Likkutei Sichos
Addenda - sichos 20
474משיחות ש"פ ויחי, שבת חזק ה'תשמ"ז
א. דעם שבת האָט מען מסיים געווען דעם ספר ראשון פון חמשה חומשי תורה — ספר בראשית.
און כמנהג ישראל, אַז בשעת מ'איז מסיים די קריאה פון יעדער ספר מחמשה חומשי תורה, איז דער גאַנצער קהל מכריז בקול רם „חזק חזק ונתחזק"א.
איינער פון די טעמים אויף דעם איז — ע"פ דברי המדרש „לא ימוש ספר התורה הזה מפיךב, מלמד שהי' ספר תורה בחיקו של יהושע כו', כשסיים יהושע אמר לו הקב"ה חזק ואמץג, מכאן למסיים את התורה שאומרים לו חזק"ד, און אחרוניםה זיינען מסביר דעם טעם לזה — ע"פ דברי הגמראו „ארבעה צריכין חיזוק (שיתחזק אדם בהן תמיד בכל כחו — רש"י), ואלו הן תורה ומעשים טובים כו', תורה ומעשים טובים מנין שנאמרז רק חזק ואמץ מאוד לשמור ולעשות ככל התורה, חזק בתורה ואמץ במעשים טובים כו'".
ד. ה. אַז אמירת „חזק חזק ונתחזק" (בסיום ספר (וענין שלם) פון חמשה חומשי תורה) איז בכדי געבן אידןח אַ (תוספת) חיזוק אין תורה ועבודת ה' בכללט, און אַ חיזוק בכפלייםי און דריי מאָל אַזויפיל — „חזק חזק ונתחזק" (און דערנאָך — נאָכאַמאָל ע"י דעם בעלקורא).
ב. וויבאַלד אָבער אַז אמירת „חזק חזק ונתחזק" בסיום כל ספר מחמשה חומשי תורה קומט בהמשך צו אַ ספר וחלק מסויים בתורה [ווי דאָס איז ע"פ מנהג ישראל וואָס „תורה היא"יא, וואָס יעדער זאַך אין תורה איז בתכלית הדיוק] — איז מובן אַז נוסף צו דעם חיזוק וואָס די הכרזה פון „חזק כו'" גיט אין תורה בכלל, איז דער חיזוק במיוחד475פאַרבונדן מיט דעם תוכן פון דעם ספר מסויים וועלכע מ'האָט ערשט מסיים געווען, ובפרט — מיט די פרשה אחרונה בספר זה, ובזה גופא — מיט די לעצטע קריאה (פון שביעי עד סוף הפרשה), ובפרטי פרטיות — מיט דעם לעצטן פסוק בספר זה (ובפרשה זו), וואָרום גלייך נאָך סיום פסוק האחרון, בסמיכות ממש, קומט די הכרזה פון „חזק כו'",
ועד כדי כך אַז די ברכה שלאחרי' זאָגט דער עולה לתורה נאָך „חזק חזק ונתחזק" (ע"י הקהל וגם ע"י הבעלקורא), ד. ה. אַז „חזק כו'" איז נכלל אין די לעצטע קריאה (פון שביעי עד סוף הפרשה) און די ברכות על קריאה זו. במילא איז מובן נאָכמער כנ"ל אַז „חזק כו'" דאַרף האָבן אַ שייכות בתוכן מיט דעם ספר בכלל, ובפרט מיט דעם לעצטן חלק, ובפרטי פרטיות — מיט דעם לעצטן פסוק.
ויומתק ע"פ תורת אדמו"ר הזקןיב, אַז מ'דאַרף לעבן מיט דער צייט, מיט פרשת השבוע, ובפרט מיט דעם חלק הפרשה פון דעם טאָג. וואָס עפ"ז איז מובן, אַז בשעת מ'איז מסיים אַ ספר בתורה און מ'איז מכריז „חזק כו'" — לעבט מען בשעת מעשה מיט די פרשה פון דער וואָך, ובפרט מיט דעם חלק פון דעם טאָג (שביעי עד סוף הפרשה), ועאכו"כ אַז דער לעבן דערמיט נעמט דורך די הכרזה פון „חזק כו'", וואָס קומט בסיום קריאת הפרשה, און נאָכמער — בהקריאה (לפני הברכה לאחרי'), כנ"ל.
וואָס דערפון איז מובן, אַז נוסף צו דעם חיזוק וואָס די הכרזה פון „חזק כו'" גיט אין תורה בכלל, גיט דאָס אַ חיזוק מיוחד אין דעם תוכן פון דעם ספר מסויים ופרשה מסויימת ופסוק מסויים וועלכע מ'האָט ערשט מסיים געווען.
ועוד: דער תוכן וואָס רעדט זיך אין דעם ספר און אין די לעצטע פרשה, ובפרט אין דעם לעצטן פסוק אין דעם ספר, וואָס מ'האָט ערשט מסיים געווען לייענען, גיט חיזוק („חזק חזק ונתחזק") צו אידן אין זייער קריאת (ולימוד) התורה בהספרים שלאחרי זהיג,
אין אַלע ספרים שלאחרי זה, אָנהויבנדיק ובמיוחד — אין דעם ספר הכי סמוך לו, און דאָרט גופא — בפרשה הראשונה, און אין די ערשטע פסוקים אין דעם ספר (ופרשה).
ג. אַזוי איז אויך מובן בנוגע צו דעם היינטיקן שבת חזק — בסיום ספר ראשון פון חמשה חומשי תורה, סיום ספר בראשית:
לכל לראש — דער „חזק חזק ונתחזק" וואָס מ'האָט היינט מכריז געווען גיט אַריין אַ חיזוק אין תורה ועבודת ה' בכלל, כנ"ל.
ובפרט אַז דאָס איז דער „חזק כו'" פון דעם סיום פון ספר ראשון מחמשה חומשי תורה, וואָס דערפון איז מובן אַז ער איז אויך ראשון במעלה, ואדרבה — וויבאַלד ער איז ראשון במעלה איז נשתלשל געוואָרן (נשתלשלו מהןיד) אַז ער שטייט אַלס ראשון בסדר הספרים.
איז במילא פאַרשטאַנדיק, אַז דער „חזק כו'" פון סיום ספר ראשון (במעלה) גיט אַריין אַ חיזוק מיוחד בתורה ועבודת ה', זייענדיק אַ ראשון במעלה. ובפרט476ע"פ הכלל אַז „כל התחלות קשותטו — איז מובן אַז דער ערשטער „חזק כו'" (בסיום ספר ראשון) דאַרף האָבן אַ תוספת חיזוק ברכה והצלחה, בכדי צו קענען דורכברעכן, עפענען די וועגטז אין חיזוק בתורה, אויך פאַר דעם חיזוק אין די ספרים שלאחרי זה.
ונוסף לכל זה — איז דער חיזוק („חזק חזק ונתחזק") בסיום ספר ראשון פאַרבונדן מיט דעם תוכן הספר, ובפרט פון די לעצטע פרשה (פ' ויחי), ובזה גופא — בסיום הפרשה, ובפרטי פרטיות — דעם לעצטן פסוק אין די פרשה, כנ"ל.
און פון דעם „חזק כו'", ווערט נמשך חיזוק בכל התורה, אָנהויבנדיק (בגלוי) פון ספר שמות (הספר הכי סמוך לספר בראשית), און דאָרט גופא — בתחלת ספר שמות, ובפסוקים הראשונים (וואָס מ'הויבט אָן לייענען בתפלת מנחה פון שבת חזק, באותו יום ווען מ'האָט מכריז געווען „חזק כו'" בסיום ספר בראשית). וכדלקמן.
און דער ביאור בכל זה דאַרף זיין פאַרשטאַנדיק בפשטות, פאַר יעדער איד — וואָרום אויף תורה בכלל שטייט „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"יז, אַז תורה איז אַ ירושה פאַר יעדער אידיח, אנשים נשים וטףיט, פון גדולים שבגדולים ביז קטנים שבקטנים, וקטנות שבקטנותכ, וכמודגש אויך בנוגע צו אמירת „חזק כו'" — וואָס דאָס זאָגן (און הערן) אַלע אידן אין שול, אויך די קינדער.
ד. ה. אַז ס'איז ניט גענוג געבן אַ הסברה בזה ע"פ רזין דרזין דאורייתא (וואָס דעמולט קענען עס פאַרשטיין נאָר די וואָס האָבן אַ שייכות מיט רזין דרזין), נאָר די רזין דרזין דאַרף מען מלביש זיין אין אותיות (ניט בלויז ע"ד הדרוש והרמז, נאָר ביז) ע"ד הפשט, וואָס איז מובן בפשטות אויך פאַר אַ פשוט שבפשוטים, און אַ בן חמש למקראכא, און ניט בלויז פאַרן שכל פון נפש האלקית, נאָר אויך פאַרן שכל פון נה"בכב, — אפילו דעם שכל פון נה"ב פון אַ בן חמש למקרא.
