Likkutei Sichos
Asarah B'Teves
267עשרה בטבת
א. דער תענית פון עשרה בטבת איז מטעם זה, וואָס „בו (אין דעם טאָג) סמך מלך בבל . . על ירושלים והביאה במצור ובמצוק"א, וואָס דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן כללות ענין הגלות. די שפּעטערדיקע מאורעות בשבעה עשר בתמוז (הובקעה העירב), בתשעה באב (חורבן ביהמ"ק), און אין ג' בתשרי או בר"הג (הריגת גדלי') זיינען געווען (בפשטות) אַ המשך פון דעם מצור על ירושלים.
(ויש לומר, ווי גערעדט אַמאָל בארוכהד, אַז דאָס איז די הסברה אין דעת האבודרהםה אַז דער תענית פון עשרה בטבת האָט אין זיך אַ תוקף וחומרא לגבי די אַנדערע ג' צומות, אַז „אפילו הי' חל בשבת לא היו יכולים לדחותו ליום אחר מפני שנאמר בוו בעצם היום הזה כמו ביום הכפורים" — וויבאַלד אַז ער איז דער מקור פון אַלע סיבות לג' הצומות איז ער דעריבער מער חמור ווי די ג' צומותז) —
און וויבאַלד אַז חורבן בית שני (און דער גלות שעי"ז) איז אַ המשך פון חורבן בית ראשוןב (ובפרט אַז אפילו די גאולה בזמן בית שני איז ניט געווען אַ גאולה שלימה, אין בית שני „חסרו ה' דברים"ח וכו') — קומט אויס, אַז עשרה בטבת איז די התחלה וסיבה אויף כללות ענין הגלותט.
ב. תורה זאָגט אַ כללי, אַז הקב"ה מקדים רפואה למכה, שפירושו — ער גיט דעם כח אויף האָבן דעם אופן הכי נעלה אין רפואה, וואָס דאָס איז באופן פון „לא אשים עליך"יא: ניט נאָר איז עס אַ רפואה וואָס העלפט מכאן ולהבא, אָדער אפילו אַ רפואה וואָס פועל'ט למפרעיב, נאָר נאָך מער: מלכתחילה „לא אשים עליך".
268דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז אויך בנוגע דער „מכה" פון גלות איז הקב"ה מקדים רפואה למכה: נאָך איידער עס האָט זיך אָנגעהויבן דער ענין הגלות [וואָס דאָס איז געווען, כנ"ל, בעת אַז „סמך מלך בבל . . על ירושלים"] האָט דער אויבערשטער שוין אָנגעוויזן אין וואָס עס באַשטייט די „רפואה" און אינעם אופן פון „לא אשים עליך".
די חז"ל זאָגןיג אַז די סיבה אויף דעם תוקף ואורך פון גלות זה האחרון (ביז אַז „לא נתגלה קצם") איז דער עון פון שנאת חנם. ועפ"ז פשוט אַז די „רפואה" (גאולה) אויף גלות, איז דער היפך — אהבת חנם, אהבת ישראל, ובשלימותה אחדות ישראל;
און אויך בנוגע צו חורבן בית ראשון וואָס איז געווען (ניט מצד סיבה הנ"ל, נאָר) צוליב די ג' עבירות פון ע"ז גילוי עריות ושפיכת דמיםיד, איז דאָך אָבער ידוע וואָס חז"ל זאָגןטו, אַז אפילו ווען אידן זיינען ר"ל עובדי ע"ז, איז אויב זיי זיינען באחדות קען קיינער ניט האָבן קיין שליטה אויף זיי
— דאַרף מען לפ"ז זאָגן, אַז נאָך איידער עס האָט זיך אָנגעהויבן די „מכה" פון גלות, איז אין דעם „מצור" גופא (סמך מלך בבל) האָט דער אויבערשטער געגעבן דעם כח אויף שלום ואחדות — מקדים רפואה למכה.
די פעולה פון אַ מצור בפשטות איז — אַז „אין יוצא ואין בא"טז, קיינער פון דער באַלאַגערטער שטאָט קען ניט אַרויסגיין, דהיינו אַז ס'איז אַ מצב וואו אַלע מוזן בלייבן צוזאַמען אין דער זעלבער שטאָט
און קיין „פרעמדער" ניט פון תושבי העיר קען ניט אַריין — ס'איז דאָרט נאָר אידן
פון העיר ירושלים, וואָס ענינה איז — „עיר שחוברה לה יחדיו"יז, זי איז מחבר ומאחד אַלע אידן.
נאָך מער: דער ענין פון ירושלים איז (ווי אָנגעדייטעט אין איר נאָמען) — ירא שלםיח, שלימות היראה. און ווי עס שטייט אין ראשוניםיט, אַז ירושלים האָט משפיע געווען יראת שמים אויף די אַלע וואָס פלעגן דאָרט קומען און האָבן געזען די עבודה במקדש כו', און דאָס איז ביי זיי פאַרבליבן אויך נאָך זייער אומקערן זיך אַהיים.
דער מצור אויף ירושלים ברענגט צו דעם, אַז ניט נאָר זאָלן אַלע אידן זיין באחדות, נאָר נאָכמער, אַז אָט די אחדות זאָל זיין אין אַן אָרט פון „שלימות היראה" — אַן אחדות וואָס איז מיוסד אויף תורה ומצות וקדושהכ.
269די התחלה פון ענין הגלות איז געווען באופן אַז די „מכה" גופא האָט געדאַרפט גורם זיין די „רפואה". ואדרבה: די „רפואה" איז קודם המכה: דער ענין האחדות וואָס דער מצור איז גורם, הויבט זיך אָן ובגלוי באַלד ביים אָנהויב פון דעם מצור, נאָך איידער מען הויבט אָן פילן די „מכה" (און צרות) פון דעם מצור, ועאכו"כ פאַר עס קומט די מטרת האויב אין דעם מצור — דאָס איינעמען די שטאָט.
ועפ"ז — איז מובןכא דער אויסדרוק ביי דעם מצור, שאינו רגיל כלל: סמך מלך בבל — פון שורש פון סמיכה און הילףכב.
און נאָך מער: דאָס איז ניט געווען אַ מצב אין וועלכן אידן האָבן זיך אַריינגעשטעלט בבחירתם, נאָר נבוכדנאצר האָט מכריח געווען אידן צו געפינען זיך אין אַ מעמד ומצב וואָס האָט בדרך טבע גורם געווען און געבראַכט אחדות ישראל אין ירושלים צוזאַמען מיטן בית המקדש און דאָס זאָל מבטל זיין דעם מצור (ביז אין אַן אופן פון „לא אשים עליך")!
[נאָר מען האָט דאָך בחירה חפשית — האָט דער מצב פון „מצור" ניט אויפגעטאָן אַן אחדות (אמיתית), ובמילא האָט נבוכדנאצר געקענט אויף זיי האָבן אַ שליטה].
ד. דער ענין פון די ד' צומות איז דאָך — „לעורר הלבבות לפתוח דרכי התשובה"כג, וואָס דורך דעם „זכרון" פון די דברים וואָס האָבן גורם געווען „אותן הצרות" — „נשוב להטיב"כג.
איז פאַרשטאַנדיק, אַז עשרה בטבת דערמאָנט אַ אידן לכל לראש, אַז דער וועג צו מבטל זיין „אותן הצרות" איז דורך — אהבת ישראל ואחדות ישראל, אַז אַלע אידן דאַרפן זיך איינשליסן צוזאַמען, ביז אין אַן אופן פון „חוברה לה יחדיו"; און מיט אַן אחדות וואָס איז פאַרבונדן מיט שלימות היראה ובית המקדש (הפנימי — ושכנתי בתוכם) — מיוסד אויף תורה ומצותי'.
און דעמאָלט וועט זיין דער ביטול הצומותכד, און נאָך מער: זיי וועלן נתהפך ווערן „להיות יום טובכה וימי ששון ושמחה"כד;
און וויבאַלד אַז די „ירידה" פון עשרה בטבת איז גרעסער ווי די אַנדערע צומות (כנ"ל סעיף א), וועט אויך די עלי' זיין גרעסער — אַז ער וועט זיין אין אַ מדריגה פון „עצם היום הזה" בדוגמא צו יום הכפורים למעליותא — שבת שבתון וואָס איז העכער פון שבתכו, „העשיריכז יהי' קודש"כח.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-r6er3v30