Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
139ויצא
א.אין סוף הלכות שכירותא פסק'נט דער רמב"ם: כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול שכר עני ולא יעכבנו כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה"ב ויבטל מעט בכאן ומעט בכאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן . . וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמרב כי בכל כחי עבדתי את אביכן. לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמרג ויפרץ האיש מאד מאד.
דער אויבנדערמאָנטער דין ווערט אויך אַראָפּגעבראַכט אין שולחן ערוך פון אַלטן רבי'ןד, וז"ל: „וכדרך שבעל הבית מוזהר שלא לגזול שכר העני ולא לאחרו כך העני מוזהר שלא יבטל מלאכת בעה"ב ויבטל מעט כאן ומעט כאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן . . וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכרו אף בעולם הזה שנאמר ויפרוץ האיש מאד מאד".
בהשקפה ראשונה זעט אויס, אַז דער אַלטער רבי איז בלויז מעתיק לשון הרמב"ם (מיט שינויים קלים). אָבער כד דייקת שפיר זעט מען אַ שינוי עיקריה בשו"ע אדה"ז:
נאָכן ברענגען דעם לימוד פון יעקב, איז דער אַלטער רבי ממשיך: „לפיכך אין הפועל רשאי לעשות מלאכה בלילה ולהשכיר עצמו ביום וכן אין האדם רשאי לעשות מלאכה בבהמתו בלילהו ולהשכירה ביום ואין הפועל רשאי להרעיב ולסגף עצמוז שהרי מחליש כחו ולא יוכל לעשות מלאכת בעל הבית בכח".
די דינים („אין הפועל רשאי כו'") ווערן געבראַכט אויך אין רמב"םח; אָבער דאָרט קומען זיי אין דער פריערדיקער הלכהט, איידערי ער זאָגט „כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול כו'".
ב. לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דער שינוי איז (ניט קיין שינוי בתוכן,140נאָר) בלויז בסדר הדברים, בהתאם צום חילוק פון ספר הרמב"ם און שו"ע אדה"ז:
דער רמב"םיא האָט געשריבן ספרו „הלכות הלכות"יב — בלי טעמי ההלכותיג, משא"כ דער אַלטער רבי האָט געשריבן שולחנו „הלכות בטעמיהן"יד דוקא.
און דעריבער: דער אַלטער רבי שטעלט אויס די הלכות אין אַן אופן וואָס גיט אַרויס דעם טעם און הגדרה פון די הלכות, און דערפאַר ברענגט ער די אַלע דינים אין דעם זעלבן סעיף, נאָך דער הקדמה כללית ולכולן: „וכדרך שבעה"ב מוזהר כו' כך העני מוזהר שלא יבטל מלאכת בעה"ב" — וואָס דאָס איז דער גדר פון די אַלע דינים.
און אין דעם גופא, שטעלט ער פריער די* אזהרה וחיוב „לדקדק על עצמו בזמן . . וכן חייב לעבוד בכל כחו", און דערנאָך, דעם איסור המסובב מזה, וואָס קומט דערפון אַרויס אויך בנוגע דעם זמן המלאכה — „אין הפועל רשאי לעשות מלאכה בלילה וכו'".
משא"כ דער רמב"ם איז נוגע בעיקר אַרויסגעבן דעם פסק הלכה, און דערפאַר שטעלט ער אויס די הלכות לויט'ן סדר הזמן: פריער דער איסור וואָס קומט קודם זמן המלאכה בפועל („אין הפועל רשאי כו'"), און ערשט דערנאָך די אזהרות וועלכע קומען בזמן המלאכה גופא — „חייב לדקדק על עצמו בזמן . . וכן חייב לעבוד בכל כחו".
[ונוסף לזה: די דינים „אין הפועל רשאי כו'" זיינען אַ המשך צו די עניני „מרמה" (לכאורה) וועלכע אַ פועל מעג יע טאָן וואָס דער רמב"ם זאָגט פאַר דעםטו — „ורשאין פועליןטז לטבוליז פתן בציר כו'", און אויף דעם איז דער רמב"ם מוסיף וממשיך: „אבל אין הפועל רשאי כו'"יח].
אָבער דאָס איז ניט קיין ביאור מספיק בנדו"דיט. וואָרום פון דעם וואָס דער141רמב"ם הויבט אָן די לעצטע הלכה מיט אַ הקדמה: „כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול שכר עני כו' כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה"ב" — אע"פ וואָס דער רמב"ם האָט שוין קלאָר געזאָגט אין דער פריערדיקער הלכה אַז עס טאָר ניט זיין „גזל מלאכתו של בעה"ב" — איז מוכח, אַז דאָס איז ניט נאָר אַ הוספה מצד שינוי אין דעם זמן ומעשה האיסור, נאָר ס'איז אַ באַזונדער גדר.
דאָס הייסט: לויטן אַלטן רבי'ן, אַז די דינים „אין הפועל רשאי כו'" קומען תיכף בהמשך ישר צום חיוב „לעבוד בכל כחו" (אַז „לפיכך אין הפועל רשאי כו'"), קומט אויס, אַז דאָס איז אַ מסובב פון דעם חיוב לעבוד בכל כחו; משא"כ לויטן רמב"ם, וואָס ער זאָגט די דינים אין אַ פריערדיקער הלכה, איז דאָס אַ באַזונדער דין ואיסור בפ"ע.
אָט דער ענין ווי ער שטייט אין שו"ע אדה"ז — אַז די פרטי דינים „אין הפועל רשאי כו'" זיינען פאַרבונדן מיט דעם חיוב „לעבוד בכל כחו" (וואָס מען לערנט אָפּ פון יעקב'ן) — איז מפורש אין סמ"ג"כ;
אָבער צ"ע וביאור: וואָס איז די הסברה אין די צוויי שיטות, צי די דינים הנ"ל זיינען אַ תוצאה פון דעם חיוב „לעבוד בכל כחו", אָדער אַ דין בפ"ע?
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין דעם לימוד הנ"ל (ברמב"ם) פון יעקב'ן: וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן. לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרוץ האיש מאד מאד.
דלכאורה איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק:
א) דער רמב"ם איז דאָך (כנ"ל) אַ ספר פון „הלכות הלכות". וואָס איז נוגע להלכה דער סיום „לפיכך נטל שכר זאת אף בעוה"ז כו'"?
ודוחק לומר אַז דער רמב"ם שרייבט דאָס נאָר כדי לסיים (הלכות שכירות) בדבר טוב — ווייל [נוסף ע"ז וואָס דער רמב"ם איז ניט אַלע פ"ג הלכותכא שבספר היד מסיים בדבר טוב, איז עוד ועיקר]: דער לשון ווערט אַראָפּגעבראַכט אויך אין טור ושולחן ערוך לא בסיום הלכות אלו. נאָכמער: אין שו"ע אדה"ז קומט עס אינמיטן אַ סעיף!
ב) נאָכמער: דערמיט איז דער רמב"םכב זיך, לכאורה, סותר מיני' ובי': פריער ברענגט ער די ראי' פון יעקב'ן „שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן", אַז עס איז אַ חיוב אויף אַ פועל לעבוד בכל כחו, אָבער מיט די ווערטער „לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה כו'" איז ער לכאורה מבטל (מחליש עכ"פ) די ראי', וואָרום דאָס ברענגט אַרויס אַז דאָס איז ניט געווען אַ חיוב, נאָר אַ הנהגה (צדקות) מיוחדת באַ יעקב'ן וואָס צוליב דעם איז שכרו מיוחד „נטל שכר זאת אף בעולם הזה".
142ג) וואָס איז דער לשון „שהרי" — און ניט בלשון הרגיל יותר „שנאמר" או „כמו שנאמר" וכיו"ב?
ד) דער שון „הצדיק", וואָס איז ניט קיין לשון הרגיל (אַלס תואר) אין רמב"םכג, ולכל היותר האָט ער געדאַרפט זאָגן בלשון הרגילכד „יעקב אבינו"כה. ובפרט אַז דאָס שוואַכט אָפּ די ראי', וואָרום דאָס ווייזט אַז דאָס איז אַ הנהגה מיוחדת פון „(יעקב) הצדיק".
לכאורה יש לומר, אַז מיט די אַלע לשונות הנ"ל איז דער רמב"ם אויסן צו באַוואָרענען די שאלה: ס'איז דאָך אין למדין מקודם מ"תכו, איז ווי קען מען אָפּלערנען אַ הלכה אין הלכות שכירות פון הנהגת יעקב דלפני מ"ת?
דעריבער זאָגט ניט דער רמב"ם כלשון הרגיל בכלל באַ אַ ראי' „שנאמר" (וכיו"ב), ווייל מען לערנט עס טאַקע ניט אָפּ פון יעקב'ן, ס'איז נאָר כעין אסמכתא (אָדער נאָר אַ גילוי מילתא וכיו"ב) אויף אַרויסצוברענגען דעם גודל הדבר, ווי מען זעט אַז יעקב הצדיק „אמר כי בכל כחי עבדתי . . לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה".
דאָס איז אָבער אַ דוחק גדול, וואָרום מען געפינט בכמה מקומות, אויך אין רמב"ם (אין די הלכות לפנ"ז), אַז מ'לערנט אָפּ הלכות אויך פון קודם מ"ת (און ווי מ'זעט עס בשייכות לפרשתנו גופא, אַז דער רמב"םכז לערנט אָפּ די הלכה אַז „אפילו בחולו של מועד אין נושאין נשים . . לפי שאין מערבין שמחה בשמחה שנאמרכח מלא שבוע זאת ונתנה לך גם את זאת"); און ס'איז ניט קיין סתירה צום כלל פון אין למידין מקודם מ"ת, ווי די פאַרשידענע תירוצים והגדרות וואָס שטייען דערביי אין מפרשיםכט. ופשיטא בנדו"ד, וואו דאָס איז ניט קיין דין פרטי, נאָר אַ הנהגה כללית, דער דרך אין עבודת הפועלים ע"פ התדברות והסכם הדדי דבני אדם, וואָס דאָס קען מען דאָך אַוודאי אָפּלערנעןל פון קודם מ"תלא.
143נאָכמער: מען געפינט בעניננו גופא, עבודת יעקב ללבן, אַז מען לערנט אָפּ פון יעקב'ן, ווי די גמרא זאָגטלב „עד מתי שומר שכר חייב לשמור עד כדי הייתילג ביום אכלני חורב וקרח בלילה"לד.
ד. וי"ל די הסברה בזה:
מיט דער ראי' „שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר כו'", ברענגט דער רמב"ם אַרויס דעם גדר החיוב „לעבוד בכל כחו". פריער זאָגט דער רמב"ם „כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול שכר עני כו' כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה"ב ויבטל מעט בכאן ומעט בכאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן כו'", און דערנאָך איז ער ממשיך ומוסיף: וכן חייב לעבוד בכל כחו.
וואָלט מען לכאורה געקענט לערנען: דער חיוב לדקדק על עצמו בזמן איז פאַרבונדן מיט „שלא יגזול מלאכת בעה"ב", אָבער דער חיוב „לעבוד בכל כחו" איז ניט פאַרבונדן (אויף אַזויפיל) מיט מלאכת בעה"ב (ביז מ'זאָל זאָגן אַז בשעת ער טוט עס ניט איז ער ניט מקיים דעם „שלא יגזול מלאכת בעה"ב"), נאָר ס'איז בלויז פאַרבונדן מיטן גברא מצ"ע, פון פועל העובד, מיט זיין נאמנות, אַז ער דאַרף זיין איבערגעגעבן צו אַן אַרבעט ביז „לעבוד בכל כחו". ד.ה. דאָס איז ניט (אַזוי) מצד דעם גדר פון „בין אדם לחבירו", צווישן דעם פועל מיטן בעה"ב, נאָר דאָס איז מעין גדר פון בין אדם למקום.
אויף דעם ברענגט דער רמב"ם די ראי' „שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרץ האיש מאד מאד": די ראי' איז ניט (נאָר) פון התחלת דבריו וואָס יעקב „אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן"
(ואדרבה, אין דעם וואָלט מען געקענט זאָגן אַז יעקב האָט דערמיט מדגיש געוועןלה אַז ער האָט זיך געפירט לפנים משורת הדין, עבודה אין וועלכער ער איז ניט געווען מחוייבלו, און דאַן איז דאָך דאָס אַ ראי' לסתור — אַז ס'איז ניטאָ אַ חיוב אויף יעדן פועל לעבוד בכל כחו)
נאָר די (עיקר) ראי' איז פון דעם המשך הלשון „לפיכך נטל שכר זאת כו' (ובאופן פון) ויפרוץ גו'":
דער אויפטו אין דעם איז (ניט אַזוי אַז יעקב האָט באַקומען אַ שכר פון דעם אויבערשטן פאַר מקיים זיין אַ ציווי ה' (און ביי אַנדערע מצות קען דאָס זיין אַ שכר (נאָר) בעוה"ב, אָבער דאָ האָט ער באַקומען שכר מצוה אויך בעוה"ז) — נאָר)לז אַז ער האָט באַקומען „שכר זאת", דעם שכר אויף זיין מלאכה;
ד.ה. דער „נקבה שכרך" (וואָס לבן האָט אָפּגערעדט מיט יעקב'ן) האָט144לפועל געבראַכט דערצו אַז (כאָטש לבן האָט אים געוואָלט אָפּנאַרן וכו', פונדעסטוועגן — וויבאַלד אַז „בכל כחי גו'", איז) „ויפרוץ האיש מאד מאד" אַ שכר בהתאם מיט זיין אַרבעט וואָס איז געווען אין אַן אופן פון „בכל כחי עבדתי".
דערפון פאַרשטייט מען, אַז דער „לעבוד בכל כחו" איז פאַרבונדן ניט נאָר מיטן גברא, מיטן פועל כשהוא לעצמו, נאָר מיט מלאכתו לבעה"ב. וואָס דערפאַר האָט יעקב באַקומען אויך פאַר דעם זיין שכר בעוה"ז.
ה. ועפ"ז יומתקו די צוויי דיוקים הנ"ל אין לשון הרמב"ם:
א) ער זאָגט ניט „שנאמר", נאָר „שהרי" — ווייל די ראי' איז ניט (נאָר) פון דעם פסוק „כי בכל כחי עבדתי את אביכן", נאָר (אויך ו)בעיקר — פון דעם גאַנצן ווייטערדיקן המשך: „לפיכך נטל שכר זאת כו'".
פון רמב"ם אין ריש הל' דיעות איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער תואר „צדיק" (מיט וועלכן דער רמב"ם באַנוצט זיך בספרו היד) מיינט ניט אַזאַ וואָס טוט אַ הידור מצוה וכיו"ב, נאָר דער וואָס פירט זיך כפי הדין והחיוב. ווי ער ברענגט דאָרטןלח די פסוקים בנוגע מדות והנהגותי' אַז דער וואָס גייט אין „דרך הישרה היא מדה בינונית" ווערט ער (בל' הפסוקלט) אָנגערופן „צדיק"מ (און דער וואָס איז „מדקדק על עצמו ביותר" און טוט „לפנים משורת הדין" ווערט אָנגערופן „חסיד"מא).
און דאָס זאָגט דער רמב"ם — אַז די הנהגה פון יעקב'ן לעבוד בכל כחו איז ניט געווען אַן ענין פון מדת חסידות כו' (אַ הנהגה מיוחדת*41 אַלס איינער פון די ג' אבות — יעקב אבינו), נאָר דאָס איז דער אופן החיוב פון אַ פועל; יעדער פועל לגבי מלאכת בעה"ב.
איין אופן איז: אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט גוף המלאכה, אָבער דאָס איז אַן ענין נוסף אויף דער עצם מלאכה לבעה"ב; ס'איז אַ באַזונדער חיוב פון פועל צום בעה"ב.
וואָס דאָס איז די שיטת הרמב"ם, וואָס ער טיילט פאַנאַנדער די הלכות בשייכות צו גזל מלאכתו של בעה"ב אין צוויי באַזונדערע הלכות: אין דער ערשטער145הלכה זאָגט ער די דינים פון „אין הפועל רשאי לעשות מלאכתו בלילה כו' מפני גזל מלאכתו של בעה"ב שהרי תשש כחו כו' ולא יעשה מלאכה בכח"; און אין דער הלכה שלאח"ז הויבט ער אָן: „כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול שכר עני כו' כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה"ב ויבטל מעט בכאן כו', אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן כו' וכן חייב לעבוד בכל כחו כו'",
ווייל לויט שיטת הרמב"ם זיינען דאָס צוויי באַזונדערע גדרים: איין חיוב אַז דער פועל דאַרף טאָן מלאכה בכח, און אַ באַזונדער חיוב — „לדקדק על עצמו בזמן כו' וכן חייב לעבוד בכל כחו". והחילוק ביניהם יש לומר:
דאָס וואָס ער דאַרף טאָן מלאכה בכח, איז אַן ענין אין עצם המלאכה — בשעת עס פעלט מלאכה בכח פעלט אין דער חלות שם מלאכה. משא"כ דער חיוב „לעבוד בכל כחו" איז ניט ווייל אָן דעם איז ניטאָ דער גדר פון מלאכה, נאָר דאָס איז פאַרבונדן מיט דער התחייבות פרטית פון דעם פועל (צו דעם בעה"ב פרטי).
בסגנון אחר קצת: „מלאכה בכח" (סתם) איז פאַרבונדן מיט דער חפצא פון מלאכה, און דער חיוב „לעבוד בכל כחו" איז בשייכות להגברא, צווישן דעם פועל און דעם בעה"ב, וואָס אַ פועל איז גופו קנוימב לבעה"במג.
146און דערפאַר ברענגט דער אַלטער רבי די דינים פון „אין הפועל רשאי כו'" אַלס אַ המשך צו דער הקדמה „וכדרך שבעה"ב מוזהר כו' כך העני מוזהר שלא יבטל מלאכת בעה"ב כו' חייב לדקדק על עצמו בזמן כו' וכן חייב לעבוד בכל כחו כו' (לפיכך אין הפועל רשאי כו')".
ז. ע"פ הנ"ל יש לבאר ג"כ כמה שינויים (קלים) אין לשון אדה"ז לגבי לשון הרמב"ם — וואָס אע"פ אַז לכאורה זיינען זיי שינוים קלים, איז אָבער ע"פ הידוע גודל הדיוק פון לשונו הזהב פון אַלטן רבי'ן, ובפרט אַז ער איז דערביי משנה פון לשון הרמב"ם, איז יש לומר אַז דאָס איז אויך אַ שינוי בתוכן:
א) אין דעם סוף פון דער ערשטער הלכה, וואו דער רמב"ם איז מבאר דעם טעם פון די דינים „אין הפועל רשאי לעשות מלאכתו בלילה כו' מרעיב ומסגף עצמו כו'" — זאָגט ער: „מפני גזל מלאכתו של בעה"במה, שהרי תשש כחו ותחלש דעתו ולא יעשה מלאכה בכח"; דער אַלטער רבי אָבער, איז דערביי משנה: (א) ער איז משמיט די ווערטער „מפני גזל מלאכתו של בעה"ב"מו. (ב) אַנשטאָט „ולא יעשה" זאָגט ער „ולא יוכל לעשות". (ג) אַנשטאָט „מלאכה" איז דער אַלטער רבי מוסיף „מלאכת בעל הבית"מז.
וע"פ הנ"ל יש לומר: לויטן רמב"ם איז דער חסרון דאָ וואָס „ולא יעשה מלאכה בכח" — עס פעלט אין עצם (שם) מלאכה. און דעריבער גלייך ווי דער אדם שטעלט זיך אין אַ מצב וואָס „ולא יעשה מלאכה בכח" איז דאָס אין גדר פון „גזל מלאכתו של בעה"ב" (ווייל ער איז ניט ראוי צו זיין אַ פועל — זיין מלאכה איז ניט קיין מלאכה).
משא"כ לויטן אַלטן רבי'ן איז דער חסרון — „ולא יוכל לעשות מלאכת בעל הבית בכח", אַלס זיין התחייבות (וקנין) צום בעה"ב. קומט אויס, אַז דער איסור „לעשות מלאכה בלילה כו'" (וכיו"ב) איז ניט בגדר גזילת מלאכתו של בעה"ב, דאָס איז נאָר אַ גרם — „ולא יוכל לעשות מלאכת בעל הבית בכח"מח (אַז דערנאָך, ווען ער וועט טאָן „מלאכת בעל הבית" וועט דאָס ניט קענען געטאָן ווערן כדבעי).
ב) אין דער ראי' פון יעקב'ן איז דער לשון הרמב"ם: „לפיכך נטל שכר זאת",147דער אַלטער רבי אָבער זאָגט: „לפיכך נטל שכרו"מט
— ווייל לויטן רמב"ם, איז דער שכר פאַר עובד זיין בכל כחו אַן ענין נוסף אויפן שכר אויף דער עצם מלאכה להבעה"ב. דער שכר איז טאַקע פאַרבונדן מיט גוף המלאכה (וכנ"ל סוף סעיף ד), אָבער בכ"ז איז דאָס אַן ענין נוסף אויף עצם המלאכה. און דערפאַר איז דער רמב"ם מדייק „לפיכך נטל שכר זאת" — דער ספּעציעלער שכר אויף עבודה בכל כחו.
משא"כ דער אַלטער רבי איז מדגיש „לפיכך נטל שכרו" — ווייל לשיטתו איז דאָס ניט קיין צוויי באַזונדערע זאַכן, עבודה סתם און עבודה בכל כחו, נאָר עבודה בכל כחו איז איין גדר מיטן גוף המלאכה וואָס ער טוט לבעה"ב, און דעריבער ווערט דער שכר אויף עבודה בכל כחו נכלל אין שכר עבודתו — „נטל שכרו" (סתם).
ח. די הוראה פון דעם אין עבודת האדם — וואָס אידן זיינען דאָך פועלים, וואָס דאַרפן טאָן מלאכה פאַרן בעה"ב, זה הקב"הנ:
דער טעם פאַרוואָס דעם חיוב לעבוד בכל כחו לערנט מען אָפּ פון עבודת יעקב בבית לבן הארמי אין חרן, איז דערפאַר ווייל די מלאכה וואָס אַ איד דאַרף טאָן פאַרן אויבערשטן (בכל כחו) איז בדומה צו עבודת יעקב בבית לבן.
כידוענא, איז די עבודה פון יעקב בבית לבן איז געווען ניט אין די ד' אמות של בית המדרש של שם ועבר, אָדער אפילו ווי ער איז געווען אין א"י בבית אביו יצחק, וואָס דעמאָלט איז געווען זיין עבודה אַלץ אין עולם הקדושה — נאָר זיין עבודה דאָרט איז געווען בחרן — חרון אף של מקום (בעולם)נב, אויף מאַכן די וועלט אַ דירה לו ית'.
און עד"ז באַשטייט די עבודה פון יעדן אידן אַלס אַ פועל של הקב"ה:
דאָס וואָס אַ נשמה דינט דעם אויבערשטן ווען זי איז נאָך אין עולמות עליונים, איידער זי קומט אַראָפּ למטה אין עוה"ז און טוט זיך אָן אין אַ גוף, נאָר ווען עמדתי לפניונג — איז עס אָן עבודה נעלית ביותר, סיי אין שכל (פאַרשטאַנד אין טלעכקייט) און סיי אין מדות (איר אהבת ה' ויראת ה') — אָבער דאָס איז אַלץ איר עבודה;
148דוקא ווען די נשמה קומט אַראָפּ אין עוה"ז הגשמי, און דאָרט גופא, בלייבט ניט דער אדם פאַרשלאָסן תמיד נאָר אין די ד' אמות של תורה ותפלה, נאָר ער איז זיך עוסק אין עבודת הבירורים אויף צו מאַכן פון די תחתונים „שאין תחתון למטה ממנו"נד אַ דירה לו ית' — דאָ איז ער אַ פועל של הקב"ה, דאָס איז מלאכתו של בעה"בנה.
ט. און אויף דעם איז דער לימוד פון יעקב'ן, אַז אָט די מלאכה דאַרף געטאָן ווערן „בכל כחו":
ניט נאָר וואָס „חייב לדקדק על עצמו בזמן"
— ווייל טאָמער „יבטל מעט (ב)כאן ומעט (ב)כאן": מען מאַכט אַ חשבון אַז עס מאַכט ניט אויס צו אָפּלייגן די מלאכת בעה"ב מעט און דערווייל אַריינכאַפּן ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט זיין שלימות (ימלא כריסו כו' אויף האָבן מער פאַרשטאַנד אין תורה וכיו"ב) — וועט דאָס גורם זיין, אַז „ומוציא כל היום — דעם גאַנצן „היום לעשותם" — במרמה";
נאָר נאָכמער — „חייב לעבוד בכל כחו"נו, מיט אַלע כחות הנפש*56:
אַ איד קען טראַכטן, בשעת מ'איז נאָך אין די ד' אמות של תורה ותפלה דעמאָלט איז זיין עבודה פאַרבונדן מיט זיין כח השכל, לערנען תורה מיט הבנה והשגה, און מיט זיינע מדות, איזוהי עבודה שבלב זו תפלהנז, עבודת התפלה מתוך אהבה ויראה;
בשעת מ'גייט אָבער אַרויס אין חוצה, און די אַרבעט איז צו מאַכן די וועלט אַ דירה לו ית', דאָרט פאָדערט זיך בעיקר טאָן מיטן כח העשי' שלו און די עבודה איז פאַרבונדן נאָר מיט קבלת עול שבנפש
— אויף דעם איז די הוראה אַז אין דער עבודה אויף מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים, איז חייב לעבוד בכל כחו, ניט נאָר מיט די כחות תחתונים שלו, נאָר אויך מיט די כחות פנימיים שלו, זיין כח השכל, מדות, ביז אויך מיט די כחות מקיפים, רצון ותענוג שלו.
קען מען אָבער מיינען אַז דאָס איז אַן ענין פון הידור מצוה, וואָרום צו דער עשיית הדירה איז נוגע בעיקר נאָר זיין כח המעשה — אויף דעם האָט מען די הוראה, אַז אָס איז אַ חיוב גמור, וואָס אָן דעם הייסט עס גזל (ביטול) מלאכתו של בעה"ב.
דער „שם מלאכה" — פון עשיית דירה לו ית' בתחתונים — קען אפשר זיין אפילו ווען מען טוט בלויז מיטן כח העשי', אָבער אַלס מלאכת בעה"ב*57 מוז די עבודה זיין בכל כחו. באַ אַ אידן דאַרף זיין נרגש בכל כולו אַז כל ענינו149איז צו דורכפירן די שליחות פון דעם אויבערשטן לעשות לו ית' דירה בתחתונים, און ער אַלס פועל איז גופו קנוי צום בעה"ב, זה הקב"ה, ובמילא טוט ער מלאכת בעה"ב בכל כחו.
און דורך דעם וואָס אַ איד פירט דורך זיין מלאכה בכל כחות נפשו, איז ער „נוטל שכרו אף בעולם הזה", ביז אין אַן אופן פון „ויפרוץ האיש מאד מאד", ב' פעמים מאד, בלי גבול האמיתינח — דוקא דורך דער עבודה אין עולם הזה, נעמט מען דעם מאד האמיתינט.
(משיחות ש"פ ויצא תשי"ט)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site