פאַרשטיין; וואָס פאַר אַ תוספת הבנה קומט צו אין די פּירושים — אב בחכמה כו' און ל' ברכים כו' — דורך דעם וואָס מען ווייס אַז די פּירושים האָבן געזאָגט ר' יהודה און ר' יוסי ?

ב. נוסף אויף די שאלות הנ"ל, זיינען דאָ פאַראַן כמה וכמה קשיות בנוגע דער מעלה וואָס איז דאָ אין יעדן פּירוש באַזונדער;

א) שוין גערעדט פיל מאָל, אַז אומעטום וואו רש"י ברענגט צוויי פּירושים, איז עס מצד דעם וואָס אין יעדערן פון די פּירושים איז דאָ אַ געוויסע שוועריקייט וואָס איז ניטאָ אין דעם אַנדערן. (און אין פאַל וואו רש"י ברענגט מער ווי צוויי פּירושים, איז עס מצד דעם ווייל אין יעדע צוויי פּירושים איז דאָ די זעלבע (אָדער עכ"פּ אַן ענלעכע) שוועריקייט, וועלכע איז ניטאָ אין דעם דריטן פּירוש).

דאָס איז אפילו ווען ביידע פּירושים זיינען פּשוטו של מקרא. עאכו"כ ווען איינער פון די פּירושים איז ניט פּשוטו — ווי אין אונזער רש"י וואָס די אַנדערע צוויי פּירושים זיינען [ווי רש"י אַליין זאָגט] דברי אגדה — איז מוכרח, אַז אין דעם פּירוש וואָס ער איז פּשוטו

[וואָס אין אונזער פּרש"י איז דאָס דער פּירוש „דין אבא למלכא". וואָרום כאָטש פון רש"י'ס לשון כתרגומו איז מטמע אַז ס'איז ניט דער פּירוש הפּטוט ממש — איז דאָך מובן מהלשון, אַז בערך צו דברי אגדה איז עס פשוטו]

איז דאָ אַ שטאַרקע קושיאיח, ביז אַז מ'מוז אָנקומען צו „דברי אגדה" (צי „מדרשו", וכדומה) וואו אָט די שוועריקייט איז ניטאָ.

דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס איז שווער אינעם פּירוש „דין אבא למלכא" — און נאָך אַזוי שווער, ביז אַז רש"י געפינט פאַר נויטיק צו ברענגען פּירושים פון דברי אגדה?

— מען קען ניט זאָגן אַז אין ערשטען פּירוש איז רש"י'ן שווער דאָס וואָס דער פּסוק באַנוצט זיך מיט לשון ארמי — וואָרום מען געפינט בכמה מקומות (און אויך אין אונזער סדרה גופאיח) וואו דער פּסוק באַנוצט זיך מיט ווערטער פון לשון ארמי, וכדומה.

ב) די פּירושים וועלכע רש"י ברענגט פון דברי אגדה, זיינען לכאורה ביידע גאַנץ גלאַטע פּירושים. און זיי האָבן ביידע אויך די מעלה, וואָס לויט זיי איז דאָ ניט אַריינגעמישט קיין אַנדער לשון: דער וואָרט „רך", וואָס מיינט יונג, שטייט שוין אין אַ פריערדיקער סדרה — „הילדים205רכים"יח (און אַ פּשיטא אַז דער וואָרט „אב" איז אַ ריין־לשוןקודש'דיקער וואָרט, וואָס שטייט פיל מאָל אין תורה), און אויך דער פּירוש „אברך לשון ברכים" געפינט מען שוין אין אַ פריערדיקן פּסוק; „ויברך הגמלים"יט טייטשט רש"י „הרביצן" — ער האָט זיי געמאַכט קניען. היינט פאַרוואָס זיינען די ביידע פּירושים „דברי אגדה"?

ג) מען מוז זאָגן, אַז אין די צוויי פּירושים פון „דברי אגדה" גופא, איז אין יעדערן פון זיי דאָ אַ שוועריקייט [און אַזאַ וואָס אויך אין „דברי אגדה" ווערט עס גערעכנט פאַר אַ קשיא] וואָס איז ניטאָ אין דעם צווייטן. וואָס דעריבער ברענגט רש"י ביידע פּירושים, צוליב דער מעלה וואָס איז דאָ אין יעדערן פון זיי. און כאָטש אַז ביידע פּירושים זיינען שווער, איז אָבער דער פּירוש „אב בחכמה ורך בשנים" פאָרט גלאַטיקער, וואָס דערפאַר שטעלט אים רש"י פריער, אַלס דעם ערשטן און עיקר'דיקן פּירוש (שבדברי אגדה). דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס איז שווער אין ביידע פּירושים, און מיט וואָס איז די קשיא אין פּירוש „לשון ברכים" גרעסער ווי די קשיא אין פּירוש „אב בחכמה כו'"?

ד) די שאלה איז נאָך גרעסער; אויפן פּירוש „אב בחכמה כו'" זאָגט רש"ייד „דרש ר' יהודה", אַז ער איז בלויז אַ דרש. ד. ה. אַז ער איז ווייטער פון פּשט ווי דער פּירוש פון ר' יוסי, כאָטש אויך ער איז דברי אגדה. אויך ברענגט רש"י די רייד פון ר' יוסי וועגן דעם פּירוש, אַז ער איז אַן עיוות הכתובים. און אעפ"כ שטעלט אים רש"י פאַר דעם פּירוש אברך לשון ברכים. ולכאורה, איז רש"י זיך אַליין סותר; פון איין זייט נעמט ער אָן אַז דער פּירוש „אב בחכמה כו'" איז בלויז אַ דרש, און אַן עיוות הכתובים ; און צוזאַמען דערמיט נעמט ער אָן אַז דער פּירוש איז גלאַטער ווי דער פּירוש אברך לשון ברכים?

ג. איז דער ביאור אין דעם;

דער פּסוק „ויקראו לפניו אברך" רעדט וועגן די מצריים, אַז זיי האָבן אויסגערופן פאַר יוסף'ן אברך. און וויבאַלד אַז זיי האָבן גערעדט בלשון מצרי, איז זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז זיי האָבן ניט געזאָגט דעם לשון אברך — וואָס ער איז לשון ארמי (לויטן ערשטן פּירוש פון רש"י) אָדער לשון קודש (לויט די אַנדערע פּירושים), נאָר אַז דעם אינהאַלט פון דעם וואָרט אברך, האָבן זיי געזאָגט אויף זייער לשון — לשון מצרי. און דער פּסוק דערציילט דעם סיפּור אין זיין אייגענער שפּראַך.

איז דעריבער שווער איינצולערנען אַז דער פּסוק נוצט דאָ לשון ארמי. הן אמת אַז די תורה באַנוצט זיך אַמאָל אויך מיט לשון ארמי, אָבער דאָס איז נאָר ווען דער פּסוק זאָגט אַליין אַ געוויסן ענין (אָדער ווען דער פּסוק דערציילט ווי אַן ארמי האָט עפּעס געזאָגט בלשונו, ווי לדוגמא „ויקרא לו לבן יגר שהדותא"), אָבער אַז דער פּסוק זאָל איבערזעצן פון לשון מצרי אויף לשון ארמי — דאָס לייגט זיך ניט אין שכל. אין אַזאַ פאַל וואָלט געפאַסט אַז דער פּסוק זאָל איבערזעצן די רייד פון די מצריים בלשון הקודשכ, אָדער ער זאָל דער־206ציילן ווי די מצריים האָבן עס געזאָגט, אין זייער שפּראַך.

און אָט די שוועריקייט איז מכריח רש"י'ן צו ברענגען נאָך פּירושים אין „אברך", כאָטש זיי זיינען דברי אגדה. וויבאַלד אָבער אַז אויך די פּירושים זיינען שווער, און זייער שוועריקייט איז פיל גרעסער (ביז זיי זיינען דברי אגדה), נעמט אָן רש"י דעם פּירוש „דין אבא למלכא" אַלס דעם ערשטן און עיקר'דיקן פּירוש.

ד. די קשיות אין דעם פּירוש „אב בחכמה ורך בשנים" זיינען פון צוויי סוגים; א) ס'איז שווער דער לשון „אברך". וואָס דערפאַר נעמט אָן ר' יוסי אַז דער פּירוש איז אַן עיוות הכתובים, וכדמוכח פון זיינע ווייטערדיקע ווערטער (וועלכע קומען בהמשך צו „עד מתי אתה מעוות עלינו את הכתובים") „אין אברך אלא לשון ברכים". ב) אין דעם תוכן הפּסוק והפּרשה, וואָס איבער דעם שרייבט רש"י אויף דעם פּירוש אַז ער איז דברי אגדה. און אויך ר' יהודה נעמט אָן דעם פּירוש אַלס דרש [ווי דער לשון „דרש ר' יהודה", וואָס באַדייט אַז ר"י אַליין האָט עס געזאָגט בדרך דרש], מצד דער שוועריקייט אינעם תוכן הענין שבכתובכא.

די שוועריקייט אין לשון אברך: דער אויסשפּראַך „רך" פּאַסט אויף אַ גאָר יונגן, אויף אַ קינד (ווייל ביי אים זיינען ווייכע ביינער וכיו"ב). אַזוי ווי למשל „הילדים רכים", וואָס דאָרט איז עס אַ טעם אויף דעם וואָס זיי קענען ניט גיין שנעל. קען מען דאָך ניט זאָגן, אַז יוסף זאָל צוליב זיינע יאָרן גערופן ווערן „רך", בשעת ער איז שוין דאַן אַלט געווען דרייסיק יאָר (וואָס „בן שלשים לכח"כב. און צו עשרים איז מען שוין אַ יוצא צבאכג. ובפרט ביי בני יעקב, איז דאָך שוין צו דרייצן יאָר ויקחו איש חרבו גו'כד).

מוז מען דעריבער איינטייטשן, אַז דער תואר רך בשנים אויף יוסף'ן איז בערך זיין חכמה — דער תואר „רך" (בשנים) קומט בהמשך וביחס צום תואר „אב" (בחכמה), וואָס דעריבער זיינען ביידע תוארים אַריינגעשטעלט געוואָרן אין זעלבן וואָרט; לגבי זיין חכמה, הייסט עס, איז ער געווען נאָך גאָר יונגכח, אַזוי ווי אַ „רך", אַ יונגער קינד וואָס זיינע ביינער זיינען נאָך ווייךכ.

מובן אָבער אַז דער פּירוש איז ווייט פון גלאַטקייט, ווייל צוליב אויסדריקן דעם גודל הפלאת החכמה פון יוסף'ן אַז זייענדיק נאָך יונג איז ער שוין געווען אַ חכם מופלג, וועט מען אים ניט רופן מיטן נאָמען „רך", בעת ער איז שוין אַלט געווען דרייסיק יאָר און ניט געווען קיין „רך".

די שוועריקייט אינעם תוכן הפּסוק והפּרשה; אין די פּסוקים רעדט זיך וועגן דעם וואָס יוסף איז געוואָרן207דער משנה למלך — ויסר פרעה את טבעתו מעל ידו ויתן אותה על יד יוסף — אַ צייכן אַז ער מאַכט אים פאַר דעם „שני לו לגדולה", וילבש אותו בגדי שש, וישם רביד הזהב על צוארו, וירכב אותו במרכבת המשנה אשר לו; אויך נאָך „ויקראו לפניו אברך" רעדט דער פּסוק וועגן ענינו דיוסף במלוכה: ונתון אותו על כל ארץ מצרים, ובלעדיך לא ירים איש את ידו ואת רגלו גו'. וואָס פון דעם איז מובן, אַז אויך דער „ויקראו לפניו אברך" וואָס איז אַריינגעשטעלט אינמיטן איז שייך לענין המלוכה [ובפרט נאָך אַז דער „ויקראו" איז געווען בעת יוסף האָט געריטן במרכבת המשנה]. שטעלט זיך במילא די קשיא לויטן פּירוש „אברך — אב בחכמה כו'"; חכמה מיט מלוכה זיינען צוויי באַזונדערע ענינים (אמת טאַקע אַז יוסף איז געקומען צו זיין גדולה מצד דעם וואָס „אין נבון וחכם כמוך", דאָס איז אָבער בלויז אַ סיבה וואָס האָט אים געבראַכט צו זיין גדולה), איז וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער שבח „אברך — אב בחכמה כו'" צום ענין המלוכה?

דעריבער ברענגט רש"י נאָך אַ פּירוש אַז „אברך" איז לשון ברכים. לויט דעם פּירוש איז גוט דער לשון אברך, און עס שטימט אויך מיטן תוכן הכתוב, ווייל דאָס וואָס „הכל היו נכנסין לפניו ויוצאין תחת ידו", ובפרט דאָס וואָס „אברך לשון ברכים", אַז פאַר אים האָט מען זיך געקניט, קומט גוט בהמשך צו דער גדלות פון יוסף'ן, וואָס ער איז געווען אַ משנה למלך.

ה. די שוועריקייט אינעם פּירוש „אברך לשון ברכים" איז מובן פון דברי רש"י גופא, וואָס ער איז מסיים „כענין שנאמר ונתון אותו וגו'", וואָס מיט די ווערטער באַוואָרנט רש"י די שוועריקייט וואָס איז דאָ אויף דעם פּירוש.

אויפן פּסוק „רק הכסא אגדל ממך"כז איז רש"י מפרש „שיהיו קורין לי מלך". אַז דער איינציקער חילוקכח צווישן פּרעה'ן און יוסף'ן איז געווען בלויז — וכלשון הכתוב רק — דאָס וואָס מען האָט אים ניט גערופן מלךכט. שטעלט זיך די שאלה: פאַרוואָס האָט מען אויסגערופן פאַר יוסף'ן „אברך" (לשון ברכים), וואָס באַדייט אַז „הכל היו נכנסין לפניו ויוצאין תחת ידו" אָדער אויך אַז מען האָט זיך געקניט פאַר אים; פאַר אַ מלך איז מען זיך משתחוה בפּישוט ידים ורגלים (ווי עס שטייט טאַקע ווייטערכ בנוגע יוסף'ן: „וישתחוו לו אפים ארצה"), און ניט בלויז כורע אויף די קני. טאָ פאַרוואָס האָט מען משבח געווען יוסף'ן בלויז מיטן תואר „אברך", וואָס לכל היותר מיינט עס אַז מען האָט געקניט פאַר אים?

דעריבער זאָגט רש"י „כענין שנאמר ונתון אותו וגו'", מיינענדיק דערמיט, אַז יוסף'ס גדלות איז געווען בלויז מצד דעם וואָס „ונתון אותו", פרעה האָט אים ממנה געווען, און ער האָט208עס ניט געהאַט מצד עצמו81). און דעריבער איז זיין גדלות ניט געווען בדוגמת גדלות המלך, ער איז געווען בלויז אברך.

[און ס'איז קיין סתירה ניט צו דערויף פון דעם וואָס עס שטייט ווייטער וישתחוו לו אפים ארצה — ווייל דאָרט רעדט זיך וועגן די שבטים, וואָס זיינען געקומען פון ארץ כנען און פילע יאָרן נאָכן ויקראו גו' ונתון גו', איז זעענדיק ווי יוסף פירט אָן מיט גאַנץ מצרים, האָבן זיי אָפּגעשאַצט זיין גדלות כמוך כפרעה — חשוב אתה בעיני כמלךלב, איז דערפאַר — וישתחוו לו אפים ארצה].

אָבער אויך נאָך רש"י'ס באַוואָרעניש „כענין שנאמר ונתון אותו וגו'", בלייבט אַלץ שווער די אויבנדערמאָנטע קשיא; פונעם לשון הפּסוק. „רק הכסא אגדל ממך", קוקט אויס קלאָר, אַז דער איינציקער חילוק צווישן פרעה'ן מיט יוסף'ן איז געווען נאָר דאָס וואָס מען האָט אים ניט גערופן מלך.

דעריבער קערט זיך רש"י אום צו די פריערדיקע פּירושים, אַז אברך מיינט „אבא למלכא" (און מען האָט אים משבח געווען מיטן גרעסטן שבח, ווייל „מלך" האָט מען אים טאַקע ניט גערופן כנ"ל, ובמילא איז זיין גרעסטער שבח געווען „אבא למלכא"), אָדער אַז „אברך" מיינט „אב בחכמה ורך בשנים", וואָס דאָס איז אַ שבח אויף זיין חכמהלח.

ו. דער חילוק צווישן די קשיא אויפן ערשטן פּירוש צו די קשיות אויף די אַנדערע צוויי פּירושים; אינעם פּירוש „דין אבא למלכא" איז שווער בלויז אַ זייטיקער ענין (וואָס דער פּסוק זעצט איבער פון לשון מצרי אויף לשון ארמי), אָבער דער209תוכן הכתוב גופא — ויקראו לפניו אברך — איז ניט שווער. דאַקעגן לויט די אַנדערע צוויי פּירושים איז שווער דער תוכן פון פּסוק; לויטן פירוש „אב בחכמה ורך בשנים" — וואָס מען האָט אים משבח געווען מיט חכמה און ניט מיט מלוכה, און לויטן פּירוש לשון ברכים — וואָס מען האָט אים משבח געווען מיט אַ צו קליינעם שבח.

דעריבער זאָגט רש"י אויף די אַנדערע צוויי פּירושים אַז זיי זיינען „בדברי אגדה". משא"כ אויפן ערשטן פּירוש זאָגט ניט רש"י דרשו רבותינו — כאָטש אויך דער פּירוש איז געבויט אויף אַ גמראה — ווייל טראָץ דעם וואָס אויך דער פּירוש איז ניט אינגאַנצן אַ גלאַטער, איז ער אָבער פאָרט פּשוטו של מקרא.

אין די צוויי פּירושים גופא (וועלכע זיינען דברי אגדה), איז ניט גלייך די שוועריקייט אינעם פּירוש „אב בחכמה ורך בשנים" צו דער שוועריקייט אינעם פּירוש „לשון ברכים": לויטן פּירוש „אב בחכמה ורך בשנים" איז שווער בלויז (ביחס להפּירוש „לשון ברכים") דער לשון הפּסוקלד (וואָס ער רופט אָן יוסף'ן, בעת ער איז געווען שוין אַלט דרייסיק יאָר, מיטן לשון „רך"). דאַקעגן לויטן פּירוש „לשון ברכים" איז שווער דער גאַנצער אינהאַלט פון פּסוק; הלמאי האָט מען אים משבח געווען „אברך" בעת ער איז געווען פיל גרעסער דערפון. און די קשיא איז נאָך גרעסער; לגבי דער גדלות פון יוסף'ן, איז „אברך — לשון ברכים" גאָר קיין מעלה ניט, ובמילא, איז עס גאָר אַ גנאי לגבי איםלה. דעריבער איז רש"י מקדים דעם פּירוש „אב בחכמה כו'" פאַר דעם פּירוש „לשון ברכים".

ז. די באַזונדערע מעלה וואָס איז דאָ אין יעדערן פון די צוויי פּירושים (שבדברי אגדה), דייטעט אָן רש"י אַליין מיט זיין ברענגען די נעמען פון די בעלי המאמר — ר' יהודה און ר' יוסי.

בשעת רש"י ברענגט אַ פּלוגתא פון צוויי תנאים, צי צוויי אמוראים, און ברענגט די נעמען פון די בעלי הפּלוגתא (ניט ווי ער שרייבט ברוב המקומות „יש אומרים כו' ויש אומרים" וכיו"ב), דייט ער אָן דערמיט דעם טעם פון די בעלי הפּלוגתאלו. אַז דאָס וואָס דער תנא לערנט דעם פּירוש און דער אַנדער תנא דעם אַנדער פּירוש איז עס ווייל זיי גייען לשיטתם; מצד דער שיטה פון דעם תנא איז בעסער זיין פּירוש און מצד דער שיטה פון דעם צווייטן תנא איז בעסער דער אַנדער פּירוש.

און דעריבער ברענגט רש"י די210נעמען פון די תנאים און אמוראים (כאָטש ער איז ניט אויסן צו מפרש זיין דעם טעם פון די תנאים ואמוראים, אים איז דאָך נוגע צו מפרש זיין בלויז פּשטות הכתובים), ווייל דורך דעם איז ער במילא מרמז די עדיפות פון יעדן איינציקן פון די פּירושים. אַז די עדיפות וואָס איז דאָ אין יעדן איינעם פון די פּירושים איז בהתאם צו דער שיטה פון דעם תנא וואָס האָט געזאָגט דעם פּירוש.

און אַזוי איז עס אויך אין אונזער רש"י, אַז מיט זיין אָנגעבן ביי די פּירושים די נעמען פון די בעלי המאמר, מאַכט ער קלאָר, אַז די עדיפות אין פּירוש „אב בחכמה כו'" איז מתאים מיט די שיטה פון ר' יהודה'ן, און די עדיפות אין פּירוש „לשון ברכים" איז בהתאם מיט דער שיטה פון ר' יוסי.

ח. אין ספרי פון וואַנען רש"י איז מעתיק די פּלוגתא פון ר' יהודה מיט ר' יוסי — זיינען דאָ נאָך פּלוגתות צווישן די צוויי תנאים. און אויך אין יענע פּלוגתות טענה'ט ר' יוסי צו ר' יהודה'ן: „למה אתה מעוות עלינו את הכתובים". וואָס פון דעם איז קלאָר, אַז אין די אַלע דריי פּלוגתות גייט יעדער איינער, סיי ר' יהודה און סיי ר' יוסי, לויט זייער אייגענער אויסגעהאַלטענער שיטה:

ר' יהודה שטעלט זיך ניט אָפּ אַזוי פיל אויף דעם פּרטית'דיקן וואָרט. ער קוקט מער ובעיקר אויפן כללות הענין; אויב מצד דעם כללות הענין שטימט דער פּירוש, לערנט ער אים איין אין פּסוק, כאָטש ס'איז ניט מתאים אַזוי שטאַרק מיטן פּרטית'דיקן וואָרט. (אַזוי ווי „ודי זהב" וואָס ר' יהודה לערנט (בספרי שם) אַז עס גייט אויפן עגל, און „חדרך" — אויף משיח'ן, מצד דעם וואָס אַזוי פּאַסט זיך צום כללות תוכן הכתוב — כאָטש מצד די ווערטער אַליין וואָלט מען בעסער געזאָגט אַז זיי זיינען נעמען פון ערטער). און ר' יוסי טענה'ט „למה אתה מעוות עלינו את הכתובים", אַזוינע פּירושים זיינען אַן עיוות הכתובים, מצד דעם וואָס מצד די ווערטער קוקט אויס אַז „מקומות הן".

(ובדוגמת הפּלוגתות פון ר' יהודה מיט ר' נחמי', וואָס ר"י שטעלט זיך אָפּ אומעטום אויפן כללות הענין, און ר"נ — אויפן פּרט. ווי גערעדט שוין כמה דוגמאות בזה).

און אַזוי אויך בנוגע דעם פּירוש פון „אברך", איז ר' יהודה לערנט אַז עס מיינט „אב בחכמה כו'", בכדי עס זאָל שטימען בעסער דער תוכן הענין (און כאָטש אַז אויך דער תוכן הענין איז ניט אַזוי גלאַטיק לויט דעם פּירוש, וואָס דערפאַר נעמט אָן ר' יהודה דעם פּירוש אַלס „דרש" (כנ"ל סעיף ד') — איז עס דאָך אָבער אַלץ בעסער ווי דער פּירוש „לשון ברכים"לז), און ר' יוסי לערנט אַז עס מיינט „לשון ברכים", בכדי עס זאָל שטימען בעסער דער טייטש פון וואָרטלח.

211ט. אין פּירש"י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה"ל, ובפרט די „דברי אגדה" וואָס ברענגען זיך אין רש"י, וואָס אין אגדה זיינען גנוזים רוב סודות התורהמ — איז אין די צוויי פּירושים פון דברי אגדה וועלכע רש"י ברענגט [וואָס לויט די שיטה פון ר' יהודה'ן, וואָס קוקט בעיקר אויפן כללות הענין, קומט אויס אַז מען האָט זיך משתחוה געווען צו יוסף'ן בפּישוט ידים ורגלים, וואָרום רק הכסא אגדל ממך — כנ"ל. לויט דער שיטה פון ר' יוסי, וואָס קוקט בעיקר אויפן פּרטית'דיקן וואָרט, קומט אויס אַז מען האָט זיך בלויז כורע געווען צו אים] איז מרומז אַן ענין פון פּנימיות התורה.

דער חילוק פון כריעה ביז השתחואה איז, אַז השתחואה איז ביטול במציאות, און כריעה איז ביטול הישמא. און אין דעם באַשטייט די פּלוגתא, וואָס פאַר אַ מדריגה פון ביטול האָט יוסף ממשיך געווען אין מצרים. מצד מדריגת יוסף (שהי' נשמה דאצילות, למעלה מהשבטיםמב), האָט ער געקענט פּועל'ן ביטול במציאות. די שאלה אָבער איז, צי אָט די המשכה פון יוסף צדיק עליון, האָט געקענט נתקבל ווערן ביי די אנשי מצרים, ערות הארץ, אַז אויך זיי זאָלן האַלטן ביי ביטול במציאות. (וואָס דעריבער איז אויך לויט שיטת ר' יוסי אַז מען האָט זיך בלויז כורע געווען פאַר יוסף'ן, איז אַ דבר פּשוט, כמפורש בקרא, אַז די שבטים האָבן זיך משתחוה געווען לפניו אפים ארצה. די שאלה איז נאָר בנוגע מצרים).

דעריבער איז ר' יהודה, וואָס קוקט בעיקר אויפן כלל — בחי' המשפּיע — רעדט דעם ענין ווי ער איז נמשך געוואָרן מצד יוסף'ן. משא"כ ר' יוסי וואָס קוקט בעיקר אויף די פּרטים — ווי די המשכה ווערט נתצמצם ונתפּרט לפּרטים ביז זי קען נתפס ווערן ביי דעם מקבל — רעדט דעם ענין ווי ער איז נתקבל געוואָרן ביי די מצריים, און ווי זיי האָבן עס אויפגענומען, איז עס געווען בלויז ביטול הישמג.

212יו"ד. נאָך אַן ענין; לויט די דיעה אַז מען האָט זיך משתחוה געווען צו אים איז דער טייטש פון אברך; אב בחכמה ורך בשנים. (און די נקודה איז — אב בחכמה, וואָרום דער „רך בשנים" קומט בלויז אַרויסברענגען די הפלאה פון זיין חכמה, כנ"ל סעיף ד'). און לויט די דיעה אַז מען האָט זיך בלויז כורע געווען צו אים, איז דער פּירוש פון אברך; לשון ברכים.

און אויך אין דערויף איז מרומז אַן ענין פון פּנימיות התורה; מצד בחינת חכמה — אבא, אין וועלכער ס'איז נרגש אַז הוא לבדו הוא ואין זולתומד, קומט אַרויס ביטול במציאות. און מצד ברכים, בחי' נה"י — ביטול הישמה.

(משיחת ש"פ מקץ תשכ"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-4w46h12h

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources