Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
204וישב
א.אויפן פסוקא „ויקנאו בו אחיו ואביו שמר את הדבר" שטייט אין מדרשב: א"ר לוי נטל קולמוס וכתב באיזה יום ובאיזה שעהג באיזהד מקוםה.
דער הכרח אין פירוש המדרש זאָגט דער יפה תוארו: לפי שלא תפול שמירה במה שאין לו מציאות חוץ לנפש . . לכן פי' השמירה כפשוטה והוא שמירת הדבר בזכרונו", און וויבאַלד אַז „שמירת הדבר בזכרון" איז ניט אינגאַנצן ביד האדם — סיידן ער וועט מאַכן אַ רושם וסימןז, דעריבער „נטל קולמוס וכתב כו'"ח.
און אויף דעם וואָס כתב „באיזה יום ובאיזה שעה באיזה מקום", זאָגט ער נאָך אַ פירושו: וויבאַלד אַז די האָפענונג אויף קיום פון אַ חלום איז ביז כ"ב שנה, ווי די גמראט לערנט עס אָפּ פון יוסף'ן גופא (און יעקב האָט עס געוואוסט אַליין „מסברא"), „לכן כתב היום והשעה לדעת עד מתי יש לו תקוה".
אָבער לפירושו איז עדיין צריך ביאור: א) לפי' הא' — זמן ומקום זיינען דאָך נאָר אַ הוספה און אַ פרט מחוץ פון דעם תוכן החלום — האָט ער דאָך לכל לראש געדאַרפט פאַרשרייבן דעם ענין החלום; ב) לויטן צווייטן פירוש קומט נאָך צו די שאלה: דאָ איז נוגע דער פאַרשרייבן דעם שנה וחודש, כדי צו וויסן „עד מתי יש לו תקוה", ווען עס וועלן זיך ענדיקן כ"ב שנה, ניט אַזוי דער יום ושעהי, און דאָס ווערט אין מדרש כלל ניט דערמאָנט! דער יפה תואר באַוואָרנט עסו „ומכש"כ שכתב אי זו שנה ואיזה חדש", איז אָבער אַ מילתא דתמי' אַז דער מדרש זאָל אויסלאַזן דעם עיקר, און פאַרלאַזן זיך אַז מען וועט עס פאַרשטיין מעצמו.
עד"ז איז שווער אויך בנוגע אַנדערע פירושים אין דעם מדרש, וועלכע זיינען דורשים ביאור: לדוגמא פירוש מהרז"ו, אַז ר' לוי לערנט אָפּ „דהול"ל זכר את הדבר או האמין", דעריבער טייטשט ער „שמר את הדבר ע"י שמיר" (ע"ד ווי עס שטייטיא חטאת יהודה כתובה בעט ברזל בצפורן שמיר), וויבאַלד דאָס איז געווען אַ חלום של205נבואה איז „ניתן לכתוב ולדרוש כמו נבואת אדם ונח ושל אבות . . וכמו כל ספר בראשית למ"דיב מגילות נכתבה" —
אויך לפירושו בלייבן די שאלות הנ"ל, אַז דער עיקר דאַרף זיין די כתיבה פון דעם תוכן החלום, און אויך, אַז דער עיקר זמן — די שנה וחודש — איז חסר מן הספר.
נוסף לזה איז צריך ביאור — לפירושו: מאי שנא חלום יוסף, וואָס איז אַ „חלום של נבואה" און דעריבער „ניתן לכתוב ולדרוש", אַז די תורה איז מדגיש אַז יעקב האָט עס פאַרשריבן, פון די אַלע אַנדערע נבואות (שבספר בראשית) „וכל ספר בראשית", וועלכע ווערן געבראַכט אין בראשית, עס שטייט אָבער ניטיג אַז אברהם יצחק אָדער יעקב זאָלן זיי פאַרשרייבן.
ב. לכאורה יש לומר דעם פירוש אין דברי המדרש — ובהקדים דעם ביאור אין דער שאלה הפשוטהיד:
וויבאַלד אַז יוסף האָט געוואוסט אַז די ברידער האָבן אים פיינט, „וישנאו אותו"טו, פאַרוואָס האָט ער דערציילט זיינע חלומות צו זיי, ער האָט דאָך געוואוסט אַז דאָס וועט מעורר זיין באַ זיי, נאָכמער שנאה? ובפרט — נאָך דעם סיפור פון ערשטן חלום וואָס „ויוסיפו עוד שנוא אותו"טז — איז אעפ"כ האָט ער זיי דערציילט דעם צווייטן חלום?!
איינער פון די ביאורים בזה במפרשיםיז, אַז היא הנותנת: יוסף האָט געוואוסט אַז זיינער ברידער שונאים אותו, איז ווען יוסף האָט גע'חלומ'ט „קמה אלומתי וגם נצבה והנה תסובינה אלומותיכם ותשתחוין לאלומתי"יח, און וויסנדיק אַז „כל החלומות הולכים אחר הפה"יט, לויטן פתרון החלום [אויך ווען דער פתרון איז אויבנאויף און גאָר פשוט, קען עס דער „פה" פותר זיין באיזה אופן שרוצה] — איז „ויאמר אליהם שמעו נא החלום הזה אשר חלמתי"כ, כדי זיי זאָלן אים פותר זיין ווי זיי געפעלטכא.
עס בלייבט אָבער צ"ע — וויבאַלד די שבטים האָבן פותר געווען דעם חלום — „המלך תמלוך עלינו אם משול תמשול בנו"כב, פאַרוואָס האָבן זיי ניט פותר געווען דעם צווייטן חלום?
און לאידך גיסא — הפכו בנוגע ליעקב: ער האָט פותר געווען נאָר דעם צווייטן חלום (מען געפינט אפילו ניט אַז יוסף האָט דערציילט יעקב'ן דעם ערשטן חלום).
וי"ל אַז דעריבערכג האָט יעקב פותר געווען דעם צווייטן חלום — „הבוא נבוא אני ואמך ואחיך להשתחוות לך ארצה". וויבאַלד ער איז געבליבן בלי פתרון (השבטים).
206ולהוסיף וויבאַלד יעקב האָט עס געזאָגט בלשון של תמי'כד און נאָכמער „ויגער בו אביו" — „להוציא הדבר מלב בניו שלא יקנאוהו"כה, איז דערפאַר לאח"ז ובהמשך לזה — „ואביו שמר את הדבר" אַז „נטל קולמוס וכתב באיזה יום כו'" — אַלס המשך וביאור פתרון החלוםכולאמתתו — מען זאָל טייטשן דעם „אחר הפה" פון פתרון יעקב באופן של תמי' קיימת ומשומרת, ער וועט זיכער מקויים ווערן.
ועפ"ז י"ל אַז דערפאַר איז ניט געווען נויטיק די כתיבה פון דעם תוכן החלום, ווייל דאָס האָט ער שוין פותר געווען, עס איז נאָר אַ כתיבה אויף צו באַשטעטיקן אַז כוונתו בהפתרון איז קיום ואמיתית הדברכז.
עס בלייבט אָבער ניט מוסבר: וואָס איז דער טעם אַז יעקב האָט אויסגעקליבן צו פאַרשרייבן דוקא די פרטים — „באיזה יום ובאיזה שעה באיזה מקום"?
ג. וי"ל הביאור בכ"ז: בהקדם דעם עניןכח פון „מעשה אבות סימן לבנים"כט. ענינים וואָס זיינען פאַראַן באַ די בנים, באַ בני ישראל במשך הדורות, איז דער סימן ונתינת כחל אויף דעם, פון די מעשה (שלשה ה)אבותלא — אברהם יצחק ויעקב.
וואָס דער קשר צווישן „מעשה אבות" און „מעשה" בנים איז בדוגמא צו דער שייכות צווישן אב ובן דאָ למטה, וואָס עס זיינען דאָ אין דעם דריי שלביםלב:
א) ווי דער בן איז נאָך כלול אין מוח האב. וואָס דאָרטן איז ניטאָ מציאות (עאכו"כ ניט קיין התחלקות פון אברים) של הבן. ס'איז אַלץ איין מציאות — (אַ חלק פון) מוח האב.
ב) ווי דער בן ווערט אָפּגעטיילט פון מוח האב ביז ער ווערט אַ מציאות בפ"ע, מיט רמ"ח אברים און שס"ה גידים שלו. און כאָטש אַז די גאַנצע מציאות הבן ווערט „נמשך ממוח האב שאפי' צפרני רגליו נתהוו מטפה זו ממש", ווערט ער אָבער אַ מציאות נפרד בפ"ע.
ג) די מדריגה ממוצעת וועלכע איז מקשר דעם בן ווי ער איז בשרשו אין מוח האב — מיטן בן ווי ער ווערט אַ מציאות בפ"ע. וואָס דאָס איז ווי דער בן איז בחדשי העיבורלג. דעמאָלט פאַנגט זיך אָן זיין מציאות אַלס אַ דבר בפ"עלד. די אברים ווערן נתחלק און דער בן איז יורד כמה מדריגות ביז „ירדה ממדרגה למדרגה להשתנות ולהתהוות ממנה207צפרנים"; אָבער דאָס איז אַלץ אַ המשך אין דעם זעלבן מקום פון דער טיפת מוח האב וועלכע ווערט נתחלק לאברים פרטיים.
און דעריבער איז אויך שפּעטער, וכל ימי חייו, איז דער בן וכל פרטי האברים שלו קשור מיט'ן מוח האב, ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניאלה (ואפילו בנוגע צפרנים של הבן) „וגם עכשיו בבן יניקת הצפרנים וחיותם נמשכת מהמוח שבראש (הבןלו)", וואָס מוח שבראש הבן איז דאָס טיפת מוח האבלז.
ד.ע"ד ומעין זה איז דאָס בנוגע די אבות פון כלל ישראל און כללות עבודת ישראל שבמשך הדורות:
עס איז דאָ ווי די בנים זיינען כלול אין די אבות וואָס „אין קורין אבות אלא לשלשה"לח, ובפרט יעקב „בחור שבאבות"לט, און „שופרי' דיעקב מעין שופרי' דאדם הראשון"מ, ער איז כולל כל הנשמותמא. וואָס מצד דער מדריגה איז אויך ניטאָ קיין התחלקות אמיתית פון עבודת הבנים, ס'איז אַלץ אַ טייל פון דעם כלל — מעשה אבות.
דערנאָך איז דאָ ווי די בנים ווערן אַ מציאות בפ"ע, ד.ה. די עבודה פון כל ישראל במשך כל הדורות, וואָס דאָס האָט זיך אָנגעפאַנגען פון גלות וגאולת מצרים, און ס'ווערט נמשך כל משך שית אלפי שנין דהוי עלמא — פאַרשידענע אופנים ודרכים חלוקים בפועל בעבודת ' —
ז
און עס איז דאָ דער ממוצע המקשר די אבות ומעשה אבות מיט די בנים ועבודתם, וואָס דאָס איז ע"י השבטים בני יעקב. וואָס כאָטש אַז באַ די שבטים האָבן זיך שוין אָנגעפאַנגען די חילוקי מדריגות פון נשמות אין עבודת ה'מב, וואָס טיילן זיך אין י"ב שבטים, י"ב שערים ודרכים אין עבודת ה' וואָס כל אחד במסילתו יעלהמג, וויבאַלד אָבער אַז אין זייער מדריגה ועבודה איז דאָ פעולת יעקב אביהם, איז דורכדעם געוואָרן און איז קיים דער חיבור צווישן די פרטים — עבודת הבנים, מיט'ן „כלל", מעשה אבות.
ה. און דאָס איז אויך דער חידוש אין פרשת וישב:
אין די פריערדיקע סדרות בתורה (פון פ' לך און ווייטער) רעדט זיך וועגן די אבות, און אַלע ענינים זיינען פרטים אין מעשה אבות; משא"כ אין פרשת וישב איז דער חידוש, אַז עס הויבט זיך אָן דער סיפור וועגן די שבטים (און זייערע פעולות) ווי זיי זיינען בפ"ע.
208און דאָס איז אויך וואָס דער תוכן פון דער פרשה איז — די סיבה והתחלה ווי עס איז צוגעקומען צו דער ירידה ל(גלות) מצרים
— ווי רז"למד דרש'נען אויפן פסוקמה „וישלחהו מעמק חברון" — „בעצה עמוקה של אותו צדיק שקבור בחברון דכתיבמו ידוע תדע כי גר יהי' זרעך", ופרש"ימז „והוא תחילת סיבת ירידת ישראל למצרים"; און (נאָך מער) דערמיט הויבט זיך אָן די גאַנצע סדרה, דאָס איז ראש הסדרה ווי רש"י טייטשטמח „אלה תולדות יעקב יוסף — ואלה של תולדות יעקב אלה ישוביהם וגלגוליהם עד שבאו לכלל ישוב סבה ראשונה יוסף בן שבע עשרה וגו' עי"ז נתגלגלו וירדו למצרים"מט —
ווייל דער עיקר ענין פון עבודת הבנים איז פאַרבונדן מיט גלות וגאולת מצרים, וואָס גלות מצרים איז כולל אַלע אַנדערע מלכיותנ וגליותנא, און גאולת מצרים איז דער שורש און איז כולל אַלע אַנדערע גאולותנב.
קומט אויס, אַז אין פרשת וישב איז דער איבערגאַנג פון די מעשה אבות צו די מעשה בנים, וואָס עבודת הבנים שטעלן זיך אויס אין די צוויי זמנים (ועבודות) פון גלות און גאולה.
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס די התחלת הסדרה איז מיט די חלומות של יוסף, וואָרום די פנימיות הכוונה שבזה איז ניט בלויז דער אָנזאָג אויף דעם ענין המלכות של יוסף (במצרים), נאָר אַ נבואה בנוגע דעם גאַנצן קיום פון ברית בין הבתרים — דער גלות וגאולה*52 של ישראלנג.
209— די אַנדערע ענינים וואָס ווערן דערציילט אין דער סדרה, איז די כוונה דערביי (אַז דאָס איז אַ סיבה און דער וועג פון דורכפירן די גזירת בין הבתרים) ניט געקומען בגלוי אין די דיבורים ומעשים של יעקב והשבטים; משא"כ חלומות יוסף, וועלכע זיינען, כנ"ל, אַ נבואה, איז אין דעם דאָ כללות מעשה הבניםנד.
ו. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ענין פון „ויקנאו בו אחיו ואביו שמר את הדבר":
אַלע שבטים זיינען דאָך געווען „שבטי י"ה", און ס'איז פאַרשטאַנדיק אַז זייער שנאה וקנאה צו יוסף איז ניט געווען אַ שנאה וקנאה פשוטה, ח"ו וח"ו (ובפרט אַז דאָ אין פסוק, נאָך דעם סיפור החלומות, שטייט „ויקנאו בו אחיו", ע"ד ווי ותקנאנה רחל באחותהנו ד. ה. זיי האָבן געזען אין די חלומות אַ הוראה מלמעלה אויף מעלות יוסף כו'נז), נאָרנח ס'איז אַן ענין פאַרבונדן מיט „מעשים טובים", עבודת ה'נט:
בשעת עס האָט זיך אָנגעפאַנגן די התחלקות המדריגות אין בני ישראל — הן מצד הגברא, וואָס נאָך די אבות קומען די חילוקי מדריגות אין עבודת ה' באַ די שבטים; און הן מצד הזמן והחפצא והעבודה — ס'איז געווען די סיבה קרובה פון ירידת ישראל למצרים וואָס דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן דער קיום ברית בין הבתרים באַ די בנים (ובמילא — די עבודה פון גלות וגאולה*52 באַ די בנים) —
האָט זיך דאַן אָנגעהויבן „דערהערן" די התחלקות פון די אופני העבודה, און באַ יעדן איינעם איז געווען נרגש די מעלה פון זיין מדריגה ועבודה פרטיתס. און דעריבער ווען עס קומט די הוראה מלמעלה (בחלומו של יוסף) אין דעם יתרון מעלת העבודה של יוסףסא, און ווי דורך אים דוקא ווערט דורכגעפירט עבודת בנ"י אין גלותסב וואָס ברענגט210לאחר זה די גאולה — פועל'ט עס אַז „ויקנאו בו אחיו"סג, אויף דעם וואָס די כוונה פון אויבערשטן פירט זיך אויס דורך דעם אופן העבודה פון יוסף, כאָטש (אויך) זייערע אופני עבודה זיינען אופני עבודה אמיתית אין עבודת ה'.
און אויף דעם איז דער פסוק ממשיך „ואביו שמר את הדבר", אַז יעקב „שמר את הדבר" (ניט — „חלומו של יוסף" וכיו"ב): באַ יעקב, אַלס אב, האָט זיך ניט אָנגעהערט די התחלקות אין דער עבודה, אַז די עבודה ווערט דורכגעפירט דורך דעם שבט, און די צווייטע עבודה דורך אַן אַנדער שבט, און די עבודה עיקרית ע"י יוסף — נאָר „שמר את הדבר", דער „דבר" עצמו, וועלכער באַשטייט פון „שמש גו' לי" (יוסף).
ס'איז איין ענין, עס פירט זיך דורך דער רצון העליון, די כוונה פון דעם אויבערשטן עס זאָל זיין אַ דירה לו ית'. ובמילא איז: א) ניט נרגש דער עובד, נאָר די עבודה. און ב) אין יעדער עבודה הערט זיך אָן אַז זי איז אַ טייל און ברענגט די כללות הכוונה.
ז. עפ"ז יובן דער אויפטו פון ר' לוי אַז „נטל קולמוס וכתב כו'": דערמיט האָט יעקב גע'פועל'ט, אַז ווי דאָס איז ביי אים, אין „מעשה אבות", אַז „שמר את הדבר" — זאָל אַזוי קענען זיין און זיין בפועל אין דער עבודה פרטית פון פרטי בני ישראל במשך הדורות.
און דאָס איז דער פירוש אין „וכתב באיזה יום ובאיזה שעה באיזה מקום": יעקב האָט די אַלע חילוקי מדריגות אין עבודה אַריינגעשטעלט אין איין נקודת הזמן, און אין איין נקודה פון מקום, וואָס די נקודה איז כוללת כל המדריגות והעבודות פון אַלע זמנים ומקומותסד.
[און דערפאַר זאָגט ער ניט „וכתב השנה והחודש", נאָר — יוםסה און שעה (מלשון באותה שעה — שבמחז"ל — שפירושו רגע וגם המשך זמן שנקודתו אחת)סו, אויף אַרויסברענגען די נקודת הזמן שבזה],
און מצד דעם איז אין יעדער עבודה פון די בנים — בכל זמן ובכל מקום, קען זיך אָנהערן די נקודה און דער עצם פון דער עבודה ווי עס איז מצד האב, וואָס דערפון קומען אַרויס די ביידע ענינים הנ"ל: א) ס'איז ניט (אַזוי) פאַרבונדן מיט דער מציאות העובד, נאָר עס הערט זיך די עבודה מצד עצמה, וואָס איז רצון העליון. ב) ווי יעדער פרט פון דער עבודה איז נוגע אין כללות און תכלית הכוונה אויף מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים, ווען „והי'סז ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד".
211ח. ס'איז ידועסח אַז דער פסוק הנ"ל „ויקנאו בו אחיו ואביו שמר את הדבר" איז פאַרבונדן מיטן אַלטן רבי'ן און מיט דער גאולה פון י"ט כסלו.
און וויבאַלד אַז אַלע ענינים בשייכות צו רבותינו נשיאינו זיינען דאָך זיכער מדויק, דאַרף מען זאָגן, אַז דער תוכן פון „ואביו שמר את הדבר" בשייכות צום אַלטן רבי'ן איז אויך כולל דעם אויפטו אין „ואביו שמר גו'" לויטן פירוש המדרש אַז „נטל קולמוס וכתב כו'".
וי"ל דעם ביאור אין דעם:
עס איז ידוע אַז תורת החסידות ווי ס'איז געווען ביי די „אבות החסידות", באַ דעם בעש"ט און דעם מגידסט, איז געווען באופן כללי (וואָס דערפאַר איז אין סדר הספירות זיינען דער בעש"ט און דער מגיד — די צוויי בחינות פון ספירת הכתר, עתיק און אריךע); און דער אַלטער רבי, דורך גילוי תורת חסידות חב"ד, האָט אויפגעטאָן די התלבשות פון תורת החסידות אין השגהעא, וואָס מצד דער התלבשות אין השגה (פנימיות) ווערט די התחלקות לפרטים אין עבודת ה' ע"פ דרך החסידות, ביז — יעדע עבודה אַלס אַן ענין בפ"עעב.
דער גילוי פון תורת חסידות חב"ד דורכן אַלטן רבי'ן איז אָבער ניט אין אַן אופן וואָס דורך דער התלבשות פון תורת החסידות אין השגה איז דערפאַר געוואָרן ח"ו וח"ו אַ ירידה אין דעם אור החסידות (לגבי ווי ס'איז געווען ביי די אבות החסידות הכללית, אַן אור כללי) — נאָר דער אור החסידות כמו שהוא איז נמשך געוואָרן אין השגהעג.
וואָס דאָס איז דער פירוש אין „יפוצו מעינותיך חוצה"עד (וואָס האָט זיך אָנגעהויבן בעיקר נאָך דער גאולה פון י"ט כסלועה) — אַז דער מעין עצמו (ניט נאָר אַ „התפשטות" פון מעין, נאָר דער עצם פון די מעינות) קומט אָן אין חוצהעו (וואָס אין דעם אדם עצמו איז זיין „חוצה" — די מידות און דער כח השכל שבועז).
און כדי צו אויפטאָן דעם חיבור פון דעם „מעין" עצמו (אור כללי פון תורת החסידות) מיט די מעינות ווי זיי זיינען אין חוצה (התלבשות אין השגה) — האָט זיך געפאָדערט אַ פעולה מיוחדת מצד212דעם מגיד (וי"ל בדרך אפשר — ע"ד ווי ביי יעקב, בשעת ער האָט געדאַרפט אויפטאָן דעם חיבור פון מעשה אבות מיט מעשה הבנים, כנ"ל) — „ואביו שמר את הדבר".
לפני הסתלקותו של המגידעט, ווען עס האָט זיך געדאַרפט אָנהויבן דער גילוי פון תורת החסידות אין אַן אופן פון „יפוצו מעינותיך חוצה" — ווי דער אור החסידות קומט אַראָפּ בהתלבשות אין השגה — באופן של „יתפרנסון"פ, האָט דער מגיד געזאָגט דעם אַלטן רבי'ן „י"ט כסלו איז אונזער הלולא", וואָס דערמיט האָט זיך אויפגעטאָן דער חיבור פון דעם מעין עצמו ווי ס'איז ביי אבות החסידות, מיט די מעינות ווי זיי קומען אָן אין חוצה.
(משיחות ש"פ וישב תשט"ו;
ש"פ מקץ תש"מ)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site