עברית
Library

Likkutei Sichos

Toldos 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

131תולדותג

א. אויפן פסוקא „גור בארץ הזאת" זאָגן חז"לב, אַז יצחק האָט ניט געטאָרט אַרויסגיין פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ, ווייל ער איז געווען אַן „עולה תמימה. מה עולה אם יצאת חוץ לקלעים היא נפסלת אף את אם יצאת חוץ לארץ נפסלת".

און ווי מפרשיםג זיינען מבאר, אַז גאַנץ א"י „חשובה אצלו כמו העזרה", און חוץ לארץ — „כחוץ מן העזרה". און דעריבער, זייענדיק אַן „עולה תמימה" — „שהיא קדש קדשים", טאָר ער ניט אַרויסגיין פון א"י, ע"ד ווי „אין קדש קדשים יוצא לחוץ מן העזרה".

דער טעם פאַרוואָס יצחק האָט די קדושה פון אַן עולה תמימה באופן אַז „אם יצאת חוץ לקלעים היא נפסלת"

— דלכאורה: די קדושה ווערט דוקא נאָך דעם ווי מ'איז מקריב די עולה על גבי המזבח, אָבער אַן עולה תמימה חי' איז ניט שייך אַז עס זאָל נפסל ווערן ביוצאד —

איז מובן פון דברי חז"לה אויפן פסוקו „ויעלהו לעולה תחת בנו", אַז די הקרבת האיל איז געווען במקום יצחק („תחת בנו"), און ס'איז כאילו ווי יצחק וואָלט געווען דער קרבן שנקרב. ובלשון רש"י*6 „כאלו בני שחוט . . דמו זרוק . . בני מופשט כאלו הוא נקטר ונעשה דשן". און וויבאַלד ס'איז כאילו ווי מ'האָט געטאָן די אַלע עבודות מיט יצחק'ן, אים מקריב געווען ע"ג המזבח, דעריבער איז ער נתקדש געוואָרן בקדושת עולה תמימה שנפסלת ביוצא.

עפ"ז אָבער — אַז יצחק האָט אַ גדר פון אַ קרבן שכבר נקרב ע"ג המזבח — דאַרף מען האָבן אַ ביאור: בנוגע דעם זכות העקידה זאָגן חז"ל בכמה מקומותז, אַז „אפרו של יצחק כאילו צבור על גבי המזבח". וואָס פון דעם דיוק לשון חז"ל „צבור על גבי המזבח" — ניט (ווי לשון רש"י במק"אח) „צבור ועומד לכפרה" (וכיו"ב) — איז מוכח, אַז דער זכות העקידה איז פאַרבונדן דערמיט וואָס „אפרו של יצחק" איז („פארבליבן") על גבי המזבח.

[נאָך מער: די גמרא זאָגט אין זבחיםט: „מזבח מנא ידעי (פון וואַנעט האָט מען געוואוסט ביים בנין מקדש שני וואו איז132מקום המזבח) . . אפרו של יצחק ראו שמונח באותו מקום" — פון „אפרו של יצחק" האָט מען געוואוסט צו קובע זיין מקום המזבח].

איז ניט מובן: דער אָרט פון דעם „דשן" וואָס בלייבט איבער פון קרבן — וואָס דוגמתו (ביי יצחק) איז „אפרו של יצחק" (וועלכער האָט דעם זעלבן גדר ווי דער „דשן" פון דעם אילי) — איז ניט „על גבי המזבח", וואָרום עס דאַרף דאָך זיין תרומת הדשן והוצאת הדשןיא; איז ווי זאָגט מען אַז אפרו של יצחק איז „צבור (ומונחיב) על גבי המזבח"יג?

ב. דער ביאור בזה בפשטות (ע"ד הנגלה) איז, אַז ביי הקרבת האיל זיינען ניט געווען די ענינים פון תרומת הדשן והוצאת הדשן:

תרומת הדשן איז ניט געווען שייך, ווייל די עבודה פון הרמת הדשן פירט זיך אויס דערמיט וואָס „ושמו אצל המזבח"יד, און ביי דער עקידה (וואָס איז אַ דין פון במה קטנהטו) איז ניטאָ די מציאות פון „אצל המזבח" — אויב ניט על גבי המזבח איז דאָס אין גדר פון „חוץ"טז;

אויך — דער טעם פון הוצאת הדשן איז (ווי רש"ייז זאָגט) ווייל „אין מקום למערכה" — אויב מען וועט ניט אַראָפּנעמען דעם דשן פון מזבח וועט ניט זיין אָרט פאַר דער קומענדיקער מערכהיח; ביי דעם מזבח וואָס אברהם האָט געבויט לעקידת יצחק איז, כמובן, ניט שייך דער טעם.

[וי"ל אַז וויבאַלד אַז ס'איז ניט געווען קיין חיוב צו אַראָפּנעמען דעם דשן פון מזבח, איז מסתבר אַז דער דשן איז געבליבן על גבי המזבח, ווייל

133דער דין איז דאָך „כל הנוגע במזבח יקדש"יט, און „אפילו קרבן פסול שעלה עליו . . לא ירד"כ, ובמילא, בשעת ס'איז ניטאָ קיין חיוב (וטעם) צו אַראָפּנעמען דעם אפר, איז „לא ירד". (וראה לקמן ס"ג)].

און דעריבער איז אויך „אפרו של יצחק" (בדוגמא צו „דשן" פון דעם איל) — „צבור על גבי המזבח".

אָבער מען דאַרף נאָך האָבן ביאור: ביאור הנ"ל איז נאָר אַ טעם פאַרוואָס „אפרו של יצחק" קען בלייבן און איז געבליבן „צבור ע"ג המזבח"; דערפון אָבער וואָס חז"ל פאַרבינדן זכותו של יצחק מיט דעם וואָס „אפרו . . צבור על גבי המזבח" איז משמע, אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט זכות העקידה גופא.

מוז מען זאָגן, אַז אע"פ אַז דער „דשן" פון אַן עולה דאַרף אַראָפּגענומען ווערן (בדרך כלל) פון מזבח (כאָטש אַז אַן עולה איז כליל לה') — איז אָבער די „קדושת עולה" פון יצחק'ן (דורך דער עקידה) אין אַן אופן, אַז זיין „אפר" (דשן) בלייבט „צבור (ומונח) על גבי המזבח".

ג. ויש לומר, ובהקדים:

א) בכלל איז מוכח, אויך פון הלכה בפועל, אַז ווען אַ זאַך ווערט אפר, איז עס ניט די פריערדיקע מציאותכא. לדוגמא ביי ביעור חמץ — למ"ד דאין ביעור חמץ אלא שריפהכב. הגם אַז נאָכן פאַרברענען בלייבט דערפון אפר, איז דאָס אָבער אַ נייע מציאותכג.

ב) די פעולה (נחת רוח) פון אַ קרבן עולה — וואָס איר הקרבה ווערט פאַרענדיקט מיט איר שריפה ע"ג המזבח — איז דורך דעם וואָס זי איז ריח ניחוח („וירח ה' את ריח גו'"כד), ד.ה. בעת זי ווערט פאַרברענט והולכת ונעשית אפר, אָבער ניט לאחר זמן —

עפ"ז איז ניט גלאַטיק וואָס מען זאָגט אַז דער זכות העקידה איז עומד לדורות, בלשון „אפרו של יצחק" — „אפר" איז מדגיש דעם היפך, אַז די עקידה (און פעולת ההקרבה) איז ניטאָ!

ולכן נ"ל, ובהקדים, אַז עס זיינען פאַראַן כמה אופנים ווי אַ זכות ופעולת המצוה ווירקט לאחר זמןכה:

א) אַ זכות וואָס האָט זיך אויפגעטאָן (ונגמר) בעבר. ד.ה. די עשיית המצוה טוט אויף אַ זכות וועלכער בלייבט ביים אדם אויף שפּעטער (שטענדיק), אָבער די סיבת הזכות האָט זיך אָפּגעטאָן אינגאַנצן בעבר.

ב) די עשיית המצוה (וזכותה) איז געווען בעבר, אָבער פעולת המצוה איז אַן ענין נמשך ובמילא אויך זכותה — עס ציט זיך שפּעטער, כולל — ציט זיך אין דעם זמן ווען מען נויטיקט זיך אין דעם זכות.

ג) די פריערדיקע עשי' — האַלט (דערנאָך) אין איין נתחדש ווערן, אַזוי,134אַז ס'איז פּונקט כאילו ווי די מצוה ווערט איצט געטאָןכו.

דערמיט איז מובן וואָס עס שטייט ביי דוד המלךכז: „בשעה שנכנס דוד לבית המרחץ וראה עצמו עומד ערום אמר אוי לי שאעמוד ערום בלא מצוה, וכיון שנזכר במילה שבבשרו נתיישבה דעתו כו'"

— דלכאורה: זיכער איז געווען ניכר במוחו ולבו של דוד דער „שעבוד הלב והמוח"כח פון זיין פריערדיקער הנחת תפילין (וכיו"ב), היינט פאַרוואָס האָט ער זיך געזען „ערום בלא מצוה"?

איז דער ביאור אין דעם: דער שעבוד הלב והמוח איז אַ פעולה נמשכת פון זיין פריערדיקער הנחת תפילין, אָבער די עשיית המצוה גופא האָט ער ניט איצט; משא"כ מצות מילה*28 איז מתחדשת בכל רגעכט, ובמילא איז עס כאילו ווי ער האָט זיך איצט מל געווען.

און דאָס איז אויך דער חידוש פון דער עקידה: דער זכות העקידה איז אין אַן אופן אַז ס'איז כאילו ווי יצחק ווערט איצט (בכל רגע) נשרף מחדשל על גבי המזבח; ובמילא איז „אפרו של יצחק . . צבור על גבי המזבח" — ער ווערט איצט נשרף ע"*) ג המזבח און איז איצט אַ „ריח ניחוח".

ד. ובעבודת האדם יל"פ:

דער ביאור פון „דשן" אין עבודת האדם איזלא:

דער ענין פון אפר מצד עצמו (ניט מצד דער סיבה ומצב וועלכע האָבן עם געמאַכט אפר) איז — תכלית הגשמיות. ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניאלב, אַז דער אפר וואָס בלייבט איבער פון אַן „עץ הנשרף" איז דער יסוד „העפר שבו היורד למטה ואין האש שולטת בו כו' העפר הוא חומרי יותר מכולן (שאר היסודות)".

און דאָס איז דער ענין פון דשן המזבח: דער חלק הקרבן וואָס ווערט פאַרברענט אויפן מזבח, איז מרמז אויף די איידעלע ענינים פון וועלט, וואָס זיי קענען אינגאַנצן נתעלה ווערן און נכלל ווערן אין קדושה. וואָס בכללות זיינען דאָס די עניני העולם מיט וועלכע מ'איז מקיים אַ מצוהלג, תשמישי מצוה, תשמישי קדושהלד כו'.

אָבער דער אפר וואָס בלייבט איבער פון קרבן איז אַ רמז אויף די נידעריקערע זאַכן פון וועלט וועלכע קענען135*) ניט נכלל ווערן אין דעם אש המזבח (ווערן אינגאַנצן קדושה). ובכללות זיינען דאָס די דברי הרשות מיט וועלכע אַ איד פאַרנעמט זיך.

און דעריבער קען דער דשן ניט בלייבן על גבי המזבח — תכלית הקדושה.

אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי מדריגותלה:

(א) דער „דשן" מיט וועלכע מ'איז מקיים תרומת הדשן, וואָס דער דשן בלייבט עכ"פ „אצל המזבח". (ב) דעם דשן וועלכן מען נעמט אַרויס „מחוץ למחנה".

וי"ל אַז דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי אופני עבודהלו פון „כל מעשיך יהיו לשם שמים"לז און „בכל דרכיך דעהו"לח:

„כל מעשיך יהיו לשם שמים" מיינט, אַז בשעת ער טוט די מעשים זיינען זיי ביי אים אין אַן אופן פון מעשיך, דברי הרשות, נאָר ער טוט זיי „לשם שמים", צוליב קדושה, דערנאָך וועט ער פון זיי האָבן אַ תועלת אין עניני שמים.

דאָס ווערט נרמז אין דעם דשן וואָס מען נעמט אַרויס „מחוץ למחנה" — ס'איז ניט אין מחנה דקדושהלט; דאָרט אָבער איז עס „(אל) מקום טהור", ער טוט די דברי הרשות לשם שמים, צוליב קדושה.

אַ העכערער אופן אין עבודה (מיט דברי הרשות) איז — „בכל דרכיך דעהו": ניט אַז דורך דעם וואָס ער טוט זיי וועט ער צוקומען דערנאָך צו „דעהו", נאָר אין זיי גופא („בכל דרכיך") — „דעהו"; זיי זיינען טאַקע „דרכיך" — דברי הרשות, אָבער די דברי הרשות אַליין ווערן אַן ענין פון קדושה.

ע"ד ווי תרומת הדשן, וואָס אויפן מזבח גופא קען עס ניט בלייבן (ס'איז „דרכיך"), אָבער — „ושמו אצל המזבח", עס בלייבט בסמיכות צום מזבח ונבלע במקומומ.

ה. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס „אפרו של יצחק כאילו צבור על גבי המזבח":

דער אויפטו פון עקידת יצחק איז — דער ענין פון מסירת נפש בפועל, מסירת הגוף כפשוטו. ביי אברהם'ס אַריינוואַרפן בכבשן האש (באור כשדים)מא, איז ניט געווען דער בפועל, ווייל דער אש האָט אים כלל ניט אָנגערירטמב; משא"כ ביי יצחק'ן, איז בשעת העקידה — „פרחה ויצאה נשמתו של יצחק"מג, און ס'איז דערנאָך געווען ביי אים תחיית המתיםמג.

136די דרגאמד פון מסירת נפש נעמט זיך פון עצם הנשמה ממש, וואָס איז דבוק ומיוחד מיט אלקות בתכלית היחוד, ביז אַז דאָס נעמט דורך אַלע חלקי האדם בשוה, אויך דעם חומר הגוףמה. און דערפאַר קומט עס אַרויס אין מסירת הגוף ג"כ פאַרן אויבערשטן.

און דעריבער, דורך דער עקידה איז יצחק נתקדש געוואָרן אין אַן אופן אַז (אויך) זיין גוף איז געוואָרן אינגאַנצן קדוש — ובמילא זיינען אויך די ענינים הגשמיים פון יצחק'ן נתעלה געוואָרן אין אַ דרגא עולה, כליל לה': זיינע גשמיות'דיקע ענינים זיינען געווען אַזוי בטל ומיוחד צו קדושה, ביז אַז ער האָט כלל „ניט געפילט" זייער „גשמיות"מו, זייער ענין איז געווען נאָר — עבודת ה'.

וא"ו. ווי גערעדט אַמאָל בארוכהמז אין דעם פירוש אויף דעם וואָס עס שטייט אין פרקי דר"אמח אויפן פסוקמט „ויזרע יצחק": „וכי יצחק זרע דגן ח"ו אלא לקח את כל מעשר ממונו וזרע צדקה לעניים כד"אנ זרעו לכם לצדקה" —

אין מקרא יוצא מידי פשוטונא, אַז יצחק האָט געזייט דגן כפשוטו, און דאָס איז געווען ממונו פון וועלכן ער האָט גענומען מעשר א.ז.וו. ס'איז אָבער ח"ו צו זאָגן אַז זיין „ויזרע" איז געווען אין תוכן אַן ענין פון זריעת דגן; נאָר זיין „זרע דגן" איז געווען — „זרעו לכם לצדקה".

ולהעיר לויט אַ צווייטן מחז"ל: יצחק האָט מתקן געווען מעשרותנב, און וויבאַלד אַז מעשר איז דוקא פון אייגענע תבואהנג, האָט ער דעריבער (און נאָר דערפאַר) געזייט דגן, צוליב מפריש זיין מעשר.

וי"ל אַז היינו הך: שורש המצוה דמעשרות וכיו"ב איז צדקהנד.

ז. און דערפאַר איז „אפרו של יצחק . . צבור ע"ג המזבח", ווייל דורך דער עקידה איז יצחק נתקדש געוואָרן ביז אין אַן אופן וואָס גיט ניט קיין אָרט פאַר „חול" (וואָס באַלאַנגט בחוץ) — אויך „אפרו" (זיינע ענינים הגשמיים) זיינען „צבור על גבי המזבח", כולו — כליל לה'*54.

137און דאָס איז אויך דער טעם וואָס מען דריקט אויס דעם זכות העקידה מיט דעם לשון וענין „אפר" דוקא: דער זכות העקידה באַשטייט אין דעם אופן מסירת נפש פון יצחק'ן — דער עילוי פון זיין מסירת נפש איז אין דעם אויפטו פון „אפרו . . צבור על גבי המזבח"**54, כנ"ל.

ח. די הוראה דערפון אין עבודת כל אחד ואחד:

איינער פון די טעמים וואָס מען זאָגט פרשת העקידה בכל יום איז — „כדי להכניע יצרו לעבוד הש"י כמו שמסר יצחק נפשו"נה. מען דאַרף וויסן, אַז די הכנעה דאַרף ברענגען דערצו, אַז דער „אפר" (גשמיות) פון אַ אידן זאָל זיין „צבור על גבי המזבח".

דער ענין אין דעם:

תפלות כנגד תמידין תקנוםנו, וואָס קרבן תמיד איז אַן עולה וועלכע איז כליל לה'. ווייל די שלימות פון תפלה איז, אַז אַ איד זאָל זיך אינגאַנצן אַוועקגעבן צום אויבערשטןנז.

אָבער דער ביטול ומסירת נפש פון תפלה גיט „אַן אָרט", אַז לאחרי התפלה זאָל דער איד אַרויסגיין „מחוץ למחנה" און פאַרנעמען זיך מיט ענינים הגשמיים. אמת טאַקע, אַז עבודת התפלה טוט ביי אים אויף אַז דאָס זאָל זיין נאָר „אל מקום טהור" — כל מעשיך לש"ש — אָבער דאָך איז עס מחוץ למחנה.

אויף דעם קומט די באַוואָרעניש, אַז דער טעם פון הוצאת הדשן איז ווייל „אין מקום למערכה", אָבער אויב ס'איז דאָ „מקום למערכה" נעמט מען ניט אַראָפּ דעם דשן: דער „היתר" צו פאַרנעמען זיך מיט דברים גשמיים (אין אַן אופן פון „מחוץ למחנה") איז נאָר אויב עס קומט דערפון אַרויס אַ תועלת פאַר דער קומענדיקער מערכה — דורך דעם וועט מען קענען מאָרגן דאַוונען נאָך בעסערנח;

דער אָרט פון אַן אידן דאַרף זיין און איז אין פנים. אַי, ער איז אַ נשמה בגוף און האָט צרכים גשמיים — איז גענוג ווען זיין התעסקות אין גשמיות איז „אצל המזבח"; אָבער אַרויסגיין „מחוץ למחנה" — ניט דאָס איז דער אמת'ער אָרט פון אַן אידן. אפילו ווען ער טוט אין די דברי הרשות שלו לשם שמים — איז עס אַן עבודה פחותה; ער איז ניט מוזג כוס לרבו, נאָר מבשל קדרה לרבו און דאַרף בייטן זיינע „לבושים"נט

(דעם קאָך אין דעם „בישול" — פון זיינע מעשה דבור ומחשבהס).

און דערפאַר איז מען מקדים אמירת פרשת העקידה לכל עניני היום, ווייל כדי דאָס צו דערהערן מאָנט זיך מסירת נפש דיצחק. די מסירת נפש בשעת138התפלה דאַרף זיין אין אַן אופן וואָס „נעמט מיט" זיין גוף וכל עניניו הגשמיים, ביז אַז ער פילט ווי ביי אים איז ניטאָ קיין „מחוץ למחנה", און זיין גשמיות איז אינגאַנצן דורכגעדרונגען מיט קדושה.

און דעמאָלט איז אפילו ווען ער גייט אַרויס (לאחרי התפלה) „מחוץ למחנה" צו פאַרנעמען זיך מיט עניני העולם, הנהג בהם מנהג דרך ארץסא — פילט ער אַז זיין געפינענדי־זיך „מחוץ למחנה" איז נאָר בחיצוניות; פנימיותו ובפרט מצד נפשו, בחי' יצחק שבו, איז אויך „אפרו . . צבור ע"ג המזבח".

און בכח זה איז זיין התעסקות מיט ענינים גשמיים אין אַן אופן אַז זיין גאַנצע כוונה דערביי איז בלויז צוליב די תועלת וואָס וועט דערפון אַרויסקומען בעבודתו ית', במקום המערכה.

(משיחת ש"פ בה"ב תשכ"ח)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-t68kypre

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources