עברית
Library

Likkutei Sichos

Mikeitz 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

220מקץ

א. אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט ווי יוסף האָט צוזאַמענגעקליבן דעם „אוכל" אין די שבע שני השבע, און דער פסוקא זאָגט: „ויתן אוכל בערים אוכל שדה העיר אשר סביבותי' נתן בתוכה".

וואָס זיינען מחדש די ווערטער „אוכל שדה העיר אשר סביבותי' נתן בתוכה" אויף דעם „ויתן אוכל בערים"ב? פון „ויתן אוכל בערים" איז פאַרשטאַנדיג אַז ער האָט די תבואה פון די פעלדער אַרום די שטעט אַריינגעגעבן אין די נאַענטסטע שטעט — פאַרוואָס זאָל מען זיך מטריח זיין צו ברענגען די תבואה אין אַן אַנדער ווייטערער שטאָטג?!

אפילו אויב מען זאָל זאָגן אַז מ'וואַלט עס אַליין ניט פאַרשטאַנען — איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיקד: למאי נפק"מ דאָס צו דערציילן?

אין מדרשה שטייט אויף דעם: „נתן מה שבתחום טברי' בטברי'ו ומה שבתחום ציפורי בציפורי מפני שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי'. ר' נחמי' אמר נתן בהם עפר וקטמיותז דברים שהן מעמידין פירות".

דאָס הייסט: לויט ביידע דיעותח קומען די ווערטער „אוכל שדה — נתן גו'" צו דערציילן ווי יוסף האָט באַוואָרנט אַז די תבואה זאָל זיך האַלטן און ניט פאַרפוילט ווערן. דער חילוק ביניהם איז: לויט דער ערשטער דיעה האָט ער דאָס באַוואָרנט דורך לייגן די תבואה בסמיכות צו דער שדה וואו עס האָט געוואָקסן — „מפני שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי'" („מעמדת" דאָ — מיינט מקיימתט); און לויטן צווייטן מ"ד האָט ער דאָס באַוואַרנט דורך „נתן בהם עפר וקטמיות (וואָס זיינען) דברים שהן מעמידין פירות".

[און ווי מפרשיםי זיינען מבאר, אַז ר' נחמי' לערנט דאָס אָפּ פון די ווערטער „שדה . . נתן" — אַז „נתן" אויך (עפּעס) פון דעם „שדה . . אשר סביבותי'" (ד. ה. עפר וקטמיות)].

221ב. רש"י בפירושו על התורהא שטעלט זיך אויף די ווערטער „אוכל שדה העיר אשר סביבותי' נתן בתוכה" און איז מפרש: „שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי' ונותנין בתבואה מעפר המקום ומעמיד את התבואה מלירקב".

בפשטות — קומט רש"י באַוואַרענען שאלה הנ"ל „למאי נפק"מ"א האָט מען עס געטאָן — אוןב אויב כנ"ל פאַרשפּאָרן טרחא — צוליב וואָס דערציילט דאָס תורה —

אָבער רש"י זאָגט ביידע ענינים בהמשך אחד (מיט אַ וא"ו החיבור — „שכל ארץ כו' ונותנין כו'" און זאָגט ניט „ד"א" וכיו"ב) איז מובן, אַז לויט רש"י מיינט דער פסוק ביידע באַוואָרענישן צוזאַמעןיא — כדי צו „מעמיד" זיין די תבואה האָט יוסף געהאַלטן די תבואה (בסביבותי' דוקא) בסמיכות צו דער שדה וואו זי איז געוואָקסן און ער האָט אויך אַריינגעטאָן אין דער תבואה „מעפר המקום".

רש"י איז מצרף צוויי דיעות מחולקות אין איין און דעם זעלבן פירוש?!

עס זיינען פאַראַן מפרשיםיב וואָס זאָגן, אַז ר' נחמי' איז — לויט פרש"י (ניט מחולק מיטן תנא קמא, נאָר ער איז) מוסיף אויף דער ערשטער דיעה: כדי צו באַוואָרענען אַז די תבואה זאָל ניט פאַרפוילט ווערן פאָדערן זיך ביידע זאַכן — אַזוי נעמט אָן רש"י בפירושו.

עס בלייבט אָבער ניט גלאַטיק: פרש"י על התורה איז דאָך פשוטו של מקרא [ובפרט בנדו"ד, וואו רש"י זאָגט ניט אויף דעם פירוש „רבותינו דרשו" (וכיו"ב), און איז ניט מציין אַז דער פירוש איז פון בראשית רבה] — וואָס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא אַז יוסף האָט געטאָן צוויי זאַכן צו פאַרהיטן די תבואה פון רקבוןיג?

מפרשים זאָגןיד, אַז ביידע זאַכן זיינען מרומז אין לשון הפסוק: פון „אוכל שדה העיר . . נתן" ווייס מען, אַז ער האָט דעם אוכל אַריינגעגעבן אין דער עיר; און פון לשון „שדה . . נתן בתוכה" איז יש לדייק (כנ"ל) אַז מ'האָט אויך דעם (עפר ה)שדה אַריינגעגעבן אין דער תבואה.

אָבער צ"ע צו זאָגן אַזאַ פירוש אין דרך הפשט: אין פסוק שטייט דאָך איין מאָל „נתן". איז עס דאָך היפך פשש"מ צו טייטשן אַז דאָס מיינטטו צוויי פאַרשידענע נתינות אין באַזונדערע ערטער: נתינת התבואה בעיר, און נתינת העפר בתבואהטז!

222לכאורה קען מען ענטפערן, אַז רש"י מיינט ניט צו זאָגן אַז „נתן בתוכה" מיינט אַ צווייטע נתינה — נתינת העפר בהתבואה, נאָר דער טייטש פון „אוכל שדה" איז: יוסף האָט דעם „אוכל" צוזאַמען מיט'ן „שדה" (— דעם עפר השדה) אַריינגעגעבן „בתוכה", אין דעם עיר (ובמילא ווייס מען אַז ער האָט אַריינגעגעבן אין דער תבואה מעפר המקום).

עס בלייבט אָבער ניט גלאַטיק: וואָס איז דער הכרח בפשוטויז של מקרא אַז (אויך) דער אַריינגעבן דעם אוכל בעיר שסביבותי' איז געווען צוליב מעמיד זיין די תבואהיח?

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים כמה דיוקים אין לשון רש"י (כולל — שינויים פון לשון המדרש):

א) ביים ערשטן ענין זאָגט רש"י (ווי אין מדרש) „מעמדת פירותי'", אָבער דערנאָך ביים צווייטן ענין איז רש"י מוסיף דעם וואָרט „(ומעמיד . .) מלירקב". ולכאורה, איפכא מסתברא: אויב רש"י דאַרף קלאָר מאַכן דעם פירוש פון „מעמיד" (אַז דאָס מיינט „מלירקב") — האָט ער געדאַרפט גלייך ביים ערשטן מאָל זאָגן דעם ביאור.

ב) אין מדרש שטייט „נתן בהם עפר וקטמיות דברים שהן מעמידין פירות", אָבער רש"י זאָגט „מעפר המקום" — ד. ה. עס איז ניט גענוג סתם עפר (אָדער „קטמיות")יט, נאָר עס מוז זיין אַן „עפר" פון דעם אָרט וואו די תבואה איז געוואָקסן.

ג) רש"י הויבט אָן „שכל ארץ כו' מעמדת פירותי'", אָבער דערנאָך איז ער משנה און זאָגט „ומעמיד את התבואה" (ניט — „הפירות"). נאָך מער: אין מדרש שטייט טאַקע אויך בדברי ר' נחמי' „מעמידין פירות".

ד. וי"ל הביאור אין דעם, אַז מיט די דיוקי ושינויי לשונות מאַכט רש"י קלאָר זיין כוונה (וועלכע איז אַנדערש מכוונת המדרש)

— און ווי גערעדט כמה פעמיםכ, אַז אפילו אין די ערטער וואו עס זעט אויס אַז רש"י האָט ניט מחדש געווען אַ פירוש — נאָר איז בלויז מעתיק פירוש (לשון) חז"ל, איז וויבאַלד אַז רש"י קומט מפרש זיין די פסוקים צו אַ לומד לויט פשוטו של מקרא (בן חמש למקרא), דאַרף אויך לשון רש"י געטייטשט ווערן לויט פשטות המשמעות פון זיינע ווערטער (ווי זיי ווערן פאַרשטאַנען פון אַ בן חמש למקרא), אע"פ אַז אין מדרש ווערט מיט דעם לשון געמיינט אַנדערש;

ועד"ז בעניננו: אע"פ אַז לשון רש"י איז ענלעך צו לשון המדרש, איז אָבער רש"י'ס כוונה ווי דער פירוש הפשוט פון זיינע ווערטער — דהיינו:

„שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי'" — „מעמדת" כפירושה הפשוטכא (ווי לשון223רש"י בפרשה שלפני זוכב „להעמיד ממנו בנים"): יעדער לאַנד שטעלט אויף, מאַכט וואַקסן אירע (ספּעציעלע) פירות. ד. ה. אַז איין לאַנד איז צוגעפּאַסט פאַרן געוואוקס פון די און די פירות, און אַן אַנדער לאַנד — פאַר אַנדערע פירות. ע"ד ווי מ'האָט שוין פריער געלערנטכג אַז מצרים איז אַ לאַנד וואָס איז „מגדל פשתן",

— און נאָכמער: אין איין ארץ קען זיין פערשידענע ארצות, ע"ד „בארץ מצרים בארץ גושן"כד — איז יעדערע פון זיי „מעמדת פירותי'", ווי רש"י האָט שוין געבראַכט פריער בפירושוכה.

למאי נפק"מ? — איז רש"י ממשיך: „ונותנין בתבואה מעפר המקום ומעמיד את התבואה מלירקב": וויבאַלד אַז יעדער לאַנד גיט אַרויס אירע ספּעציעלע פירות, איז פאַרשטאַנדיק, אַז די ערד פון יעדן לאַנד האָט באַשטימטע תכונות וועלכע זיינען צוגעפּאַסטכו צו אירע פירות, און דערפאַר איז דער „עפר המקום (ו)מעמיד את התבואה מלירקב", אַז די תבואה ווערט פאַרהיט פון רקבון דורך אַריינגעבן אין איר „עפר" דוקא פונעם אָרט וואו זי וואַקסט.

עס איז אָבער פאַרשטאַנדיק בפשטות — אַז אויב ער האָט אַריינגעמישט מעפר המקום וועלכער איז שולל רקבון — איז קיין נפק"מ ניט אין וועלכער עיר די תבואה וועט זייןכז.

ה. עפ"ז פאַלט אָפּ בדרך ממילא די שאלה הנ"ל (סעיף ב) — וואו שטייען אין פסוק צוויי פעולות — ווייל לויט רש"י האָט יוסף געטאָן בלויז איין זאַך צו באַוואָרענען רקבון התבואה: „ונותנין בתבואה מעפר המקום"כח (און אין דעם באַשטייט דער חידוש פון „אוכל שדה העיר אשר סביבותי' נתן בתוכה" — אַז דער „נתן בתוכה" איז געווען מיט „שדה . . אשר סביבותי'", מעפר המקום (כנ"ל סוס"ב)) —

משא"כ „שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי'" האָט קיין שייכות ניט צו „מעמיד . . מלירקב", דאָ בפרש"י — זיינען זיי בלויז אַ הקדמהכט צום ביאור פאַרוואָס דער „עפר המקום" איז „מעמיד את התבואה מלירקב".

און רש"י דאַרף ניט באַוואָרענען פאַרוואָס מען האָט געגעבן די תבואה בעיר סביבותי' — וויילל ס'איז מפורש בכתוב (לויט פרש"י): ותעש הארץ כתרגומו (וכנשו דיירי ארעא) ויקבוץ גו' ויתן אוכל בערים — איז פאַרשטאַנדיק בפשטות אַז דיירי ארעא האָבן עס אַריינגעגעבן בסביבותי', בעירם.

אָבער לאידך, איז דאָס ניט ווי ס'איז משמע פון פשטות לשון ר' נחמי' אַז עפר בכלל איז אַ דבר המעמיד פירות (כנ"ל ס"ג), נאָר דער דיוק דאָ איז —224„מעפר המקום", פון דעם מקום וואו די תבואה איז געוואָקסן (און דער טעם הדבר איז, כנ"ל, ווייל „כל ארץ וארץ מעמדת פירותי'" — שלה דוקא).

און דערמיט איז אויך מוסבר בפשטות דער שינוי לשון אין רש"י: ער הויבט אָן „כל ארץ כו' פירותי'" און איז דערנאָך ממשיך „ונותנין בתבואה . . מעמיד את התבואה" — ווייל פריער איז כוונת רש"י צו זאָגן אַ כלל, אַן ענין כללי בנוגע צו אַלע מיני פירות, אַז יעדער לאַנד („כל ארץ וארץ"לא) גיט אַרויס „פירותי'" (און דערפאַר נוצט רש"י דעם לשון „פירות" — כל מיני פרי הארץ — ניט נאָר תבואה); משא"כ דערנאָך, וואו רש"י איז מפרש און רעדט בפרטיות וועגן דעם ענין וועגן וועלכן דער פסוק רעדט דאָ (די נתינה וואָס איז „מעמיד . . מלירקב"), איז ער מפרש דעם „אוכל" פון פסוק — תבואהלב.

ו. אַ הוראה בעבודת כל אחד ואחד — פון דעם פירוש רש"י:

די פירות, די „תבואה" פון אַן אידן איז תורהלג וואָס ער לערנט. בשעת אַ איד זאַמלט אָן אַ סך תבואה — אַ ריבוי אין תורה (ומצותי') — דאַרף ער וויסן זיין אַז כדי די תורה זאָל ביי אים בלייבן, איז דאָ אַן איין און איינציקע עצה — „ונותנין בתבואה מעפר המקום": מען דאַרף אַריינגעבן אין דעם לימוד התורה דעם ענין פון עפר, דעם ביטול פון „ונפשילד כעפר לכל תהי'", און דוקא דורך דעם ווערט דער „פתחלד לבי בתורתך".

רש"י איז מוסיף אַ הוראה עקרית — אַז דאָס דאַרף זיין „מעפר המקום", פון דעם זעלבן אָרט וואו די תבואה איז געוואָקסן: בנוגע אומות העולם, גוי'עשקייט, אסקופה הנדרסתלה לכל דבר, יצר הרע — איז אדרבא — דאַרף זיין כהתחלת השו"ע: הוי עז כנמר וגבור כארי.

אַ איד קען טראַכטן: אמת טאַקע אַז בכדי עס זאָל זיין דער „פתח לבי בתורתך", צו ווערן אַ כלי אויף תורה, מוז ביי אים זיין דער ענין הביטול, אַז זיין „נפש" זאָל זיין כעפר, ובמילא איז ער עס מקיים און מאַכט זיך „כעפר", אָבער וואו איז זיין „עפר" און ביטול — ערגעץ אַנדערש, ניט בנוגע זיין תורה:

אַז עס קומט צו „זיין תורה" — מאָנט ער פאַר זיך כבוד התורה — ווען ער קומט אַריין אין אַ מסיבה מאָנט ער אַז אַלע דאַרפ'ן זיך אויפשטעלן פאַר אים, ביי קריאת התורה מאָנט ער די חשוב'סטע עלי' וכו'.

אַי מען דאַרף האָבן ביטול, עפר — טוט ער עס אָבער ניט „מעפר המקום (דתורה)": תורה זאָגט: ואהבת לרעך כמוךלו, מ"ע של תורה על כל חכם וחכם מישראל ללמד את כל התלמידים אעפ"י שאינן יוצאי יריכולז, תורה זאָגט: דו225מוזט זיין אַ מרביץ תורה בנשמתו, בגופו, בממונו — טענה'ט ער ונפשי כעפר: מה אני ומי אני, ער איז ניט גענוג שטאַרק ברוחניות צו אַרויסגיין זיך עוסק זיין אין הרבצת התורה, ער איז דאָך „כעפר", איז די דרויסנדיקע סביבה קען אויף אים האָבן אַ ניט גוטע השפעה, מוז ער דעריבער בלייבן איינגעשלאָסן אין זיינע אייגענע ד' אמות ודוקא מצומצמות — אפילו טפח מחוץ לזה, אייגענע משפחה, אידן בשכונתו, בעירו וכו' — לא.

אויף דעם איז דאָ די הוראה פון פירוש רש"י, אַז דער „עפר" דאַרף זיין פון דעם זעלבן „מקום" וענין גופא וועלכן מען וויל אָפּהיטן און אויסהיטן — עס איז ניט גענוג דער ביטול אין אַנדערע ענינים נאָר מען דאַרף זיך האַלטן „כעפר" אין דעם ענין התורה גופא.

ז. תורה איז חכמתו של הקב"ה, וואָס איז אינגאַנצן העכער פון שכל פון אַ נברא. און דעריבערלח, כדי אַז תורתו של הקב"ה זאָל ביי אַ נברא נקלט ווערן כדבעי, מוז זיין ברכו בתורה תחלהלט — ווען ער לערנט תורה באַוואָרנט ער תחלה אַז ער זאָל וויסן כדרוש וועגן נותן התורה, ער באַוואָרנט אַז די תורה פועל'ט באַ עם יראת הוי' נותן התורה (ואהבתו) נאָכמער פון פריער.

און נאָכמער: וויבאַלד אַז תורה איז חכמתו של הקב"ה איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויף צו קענען האַלטן און אויפהאַלטן אין זיך תורתו של הקב"ה, איז ניט גענוג דער הרגש פון „ונפשי כעפר לכל תהי'" שקודם הלימוד ובעת הלימוד, נאָר עס דאַרף זיין „ונותנין בתבואה מעפר המקום": אויך אין דער שוין „צוזאַמענגעקליבענער" געלערנטער תורה מוז זיין דער ענין הביטול — מען דאַרף שטענדיק געדענקען אַז דאָס איז „נתן לנו את תורתו", און אַז „נותן התורה" איז לשון הווה — בשעת ער לערנט אַ וואָרט, ו"אפילו אות אחת", בתורה איז הקב"ה קורא ושונה כנגדומ — און תורה מאָנט פון עםמא ער זאָל זיין בשעת מעשה „באימה וביראה וברתת ובזיעה" — איז ווי איז מעגליך באַ אַ נאָרמאַלן מענשען אַז ער זאָל דאָס לערנען ע"מ לקנתר, אָדער ע"מ להתכבד בקלון חברומב, אָדער אפילו להתכבד סתם.

ואפילו הגדול באמת בתורה — געדיינקט ער דאָך זיכער, זכרון כדבעי אַז וויפל מען פאַרשטייט און מ'ווייס אין חכמת התורה איז — ארוכה מארץ מדה ורחבה מני יםמג, און נאָכמער: ארוכה — שלא בערך — זי איז חכמתו של הקב"ה, ואהי' אצלו גו' שעשועים גו'מד.

און דעמאָלט האָט זיין תורה אַ קיום ער איז „מעמיד את התבואה מלירקב" ח"ו.

ח. נאָך אַ הוראה כללית — פון כללות פירוש רש"י:

דאָס וואָס יוסף האָט מפרנס געווען כל הארץמה בשנות הרעב קומט צו לערנען, אַז בשעת עס הערשט אין226וועלט אַ מצב פון הונגער ברוחניות, אַ מצב פון עם הארצות וכו', ליגט אויף יעדן אידן (וואָס יעדער איד ווערט אָנגערופן „יוסף"מו ברוחניות) דער חיוב צו שפּייזן כל העולם כולו, אפילו חוצה, מיט מזון רוחני.

דערביי לערנט רש"י, אַז מען דאַרף ניט נאָר באַזאָרגן אידן מיט רוחניות'דיקער שפּייז, נאָר נאָכמער — מען דאַרף אָנזאַמלען ביי זיך אַ ריבוי אוכל כדי צו קענען באַזאָרגן יעדן אידן וואָס ער וועט זיך דערוויסן בעתיד אַז ער דאַרף דערצו אָנקומען — און נאָכמער:

מען דאַרף זוכן עצות ווי צו באַוואָרענען אַז דער מזון רוחני וואָס מען גרייט אָן און מען גיט אַ צווייטן אידן זאָל זיין אַ דבר של קיימא — „מעמיד את התבואה מלירקב". אַז דאָס וועט ביים מקבל בלייבן און פועל זיין ביז כל משך ימי חייו, אַ פעולה נמשכת ביז אויך בבניו וכו' — תורה ווי זי איז מיט אַ ברכה תחלה, נותן התורה לשון הווה.

(משיחת ש"פ מקץ תשמ"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-9qrm9g55

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources