Likkutei Sichos
Vayigash 1
252ויגש
א. אויפן פסוקא „רועה ישראל האזינה נוהג כצאן יוסף" טייטשט רש"יב: כל ישראל נקראים על שם יוסף לפי שהוא פירנסם וכלכלם בימי הרעב (ווי עס שטייט אין אונזער פרשהג: ויכלכל יוסף את אביו ואת אחיו ואת כל בית אביו לחם לפי הטף).
בפשטות לערנט מען: וויבאַלד יוסף האָט די בני ישראל געשפּייזט אין אַ צייט פון הונגער, וואָס דאָס מיינט אַז זייער קיום איז געווען אָפּהענגיק אין יוסף'ן, דערפאַר ווערן זיי אָנגערופן על שמו — על שם זה וואָס ער האָט אויפגעהאַלטן זייער מציאות.
— דערמיט איז רעכט לשון רש"י „פירנסם וכלכלם בימי הרעב" — דלכאורה: דער פסוק „ויכלכל יוסף גו'" רעדט וועגן דעם זמן ווען (יעקב ובניו זיינען שוין געווען אין מצרים און) עס איז שוין בטל געוואָרן דער רעבד (כמחז"לה „מכיון שבא יעקב למצרים באה ברכה . . וכלה הרעב")ו?
וע"פ הנ"ל איז עס מובן — ווייל דוקא „לפי שהוא פירנסם וכלכלם בימי הרעב" [איידער זיי זיינען אַראָפּ אין מצרים (און האָבן געקויפט תבואה ביי יוסף'ן אין מצריםז) און נאָך הסתלקותו של יעקב ווען „חזר הרעב"ח און יוסף האָט צוגעזאָגט אחיו „אנכי אכלכל אתכם ואת טפכם"ט] האָט מען געזען ווי דער קיום פון בית ישראל איז געווען אָפּהענגיק אין יוסף.
ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטייןי:
א) פאַרוואָס זאָלן אידן שטענדיק אָנגערופן ווערן מיטן נאָמען יוסף מצד אַ פעולה פון יוסף, וועלכע איז געווען מיט פיל יאָרן פריער און בלויז במשך פון אַ (גאָר) קורצער צייט?
ב) ועיקר: דער תוכן הכתוב „רועה ישראל האזינה נוהג כצאן יוסף גו' הופיעה" איז אַ בקשה וואָס מ'בעט דעם אויבערשטן — „האזינה . . הופיעה", וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז מיט באַצייכענען אידן אַלס „יוסף" ווערט אויסגעדריקט אַ מעלה פון אידן וועלכע גיט צו אַ זכות אויף מילוי הבקשה פון „האזינה . . הופיעה".
[נאָך מער: פון דעם וואָס די ווערטער „נוהג כצאן יוסף" קומען נאָך דעם ערשטן טייל הבקשה „רועה ישראל האזינה" איז משמע, אַז דער נאָמען „יוסף" איז אַ גרעסערע מעלה ווי דער253שם ישראל (עכ"פ — בנוגע דעם ענין המדובר אין דעם מזמור)יא — וואָרום דער סדר התפלה איז, כמובן, מן הקל אל הכבד: פריער דערמאָנט מען אַ קלענערע מעלה, און דערנאָך (ובפרט — אויב דאָס איז ניט מספיק) איז מען מוסיף אַ גרעסערע מעלה כו'].
איז ניט מובן: מיט וואָס איז דאָס וואָס יוסף „פירנסם וכלכלם בימי הרעב", אַ זכות ומעלה פאַר „כל ישראל", אַז דאָס זאָל פועל זיין (עכ"פ — העלפן אין) דעם „האזינה . . הופיעה"?
ג. וי"ל נקודת הביאור בזהיב:
יעדער ענין גשמי הויבט זיך אָן (ווערט נשתלשל —) פון מקורו — הרוחני. ועד"ז בנדו"ד — דאָס וואָס „פירנסם וכלכלם בימי הרעב" בפשטות, בגשמיות — דאָס וואָס די פרנסה גשמית פון בית ישראל בימי הרעב איז געווען אָפּהענגיק פון יוסף, נעמט זיך דערפון וואָס ער האָט זיי געשפּייזט בימי הרעב ברוחניותיג.
רעב בגשמיות איז פאַרבונדן מיט דעם „רעב" ברוחנייתיד — אַ זמן (און מצב) פון העלם והסתר, ווען עס לייכט ניט קיין טלעכקייט; און די מעלה מיוחדת פון יוסף איז — וואָס ער האָט בכח צו זיין אַ „מכלכל" ברוחניות אויך „בימי הרעב" (כדלקמן בארוכה).
און דאָס איז דער פירוש (הפנימי) אין „הוא פירנסם וכלכלם בימי הרעב": יוסף האָט משפיע געווען צו בית ישראל פון זיינע מעלות ותכונות נעלות (מיט וועלכע מען קען איבערקומען אַ „רעב"), ער האָט עס אין זיי אַריינגעגעבן אין אַן אופן פון „פירנסם וכלכלם", אַז דאָס זאָל ווערן זייער „פרנסה" און „שפּייז" — עס איז אַריין אין זיי בפנימיות און געוואָרן „דם ובשר כבשרם".
ומהאי טעמא ווערן אידן (עד סוף כל הדורות) אָנגערופן בשם יוסף מצד דעם וואָס „פירנסם וכלכלם בימי הרעב", ווייל דורכדעם איז ביי כלל ישראל איינגעוואַרצלט געוואָרן לתמיד די מעלה פון (עבודת) יוסף.
און דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס אידן ווערן אָנגערופן יוסף דוקא אין דעם מזמור, בקשר מיט דער בקשה „רועה ישראל האזינה גו'", ווייל דער תוכן המזמור איז די תפלה אויף די „שלש גליות"טו (וואָס דערפאַר „נאמרטז במזמור זה שלש פעמיםיז השיבנו האר פניך ונושעה"); און דער (עיקר) זכות פון אידן בעת גלותם איז פאַרבונדן מיט יוסף (וואָס „פירנסם וכלכלם בימי הרעב") — נאָך מער ווי די מעלה פון „ישראל" („רועה ישראל האזינה"), וכדלקמן.
יוסף האָט זיך אויסגעטיילט פון די254אַנדערע שבטים דערמיט וואָס ער איז דער איינציקער וואָס איז געווען אין גלות ביי אַן איש (ומלך) זר — „נשבה לבין הגוים"יח; לא מיבעי אין דעם ערשטן זמן (נאָכדעם ווי „הורד מצרימה"יט) אַלס עבד בבית פוטיפר און דערנאָך אַלס אסיר בבית הסהר, נאָר אפילו אין שפּעטערדיקן זמן, בשעת ער איז שוין געוואָרן אַ משנה למלך, וואָס „ובלעדיך לא ירים איש את ידו ואת רגלו בכל ארץ מצרים"כ, איז ער אָבער געווען אונטער דער שליטה והנהגה פון פרעה („הכסא אגדל ממך"כא); אויך זיין שליטה אין גאַנץ ארץ מצרים איז געווען אַלס משנה (למלך,) פון פרעה'ןכב.
און דאָס איז בהתאם מיטן חילוק בפשטות צווישן חיי (ועבודת) יוסף און דעם סדר החיים פון די אַנדערע שבטים (וכמבואר בכמה מקומותכג):
די שבטים זיינען געווען „רועי צאן", אָפּגעזונדערט פון די עניני העולם, וועלכע קענען זיי שטערן אין זייער עבודת השם; און אויך — די מלאכה פון רועה צאן פאָדערט ניט קיין אָנשטרענגונג און טירדא יתירה.
משא"כ יוסף איז געווען פאַרנומען מיט עניני העולם — פריער בבית פוטיפר וואָס „ויפקדהו על ביתו וכל יש לו נתן בידו"כד, ועד"ז דערנאָך בבית הסהר — „ואת כל אשר עושים שם הוא הי' עושה"כה, ועאכו"כ ווען ער (איז געוואָרן משנה למלך און) האָט אָנגעפירט מיט אַלע עניני מצרים („ועל פיך ישק כל עמי"*25), וואָס איז פאַרבונדן מיט די גרעסטע טירדות
— אָבער אעפ"כ האָבן די אַלע טרדות אים כלל ניט מבלבל געווען אין עבודת השם און ער איז גלייכצייטיק געשטאַנען בתכלית הדביקות צו אלקות.
ביי די אַנדערע שבטים, איז זייער דביקות בה' געווען פאַרבונדן מיט זייער מצב פון התבודדות, מיט זייער זיין אָפּגעזונדערט פון עניני העולם — ומובן, אַז אין אַזאַ סדר העבודה איז דער מצב פון גלות (זיין אונטער דער שליטה פון אַ זר) אַ סתירה און שטער צו דביקות בה'.
דוקא מיט דער עבודה פון יוסף, וואָס אויך זייענדיק אין די טרדות פון עניני העולם איז ער פאַרבליבן בתכלית הדביקות בה', קען מען דורכגיין דעם מצב פון גלות.
ה. עס שטייטכו „אלה תולדות יעקב יוסף" — יוסף איז דער המשך („תולדות") פון יעקבכז, וכמאמר חז"לכח „כל מה שאירע לזה אירע לזה".
ועד"ז בענין הנ"ל: די אויסגעטיילטקייט פון יוסף לגבי אחיו, וואָס דוקא ער איז דורכגעגאַנגען דעם מצב פון גלות, איז אַ המשך ו"תולדות" פון יעקב און זיין אויפטו לגבי אברהם ויצחק.
255און ווי מיר זעען, אַז צווישן די ג' אבות איז יעקב דער איינציקער וואָס האָט דורכגעמאַכט אַ סך יאָרן פון גלות ושעבוד — די כ' שנה בבית לבןכט, אַרבעטנדיק פאַר אים אין אַן אופן פון „הייתי ביום אכלני חורב גו' עבדתיך גו'"ל, און ער איז געווען אַזוי משועבד צו לבן'ען, ביז אַז לבן האָט אים געזאָגט „הבנות בנותי גו' וכל אשר אתה רואה לי הוא"לא (וואָס אַזאַ מצב פון גלות ושעבוד געפינט מען ניט ביי אברהם אָדער יצחק) — פונדעסטוועגן האָט אויך די שווערע גלות־תקופה ניט געפועל'ט קיין שטערונג און חלישות ח"ו אין דער עבודה נעלית פון יעקב — „עם לבן הרשע גרתי ותרי"ג מצות שמרתי"לב.
דאָס איז דער אויפטו פון יעקב — מדת האמתלג, אין וועלכער ס'איז ניט שייך קיין שינויים, וואָס דערפאַר בלייבט ער מיטן זעלבן תוקף, אין פאַרשידענע אומשטענדן, בלי שום שינוי, אפילו אין דעם גלות ביי לבן וכו'.
[ועד"ז בנוגע די „תולדות" של האבות: „אברהםלד יצא (ונפרדלה) ממנו ישמעאל . . יצחק יצא (ונפרד) ממנו עשו", משא"כ יעקב איז „מטתו שלימה"לו און ס'איז ניט שייך קיין פסול (אַן ענין פון „יצא ממנו") בזרעו — ווייללז דאָס איז די תכונה ומעלה פון מדת האמת, אַז ס'איז אין איר ניט שייך קיין ענין של שינוי ונטי'].
אעפ"כ איז פאַראַן אַ חילוק עיקרי צווישן יעקב און יוסף, ביז — אַז דער עיקר כח וואָס יעדער איד האָט אויף קענען דורכגיין ענין הגלות, באַקומט ער דוקא פון יוסף, כדלקמן.
ביי יעקב, איז
[נוסף אויף דעם וואָס (א) זיין שעבוד צו לבן איז באַשטאַנען בלויז אין דעם וואָס ער האָט געאַרבעט פאַר לבן, אַלס פועללח, אַ רועה (ער איז אָבער ניט געווען אַן עבד), און (ב) ססוף איז לבן ניט געווען קיין איש זר, נאָר „עצמי ובשרי אתה"לט — איז]
אויך זייענדיק אין גלות ביי לבן איז ער ניט געווען (אַריינגעטאָן) אין עניני העולם. אויך דאָרטן איז ער געווען (ויברח יעקב) (ב)שדה ארםמ, אַ רועה צאןמא, וואָס איז (כנ"ל) אַן עבודה ביי256וועלכער מ'קען בלייבן בהתבודדות פון עניני העולםמב.
און דער טעם לזה — ווייל יעקב איז תכלית הקדושה והאור, אינגאַנצן העכער פון חושך הגלות [בלשון החסידותמג: מדריגת יעקב איז עולם האצילות וואו ס'איז „לא יגורך רע"מד, דאָרטן איז ניטאָ קיין ענין פון חושך און פאַרשטעל אויף עכקייט.
וואָס דאָס איז דער חילוק צווישן יעקב (והאבות) און די שבטיםמה:
דאָס וואָס די שבטים זיינען געווען רועי צאן איז עס געווען אַ תנועה של פרישות פון וועלט כדי די עניני העולם זאָלן זיי ניט שטערן, וואָס דאָס גופא באַווייזט אַז די עניני העולם האָבן אַ תפיסת מקום וואָס דערפאַר מוז מען זיך פון זיי פורש זיין;
די אבות אָבער זיינען געווען מרומם בעצם פון עניני העולם. און וויבאַלד אַז זייער מדריגה בעבודת השם איז אין אַן אופן פון כולו אור וקדושה, אָן קיין שום תפיסת מקום פאַר דעם חושך פון עניני העולם, איז עס במילא געווען אַזוי אויך אין זייער גשמית'דיקן לעבן, אַז זיי זיינען געווען רועי צאן — העכער פון עניני העולםמו.
ועד"ז ביי יעקב'ן: אפילו זייענדיק בגלות בבית לבן איז ניט געווען שייך ביי אים קיין ענין פון חושך העולם, ער איז געבליבן בהבדלה וברוממות פון דעם גלות, און דערפאַר, אויך כפשוטו — אַ רועה צאן.
און אָט דער ענין — אַז אויך ווען יעקב איז יורד אין גלות איז ער בהבדלה, העכער פון גלות — דריקט זיך אויס אין דעם, אַז בשעת עס קומט צו אַ מלחמה צווישן יעקב מיט שרו של עשומז (עס ווערט אַ „התאבקות" צווישן יעקב מיט אַ מנגד), איז — „שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל"מח, יעקב ווערט דער שר ובעה"ב אויפן מנגד, ביז אַז שרו של עשו אַליין מוז מודה זיין „לא יעקב גו' שמך כי אם ישראל כי שרית גו'"מח.
[ועד"ז ווען יעקב האָט יורד געווען למצרים איז (נוסף לזה וואָס ער איז געבליבן אָפּגעזונדערט פון מצריםמט (ע"ד הנ"ל בבית לבן) — אין ארץ גושן מיטב הארץנ — איז) „ויברך יעקב את פרעה" — „שיעלה נילוס לרגליו . . ומשקה את הארץ"נא: יעקב איז דער וואָס איז מברך את פרעה, ביז פרעה זאָל אַנערקענען אַז די פרנסה פון מצרים (וואָס ווערט ע"י הנילוס וואָס עולה ומשקה) איז אָפּהענגיק אין ברכתו של יעקבנב].
ז. און דאָס איז דער אויפטו פון יוסף'ן:
257ביי יוסף איז געווען אַ ירידה אין גלות, באופן אַז ער איז געקומען אונטער דער שליטה פון (פוטיפר, און דערנאָך) פרעה — און אעפ"כ, איז אויך אין אַזאַ מצב איז ער געבליבן בתכלית הדביקות אין אלקות.
ומהאי טעמא, איז דער כח וואָס יעדער איד האָט אויף דורכגיין ענין הגלות — וואָס ביי יעדער אידן איז דער ענין הגלות כפשוטו, תחת שליטת האומות כו' — נעמט זיך (בעיקר) פון יוסף'ן דוקא.
וואָס דעם כח האָט יוסף אַריינגעגעבן אין אידן דורכדעם וואָס „פירנסם וכלכלם בימי הרעב" — וואָס ער האָט משפיע געווען בכל השבטיםנג פון זיין מעלה ומדריגה (כנ"ל סעיף ג), ועי"ז איז עס נמשך געוואָרן לבניהם אחריהם, צו כאו"א מישראלנד עד סוף כל הדורות.
און דאָס איז אויך דער סדר הבקשות אין דעם מזמור „רועה ישראל האזינה נוהג כצאן יוסף":
בשעת אידן זאָגן אַ תפלה אויף ענין הגלות, אַז עס זאָל זיין „השיבנו האר פניך ונושעה" — זאָגט מען פריער די מעלה פון (יעדער אידן אַלס) „ישראל" — „שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל", וואָס דאָס איז די מעלה וואָס יעדער איד האָט בירושה פון יעקב, אַז מ'איז (מצד פנימיות הנפש) אַ שר אויף עניני הגלות, ובמילא מאָנט מען „האזינה";
און דערנאָך זאָגט מען דעם העכערן עילוי — „נוהג כצאן יוסף" — דעם עילוי פון „יוסף" וואָס איז פאַראַן בכל אחד ואחד, וואָס מצד דעם, איז אפילו ווי אידן זיינען אין דעם חושך והעלם והסתר פון גלותנה, איז דאָס ניט מבלבל זייער דביקות בהשם, און זיי זיינען גאַנץ אין זייער אידישקייט כו';
וואָס דורך דעם איז ניט נאָר וואָס מ'איז מבטל דעם גלותנו, נאָר מ'טראָגט אַריין דעם „אל"ף" — אלופו של עולם — אין*) גלות גופאנז, ווערט פון „גולה" — „גאולה"נח, אַז דער גלות גופא ווערט נהפך לגאולה,
ווערט במילא אַ גאולה נצחית שאין אחרי' גלות, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנונט, במהרה בימינו ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-xy7224gf