Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
91חיי שרה
א.דער ערשטער אָרט פון ארץ ישראלא וואָס זיין בעלות איז בפועל איבערגעגאַנגען צו אברהם אבינו, איז דאָס געווען אין חברון, די „שדה המכפלה על פני ממרא היא חברון"ב.
אע"פ אַז שוין פריער, בברית בין הבתרים, איז ארץ ישראל כולה אָפּגעגעבן געוואָרן צו אברהם אבינו ולזרעו אחריו כמש"נג „לזרעך נתתי את הארץ הזאת" (און נאָך פריערד האָט אים דער אויבערשטער געזאָגטה „קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה"), איז אָבערו די בעלות (און דורך אַ קנין) בפועל — און בפרסום, „לעיני בני חת בכל באי שער עירו"ז — געווען ערשט ביי (דער מערת המכפלה שב)חברון.
און פון דעמאָלט אָן באַלאַנגט די מערת המכפלה שבחברון צו אברהם יצחק ויעקב ולזרעם אחריהם — צו עם בני ישראל [און ווי עס שטייט אין מדרשח בנוגע דער מערת המכפלה: זה אחד משלשה מקומות שאין אומות העולם יכולין להונות את ישראל לומר גזולים הן בידכם ואלו הן מערת המכפלה ובית המקדש וקבורתו של יוסף].
דאָס הייסט, אַז די בעלות פון אידן בפועל אויף ארץ ישראל האָט זיך אָנגעפאַנגען דערמיט וואָס אברהם אבינו האָט געקויפט מערת המכפלה (לקבורת שרה)ט.
און ווי עס שטייט אין אבן עזראי אַז דאָס איז איינער פון די טעמים וואָס „נזכרה זאת הפרשה" — „לקיים דבר ה' לאברהם להיות לו נחלה".
אַלע ענינים וועלכע זוינען פאַרבונדן מיט תורה זיינען בתכלית הדיוק. איז מובן, אַז דאָס וואָס די ערשטע נחלה פון אידן אין ארץ ישראל איז אין חברון, איז דאָס פאַרבונדן מיטן ענין מיוחד וואָס חברון פאַרמאָגט.
און י"ל: וויבאַלד אַז מיט חברון האָט זיך אָנגעהויבן די בעלות פון אידן אויף א"י, דעריבער קומט אָט די בעלות אויף איר בפרסום — לעיני אומות־העולם, גלוי אויך אין אַנדערע זמנים.
ועפ"ז יש לבאר מאמר המדרש בפרשתנויא, אַז איינער פון די טעמים וואָס חברון ווערט אָנגערופן „קרית ארבע" איז „שהוא עולה בקרנסין (גורלות,92מת"כ) של ד' מתחלה ליהודה ואח"כ לכלביב, ואח"כ לכהנים ואח"כ ללוים"יג. דלכאורה: וואָס איז די נפק"מ (און די מעלה) אין דעם וואָס חברון האָט געהאָט ד' בעליםיד? נאָר יש לומר, אַז דערמיט ווערט אַרויסגעבראַכט אַן ענין מיוחד בנוגע דער בעלות פון אידן אויף חברון. כדלקמן.
ב. לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן אַז איינע פון די מעלותטו (אין דער בעלות פון אידן אויף) חברון איז, וואָס חברון איז איינע פון די ערי מקלטטז,
[און ווי ס'איז מרומז אויך בפרשתנו, לויט ווי דער ראָגאַטשאָוועריז איז מסביר די שקו"ט צווישן אברהם און בני חת, אַז אברהם האָט געוואָלט קויפן די מערה דוקא בקצה שדהו, ווייל „בית הקברות של ערי מקלט דוקא חוץ לעיר" (האָט ער חושש געווען אַז מ'וועט מפנה זיין שפּעטער די קברים), אָבער די בני חת האָבן געענטפערט „נשיאיח אלקים אתה בתוכנו גו'", און „קבר מלך ונשיא אין מפנין"],
וואָס די ערי מקלט האָט מען אָפּגעגעבן צו די לווייםיט. און אין דער בעלות פון לוים אויף זייערע ערים געפינט מען אַ מעלה לגבי דער בעלות פון אידן אויף זייערע נחלות.
ווי דער דיןכ, אַז אויב די לויים „מכרו שדה משדה עריהם או בית מבתי ערי חומה שלהן אין גואלין כסדר הזה (ווי שאר בני ישראל, וואָס אַ שדה קען מען ניט פודה זיין עד שתי שנים און בתי ערי חומה אם לא גאלה בתוך השנה איז דאָס נחלט ביובל) אלא מוכרין השדות ואפילו סמוך ליובל וגואלין מיד. ואם הקדישו שדה גואלים מיד ההקדש לאחר היובל וגואלים בתי ערי חומה כל זמן שירצו אפילו אחר כמה שנים שנאמרכאגאולת עולם תהי' ללוים".
93וואָס דאָס ווייזט לכאורה, אַז זייער בעלות איז אַ שטענדיקע — אויך ווען בפועל איז דער בית אָדער די שדה ברשות הקדש אָדער ברשות אחר — האבן זיי מעין בעלות בהם, עס ווערט ניט צוגענומען פון זיי (בהחלט).
קומט אויס, אַז די בעלות דחברון (אַלס איינע פון די ערי מקלט וואָס געהערן צו די לוים), געהערט צו לוים אין אַן אופן פון „גאולת עולם"כב.
ג. אָבער אי משום הא — וואָס חברון איז אַן עיר מקלט וואָס איז אָפּגעגעבן געוואָרן צו די לוים — איז לכאורה, פאַרקערט. וואָרום מען געפינט אַז די בעלות פון די לוים אויף זייערע ערים איז שוואַכער ווי די בעלות פון אַנדערע שבטים אויף זייער נחלה:
דער דיןכג איז אַז „כל שבט לוי מוזהרין שלא ינחלו בארץ כנען" — זיי האָבן ניט קיין נחלה אין ארץ ישראל, און דאָס וואָס מ'האָט זיי געגעבן מ"ח ערים („שש ערי המקלט" און „עליהם תתנו ארבעים ושתים עיר"כד) איז דאָס בלויז (כדיוק לשון הכתובכה) „עריב לשבת". וואָס דערפון איז משמע אַז די לוים האָבן ניט קיין בעלות שלימה אויף עריהם.
— שטייט אין ירושלמיכו אַז דאָס איז די פלוגתא פון תנאיםכז: ר"מ זאָגט אַז כהנים ולוים זיינען ניט מתוודה (וידוי מעשרות) וויבאַלד „שלא נטלו חלק בארץ", און רבי יוסי זאָגט „יש להם ערי מגרש" — אַז ר"מ האַלט „לבית דירה ניתנו" („ולא שיהא נחלתם ואחוזתם"כח), און ר"י האַלט „למחלוקת ניתנו" (אַז די ערים „ניתנו להלוים לחלקם ולאחוזתם"כח). קומט אויס, אַז לדעת רבי יוסי באַלאַנגען די ערי מגרש צו די לויים אַלס זייער חלק בארץ. און אַזוי פסק'נט דער רמב"םכט, אַז כאָטש באַ ווידוי „הוא אומר ואת האדמה אשר נתת לנו"ל, פונדעסטוועגן זיינען „לויים מתודים שאע"פ שלא נטלו חלק בארץ יש להם ערי מגרש". זעט מען, אַז די ערי מגרש הייסן חלק הלוים אין ארץ ישראל.
ואע"פ אַז דער רמב"ם פסק'נטלא „רוצח הדר בערי מקלט אינו נותן שכר ביתו, והדר בשאר ערי הלויים נותן שכר לבעל הבית"לב — וואָס לדעת הירושלמילג איז די מחלוקת צי „מעלות היו שכר ללוים" תלוי אין דער פלוגתא הנ"ל „למחלוקת ניתנו" אָדער „לבית דירה ניתנו", וואָס דערפון איז משמע, אַז די ערי מגרש וועלכע באַלאַנגען צו די לויים זיינען דאָס (לדעת הרמב"ם) בלויז די מ"ב עיר, אָבער ניטלד די שש ערי מקלטלה (וואָס „הובדלו94למקלט"לו, און דערפאַר זיינען זיי קולט „בין לדעת בין שלא לדעת", משא"כ „שאר ערי הלוים אינן קולטין אלא לדעת"לז)
— אָבער לדעת הבבלי איז ניט משמע אַזוי, וואָרום פון בבלי קומט אויס אַז דאָס וואָס אַ רוצח דאַרף ניט מעלה זיין שכר צום לוי אין די שש ערי מקלט איז (ניט ווייל עס פעלט אין דער בעלות פון די לוים אויף די שטעטלח, נאָר דאָס איז) אַ דין מיוחד*38, ווי די גמרא זאָגטלט, אַז מען לערנט אָפּ פון פסוק „והיו לכם הערים למקלט"מ — „לכם לכל צרכיכם"מא.
און אַזוי איז אויך משמע פון סתימת לשון הרמב"םמב (אַז די בעלות פון די לוים אויף די ערי מקלט און שאר ערי הלוים האָט דעם זעלבן גדר): כבר נצטוו ישראל ליתן להם ערים לשבת ומגרשיהם והערים הם שש ערי מקלט ועליהם שתים וארבעים עיר, וכשמוסיפין ערי מקלט בימי המשיח הכל ללוים, וואָס דערפון איז משמע אַז אין זייער שייכות ללוים האָבן זיי אייןמג גדרמד.
ד. יתירה מזו געפינט מען:
אין גמראמה לערנט מען אָפּ פון „ושמתי לך מקום גו'מו ושמתי לך בחייך מקום ממקומך אשר ינוס שמה מלמד שהיו ישראל מגלין במדבר להיכן מגלין למחנה לוי'". איז רש"י מפרשמז „מקום ממקומך" — „שתהא מחנה לוי' קולטת ואף ערי מקלט יהיו ערי לוי'". פון פרש"י איז לכאורה משמע, אַז דאָס וואָס ערי מקלט זיינען קולט איז דאָס דערפאַר וואָס זיי זיינען ערי לוי'
[ודוחק גדול לומר אַז רש"י רעדט נאָר וועגן שאר ערי הלוים, די מ"ב ערים, וואָס לא הובדלו למקלט און זיינען קולט נאָר דערפאַר וואָס מ'האָט זיי געגעבן צו די לוים — וואָרום אויב95אַזוי האָט רש"י געדאַרפט זאָגן „ואף ערי הלוי' יהיו קולטות" וכיו"ב. פון פשטות לשונו „ואף ערי מקלט יהיו ערי לוי'" איז משמע, אַז ער רעדט בעיקר וועגן די שש ערי מקלט].
דאָס הייסט, אַז דאָס וואָס מ'האָט אָפּגעגעבן די שש ערי מקלט צו די לוים איז עס ניט אַ זייטיקער דין הנוגע לנתינת הערים, אַז נוסף אויף דעם וואָס זיי זיינען ערי מקלט, איז דאָ אַ דין אַז מען דאַרף זיי געבן צו די לוים, נאָר דאָס איז אַ דין אין דעם גדר פון מקלט של הערים: דאָס וואָס זיי זיינען (ווערן) ערי הלוים טוט (אויך) אויף אַ דין קליטה.
[דאָס הייסט, אַז אין די שש ערים זיינען פאַראַן צוויי גדרים: א) זיי זיינען קולט אַלס ערי מקלט (וואָס „הובדלו למקלט"), און מצד דעם זיינען זיי קולט „בין לדעת בין שלא לדעת". ולפני זהמח ב) זיי זיינען קולט אַלס ערי הלוים.
ואע"פ אַז יש בכלל מאתיים מנה — יש לומר אַ נפק"מ בפועל: בשעת עס פעלט איינער פון די תנאים פון שש ערי מקלט, כמו: שיהיו ששתן קולטות כאחתמט — זיינען זיי אָבער קולט אַלס ערי הלוים (לדעת)נ].
און אַזוי איז אויך משמענא פון המשך הפרשיות אין פ' מסעי: פריער קומט אין דער תורה די פרשהנב פון „ונתנו ללוים מנחלת אחוזתם ערים לשבת גו' ואת הערים אשר תתנו ללוים את שש ערי המקלט אשר תתנו לנוס שמה הרוצח ועליהם תתנו ארבעים ושתים עיר", און שפּעטער קומט די פרשה פון „והקריתםנג לכם ערים ערי מקלט . . ונס שמה רוצח גו'". ד.ה. איידער ס'איז דאָ דער דין קליטה בפועל באַ די שש ערים, דאַרפן זיי זיין ערי הלוים.
און אַזוי שטייט בפירוש אין חינוךנד, וואָס ער איז מבאר דעם טעם וואָס די ערי הלוים זיינען קולט („מאלה הערים של לוים הי' מהם ערים מיוחדות להיות מקלט הרוצח ואולם בכולם הי' לו מקלט") — אַז „ומפני גודל מעלתם (פון די לוים) וכושר פעלם וחין ערכם נבחרה ארצם לקלוט כל הורג נפש בשגגה יותר96מארצות שאר השבטים אולי תכפר עליו אדמתם המקודשת בקדושתם (פון די לוים)".
קומט אויס, אַז אויך די שש ערי מקלט האָבן דעם גדר פון „ערי הלוים"נה (ווי די אַנדערע מ"ב עיר). וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך די שש ערי מקלט זיינען אַוועקגעגעבן געוואָרן צו זייער בעלות. ומצד דעם (אויך) באַקומען די ערים אַ דין קליטהנו.
ה. ע"פ כל הנ"ל ווערט צוריק שווער: וויבאַלד מ'האָט געגעבן די ערים צו די לוים אַלס זייער חלק בארץ — פאַרוואָס זאָגט דער פסוק אַז די ערים זיינען בלויז „לשבת"?
וי"ל דעם ביאור בזה: דאָס וואָס די ערים געהערן צו די לוים איז א) בנ"י (כל השבטים) האָבן זיי געגעבן מאחוזתם דהשבטים*56, און דערפאַר געפינט מען אַ שינוי עקרי, וואָס די מ"ח עיר זיינען געווען מפוזר בנחלת כו"כ נאָכמער — כל השבטיםנז. ב) עס איז אַ בעלות כללית פון דעם כללות השבטנח — מ'האָט די מ"ח עיר אָפּגעגעבן צו שבט לוי. אָבער יעדער לוי פרטי האָט ניט קיין בעלות פרטית אויף זיין בית פרטי, עס איז זיינע נאָר אויף „לשבת"נט.
וואָס דאָס איז איינער פון די ביאורים אין דעם וואָס דער סדר ווי די ערים זיינען אָנגעקומען צו די לוים איז געווען: ונתנו (בני ישראל) ללוים מנחלת אחוזתם ערים לשבת — דאָס איז געוואָרן „נחלת אחוזתם" פון די בנ"י, און די בנ"י האָבן געגעבן די ערים צו די לוים.
ו. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם אויפטו פון מדרש בנוגע לחברון, אַז „הי' עולה בקרנסין של ד' בתחלה ליהודה ואח"כ לכלב ואח"כ כו' ללוים":
ביי חברון איז ניט נאָר געווען אַ נתינה כללית, פון בנ"י צו שבט לוי, נאָר חברון איז אָנגעקומען צו שבט לוי פון כלב'ן. ד. ה. נאָך דעם ווי ס'איז אַריבער פון בעלות כללית (פון שבט יהודה) צו דער בעלות פרטית פון כלב.
און דאָס זאָגט דער מדרש אַז „הי' עולה בקרנסין של ד'", ד. ה. אַז אין דעם זעלבן אופן ווי ס'איז געווען די בעלות בתחלה ל(יהודה ול)כלב, אַ בעלות פרטית, עד"ז איז דאָס אָפּגעגעבן געוואָרן צו די לוים. ד. ה. אַז אין חברון האָבן לוים אויך אַ בעלות פרטיתס.
און וויבאַלד אַז די שייכות פון ערי הלוים צו די לוים איז אין אַן אופן פון97„גאולת עולם" (כנ"ל סעיף ב) — קומט אויס, אַז די „נצחיות"סא פון דער בעלות פון די לויםסב אויף חברון איז מער ווי אין אַלע אַנדערע חלקי ארץ ישראל: א) בנוגע צו דער נחלה פון בני ישראל, וואָס באַ זיי איז ניטאָ די מעלה פון „גאולת עולם"; ב) בנוגע צו אַנדערע ערי הלוים, וואָס באַ זיי איז ניטאָ בעלות פרטית*62.
ז. דער ביאור בזה בפנימיות הענינים:
דער טעם פנימי פאַרוואָס ערי מקלט דאַרפן זיין של הלויים**62, איז (ע"ד טעם החינוך — לעיל ס"ד) ווייל דאָס איז פאַרבונדן מיט דער הגנה וכפרה פון דעם הורג נפש בשגגה.
דער חטא פון הורג נפש איז אַ כפול: (דער חטא ופירודסג) בין אדם למקום, בין אדם לחבירו.
און דעריבער איז זיין כפרה ווערט דורך די ערי מקלט וועלכע זיינען ערי הלויים. וואָס דער שם לוי איז ע"ש „ילוה"סד — דער ענין פון קישור (חדש — הפעם ילוה) וחיבור, היפך ענין הפירוד. וואָס דאָס איז ענינם של הלוים:
א) „הובדל לעבוד את ה' לשרתו", און ענינם איז „להורות דרכיו הישרים ומשפטיו הצדיקים לרבים", מצד חיבורם מיטן אויבערשטן, זיי זיינען „חלקו ונחלתו"סה, פועל'ט דאָס די כפרה ותיקון אויף דעם חטא ופירוד שבין אדם למקום פון דעם הורג נפש, אַז ער ווערט צוריק פאַרבונדן מיטן אויבערשטןסו.
ב) אין זייער עבודה „וילוו עליך וישרתוך"סז, דריקט זיך אויס דער ענין פון אחדות ישראל, נוסף אויף דעם וואָס אויך אין דעם „להורות דרכיו הישרים ומשפטיו הצדיקים לרבים", דריקט זיך98אויס דער ענין פון אהבת (הרבים —) ישראל,
און מצד דעם זיינען זייערע ערים אַ תיקון אויף דעם חטא ופירוד שבין אדם לחבירו, וואָס אין הורג נפשסח.
דאָס איז אַן ענין בכל ערי מקלט. אין חברון איז דער ענין האחדות מיט נאָך מער הדגשה, וואָרום דאָרטן זיינען דאָך קבור די אבות ואמהות של כל בנ"י, און דעריבער גייען אַרויף די תפלות ע"י חברוןסט, און תפלה ווערט אָנגערופן חברון מצד התחברות המדות חג"תע, דער קישור וחיבור פון אידן מיטן אויבערשטן, וואָס דאָס איז די כפרה אויף דעם ענין פון בין אדם למקום שבהורג נפש,
און וויבאַלד אַז זיי זיינען די אבות ואמהות פון כלל ישראל, איז דורך דעם חיבור פון די אבות ואמהות פון כלל ישראל ביחד, ווערט אויך דער חיבור אמיתי אין די בנים ובנות וועלכע קומען פון זיי. — די כפרה אויף דעם חטא שבין אדם לחבירו.
און דער ענין החיבור איז אויף אַזויפיל אַז דאָס קומט בגלוי „בשמועא אשר יקראו לו בלה"ק" אין דעם שם העיר — חברון, וואָס איז מלשון חיבורעב.
(משיחות שמח"ת וש"פ בראשית תשל"ז)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site