Likkutei Sichos
Vayeishev-19 Kislev
193וישב — י"ט כסלו
א. ס'איז ידוע וואָס דער של"ה שרייבט בפרשתנוא אַז אַלע מועדי השנה האָבן אַ שייכות בעניניהם צו די פרשיות התורה וואָס ווערן געלייענט אין די זמנים אין וועלכע די מועדים זיינען חל, כולל אויך די מועדים וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן פיל זמן לאחרי שניתנו הפרשיות,
איז פאַרשטאַנדיק בנוגע דעם מועדב פון י"ט כסלו, וואָס איז חל הייאָר (וברוב השניםג) אין דער וואָך פון פרשת וישבד, אַז דער תוכן פון דעם יו"ט איז פאַרבונדן און מרומז אין פרשת וישבה.
בהשקפה ראשונה אָבער איז ניט נאָר געפינט מען ניט אַז דער תוכן הפרשה זאָל האָבן אַ שייכות צום ענין פון י"ט כסלו, נאָר אדרבה, לכאורה איז די פרשה בתוכן הפכי פון י"ט כסלו:
י"ט כסלו איז דער טאָג וואָס חופשה ניתנה לו — צום אַלטן רבי'ן, און דער יום הגאולה פון תורת החסידות, כידוע ומפורסם; דאַקעגן אין דער פרשה רעדט זיך וועגן „תחילת סיבת ירידת ישראל למצרים"ו, אָנהויבנדיק פון דעם וואָס יעקב אבינו האָט געשיקט יוסף'ן „מעמק חברון"ז און די ווייטערדיקע מאורעות, ביז צו יוסף'ס מכירה און הורדה למצריםח וואָס האָט דערפירט צוא „הוריד לאבינו יעקב למצרים כו'" [ — בלשון המדרשט, וואָס ברענגט דעם משל: לפרה שהיו מושכין אותה למקולין ולא היתה נמשכת מה עשו לה משכו את בנה לפני' והיתה מהלכת אחריו על כרחה שלא בטובתה כך הי' יעקב אבינו ראוי לירד למצרים בשלשלאות ובקולרין אמר הקב"ה בני בכורי ואני מורידו בבזיון כו' אלא הריני מושך את בנו לפניו והוא יורד אחריו ע"כ שלא בטובתוי].
ב. ויש לבאר דעם קשר ושייכות ביניהם ע"פ הידוע, אַז גלות מצרים איז194ניט געווען אַלס עונשיא, נאָר פאַרקערט — דער תכלית דערפון איז געווען דער „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"יב כפשוטו, בגשמיות, און אויך ברוחניות, דער גלות מצרים האָט צוגעגרייט די אידן אַז (בהוציאךיג את העם גו') תעבדון את האלקים על ההר הזה — צו קענען מקבל זיין די תורה במתן תורהיד.
אָט דער ענין, אַז גלות איז ניט אַן ענין פאַר זיך נאָר די גאַנצע כוונה ומטרה פון גלות איז דער עילוי וואָס קומט דורך דער גאולה (פונעם גלות), איז געווען בגלוי ביי יוסף'ן, אויך ווי דאָס ווערט דערציילט בפשוטו ש"מ: מכירת יוסף און ירידתו למצרים איז (לעיני בשר) געקומען דורך כוונתם הבלתי רצוי' פון די אחי יוסףטו, איז אָבער דערנאָך נתגלה געוואָרן דער אמת ותכלית הדבר, אַז „למחי' שלחני אלקים לפניכם גו' לשום לכם שארית בארץ ולהחיות לכם לפליטה גדולה ועתה לא אתם שלחתם אותי הנה כי האלקים גו'"טז.
און אַזוי איז מדגיש דער מדרשט „ויוסף הורד מצרימהיז — כבשוןיח המד"א וירד מים עד יםיט שלט בהון המד"א כי הוא רודה בכל עבר הנהר"כ,
„כבשון" און „רודה" ווערט אָפּגעלערנט פון דעם לשון „הורד מצרימה" — די כוונה ומטרהכא פון דער הורדה איז, אַז יוסף זאָל ווערן דער כובש ושליט, דער משנה למלך במצרים, ומבלעדו „לא ירים איש את ידו ואת רגלו"כב.
ועד"ז איז בנוגע דעם מאסר און גאולה פון י"ט כסלו: דער מאסר איז ניט געווען אַ באַזונדער זאַך און דערנאָך איז געקומען די גאולה, נאָר די גאולה איז געווען דער תכלית ענינו של המאסר גופא. אַזוי ווי דער רבי (מהורש"ב) נ"ע האָט געזאָגטכג, אַז כאָטש ס'איז שווער אַזוי צו זאָגן, פונדעסטוועגן איז דאָך דאָס אַזוי, אַז דער גילוי וואָס איז געקומען נאָך פּעטערבורג איז געווען ע"ד מחז"לכד „הזית כשכותשין אותו מוציא שמנו"; וואָס פון דעם משל איז מובן אין נמשל — „כותשין אותו" איז כולו מלכתחילה צוליב „מוציא שמנו" — און ווי דער רבי נ"ע איז ממשיך: „כן ע"י הקיטרוגי' שהיו בפ"ב נתגלה הפנימי' דוקא כו' ועיקר הכוונה הי' בגילוי הפנימי' דוקא"כה.
וכידועכו, אַז (נאָך) י"ט כסלו האָט זיך אָנגעהויבן בעיקר דער ענין פון „יפוצו195מעינותיך חוצה" — התלבשות אלקות אין השגה.
און אַזוי איז אויך געווען דער אויפטו פון י"ט כסלו בנוגע די אוה"ע, די שרי המלוכה, אַז דער מאסר האָט דערפירט דערצו, אַז „שמו . . נתגדל ונתקדש . . בעיני כל השרים . . וענו ואמרוכז על זאת כי אם מאת ה' היתה זאת היא נפלאות בעינינו"כח און זיי האָבן געגעבן חופשה ורשות צו מפרסם זיין פנימיות התורה, תורת החסידות.
ג. אעפ"כ איז נאָך ניט אינגאַנצן גלאַטיק: ססוף איז אין פ' וישב דער מדובר, בגלוי, וועגן ירידת יוסף למצרים וכו' ביז זיין געפינען זיך בבית הסוהרכט — און דער ענין הטוב והתועלת וואָס איז געקומען פון הורדת יוסף למצרים ווערט ערשט נתגלה (דערציילט) לאח"ז, אין די שפּעטערדיקע פרשיות התורה — ניט ווי דער ענין הגאולה וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בפועל בי"ט כסלו.
דאַרף מען זאָגן, אַז אויך בפרשתנו, איז פאַראַן אַן ענין ותוכן של גאולה.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דברי המדרש הנ"ל: פון דעם וואָס רז"ל זאָגן, אַז דער ענין פון „כבשון" איז אָנגעדייט אין לשון „ויוסף הורד מצרימה" גופא — „המד"א וירד מים עד ים", איז מובן, אַז יוסף'ס ירידה למצרים האָט ניט בלויז שפּעטער דערפירט צו „כבשון" (צו זיין ווערן אַ משנה למלך, וואָס דעמאָלט איז ער בפועל געוואָרן דער שולט עליהם) און אַז דאָס איז געווען די מטרה פון דעם „הורד מצרימה" — נאָר נאָכמער: ביידע ענינים שטייען אין דעם זעלבן וואָרט הורד („הורד" — ירידה, און „הורד" מלשון „וירד, רודה" — שליטה), בשעת ס'איז געווען די ירידה איז בשעת מעשה געווען וירד, רודה „כבשון",
— כאָטש דאָס זיינען, לכאורה, ענינים הפכיים.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: אין מדרש דאָרטן ווערט דערנאָך געבראַכט נאָך אַ פירוש אויף „ויוסף הורד מצרימה" — „הוריד את השכינה (כביכול) למצרים עמו כו' מנא לך שירדה השכינה עמו מדכתיבל ויהי ה' את יוסף",
און וויבאַלד אַז כידוע האָבן אַלע פירושים אין דעם זעלבן וואָרט אַ שייכות צווישן זיך, דאַרף מען זאָגן, אַז אויך דער פירוש איז פאַרבונדן מיטן פריערדיקן פירוש פון „הורד" — „כבשון".
ד. וי"ל דער ביאור בזה: אין גאולה ופדי' פון גלות זיינען פאַראַן דריי אופניםלא:
פדי' בדרך מלחמה — אַז מ'איז לוחם מיטן מנגד ביז מ'איז זיך אויף אים מתגבר און מנצח. די גאולה ופדי' איז ניט קיין שלימות'דיקע, וואָרום מ'דאַרף נוצן זיינע (עכ"פ — מעין) כלי זייןלב, תכסיסי מלחמה וכו' ביז — אַז דם לרב שפכתלג — ביז אַז עס ווערט „קרב" — שמתקרבים זא"ז וכו'לד —
196ובלשון החסידות מען לאָזט זיך אַראָפּ אין „לבושי המתברר"לה אויף צו לוחם זיין מיט אים, מוז דאָס פועל'ן אַ ירידה, „כל מלבושי אגאלתי"לו. ובמילא, אויך לאחרי הנצחון והגאולה איז עס נאָך ניט קיין שלימות'דיקע גאולה. עס בלייבט נאָך דער „אגאלתי" וכו';
אַ העכערער אופן אין גאולה איז — פדי' בשלום: מ'געפינט זיך אין אַ מצב פון פדי' וגאולה דערפאַר וואָס זיין שטאַרקייט איז עד כדי כך — אַז נבהלו אלופי אדום גו', תפול עליהם אימתה ופחדלז, מען שטייט העכער פון דעם מנגד לגמרי — ופשיטא אַז עס איז ניט שייכות קיין קירוב (קרב).
[ודוגמתו בעבודה איז — ענין התורה, וועלכע איז זיך ניט מתלבש אין וועלט נאָר „הלא כה דברי כאש מה אש אינו מקבל טומאה אף דברי תורה אינן מקבלין טומאה"לח].
אָבער אויך באַ דעם אופן אין פדי' זיינען אלופי אדום געווען בתקפם במקומם — קען זיין אַז דערנאָך זאָל זיין ולאום מלאום יאמץלט כשזה קם כו'מ.
אע"פ אַז דער אדם איז אין אַ מצב פון גאולה בשלימותה, איז עס אָבער נאָר וואָס ביי אים איז ניטאָ קיין אָרט פאַרן מנגד — אויף גלות; אָבער אין דעם „אָרט" פון גלות, האָט זיך ניט אויפגעטאָן אַ גאולה;
דער העכסטער אופן איז, אַז (אע"פ אַז עס איז פאַראַן אַ ירידה למקום ומדינת המנגד (ביז אַ התלבשות אין גלות), אעפ"כ איז עס ניט נאָר ניט אין אַן אופן אַז דער גלות פועל'ט „אגאלתי" (אַ ירידה אמיתית), נאָר אדרבה:) דער גלות גופא ווערט נתהפך למצב פון גאולה. און דעמאָלט איז דאָס אַ גאולה בשלימותה, וואָס לאָזט ניט איבער קיין נתינת מקום אויף מנגד וגלות.
און דאָס איז דער פירוש אין פסוקמא „פדה בשלום נפשימב (מקרב לי" — אַז כאָטש עס איז אַ מצב פון „מקרב לי", פון מלחמה וואָס קומט באופן פון התתלבשות אין גלות, פונדעסטוועגן איז) די פדי' אין אַן אופן פון „שלום";
ווייל די פדי' קומט פון אַ מדריגה וואו ס'איז ניטאָ דער גאַנצער גדר פון גלות, און דעריבער טוט זי אויף, אַז דער גלות גופא ווערטמג אַן ענין פון גאולהמד.
ה. די דריי אופנים הנ"ל אין גאולה זיינען אויך מתאים צו די דריי אופני עבודה — (א) שבטים, (ב) אבות, (ג) יוסףמה:
197די שבטים זיינען געווען רועי צאן, בהתבודדות, היותם בשדהמו מובדל פון וועלט, בכדי די עניני העולם זאָלן זיי ניט מטריד זיין פון זייער דביקות באלקות.
בפנימיות הענינים: במדריגת השבטים (מרכבתא תתאה) האָט וועלט אַ תפיסת מקום, ובמילא ווען זיי וואָלטן יורד געווען און פאַרנומען זיך מיט עניני העולם וואָלטן זיי ניט געקענט בלייבן ביי זייער מדריגה פון דביקות באלקות באופן פון מרכבהמז.
בדרגת האבות (מרכבתא עילאה) איז אַז אפילו געפינענדיק זיך אין וועלט, זיינען זיי ניט בהתלבשות בעולם, און דערפאַר זיינען די עניני העולם ניט מבלבל דביקותם בה'מח,
העכער דערפון איז דרגת העבודה פון יוסףמט, וואָס מצד אחד איז ער געווען בהתלבשות בעניני העולם, וואָרום זייענדיק אין מצרים איז ביי אים געווען אַ „טרדהנ גדולה ועצומה ביותר", ומכש"כ וק"ו ווען ער איז געוואָרן „מלךנ על מצרים כמ"שנא על פיך ישק כו' רק הכסא כו' שמבלעדו לא ירים איש כו'", ובפרט ווען ער איז געווען דער וואָס „השבירנ ברנב לכל עם הארץ שהי' עסקו עם כל העולם כו'";
און אַזוי איז עס באַ אים געווען אויך פריער, פון זינט ירידתו למצרים — זייענדיק אַן עבד באַ פוטיפר שר הטבחים איז ער געווען טרוד אין די עסקים פון פוטיפר; און אויך נאָכדעם, ווען ער איז געווען אסור בבית הסוהר, היות אַז „ויתןנג שר בית הסוהר ביד יוסף את כל האסירים אשר בבית הסוהר ואת כל אשר עושים שם הוא הי' עושה" —
און אעפ"כ האָבן די אַלע טרדות אים ניט מבלבל געווען אין זיין דביקות בה' און אויך בעת עסקו בהם איז ער געווען אַ „מרכבה ממש לאלקות"נד.
ווייל ביי אים האָט מאיר געווען דער אור אלקי וואָס איז לגמרי העכער פון וועלטנה, וואָס מצד דעם אור איז אפילו ניט שייך זאָגן אַז וועלט איז ניט תופס מקום, קען דעריבער זיין דער אופן העבודה בדרך התלבשות אין וועלט, און אעפ"כ איז דאָס ניט מבלבל די דביקות, די דביקות באלקות ווערט דערהערט אויך אין די עניני העולם אין וועלכע198מ'איז מלובש, אַזוי אַז אין וועלט גופא הערט זיך אלקותנו שלמעלה מגדר עולם.
און ווי מען געפינט עס באַ יוסף'ן, אַז זייענדיק אַן עבד באַ פוטיפר איז „ויראנז אדוניו כי ה' אתו וכל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו" — אין דעם „אָרט" וואו פוטיפר איז „אדוניו", דאָרטן גופא האָט דער זעלבער „אדוניו" געזען „כי ה' אתו". און אויך דערנאָך, זייענדיק אַן אסיר בבית הסוהר, איז „ויהינח ה' את יוסף ויט אליו חסד ויתן חנו בעיני שר בית הסוהר" — דאָס האָט זיך אָנגעהערט אויך ביים שר בית הסוהר, וואו יוסף איז געווען אַן אסיר!
ו. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער מדרש זאָגט אויף „ויוסף הורד מצרימה" — „כבשון . . יירד מים עד ים", און די שייכות פון דעם ענין צום פירוש (פון „הורד") „הוריד את השכינה עמו":
דערמיט וואָס „ויוסף הורד מצרימה" כפשוטו, און אויך ברוחניות — ביי אים איז געווען די ירידה און התלבשות אין מצרים, איז זייענדיק דאָרט, בירידתו, איז ער געבליבן במהותו האלקית („הוריד את השכינה עמו") — מיט דער ירידה גופא האָט זיך אויפגעטאָן דער „כבשון".
וואָרום ווען יוסף קומט אָן אין מצרים, איז דאָס גופא מאַכט איבער מצרים, ביז אַז אויך אין דעם „מקום" פון מצרים האָט זיך דערהערט אלקות. און דאָס האָט זיך אויפגעטאָן גלייך בתחילת ההורדה, וכנ"ל אַז „וירא אדוניו כי ה' אתו" ובמילא „ויפקדהו על ביתו וכל יש לו נתן בידו"נט, ועד"ז דערנאָך זייענדיק בבית הסוהר,
תורה שבעל פה איז מגלה אַז „ויוסף הורד מצרימה" איז פירושו וענינו — „כבשון המד"א וירד מים גו'".
ז. מעין זה איז געווען ביים מאסר וגאולה פון אַלטן רבי'ן:
דער אַלטער רבי איז געווען בבית האסורים, בהתלבשות אין גלות — ער האָט ניט „ממתיק" געווען די דינים „בהעברת היד על המצח ועל הפנים"ס, ער האָט ניט געמאַכט אַז „טיינע סאָוועט" זאָל פאַרברענט ווערןסא; און דער אופן ההנהגה מיט אים איז געווען, אַז מ'האָט אים חוקר ודורש געווען בריבוי שאלות אין יסודות פון תורה ומצות כו', וועלכע ער האָט געענטפערט מיט אַ הסברה ארוכה, באופן אַז אויך די מגושם'דיקע מוחות פון די מנהלי הדרישה והחקירה זאָלן פאַרשטייןסב.
אָבער לאידך גיסא, איז דער אַלטער רבי ניט געווען מוכרח אין דעם. וכמסופר דורך כ"ק מו"ח אדמו"רסג, אַז „דער גאַנצער ענין התפיסה איז געווען בהסכם רבינו הגדול . . ווען דער רבי וואָלט ניט מסכים געווען וואָלט מען אים ניט תופס זיין, די ראי' (אויף דעם199איז) פון דער נסיעה לפטרבורג — איז פרייטיק געבליבן שטיין די שוואַרצע ביידל און עס האָט ניט גיהאָלפן די פיר פערד וואָס מיא האָט צוגישפּאַנט אויף שלעפּן דעם וואָגען, ווייל דער רבי האָט ניט געוואָלט כו'"; „דער64) כללות ענין פון דער תפיסה איז דאָס ווי אַ הלבשה ברצון שלא להשתמש בדרך למעלה מן הטבע". און עס איז ידוע65), אַז אַ „הלבשה" און הגבלה ברצון איז ניט קיין אמת'ע הגבלה (הגבלה אמיתית איז דוקא ווען די הגבלה קומט בהכרח, פון אַ דבר שמחוץ הימנו; בשעת אָבער ס'איז אין אַן אופן וואָס מ'איז זיך אַליין מגביל — געפינט מען דאָך זיך אין דער הגבלה).
און דער טעם וואָס ביי אים האָבן געקענט זיין די צוויי קצוות איז מובן מדברי רבותינו נשיאינו — ווייל „דער (אַלטער) רבי איז אַ עצמי, ביי אַ עצמי איז ניט שייך קיין שינוי זמן ומקום"66). און דעריבער, אויך זייענדיק אין תפיסה ובאופן של התלבשות (כביכול) — האָט ער פועל געווען אויף די שרי המלוכה גופא, אַז זיי, מצד זייער מציאות, זאָלן אים באַפרייען באופן של פדי' בשלום67), דערקענענדיק אַז ער איז אַן איש אלקי.
און דאָס איז וואָס דער אַלטער רבי איז מאריך באגרתוכח הידועה וועגן זיין גאולה: „הפליא ה' והגדיל לעשות בארץ . . אשר נתגדל ונתקדש ברבים ובפרט בעיני כל השרים וכל העמים אשר בכל
64) לקו"ד שם לט, ב.
65) ראה המשך תרס"ו ס"ע קצא ואילך. ובכ"מ. — וידועה הדוגמא מההלכה אשר כיסוי ראשו בידו אינו כיסוי (שו"ע או"ח (ודאדה"ז) סי' צא, ס"ד). 66) לקו"ד שם צט, א. וראה בארוכה תורת שלום ע' 166 ואילך.
67) ראה מכתב אדה"ז (נעתק לעיל הערהמב. המדינות המלך אשר גם בעיניהם יפלא הדבר הפלא ופלא וענו ואמרו על זאת כי אם מאת ה' היתה זאת היא נפלאת בעינינו" — אַז זייענדיק תחת ממשלתם וברשותם האָבן די שרים, ביז צו דעם מלך אַליין, געזען אַז ער איז אַ „חכם גדול ואיש אלקי"סח, און דאָס (אַז אויך זיי האָבן אַנערקענט אַז „מאת ה' היתה זאת") דריקט אויס דעם אויפטו פון דער גאולה פון י"ט כסלו,
— בדוגמא ווי ס'איז געווען ביי יוסף'ן, אַז דער „הורד" גופא איז געווען „וירד" — „כבשון".
ח. יעדער ענין קומט אַרויס און ווערט נתגלה דורך תורה־אור. ועד"ז בנדו"ד: דער אויפטו אין דעם מאסר וגאולה פון אַלטן רבי'ן, איז פאַרבונדן מיט דעם חידוש פון אַלטן רבי'ן בתורתו;
ובפרט בספרו התניא, וואָס כידועסט, איז די גאולה פון י"ט כסלו געווען אין זכות פון די צוויי יאָר חיות בתורה ועבודה וואָס דער תניא האָט מוסיף געווען צווישן חסידים (וואָס דערפאַר האָט דער אַלטער רבי געוואָלט אַז דער תניא זאָל זיך אָפּדרוקן פאַר י"ט כסלו).
והביאור:
אין דעם ספר „תניא קדישא"ע, ווי ער איז אויסגעשטעלט לפנינו, קומט דער שער היחוד והאמונה אַלס צווייטער חלק. ס'איז אָבער ידוע (ווי מען דערציילט באַ חסידים), אַז ביים אַלטן רבי'ן איז געווען אַ קס"ד צו מסדר זיין שער200היחוד והאמונה אַלס ערשטן חלק, וואָס מהאי טעמא געפינט מען אין „חינוך קטן" (די הקדמה צו שער היחוד והאמונה) ב־ג פעמים דעם לשון „כמו שיתבאר" (בלשון עתיד) — כאָטש אַז דערמיט ווערן געמיינטעא די ענינים וואָס זיינען מבואר אין דעם ערשטן חלק.
נאָך מער: וויבאַלד דער אַלטער רבי האָט איבערגעלאָזט דעם לשון „כמו שיתבאר" און ניט משנה געווען „נתבאר" (ל' עבר) — איז דאָס אַ באַווייז, אַז אפילו נאָכדעם ווי דער אַלטער רבי האָט מחליט געווען, אַז דער שער היחוד והאמונה זאָל קומען נאָך דעם חלק ראשון, האָט ער איבערגעלאַזן אַ נתינת מקום צו סברתו הקודמת, און דער שער היחוד והאמונה האָט אַן ענין וואָס „שטייט פריער" (אָבער ניט ברוב הענינים).
דער סדר פון עבודת האדם איז, אַז בכדי צוצוקומען צו אהבה ויראה (וואָס דאָס איז דער תוכן פון חלק ראשון שבתניא), דאַרף פריער זיין „האמונה הטהורה ונאמנה ביחודו ואחדותו יתברך וית'" (דער תוכן פון שער היחוד והאמונה), כמבואר בחינוך קטן בסופו.
ועפ"ז יש לומר אַז דער ענין המאסר והגאולה פון אַלטן רבי'ן זאָגט זיך אַרויס בתניא בתורתו פון אַלטן רבי'ן, בעיקר — אין שער היחוד והאמונהעב.
ט. צווישן די עיקרי הענינים, וואָס דער אַלטער רבי איז מבאר ומחדש אין שער היחוד והאמונה, זיינען דאָ לכאורהעג צוויי כללות'דיקע נקודות:
א) דער ביאור אין „פירוש הבעש"ט" אויף „לעולםעד ה' דברך נצב בשמים" — אַז „דברך שאמרתעה יהי רקיע . . תיבות ואותיות אלו הן נצבות ועומדות לעולם בתוך רקיע השמים . . להחיותם . . אילו היו האותיות מסתלקות כרגע ח"ו וחוזרות למקורן היו כל השמים אין ואפס ממש והיו כלא היו כלל . . כמו לפני ששת ימי בראשית ממש"עו, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק „איך שכל נברא ויש הוא באמת נחשב לאין ואפס ממש לגבי כח הפועל ורוח פיו שבנפעל המהוה אותו תמיד ומוציאו מאין ממש ליש"עז.
ב) אַז דער צמצום איז ניט „כפשוטו שהקב"ה סילק עצמו ומהותו ח"ו מעוה"ז רק שמשגיח מלמעלה בהשגחה פרטית על כל היצורים כולם אשר בשמים ממעל ועל הארץ מתחת"עח.
ויש לומר, אַז דער ביאור הענין אַז צמצום אינו כפשוטו איז ניט אַ באַזונדער ענין, נאָר דאָס קומט בהמשך און איז שייך צום ביאור אין חידוש הבעש"ט, כדלקמן.
יו"ד. דער חידוש אין פירוש הבעש"ט איז ניט נאָר אַז דער דבר ה' מוז שטענדיק מהווה זיין יעדן נברא,201בכל רגע ורגע, נאָר אויך אַז די תיבות „יהי רקיע גו'" זיינען „מלובשות בתוך כל הרקיעים לעולם להחיותם"עו; און עד"ז אין אַלע נבראים, די תיבות ואותיות שבעשרה מאמרות וואָס זיינען זיי מהווה ומחי' זיינען מלובש בתוכם [און ווי ער איז מאריךעט ווי אין יעדן נברא „יש בחי' נפש וחיות רוחנית", וואָרום אפילו די זאַכן וועלכע ווערן ניט דערמאָנט בעשרה מאמרות שבתורה, ווערט צו זיי נמשך אַ חיות וואָס איז משתלשל ממדריגה למדריגה פון די עשרה מאמרות שבתורה „ע"י חילופים ותמורות האותיות וגימטריאות . . עד שיוכל להתצמצם ולהתלבש ולהתהוות ממנו נברא פרטי"].
ד. ה. ס'איז ניט דער פשט אַז דער דבר ה' איז שטענדיק מהווה דעם נברא און דער נברא ווערט נפרד פון דעם דבר ה', נאָר דער דבר ה' איז מלובש אין דעם נברא גופא (אין דעם „אָרט" פון דעם נברא), ביז אַז דער חיות (ונפש) פון יעדן נברא פרטי איז דער דבר ה' וואָס איז אין אים מלובש. ובמילא איז פאַרשטאַנדיק ווי „כל נברא ויש הוא באמת נחשב לאין ואפס ממש לגבי כח הפועל ורוח פיו שבנפעל המהוה אותו תמיד ומוציאו מאין ממש ליש"*79.
לפ"ז קומט אויס, לכאורה, אַז דער ביטול פון דעם נברא איז ניט קיין ביטול בשלימותו. וואָרום וויבאַלד אַז דער חיות וואָס איז זיך מתלבש אין נבראים איז אַ חיות מצומצם ומוגבל (לויטן נברא), כנ"ל, איז ער דאָך „נותן מקום למציאות היש", ובמילא איז אויך דער ביטול מצד דעם חיות, ניט קיין ביטול בשלימותופ.
לויט אָבער ווי דער אַלטער רבי איז ממשיך ומבאר, אַז צמצום אינו כפשוטו ח"ו, דהיינו, אַז אויךפא אין דעם „מקום" (מדריגה) וואָס דער אור וחיות אלקי איז זיך מתצמצם ומתלבש בתוך הנבראים, איז „לית אתר פנוי מיני'"פב און „מהותו ועצמותו יתברך . . מלא את כל הארץ ממש בזמן ומקום"פג — קומען אַרויס צוויי קצוות:
יעדער נברא האָט זיין „נפש וחיות רוחנית" פרטית וואָס קומט דורך צמצום און התלבשות פון דעם דבר ה' אין יעדן נברא פרטי; וביחד עם זה איז יעדער נברא פרטי פאַרבונדן מיט עצמותו ומהותו ית', ווייל אין דעם „אָרט" פון דעם נברא, געפינט זיך „מהותו ועצמותו יתברך". און וויבאַלד אַז מהותו ועצמותו202ית' איז אינגאַנצן ניט בגדר פון וועלט, ווערט מצד דעם דערהערט, אַז די מציאות פון וועלט גופא איז אלקותפד (בלשון הידועפה: דער יש הנברא איז יש האמיתי) — אין עוד מלבדופו.
יא. אַלע ענינים אין תורה זיינען דאָך אַ הוראה אין עבודת כאו"א, ובפרט ענינים בפרסום וואָס האָבן געטראָפן מיט אַ נשיא בישראל, אַ נשמה כללית, ובמיוחד אַז דער כללות ענין המאסר איז געווען פאַרבונדן מיט זיין מסירת נפש אויף תורת החסידות פאַר כל ישראל, כאו"א מישראל. וי"ל אַז דורך דעם האָט דער אַלטער רבי געעפנט דעם צינור פון מסירת נפש אויף עבודת ה' בתורת החסידותפז.
די עבודה פון יעדן אידן, געפינענדיק זיך אין דעם חשך הגלות דאַרף זיין צו באַלייכטן דעם חושך הגלות דורך זיין עבודה בנר מצוה ותורה אור; ובפרט אין דעם זמן פון עקבתא דמשיחא,
וואָס בכדי צו באַלייכטן אַזאַ חשך כפול ומכופל דאַרף מען אָנקומען צו אַ גרעסערן און העכערן אורפח, ביז צו מאור שבתורה, פנימיות התורהפט, שנתגלתה בימינו אלה בתורת החסידות.
מצד דעם גרויסן חשך אין וועלט קענען אויפקומען אַזעלכע שוועריקייטן און נסיונות אין עבודה, ווען אַ איד דערפילט אַז ניט נאָר זיינען אידן בכלל דער „אתם המעט מכל העמים",203נאָר אויך צווישן אידן גופא איז ער לעת עתה פון אַ מיעוט וואָס זיינען זיך עוסק אין דער עבודה פון הפצת היהדות — נר מצוה ותו"א, ובפרט בהפצת המעינות חוצה.
קען ער דערפאַר מאַכן באַ זיך אַ חשבון, אַז ער זאָל צואוואַרטן ביז די שווערקייטן און העלמות והסתרים וועלן זיך ענדיקן, און דערנאָך וועט ער ממשיך זיין עבודתו.
אויף דעם קומט די הוראה מהנ"ל: ער דאַרף וויסן, אַז דער עולם וכל אשר בו ווערט נתהווה בכל רגע ורגע מאין ואפס המוחלט ממש פון דעם אויבערשטן וואָס אין לו עילה וסיבה קודמת לו ח"וצ. ובכן, איז דאָך ניט שייך אַז ס'זאָל זיין אַ מציאות וואָס זאָל ניט דערלאַזן אַ אידן צו טאָן זיין עבודה אין מפיץ זיין נר מצוה ותורה אור, והפצת המעיינות חוצה.
און דאָס וואָס ער זעט אַז עס זיינען דאָ מנגדים און העלמות והסתרים אויף דער עבודה, דאַרף ער וויסן, אַז צמצום איז ניט כפשוטו ח"ו, ס'איז ניט קיין אמת'ער העלם, און אַז די כוונה דערביי איז — אַז ער זאָל באַ זיך מגלה זיין דעם חלק אלקה ממעל ממשצא וואָס געפינט זיך אין אים און די כחות וואָס די רביים האָבן אין אים אַריינגעלייגטצב — און דעמאָלט ווערט דער „כבשון" ושלט בהון, מען נעמט איין און מ'איז שולט אויך בגלוי אויף ענינים המבלבלים ומעלימים ומסתירים.
און דורך עבודת כאו"א אין דעם „כבשון" בד' אמות שלו בהפצת היהדות כולל הפצת המעינות חוצה, איז מען נאָך מער ממהר ביאת משיח צדקנו, ווען אַלע וועלן זען בגלוי בעיני בשר דעם „וירד מים עד ים ומנהר עד אפסי ארץ"צג, ביז צום אופן פון „מלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים"צד,
וואָרום עס וועט זיין „ונגלה כבוד ה'"צה,
אויך איצט איז „מלא כל הארץ"צו כפשוטו ממש, נאָר דאָס איז ניט בגלוי — און דעמאָלט וועט זיין דער „ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דבר".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-fg70cbr7