עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayechi 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

275ויחי ב

א. די ברכה וואָס יעקב אבינו האָט געבענטשט בנימין'ען (בפרשתנוא) איז: בנימין זאב יטרף בבקר יאכל עד ולערב יחלק שלל.

רש"י איז מפרש „בנימין זאב יטרף" — „זאב הוא אשר יטרף, נבא על שיהיו עתידין להיות חטפנין וחטפתם לכם איש אשתוב בפלגש בגבעה, ונבא על שאול שיהי' נוצח באויביו סביב שנאמרג ושאול לכד המלוכה וילחםד במואב ובאדום וגו' ובכל אשר יפנה ירשיע".

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) דאָ רעדט זיך דאָך וועגן ברכת יעקב אבינו צו בנימין (און ווי רש"י אַליין זאָגט ווייטערה אַז דאָס וואָס „נתן . . לבנימין חטיפתו של זאב" איז אַ ברכה). איז תמוהו: ווי פּאַסט צו זאָגן, אַז די ברכה צו בנימין'ען זאָל באַשטיין אין דעם „שיהיו עתידין להיות חטפנין וחטפתם לכם איש אשתו בפלגש בגבעה"?!

נוסף לזה וואָס די עצם זאַך פון „חטיפה" (אַוועקכאַפּן עפּעס פון אַ צווייטן) איז ניט קיין דבר רצוי וטובז (ובפרט אין דעם ענין — „וחטפתם לכם איש אשתו", וואָס ע"פ תורה מוז זיין „כיח יקח איש אשה" — מדעתהט, און (זיכער) ניטי באופן של חטיפהיא) — איז אויך די סיבה וואָס האָט דערפירט צו „וחטפתם לכם איש אשתו" געווען אַ מאורע (פלגש בגבעה) וואָס איז היפך בתכלית פון מעשים טובים!

ב) ברוב המכריע פון די פסוקים וועלכע רש"י ברענגט לראי' בפי' עה"ת זאָגט ער ניט באַ וועלכער געלעגנהייט זיי זיינען געזאָגט געוואָרן; ובעניננו: רש"י האָט געקענט זיך באַגנוגענען מיט'ן זאָגן „עתידין להיות חטפנין וחטפתם לכם איש אשתו" — ער איז אָבער מוסיף ומדגישיב (אַז דאָס איז געווען) „בפלגש בגבעה"?

ג) הוספת והדגשת ענין וועלכער איז היפך הטוב והברכה.

ד) רש"י דאָ גופא איז גלייך ממשיך „ונבא על שאול שיהי' נוצח באויביו כו'".276ד.ה. אַז רש"י לערנט אַז „בנימין זאב יטרף" איז אַ נבואה (אויך) אויף שאול'ן (און זיינע נצחונות) — ווי אַזוי איז פשוטו של מקרא מכריח צו זאָגן אַז עס איז דאָ נאָך אַ פירוש (אַז דאָס איז כולל) די נבואה פון אַן ענין בלתי רצוי וכו' „עתידין להיות חטפנין . . בפלגש בגבעה"?

ה) ואדרבה — דאָס קומט אַלס ערשטער פירושיג ויתרה מזה — אַלס עיקר ענין, כמובן פון דעם איבער'חזר'ן דעם וואָרט „ניבא"יד.

ב. לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן אַז רש"י וויל ניט לערנען אַז „בנימין זאב יטרף" איז אַ נבואה בלויז אויף שאול'ן — היות אַז די ווייטערדיקע צוגעגעבענע (ובמילא — אַנדערש בתוכן מהקודמו, כברוב הכתובים) ווערטער „בבקר יאכל עד" ריידן וועגן שאול'ן (ווי רש"י איז מפרש: לשון ביזה ושלל . . ועל שאול הוא אומר שעמד בתחלת בוקרן וזריחתן של ישראל), דעריבער לערנט רש"י אַז „בנימין זאב יטרף" איז לכל לראש (ערשטער פירוש) ועיקר אַן אַנדער מאורע.

עס איז אָבער קשהטו: אי משום הא — האָט רש"י געקענט אויסקלייבן אַן אַנדער מאורע ופירוש אין „בנימין זאב יטרף", ולדוגמא — פירוש התרגוםטז אַז „בנימין זאב יטרף" גייט אויפן ביהמ"ק וואָס איז געווען (ווי רש"י האָט געבראַכט פריעריז בפירושו) בחלקו של בנימין [און דאָס איז נרמז אין „זאב יטרף", ווייל (ווי דער מדרשיח איז דאָ מפרש) „מה הזאב הזה חוטף כך הי' המזבח חוטף את הקרבנות"]יט.

די פליאה איז נאָך גרעסער: אויף די ווערטער „ולערב יחלק שלל" ברענגט טאַקע רש"י (אַלס פירוש שני) „ואונקלוס תרגם על שלל הכהנים בקדשי המקדש" — און אויף „בנימין זאב יטרף" איז (ניט נאָר וואָס ער ברענגט ניט דעם פירוש התרגום אַלס פירוש ראשון, נאָר) ער ברענגט בכלל ניט דעם פירוש התרגום (אפילו ניט אַלס פירוש שניכ)!

ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

א) ווי דערמאָנט פריער, זיינען דאָ פאַראַן לויט רש"י צוויי פרטים אין דער נבואה וועגן שאול: „בנימין זאב יטרף"277— „שיהי' נוצח באויביו סביב", און „בבקר יאכל עד" — וועגן דער ביזה ושללכא וואָס ער האָט באַקומען דורך זיינע נצחונות.

אויך אין מדרשכב ווערן פאַרטייטשט די צוויי פרטים שבכתוב בשייכות צו שאול'ן, אָבער דאָרט שטייט: „מה הזאב הזה חוטף כך חטף שאול את המלוכה שנאמרג ושאול לכד אתכג המלוכה על ישראל, בבקר יאכל עד — וילחםג סביב בכל אויביו".

פאָדערט זיך ביאור: פאַרוואָס איז רש"י משנה פון פירוש המדרש און לערנט, אַז ביידע פאַלן בכתוב ריידן וועגן ענין אחד — די מלחמות פון שאול מיט אויביו (נאָר דער ערשטער — וועגן די נצחונות, און דער צווייטער — וועגן דער ביזה ושלל)?

ב) רש"י איז משמיט דעם א) ענין הראשון שבמדרש — חטיפת המלוכה, ב) נוסף וואָס ער איז ראשון בזמן*23 — איז ער די סיבה וועלכע האָט געבראַכט און מעגלעך געמאַכט דעם ענין השני, מלחמות שאול וכו'.

ג) עס איז ניט גלאַטיק לכאורה, וואָס רש"י איז מעתיק דעם סיום הכתוב „ובכל אשר יפנה ירשיע" — דלכאורה, דער ענין הנצחון על אויביו סביב איז שוין מובן פון די ווערטער „וילחם במואב ובאדום וגו'"כד.

ד) ובפרט אַז דער וואָרט „ירשיע" — מל' רשע, איז בדרך כלל ניט קיין ביטוי של נצחון, ואדרבה: ברוב המקומות מיינט עס אַן ענין היפך הרצוי (נאָר אין דעם פסוק איז עס אַ יוצא מן הכללכה און מיינט „ינצח"כו). פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אַ לשון וואָס פירושו דאָ איז יוצא מן הכלל (דפשוטו ש"מ).

ה) די תמי' איז נאָך גרעסער — פאַרגלייכנדיק פרש"י מיט זיין מקור — דער סיום „ובכל אשר וגו'", איז סיי אין בראשית רבהכז און סיי אין תנחומאכז ווערט דער סיום ניט געבראַכט!

ד. ווייטער, אויף די ווערטער „ולערב יחלק שלל", איז רש"י מפרש: „אף משתשקע שמשן של ישראל ע"י נבוכדנצר שיגלם לבבל יחלק שלל מרדכי ואסתר שהם מבנימין יחלקו את שלל המן שנאמרכח הנה בית המן נתתי לאסתר" (און דערנאָך ברענגט רש"י דעם פירוש התרגוםכט, כנ"ל סעיף ב).

278דאַרף מען פאַרשטיין:

א) פאַרוואָס איז רש"י כופל אַז דער „שלל" איז געקומען פון המן — „מרדכי ואסתר . . יחלקו את שלל המן שנאמר הנה בית המן נתתי לאסתר"; לכאורה האָט רש"י געדאַרפט זאָגן כדרכו בקיצור (ובהתאם מיט לשון הכתוב „יחלק שלל"): „מרדכי ואסתר . . יחלקו שלל שנאמר הנה בית המן נתתי לאסתר"?

ב) אַז רש"י וויל ברענגען אַ ראי' אַז מ'האָט גענומען „שלל" בימי מרדכי ואסתר — פאַרוואָס ברענגט ער דעם פסוק „הנה בית המן נתתי לאסתר" און ניט דעם פסוק וואו דער לשון שלל שטייט בפירוש — „ושללם לבוז"ל.

ג) די שאלה איז ניט נאָר מצד הלשון נאָר אויך מצד תוכן הענין: ביזה ושלל איז שייך ביי מלחמה (און ווי רש"י ברענגט דאָ גופא דעם ענין פון שלל פון מלחמות שאול). ובנדו"ד: נתינת בית המן איז געווען — ע"פ פשש"מ — (בניסן) קודם ביטול גזירת המן, ומכל שכן לפני המלחמה (וועלכע איז געווען באדר שלאחריו).

ד) ביזה ושלל מיינט דאָס וואָס מען נעמט צו פון דעם אויב, אָבער בית המן האָבן מרדכי ואסתר (ניט גענומען פונעם צר ואויב המן, נאָר) באַקומען פון אחשורוש'ן;

און נאָכמערלא: ס'איז מוכרח בפשוטו של מקרא אַז דער „נתתי" פון בית המן איז געווען ערשט נאָכדעם ווי „בית המן" איז געוואָרן נכסיו של אחשורוש און אחשורוש האָט עס געגעבן אַלס נכסי אחשורוש, ווייל, ווי רש"י איז מפרש אין ס"פ תצא, טאָר מען ניט נעמען מהשייך אל עמלק.

משא"כ „שללם לבוז" איז פאַרבונדן (כמפורש במגילת אסתר) מיט דעם נצחון פון אידן אין זייער מלחמה מיט אויביהם.

און אע"פ אַז לפועל איז „בביזה לא שלחו את ידם"לב — איז דאָך דאָס גופא מדגיש אַז עס איז געווען ביזה, נאָר „לא שלחו את ידם". און ווי רש"ילג איז דאָרטלד מפרש אַז דער טעם וואָס „לא שלחו את ידם" איז נאָר כדי צו באַווייזען אַז „לא נעשה לשם ממון", אָדער כדי דער מלך זאָל ניט האָבן אַ „עין צרה בממון" — אָבער לולא זה וואָלטן זיי געטאָן ווי אחשורוש האָט אָנגעזאָגט „ושללם לבוז" (פּונקט ווי ער האָט געזאָגט בנוגע בית המן „נתתי").

ה) אפילו את"ל אַז וויבאַלד אידן האָבן לפועל ניט גענומען די ביזה, קען מען ניט זאָגן אַז „יחלק שלל" זאָל מיינען דעם „ושללם לבוז", און דערפאַר מוז רש"י זאָגן אַז עס מיינט נתינת בית המן למרדכי ואסתרלה — איז נאָך אַלץ קשה:

279פאַרוואָס

שפּעטערדיקן פסוק „הנה בית המן נתתי לאסתר", און ניט דעם פריערדיקן פסוקלו „ביום ההוא נתן המלך אחשורוש לאסתר המלכה את בית המן"?

ובפרט, אַז (א) אין דעם פסוק „ביום ההוא גו'" איז דער עיקר סיפור המאורע, משא"כ „הנה בית המן וגו'" איז נאָר וואָס אחשורוש דערציילט איבער וועגן זיין פריערדיקער נתינה; און (ב) אין דעם פסוק „הנה בית המן גו'" ווערט דערמאָנט נאָר „אסתר המלכה" (משא"כ אין פריערדיקן פסוק שטייט גלייך דערנאָךלז „ותשם אסתר את מרדכי על בית המן"), און רש"י עצמו איז מדגיש „מרדכי ואסתר".

ו) די תמי' בזה איז נאָך גרעסער: סיי אין בראשית רבה און סיי אין תנחומא ברענגט זיך טאַקע דער פסוק „ביום ההוא נתן המלך גו'", און רש"ילח איז משנה פון מדרש און ברענגט דוקא דעם פסוק „הנה בית המן נתתי לאסתר"!

ה. וי"ל דעם ביאור בכל זה:

רש"י בפירושו איז מדייק און באַוואָרנט דעם לשון הכתוב „בנימין זאב יטרף", וואָס „יטרף" (בשייכות צו אַ זאבלט) באַצייכנט ניט נאָר די עצם פעולה פון נצחון והלקיחה, נאָר אויך דאָס וואָס דער זאב נעמט עס באופן פון חוטףמ דעם טרף לאכולמא [וואָס דערפאַר געפינט מען אַז דער וואָרט „טרף" ווערט אויך גענוצט אַלס תואר פון דעם מזון הנחטף, ובלשון הכתובמב „עד יאכל טרף"];

ובנדון הברכה — אַז ביי בנימין וועט זיין אַן ענין פון „יטרף" — חטיפהמג, בדוגמא ווי אַ זאב איז חוטף זיין טרף דערפאַר וואָס דאָס איז נגד רצונו של הנחטף.

עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק בפשטות וואָס רש"י קען ניט אָננעמען דעם פירוש אַז „בנימין זאב יטרף" באַציט זיך צום ביהמ"ק, צום מזבח (וואָס איז „חוטף את הקרבנות") — ווייל די קרבנות וואָס דער מזבח איז אוכל איז (ע"ד הפשטמד) ניט אַן ענין פון „יטרף", חטיפה, אַ זאַך וואָס מען כאַפּט צו פון אַ „מנגד". ועד"ז דאָס וואָס שאול „לכד המלוכה על ישראל" — איז דאָס ניט געווען אַן ענין280פון „יטרף"מה; ער איז מלכתחילה (אויסגעקליבן געוואָרן אויף דעם מלמעלהמו און איז) נמשח געוואָרן למלוכה על ידי שמואלמז, וברצונם של ישראלמח, און די וואָס האָבן ניט געוואָלט ווערן אָנגערופן „בני בליעל"מט.

עפ"ז וועט אויך זיין מובן פאַרוואָס רש"י קען זיך ניט באַגנוגענען מיט'ן פי' „ונבא על שאול שיהי' נוצח באויביו סביב" — ווייל אין דעם איז ניטאָ קיין ענין פון „יטרף". וועגן דעם שלל, וואָס ער האָט צוגענומען פון זיינע אויבים, שטייט דאָך ווייטער אין פסוק — „בבקר יאכל עד", און די נצחונות עצמם זיינען ניט אַן ענין פון „טרף"מג, נאָר מלחמה סתם, רגילה.

דערפאַר איז רש"י מפרש: „זאב הוא אשר יטרף, נבא על שיהיו עתידין להיות חטפנין וחטפתם לכם איש אשתו" — און רש"י איז דערביי מוסיף ומדגיש „בפלגש בגבעה". וואָס יש לומר, אַז דערמיט וויל רש"י אָנדייטן אַז דער „עתידין להיות חטפנין" איז ניט נאָר מצד „וחטפתם לכם איש אשתו" (די חטיפה בפועל), נאָר אויך מצד דער כללות המאורע:

דער חטא פון „פלגש בגבעה" ווייזט אויף אַ מצב בלתי רצוי ביותר, ועד כדי כך אַז צוליב דעם האָבן די אַנדערע שבטים אויסגעשלאָסן דעם שבט בנימין פון כלל ישראל. און דאָס וואָס שבט בנימין האָט זיך געקענט אַרויסרייסן פון דעם מצב הירוד כו' ביותר (דורך תשובה כדבעי כו'נ) — ביז צו פועל זיין אַז די אַנדערע שבטים זאָלן זוכן אַן עצה ווי צו צוריקבריינגען דעם שבט בנימין — איז דאָס אַן ענין של „יטרף"*: דער שבט בנימין האָט זיך אַליין „אַרויסגעכאַפּט" פון דעם מצב הבלתי רצוי און זיך איבערגעשטעלט אין דער דרגא פון די שבטים מיט וועלכע ער האָט ערשט אָט מלחמה געהאַט.

ועפ"ז איז אויך מובן די ברכה אין דעם וואָס „עתידין להיות חטפנין"נא: ביי זיי וועט זיין אַזאַ שטאַרקייט נפשית און כחות נפשיים, אַז אפילו ווען זיי וועלן זיך געפינען אין אַ מצב בלתי רצוי ביותר, וועלן זיי האָבן אין זיך דעם כח פון „יטרף" וחטיפה — לגבי זיך אַליין.

ו. רש"י וויל זיך אָבער דערמיט ניט באַגנוגענען, ווייל פון המשך לשון הפסוק איז משמע, אַז דער „בבקר יאכל עד" קומט בהמשך צו „בנימין זאב יטרף" (אַז מצד, דורך דעם „יטרף" איז „יאכל עד").

דעריבער לערנט רש"י אַז „בנימין זאב יטרף" איז אויך כולל דעם ענין וואָס שאול „יהי' נוצח באויביו סביב".

און כדי צו פאַרענטפערן (בדוחק?) די שייכות פון די נצחונות של שאול צום ענין פון „יטרף" (וחטיפה) — איז רש"י281מעתיק אויך דעם סיום הכתוב „ובכל אשר יפנה ירשיע":

דאָס וואָס דער פסוק באַצייכנט די נצחונות פון שאול מיטן וואָרט „ירשיע" ווייזט אויף אַן ענין פון „יטרף" — אַז אַ וואָרט (ובמילא — די זאַך וועגן וועלכער ער רעדט) וואָס מצד עצמו ווייזט ער אויף היפך הטוב (מלשון רשע) ווערט (גענוצט) געזאָגט אויף אַן ענין טוב, נצחון והצלחה. אין אַנדערע ווערטער: ביי שאול'ן איז מודגש ווי ער האָט גענוצט דעם ענין פון „רשע"נב, עם חוטף געווען אויף אַן ענין טובנג — צו מנצח זיין די אויבים פון אידן.

ז. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס רש"י איז מפרש אַז „לערב יחלק שלל" רעדט וועגן „הנה בית המן נתתי לאסתר" (און ניט — „ושללם לבוז"):

דאָ איז ניט (אַזוי) די הדגשה אַז מ'האָט באַקומען „שלל" („יחלק שלל"), נאָר אַז דער „שלל" איז געקומען דורך „יטרף" — חטיפה מן המנגד. און וויבאַלד אַז המן איז געווען דער עיקר מנגד פון מרדכי ואסתר, דעריבער איז רש"י מדגיש דוקא דעם שלל וואָס מ'האָט גענומען פון המן, וואָרום דוקא אין דעם איז דער עיקר ענין פון „יטרף".

ויש לומר, אַז ע"ד ווי גערעדט פריער אַז דאָס וואָס רש"י איז מדגיש „בפלגש בגבעה" איז כדי צו אָנדייטן אויף כללות המאורע (וואָס איז באופן פון „יטרף", כנ"ל) — עד"ז איז אין דעם ענין: דאָס וואָס רש"י איז מדגיש „יחלקו את שלל המן" איז כדי אָנדייטן אויף כללות המאורע, וואָס איז געווען אַן אופן פון „חטיפה": ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ס'האָט זיך גערעדט וועגן המן, וואָס אחשורוש האָט אים מנשא געווען על כל השריםנד און בכח זה האָט המן געבראַכט אַזאַ גזירה אויף אידן, איז געוואָרן דער היפך, ביז אַז „בית המן נתתי לאסתר".

ועפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס רש"י איז מדייק צו ברענגען דוקא דעם פסוק „הנה בית המן נתתי לאסתר" (און ניט דעם פריערדיקן פסוק „ביום ההוא נתן אחשורוש גו'") — ווייל אין דעם פסוק איז מודגש ווי ס'איז געוואָרן די חטיפה, דער „אתהפכא" בתכלית, ווי רש"י איז דאָרט מפרש דעם פסוק — „ומעתה הכל רואים שאני חפץנה בכם כו'", דער היפך פון „גדלו" דאחשורוש את המן.

ח. דער ביאור אין דעם לויט „יינה של תורה" שבפירוש רש"י:

עס איז ידוע דער חילוק צווישן די דרגות פון יוסף און בנימין, אַז יוסף ווערט אָנגערופן „צדיק עליון" און בנימין — „צדיק תחתון"נו. וואָס פון די אונטערשיידן צווישן זיי איזנז: צדיק282עליון איז עבודתו בדרך מלמעלה למטה — צו ממשיך זיין אלקות למטה; און ביי אַ צדיק תחתון — העלאה מלמטה למעלה, זיכוך התחתון וההעלאה.

וואָס דערפאַר איז מבוארנח, אַז די עבודה פון „צדיק תחתון" איז ע"ד עבודת התשובה, ווייל דאָס איז אויך דער אויפטו פון תשובה — די מלחמה מיט לעו"ז, ביז צו מהפך און מעלה זיין דעם רע לטוב, זדונות נעשו לו כזכיותנט.

און דאָס איז אויך דער ביאור פנימי אין ברכת יעקב לבנימין — „בנימין זאב יטרף"ס: די ברכה אויף עבודת התשובה, וואָס איז באופן של „יטרף" וחטיפה. ווייל די שלימות פון תשובה, וואָס איז באופן פון זדונות נעשו לו כזכיות (כנ"ל), איז אַן ענין של „חטיפה": מען איז „חוטף"סא, מ'רייסט אַרויס די ניצוצות קדושה וועלכע זיינען געווען אין רשות הקליפה און מ'איז זיי מעלה לקדושה.

און דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט אַ שטאַרקייט נפשית מיוחדת פון דעם בעל תשובהסב (ווי פשטות הענין, אַז כדי צו קענען „חוטף" זיין פון אַ מנגד איז עס פאַרבונדן מיט גבורה יתירה) — ווייל דאָס וואָס אַ בעל תשובה האָט דעם כח צו „חוטף" זיין די ניצוצות פון רשות הקליפה, איז עס דערפאַרסג וואָס עבודת התשובה איז „בחילא יתיר"סד, מער ווי עבודת הצדיקיםסה.

ועד"ז מצד דער המשכה בזה שמלמעלה: וויבאַלד אַז דורך תשובה איז מען מהפך חושך לאור, ווערט דער יתרון האור מן החושך, וואָס די המשכה ווערט אָנגערופן „טורף", ווי דער צ"צסו טייטשט דאָס אָפּ „שטורףסז נה"ב . . ועי"ז טורף וממשיך מבחי' שלמעלה מהשתלשלות"סח.

283ט. דערמיט איז אויך מובן דער טעם — בפנימיות הענינים — וואָס רש"י איז מבאר ומפרש די ברכה פון „בנימין זאב יטרף", אַז דאָס מיינט „עתידין להיות חטפנין . . בפלגש בגבעה", ווייל דוקא אין דעם האָט זיך אַרויסגעזאָגט דער עילוי פון תשובה בתכלית, אַז מ'האָט געקענט מהפך זיין לקדושה אפילו אַזאַ ענין וואָס איז געווען פאַרבונדן מיט פלגש בגבעה ומסובב פון עם.

און דערפאַר איז דערפון אַרויסגעקומען דער ענין פון „וחטפתם לכם איש אשתו"סט: וויבאַלד עבודת התשובה איז ניט אין אַן אופן פון „תמידים כסדרם", אַן עבודה מסודרה, נאָר דוקא באופן פון „חילא יתיר" — דעריבער איז עס ביי זיי ניט געווען אין אַן אופן פון „כי יקח איש אשה" (ווי עס איז ע"פ און אין סדר הרגיל), נאָר דוקא אינעם אופן פון „וחטפתם לכם".

[און דאָס איז אויך וואָס רש"י איז מדייק ביי שאול'ן „ובכל אשר יפנה ירשיע", וואָס דאָס איז דער ענין פון תשובה, אַז פונעם רשע גופא (עונות) ווערט אויפגעטאָן דער נצחון פון קדושה (זכיות)ע. ועד"ז איז ער דערנאָך מדייק בנוגע צו מרדכי ואסתר, אַז „יחלקו את שלל המן", ביז אין אַן אופן פון „הנה בית המן נתתי לאסתר" — די הדגשה אין אתהפכא חשוכא לנהורא דוקא, וכנ"ל ס"ז].

יוד. און דאָ זעט מען אַן ענין נפלא:

דער פסוק „בנימין זאב יטרף" איז די התחלה פון „ששי"עא, און דער סיום פון ששי איז מיטן פסוק וואָס יוסף האָט געזאָגט זיינע ברידער: „אל תיראו . . ואתם חשבתם עלי רעה אלקים חשבה לטובה למען גו' להחיות עם רב"עב.

וואָס לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק:

א) יוסף איז דערמיט געווען אויסן צו מנחם זיין זיינע ברידער און פאַרזיכערן זיי אַז זיי זאָלן זיך ניט מצער זיין (און מורא האָבן) דערפון וואָס זיי האָבן אים פאַרקויפט — ווי פּאַסט דערביי דערמאָנען אַז „ואתם חשבתם עלי רעה", וואָס ברענגט גאָר אַרויס זייער מחשבה רעהעג? יוסף האָט געדאַרפט ריידן בלויז וועגן דעם צד הטוב: „אל תיראו גו' אלקים חשבה לטובה גו'".

ב) פאַרוואָס האָט יוסף גענוצט דעם לשון „להחיות עם רב"? — רש"י איז דאָך פריערעד מפרש דעם חילוק צווישן יעקב און עשו, אַז יעקב זאָגט „יש לי284כל"עד און עשו זאָגט „יש לי רב"עה (לשון גאווה); וואָלט דאָך מער מתאים געווען דער לשון „להחיות כל העם" (וכיו"ב).

נאָר דאָ זעט מען דעם „נעוץ תחלתן בסופן" — אַזוי ווי אין התחלת ששי איז מודגש די מעלה וואָס קומט אַרויס דורך תשובה, אַז עס ווערט אתהפכא חשוכא לנהורא, וואָס דוקא דורך דעם ווערט דער יתרון האור מן החושך — איז עד"ז די הדגשה אין סוף ששי:

יוסף האָט מסביר געווען, ווי אַזוי די מחשבה רעה עצמה איז נהפך געוואָרן לטוב, אַז פון דעם „חשבתם עלי רעה" איז געוואָרן „להחיות".

ווי קען אַ מחשבה רעה נהפך ווערן לטוב? איז דער טעם וויילעו „אלקיםז חשבה לטובה": די „רעה" שבכוונה איז בלויז מצד האדםעח, אָבער די כוונה העליונה („אלקים חשבה") איז „לטובה", אַז פון דער רעה זאָל אַרויסקומען אַ טובה.

פאַרוואָס דאַרף מען האָבן אַז די „טובה" זאָל אַרויסקומען דוקא פון אַן ענין הפכי — איז דער פסוק ממשיך: „להחיות עם רב": די ניצוצות וואָס געפינען זיך אין קליפות האָבן אַ הויכן שרש, בלשון החסידות — זייער שורש איז פון עולם התהו וואָס דאָרטן איז „אורות מרובים"; און דורך דעם וואָס מ'איז מברר די ניצוצות און מ'נעמט זיי אַרויס פון קליפה, ווערט דער „יתרון האור" — „אורות מרובים" „להחיות עם רב", אַז מ'באַקומט „חיות" אין אַן אופן פון „רב"עט.

בדוגמא ווי גערעדט פריער, אַז דוקא אין עבודת התשובה איז דאָ דער עילוי פון „בחילא יתיר"פ.

יא. די עבודה אין אַן אופן פון „בנימין זאב יטרף" האָט אַ שייכות מיוחדת לזמננו זה:

ס'איז ידוע דער פתגם פון רבי'ן (מהורש"ב) נ"עפא, אַז „לפי שעתה הוא זמן הבירורים היותר אחרונים דעקבות משיחא", דעריבער וואָרט מען ניט אויף אַ סדר באופן הבירורים, נאָר עס דאַרף זיין אין אַן אופן פון „חטוף ואכול תטוף ואישתי"פב (בדוגמא צו „יטרף"פג). וויבאַלד עס איז אַ מצב פון אַזאַ חושך, דאַרף מען חוטף זיין ביגיעה יתירה פון דעם חושך און אים מהפך זיין לאור.

און דורך דער עבודה אין אַן אופן פון „חטוף ואכול חטוף ואישתי" — איז מען זוכה צו דער גאולה אין אַן אופן פון „יטרף" (חטיפה במהירותפד) — „אחישנה"פה, ובמהרה בימינו ממש.

(משיחת יום ועש"ק פ' ויחי

(עשרה בטבת) תשד"מ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-httj2qfj

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources