Likkutei Sichos
20 Av
1103עשרים באב
א. דעם איינציקן מאָל וואָס איך ציילט דאָרטן, אַז כ' אב איז געווען האָב לע"ע געפונען עס זאָל דערמאָנט אַ יום טוב ביי אַ געוויסער משפחה, ווערן אין ש"ס דער טאָג עשרים באב) צוליב דעם וואָס אין דעם טאָג האָט איז אין מסכת תענית 1)). די משנה דער־מען גענוצט זייער האָלץ אויפן מזבח
אין בית המקדש. ס'איז געווען אַ צייט
) הוא יום ההילולא של הרה"ג הרה"ח ווען אין דער לשכה איז ניט געווען וכו' מוהר"ר לוי יצחק ז"ל שניאורסאהן קיין האָלץ, האָבן דאַן געוויסע משפּחות (אביו של כ"ק אדמו"ר שליט"א). נפטר זיך מתנדב געווען צו ברענגען האָלץ אמ ט מת ממז ר מ עאט אם אלן אס עם א).
געבראַכט איין משפּחה, האָט עס דאַן
1) כו, א. — עשרים באב הוא ארבעים מנדב געווען אַ צווייטע, א.ז.וו. האָט מען יום קודם ר"ה. ומצאתי ב"מנהגי הק"ק בית מתקן געווען, אַז אין דעם טאָג וואָט א־ל יכב"ץ" (נדפסו בס' דברי שלום): ביום אַ משפּחה האָט דאַן געבראַכט האָלץ, ך לחודש אב עושים התרת נדרים שהואַ זאָל מען אין דעם טאָג נוצן פון איר ארבעים יום קודם ר"ה — אבל לא ראיתי האָלץ אויך אין דער צייט ווען ס'איז מהתחת העבו(אן בר"אבב שואעיי, פאַראַן האָלץ אין דער לשכה, און דער יום קודם יו"כ (שנק' ג"כ בשם ר"ה —
אני לדודי ש"ת פ"ג.1104טאָג איז געווען דער יום טוב פון דער משפּחה *)).
וועגן דער משפּחה וואָס האָט מנדב געווען האָלץ בעשרים באב, איז פאַראַן אין גמרא צוויי דיעותח): ר' מאיר זאָגט „הן הן בני דוד בן יהודא" און ר' יוסי זאָגט „הן הן בני יואָב בן צרוי'". ולכאורה, ווי איז שייכות אַ פלוגתא אין אַ מציאות? נאָך מער; ס'איז דאָך „אלו ואלו דברי אלקים חיים")), איז ווי קען עס זיין בענינינו? ויש לומר, אַז די אויבנדערמאָנטע פלוגתא צווישן ר"מ און ר"י, איז ניט אין מציאות; צי ס'איז געווען די משפּחה אָדער אָן אַנדערע — נאָר ביידע רעדן וועגן איין און דער זעלבער משפּחה וואָס האָט געשטאַמט פון ביידן, פון דוד'ן און פון יואב'ן (דורך זייער מתחתן זיין צווישן זיך)ח), און די מחלוקת פון ר' מאיר און ר' יוסי איז; דורך וועלכער מעלה און חשיבות פון דער משפּחה, איז געקומען זייער מנדב זיין עצים למזבח בעשרים באב. ר' מאיר האַלט, אַז דער זכות פון דוד המלך האָט עס ביי זיי אַרויסגערופן, און ר' יוסי האַלט אַז דער זכות פון יואב בן צרוי' האָט עס ביי זיי אַרויסגערופן*5.
ב. אין וואָס איז באַשטאַנען דער גודל המעלה פון נדבת עצים בעשרים באב, וואָס צוליב דעם זוכט מען ביי דער משפּחה אַ ספּעציעלע נתינת כח און זכות אבות?
די גמרא זאָגטח) ; „מחמשה עשר באב ואילך תשש כחה של חמה ולא היו כורתין עצים למערכה לפי שאינן יבשין" (פון חמשה עשר באב און ווייטער ווערט שוואַכער די קראַפט פון דער זון און פון דאַן אָן האָט מען שוין ניט געשניטן קיין ביימער פאַר דער מערכה (פון מזבח), ווייל זיי זיינען ניט טרוקן). דער דין איזז) אַז ווערימדיק האָלץ איז פּסול צום מזבח, און דעריבער, בשעת „תשש כחה של חמה", האָט מען חושש געווען אַז די עצים זיינען ווערימדיק.
