Likkutei Sichos
Pirkei Avos 4
1212פּרק רביעי
א. אין פערטן פּרק פון אָבות זאָגט איז דאָך מובן, אַז דאָס וואָס ער די משנה; „והוי שפל רוח בפני כל ברענגט אין תניא די גירסא „האדם", אדם". זיינען דאָ פאַראַן צוויי גרסאות;
א) „בפני כל אדם" (אָן אַ ה"א) ; ב) אשר פעם מצא מהרי"ל מיאנוביטש את דאר אבר ב אאן אדר אא מא בממז א מת ר זרד אר. גורס „אדם", אָן אַ ה"א, און די גירסא ויאמר לו: „הנה זה שבוע השלישי שהנני ברענגט ער אויך בכמה מקומות אין מתבונן בכתיבת תיבה זו — והראה על חסידות. אָבער אין תניא פּרק למ"ך הגליון הכתוב, מספר התניא, שהי' מונח א אר 7 רא ט מת דר מרא מרק מא מר.
ס'איז ידוע, אַז דער אַלטער רבי וכתב ועיקרה). ואמר בזה"ל: אויף אַ וא"ו האָט מדייק געווען אין תניא אויף יע־ אין בינונים*) מאג מען אוועקגעבן זעכס דער וואָרט און אות בחסר ויתיר"). וערןן און גיףמערייעערואך מעט
אויף יעדער אות החיבור וואָס עס איז מבא אר אא אר אא מאר אר אממר אא מאר מאר ממר אר מ דרך ארץ זוטא פ"ג: ושפל רוח בפני כל —
בשם זה — או בשם ספר של בינונים
2) כן הוא בכל הוצאות התניא שראיתי. — נקרא ספר התניא (כל חספר ולא רק
3) ראה ספר קיצורים והערות לתניא ע' חלקו הראשון) ברוב חמקומות בלקו"ת קיח ואילך. ובקבלה במשפחת בית רבי, (הערות שבסו"ס חתניא ע' ריח).1213מיט אַ ה"א — הגם אַז בעיקר נעמט ער אָן די גירסא „אדם", אָן אַ ה"א, ווי ער איז גורס אין סידור*) — איז עס ווייל דאָס איז נוגע צום מסביר זיין דעם ענין וואָס ער רעדט דאָ אין תניא.
ב. בכדי צו צוקומען צו ווערן אַ שפל רוח לגבי יעדן איינעם, זיינען פאַראַן צוויי אַלגעמיינע דרכים; איין דרך איז, צו אַריינטראַכטן זיך אין דעם ווי אַזוי זיין אייגענע שלימות באַקומט ער פון דעם צווייטןח). וואָרום כאָטש אַז ער שטייט העכער פון יענעם, דאָך מוז ער צו יענעם אָנקומען, ווייל אַלע אידן זיינען אַ „קומה אחת שלימה", ווי איין גאַנצער קערפּער, וואָס יעדער אבר ברענגט שלימות דעם צווייטן. אויך די פיס ברענגען שלימות אפילו אין קאָפּ, אַז דוקא דורך זיי קען די קאָפּ צוקומען אין דעם אָרט וואו זי וויל. אַ צווייטער וועג איז, דורך באַטראַכטן זיך אין דער אייגענער נידעריקייט: ווי ער איז נידעריקער פון יעדן איינעם, צוליב דעם וואָס ער פאַלט אַמאָל דורך אין סור מרע אָדער אפילו בלויז אין ועשה טוב, וואָס דערמיט איז ער נידעריקער פון יעדן מענטשן, אפילו פון אַ רשע, וואָרום דאָס וואָס יענער איז דורכגעפאַלן, קען דאָך זיין אַז די אומשטענדן אין וועלכע יענער געפינט זיך האָבן אים צו דעם געבראַכט, אָדער אַז יענעמס יצר הרע איז זייער גרויס. מה־שאיןכן ער, וואָס זיין יצר הרע איז קלענער און ער דאַרף ניט האָבן אַזאַ גרויסע מלחמה מיט אים, איז אויב ער איז דורכגעפאַלן, אפילו אין אַ פיל קלענערן ענין פון דעם רשע, איז ער אַ סך ערגער פון דעם רשע.
דער אונטערשייד צווישן די צוויי דרכים איז; די ערשטע התבוננות ברענגט צו זיין אַ שפל רוח בלויז לגבי אַ אידן, ווייל דוקא אידן זיינען ווי איין קערפּער, וואָס יעדער טייל דאַרף אָנקומען צום צווייטן; די צווייטע התבוננות ברענגט צו זיין אַ שפל רוח אויך לגבי אַ ניט־אידן, ווייל ער קען ביי זיך געפינען אַז ער איז ניט אָפּגעהיט אין כמה ענינים אין וועלכע עס היט זיך אָפּ אויך אַ ניט־איד)). און נאָך מער; ער איז ערגער אפילו פון בעלי חיים הטמאים כו', ווייל זיי זיינען ניט משנה את תפקידם, זיי ענדערן ניט די אויפגאַבע וואָס זיי האָבן, אָבער ער קען דאָך (אויב אַפילו ניט בפועל) גלוסטן צו טאָן אַן איסור; דעם היפך פון דעם רצון העליוןז).
אָט־די צוויי סאָרטן „שפל רוח", וואָס קומען פון די צוויי אויבנדערמאָנטע סוגי התבוננות, זיינען מרומז אין די צוויי גירסאות פון דער משנה; כל „אדם" און כל „האדם". „אדם" (אָן אַ ה"א) ווערן גערופן אידן, און „האדם" (מיט אַ ה"א) ווערן גערופן אויך אומות העולםח). די ערשטע התבוננות ברענגט צו זיין אַ „שפל רוח בפני כל אדם", נאָר פאַר אידן,1214די צווייטע התבוננות ברענגגט צו זיין אַ „שפל רוח בפני כל האדם", אויך פאַר ניט־אידן.
ג. נאָך אַ חילוק אין די צוויי סוגי התבוננות איז; די ערשטע התבוננות ברענגט טאַקע צו שפלות הרוח אָבער ניט צו עצבות; דאָ איז דאָך ניט דער חשבון אַז ער טויג ניט, נאָר בלויז אַז ער דאַרף אָנקומען צום צווייטן, איז קיין עצבות קען די התבוננות ניט ברענגען. דאַקעגן די צווייטע התבוננות ברענגט אויך צו עצבות, אָדער צו מרירות על כל פּנים.
עבודת האדם דאַרף זיין בשמחה. און דעריבער איז דער סדר הרגיל — צו נוצן די ערשטע התבוננות, בכדי צו פּועל'ן ביי זיך שפלות הרוח)), אָבער ניט די צווייטע התבוננות, וואָס קען ברענגען צו עצבות. אָבער בשעת דער מענטש שטייט אין אַזאַ מצב וואָס ער קען ניט מלחמה האַלטן מיטן יצה"ר „מפני כבדות שבלבו"י), צוליב דער שווערקייט וואָס אין האַרצן, איז אָטדי קליפּה דאַרף מען בויגן און ברעכן מיט אַזאַ זאַך וואָס איז במינה ובדוגמתה פון דער קליפּה — מרירות און עצבות (וואָס נעמט זיך פון נוגה)יא), וואָס דאָס קומט פון דער צווייטער התבוננות.
און דעריבער איז די גירסא העיקרית אין דער משנה „בפני כל אָדם", אָן אַ ה"א. נאָר אין תניא, בעת ער רעדט וועגן אַן עצה צו טמטום הלב, ברענגט ער די גירסא „בפני כל האדם", מיט אַ ה"א, ווייל דוקא די התבוננות איז אַן עצה צו טמטום הלב, עס זאָל ווערן פּתיחת הלב.
ד. אין פערטן פּרק פון אבות זאָגט די משנה: „שלשה כתרים הן, כתר תורה וכתר כהונה וכתר מלכות, וכתר שם טוב עולה על גביהן". פרעגן אויף דעם די מפרשים; פאַרוואָס רעכנט ער ניט כתר שם טוב צוזאַמען מיט די אַנדערע דריי כתרים, און ער זאָגט ניט „ארבעה כתרים הן"?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין, וואָס איז אַזוי גרויס די מעלה פון כתר שם טוב (אַ גוטער נאָמען), ביז אַז ער איז גרעסער פון כתר תורה, כתר כהונה און כתר מלכות. תורה, כהונה און מלכות זיינען דאָך אמת'ע פּנימיות'דיקע מעלות, מה־שאין־כן שם טוב איז דאָך לכאורה נאָר אַן אויסערלעכע זאַך — און עס קען אַמאָל זיין, אַז מען האָט אַ גוטן נאָמען, ניט לויט די מעלות וועלכע מען פאַרמאָגט — איז ווי קען דאָס זיין, אַז כתר שם טוב זאָל זיין גרעסער פון כתר תורה, כהונה און מלכות?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין דעם לשון „עולה על גביהן", לכאורה האָט ער געדאַרפט זאָגן „למעלה מכולם", אַז דער כתר שם טוב איז גרעסער פון די אַנדערע כתרים, וואָס מיינט „עולה על גביהן". אַף די אַנדערע כתרים ?
דער ביאור אין דעם; ווען איז כתר שם טוב אַ מעלה — ווען ער איז „על גביהן", ווען עס קומט נאָך די1215פריערדיקע דריי כתרים. שם טוב אַליין איז גאָרניט אַזאַ גרויסע מעלה (ווי געזאָגט פריער אַז דאָס איז אַן ענין חיצוני), און דעריבער רעכנט מען אים ניט פאַר אַ פערטן כתר, ווייל פאַר זיך אַליין איז עס ניט קיין גרויסע מעלה. בשעת אָבער עס זיינען דאָ די דריי כתרים פון תורה, כהונה און מלכות און נאָך זיי — „על גביהן" — קומט דער כתר שם טוב, דאַן איז ער „עולה", ער איז נאָך העכער פון די דריי כתרים אַליין.
ה. דער צמח צדק זאָגט אין זיינע קיצורים אויפן מאמר ביום השמיני עצרתיב), אַז כתר מלכות איז בראש השנה, וואָס די עבודה פון ר"ה איז „אמרו לפני מלכיות"; כתר כהונה איז ביום הכיפּורים, וואָס דאַן גייט אַריין דער כהן גדול „לפני ולפנים"; כתר תורה איז בשמיני עצרת (שמחת תורה), און כתר שם טוב איז דער „גדול תלמוד שמביא לידי מעשה"יג).
פון דעם וואָס כתר מלכות, כהונה און תורה, איז זייער זמן אין חודש תשרי, און ערשט כתר שם טוב איז דער ענין פון מעשה המצוות, איז מובן, אַז כתר מלכות, כהונה און תורה איז עיקר ענינם — די עבודה פון דעם אדם מיט זיך אַליין, אַז ער פּועל'ט אויף זיך און ער איז קונה ענינים פּנימיים וקנינים טובים בנפשו, וואָס די קנינים וועלן אים ברענגען צו מקיים זיין מצוות — דוגמת חודש השביעי (תשרי) שמושבע בכלי) — וואָס דאַן זעטיקט זיך אָן אַ איד מיט אַלע המשכות וגילויים, און דאָס גיט אים כח אויף קיום המצוות במשך כל השנה.
און אויף דעם זאָגט מען, אַז דער קיום המצוות וואָס עס קומט נאָך דער עבודה פּנימית — כאָטש אַז מצוות זיינען אָנגעטאָן געוואָרן אין דברים גשמיים און זייער עיקר ענין איז ניט צו אויפטאָן שלימות אין זיין נפש, נאָר אדרבה, אַרויסגיין פון זיך, פון זיינע ענינים רוחניים ונפשיים, און באַלייכטן די גשמיות, די גשמיות'דיקע וועלטטז) (וואָס דערפאַר ווערט קיום המצוות כנ"ל אָנגערופן „שם טוב", וואָס ענין השם איז דאָך ניט פאַר זיך, נאָר ווי ער ווערט נתגלה און האָט אַ שייכות צום זולת) *יז), איז אָבער דאָך דער כתר „עולה על גביהן", ער איז העכער פון די קנינים נפשיים פון מלכות, כהונה און תורהיח), און אדרבה, די קנינים נפשיים זיינען אַ הכנה צו מעשה המצוות, וכלשון רז"ליח) (וואָס דער צמח צדק ברענגט דאָרט אין לקו"ת) ; „גדול תלמוד שמ־1216ביא לידי מעשה", אַז די גרויסקייט פון תלמוד איז וואָס עס ברענגט צו מעשה.
בשעת אַז דער „כתר שם טוב", מעשה המצוות, איז ניט „על גביהן", ער קומט ניט ווי אַ תוצאה פון עבודה פּנימית, ובמילא האָט ער ניט קיין חיות אין די מצוות, — הגם אַז אויך דעמאָלט איז עס העכער פון קנינים נפשיים, וואָרום „המעשה הוא העיקר", — איז דאַן זיין מעלה בנוגע קיום רצון העליון, וואָס דער רצון העליון איז דירה בתחתונים דוקא. ס'איז נאָך אָבער ניטאָ די מעלה אין נפש האדם (וואָס אויך דאָס איז דאָך רצון העליון), און ס'איז ניט קיין כתר פאַר דעם מענטשןיט). בשעת אָבער עס איז „על גביהן", איז זיין מעלה ניט בלויז בנוגע קיום רצון העליון, נאָר אויך אַ העכערע שלימות אין נפש האדם, כדלהלן, אַ כתר פאַר עם.
ו. דער ענין פון כתר מלכות איז קבלת עול מלכות שמים. וואָס דאָס איז די ערשטעכ) פּעולה וואָס אַ איד דאַרף פּועל'ן ביי זיך, ער זאָל זיין גרייט צו דינען דעם אויבערשטן בכל מיני עבודת עבד. און אָט דער קבלת עול איז זיין ערשטער פאַרבונד מיט אלקותכא).
קבלת עול אַליין איז אָבער ניט מספּיק. ווייל דער תכלית פון אַ אידן איז דאָך ער זאָל ווערן מיוחד מיטן אויבערשטן, און מצד קבלת עול אַליין איז ער נאָך אַלץ אַ באַזונדער מציאותט, ואדרבה, ער איז אַזאַ מציאות וואָס ביי אים לייגן זיך ניט אָפּ די ציוויים פון אָדון, און דער קיום רצון האדון איז ביי אים נאָר בדרך קבלת עול.
אויף דעם קומט שפּעטער די עבודה פון כתר כהונה ביום הכיפּורים, וואָס דאַן איז דער כהן גדול אַריין „לפני ולפנים"), אין דעם אָרט וואו עס געפינען זיך די לוחות, אויף וועלכע עס זיינען געווען חקוק (אויסגעקריצט) די עשרת הדברות. די עשרת הדברות זיינען ניט געווען געשריבן אויף זיי. וואָס ביי כתיבה איז דאָך דער דיו אַ דבר נוסף אויפן קלף, נאָר זיי זיינען געווען חקוק על הלוחות, „מיני' ובי'"כד). און בעבודת האדם מיינט עס, אַז ער פּועל'ט ביי זיך דעם קישור ויהוד מיט אלקות, ניט נאָר בדרך קבלת עול, נאָר אַז טלעכקייט ווערט זיין „צורה" — זיין געשמאַק, רצון וכו'כח).
די עבודה פון כתר כהונה איז נאָך אָבער אויך ניט מספּיק, עס דאַרף אויך זיין די עבודה פון כתר תורה. ווייל דער יחור פון אידן מיטן אויבערשטן דאַרף זיין ניט נאָר מצד כוחות מקיפים פון רצון ותענוג, נאָר עס דאַרף אויך דורכדרינגען אַלע1217זיינע כוחות פּנימיים, אָנהויבנדיק פון כח השכל, אַז אויך אין זיין פאַרשטאַנד זאָל זיך אָפּלייגן אלקות און נאָר אלקות. און דאָס איז די עבודה פון כתר תורה, וואָס תורה איז — חכמתכם ובינתכם, הבנה והשגהכח).
אָבער אויך נאָך דעם וואָס ער האָט קונה געווען בנפשו די אַלע דריי כתרים, איז ער נאָך אַלץ ניט צוגעקומען צום תכלית המכוון. וואָרום נאָך דעם אַלעמען, איז ער נאָך אַלץ אַ מציאות, נאָר אַ מציאות דקדושה, זיין מציאות (זיינע כוחות מקיפים און זיינע כוחות פּנימיים) איז דורכגעדרונגען מיט אלקות. דער תכלית איז, אַז ער זאָל זיך „אַוועקלייגן", מבטל זיין זיין גאַנצע מציאות צום רצון העליון; ער זאָל אַרויסגיין פון זיין מציאות, און דאָס קומט דורך „כתר שם טוב", מעשה המצוותכז), אַוועקגעבן זיך צו באַלייכטן די וועלט.
און בשזעת אַז דער כתר שם טוב איז „על גביהן", ער קומט נאָך דער עבודה פון כתר מלכות, כתר כהונה און כתר תורה, איז אויסער דעם וואָס דורך קיום המצוות פירט ער אויס דעם רצון העליון, ווערט דורך דעם אויך אַן עילוי בנפשו, עס ווערט פאַר אים אַ כתר, אַז ער קומט צו צו ביטול במציאות האמתי.
ז. אין דער לעצטער משנה פון פערטן פּרק אין אבות זאָגט דער תנא; „שעל כרחך אתה נוצר, ועל כרחך אתה נולד, ועל כרחך אתה חי, ועל כרחך אתה מת כו'". איז ניט פאַרשטאַנדיק: „ועל כרחך אתה חי" און „ועל כרחך אתה מת" זיינען דאָך בסתירה איינער צום צווייטן. „ועל כרחך אתה חי" מיינט דאָך, אַז דעם מענטשנס רצון איז ניט צו זיין אין אַ גוף־עבן, ד.ה. אַז ווייל די נשמה איז באַהעפט מיט אלקות, פילט זי דעם גלות פון גוף הגשמי, און דעריבער וויל זי אַרויסגיין פון דער ענגשאַפט פון דעם גוף און נפש הבהמית (וואָרום די דביקות פון דער נשמה מיט אלקות איז ניט בלויז ווען זי איז למעלה, איידער איר ירידה למטה, וואָס דערפאַר איז איר אַראָפּנידערן אין גוף אַן ענין פון הכרח — „שעל כרחך אתה נוצר וע"כ אתה נולד" — נאָר אויך שוין קומענדיק אין גוף איז זי נאָך אַלץ דבוק אין אלקות) און איר באַלעבן דעם גוף איז ביי איר אין אַן אופן פון איבערגוואַלד, „ועל כרחך אתה חי"; אָבער פון „ועל כרחך אתה מת", איז דאָך קענטיק פאַרקערט, אַז די נשמה וויל יאָ זיין אין גוף, און איר אַרויסגיין פון גוף איז בעל כרחה.
דער רע"ב טייטשט, אַז „וע"כ אתה חי" רעדט וועגן אַזוינע מענטשן וואָס זיינען מדוכא ביסורין ר"ל, און עס גייט זיי ניט איין דער לעבן — זאָגט מען צו זיי — „וע"כ אתה חי". במילא איז עס קיין סתירה ניט צו „וע"כ אתה מת", וואָס רעדט זיך וועגן דעם רוב מענטשן, וואָס ווילן יאָ לעבן. פון לשון המשנה איז אָבער משמע, אַז „וע"כ אתה חי" רעדט זיך וועגן יעדער מענטשן, פּונקט ווי „על כרחך אתה נוצר כו' נולד כו' ", וואָס ריידן וועגן אַלע מענטשן.
1218איז מבאר דער אַלטער רבי*)), אַז דער סדר העבודה פון אַ אידן איז, אַז ער זאָל כסדר שטיין אין אַ תנועה פון רצוא ושוב. אַ איד דאַרף שטענדיק וועלן אַרויסגיין פון גוף — פילנדיק אַז דער גוף איז אַ גלות און מאסר פאַר דער נשמה, וואָס מצד דעם ווערט ביי אים אַ התעוררות צו אַרויסגיין פון גוף און נכלל ווערן אין אלקות ביז צו כלות הנפש. ניט מער וואָס וויסנדיק אַז די כוונה העליונה איז צו מאַכן אַ דירה בתחתונים, פּועל'ט ער ביי זיך דעם „שוב", אויף צו בלייבן דאָ למטה — „אתה חי", ס'איז אָבער בלויז „ועל כרחך". לאידך גיסא מצד דעם ביטול פון אַ אידן צו אלקות, וויל ער — ניט דאָס וואָס אים איז גוט, נאָר אויספירן די כוונה העליונה, און וויסנדיק אַז די כוונה איז — דירה בתחתונים, איז ביי אים דער „אתה חי" מיט אַ רצון און אַ חיות, און ער איז אַזוי שטאַרק דורכגענומען מיטן רצון צו דורכפירן די כוונה פון דירה בתחתונים, ביז אַז די יציאת הנשמה מהגוף, דאָס אויפהערן צו טאָן די עבודה אין וועלט, איז ביי אים איבערגוואַלד — „ועל כרחך אתה מת".
די צוויי ענינים — דער רצון צו אַרויסגיין פון גוף און נכלל ווערן אין אלקות, און דער רצון צו זיין אין גוף און דורכפירן די כוונה פון דירה בתחתונים — כאָטש אַז לכאורה זיינען זיי צוויי הפכיים*2)), איז אין אמת'ן ברענגט איינער צו דעם צווייטן: ווען פירט זיך אויס די שלמות הכוונה פון דירה בתחתונים, דוקא בעת ער דערהערט דעם מיצר און די נידעריקייט פון גוף, און דער חי בגוף איז באַ עם בעל כרחו, ער וויל אַרויסגיין פון אים — דאַן דוקא קען ער אויספירן די כוונה בשלימותה. בשעת ביי אים פעלט אָבער אָט־די תנועה פון רצוא, דאַן קען ניט זיין דער שוב כדבעי 80)), און נאָכמער — במשך הזמן קען ער פאַרשלעפּט ווערן פון דעם געשמאַק און קאָך אין וועלט. און וואָס מער ער הערט דעם מיצר פון גוף און וויל אַרויסגיין פון אים, אַלץ מער, ברענגט עס דעם „שוב" — תורה ומצוות*1)).
ח. על־דרך ווי עס דאַרפן זיין די צוויי תנועות פון רצוא ושוב אין דער נטמה בנוגע איר ירידה און איר זיין אין גוף בכלל, אַזוי דאַרפן אויך זיין די ביידע תנועות בנוגע דער עבודה פּרטית פון דער נשמה אין גוף: סיי די עבודה אין אַ תנועה פון „רצוא" — זיך געפינען אין די ד' אמות פון תורה און תפלה און זיין אָפּגעשלאָסן פון וועלט; און סיי אין אַ תנועה פון „שוב" — זיין אין וועלט און אין אַזעלכע ערטער וואָס זיינען נאָך דערוויילע ווייט פון תורה ומצוות, און דאָרט מפיץ זיין די מעיינות פון תורה הנגלית והפּנימית. אַודאי דאַרף מען טאַקע ניט זיין אָפּגעשלאָסן פון וועלט און מען דאַרף זיך משתדל זיין צו פאַרשפּרייטן די מעיינות חוצה, אָבער צוזאַמען דערמיט דאַרף אַלע1219מאָל זיין דער הרגש אַז דער „חוצה" איז — חוצה, אַן אָרט פון ירידה וגלות, און ער קומט אַהין בלויז מצד ההכרח.
דאָס איז אויך דער ביאור אויף דעם וואָס עס שטייט אויף יעקב ובניולב) „וירד מצרימה — אנוס על פּי הדיבור", ולכאורה, וויבאַלד אַז יעקב האָט געוואוסט אַז זיין אַראָפּנידערן איז „על פּי הדיבור", דאָס האָט דער אויבערשטער אַזוי געוואָלט, ובפרט אַז ער האָט אויך געוואוסט דעם אויבערשטנס הבטחה „אנכי ארד עמך מצרימה ואנכי אעלך גם עלה גו'"לג) — האָט דאָך זיין ירידה קיין מצרים געדאַרפט זיין מיט רצון און חיות — איז ניט מובן, פאַרוואָס איז עס ביי אים געווען אַ געצוואונגענע זאַך, „אנוס"?
ביותר איז ניט מובן; עס שטייט דאָך „האבות הן הן המרכבה"לד), אַז די גאַנצע מציאות פון די אבות איז געווען צו אויספירן דעם רצון העליון, ווי אַ מרכבה וואָס איז בטל צום רוכב און איז ניט קיין מציאות פאַר זיך; בפרט יעקב דער בחיר שבאבותלה) — היינט וויבאַלד אַז יעקב האָט געוואוסט אַז זיין ירידה קיין מצרים איז על פּי רצון העליון, איז דאָך דאָס געווען אויך זיין רצון, צוליב זיין ביטול האמתי צו אלקות — האָט דאָס באַ אים לכאורה ניט געדאַרפט זיין קיין אונס.
נאָר דער פּשט פון דעם איז; וויבאַלד אַז עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַראָפּנידערן אין מצרים, וואָס דאָס איז אַ ירידה גדולה ביותר, איז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס דאָס איז דעם אויבערשטנס רצון און וואָס דורך דער ירידה וועט ער צוקומען צו זייער אַ הויכער עלי', פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז דאָס איז פאָרט אַ גרויסע ירידה, און „כל הדרכים בחזקת סכנה"לח), (די ירידה איז שוין איצט פאַראַן און די עלי' — ווער ווייסט ווען זי וועט זיך אויספירן)לא)*) ; דעריבער איז דאָס ביי אים — אויך געווען אַן ענין פון „אנוס". ועוד — כנ"ל — ווען קען זיך אויספירן די כוונת הירידה און דער אנכי אעלך גו' — ווען די ירידה איז אין אַן אופן פון „אנוס" — בעל ברחו.
אָבער, וויבאַלד אַז דאָס איז געווען על־פּי הדיבור, האָט עס יעקב געטאָן, און געטאָן בשמחה. און דורך דעם אַלעם איז געווען דער בירור הניצוצות במצרים, אַז די אידן, ווען זיי זיינען אַרויס פון מצרים, האָבן זיי מיטגענומען אַלע ניצוצות הקדושה וואָס זיינען דאָרט געווען, ווי די חז"ל זאָגןלח) „עשאוה כמצודה שאין בה דגן וכמצולה שאין בה דגים", וואָס דאָס איז דער „יצאו ברכוש גדול", אַז דורך בירור הניצוצות איז זיי צוגעקומען תוספות אור און חיות פון קדוטהל).
1220ט. מען האָט שוין גערעדט, אַז פון איז „על פּי הדיבור", וואָרום מען יעדער זאַך דאַרף מען אַרויסנעמען הייסט און מען שיקט עם, אָדער ער אַ הוראה אין עבודה; די הוראה פון זעט ווי די השגחה פּרטית האָט אים
געפירט און געבראַכט אין דעם אָרט,
שטופּן זיך מעצמו אין „ענגע ער־האָבן דאַן קיין אָרט ניט קיינע טענות טער" דאַרף מען ניט. מען קען טאַקע ואדרבא: עס איז דאָך ע"פּ הדיבור. — אַ סך אויפטאָן, אָבער „כל הדרכים ער דאַרף וויסן, אַז בשעת ער גייט בחזקת סכנה", איז וואָס דאַרף מען אַהין „על פּי הדיבור", ער מצד עצמו אַליין קריכן אין סכנה? פאַרוואָס זאָל איז אַן אנוס נאָר ער גייט ווייל דער ער זיין דאָרט — ניט צווישן חסידים אויבערשטער שיקט אים אַהין, דאַרף און זיין אַ משפּיע, עס איז דאָך גליי־ער עס טאָן בשמחה, און דאַן איז ער כער צו זיין צווישן חסידים און זיין אַ זיכער אַז „אעלך גם עלה" און נאָך מקבל; אַי דער גודל העלי' וואָס עס מער — ווער — „אנכי", און דער סוף וועט זיין דורך אָט־דער ירידה? — וועט זיין אַז ער וועט אַרויסגיין — דאָס קען מען דאָך ניט וויסן אויף ברוחניות און אויך בגשמיות — זיכער, וואָרום „כל הדרכים בחזקת „ברכוש גדול".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-brhxagwy