Likkutei Sichos
Devarim
1087א. די גמרא זאָגטא), אַז דעם ספר דברים האָט משה רבינו געזאָגט „מפּי עצמו". זאָגט אויף דעם תוספות; „וברוה"ק".
אין רוח הקודש זיינען פאַראַן אַ סך מדריגות. אויף משה רבינו שטייט 38)), „ולא קם נביא עוד בישראל כמשה", איז מובן, אַז דער רוח הקודש פון משה רבינו איז געווען בתכלית המעלה; דערצו איז דאָך ספר דברים, משנה תורה, אַ חלק פון תורה שבכתב — איז דאָך זיכער אַז דאָס וואָס משה האָט געזאָגט משנה תורה „מפּי עצמו", מיינט עס ניט צו זאָגן אַז ס'איז ניט געווען מפּי הגבורה ח"ויז), וואָרום דער רמב"ם פּסק'נט*) דאָך, אַז אויב עמעצער זאָגט וועגן איין וואָרט פון דער תורה, אַז משה רבינו האָט דעם וואָרט געזאָגט פון זיך אַליין — איז ער אַ „כופר", און מכל־שכן אַז ס'איז ניט שייך צו זאָגן וועגן אַ גאַנצן ספר פון תורה שבכתב, אַז משה האָט אים געזאָגט פון זיך אַליין. מח מען זאָגן, אַז „מפּי עצמו" מיינט, אַז משה רבינו האָט דעם ספר דברים געזאָגט מיט רוח הקודש, ווי אלקות האָט זיך אָנגעטאָן און איז געוואָרן פאַראיינציקט מיט משה'ן, וכמאמרח) „שכינה מדברת מתוך גרונו של משה", וואָס דעריבער האָט משה געזאָגטח) „ונתתי מטר גו' ונתתי עשב גו'" (איך וועל געבן כו'), ווייל דאָס האָט די שכינה גערעדט פון זיין האַלז.
דער חילוק צווישן משנה תורה און די פריערדיקע פיר ספרים איז בלויז אין דעם אופן ווי אַזוי זיי זיינען אַנטפּלעקט געוואָרן דורך משה רבינו צו אונז; די פיר ספרים, כאָטש אויך זיי זיינען צו אונז געקומען דורך משה'ן (נאָר „אנכי ולא יהי' לך — מפּי הגבורה שמענום", אָבער אויף אַלע אַנדערע תרי"א מצוות שטייט: „תורה צוה לנו משה", תורה בגימטריא תרי"א)ז), האָט זיי אָבער משה איבערגעגעבן נאָר ווי אַ שליחח), מה שאין כן משנה תורה האָט משה רבינו אונז איבערגעגעבן ווי ער וואָלט עס געזאָגט „מפּי עצמו", ניט ווי אַ שליח, ווייל די שכינה האָט זיך אָנגעטאָן אין זיין השגה און זיך פאַראיינציקט מיט אים, און גערעדט „מתוך גרונו של משה"
און על דרך זה איז עס אויך בנוגע אַלע חידושי תורה וואָס זיינען צו אונז נתגלה געוואָרן דורך די תנאים ואמוראים און די אַלע תלמידי חכמים1088שבכל דור ודור — וואָס זיי ווערן אָנגערופן מיטן נאָמען „משה"י) — אַז „כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש בתורה הכל ניתן למשה מסיני"יא), אַז אַלע חידושי תורה פון די תלמידי חכמים זיינען געגעבן געוואָרן צו משה'ן פון דעם אויבערשטן און זיינען דבר הוי' ממשיב). ס'איז נאָר וואָס דער דבר הוי' האָט זיך אָנגעטאָן אין זייער השגה (ומובן, אַז עס זיינען פאַראַן כמה חילוקים אין דעם אופן ההתלבשות, אָבער דאָס איז אַלץ דבר הוי' ממש).
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז כשם ווי אין משנה תורה זיינען ניט נאָר צוגעקומען נייע ענינים, נאָר עס זיינען אויך ערקלערט געוואָרן אַ סך ענינים פון די פריערדיקע ספרים, וואָס אָן משנה תורה וואָלט מען אויך די ענינים ניט געוואוסט, אַזוי איז עס אויך בנוגע די חידושים און תקנות שבכל דור ודור, אַז אויב מ'היט ניט אָפ די תקנות וכו' פון „אתפּשטותא דמשה בכל דרא ודרא"יג), איז ניט נאָר וואָס עס פעלט אין די תקנות וכו' אַליין, וואָס זיי זיינען דאָך דבר הוי' ממש, נאָר עס פעלט אויך אין די פריערדיקע. און ווי עס שטייט אין מכילתא אויפן פּסוקיד) „ויאמינו בהוי' ובמשה עבדו", אַז דער וואָס גלויבט אין רועה נאמן איז כאילו ווי ער גלויבם אין הוי', און דער וואָס רעדט אויף רועה נאמן איז כאילו ווי ער רעדט אויפן אויבערשטן.
ב. משנה תורה איז געזאָגט געוואָרן צום דור וועלכע זיינען אַריינגעקומען אין ארץ ישראליח). קען מען דערמיט מבאר זיין פאַרוואָס האָט דאַן געדאַרפט זיין דער סדר פון „מפּי עצמו", דער גילוי אלקות האָט געמוזט דורכגיין דורך אַ ממוצע המחבר; בכניסה לארץ ישראל האָט זיך ביי די אידן אָנגעהויבן אַ סדר עבודה פון „ארץ נושבתיח), פון אָנטאָן זיך אין דברים גשמיים און זיי מברר זיין. דעריבער האָבן זיי קומענדיק אין ארץ ישראל ניט געקענט מקבל זיין דעם אור אלקי אָן אַ ממוצע, ווי דאָס איז געווען ביים דור המדבר, וועלכע האָבן געקענט נעמען דעם אור אָן דער התלבשות פון אַ ממוצע, ווייל אין מדבר זיינען זיי געווען אויסגעטאָן פון גשמיותיז).
און אַזוי איז אויך שפּעטער, פון דור צו דור; וואָס נידעריקער די דורות זיינען געוואָרן, אַלץ אין מער לבושים האָט זיך דער דבר הוי' אָנגעטאָן (וואָס אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן תורה שבכתב (אפילו משנה תורה) און תורה שבעל־פּה, תנאים, אמוראים, גאונים, ראשונים און אחרונים). וואָרום בכדי אַז דער אור זאָל קענען אָנקומען1089צו אַ נידעריקערן דור, האָט ער געדאַרפט אַראָפּקומען אין מערער התלבשות. די אַלע חילוקים זיינען אָבער בלויז בנוגע לבושים אין וועלכע די תורה האָט זיך אָנגעטאָן, אָבער אין דעם מהות איז ניטאָ קיין אונטערשייד ; אַלע חלקי התורה, פון די ד' ספרים הראשונים ביז די חידושי תורה פון אַן אחרון (אַזאַ וואָס איז אָנגענומען בתפוצות ישראל) *א) זיינען זיי דבר הוי' ממש, „וכולם מרועה אחד ניתנו"י).
ג. מ'האָט שוין אַמאָל גערעדט*1)), אַז אין דער עבודה בכניסה לארץ ישראל איז פאַראַן אַ מעלה אויף דער עבודה אין מדבר, וואָרום דוקא דורך דער עבודה מיט דברים גשמיים נעמט מען עצמות, ווייל „נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים"כ), דוקא „בתחתונים" (התלבשות אין גשמיות) מאַכט מען אַ דירה לו יתברך, לעצמותו. אין מדבר איז די השפּעה מלמעלה טאַקע געווען אָן לבושים; לחם מן השמים, מים מבארה של מרים וכו', מה שאין כן אין ארץ ישראל האָט זיך אָנגעהויבן אַ סדר פון לבושי הטבע — ס'איז טאַקע „וברכך הוי' אלקיך", אַז דער אויבערשטער וועט דיר געבן די ברכה, דאָך איז די ברכה אָנגעטאָן אין „אשר תעשה" אין דער עשי' בדרכי הטבע — אָבער בנוגע דעם מהות פון דער השפּעה אלקית, איז ניט נאָר אַז אין ארץ ישראל האָט זיך אין דעם גאָרניט געפעלט, נאָר אדרבה, „טובה הארץ מאד מאד", דוקא אין ארץ ישראל נעמט מען דעם „מאד מאד"לא), בלי גבול האמיתי.
דערפון איז מובן אויך בנוגע תורה אַז ניט נאָר וואָס אין משנה תורה פעלט גאָרניט אין מהות לגבי די פריערדיקע פיר ספרים, נאָר אדרבה, אין דעם חלק פון תורה שטייט רצון העליון מער בגלויכח). דורך מקיים זיין די הוראות פון משנה תורה ווי עס זאָל זיין די אויפפירונג אין ארץ ישראל, נעמט מען רצון העליון בגלוי.
על דרך זה איז עס אויך בנוגע די חידושי תורה און תקנות פון רבותינו שבכל דור ודור, אַז וואָס אַ דור ווייטער און נידעריקער, אַלץ העכער איז דער אור אלקי אין די חידושים און תקנות פון יענעם דור. וואָרום דוקא דורך מקיים זיין אָט־די הוראות און תקנות וועט מען צוקומען צו אַלע יעודים ביז צום גלוי פון ולא יכנף עוד מוריך — בביאת המשיח.
(דאָס איז אויך מובן פון דעם וואָס משנה תורה איז אויך מבאר די פריערדיקע ספרים און טראָגט זיי אַראָפּ אַז אויך מיר זאָלן זיי קענען נעמען כנ"ל: דער כח אויף אַראָפּטראָגן נידעריקע— נעמט זיך פון אַ העכערן אָרט).
דאָס איז אויך דער רמז אין דעם סיום פון משנה תורה „עד הים האחרון" ואמרו רז"לכח) „עד היום האחרון"; משנה תורה איז, ווי געזאָגט, דער דבר הוי' ווי ער איז אָנגעטאָן אין „מפּי עצמו" פון משה'ן ואתפּשטותא דילי' שבכל דרא און אין די תלמידי חכמים וואָס ווערן אָנגערופן בשם משה — איז אין דעם סיום1090פון משנה תורה, ד.ה. דורך די לעצטע הוראות פון די חכמים שבדורות האחרונים, נעמט מען די גילויים וואָס וועלן זיין „ביום האחרון", גילוי דלעתיד.
ד. די התחלה פון משנה תורה לייענט מען אַלע מאָל דעם שבת וואָס פאַר תשעה באב (אָדער בתשעה באב גופא, ווען ער פאַלט אויס אום שבת). על־פּי הנ"ל וועט ווערן פאַרשטאַנען די שייכות פון משנה תורה מיט די טעג פון בין המצריםכד) ;
דער צמח צדק איז מבאר*)), אַז די שבתים פון בין המצרים זיינען אַן ענין פון „מקדים רפואה". ווען די רפואה קומט נאָך דער מכה, איז דאָך דאָ אַ זמן אַז עס איז נאָר מכה, נאָר דערנאָך איז געקומען די רפואה און האָט איר אויסגעהיילט (אויך נאָך דער רפואה פאַרבלייבט אַ רושם פון דער מחלה, און דער מענטש ווערט אָנגערופן „חולה שנתרפּא"), משא"כ ווען מקדים רפואה למכה, איז דאָך באמיתית הענין*)) קיינמאָל קיין מכה ניט געווען. די רפואה איז פריער (במעלה), העכער, און עס איז ניטאָ קיין נתינת מקום פאַר אַ מכה. און דאָס מיינט אַז די שבתים פון בין המצרים זיינען רפואה קודם למכה; די שבתים זיינען אינגאַנצן העכער און גיבן ניט קיין אָרט צו דעם ענין פון בין המצרים.
און דאָס איז אויך פאַרשטאַנדיק; דער שורש פון אַלע חטאים איז דער חטא עץ הדעת "), דער חטא (היפך פון נר מצוה ותורה אור) האָט געבראַכט חושך און לילה אין וועלט, און פונדעסטוועגן איז „ל"ו שעות שימשה אותה האורה"38)), בשבת בראשית איז ניט געווען קיין חושך — עס איז געווען ליכטיק זעקס און דרייסיק שעה (פון פרייטיק אינדערפרי ביז מוצאי שבת), ווייל שבת איז ניטאָ קיין רושם פון דעם חטא און דעם חושך וואָס קומט פון אים. איז פּונקט ווי אין שבת האָט ניט אָנגערירט דער חטא עץ הדעת, שורש כל החטאים, אַזוי רירן דאָרט אויך ניט אָן די אַלע אַנדערע חטאים, וועלכע נעמען זיך פון חטא עץ הדעת, במילא אויך ניט חורבן וגלות וועלכע קומען אַרויס פון זיי *כח).
דערפאַר איז דער דין*), אַז אין די שבתים שבבין המצרים — אויך אין דעם שבת וואָס איז אין די ניין טעג, און אפילו אין דעם שבת אין וועלכן עס פאַלט אויס תשעה באב — טאָר מען אין זיי ניט נוהג זיין קיין אבילות פון בין המצרים, אדרבה, ס'איז אַ מצוה להתענגל) ולשמוחלא) בשבת.1091ווייל לגבי דער בחינה פון שבת זיינען ניטאָ קיין מנגדים, העלמות והסתרים.
נאָך מערער; די שבתים שבבין המצרים איז דאָך ענינם (כדברי הצמח צדק) רפואה (קודם למכה) — זיי דאַרפן היילן די מכה פון חורבן; ס'איז ניט נאָר סתם אַן ענין פון שבת, וואָס אין זיין דרגא איז ניטאָ קיין חורבן, נאָר די שבתים קומען און ווערן נמשך אין בין המצרים, אויף צו מאַכן פון זיי אַ „נחלה בלי מצרים". דאָס הייסט, אַז די שבתים זיינען העכער פון די שבתים פון אַ גאַנץ יאָר. אַלע שבתים פון יאָר זיינען העכער פון השתלשלות, און דערפאַר רירט אין זיי ניט אָן קיין חטא און זיי האָבן ניט צו טאָן מיט גלות, אָבער די שבתים זיינען אויך אַ רפואה, זיי היילן און מאַכן איבער דעם בין המצרים, דעם גלות אַליין; זיי זיינען מגלה די פּנימיות הענין פון גלות גופא, ווי ער איז אַ הכנה צו דער גאולה. זיי זיינען מעין פון דעם „יום שכולו שבת", וואָס לעתיד וועט מען זאָגן „אודך הוי' כי אנפת בי", אַז עס וועט נתגלה ווערן די פּנימיות המעלה פון דעם „אנפת", פון גלות.
און אויך דער ענין ווערט מרומז אין נגלה, ביז דאָס ווערט אויך אויסגעדריקט אין אַ הלכה; אין די שבתים פון בין המצרים דאַרף מען מער ווי אין אַנדערע שבתים פון יאָר, פאַרהיטן דעם חשש פון אבילות (איינער וואָס פלעגט בשבת טראָגן שטעק־שיך אירעו אבל ר"ל. האָט ער געפרעגט ביים טאַטן, צי ער מעג טראָגן די שטעקשיך דעם שבת וואָס אין דער וואָך פון אבילות. האָט אים דער טאַטע גע'פּסק'נט, אַז ער זאָל עס ניט טאָן, בכדי ניט צו געבן קיין אָרט פאַר אַ חשש פון אבילות בשבת)א).
אַזוי ווי אַלע ענינים ווערן נמשך דורך תורה, דערפאַר הויבט מען אָן צו לייענען דעם ספר דברים, אין דעם שבת פאַר תשעה באבלא). דוקא אין דעם שבת, וואָס איז מגלה די פּנימיות פון גלות, לייענט מען דעם ספר דברים, וואָס ענינו — בחיצוניות — איז דברי מוסר אַף דער ירידה כו', אָבער דוקא דורך דעם קומט מען צו „עד הים האחרון" — „עד היום האחרון", בגאולה העתידה על ידי משיח צדקנו, בקרוב ממש*)).
ש"פ מו"מ תשי"ז)
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-zafg0d5h