Likkutei Sichos
Noach 1
19נח
א. עס איז ידוע וואָס חז"לא זאָגן בנוגע צו נח'ן, אַז ער האָט ניט מתפלל געווען על אנשי דורו, „לא בעי רחמין על עלמא"; ניט ווי משה רבינו וואָס האָט מתפלל געווען אויף די עושי העגל.
געפינט מען אין דעם אַ פלוגתאב צווישן ר' יהודה און ר' יצחק: ר' יהודה זאָגט אַז דאָס וואָס נח האָט ניט מתפלל געווען אַזוי ווי משה איז (ניט געווען אַן ענין של חסרוןג, נאָר) ווייל „משה לא תלה מלה בזכותי'" נאָר בזכות אבות, בעת אַז נח האָט, כמובן, ניט געקענט תולה זיין תפלתו בזכות אבות. משא"כ ר' יצחק האַלט, אַז טראָץ דעם האָט נח געדאַרפט מתפלל זיין און מעורר רחמים זיין אויף זייד.
איז דער טאַטע מבאר דעם טעםה, וואָס „ר' יהודא מהפך בזכות דנח ור' יצחק בהיפך שמהפך בחובתו", אַז דאָס איז דערפאַר וואָס „כל א' מהם מדבר כפי בחינתו ומדריגתו": ר' יהודה איז בחי' חסד, און דערפאַר איז ער „מהפך בזכותו כפי מדתו מדת החסד", און ר' יצחק „הוא בחי' גבורה . . לכן . . מהפך בחובתו כפי מדתו מדת הגבורה".
מען דאַרף אָבער האָבן אַ ביאור: דער אָנזאָג פון תורהו „והוי דן את כל האדם לכף זכות" איז, כמובן בפשטות, אַ כלל פאַר יעדן אידן, אפילו פאַר איינעם וואָס „מדתו מדת הגבורה" — איז ווי קומט עס וואָס ר' יצחק האָט מהפך געווען בחובתו של נח, און האָט אים ניט דן געווען לכף זכות (כציווי המשנה)?
ב. בדוגמא צו די צוויי דיעות הנ"ל פון ר' יהודה ור' יצחק — געפינט מעןז אויך אַ פלוגתאח אויפן פסוק בתחלת פרשתנוט „נח איש צדיק גו' בדורותיו": „ישי מרבותינו דורשים אותו לשבח כ"ש שאלו הי' בדור צדיקים הי' צדיק יותר ויש שדורשים אותו לגנאי לפי דורו הי' צדיק ואלו הי' בדורו של אברהם לא הי' נחשב לכלום".
וואָס אויך אין דעם איז ניט מובן (ע"ד די שאלה הנ"ל): וויבאַלד מ'האָט אַ ברירה — מ'קען דרש'נען לשבח און מ'קען דרש'נען לגנאי — פאַרוואָס זאָל מען זאָגן אַז כוונת התורה איז צו אַרויסברענגען גנותו של נח?
נאָכמער: ס'איז אַ כלליא אַז אפילו „בגנות בהמה טמאה לא דבר הכתוב" —20די תורה נוצט ניט קיין לשון „מגונה" אפילו בנוגע אַ בהמהיב, ועאכו"כ אַז די תורה וועט ניט ריידן בגנותו של נח. טאָ ווי קען זיין אַ דיעה אַז די תורה איז מוסיף דעם וואָרט „בדורותיו" — בלויז כדי אַרויסברענגען אַן ענין של גנאי בשייכות צו נח'ן?!
וי"ל בזה, ובהקדים וואָס מ'האָט אַמאָל מבאר געוועןיג, אַז אָט דער כלל — אַז תורה נוצט ניט קיין לשון מגונה — באַציט זיך צו סיפורי התורהיד. משא"כ ווען תורה זאָגט אַ הלכה ודין — דאָרט נוצט תורה אַ לשון ברור, אפילו ווען צוליב דעם דאַרף מען נוצן אַ לשון בלתי נקי'. ווייל אַ הלכה דאַרף געזאָגט ווערן קלאָר, אַ הוראה ברורה, כדי צו פאַרמיידן אַ מקום לטעות ביים אויספירן די הלכה אין מעשה בפועל.
ועד"ז אין דעם ענין, וואָס די תורה איז מוסיף דעם וואָרט „בדורותיו" מיינענדיק (לויט איין פירוש) „לגנאי": ווען תורה וואָלט ניט אַרויסגעבראַכט אָט דעם „גנאי", וואָלט געווען אַן אָרט צו האָבן אַ טעות בנוגע להלכה — בנוגע להנהגה בפועל: מעןטו געפינט ענינים בהנהגת נח וואָס ווייזן אַז ביי אים איז ניט געווען צדקות בשלימותטז, איז אויב תורה וואָלט מתאר געווען נח אַלס צדיק תמים און ניט באַוואָרנט דערביי אַז דאָס איז „בדורותיו" (בלויז בערך זיין דור), וואָלט מען געקענט מיינען אַז אַזאַ הנהגה איז הנהגת צדיק תמים. דעריבער מוז דאָ זיין מודגש דער היפך השבח פון נח'ן, כדי מ'זאָל דערפון אָפּלערנען אַ קלאָרע הוראה ווי מ'דאַרף זיך פירן.
ג. עפ"ז קען מען זאָגן נאָכמער — אַז דער מכוון פון „יש (ש)דורשים אותו לגנאי" איז ניט צו דערציילן אַז ביי נח'ן איז געווען אַ חסרון בפועל, נאָריז „דורשים אותו לגנאי" — עס איז אַ דרשה ולימוד „לגנאי" פאַר אַ צווייטן, צו פאַרהיטן אים פון אַ חסרון וטעות ביים לערנען וועגן נח'ן.
וואָרום י"ליח דאָס וואָס „יש . . דורשים אותו לשבח . . ויש שדורשים אותו לגנאי" איז ניט קיין פלוגתא בנוגע דער דרגת הצדקות פון נח'ן, נאָר מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגייט: און לא פליגי במציאות צי די צדקות פון נח'ן „בדורו של אברהם הי' נחשב לכלום"; אָבער לאידך האַלטן אַלע אַז ניט נח איז געווען שולדיק וואָס ער איז ניט געווען אַזאַ גרויסער צדיק ווי אברהם, נאָר דאָס איז געווען צוליב דעם מצב און דער גרויסער פחיתות פון זיין דורכ, און „אלו הי' בדור צדיקים הי' צדיק יותר".
21דער חילוק איז — וואָס איז די תורה אויסן מיטן וואָרט „בדורותיו": איין מ"ד זאָגט — דעם „שבח", אַז די תורה קומט משבח זיין נח'ן; און דער צווייטער מ"ד זאָגט אַז דערמיט וויל תורה באַוואַרענען אַז עס זאָל ניט אַרויסקומען קיין תקלה אין דער עבודה פון אַ אידן וואָס לערנט וועגן נח'ן.
און דאָס מיינט „ויש שדורשים אותו לגנאי": בשייכות צו נח'ן גופא איז דאָס ניט קיין ענין פון גנאי וחסרון — זייענדיק אין אַזאַ דור איז ניט געווען שייך עס זאָל זיין די דרגת הצדקות ווי אברהם; נאָר תורה מוז אַרויסברענגען אַז די דרגא אין צדקות איז ניט די אמת'ע שלימות, ואדרבה: ס'איז אַ דרגא פון „גנאי" בערך צו אברהם („לא הי' נחשב לכלום"), כדי אַז די הוראה פון סיפור נח זאָל זיין קלאָר.
ד. אויף דעם זעלבן אופן קען מען מסביר זיין די צוויי דיעות פון ר' יהודה און ר' יצחק אין דעם וואָס נח האָט ניט מתפלל געווען על דורו:
ס'איז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגיכא — אויך ר' יצחק איז מודה, אַז דאָס וואָס נח האָט ניט מתפלל געווען על אנשי דורו איז ווייל ער האָט (אין יענעם מצב) ניט געקענט מתפלל זיין אויף זיי, היות אַז „לא הוה לי' במאן דיתלי בזכותא כמשה" — עס איז ניט אַ חסרון אין נח'ן;
ר' יצחק קומט נאָר באַוואָרענען, אַז עס זאָל ניט אַרויסקומען אַ תקלה ח"ו אין אַ שפּעטערדיקן דור, מיינענדיק אַז ס'איז ניט קיין חסרון אויב מ'איז ניט מתפלל פאַר אנשי הדור; דעריבער זאָגט ר' יצחק, אַז מען מוז דרש'נען (אַרויסברענגען) אַז די זאַך פאַר זיך איז אַן ענין של גנאי (כאָטש אַז ביי נח'ן גופא האָט ניט געקענט זיין באופן אחרכב), ווייל מען דאַרף זיך משתדל זיין בכל האופנים האפשריים צו מתפלל זיין און בעטן רחמים פאַר אַ צווייטן אידן.
און דערפאַר איז דעת ר' יצחק ניט אין סתירה צום כלל „הוי דן את כל האדם לכף זכות" — ווייל אויך לויט ר' יצחק'ן איז עס ביי נח'ן ניט געווען קיין „חובה" ח"ו, נאָר ער באַוואָרנט ווי די זאַך איז אַן ענין של „חובה" ביי אַנדערע;
ואדרבה: אויב מ'וועט ניט באַוואָרענען אַז אַזאַ הנהגה (אין אַלגעמיין) פון ניט בעטן רחמים על אנשי הדור איז בלתי רצוי' — קען דאָס גופא האָבן אין זיך אַן ענין של חובה אויף נח'ן, אַז זיין הנהגה זאָל קענען גורם זיין אַ תקלה ביי אַ צווייטן אידן.
און דעריבער איז (אויך) דאָס גופא „בזכותו" של נח — ער אַליין וויל מען זאָל מדגיש זיין אַז מען דאַרף יע מתפלל זיין על אנשי דורו, ביז צו זאָגן דאָס אין אַן אופן כאילו ווי ס'איז אַ חסרון ביי נח'ן גופא (כפשטות לשון ר' יצחק: ועם כל דא . . הוה לי' (נח'ן) למבעי רחמי22עלייהו) — כדי צו פאַרזיכערן אַז עס זאָל ניט אַרויסקומען קיין חסרון ביי אַ צווייטןכג.
און דורך דעם וואָס מען באַוואָרנט אַז הנהגת נח איז אַן ענין של חובה (ניט די אמת'ע שלימות), ובמילא פירט מען זיך אין אַנדערע דורות אין אַן אופן אַז מ'איז יע מתפלל על אנשי הדור, איז דאָס גופא „מתקן" דאָס וואָס נח האָט בפועל ניט געטאָן: אע"פ אַז בדורו האָט ער דאָס ניט געקענט דורכפירן, וויבאַלד אָבער אַז דורך אים (ד.ה. דורך אַרויסברענגען ווי אַזאַ הנהגה איז ניט קיין מעלה) האָט מען די הוראה לדורות אַז מען דאַרף יע מתפלל זיין על אנשי דורו, בריינגט עס צו די שלימות אין דעם ענין אויך ביי נח'ן גופא.
ה. און דאָס איז אויך די הוראה למעשה בימינו אלה:
ס'פּאַסירט אַמאָל, אַז איינער טוט כפי יכלתו אויף משפיע זיין בסביבתו, על „אנשי דורו", אָבער מצד סיבות שאינן תלויות בו (לכאורה) איז ער אין דעם ניט מצליח. קען ער ביי זיך מאַכן אַ חשבון, אַז אַני את נפשי הצלתי: ניט נאָר בנוגע זיין אייגענער עבודה מיט זיך, נאָר אויך בנוגע דער אַרבעט מיט אַ צווייטן האָט ער געטאָן בשלימות. אלא, ער האָט ניט אויפגעטאָן — איז דאָס ניט זיין חסרון.
לערנט ר' יצחק אַ הוראה, אַז עס קען טאַקע זיין אַז ער האָט באמת געטאָן וויפל ער האָט געקענט — ס'איז ניט נאָר אַ דמיון, נאָר ע"פ שו"ע (תורת אמת) האָט ער געטאָן בשלימות — אָבער אעפ"כ דאַרף מען וויסן, אַז דערביי טאָר מען ניט בלייבן; מען טאָר ניט זיין צופרידן פון דעם מצב נאָר מען מוז האַלטן אין איין „מכריז" זיין „ועם כל דא . . הוה לי' למבעי רחמי עלייהו"! דער ניט בעטן רחמים על דורו איז אַ מצב של „חובה".
און דאָס גופא איז גורם אַז עס זאָל ווערן אַ מצב פון „זכות" — אַז דער אויבערשטער איז מבטל די סיבות פון דעם מצב בלתי רצוי, און גיט אַ אידן אַ געלעגנהייט צו בעטן רחמים על אנשי דורו, ביז צו פועל זיין אַז זיי זאָלן תשובה טאָן,
ובפרט בזמננו עקבתא דמשיחא וואָס דער רמב"ם פסק'נט בספרו דהלכותכד אַז „הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן ומיד הן נגאלין"כה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-x9jyghb6