עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 37

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1316הוספות קרח

ענין השירה הוא העלי' ברצוא ושוב, באהבה ויראה, שהם באים ע"י ההתבוננות בגדולתו ית'יא) ; הלימוד דפנימיות התורה.

וזה הי' ג"כ ענין גאולתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר; ע"י התעסקותו בהחזקת ובהפצת היהדות, ובנקודתה הפנימית — הפצת מעינות פנימיות התורה — כל עניני עולם והכוכבים ומזלות, לא רק שלא מנעו אלא אדרבה, סייעו לעבודתו.

וכח זה, המשיך כ"ק מו"ח אדמו"ר, לכל מחבבי תורתנו הק', שומרי מצוה, ולכל אשר בשם ישראל יכונה 17)).

(משיחת ש"פ קרח, נ' תמוז תשח"י)1317אַ סך ספרים וואָס דאָס איז דאָך פיל מערער ווי צוויי פּרשיות אַליין — האָט אַן אָרט אין שכל צו זאָגן אַז אַזאַ הויז דאַרף ניט האָבן קיין מזוזה. האָט אים משה רבינו געענטפערט אַז וואָס עס טוט זיך אין דער הויז, אַפילו עס זאָל זיין פול מיט ספרים, פונדעסטוועגן דאַרף מען צוקלאַפּן אַ מזוזה אויף דער טיר.

— דאָס וואָס קרח האָט דערפון געוואָלט אויספירן; וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען קדושים איז וואָס דאַרף מען האָבן אַ „מזוזה", אַז עס זאָל זיין נאָך אַ קדושה פון אהרן הכהן און כהנים בכלל. —

דאָס וואָס יעדערער פון אינז קען אָפּלערנען דערפון איז, אַז אַ הויז וואָס איז פול מיט ספרים — קאָן זיין אַז עס זאָל זיין פול אָנגעפילט, און דאָס זאָל ניט דערמאָנט ווערן, דאָס זאָל ניט איינווירקן אויפן טאָג־טעגליכן לעבן. די זאַך פון דער מצוה פון מזוזה איז; עס ווערט אָנגעקלאַפּט אויף דער טיר צווישן דער הויז און דער גאַס, און דערמיט זאָגט אַ איד עדות (אויפן הויז) און ער בעט אַז דער אויבערשטער זאָל היטן אים און די אַלע זיינע זאַכן וואָס זיינען אין הויז, ווייל די הויז מיט אים מיט זיינע בני בית מיט די זאַכן וואָס אין הויז געהערט דאָס צו ה' אלקינו ה' אחד (וואָס דאָס איז וואָס שטייט געשריבן אין דער מזוזה). דאָס הייסט, אַז ער באַגנוגנט זיך ניט מיט דעם וואָס ער לערנט די פּסוקים פון שמע ישראל גו' נאָר ער פירט זיך אויך אויף אַזוי אין טָ־טעגליכן לעבן — אַז ווען ער גייט אַרויס פון הויז אין גאַס און ווען ער גייט אַריין פון גאַס אין הויז דערמאָנט* ער זיך און דערמאָנט אַלע אַרום זיך אַז ה' אלקינו ה' אחד, אַז דאָס איז אונזער אויבערשטרח) און אַז ער איז איין און איינציקער אויף דער גאַנצער וועלט. און דאָס איז ניט אַלץ, נאָר, ווי עס שטייט גלייך אין דער צווייטער פּרשה — והי' אם שמוע תשמעו אל מצותי — כל מצות ה', ער נעמט אויף זיך מקיים זיין אַלע זיינע מצות.

און אַזוי איז אויך בנוגע די זאַך פון תורה; עס איז ניט גענוג אַז מען זאָל וויסן וואָס עס שטייט אין דער תורה און מען זאָל זיך דערמאָנען אויף דעם אַמאָל, בשעת עס קומט שבת אָדער יום טוב, אָדער בשעת'ן דאַוונען אָדער בשעת'ן מקיים זיין אַ מצוה, נאָר מען דאַרף האָבן אַז שטענדיקח) זאָל זיין באַ אים אין זיין זכרון אַז ה' אלקינו ה' אחד, אַז ער און אַלץ וואָס געהערט צו אים — געהערט דאָס צו דעם אויבערשטן; און ער בעט אַז דער אויבערשטער זאָל שטענדיק היטן אים און אַלץ וואָס געפינט זיך באַ אים אין הויזז), ער נעמט אויף זיך אָן אַז ער וועט מקיים זיין די מצות וואָס דער אויבערשטער האָט אים געהייסן און דערפאַר איז זיכער אַז דער אויבערשטער וועט ערפילן זיין בקשה אויף צו היטן אַלץ וואָס געפינט זיך אין דער הויז.

1318דאָס איז די אָפּלערנונג פאַר יעדערן פון אונז; דאָס וואָס מען ווערט ערצויגן און מען לערנט — (אין בית רבקה, אָדער אין אַן אַנדער כשר'ן מוסד חינוך) — וואָס עס שטייט אין דער תורה, ביז דעם וואָס עס שטייט אין שלחן ערוך איז דאָס געמיינט אַז ניט נאָר זאָל מען דאָס לערנען און דערמאָנען אַמאָל און ערפילן פון צייט צו צייט, נאָר אפילו אַ „בית שכולו מלא ספרים", אפילו אַז מען האָט מצליח געווען אין לערנען, און מען איז אָנגעפילט מיט לימוד התורה און מיט די ענינים וועגן וועלכע אין תורה רעדט זיך, איז דאָס נאָך ניט גענוג — מען דאַרף אויך „אָנקלאַפּן אַ מזוזה" אויף דער אייגענער טיר, אויף דער טיר פון דער האַרץ, און דער טיר פון די קאָפּ, אַז סיי דער שכל און סיי די געפילן פון האַרץ (וואָס דאָס ווירקט אויף אַלע אברים) זאָל דאָס זיין ניכר, מען זאָל קענען גלייך דערקענען אַז דאָס איז אַ מענטש וואָס געדיינקט אַלע מאָל אַז ה'* אלקינו ה' אחד און ער בריינגט דאָס אַראָפּ אין אַ וועג אַז ער איז מקיים די מצות ה' אלקינו, ער איז מקיים זיינע מצות, און דעמאָלט בענטשט דער אויבערשטער אַז מען איז מצליח בכל, ווי ער זאָגט — ונתתי עשב בשדך לבהמתך און — ואספת דגנך ותירשך ויצהרך; יעדערער באַקומט דעם אויבערשטנס ברכות אין אַלעס אין וואָס ער נויטיגט זיך.

דער אויבערשטער זאָל יעדערע און יעדערן פון אייך העלפן אַז אַזוי ווי איר זייט פון די וואָס זיינען מסיימות די כתה, זאָלט איר וויסן אַז דאָס איז נאָר וואָס מען האָט געענדיקט איין כתה, כדי צו לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצות אויף אַ העכערן אופן (כתה), און אויך אָפּלערנען זיך פון דער דערציילונג פון דעם מדרש אויף היינטיקער סדרה — אַז דאָס זאָל זיין שטענדיק איינגעקריצט אין זכרון און אויך — אַז דער אויבערשטער איז מיט יעדערע פון אייך בתוככי כלל ישראל, אין יעדן אָרט און צו יעדער צייט, און

איר וועט זיך פּירן ווי אידישע טעכטער דאַרפן זיך פירן — וועט דער אויבערשטער אייך בענטשן אַז עס זאָל זיין אַ געזונטער זומער און אַ הצלחה'דיקער זומער און מיטנעמען פון דער ברכה והצלחה אויף אַ גאַנץ יאָר, אַז עס זאָל זיין אַ געזונטער יאָר און אַ פריילעכער יאָר בגשמיות וברוחניות.

(שיחת ג' כ"ו סיון תשכ"ג, צו די תלמידות המסיימות פון בית רבקה)

וועגן דער וויכטיקייט פון תורה און מצות און אידישקייט בכלל, איז זיכער ניט נייטיג צו מאריך זיין פאַר אייך און אפילו צו דערמאָנען דאָס, מער ניט — אויף דעם יסוד וואָס אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאָגן)), אַז אין מזרזין אלא למזורת, אַז אדרבה די וואָס ווייסן די טייערקייט פון דער זאַך און1319וואָס ווייסן אויך אַז וואָס פריער איז אַלץ גלייכער, יפה שעה אחת קודם, איז דוקא באַ די נויטיגט זיך אַז מען זאָל זיי נאָכאַמאָל)) מזרז זיין און דערמאָנען, ניט נאָר אַז די זאַך איז וויכטיק, נאָר אויך אַז וואָס מיט אַ טאָג פריער און אפילו מיט אַ שעה פריער איז אַלץ בעסער, און עס גיט אויך צו אין דער הצלחה פון דער אַרבעט בכלל, פון אַרבעט אין פאַרשפּרייטן אידישקייט, און אין דער אַרבעט וואָס איז פאַרבונדן מיט ערציאונג, מיט חינוך על טהרת הקודש, ביחוד.

עס איז אויך איינע פון די אָנווייזונגען, וואָס מען לערנט אָפּ פון היינטיקער סדרה, פון פּרשת קורח. דאָרט דערציילט אונז די תורה, — וואָס יעדער ענין אין תורה איז דאָך דאָס אַ הוראה — אַז דער סימן אויף דער כהונה פון אהרן'ען בשעת אויף דערויף איז געוואָרן אַ מחלוקת — איז געווען פאַרבונדן מיט שקדים, מיט דער זאַך פון מאַנדלען. און עס ווערט ערקלערטי) אַז פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער אויסגעקליבן אַ סימן דורך מאַנדלען, דערפאַר וואָס זיי זיינען פון די פּירות וואָס ווערן פאַרטיק, פון זינט זיי הויבן אָן בליען ביז עס ווערן פּירות, אין די קירצעסטע צייט, די שנעלסטע פּירות אויף ווערן פאַרטיק אַז מען זאָל זיי קענען עסן. דאָס באַווייזט אויף צוויי זאַכן; דער אַלטער רבי (וואָס היינטיקער יאָר איז הונדערט און פופציק יאָר זינט זיין הסתלקות), ערקלערטיא) אַז דאָס באַווייזט אַז אַ כהן איז געבענטשט געוואָרן אַז בשעת ער בענטשט אידן איז ניט נאָר וואָס די ברכה ווערט מקוים — נאָר זי קומט אַראָפּ שנעל אָן קיינע מניעות, אָן קיינע שטערונגען. די גמרא זאָגטיא) — כהנים זריזים הם, ד.ה. אַז די אַרבעט פון כהנים טוען זיי אויך על־דרך ווי פּירות פון שקדים, ניט נאָר זיי טוען אָפּ די עבודה נאָר — זיי טוען דאָס נאָך אָפּ בזריזות.

בשעת מען האָט אידן געגעבן תורה האָט מען זיי אָנגעזאָגט — צו יעדער איד, סיי מאַן סיי פרוי „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים", אַז יעדער פון זיי איז אַזוי ווי אַ כהן, נאָר (על־דרך וואָס אין כהנים גופא איז דאָ פאַרשידענע דרגות) האָט מען פון די אידן אויסגעקליבן שבט לוי און כהנים אַז זיי זאָלן זיין נאָך אין אַ העכערע דרגא פון כהונה. אָבער אייגענטליך — איז יעדער איד דאַרף זיך אָפּלערנען פון דער עבודה פון כהנים, בשעת עס רעדט זיך וועגן אַ זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט תורה (און מצות). און דערפאַר איז אויך — בשעת מען רעדט וועגן הדרכה און ערציאונג פון קינדער, קאָן מען דאָך1320טראַכטן באַ זיך; וויבאַלד אַז עס איז נאָך דאָ דריי וואָכן צי נאָך ניין וואָכן ביז ענדע זמן איז וואָס איז אַזוי נוגע די זריזות און די היילעניש, מען קאָן דאָס אָפּלייגן אויף מאָרגן צי אויף איבערמאָרגן — איז די אָפּלערנונג פון היינטיקער סדרה אַז יעדער זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט איבערגעגעבן אין האַנט צו אַ אידן אַז ער זאָל דורכפירן זיין שליחות בעולם, דאַרף דאָס זיך אָפּטאָן אין אַן אופן פון שקדים, אין אַן אופן פון זריזות, און דעמאָלט איז דער אויבערשטער אויך מבטיח18)) אַז עס וועט זיין די הצלחה אין דער אַרבעט אויך אין אַן אופן פון שקדים; מען וועט ניט דאַרפן וואַרטן לאַנג און מען וועט זעהן די פּירות טובות פון די עבודת החינוך.

דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן, אַז איר זאָלט דורכלערנעןיד) די הוראה פון דער תורה — אַז ניט נאָר עס דאַרף זיין די הפצת היהדות ועניני' נאָר דאָס מוז זיין אין אַן אופן פון זריזות ושקידה — וועט אייך דעמאָלט רער אויבערשטער בענטשן אַז איר זאָלט זעהן פּרי טוב בעמלן, גוטע פּירות פון אייער האָרעוואַניע, די תועלת און די פּירות טובות פון די מודרכות, און די אויף וועלכע איר זייט משפּיע, און עס זאָל אויך זיין על־דרך ווי עס שטייט באַ כהנים — ואני אברכם, אַז דאָס וואָס איר וועט אָפּגעבן פון אייער צייט און פון אייער ענערגיע און דער עיקר — פון אייער געפיל פון האַרצן און פאַרשטענדעניש פון קאָפּ אויף איינווירקן אויף די מודרכות, זאָל דאָס ממשיך זיין און אין אַן אופן פון שקדים, אין אַ שנעלן אופן און אין אַ אָפענעם אופן דעם אויבערשטנס ברכה — ואני אברכם, אין דעם אַלעם וואָס איר נויטיגט זיך סיי בגשמיות סיי ברוחניות.

איר זאָלט האָבן אַ געזונטן זומער סיי ברוחניות סיי בגשמיות, און אַ פרייליכן זומער, און דורכפירן די שליחות וואָס איר האָט אין חינוך פון בנות ישראל — מתוך שמחה וטוב לבב ובמסירה ונתינה ובשקידה טובה, און זעהן אויך פּירות טובות גלייך אויף אַן אָרט, שקדים טובים18)).

(שיחת ג' כ"ו סיון תשכ"ג, צו אַ גרופּע מדריכות)

1321וכפי' הא' — בתרגומים (מדלא ביארו והוסיפו תיבת אפילו), רשב"ם, בעה"ט ועוד.

ובהראב"ע הביא ב' פי' אלו.

(ממכתב י"א תמוז תשי"ט)

י"ב וי"ג תמוז)

א. בניסים ובברכתם — כמה חילוקי דרגותא). וסדרם מלמעלה למטה; למעלה מכולם — נס שנעשה לעצמו. למטה מזה — שנעשה לאביו (בין כשהנס נעשה קודם שנולד, שגם אז הוא למטה במדריגה מנס שנעשה לעצמו, בין כשנעשה לאחר שנולד, שגם אז, מצד השייכות דאב ובן מתייחס הנס אליו ביותר מבהסוגים דלהלן). למטה מזה — שנעשה לרבוב), כי ברא כרעא דאבוה ואביו מביאו לחיי עוה"ז ומקצתו לחיי עוה"ב, ורבו — רק לחיי עוה"ב. ולא עוד, אלא שאביו הוא ודאי עפ"י תורה מצד החזקה, משא"כ העוה"ב שנותן לו רבו, ספק בדבר, דאפשר שלימוד התורה הי'* שלא כדבעיח). למטה מזה — נס שנעשה לאדם מסויים, כי שייכותו לאדם מסויים היא שייכות יותר רחוקה.

אמנם, נס שנעשה לנשיא הדור, אינו כנס שנעשה לאדם מסויים, לרבו ולאביו, כי אם, כמו לעצמו ממש. כי ההתקשרות של הנשיא עם אנשי דורו אינה התקשרות של שני דברים (גם לא כהתקשרות דאב ובן*), כ"א, הם גוף אחד ממש; כל אנשי הדור — אברים הפרטים, היונקים ומקבלים חיותם מהנשיא — הראשח).

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-0bwaxeky

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources