Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
150ויצא ב
א.בסוף פרשתנוא אויפן פסוק „ויפגעו בו מלאכי אלקים" זאָגן רז"לב און רש"י ברענגט דאָס בפירושו על התורהג (אַז דאָס זיינען געווען) „מלאכים של ארץ ישראל באו לקראתו ללותו לארץ". פון פשטות הלשון איז מובן, אַז דער אָרט וואו די מלאכי א"י „באו לקראתו" איז געווען בחו"לד, נאָך איידער ער איז אָנגעקומען אין א"י.
דאַרף מען פאַרשטיין: אין תחלת הפרשה, אויפן פסוקה „עולים ויורדים בו", שטייט אין מדרשו „מלאכים שהם מלוין את האדם בארץ ישראל אין מלוין אותו בחוצה לארץ", און ווי רש"י זאָגט דאָסה נאָך מער מפורש: „מלאכים שליווהו בארץ אין יוצאים חוצה לארץ ועלו ברקיע וירדו מלאכי חו"ל ללותו"ז — איז ווי קומט עס אַז דאָ, ביים צוריקגייען פון חרן קיין א"י, זיינען די מלאכים של א"י יע אַרויס קיין חו"ל?
דער גור ארי'ח איז מסביר, אַז וויבאַלד ער איז געגאַנגען קיין ארץ ישראל, זיינען די מלאכי א"י אַרויסגעגאַנגען „לקראתו לשמור אותו" — עס זאָל ניט זיין קיין מניעה אויף זיין אָנקומען אין ארץ ישראלט — וואָס די שמירה איז „מוטל על מלאכי א"י" (משא"כ די151שמירה פון די מלאכי חו"ל — וועלכע האָבן אים באַגלייט ביז א"י — איז נאָר געווען „שלא יגיע לו נזק אחר").
דער תירוץ איז אָבער לכאורה ניט גלאַטיק: וויבאַלד דאָס רעדט זיך וועגן דעם זעלבן דרך, די הליכה בחו"ל אויפן וועג גייענדיק קיין א"יי — פאַרוואָס דאַרף מען האָבן צוויי עניני שמירה? די מלאכי חו"ל וואָס היטן אים בדרך, היטן דאָך אים בדרך ממילא פון יעדער מניעה ביז א"י,
פון דעם איז מסתבר לומר, אַז די מלאכי ארץ ישראל „באו לקראתו" נאָר „ללותו" — ניט צוליב עניני שמירה, נאָר אַ לוי' לשם כבודיא בלבד.
איז צריך ביאור: ווי קומט עס אַז צוליב כבוד יעקב (ניט צוליב הכרח שמירתו) זאָל מען אַרויסשיקן מלאכי א"י קיין חו"ל, היפך דעם כלל אַז „אין יוצאים חוצה לארץ"יב?
און וויבאַלד אַז די שאלה איז מצד לשון רש"י עצמו, און מען געפינט ניט אַז רש"י זאָל דאָס מבאר זיין, מוז מען זאָגן, אַז פון פשטות לשונו של רש"י גופא איז מובן ומבואר דער ענין, ביז — אַז דאָס איז מלכתחילה קיין שאלה ניט וועלכע מ'דאַרף פאַרענטפערן.
ב. וי"ל דעם ביאור בזה בפשטות:
בתחלת הפרשה רעדט זיך ווי יעקב איז אַרויס פון א"י קיין חו"ל, איז מובן פאַרוואָס די מלאכי א"י האָבן אים ניט געקענט מלוה זיין ווייטער, היות אַז מלאכי א"י „אין יוצאים חוצה לארץ"; משא"כ בסוף הפרשה, וואו עס רעדט זיך להיפך, ווי יעקב האָט זיך אומגעקערט קיין ארץ ישראל, האָבן זיי געקענט (ואולי — געמוזט) קומען קיין חו"ל, ווייל דאָס איז בכדי „ללותו לארץ"יג. וי"ל אַז עס איז איבערהויפּט ניט אין גדר פון יציאה לחוץ לארץ.
ויומתק — אויב מ'וועט לערנען אַז דאָס וואָס מלאכי א"י „אין יוצאים חוצה לארץ" איז ע"ד ההלכהיד (און אירע גדרים) אינעם איסור לצאת מארץ ישראל לחו"לטו: דער רמב"ם פסק'נטטז152אַז „אסור לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לעולם אלא ללמוד תורה או לישא אשה או להציל מן העכו"ם ויחזור לארץ" — וואָס לכאורה קען מען פרעגן: מ'געפינט אין גמראיז אַ „מעשה רב" אַז מ'איז אַרויס פון א"י אין חו"ל לקראת אמו, און ווי דער מאירייח זאָגט מפורש אַז „מותר לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לקראת אביו או לקראת אמו וכן לשאר מיני כבוד".
ויש לומריט החילוק ביניהם: דער אַרויסגיין פון א"י „ללמוד תורה או לישא אשה או להציל מן העכו"ם" איז יציאה מן הארץ, נאָר דאָס איז אַ יציאה של היתר;
משא"כ ווען מ'גייט אַרויס לקראת אביו או לקראת אמו לשם כבוד אביו ואמו, זיי צו באַגעגענען קומענדיק קיין ארץ ישראל, איז בכלל אויף דעם ניט חל דער גדר פון יציאה מהארץ.
און די הסברה בפשטות: ביי די אַנדערע ענינים (ללמוד תורה וכו') איז תכלית היציאה צו טאָן מצוות ופעולות אין חו"ל (און עפ"י רוב איז עס ניט אויף אַ באַשטימטן (מוגבל'דיקן) זמןכ), משא"כ די יציאה לחו"ל „לקראת אביו ואמו" וועלכע קומען קיין א"י, איז ניט צוליב חו"ל, נאָר צוליב (און פאַרבונדן) א"י (העלי' לא"י) ובמילא איז עס מלכתחילה ניט בגדר יציאה, כנ"ל.
מ'האָט אַמאָל גערעדטכא באַרוכה, אַז לשיטת רש"י איז בזמן האבות ניט שייך געווען דער איסור יציאה פון א"י לחו"לכב און דערפאַר געפינט מען ניט אַז די אבות זאָלן זיין נזהר אין דעם, ווייל לדעת רש"י איז א"י דעמאָלט נאָך ניט געווען אויסגעטיילט בקדושתה פון שאר הארצותכג, ביז אַז לדעת רש"י איז153דאַן אויך ניט געווען קיין שינוי אין בעלות הארץ,
[און דאָס וואָס רש"יכד איז מבאר דעם אויבערשטנ'ס אָנזאָג צו יצחק'ן „אל תרד מצרימה" אַז דאָס איז ווייל „אתה עולה תמימה ואין חוצה לארץ כדאי לך"כה — איז עס ניט דערפאַר וואָס ס'איז געווען אַ שינוי און אַ קדושה אין חפצא פון דעם ארץ, נאָר וויילכו אברהם האָט אויפגעטאָן אַז אין א"י איז דער אויבערשטער „אלקי השמים ואלוקי הארץ" — „שהרגלתיו בפי הבריות"כז, משא"כ בחו"ל וואו דער אויבערשטער איז דאַן געווען בלויז „אלקי השמים", אָבער אַלס „אלקי הארץ" האָט מען נאָך ניט קיין הכרה אין דעם אויבערשטן, ווי גערעדט בארוכה במקום אחרכח].
עפ"ז דאַרף מען פאַרשטיין מאי טעמא, וואָס בנוגע מלאכים איז א"י שוין אויך דאַן געווען אויסגעטיילט באופן, אַז אין יוצאין חוצה לארץ [וואָרום דער ענין וטעם הנ"ל בנוגע יצחק'ן איז לכאו' רה ניט מתאים ביי די מלאכים].
וי"ל דעם ביאור בזה בפשטות: דאָכ וואָס בזמן האבות האָט א"י נאָך ניט געהאָט אין זיך די קדושה מיוחדת (ועד"ז די בעלות, כנ"ל בדעת רש"י) איז ד' כוונה אין דעם — אַז דער גוף הארץ איז נאָך דעמאָלט ניט נתקדש געוואָרן, ס'איז נאָך ניט געווען די קביעות הקדושה אין דעם חפצא פון ארץכט, און דערפאַר איז ביי די אבות זייענדיק אין א"י למטה ניט געווען דער איסור היציאה לחו"ל.
אָבער בתוכנה וענינה איז א"י אַלעמאָל געווען די „נחלת ה' מיוחדת לשמו"ל, אַן ארץ וואָס „חפצי הבורא היו בה שהרי סולם (דחלום יעקב) שראשו מגיע השמימה הי' קבוע בה"לא, און פּונקט ווי „ביהמ"ק של מעלה מכוון כנגד בית המקדש של מטה"לב, וואָס דאָס איז דאָך תמיד, עד"ז ומעין זה איז עס בשייכות צו גאַנץ א"י — ס'איז נאָר וואָס פריער איז עס ניט געווען בגילוי ובקביעות אין א"י למטה.
ד. דער ביאור אין דעם וואָס „מלאכים של א"י באו לקראתו ללותו לארץ" בפנימיות הענינים:
דער ענין פון „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה"לד איז מרמז אויף'ן גלות פון עם ישראל, און ווי עס שטייט אין מדרשלה גלייך באַ די פסוקים בריש פרשתנו „פתר קריי' בגלות", און ווי154דער מדרש טייטשט אָפּ בפרטיות די אַלע פסוקים בתחלת הסדרה, ובמ"א במדרשלו „הראה לו הקב"ה ארבע מלכיות מושלן ואובדןלז כו'", און ווי דער רמב"םלח זאָגט אין זיין ספר ההלכה: „הסולם שראה יעקב אבינו ומלאכים עולים ויורדים בו והוא הי' משל למלכיות ושעבודן".
און דאָס איז ניט אַ „זייטיקע" זאַך, נאָר — „סימןלט לבנים", דער ענין הגלות באַ בנ"י, נעמט זיך פון „מעשה אבות", פון יציאת יעקב לחו"ל לגלות באַ לבן'עןמ.
וכשם ווי ס'איז געווען ביי יעקב אבינו, אַז יציאתו פון א"י און ביאתו לחרן איז געווען ניט נאָר מצד ההכרח — דערפאַר וואָס ער האָט ניט געקענט זיין אין א"י מוזנדיק אַנטלויפן פון עשו'ן — נאָר צוליבמא וקח לך משם אשה גו' והיית לקהל עמים, הליכתו לחרן און עבודתו בבית לבן איז געווען כדי דורכצופירן די עבודת הבירורים שלו אין חו"ל, ביז אַז דוקא בבית לבן האָט ער אויפגעשטעלט דעם יסוד פון עם ישראל — רובם ככולם של השבטים זיינען דאָרט געבאָרן געוואָרןמב;
עד"ז איז בנוגע דעם גלות פון עם ישראל: די יציאה פון אידן פון א"י איז „מפני חטאינו גלינו מארצנו", אָבער די כוונה אין גלות איז אַז מ'זאָל דורכפירן די עבודת הבירורים בכל מקום שבעולם — וכמחז"ל ברורמג: לא הגלה הקב"ה את ישראל לבין האומות אלא כדי שיתוספו עליהם גרים. ובל' רבותינו נשיאינו — הוראה הידועהמד „מאַך דאָ ארץ ישראל" — אויפטאָן אַז חו"ל זאָל ווערן אין דער בחינה פון א"י, אַן ארץ פון רצתה לעשות רצון קונהמה באופן פון (ישראל) שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכלמו, וואָס דאָס קומט דורך עבודת כל אחד ואחת מישראל לעשות לו ית' דירה בתחתוניםמז, ביז אַז במשך זמן הגלות ווערט אויפגעשטעלט די שלימות פון עם ישראל,
און דאָס זיינען די צוויי סוגי „מלאכים":
די מלאכי א"י וואָס „ליווהו בארץ" קודם אַרויסגיין אין חו"ל, אין גלות, איז ענינם — נתינת כח מלמעלה אויף דער עבודה בזמן הגלות; און דער ענין פון „מלאכים של ארץ ישראל" וואָס „באו לקראתו ללותו לארץ", איז די תוצאה155פון דעם וואָס מ'האָט פון חו"ל געמאַכט א"י: בגמר העבודה פון יעקב'ן בחו"ל, וויבאַלד אַז ער האָט דאָרטן „געמאַכט ארץ ישראל" ע"י עבודתו, דערפאַר קומען דאָרט די מלאכים של ארץ ישראל — המשכת קדושת א"י בחו"למח.
ה. ע"פ הנ"ל — אַז דאָס וואָס „מלאכים של א"י באו לקראתו ללותו לארץ" איז פאַרבונדן מיט סיום וגמר עבודת יעקב בחו"ל — וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם (בפנימיות הענינים) פאַרוואָס די מלאכים זיינען געווען בלויז ללותו (ניט צוליב שמירה וכו') וואָס איז בלויז אַן ענין של כבוד —
ובהקדים אַז דאָס איז מרומז אין פסוק בלשון „ויפגעו בו מלאכי אלקים" — ע"ד ווי דער לשון (בתחלת הסדרה) „ויפגע במקום"מט (און ווי דער זהרנ פאַרבינדט די צוויי פסוקים), וואָס פון דעם לשון „ויפגע במקום" לערנען חז"לנא אָפּ, אַז יעקב האָט דאָרט מתפלל געווען „ולמדנו שתקן תפלת ערבית"נב. ועפ"ז יש לומר, אַז די שייכות צווישן דעם לשון „ויפגעו בו מלאכי אלקים" צו שילוח מלאכים לשם לווי' וכבוד, איז ע"ד די שייכות צווישן דעם לשון „ויפגע" מיט תפלת ערבית דוקא, כדלקמן.
אויך: „ויפגע" באַדייט אַז דער באַגעגענען זיך איז כאילו שלא בכוונהנג. ס'איז אָבער דאָ אַ חילוק אין דעם „ויפגע" צווישן די צוויי פסוקים הנ"ל: „ויפגע במקום" מיינט אַז דאָס איז געווען כאילו שלא במתכוון מצד יעקב'ן, און ווי רז"ל זיינען מדייק פון לשון „ויפגע" — „ללמדך שקפצה לו הארץ"נד; אָבער לשון „ויפגעו בונה מלאכי אלקים" איז משמע אַז די באַגעגעניש איז געווען כאילו שלא במתכוון ניט נאָר מצד יעקב'ן, נאָר אויך מצד די מלאכי א"י.
ויש לומר, אַז בהתאם צו דעם חילוק הנ"ל אין דעם „ויפגע", איז אויך דער חילוק אין דעם תפקיד פון די צוויי סוגי מלאכים: די מלאכים וועגן וועלכע עס רעדט זיך בתחילת הסדרה זיינען געווען לשם שמירה, און די שבסוף הסדרה — לשם כבוד.
ו. דער ביאור בזה:
ס'איז ידוענו דער ביאור (בפנימיות הענינים) אין דעם וואָס „תפלת ערבית156רשות"נז — ניט חובה, ווי תפלת שחרית ומנחה — אַז דאָס איז דערפאַר וואָס תפלת ערבית איז פאַרבונדן מיט אַזאַ הויכער מדריגה, וואָס קען ניט דערגרייכט ווערן דורך עבודת האדם, ס'איז אַן אתערותא דלעילא שאין אתערותא דלתתא מגעת שם, און עס ווערט נמשך ווי בדרך ממילא.
און דערפאַר לערנט מען אָפּ תפלת ערבית פון וואָרט „ויפגע"נח (ניט ווי „אשר עמד שם"נט וואָס שטייט ביי תפלת. שחרית פון אברהם, אָדער דער לשון „לשוח בשדה"ס וואָס שטייט ביי תפלת מנחה של יצחקסא): וויבאַלד אַז דאָס איז אַזאַ מדריגה וואָס ווערט ניט נמשך ע"י עבודה, נאָר כאילו מאליו וממילא, קומט אויס, אַז דער יחס ההמשכה צו עבודת האדם איז כאילו ווי לא בכוונה. און דאָס איז אויך עולה בקנה אחד מיטן פירוש אַז „קפצה לו הארץ" — אַן ענין וואָס קומט ניט ע"פ סדר און דורך עבודת האדם, נאָר אַ פעולה מלמעלה, באתערותא דלעילא מצ"ע.
אין דער מדריגה פון אתעדל"ע גופא, וואָס אין אתעדל"ת מגעת שם, זיינען דאָ צוויי מדריגותסב: די אתעדל"ע וועלכע ווערט נמשך אין אַן אופן וע"ד פון חפץ חסד הוא, וואָס קומט מלמעלה אויף צו מעורר זיין אַן אתעדל"ת; און — די אתעדל"ע וואָס ווערט נמשך נאָך שלימות עבודת התחתונים און לאחרי ווי עס ווערן נמשך אַלע מדריגות פון אתעדל"ע וועלכע קומען און זיינען לפי ערך אתעדל"ת. דעמאָלט ווערט נתגלה די אתעדל"ע וואָס איז למעלה מעלה מערך האתעדל"ת — „גילוי פנימיות ממש מבחי' שאין האתעדל"ת מגיע שם", העכער אפילו פון דער ערשטער אתעדל"ע (וועלכע איז מבחי' חיצוניות לבדסג).
ז. עפ"ז זיינען מוסבר היטב די צוויי ענינים וואָס מען געפינט בנוגע תפלת ערבית*63: אין חסידותסד איז מבואר — לויטן זהרסה אַז דאָס וואָס תפלת ערבית איז „רשות" (דהיינו, כנ"ל, אַ זאַך וועלכע איז העכער פון אתעדל"ת) איז ווייל די תפלה קומט נאָך דער עבודה פון תפלות חובה פון שחרית ומנחה [און ווי דאָס איז אויך ע"פ נגלה, אַז תפלת ערבית איז „כנגד אברים ופדרים"סו (פון די קרבנות שבמשך היוםסז), „שאםסח לא157נתעכלו מבעוד יום הם קרבים והולכים כל הלילה"]. ד.ה. אַז נאָך דער עבודת האדם אין די צוויי תפלות (שכנגד תמידין תקנוםסט), קומט אַלס סיום וגמר והשלמה, די המשכה פון תפלת ערבית, די אתעדל"ע וואָס קומט נאָך שלימות עבודת האדם.
איז לכאורה ניט מובן: התחלת עבודת היום איז דאָך פון דער עבודה פון פריערדיקער נאַכט, וואָס לפ"ז קומט אויס אַז תפלת ערבית איז ניט אַ המשך וגמר פון די פריערדיקע צוויי תפלות (שחרית ומנחה פון פריערדיקן טאָג), נאָר די ערשטע תפלה פון דעם מעת לעתע. און ווי די גמראעא ברענגט דעם פסוקעב „ערב ובוקר וצהרים וגו'"עג לגבי דעם חילוק אין זמני התפלהעד, וואָס אין פסוק הויבט זיך דאָך אָן מיט „ערב"עה.
וע"פ הנ"ל יש לבארעו: אין תפלת ערבית זיינען דאָ ביידע ענינים: די מדריגה פון תפלת ערבית בהתחלת היום איז די מדריגה פון אתעדל"ע שלפני האתעדל"ת (הנ"ל), וואָס די אתעדל"ע איז פון אַ מדריגה וואָס איז העכער פון עבודת האדם און ווערט נמשך אין אַן אופן (מצד) חפץ חסד הוא („רשות") — און זי קומט בתחלת היום אַלס אַ נתינת כח אויף דער עבודה פון דעם יום שלאח"ז; און די מדריגה אין תפלת ערבית וואָס קומט לאחרי עבודת היום, איז די אתעדל"ע וואָס קומט לאחרי גמר ושלימות עבודת היום.
ח. ויש לומר, אַז בפרטיות איז דאָס דער חילוק צווישן די צוויי פסוקים בפרשתנו — „ויפגע במקום" וואָס שטייט בתחלת הסדרה און „ויפגעו בו מלאכי אלקים" וואָס שטייט בסיום הסדרה:
בתחילת הסדרה, בעת יעקב איז מתחיל — גייט ערשט אַרויס לעבודתו, ווערט נמשך דער ערשטער אופן פון אתעדל"ע, וואָס קומט אַלס הקדמה ונתינת כח אויף עבודת האדם, און דערפאַר איז „ויפגע (במקום)" נאָר בשייכות צו יעקב'ן — אַז ביי אים איז דאָס כאילו שלא בכוונה (כנ"ל ס"ה) — אַן אתעדל"ע וואָס קומט מאליו, ניט דורך אתעדל"ת;
לאחרי גמר העבודה בבית לבן, ועד"ז ביי כל אחד ואחד מישראל בגמר העבודה בזמן הגלות לאחרי ווי עס ווערן נמשך אַלע המשכות וואָס זיינען בערך עבודת האדם, ווערט נמשך די מדריגה פון אתעדל"ע מבחי' א"ס אין אַן אופן פון מתנה — און דאָס איז די מדריגה פון „ויפגעו בו מלאכי אלקים": דער „ויפגע" בלי כוונה איז ניט נאָר מצד יעקב'ן (מצד ולפי ערך עבודת האדם), נאָר אויך מצד למעלה כביכול,158ווייל די אַלע המשכות פון א"ס קומען כאילו מאליועז.
און דערפאַר קומט עס באופן אַז „מלאכים של א"י באו לקראתו ללותן לארץ": די פריערדיקע מלאכים זיינען געווען צוליב שמירה — וואָס ווייזט אויף אַן עזר וסיוע צום אדם בעבודתו (און — אַז מ'דאַרף האָבן שמירה); אָבער די מלאכים זיינען בלויז ללותו, אַן ענין של כבוד לבד כנ"ל. וואָרום די אתעדל"ע קומט לאחרי ווי ס'איז דאָ אַן „אתר שלים" (אין צורך לשמירה — ויתרה מזה), עס פעלט גאָרניט אין דעם אדם (כולל אויך — אין דער המשכה מלמעלה וואָס איז פאַרבונדן מיט זיין עבודה), און זי ווערט נמשך בבחינת מתנה.
ט. יעדער ענין אין תורה איז אַ הוראה בעבודת האדם. אַזוי איז אויך בענין זה: דאָס וואָס תורה דערציילט אידן אַז נאָך זייענדיק אין חוץ לארץ — אין גלות — איידער מען קומט אין ארץ ישראל, שיקט דער אויבערשטער מלאכי ארץ ישראל לקראתו (לחו"ל — בזמן הגלות) ללותו לארץ, איז דאָס בכדי מגלה זיין ביי אידן דעם גודל המעלה שבעבודתם, ובמילא גיט דאָס אַ תוספת כח און אַן עידוד וחיזוק אין דער עבודה.
אפילו אין דעם זמן וואָס אידן געפינען זיך נאָך אין גלות, זאָגט מען יעדן אידן — אַז ניט נאָר דאַרף ער ניט נתפעל ווערן פאַר גלות און פאַר גוי'שקייט ווייל עס גייען מיט אים מלאכי חו"ל וועלכע היטן אים — און „לאעח ינום ולא יישן שומר ישראל גו' ה' שומרך ה' צלך על יד ימינך"עט, ביז אַז „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מיניקותיך"פ נאָך בזמן הגלותפא, נאָר נאָכמער:
דער אויבערשטער שיקט מלאכי א"י ללותו, אויף מוסיף זיין אין זיין כבודפב. ד.ה. זיין ניט נתפעל ווערן פון גלות און גוי'שקייט איז ניט סתם אין אַ גלות'דיקן אופן, נאָר אין אַ הרחבה און אין אַ גאולה'דיקן אופן, מלאכי א"י, באופן של כבוד.
און די עצם ידיעה גיט אַ הוספת עידוד וחיזוק אין דעם גמר העבודה אין סוף זמן הגלות, מען זאָל ניט רעכענען זיך כלל מיט גוי'שקייט, נאָר גיין לבטח דרכו, אויף גומר זיין די עבודה פון די „פכים קטנים"פג וואָס זיינען נאָך געבליבן לבררן אין דער עבודה שבזמן הגלות,
און דאָס איז ממהר דאָס אַריינגיין פון יעדער אידן און אַלע אידן אין א"י מיט די מלאכים של א"י, אין אַן אופן פון „אחישנה"פד,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ ויצא תשמ"ג)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site