ד. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים אַ דבר תמוה:
ע"פ המבואר לעיל, אַז דער „חזק חזק ונתחזק" איז אַ חיזוק במיוחד פון (און אין) דעם ענין וואָס רעדט זיך אין דעם לעצטן פסוק (וואָס קומט גלייך פאַר אמירת „חזק כו'") — ווערט אַ תמי' הכי גדולה בנוגע צו דעם סיום פון ספר בראשית:
דער לעצטער פסוק פון ספר בראשית איז וועגן מיתת יוסף — „וימת יוסף בן477מאה ועשר שנים ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים".
שטעלט זיך די שטורעמ'דיקע קשיא: ווי קען מען זיך שטאַרקן („חזק חזק ונתחזק") דערמיט וואָסא „וימת יוסף", אוןב וואָס ער איז געבליבן — „במצרים", „ערות הארץ"כג — אַ ירידה הכי תחתונה, ועד כדי כך אַז יעקב האָט געזאָגט „אל נא תקברני במצרים . . ונשאתני ממצרים", אפילו ניט אויף אַ זמן קצר. אוןג געבליבן ניט באופן עראי, נאָר באופן קבוע ולדורות.
ולהעיר — „ויחנטו אותו ויישם בארון", „ויחנטו אותו" איז בפשטות בכדי באַוואַרענען אַז גופו (כולל הבשר וכו') זאָל בלייבן קיים בשלימותכד (און רמה ותולעהכה זאָלן אים ניט קענען אָנרירןכו), און נאָכמער — „ויישם בארון", וואָס איז מדגיש נאָך אַ שטאַרקערע קביעותכז; און ערשט לאחרי אַ ריבוי שנים וועט מקויים ווערן בקשת יוסף „והעליתם את עצמותי מזה"כח, און נאָכמער: נאָר „עצמותי", אָן די בשר וכו' (משא"כ במצרים איז געווען „ויחנטו אותו גו'", די עצמות מיט די בשר וכו')כט?!
נאָכמער: בשלמא אויב דער סיום וואָלט געווען מיט דעם איין פסוק שלפנ"ז — שבועת יוסף „ואלקים פקוד יפקוד אתכם והעלה אתכם מן הארץ הזאת אל הארץ אשר נשבע לאברהם ליצחק וליעקב גו' והעליתם את עצמותי מזה" — וואָלט געווען (קצת) מובן ווי מ'קען זיך דערמיט שטאַרקן, ווייל דאָס רעדט זיך וועגן די הבטחה אַז אידן וועלן סוף סוף אַרויס פון גלות און מעלה זיין אויך עצמות של יוסף; אָבער דער פסוק האחרון ממש, „וימת יוסף גו' ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים" — רעדט זיך פּונקט בכיוון הפכי, ווי ניט קוקנדיק אויף דער הבטחה אַז „אלקים פקוד יפקוד אתכם גו' והעליתם את עצמותי", איז בינתיים געווען „וימת יוסף גו' ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים"!
478ה. וי"ל דעם ביאור בכל זה — ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק אויך פאַר אַ פשוט שבפשוטים, און פאַר אַ בן חמש למקרא וכיו"ב:
ס'איז מובן בפשטות (אפילו פאַר אַ קליין קינד) אַז איידער אידן גייען אַריין אין גלות — דאַרפן זיי האָבן חיזוק ונתינת כח, בכדי קענען ביישטיין די נסיונות פון גלות, און בלייבן גאַנץ אין זייער אמונה און זייער לימוד התורה וקיום המצוות ועבודת ה' בכלל.
דעריבער איז פאַרשטאַנדיק אַז איידער מ'קומט צו „ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה" — די ירידה עיקרית אין גלות מצריםל — דאַרף מען אָנקומען צו ספּעציעלע חיזוק און כחות בכדי קענען עם דורכגיין.
און דאָס איז דער תוכן כללי פון ספר בראשית (וואָס קומט פאַר ספר שמות) — „ספרלא הישר . . זה ספר אברהם יצחק ויעקב (והשבטיםלב) שנקראו ישרים" — וועגן די עבודת האבות, אַלס הכנה ונתינת כח וחיזוק לעבודת הבנים — „מעשה אבות סימן לבנים"לג — בעיקר בשעת די בנים זיינען יורד אין גלות. כולל אויך די הבטחות של הקב"ה צו די אבות (ובמיוחד בא ברית בין הבתרים), אַז די אידן וועלן אַרויסגיין פון גלות און צוקומען צו נאָך אַ העכערע עלי' — „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"לד.
און וואָס מערער אין ספר בראשית, אַלץ שטאַרקער איז דער חיזוק און די כחות וואָס מ'גיט די אידן וואָס וועלן שפּעטער זיין אין גלות מצרים. ביז צו דעם סיום הספר — פ' ויחי, וואו עס רעדט זיך וועגן ברכת יעקב להשבטים, אַ ברכה והמשכה ונתינת כח צו יעדערען פון די שבטים במיוחד און צו אַלע שבטים צוזאַמעןלה,
ביז מ'קומט צום סיום הפרשה — וואו יוסף איז מחזק די אידן נאָכמער בפירוש און נאָך שטאַרקער: „ואלקים פקוד יפקוד אתכם והעלה אתכם מן הארץ הזאת אל הארץ אשר נשבע לאברהם ליצחק וליעקב גו'", במילא זאָלן זיי ניט פאַלן אונטערן יאָך פון גלות.
ביז — בסיום הפרשה ממש (דעם פסוק האחרון), „וימת יוסף גו' ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים" — וואָס דאָס איז גאָר דער שטאַרקסטער חיזוק ונתינת כח צו די אידן זייענדיק אין גלות:
נוסף לזה וואָס זיי האָבן דעם כח פון „מעשה אבות סימן לבנים", און נוסף אויף די הבטחות של הקב"ה לאברהם יצחק ויעקב, און הבטחת יוסף לבני ישראל („ואלקים פקוד גו'") — באַקומען אידן אין גלות עצמו אַ מציאות בפועל וואָס שטאַרקט זיי און העלפט זיי ביישטיין דעם חושך כפול ומכופללו:
479די מציאות פון יוסף וואָס געפינט זיך גאַנצערהייט מיט זיי צוזאַמען אין גלות מצרים, און ניט בלויז באופן עראי, נאָר באופן קבוע ובשלימות — מיט זיינע עצמות ובשר וכו' — „ויחנטו אותו", און „ויישם בארון במצרים"לז, וואָס דאָס שטאַרקט אידן אַז זיי זאָלן קענען סובל זיין גלותלח, און נאָכמער — שולט זיין איבער גלות, בדוגמת ובכח דיוסף ש"בלעדיךלט לא ירים איש את ידו ואת רגלו בכל ארץ מצרים", און דורך גלות צוקומען צו אַן עילוי נעלה יותר („והעלה אתכם"), און עולה זיין בפועל ממצריםמ אין ארץ ישראל,
ביז אַז דורך דעם („ויישם בארון במצרים") ווערט נתגלה די פנימיות הכוונה אין פסוק שלאחריו „ואלה שמונ בני ישראל הבאים מצרימה" — „על שם גאולת ישראל נזכרו כאן"מא — די גאולה וואָס קומט ע"י הירידה.
ו. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין יותר דעם תוכן פון „חזק חזק ונתחזק" בסוף ספר בראשית:
די תורה (שהיא נצחיתמב) ווייזט אָן אַ הוראה ברורה פאַר אידן אין אַלע דורות ווי זיי וועלן קענען דורכגיין דעם חושך כפול ומכופל פון גלות:
כשם ווי דער סדר איז געווען באַ גלות מצרים, אַז נאָך איידער מ'איז אַריין אין גלות האָט מען באַקומען כחות וחיזוק צו דורכגיין עם — אַזוי איז דאָס ביי אַלע גליות — וואָס כל הגליות (מלכיות) נקראות על שם מצריםמג, ו"כימימד צאתך מארץ מצרים אראנו גו'"מה, אַז איידער מ'גייט אַריין אין גלות — „ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה", כולל די אייניקלעך און אוראייניקלעך פון די יורדי מצרים — באַקומט מען אַלע כחות און חיזוק צו קענען סובל זיין גלות, און קענען לערנען תורה און מקיים זיין מצוות בהידור מיטן גאַנצן תוקף,
אָנהויבנדיק פון די כחות וואָס ווערן נמשך ע"י „מעשה אבות" (וואָס זיינען „סימן לבנים"), און די הבטחות של הקב"ה, ביז די הבטחה של יוסף „ואלקים פקוד יפקוד אתכם והעלה אתכם מן הארץ הזאת",
ביז דעם שטאַרקסטן חיזוק — אַז יוסף געפינט זיך מיט אידן אין גלות, „ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים".
ובכדי דאָס נאָכמער אונטערשטרייכן ובגלוי — זיינען אַלע אידן אין שול מכריז בסיום ספר בראשית, ותיכף לאחרי דעם פסוק האחרון „וימת יוסף גו' ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים"480— „חזק חזק ונתחזק": שטאַרקט זיך דערמיט וואָס יוסף געפינט זיך מיט אונז אין גלות, מיט זיינע עצמות ובשר וכו'!
ביז אַז אויך אנשים פשוטים און אויך קינדער זיינען אַזוי מכריז, און זיי פאַרשטייען אויך דעם חיזוק הכי גדול שבזה — און זיי שטאַרקן און מינטערן איינעם דעם צווייטן, „חזק חזק ונתחזק", און מיט וואָס — דערמיט וואָס „וימת יוסף גו' ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים", יוסף געפינט זיך גאַנצערהייט אין גלות מיט אידן!
ובמילא גיט דאָס אַריין אַ חיזוק אין די עבודה פון אידן נאָך זייענדיק אין גלות — אין זייער לימוד התורה וקיום המצוות בהידור (כפשטות הפירוש אין „חזק חזק ונתחזק" — חיזוק אין תורה, וואָס איז פון די ארבעה וואָס „צריכין חיזוק", „שיתחזק אדם בהן תמיד בכל כחו", כנ"ל ס"א).
ז. ובאם הדברים אמורים אין אַלע דורות פון גלות — עאכו"כ בדורנו זה, *) דרא דעקבתא דמשיחא, וואָס מצד ירידת הדורות (בהבנה והשגה בתורה וכו') האָט דער אויבערשטער בחסדו הגדול אָנגעוויזן אידן הוראות גלויות כו' [נוסף לזה וואָס אַ איד דאַרף אַליין זיך משתדל זיין געפינען אַ רמז פון יעדער זאַך בנוגע לעבודתומו]:
שמו (הראשון) פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, נשיא דורנו (בדוגמא ווי יוסף איז געווען נשיא בדורו) — איז יוסף, און עבודתו פון נשיא דורנו איז בדומה בכמה פרטים לעבודת יוסףמז,
אָנהויבנדיק פון די עבודה המרומזת בשמו „יוסף" — „יוסף ה' לי בן אחר"מח, כידוע הפירוש בזהמט, אַז יוסף מאַכט (אויך) פון „אחר" אַ „בן" — וואָס דאָס גייט (כפשוט — אויך) אויף די כללות העבודה פון הפצת המעינות חוצה ביז אין חוצה שאין חוצה ממנה, און מאַכן פון „אחר" (חוצה) אַ „בן" להקב"ה.
ביז — מאַכן אַזאַ „בן" וואָס איז נאָך העכער פאַר יוסף אַליין (כביכול) — „בנימין", „שהוא לבדו נולד בארץ כנען"נ (משא"כ יוסף ושאר השבטים נולדו בחוץ לארץ).
ביז אַז ביי אים איז געווען אַ חידוש (לגבי שאר כל השבטים) אַז ער האָט געהאָט צוויי נעמען („בן אוני", און „בנימין"). און געבליבן (נקבע) באַ איינעם.
און נאָכמער: ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס רחל האָט אים אָנגערופן בשם „בן אוני"נא, האָט אים יעקב אָנגערופןנב בשם „בנימין"נא, און דאָס איז געבליבן שמו עד סוף כל הדורות — אַ חידוש וואָס איז ניט געווען באַ שאר השבטים. ד. ה. אַז אפילו אויב ס'איז דאָ אַ קס"ד אַז ער481איז „בן אוני" — טוט אויף יעקב אַז עס ווערט אַ „בן ימין", אַזוי אַז עס ווערט בטל די קס"ד, און ער ווערט אַלעמאָל אָנגערופן (ויתרה מזה אין איין וואָרט דוקא) „בנימין" בלי שום קס"ד אחרתנג.
זעט מען אַז מנוחתוכבוד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר (יוסף שבדורנו) — איז צוזאַמען מיט אונז אין גלות, בחצי כדור התחתוןנד — „ויישם בארון במצרים"!
און דער טעם לזה איז — בכדי דערמיט זאָל זיין „חזק חזק ונתחזק", אַז אידן אין חושך כפול ומכופל פון דרא דעקבתא דמשיחא, זאָלן זיך שטאַרקן, און נאָכאַמאָל שטאַרקן, און ווידעראַמאָל שטאַרקן דערמיט וואָס „יוסף", מיט זיינע עצמות, כולל אויך בפירושו (הפנימי ד"עצמות" מלשון) עצמיות, עצמותו (ומהות) דיוסףנה, נוסף אויף זיין בשר וכו'נו — געפינט זיך מיט אונז אין גלותנז!
במילא האָט מען ניט וואָס צו נתפעל ווערן פון גלות, און מ'האַלט זיך שטאַרק און פעסט אין ביישטיין אַלע נסיונות והעלמות והסתרים פון גלות וואָס קענען שטערן צו לימוד התורה וקיום המצוות, כולל ובמיוחד — די עבודה והליכה ב"דרך ישרה אשר הורנו מדרכיו . . (ו)אורחותיו"נח פון „יוסף" שבדורנו — וואָס דורך דעם באַווייזט מען אַז „זרעו בחיים" במילא „אף הוא בחיים"נט — די עבודה פון הפצת התורה והיהדות, והפצת המעינות חוצה, ביז אין חוצה שאין חוצה ממנה (מאַכן פון „אחר" אַ „בן").
ח. וואָס כל זה איז אפילו ווען עס וואָלט נאָך געבליבן אַ ריבוי עבודה אין זמן הגלות; עאכו"כ לאחרי ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט מעיד געוועןס לפני כו"כ שנים — אַז איצטער פאָדערט זיך נאָר די עבודה פון „עמדו הכן כולכם", שטיין בתוקף („עמדו"), און באופן פון „הכן", און אַלע צוזאַמען באחדות („כולכם"), וואָרום מ'האָט שוין אַלץ פאַרענדיקט און ס'איז געבליבן מערניט ווי „צופּוצן די קנעפּלעך"סא, מ'האָט שוין די „קנעפּלעך", און זיי זיינען משמש תפקידם (צו מחבר זיין צד הימין וצד השמאל של הלבוש ובהעלאת הימין על השמאלסב), עס איז נאָר געבליבן צופּוצן איין קנעפּל אָדער צוויי קנעפּלעך וכיו"ב, ד. ה. אַראָפּבלאַזן די שטויב („דאָסט"סג — ווי מען זאָגט אין שפת המדינה) פון דעם קנעפּל, בכדי זיין בתכלית השלימות, בתכלית ההידור והיופי, לקבל פני משיח צדקנו.
482גיט דאָס אידן אין גלות נאָכמער חיזוק, וויסנדיק אַז מ'שטייט אין די לעצטע רגעים פון גלות און ס'איז נאָר געבליבן „צופּוצן די קנעפּלעך", און אויך אויף דעם האָט מען דעם סיוע וחיזוק פון „ויישם (יוסף) בארון במצרים".
עאכו"כ בשעת מ'שטייט בתוך השלושים ימי הכנהסד לפני עשירי בשבט („שלשים יום לפני החג"סה), דער יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, „יוסף" של דורנו — ווען „כלסו מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו", „מתגלהסז ומאיר בבחי' גילוי מלמעלה למטה . . ופועלסח ישועות בקרב הארץ".
ט. דער לימוד דערפון בנוגע לפועל:
שטייענדיק אין דעם דור פון כ"ק מו"ח אדמו"ר — ווען מ'האָט „יוסף" צוזאַמען מיט אונז (ובפרט דורך „זרעו בחיים"), ובפרט שטייענדיק בתוך השלשים יום לפני עשירי בשבט — דאַרף זיין „חזק חזק ונתחזק" אין דער עבודה פון אָפּטאָן די לעצטע שיריים פון „צופּוצן די קנעפּלעך", דורך דעם וואָס יעדער איד, אנשים נשים וטף, איז נאָכמער מוסיף אין לימוד התורה וקיום המצוות, ובכללות — אין די שלשה עמודים שעליהם העולם עומד, תורה עבודה וגמילות חסדים, און אויך — זיין „נרות להאיר", דורך הפצת התורה והיהדות, והפצת המעינות חוצה.
ובמיוחד — דורך טאָן אין די אַלע ענינים באופן של קביעות אע"פ וואָס מ'געפינט זיך נאָך אין גלות — דורך מאַכן פון דעם אייגענעם בית פרטי וחדר פרטי — אַ „בית כללי", אַ „בית ועד לחכמים"סט, בית תורה תפלה וגמ"חע, ביז אַ „בית כללי" צו דעם כלל הכי ראשון — דער אויבערשטער אַליין, דורך דעם וואָס אַ איד שטעלט צו „פרנסתי"עא (של הקב"ה), וואָס „פרנסה" באַשטייט פון מזון לבושעב ובית — אַז פון זיין „מזון" און „לבוש" און „בית" מאַכט אַ איד „מזון", „לבוש" און „בית" כביכול של הקב"ה, דורך אויסנוצן זיי אויף תורה עבודה וגמ"ח (וועלכע זיינען כנגד מזון לבוש וביתעג).
און בכדי צוגעבן נאָכמער חיזוק אין דער עבודה און קענען מנצח זיין און מהפך זיין דעם יצר שהיפך הטוב —483דאַרף מען עס אויך פאַרבינדן מיט קיום הוראת המשנהעד „עשה לך רב"עה, און זיך צונויפרעדן מיט דעם „רב" וועגן זיין מצב בעבודתו הפרטית והכללית, אין די שלשה עמודים פון תורה עבודה וגמ"ח, און מאַכן פון זיין בית וחדר אַ בית תורה תפלה וגמ"ח.
ובכל זה קומט צו אַ הדגשה מיוחדת — ווי מ'האָט מציע געוועןעו, אַז אַלס הכנה צו עשירי בשבט, זאָל כל אחד ואחת מוסיף זיין אין לימוד התורה ונתינת הצדקה, און זיך צונויפרעדן אין דעם מיט זיין „רב", און כדאי ונכון אַז במשך די שלשים ימי ההכנה זאָל כאו"א אויך דורכגיין „בחינות" באַ זיין „רב", און אין דעם גופא — דריי בחינות, לאחרי כל עשרה ימים, בכדי צו וויסן ווי און וויפל ער האָט זיך צוגעגרייט צו עשירי בשבט: די ערשטע בחינה — בעשרים בטבתעז, די צווייטע בחינה — בראש חודש שבטעח, און די דריטע בחינה — בעשירי בשבט, „העשירי יהי' קודש"עט.
[ויש להוסיף, אַז אפילו אויב ס'איז דאָ אַזאַ וואָס האָט נאָך ניט אויסגענוצט די ימי הכנה כדבעי למיעבדפ — איז נוסף לזה וואָס ער דאַרף אַליין צוגעבן דערנאָך ובאופן פון „כפליים לתושי'"פא, האָט ער אין דעם אויך אַן עזר וסיוע פון די אידן וואָס האָבן יע אויסגענוצט די ערשטע ימי הכנה כדבעי למיעבדפב].
ויה"ר אַז עס זאָל מקויים ווערן די בקשה (ווי דער רבי (מהורש"ב) נ"ע האָט געשריבן אין אַ פדיון) — „שיפעלו הדברים בי ובהשומעים", כולל „השומעים" — ניט אַזוי הערן מיט די אזניים, נאָר „דערהערן"פג (בפנימיות), כולל אויך — דערהערן דעם „קול ילד בוכה"פד, באַ זיך אַליין, און אין „חוצה", און מאַכן פון דעם „אחר" שבחוץ אַ „בן".
י. און דורך דעם וואָס מ'פאַרענדיקט די לעצטע קלייניקייטן אין „צופּוצן די קנעפּלעך" — וועט מען גלייך אַרויסגיין פון גלות,
484וואָרום אע"פ וואָס בזמן הגלות געפינט זיך יוסף צוזאַמען מיט אידן („ויחנטו אותו ויישם בארון במצרים"), האָט אָבער יוסף מבטיח געווען אַז דערנאָך וועט זיכער זיין „ואלקים פקוד יפקוד אתכם והעלה אתכם מן הארץ הזאת אל הארץ אשר נשבע לאברהם ליצחק וליעקב", און דעמולט וועט זיין „והעליתם את עצמותי מזה" —
אַזוי וועט אויך זיין בדורנו זה, אַז אע"פ וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר געפינט זיך מיט אונז אין גלות און גיט אונז חיזוק — האָט מען אָבער די הבטחה אַז „ואלקים פקוד יפקודפה אתכם והעלה אתכם גו'", צוזאַמען מיט „עצמותי" „ועצמות" של „יוסף"פו,
און נאָכמער — „הקיצו ורננו שוכני עפר"פז, ויוסף וכל השבטים בתוכם. וכ"ק מו"ח אדמו"ר בתוכם.
און אדרבה: איצטער דאַרף מען שוין ניט וואַרטן אַ משך זמן ביז עס ווערט „והעלה אתכם", וואָרום נוסף לזה וואָס „כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה"פח, און זיכער האָט מען תשובה געטאָן, וואָס אפילו דורך הרהר תשובה בלבד ווערט מען אַ צדיק גמורפט — האָט „יוסף" שבדורנו מעיד געווען כו"כ שנים לפני זה אַז ס'איז שוין אַלץ מוכן, און מ'דאַרף נאָר „צופּוצן די קנעפּלעך", מ'דאַרף נאָר האָבן נאָך איין בלאַז אָפּצובלאַזן די „דאָסט" פון דעם קנעפּל, און זיכער אַז זינט דעמולט האָט מען פאַרענדיקט „צופּוצן די קנעפּלעך", דאַרף שוין די גאולה קומען תיכף ומיד ממש.
און אע"פ וואָס מ'האָט מיט זיך „יוסף" אין גלות („ויישם בארון במצרים"), און די כוונה פון די ירידה אין גלות איז בכדי צוקומען צו נאָך אַ העכערע עלי',
כמובן פון דעם וואָס די גמראצ זאָגט בנוגע צו גלות מצרים, „שלא יאמר אותו צדיק (אברהם) ועבדום וענו אותםצא קיים בהם, ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם" — דלכאורה אינו מובן כלל: בשעת אַ בן (עאכו"כ אַ בן יחיד) האָט צער, איז אפילו אַן אב גשמי (בשר ודם) וועט טאָן כל התלוי בו אים העלפן, און דערביי ניט נתפעל ווערן וואָס „יאמר אותו צדיק", עאכו"כ אבינו שבשמים?!
מוז מען זאָגן, אַז כוונתו של הקב"ה אין גלות מצרים איז לטובתם של בניו, אַז דורך דעם זאָל באַ זיי צוקומען נאָך אַ גרעסערער עילוי („רכוש גדול") —
אעפ"כ איז די שאלה: וויפל איז דער שיעור?! „עד מתי", „עד מתי קץ הפלאות"צב, „עד מתי . . יחרף צר"צג?!
אפילו אַן אב בשר ודם וואָלט ניט געקענט סובל זיין אַז זיין בן יחיד געפינט זיך אין גלות ובפרט מער פון ניינצן הונדערט יאָר, און בפרט נאָך אַז צוזאַמען מיט אים געפינען זיך אַלע אידן פון485אַלע דורות שלפנ"ז ושלאח"ז אין גלות אויבערשטער, קערסט זיך אום אין ציון, — עאכו"כ אבינו שבשמים האָט דער־ ציון בפשטות, און „ברחמים" דוקא!
פון צער גדול (כביכול). ובפרט אַז צוזא־
מען מיט „בכל צרתם לו צר"צד, איז אויך הקב"ה איז מתאוה לתפלתן של
צדיקיםצח (ועמך כולם צדיקיםצט,
ובפרט דורך דעם וואָס מ'איז אויך מאַנען די גאולה (ווי גערעדט כמ"פצו מוסיף „גדולה לגימה שמקרבת"ק, פון פוסקיםצז וכו'), און ווי מ'זאָגט מ'זאָגט „לחיים" אויף אַ כוס יין, איז דאָס בתפלת כל יום — וג' פעמים ביום — נאָכמער מקרב איין אידן צום צווייטן101), „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח", און במילא — אויך נאָכמער מקרב די (נוסף על) און אויך בשבת ויו"ט — גאולה (וואָס איז תלוי באהבת ישראל. „ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים", ביטול סיבת הגלות102)) —
וואָס דערביי דאַרף מען מכוון זיין
פירוש המלות, און (פירוש המלות) ווי אַ
בשר ודם פאַרשטייט עס (לא די כלל ווי גאולה, „מיד הן נגאלין"103), „מיד" נאָך אַ מלאך פאַרשטייט עס . . .) — שנעלער פאַר „כהרף"104) עין"!
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-kgsh1kv9