די ערשטע נדבת עצים נאָך חמשה עשר באב איז געווען בעשרים באב. דאָס האָלץ האָט מען געמוזט שניידן פריער כנ"ל, און די בני המשפּחה האָבן עס געבראַכט פאַרן מזבח בעשרים באב, אין אַ צייט ווען קיין אַנדערע גוטע האָלץ האָט מען שוין ניט געקענט שניידן. ועוד; זיי האָבן געהאַט אינזינען כמה זמן איידער מ'האָט געדאַרפט די האָלץ, חוקר זיין וועגן דעם וכו' און צוגרייטן אויף שפּעטערח). און דעריבער האָט די נדבת עצים פון דעם טאָג, עשרים באב (און אויך די נדבה פון דער משפּחה וואָס האָט מנדב געווען נאָך זיי — בעשרים באלול) אַ חשיבות וואָס איז1105ניטאָ באַ די נדבות פון יענע משפּחות וואָס האָבן מנדב געווען פריער, וואָרום זיי האָבן געגעבן האָלץ אין אַ צייט ווען מען האָט עס געקענט שניידן פון דאָס ניי. און ווייל די נדבות פון נאָך חמשה עשר באב, זיינען געווען ספּעציעל חשוב, דעריבער קלערט די גמרא, פון וואַנען עס האָט זיך גענומען אַזאַ פּעולה חשובה ביי די משפּחות)).
ג. נאָך מער; די עצים אַליין זיינען קיין קרבן ניט געווען. מ'האָט זיי געדאַרפט האָבן למערכה אויף וועלכע מ'האָט מקריב געווען קרבנות. דער קרבן אַליין — וועלכן מ'האָט פאַרברענט אויף די עצים — איז ניט געווען דוקא זייערער, אָדער מקרבן צבור (וואָס זיי זיינען אַ טייל פון צבור) — עס זיינען געויען קרבנות פון אַלע אידן. ועוד יותר; צווישן די קרבנות זיינען געווען אויך חטאות, אשמות וכדומה, וואָס עס האָבן געבראַכט בעלי עבירות אַלס כפּרה אויף זינד. פונדעסטוועגן האָבן די משפּחות חוקר געווען מיט אַ צייט פריער וכו' — כנ"ל — ניט צוליב זיך אַליין, נאָר בכדי צו אַרויסהעלפן אַ אידן וואָס איז דורכגעפאַלן אין אַן עבירה, אַז ער זאָל קענען מקריב זיין אַ קרבן וואָס זאָל אויף אים מכפּר זיין.
און נאָך אַ גרעסערער ענין; אָט־דער אָפּגעבן אַ זאַך וועלכע מען קען ניט קריגן, אויף צו אַרויסהעלפן אַ זינדיקן אידן, איז געווען מיט שמחה, ביז אַז מען האָט דעם טאָג, יום קרבן עצים, געמאַכט פאַר אַ יום טוב פון דער משפּחהי).
און אין דעם איז די פּלוגתא פון ר"מ מיט ר"י, צי דער כח פאַר אַזאַ הנהגה האָט זיך גענומען פון דוד המלך אָדער פון יואב בן צרוי'.
ד. די גמרא זאָגטיא); „אילמלא דוד לא עשה יואב מלחמה ואילמלא יואב לא עסק דוד בתורה" — דאָס וואָס יואב האָט מצליח געווען אין זיינע מלחמות, איז עס דורך דעם זכות פון דוד'ן וואָס האָט זיך עוסק געווען אין תורה און דאָס וואָס דוד האָט געקענט לערנען תורה אָן טרדותיב), איז עס דורך דעם וואָס יואב איז געגאַנגען צוליב אים במלחמה.
(פון דעם וואָס די צוויי ענינים דרש'נט מען פון זעלבן פּסוק, איז אַ ראי' אַז ביידע ענינים האָבן אַ שייכותיג). און דערפאַר יש לומר, אַז דאָס וואָס יואב האָט מצליח געווען מצד דעם עסק התורה פון דוד'ן, איז עס ניט בלויז מצד דוד'ס זכות, נאָר מצד דעם וואָס יואב האָט געהאַט אַ חלק אין דוד'ס תורה, וואָרום „אילמלא יואב לא עסק דוד בתורה", און דערפאַר האָט תורתו של דוד אים געהאָלפן).
1106דער חילוק צווישן די עבודה האמורה פון דוד'ן מיט יואב'ן איז; ביי ביידן איז געווען ביטול און מסירת נפש. נאָר דער ביטול פון דוד'ן האָט זיך אין דער עבודה אויסגעדריקט בפּועל אין לימוד התורה (וואָס דאָס איז דאָך די מעלה פון תורתו של דוד, אַז זיין לימוד איז געווען מיט ביטול, וואָס דערפאַר איז „והוי' עמו, שהלכה כמותו")יד), און דער ביטול און מסירת נפש פון יואב'ן האָט זיך אויסגעדריקט אין דער עבודה פון האָבן צו טאָן מיט וועלט, ביז — מיט אומות העולם וואָס האָבן מנגד געווען, צו לוחם זיין מיט זיי, און אויפמאַכן דאָרט אַ דירה לו יתברך.
מצד ענין ההתכללות וואָס איז דאָ אין קדושה, האָט יעדער איינער פון זיי אַרויסגעהאָלפן דעם צווייטןיח); יואב'ס מלחמה האָט געהאָלפן דוד'ן צו לערנען, און דוד'ס לימוד התורה האָט געהאָלפן יואב'ן צו מצליח זיין אין מלחמה. אָבער דאָך איז געווען אַן אונטערשייד צווישן זיי; דער עיקר ענין פון דוד'ן דאַמאָלס איז געווען — תורה און ער איז געווען אָפּגעזונדערט פון וועלט, און דער עיקר ענין פון יואב'ן איז געווען — מלחמה און טאָן אין וועלט.
און אין דעם באַשטייט די פּלוגתא פון ר'*) מאיר מיט ר' יוסי, ווער איז געווען העכער; ר' מאיר איז פון לשון אורי), העכער פון (העלם ה)עולםיז), דעריבער האָט ער זיך געקאָכט אין דעם ענין פון ביטול שבתורה אור — דוד, און ר' יוסי איז בגימטריא אלקיםיח), בגימטריא הטבעיט), דעריבער האָט ער זיך געקאָכט אין דער מעלה פון מלחמה און עבודת הבירורים — יואבכ).
ה. נאָך אַ הסברה אין דעם: מיר געפינען בכמה מקומותכא) אַ פּלוגתא פון בבלי מיט ירושלמי צי מען איז מחוייב צו טאָן אַ הכבדה קלה בכדי אַז לאחר זמן זאָל אַרויסקומען דערפון אַ תועלת גדולה. שיטת הירושלמי איז אַז וויבאַלד די הכבדה איז שלא בערך אַנטקעגן די תועלת, איז כאָטש1107אַז די תועלת וועט ערשט אַרויסקומען לאחר זמן, איז מען מחוייב צו טאָן עס. און שיטת הבבלי איז אַז מען דאַרף זיך רעכענען מיטן מצב ההוה ; וויבאַלד אַז די הכבדה איז שוין איצט און די תועלת וועט ערשם זיין לאחר זמן, איז הגם אַז די תועלת איז אַ גרעסערע, וועגט זי ניט איבער די הכבדה שבהוה.
די תועלת וואָס דוד האָט געקענט לערנען תורה בלב פּנוי, איז טאַקע פיל גרעסער פון די שוועריקייט וואָס יואב האָט געהאַט ביי זיין גיין אין מלחמה, אָבער זי איז געקומען לאחר הליכת יואב במלחמה. במילא, איז לויט שיטת הירושלמי, האָט יואב געדאַרפט גיין במלחמה, און לשיטת הבבלי, האָט יואב געטאָן אַ זאַך אין וועלכע ער איז ניט געווען מחוייב. און דעריבער, איז ר' מאיר — אור (ישר, ירושלמי) — האַלט, אַז דער עיקר גרויסקייט איז געקומען פון דוד'ן, וואָרום יואב איז דאָך געווען מחוייב צו מלחמה האַלטן, און ר' יוסי — (בירור הטבע — במחשכים, בבלי) — האַלט, אַז דער עיקר גרויסקייט איז געקומען פון יואב'ן, וואָרום ער האָט געטאָן אַ זאַך אין וועלכע ער איז ניט געווען מחוייב.
בשעת איינער האָט אַ זאַך וואָס אַן אַנדערע אַזאַ — קען מען ניט קריגן אויף דער גאַנצער וועלט, דאַרף ער גרייט זיין דאָס צו אַוועקגעבן צוליב העלפן אַ צווייטן אידן, אפילו אַזאַ וואָס איז נכשל געוואָרן אין אַ חטא, און אפילו אַז ס'וועט גאָר ניט אָנגערופן ווערן אויף זיין נאָמען. און נאָך מערער; ער דאַרף עס האַלטן פאַר אַ זכות וואָס אַ צווייטער איד איז געהאָלפן געוואָרן דורך אים, ביז אַז ער איז בשמחה אמיתית און ער מאַכט דערפון אַ יום טוב משפּחה.
ובכדי צו פּועל'ן דעם חוש ביי בנים („הן הן בני דוד כו' הן הן בני יואב כו'") — כפּשוטו אָדער ביי „בניך אלו התלמידים"32)), דאַרף זיין די אייגענע הנהגה דורכגענומען מיט דער תנועה פון מסירת נפש. און — סיי דער וואָס איז אַ יושב אוהל און עיקר ענינו איז תורה, סיי דער וואָס איז אַ בעל עסק און עיקר ענינו איז מלחמת ועבודת הבירורים, דאַרף זיין עבודה זיין מיט ביטול ומסירת נפש.
און דאַן האָדעוועט מען אויף אַ דור וואָס איז גרייט צו אַוועקגעבן, און אַוועקגעבן בשמחה, וואָס זיי האָבן, צוליב אַ צווייטן אידן. וגדולה מעלת אהבת ישראל, אהבת חנם317)), (היפּך פון שנאת חנם וועלכע האָט געבראַכט דעם חורבן)44)), אַז זי וועט ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה, בקרוב ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-vgee02vj