Likkutei Sichos
Noach-7 Cheshvan
38נח — ז' מ"ח
א. ז' מרחשוןא פאַלט אויס אַלעמאָלב אין דער וואָך וואָס נאָך ש"פ נח. וע"פ הידוע אַז ימי השבוע האָבן אַ שייכות צו יום השבת שלפניהם, דמיני' מתברכיןג, איז מובן, אַז דער תוכן פון ז' מרחשון האָט אַ קשרד מיט (ועכ"פ מרומז אין) די עניניםה פון פרשת נח.
ז' מרחשון איז דער טאָג ווען „שואלין את הגשמים — ט"ו יום אחר החג, כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת"ו, ד.ה. ביז דעם טאָג איז באַ אידן נאָך אַלץ געווען אַ המשך פון דעם מצב פון עלי' לרגל דחג הסוכות. און דאָס איז נוסף אויף דעם וואָס (בלשון הש"ךז) „דומה להם כאילו הם עדיין בא"י עסוקים בעניני הרגל", נאָר ווייל אַזוי איז דער ענין ע"פ תורת אמת — ובלשון הכתובח „ולא יחמוד איש את ארצך בעלותך לראות את פני ה' אלקיך", וואָס דאָס נעמט אַרום דעם גאַנצן זמן — פון התחלת עליתם לרגל ביז זייער אומקערן זיך צוריק למקומם ממשט, והיינו ביז ז' מרחשון, ווען דער „אחרון שבישראל" דערגרייכט „לנהר פרת" גבול א"י.
און אע"פ אַז פון ז' מרחשון, ווען יעדער עולה לרגל איז שוין געקומען למקומו תחת גפנו ותחת תאנתוי, איז מען לכאורה אין אַ מצב פון ירידה לגבי דעם מצב פון „בעלותך לראות את פני ה"א", אין ביהמ"ק, איז אָבער ע"פ הוראת חז"ליא „מעלין בקודש", אַז אַ איד דאַרף שטענדיק גיין אַלץ העכער און העכער, מחיל אל חיליב — דאַרף אויסקומען אַז אין דעם איז דאָ אויך אַ מעלה ועלי' לגבי דעם מצב פון עלי' לרגל.
39ב. דער ביאור בזה (ווי שוין גערעדט כמה פעמיםיג), אַז דוקא בשעת אַ איד קומט לביתו ולמקומו און ער פאַרנעמט זיך מיט עבודת האדמה, אדם חורש ואדם זורעיד וכיו"ב, האָט ער דעמאָלט די מעגלעכקייט צו מקיים זיין מצות התלויות בארץ כפשוטן, און ממשיך זיין קדושה אויך בכל דבריו ועני* ניו, „מעשיך ודרכיך" הגשמיים — אַן עבודה וועלכע איז ניט שייך ווען ער געפינט זיך בעלותו לרגל אין ירושליםטו און בביהמ"ק.
איז דאָך דאָס אַן עלי' אין זיין עבודה, ובשתים — סיי מצד מעשה הגברא און סיי מצד דער חפצא:
רז"ל זאָגןטז נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, וואָס דאָס ווערט דורכגעפירט דורך קיום המצות אין דברים גשמיים, ובמיוחד מיט די מצות התלויות בארץ שדה וכרם וכו'. ווען אַ איד נעמט דברים גשמיים, וועלכע זיינען מצד עצמם ניט קיין „חפצי שמים", און איז מיט זיי מקיים אַ מצוה און מאַכט פון זיי אַ חפץ של מצוה וקדושה וכיו"ב — ווערט דערמיט געשאַפן אַ דירה לו ית' בתחתונים, אַז קדושתו של הקב"ה ווערט נמשך און נעמט דורך די דברים תחתונים.
ועד"ז בנוגע לגברא: זייענדיק אין ירושלים ובביהמ"ק, דאָרט איז דער איד ניט אַריינגעטאָן (אויף אַזויפיל) אין דער עבודה מיט דברים גשמיים („תחתונים"). ער געפינט זיך אין אַ מקום וואָס איז קדוש מלכתחילה, און ער האָט צו טאָן רובו ככולו מיט עניני קדושה. דאָרט איז עיקר עבודתו: „יראה כל זכורך את פני האדון ה'"יז — ראיית אלקותיח.
קומט אויס, אַז דוקא בז' מרחשון, ווען יעדער איד קומט למקומו, איז דאָ די מעלה בעבודת הגברא בתחתונים ממש — יעדער איד ווערט אַ שליח דורכצופירן דעם ענין פון „נתאווה הקב"ה" וועלכע קען ניט דורכגעפירט ווערן (אויף אַזויפיל) בעלייתם לרגל; און אויך די מעלה אין דעם נפעל, בהחפצא, אַז ער מאַכט אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן בתחתונים.
ג. און אע"פ אַז אָט די מעלה אין דער עבודת ישראל פון ז' מרחשון אָן (לגבי דעם מצב ועבודת ישראל בעלי' לרגל) איז דאָס טאַקע אַזוי לפי האמת (בפנימיות ותכלית הענינים) מצד דעם רצון ה' וכוונתו ית' — בגילוי אָבער און ווי ס'איז נרגש ביי יעדן אידן, איז דאָך עבודת בנ"י פון ז' מרחשון אָן פאָרט פאַרבונדן מיט אַ מצב של ירידה, און אַ ירידה עצומה — פונעם מעמד ומצב הכי נעלה פון „יראה כל זכורך את פני האדון ה'", „כדרך שבא לראות כך בא ליראות וכו'"יט, צו דעם מצב ועבודה פון40זיין פאַרנומען זיין מיט עבודת האדמה ועובדין דחול כו' — אַן עמל וטירחא בפשטות, און אויך אַן עבודה של יגיעה וטירדא ברוחניות. אַ איד איז דאָך מרגיש אַז ער איז ניט אין דעם מצב נעלה פון ביהמ"ק, „לפני ה'"כ.
איז צוזאַמען דערמיט „פילן" אידן אויך די מעלה גדולה שבזה.
וע"ד ווי מ'געפינט בנוגע כניסתם של בנ"י פון מדבר אין א"י:
זייענדיק אין מדבר, האָבן אידן ניט געהאַט קיין דאגות וועגן זייערע צרכים הגשמיים: זיי האָבן אַלץ באַקומען מן המוכן, פון דעם אויבערשטן, סיי בנוגע לאכו"ש (מן, לחם מן השמיםכא, מים מבארה של מריםכב), סיי בנוגע להלבושים — די ענני הכבוד וואָס „היו שפים בכסותם ומגהצים אותם"כג.
אין אַזאַ מצב האָבן זיי זיך געקאָנט אָפּגעבן אינגאַנצן מיט ענינים רוחניים, לימוד התורה וכו'כד.
משא"כ בכניסתם לארץ, וואָס דעמאַלט האָבן זיי שוין מער ניט געהאַט קיין לחם מן השמים און זיי האָבן זיך געדאַרפט אָפּגעבן מיט עבודת האדמה — כי תבואו אל הארץ גו' שש שנים תזרע שדך וכו'כה, און די אַלע עבודות הקשורות בזה; יעדער איד האָט געדאַרפט זיך עוסק זיין צו באַזאָרגן זיין הצטרכות באכו"ש ולבושים וכו'.
און אין אַזאַ סדר החיים, איז דאָך, כמובן, אַ סך שווערער צו אָפּגעבן זיך מיט ענינים רוחניים.
ביז אַז די מרגלים האָבן (מהאי טעמא) איבערגערעדט אידן ניט צו (וועלן) אַריינגיין אין א"י (ווי מבואר אין ספריםכו).
ד. אעפ"כ געפינט מען, אַז נאָכן חטא המרגלים זאָגט דער פסוקכז (בהמשך לזה) „כי תבואו" וואָס פירושו איז, ווי רש"י איז מפרש: „בשר להם שיכנסו לארץ" — וואָס לכאורה איז דאָס ניט מובן: הן אמת אַז נאָכדעם ווי „קצף ה' עליהם והרעים בקול רעש ורוגז עדכח מתי לעדה הרעה הזאת וגו' במדבר הזה יפלו פגריכם וגו' אני ה' וגו'"כט איז „נכנע ונשבר לבם בקרבם"כט און דערפאַר זיינען זיי געווען גרייט גלייך אַריינצוגייןל לארץ — מיט וואָס איז אָבער דער „תבואו" פאַר זיי אַ בשורה (טובה), וויבאַלד דאָס איז דאָך פאָרט אַ ירידה לגבי זייער מעמד ומצב אין מדבר? ובפרט זייענדיק אַ „דור דעה"לא, האָבן זיי זיכער ניט געיאָגט זיך, „נתאוו" צו (האָבן אַ גשמית'דיקע לאַנד און) פאַרנעמען זיך מיט ענינים גשמיים.
ע"פ הנ"ל איז דאָס מובן: וויבאַלד אַז דוקא קומענדיק אין א"י וועלן זיי האָבן41די מעגלעכקייט צו מאַכן פון די חפצי העולם אַ חפצא של קדושה דורך קיום המצות התלויות בארץ כו' (וכמרז"ללב בנוגע אפילו למשה איש האלקיםלג) —
ווי דער פסוק איז ממשיך נאָך „כי תבואו" וועגן די מצות פון (נסכיםלד) חלה וכו' (ניט ווי אין מדבר וואָס דאָרטן האָבן זיי ניט געהאַט צו טאָן (אויף אַזויפיל) מיט דברים גשמיים) —
פירט זיך דורך דאַמאָלס דער נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים.
און דעריבער, נוסף ע"ז וואָס בשעת אַ איד ווייס אַז ער גייט דורכפירן דעם רצון פון אויבערשטן (וועלכן רצון עס זאָל זיין) וואָס איז גורם אַ נח"ר למעלה, כמרז"ללה „נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני", איז דאָס אַ בשורה (טובה) פאַר יעדן אידן און ברענגט אים שמחה,
ובנדו"ד, וויבאַלד אַז די עבודה איז פאַרבונדן מיט „נתאווה הקב"ה", מיטן תענוג פון דעם אויבערשטן, איז ווען אַ איד פירט דורך די עבודה ווערט דאָס דער „נתאווה", דער אמת'ער עונג פון דעם אידן גופא [ובפרט באַ די אידן וואָס די תורהלו זאָגט אויף זיי „ואתם הדבקים בה"א חיים כולכם היום"לז, ווערט ביי זיי אין דער עבודה פון לעשות לו דירה בתחתונים דערהערט דער תענוג הבורא, ביז באופן אַז דאָס ווערט זייער תענוג אויך בגלוי].
ועד"ז איז מובן בנוגע דער עבודה פון יעדער אידן פון נאָך ז' מרחשון, בחזרתם לביתם, אַז דער מעלין בקודש און די הליכה מחיל אל חיל איז ניט בלויז אין דער עבודה עצמה, נאָר אויך בהרגשתם וכמש"נלח „וילכו לאהליהם שמחים וטובי לב"לט און נאָכמער — דאָס וואָס אידן זיינען מרגיש אין דער עבודה פון נאָך ז' מרחשון דעם תענוג הבורא מצד נתאווה הקב"ה, איז אַ העכערער עילוי ווי דער הרגש הנח"ר וועלכן זיי האָבן בעלותם לרגל זעענדיק דעם גילוי שכינה בביהמ"ק.
וואָרום בעלי' לרגל איז עס באופן פון אַ נח"ר וואָס עס האָט אַ נברא; וואָס אַ איד האָט נח"ר פון דעם גילוי שכינהמ (בדוגמת נשמות בגן עדן וואָס „נהנים מזיו השכינה"מא).
משא"כ דער תענוג ונח"ר אין דער עבודה פון ז' מ"ח אָן — איז פאַרבונדן מיט דעם „נתאווה", מיטן תענוג ונח"ר לבורא, וואָס דער איד „פילט" (מצד ביטולו) בעבודתומב.
ז' מרחשון איז דאָך דער זמן ווען דער „אחרון שבישראל" איז מגיע לנהר פרת, אָבער אַלע אַנדערע אידן, וועלכע לעבן אין די נעענטערע מקומות שבא"י, זיינען אָנגעקומען למקומם אין די פריערדיקע טעג, ביז אַז די וואָס האָבן געוואוינט בסמוך לירושלים זיינען אָנגעקומען לבתיהם גלייך נאָך יו"ט.
ועפ"ז, וויבאַלד אַז רוב רובם של בנ"? קומען לבתיהם פאַר ז' מרחשון (און בלויז ביי מתי מספר נמשך זמן ביאתם עד ז' מרחשון), קומט אויס אַז ביי רובם ככולם הויבט זיך אָן די עבודה בשדה („בתחתונים") (אַ סך) פריער —
אָבער פון דעם וואָס ז' מרחשון איז נקבע געוואָרן ע"פ תורת אמת אַלס זמן פון שאילת גשמים פאַר אידן אין גאַנץ א"י (און אויך בזמן הזהמג), איז מובן, אַז דוקא דעמאַלט פאַנגט זיך אָן דער זמן העבודה הנ"ל (פון לאחרי הרגל, למעליותא) פאַר אַלע אידן אין א"י.
דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניאמד דעם דיוק לשון חז"ל „נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים" — אַז מיט „תחתונים" ווערט געמיינט דער „עוה"ז הגשמי והחומרי ממש" וועלכער איז „תחתון במדריגה שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית'". וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין „עוה"ז הגשמי והחומרי ממש" גופא, איז דער עיקר ענין ה"דירה" ווערט אויפגעטאָן אין דעם „תחתון שאין תחתון למטה ממנו" אין עוה"ז גופאמה.
ועפ"ז איז מובן בעניננו, אַז ווען פירט זיך דורך דער „נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים", איז עס ניט אַזוי בשלימות אין דער עבודה פון די אידן שבירושלים (וסמוך לה, וואָס דאָרטן איז מאיר קדושת ירושלים) — נאָר דורך דער עבודה פון די אידן וועלכע געפינען זיך בריחוק מקום פון ירושלים — וואָס דער ריחוק מקום גשמי איז פאַרבונדן מיטן ריחוק מקום ברוחניות — וואָס דער פני הוי', אור אלקי, לייכט דאָרט ניט אַזוי ווי בירושליםמו וסמוך לה (און ווי דאָס איז כפשוטו, אַז קדושת ירושליםמז און אויך סמוך להמח איז מער מקודש ווי די מקומות שמחוצה להם).
ביז צו דעם „תחתון שאין תחתון למטה ממנו" — די עבודה פון דעם „אחרון שבישראל", וואָס איז אין דעם „מקום ישוב היותר רחוק מירושלים"מט.
ז. ויתרה מזה: דער ענין פון ז' מרחשון (ווען הגיע האחרון שבישראל43לביתו) איז נוגע צו אַלע אידןנ — ווייל בשעת ס'איז דאָ די עבודה אויך פון דעם „אחרון שבישראל", טוט זיך אויף די „דירה לו ית'" בשלימות מער — באַ אַלע אידן, בכל ארץ ישראל.
ובדוגמת דירת בשר ודם דא למטהנא: אַ דירת אדם באַשטייט פון כמה חדרים — חדר אכילה, חדר שינה, וכו' ביז צו דעם חדר וואָס איז פטור ממזוזהנב. והיינו, אע"פ אַז די חדרים זיינען ניט גלייך אין דער חשיבות ההשתמשות והדירה בהם: פאַראַן חדרים וואָס אין זיי איז עיקר תשמישו ודירתו, פאַראַן חדרים וואָס זיינען נאָר טפלנג, ביז טפל דטפל — אעפ"כ זיינען זיי אַלע איינגעשלאָסן אין איין און דער זעלבער דירה. ד. ה. די בעלות האדם, אַלס זיין דירה, איז בשווה אין אַלע חלקי הדירה. און דוקא בשעת עס זיינען דאָ (ניט בלויז דער חדר אין וועלכן ער טוט עיקר תשמישונד, נאָר אויךנה) אַלע אַנדערע טפל'דיקע חדרים, ווערט דעמאָלט איין שלימות'דיקע דירהנו.
ועד"זנז איז דאָס בנוגע כביכול לדירתו של הקב"הנח:
בעבודת ישראל זיינען דאָ כמה חילוקים: כהנים ולוים (וואָס עיקר עבודתם איז אין מקדש), ביז צו אַ כה"ג וואָס ביתו איז בירושלים און ער טאָר ניט אַרויסגיין פון ירושלים לעולםנט; און עס איז אויך דאָ די עבודה פון בני ישראל וואָס איז ניט פאַרבונדן (בגלוי) מיטן ביהמ"ק וירושלים, ביז צו די וואָס זייער עיקר עבודה איז במקום הכי רחוק מירושלים, ביי „נהר פרת", ועי"ז ברענגען זיי אַריין קדושה אין דברים תחתונים גשמייםס.
און דוקא דורך דער עבודה פון אַלע אידן אין די פאַרשידענע אופני עבודה ווערט כביכול „צונויפגעשטעלט"סא איין (גאַנצע) דירה פאַר דעם אויבערשטן.
וואָס דער ענין דריקט זיך אויס אויך אין הלכה: עס זיינען דאָ כמה דינים44בשייכות לא"י וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן תנאי פון „כל יושבי' עלי'"סב, אַזוי ווי יובל וכל הדינים השייכים לזה (בת ערי חומה, גר תושב וכו' וואָס זיינען נוהג נאָר בזמן שהיובל נוהגסג). און דער פירוש פון „כל יושבי' עלי'" איז ניט נאָר אַז אַלע אידן דאַרפן זיין בארץ ישראל „ולא בזמן שגלו מקצתן"סד, נאָר „שלא יהיו מעורבבין שבט בשבט אלא כולן יושבין כתקנן"סה.
וואָס דערפון איז מובן אויך בנוגע צו יעדן שבט גופאסו, אַז אין דעם זמן וואָס „יושבין (פון יעדן שבט גופא, איז) כתיקנן" איז דעמאָלט די שלימות ישוב הארץ, אַלס דירה פאַר אַלע אידן (ובמילא קומט דאָס אַרויס בגילוי אין דעם אַז דוקא דעמאָלט איז דער זמן פון „דרור בארץ לכל יושבי'"סז, חירות פאַר אַלע אידן)סח.
ח. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם טעם פאַרוואָס דוקא ז' מרחשון איז דער זמן (פון שאילת גשמים) וואָס פאַראייניקט אַלע אידן אין דער עבודה פון לעשות לו ית' דירה בתחתונים:
אין דער עבודה פון בנ"י בירושלים וסמוך לך אין דעם זמן שלפנ"ז, איידער מ'האָט די עבודה פון דעם „אין תחתון למטה ממנו", איז נאָך ניטאָ דער ענין ה"דירה" (בשלימותה), וואָרום „נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים" דוקא, די „דירה" פון אויבערשטן איז אין דעם „אין תחתון למטה ממנו";
לאחרי אָבער ווי „הגיע אחרון שבישראל לנהר פרת" און מ'האָט די עבודה אין דעם „תחתון שאין תחתון למטה ממנו" — דעמאָלט ווערט נתגלה ווי די „דירה לו ית'" ווערט אויפגעטאָן דורך אַלע אידן שבכל ארץ ישראלסט, סיי דורך די אידן וואָס לעבן בירושלים וסמוך לה און סיי דורך די אידן וואָס מקומם איז בגבול הארץ, בנהר פרת „מקום ישוב היותר רחוק מירושלים"מט. ווייל, כנ"ל, דער גדר פון אַ דירה איז איין ענין וואָס ווערט צונויפגעשטעלט פון כמה חדרים.
ט. אין דעם געפינט מען אויך אַן ענין נפלא בנוגע דער אחדות פון אידן:
אע"פ אַז בשעת אידן האָבן עולה לרגל געווען לירושלים בביהמ"ק, זיינען זיי אַלע געשטאַנען ביחד בירושלים ובביהמ"ק אין אַן אופן פון „יראה כל45זכורך" בפשטות, און אויך ברוחניותע זיינען אַלע געווען בלב אחד „לראות את פני ה"א";
משא"כ ווען יעדער איד איז געקומען תחת גפנו ותחת תאנתו, ביז צו ז' מרחשון ווען אויך דער „אחרון שבישראל" איז אָנגעקומען למקומו, וואָס (בחיצוניות) זיינען זיי דעמאָלט ניט געווען אין אַ מצב פון אחדות (ווי בעת עלייתם לרגל), זייענדיק אַפּגעטיילט איינער פון צווייטן —
אָבער (בפנימיות) האָט זיך דוקא דעמאַלט אויפגעטאָן די אמת'ע אחדות, וואָס שאַפט די (שלימות) קדושת הארץ דורך דעם וואָס „כל יושבי' עלי'"עא און אין אַן אופן וואָס אינן מעורבבין.
ועד"ז אין דער השלמת הכוונה פון „נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים", אַז דוקא דורך דעם וואָס יעדער איינער איז אָפּגעטיילט פון דעם צווייטן אידן, סיי במקומו און אויך באופן עבודתו, מאַכן זיי (אַלע צוזאַמען) די דירה לו ית' בתחתונים.
יו"ד. ע"פ כל זה יש לבאר די שייכות פון ז' מרחשון צו פרשת נח:
בנוגע דעם חטא פון דור הפלגהעב איז מבואר אין מפרשי התורהעג, אַז זיי האָבן געוואָלט אַז דער גאַנצער ישוב בני אדם זאָל זיין במקום אחד און דערפאַר האָבן זיי געוואָלט בויען אַן עיר ומגדל וועלכע זאָל זיי אַלע מאחד זיין צוזאַמען — און דאָס איז געווען היפך כוונת הקב"ה בבריאת העולם: „מלאו הארץ וכבשוה"עד, אַז אומעטום אין דער וועלט זאָל זיין ניכר דער „לשבת יצרה"עה. און דערפאַר איז די תוצאה דערפון געווען — „ויפץ ה' אותם משם על פני כל הארץ ויחדלו לבנות העיר"עו, וואָס דאָס איז ניט געווען סתם אַן עונש על חטאם, נאָר דערמיט האָט זיך אויסגעפירט דער רצון וציווי ה' פון גלייך בתחילת הבריאה, אַז מ'זאָל דוקא זיין צעשפּרייט „בקצוי תבל . . ולא יהיו במקום אחד כמחשבת אנשי דור הפלגה"עז.
און דאָס איז אויך דער טעם פון ציווי ה' אל נחעח „צא מן התיבה אתה ואשתך ובניך ונשי בניך אתך כל החי' גו'" און ווי ער איז ווייטער ממשיךעט „ומלאו את הארץ", וואָרום אין תיבת נח זיינען זיי אַלע געווען במקום אחד — און די כוונה איז עס זאָל זיין „ומלאו את הארץ".
און דעריבער, אַלס הקדמה צו דער עבודה פון אידן, אָנהויבנדיק פון ז' מרחשון ווען יעדער איד איז במקומו דוקא, און דוקא עי"ז ווערט אויפגעטאָן די דירה בתחתונים אין וועלט, לייענט מען46בתורה (לשון הוראה) דעם תוכן הענין ווי ס'איז אין תורה באַ בני נח, אַז די כוונה איז ניט זיי זאָלן זיין אַלע צוזאַמען במקום אחד, נאָר זיי זאָלן זיין „נפוץ על פני כל הארץ", ביז צו „ומלאו את הארץ".
און אע"פ אַז די דירה בתחתונים ווערט אויפגעטאָן דוקא ע"י עבודת בנ"י בקיום התומ"צ, דאַרף מען אָבער צוגרייטן אויך די וועלט, דורך דעם וואָס די ב"נ זיינען מקיים די ז' מצות און פירן אויס דעם תכלית פון „לשבת יצרה", וואָס דערמיט ווערט די וועלט מוכשר וראויפ צו ווערן אַ דירה לו ית' בתחתוניםפא דורך דער עבודה פון אידןפב.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-asnnswte