עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 11

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

378משיחת ש"פ וישב, מבה"ח

א. אַ התוועדות בכלל איז מאחד אידןא. כשמו אשר יקראו לו ע"פ מנהג ישראל — „התוועדות", מלשון הכתובב „הילכו שנים יחדיו בלתי אם נועדו", אַז „שנים" (אָדער מער דערפון) טרעפן זיך (און קלייבן זיך) צוזאַמען באופן של „יחדיו"ג. און ווי מ'זעט עס בפשטות — אַז אַ התוועדות באַשטייט דערפון וואָס מערערע אידן פון פאַרשידענע חוגים קלייבן זיך צוזאַמען און ווערן נתאחדד, על מנת זיך צונויפצורעדן און מחזק זיין איינעם דעם צווייטן בכלל, ובפרט בנוגע זייער עבודה בקיום התורה והמצוות כו'.

עאכו"כ אַ התוועדות ביום השבת — ווי דער דין איזה, אַז „ויקהל משה . . עשה לי קהילות גדולות בשבת כדי שילמדו הדורות הבאים אחריך להקהל קהילות בכל שבת להכנס בבתי כנסיות ובבתי מדרשות ללמוד בהם תורה לרבים כו'".

און די אחדות צווישן אידן ביום השבת דערגרייכט אויך אין עניני האכילה ושתי'ו, און אפילו ביי פחותים טבת, א' דחנוכה ה'תשמ"ז

בישראל — ווי דער דין איז, אַז ביום השבת איז „אימת שבת על עמי הארץ ואינו עובר בה עבירה"ז און דערפאַר קענען אַלע (אפילו אַ תלמיד חכם, וואָס איז שלא בערך צו אַן עם־הארץח) עסן משולחנו וסעודתו, אַן אחדות גמורה ע"י אכילה ושתי' וואָס ווערט דם ובשר כבשרו של האוכל ושותהט.

ובפרט כבשנה זו אַז דאָס איז אויך אַ שנת השמיטה — וואָס איז מאחד אידן דורך מבטל זיין די חילוקים וואָס הערן זיך אָן בשעת יעדערער טוט מלאכתו ועבודתו אין זיין באַזונדער שדה וכרם כו'י.

ב. אין דעם אַלעם קומט צו נאָך אַ שטאַרקערע התאחדות אין די התוועדות ביום השבת בשנת השמיטה — זייענדיק אויך שבת חנוכה, און דער ערשטער טאָג חנוכה:

חנוכה איז מלשון חינוךיא, על שם379חנוכת המזבחיב וחנוכת המקדשיג ע"י החשמונאים בימי חנוכה.

וואָס דערפאַר איז די קריאת התורה בחנוכה בפרשת הנשיאיםיד בעת חנוכת המזבחטו והמשכןטז, ווייליז דאָס איז מענין היוםיח — חנוכת המזבח ע"י החשמונאים בימי חנוכהיט.

והימים האלה נזכרים ונעשיםכ: דורך קריאת פ' הנשיאים בימי החנוכה מדי שנה בשנה איז מען ממשיך דעם ענין פון חנוכת המזבחכא, און דאָס גיט דעם כח אַז אידן זאָלן מחנך זיין מחדש זייער מזבחכב ומקדש רוחניכג, ד.ה. פאַרשטאַרקן פון־דאָס־ניי זייער פאַרבונד מיט תורה ומצוותכד.

און אין דעם ענין פון חנוכת המקדש — איז ספּעציעל אונטערשטראָכן דער ענין האחדות (התוועדות) — כמבואר בכ"מ (בענין חנוכת הבית)כה, אַז בעת חנוכת הבית (המקדש, ועד"ז ומעין זה ב"מקדש מעט"כו, ובכל בית בישראל) מאַכט מען אַ משתה ושמחה לרבים כו'. [ווי דאָס איז געווען בפשטות באַ חנוכת המזבח והמשכן ע"י הנשיאים — אַז די י"ב נשיאים (פון די י"ב שבטים) האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן און געקומען צוזאַמען מיט די בקשה צו ברענגען די קרבנות כו' לחנך המזבח].

דערפאַר האַלטן כמה ראשוניםכז אַז ימי החנוכה זיינען נקבע געוואָרן למשתה ושמחהכח (לרבים), וויילכז דע־380מולט איז געווען חנוכת המזבח ע"י החשמונאים. און דאָס האָט אין זיך אויך דעם ענין פון פרסומי ניסאכט — לרבים.

ג. דער ענין שטייט נאָכמער בהדגשה אין דעם ערשטן טאָג חנוכה:

אין דער קריאה (מיוחדה) פון דעם ערשטן טאָג חנוכהל („ויהי ביום כלות משה . . נחשון בן עמינדב"לא) לייענט מען אַז ווען משה האָט פאַרענדיקט הקמת המשכן, איז „ויקריבו נשיאי ישראל גו' ויביאו את קרבנם לפני ה' שש עגלות צב ושני עשר בקר גו', ויקריבו הנשיאים את חנוכת המזבח ביום המשח אותו ויקריבו הנשיאים את קרבנם לפני המזבח".

ד. ה.לב אַז פון דער היינטיקער קריאה (מלשון המשכהלג) ווערט נמשךלד התאחדות פון אַלע י"ב נשיאים (הכוללים כל בנ"י, אַלע י"ב שבטים, אין וועלכע עס טיילט זיך כלל ישראל). און ניט סתם התאחדות, נאָר אָן התאחדות אין זייער עבודת ה', ד. ה. אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס יעדער נשיא האָט געהאַט זיין עבודה מיוחדתלה (כנגד זיין שבט מסויים)לו — זיינען אַלע נשיאים געקומען צוזאַמען און געבראַכט אַלע צוזאַמען זייערע קרבנותלז.

נאָכמער: לולא ציווי הקב"ה „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום"לח לייגט זיך אין שכל צו זאָגן אַז הקרבת כל הנשיאים בפועל וואָלט געווען ביום אחדלט, ובפרט ע"פ הלכה: „ויקריבו הנשיאים את קרבנם לפני המזבח"מ אַלע צוזאַמען, ומצוהמא הבאה לידך אל תחמיצנהמב, ואין טעם לכאורה אַז מ'זאָל דאָס אָפּשטופּןמג.

יתירה מזה: אפילו לאחרי הציווי „נשיא אחד ליום גו'" — א) קומט דער ציווי גופא אַלס תוצאה ופרט פון הקרבת הנשיאים כולם יחד לפני המזבח, און נאָכמער ב) עס שטייט אין מדרשמד, אַז „העלה עליהם הכתוב כאילו כולם הקריבו ביום ראשון".

381ד. לאידך גיסא:

די כוונה פון אחדות ישראל הנ"ל — אין אַ התוועדות בכלל, ובפרט ביום השבת ושנת השמיטה, ויום ראשון של חנוכה — איז, אַז דער כח האחדות, וואָס גיט צו שלימות ותוקף אין אַלע ענינים, זאָל דערנאָך נמשך ווערן, און דערפון זאָל אויסגעאַרבעט ווערן דער ציור פרטי ועבודה פרטית פון כל אחד ואחת מישראל בשליחותו המיוחדת לשמש את קונו.

וואָס דערפאַר איז געווען דער ציווי של הקב"ה בחנוכת המזבח „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום", און דערפאַר רעכנט אויס די תורה הקרבת כל נשיא בפרט (אע"פ וואָס זיי האָבן מקריב געווען די זעלבע קרבנות) — ווייל די התאחדות פון כל הנשיאים יחד, דאַרף דערנאָך נמשך ווערן אין דער עבודה פרטית פון יעדער נשיא השבט לויטן סדר העבודה פון זיין שבט פרטי, כידוע אַז יעדערער פון די י"ב שבטים במסילתו עולה בקו העבודה שלומה, כל אחד לפום שיעורא דילי'מו (און דערפאַר האָט יעדער נשיא מקריב געווען מיט באַזונדערע כוונותמז).

און אַזוי דריקט זיך עס אויך אויס אין ימי החנוכה (על שם חנוכת המזבח ע"י החשמונאים) — אַז אע"פ וואָס חנוכה איז פאַרבונדן מיט אַ משתה ושמחה לרבים ופרסומי ניסא, האָט יעדער יחיד אַ חיוב אַליין צו אָנצינדן נרות, על פתח ביתו וכו'; און חנוכה באַשטייט פון שמונה ימים פרטיים, און כל יום האָט זיין עבודה וקריאה מיוחדת, און זיין מספר הנרותמח.

וע"ד ווי דאָס איז אין דעם ענין החינוך בכלל: אע"פ וואָס חינוך דאַרף זיין געבויט אויף יסודות של אמת ושל תורת אמת (וואָס אמת איז בשוה בכל מקום ומקום און באַ כל אדם ואדם), דאַרף דער חינוך אָבער זיין אין אַן אופן פון „חנוךמט לנער על פי דרכו"נ, און דוקא דורך דעם איז „גם כי יזקין לא יסור ממנה". ד. ה. אַז די יסודות של אמת (וואָס זיינען בשוה פאַר אַלעמען) דאַרף מען אויך מלביש זיין אין אותיות וואָס זיינען מתאים לכל „נער" על פי „דרכו", דרכו הפרטי המתאים לתכונת נפשו כו'.

ויש לומר, אַז דער ענין — ווי דער כלל (אחדות) דאַרף אַראָפּקומען אין דעם פרט (עבודה פרטית של כאו"א) — איז איינער פון די לימודים וואָס מ'לערנט אָפּ פון היינטיקער קריאת התורה, וואו מ'לייענט אין דער זעלבער קריאה ניט נאָר וועגן התאחדות כל הנשיאים יחד (ומצדם איז מוכנה הקרבת כולם ביום אחד), נאָר אויך וועגן דעם ציווי של הקב"ה „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום", ביז אויך ווי דאָס קומט אַראָפּ (פון ציווי של הקב"ה) אין מעשה בפועל, „ויהי המקריב ביום הראשון את קרבנו נחשון בן עמינדב למטה יהודה גו'".

382ה. ויש לומר נאָכמער:

וויבאַלד אַז דער גאַנצער פרט (דער ציווי פון „נשיא אחד ליום") קומט אַלס תוצאה און בכח פון דעם כלל (הקרבת כל הנשיאים יחד), און דער אופן ווי מ'פירט דורך די כוונה כללית איז דוקא דורך הקרבת „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום" — איז [נוסף לזה וואָס דאָס גיט כח אויף מאחד זיין אַלע נשיאים (אידן) אויך ווי יעדערער שטייט בציור פרטי שלו, איז] דער פרט אין זיך כולל (דעם כח פון) דעם גאַנצן כלל.

ווי דאָס איז אין דעם ענין החינוך כפשוטו: אין דעם חינוך אמיתי „על פי דרכו" גיט מען אַריין אַלע יסודות אמיתיים, נאָר מ'טוט עס אָן אין אותיות ולבושים וואָס זיינען מתאים און אָפּגעמאָסטן לויט „דרכו" פון דעם מחונך.

ביז כפתגם הידוע פון כ"ק מו"ח אדמו"רנא, אַז דער „קמץ אל"ף אָ" וואָס מ'לערנט מיט אַ קינד („על פי דרכו") איז דאָס דער „קמץ אל"ף אָ" פון „אנכי ה' אלקיך"נב, וועלכער איז אין זיך כולל דעם וואָרט „אנכי", וועלכער איז אין זיך כולל דעם ערשטן דיבור, וואָס איז כולל די עשרת הדברותנג, וואָס זיינען כולל כל התורה כולהנד, ביז כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדשנה!

ד. ה. בשעת אַ מאַמע וויגט איין איר קינד מיט אַ לידל אויף די ווערטער „קמץ אל"ף אָ" (אָדער „תורה איז די בעסטע סחורה", וכיו"ב) — כמנהג נשים בישראל — איז אע"פ וואָס דאָס רעדט זיך וועגן אַ פּיצל קינד „בטרם ידע גו' מאוס ברע ובחור בטוב"נו, אַ קינד וואָס איז ניט שיך צו קיין הבנה והשגה (והראי' אַז מ'דאַרף אים איינוויגן), ליגט אין דעם „קמץ אל"ף אָ" דעם „קמץ אל"ף אָ" פון „אנכי" וואָס איז כולל כל התורה כולה.

ועד"ז איז מובן, אַז יעדער ענין פרטי בתורה וואָס מ'לערנט מיט איינעם „על פי דרכו" — איז פאַרבונדן מיט כל התורה כולה, וכנראה אַז בשעת עס קומט צו אַ ידיעה אין איין פרט בתורה, קומט צו בכמה פון זיינע אַנדערע ידיעות בתורה, ביז — אין כל התורה כולה.

ואולי — י"ל יתירה מזו: תינוק במעי אמו „מלמדין אותו כל התורה כולה . . וכיון שבא לאויר העולם בא מלאך וסטרו על פיו ומשכחו כל התורה כולה"נז. ומוכרח לומר אַז דערפון בלייבט אַ רושם אויך נאָך יציאת הולד לאויר העולם — וואָרום אויב ניט שטעלט זיך די שאלה: וויבאַלד אַז דערנאָך „בא מלאך וסטרו על פיו ומשכחו" — וואָס איז די תועלת פון „מלמדין אותו כל התורה כולה", מען טוט ניט אַ זאַך בלי שום תועלת, ובפרט בשעת ער אַליין קומט און איז דאָס משכח? נאָר דער ביאור בזה איזנח, אַז פון דעם383„מלמדין אותו כל התורה כולה" בלייבט אַ רושם (אויך לאחרי דעם „משכחו") וואָס גיט דעם כח (ואחיזה בטבע) אַז אַ בשר ודם המוגבל זאָל קענען בכלל צוטרעטן לערנען און פאַרשטיין תורה, רצונו וחכמתו של הקב"ה, און לערנען איזה חלק וענין בתורהנט; און נאָכמער — אַז אין יעדער ענין פרטי וואָס מ'לערנט, אָנהויבנדיק אפילו פון „קמץ אל"ף אָ", ליגט „כל התורה כולה" (וואָס מ'האָט מיט אים געלערנט במעי אמו).

ו. ובעומק יותר:

דער כלל (אחדות) דאַרף אַראָפּקומען אין דעם פרט (עבודה פרטית), „על פי דרכו" של כאו"א, ניט נאָר בכדי אַז ער זאָל דאָס קענען מקבל זיין נאָר אדרבה: סוף מעשה במחשבה תחלהס, די כוונה „במחשבה תחלה" (תחלת המחשבה, ביז — וואָס איז נאָך העכער

מחשבה, כפירוש הנפלא בחסידותסא) איז דוקא אין „סוף מעשה" (וואָס איז נאָך נידעריקער פאַר מעשה סתם), בשעת דאָס קומט אַראָפּ אין אַ ציור פרטי (פון חינוך ע"פ „דרכו"), ביז אין תכלית הציור פרטי פון מעשה בפועל (וואָס דאָס קען זיין דוקא דורך אַ חינוך „על פי דרכו", ניט דורך אַ חינוך באופן כללי וואָס איז ניט אָפּגעמאָסטן לויט זיינע כלים); און לאידך גיסא: דוקא אין „סוף מעשה" האָט מען „מחשבה תחלה", תחלת המחשבה, דער כלל הכי ראשון, ביז — ווי דאָס איז למעלה מעלה, ביז אין עצמותו ית'.

כידוע אַז די כוונה בעצמותו ית' איז — נתאווהסב הקב"ה להיות לו יתברךסג דירה בתחתונים, דורך מעשה ועבודה בפועל, „למעשה ידיך תכסוף"סד, „מעשינו ועבודתינו"סה („דרכו").

און אין דעם („סוף מעשה") גופא קומט צו אַ הוספה אין „חנוכה": ס'איז מבואר אין די דרושיםסו אַז דער תוכן פון (חנוכה מלשון) חינוך (חנוכת המזבח, חינוך הנער) איז, צו מרגיל זיין איינעם (אָדער אַ זאַך) אין אַ דבר חדשסז, וואָס דערצו דאַרף מען האָבן אַ תוספת כח, וואָרום „כל התחלות קשות"סח, דעריבער איז דער סדר החינוך „על פי דרכו" — „במתנות רבות שנותנים לו", (אָבער) מתנות לפי ערכו (ע"פ דרכו) וואָס וועלן אים צוציען ער זאָל וועלן לערנעןסט, „כמשל התינוק שמחנכין אותו ללמוד נותנין לו מתנה יתירה כדי להרגילו להתחיל בלימוד כו', והיינו שהחינוך אינו ע"י הלימוד בלבד שזהו דבר ההוה לו תמיד אלא שמחנכין אותו ע"י איזו תוספת כמו איזה התקרבות או איזו מתנה". דעריבער האָבן די נשיאים384מקריב געווען אַ ריבוי קרבנות (מער מכפי הרגיל לאחרי זה) בחנוכת המזבח.

ד. ה. אַז אע"פ וואָס דער חינוך איז „ע"פ דרכו" (בערכו) — דאַרף מען דוקא אין דעם אָנקומען צו אַ המשכה חדשה ממקום עליון יותר (ווי אַ סדר הרגיל והוה תמיד) כדי געבן חיזוק צו טאָן די עבודה חדשהע. און דעריבער מוז מען זאָגן, אַז די מעלה פון „סוף מעשה במחשבה תחלה" שטייט נאָכמער בגלוי אין מעשה החינוך — ווייל חינוך האָט ניט בלויז די מעלה פון מעשה וואָס איז הוה תמיד, נאָר דאָס ברענגט אַריין אַ חידוש אין מעשה גופא, אַ שלב חדש אין „מעשינו ועבודתינו", דאַרף עס באַקומען תוספת כח והמשכה פון „מחשבה תחלה" בכדי דאָס קענען אויפטאָן.

וואָס דאָס איז דער תוכן פון חנוכה ונרות חנוכה: „כשעמדהעא מלכות יון הרשעה על עמך ישראל להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך" (און האָבן פורץ געווען בקדושת המזבח) — איז דוקא מצד דעם העלם והסתר (וואָס איז נאָך נידעריקער פון אַ תינוק וואָס מ'דאַרף ערשט מחנך זיין) האָבן אידן געדאַרפט אָנקומען צו אַ „חנוכה" (חינוך) חדשה, אַ התגברות והמשכה חדשה אין „נר מצוה ותורה אור"עב (חנוכת המזבח מחדש), וואָס דאָס איז געוואָרן דורך זייער מס"נ על קידוש השם, „ובכח מס"נ הי' להם כח להמשיך אור התורה מחדש („מבחי' עצמות אוא"ס"), והמשכה זו היא בחי' חנוכה, בחי' מתנה מרובה"עג.

און דערפאַר קבעו הנס בנרותעד — וואָס באַווייזט אויף דעם חיזוק והתגברות חדשה אין „נר מצוה ותורה אור", ובפרט אַז מ'צינדט זיי אָן באופן דמוסיף והולך ואורעה.

ז. דערפון האָט מען דעם לימוד לכל אחד ואחת — פון די התוועדות בשבת חנוכה (וביום ראשון דחנוכה):

בימי החנוכה מדי שנה בשנה דאַרף באַ יעדער איד צוקומען אַ חיזוק והתגברות חדשה (חינוך) אין „נר מצוה ותורה אור" (חנוכת מזבח הפרטי שלו).

הן אין חינוך עצמו, והן אין חינוך הזולת (זיך מאחד זיין מיט אַנדערע אידן, אויך אַזאַ וואָס שטייט נידעריקער, מחוץ פאַר אים), דורך אָנצינדן „נר מצוה ותורה אור" „על פתח ביתו מבחוץ"עו, אַזוי אַז דאָס איז משפיע ומחנך אויך אַ צווייטן אידן וואָס געפינט זיך (דערווייל) „בחוץ"עז.

385וואָס דער כח לזה נעמט מען (פון די קריאה והמשכה פון פ' הנשיאים, כנ"ל ס"ב —) לכל לראש דורך דעם וואָס מ'שטייט באחדות מיט אַנדערע אידן (ווי דער סדר איז באַ יעדער חנוכה (חנוכת הבית כו'), כנ"ל); אָבער דערפון גופא דאַרף עס נמשך ווערן אין אַ ציור פרטי, „ע"פ דרכו", בהתאם צו זיינע כלים בעבודתו הפרטית — סיי בחינוך עצמו און סיי בחינוך הזולת, ביז אין מעשה בפועל, און ביז „סוף מעשה".

און טאָן בכל זה — אין אַן אופן פון מוסיף והולך ואור מיום ליום.

ח. אין דעם אַלעם איז צוגעקומען (במשך הדורות) אַ הוספה והדגשה עיקרית — מצד דעם טאָג פון י"ט כסלו, דער חג הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן — וואָס קומט אַלעמאָל אויס בתוך השבעה ימים שלפני חנוכה. [ובפרט ע"פ הידוע, אַז דער שלימות (המשך) הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן איז געווען בימי חנוכה — „ביום ג' ב' חנוכה" איז דער אַלטער רבי אַנגעקומען פון פּעטערבורג אין וויטעבסק, „והתעכב שם כל ימי החנוכה"עח].

און זייער שייכות איז נאָכמער בהדגשה בקביעות שנה זו — ווען י"ט כסלו איז ביום ראשון בשבוע, וואָס סיום שבוע זה (ביום השביעי) איז דער ערשטער טאָג חנוכהעט, כידועפ אַז „נעוץ סופן בתחלתן ותחלתן בסופן"פא.

ט. דער ביאור החידוש וואָס י"ט כסלו טוט אויף אין חנוכה. ובהקדמה:

כ"ק מו"ח אדמו"ר רופט אָן י"ט כסלו בשם „חג החגים"פב. דאָס הייסט, אַז מען זאָגט: עס זיינען דאָ „חגים", די שלש רגלים, חנוכה אין פורים וכו', און ניט קוקנדיק אויף זייערע גרויסע מעלות, און אַז זיי זיינען מן התורה כו' — איז י"ט כסלו דער „חג החגים", דער „חג" פון אַלע „חגים". שטעלט זיך די שאלה: וואָס איז דער פירוש בזה?

ויש לומר (אחד מן) הביאור(ים) בזהפג: דער תוכן פון דעם חג פון י"ט כסלו (חג הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן) איז — אַז386דעמולט האָט זיך אָנגעהויבן דער עיקר ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה", לימוד פנימיות התורה באופן של הבנה והשגה בשכל האדםפד, באופן פון „יתפרנסון"פה מיני'.

וואָס דער תוכן פון פנימיות התורה איז — נשמתא דאורייתאפו, די נשמה פון גופא דאורייתא. ד. ה. אַז כשם ווי אַ נשמה (לאחרי ווי זי ווערט נתלבש ונתאחד מיט דעם גוף) איז (ניט אָפּגעטיילט פון דעם גוף ח"ו, נאָר איז) די פנימיות פון דעם גוף וכל אברי הגוף, אַזוי איז נשמתא דאורייתא ניט אָפּגעטיילט ח"* ו פון גופא דאורייתא, נאָר פנימיות פון אַלע ענינים אין גופא דאורייתא, דאָס גיט אַרויס דער תוכן פנימי ונשמה פון אַלע דינים אין נגלה דתורה, כולל וועגן די שלש רגלים און וועגן חנוכה ופורים וכו' (ויתירה מזה — פון די פנימיות ונשמה, ווערט עס דערנאָך נשתלשל אין די דינים כפשוטם).

לפי"ז קומט אויס, אַז דער „חג החגים" פון י"ט כסלו איז ניט קיין באַזונדער זאַך פון די אַנדערע חגים, נאָר אדרבה: דאָס גיט די מעגלעכקייט צו פאַרשטיין בהבנה והשגה דעם תוכן פנימי ונשמה פון די אַלע חגים (די שלש רגלים און חנוכה ופורים כו'), און דורך דעם האָבן דעם אמת'ן געשמאַק אין פּראַווען די אַלע חגים, וואָס דאָס באַלעבט און מזה נשתלשלו די אַלע דיני (ושמחת) החג בנגלה דתורה. זיכער דאַרף מען מקיים זיין מצות החג כפשוטם (אין שמחה אלא בבשר ואין שמחה אלא בייןפז וכיו"ב), אָבער תורת החסידות גיט אַריין אַ פנימיות וחיות והבנה אין קיום מצות החג. דעריבער ווערט י"ט כסלו אָנגערופן „חג החגים" — דער „חג" וואָס גיט אַרויס און באַלעבט דעם תוכן פנימי ונשמה פון אַלע „חגים".

ונוסף לזה וואָס י"ט כסלו איז „חג החגים" וואָס גיט אַרויס דעם תוכן פנימי אויך פון חנוכה — יש לומר, אַז די סמיכות פון י"ט כסלו און חנוכה בסדר זמנים בגשמיות (אַז י"ט כסלו איז בתוך שבעה ימים שלפני חנוכה) ווערט נשתלשל פון זייער שייכות רוחנית ופנימית בתוכן הענינים; און דאָס גופּא (די שייכות פנימית ביניהם) ווערט נתגלה דורך י"ט כסלו, כנ"ל.

יוד. והביאור:

בכללות: כשם ווי חנוכה איז געווען אַ נצחון וגאולה פון די יונים וואָס האָבן געוואָלט „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך"פח, וואָס האָט געבראַכט אַ חינוך (התגברות חדשה) אין „נר מצוה ותורה אור" — אַזוי איז אויך י"ט כסלו אַ גאולה פון דעם העלם והסתר אויף „יפוצו מעינותיך חוצה"פט, לימוד פנימיות התורה, וואָס האָט געבראַכט אַ387חינוך (התגברות חדשה) אין „יפוצו מעינותיך חוצה"צ.

ובפרטיות יותר — די דריי ענינים פון „יפוצו", „מעינותיך" און „חוצה"צא:

„מעינותיך": די מעינות פון פנימיות התורה (רזין דרזין דאורייתא), בחי' שמןצב שבתורהצג (שמן פון די נרות חנוכה דקבעוה על נס השמן) — ווי תורה שטייט בשרשה, למעלה מכל הענינים (ע"ד ווי אַ מעין וואָס איז שרש כל מי הנהרות כו').

„חוצה": די „מעינות" דאַרף מען ברענגען ביז אין „חוצה" — ע"ד ווי הדלקת נרות חנוכה (שמן) איז „על פתח ביתו מבחוץ". ד.ה. ניט נאָר לערנען פאַר זיך, נאָר זיך מאחד זיין און מאחד זיין די „מעינות" אויך מיט אַ איד וואָס געפינט זיך אין „חוצה".

„יפוצו": דאָס גופא (ברענגען די „מעינות" אין „חוצה") איז אין אַן אופן פון „יפוצו" — ע"ד ווי הדלקת נרות חנוכה באופן פון „מוסיף והולך ואור": אויב מ'שטייט במקומו (ניט באופן פון מוסיף והולך), קען דאָס האָבן אַלע מעלות אָבער דאָס איז ניט „יפוצו", וואָס מיינט — פאַרשפּרייטן.

ויש להוסיף, אַז אויך דער עצם ענין פון „שמן" (פנימיות התורה) באַווייזט אויף די המשכה למטה מטה, ביז אין „חוצה" — כידוע אַז שמן מפעפע בכל דברצד, אפילו בשעת דאָס רירט אָן נאָר בקצהו קטן, ווערט עס נתפשט אין די גאַנצע זאַךצה.

וואָס דאָס איז דער תוכן פון „יפוצו מעינותיך חוצה"*: מ'זאָל זיין אַ חסיד נוסף על שעת לימוד התורה און עבודת התפלה והמצוות בכלל, נאָר אויך אין „חוצה", אין טאָג טעגלעכן לעבן, און דאָס זאָל דורכנעמען כל חלקי הגוף, נוסף על המוח ולב, נאָר אויך ביז דעם רגלצו, ביז אויך די (הנהגה מיט די) צפרניים (אויך צפרניים שברגל), כידוע פתגם בעל הגאולהצז בנוגע צו „שורפן חסיד"צח, אַז הנהגת החסיד דריקט זיך אויס אויך אין זיין הנהגה מיט זיינע אָפּגעשאָרענע צפרניים, וואָס צפרניים בכלל איז אַ דבר טפל, ביז אַ דבר חיצוני לגמריצט, עאכו"כ לאחרי ווי זיי זיינען אָפּגעשאָרן.

388ביז אַז מ'איז מפיץ די מעינות החסידות אין „חוצה" כפשוטו, אויך ביי אַנדערע אידן וואָס געפינען זיך לעת עתה ברשות הרבים (טורי דפרודאק), ע"ד נרות חנוכה וואָס זיינען מאיר „על פתח ביתו מבחוץ".

ע"ד המדובר לעיל, אַז פון דעם כלל (ווי די מעינות התורה שטייען בשרשן) דאַרף עס אַראָפּקומען אין דעם פרט, „חוצה", חינוך „ע"פ דרכו". ואדרבה: „סוף מעשה במחשבה תחלה", דוקא דורך דעם וואָס די „מעינות" פון פנימיות התורה ווערן נתלבש אין הבנה והשגה („חוצה" שבאדם), ביז אין „חוצה" כפשוטו באופן של „יפוצו", ווערט „נמשך עצם פנימיות התורה", וואָרום די „ירידה והשפלה" אין „סוף מעשה" ווערט נמשך מכח עליון יותר („מחשבה תחלה"), ביז העכער פאַר שרש המעינות עצמן.

עאכו"כ די גאולה (בי"ט כסלו) פון „יפוצו מעינותיך חוצה" (וואָס איז געקומען לאחרי הירידה והעלם והסתר) — נעמט זיך פון אַ מקום נאָך יותר עליון. ע"ד המדובר לעיל אַז דער ענין החינוך (חנוכה) נעמט זיך ממקום עליון יותר.

יא. די הוראה דערפון אין מעשה בפועל — „סוף מעשה במחשבה תחלה":

קומענדיק פון י"ט כסלו און שטייענדיק ביום ראשון דחנוכה — דאַרף צוקומען אַ חינוך והתגברות חדשה אין „יפוצו מעינותיך חוצה", נוסף אויף לערנען פאַר זיך, זיך אויך מאחד זיין מיט אַנדערע אידן, דורך זיי מחנך זיין און צו זיי מפיץ זיין די מעינות החסידות.

ובאותיות אחרות ומתאימות לדורנו זה (כמדובר כמ"פ לאחרונהקא): כל אחד ואחת בדורנו זה האָט דעם ציווי פון נשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר צו ווערן שלוחים און אַרויסגיין אין „חוצה" (אע"פ וואָס ס'איז „חוצה", ואדרבה — וויבאַלד אַז ס'איז „חוצה") בכדי „אָנצינדן ליכטעלעך"קב, „נר ה' נשמת אדם"קג פון יעדער איד, דורך „נר מצוה ותורה אור".

און טאָן אין דעם במעשה בפועל, „סוף מעשה": נוסף אויף רעדן און שטורעמען וועגן דעם, און מעורר זיין אַז אַנדערע זאָלן טאָן — דאָס איז אפשר „מעשה", אָבער ניט „סוף מעשה", במילא אויך ניט „מחשבה תחלה"; „סוף מעשה" הייסט — אַז מ'גייט אַליין אַרויס און מ'רעדט מיט אַ אידן ער זאָל לערנען די מעינות החסידות, אָדער מקיים זיין אָן אַנדערע מצוה (פון „נר מצוה ותורה אור"), וואָס ער האָט נעכטן נאָך ניט געטאָן! — און דוקא דעמולט האָט מען „מחשבה תחלה", תחלת המחשבה והכוונה פון נשיא דורנו, ביז — פון עצמותו ית'.

און טאָן אין דעם באופן פון חינוך „על פי דרכו" („סוף מעשה" בתכלית): מ'לערנט מיט דעם צווייטן די מעינות החסידות, וואָס זיינען אין זיך כולל כל התורה כולה, אָבער מ'איז זיי מלביש אין אותיות וועלכע זיינען ניט „רוב טובה שאין יכול לקבל"קד, נאָר וועלכע זיינען389אַפּגעמאָסטן לויט זיינע כלים בכדי ער זאָל זיי קענען מקבל זיין (ועאכו"כ זיך דערפון ניט אָפּשרעקן), באופן פון מן הקל אל הכבד, כידוע דרכי החינוך.

און דוקא אין דעם „סוף מעשה" ליגט „מחשבה תחלה"!

יב. איינער קען דאָך מיינען: בעסער ער זאָל זיך אַליין זעצן לערנען תורה, תורת החסידות, אָדער מאַכן אַ חסיד'ישען פאַרברענגען און רעדן טיפע ענינים אין השכלה — איידער ער זאָל אַרויסגיין אין „חוצה" און רעדן (און גאָר אַמאָל אויף ענגליש . . .) מיט אַ צווייטן אידן וועגן „אל"ף בי"ת" פון אידישקייט און פון חסידות, רעדן וועגן זאָגן „מודה אני" בבוקר, וועגן וויסן אַז ס'איז דאָ אַן אויבערשטער און ער איז אַן אויבערשטער אויף אים, וכיו"ב — לכאורה גאָר איינפאַכע זאַכן, וואָס האָבן לכאורה כלל וכלל קיין ערך ניט צו טיפע השכלה, און הויכע דרגות אין עבודת ה'קה!

זאָגט מען אים: די כוונה „במחשבה תחלה" איז דוקא אין „סוף מעשה"; די כוונה בבריאת העולם איז ניט אין די עולמות העליונים, נאָר דוקא אין בריאת עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנוקו, און מאַכן דאָרט אַ דירה לו ית' בתחתונים; און ירידת הנשמה בגוף איז ניט צוליב תיקון הנשמה, נאָר בכדי לתקן הגוף ונה"ב וחלקו בעולםקז.

און בכדי דורכפירן די כוונה איז אַמאָל וויכטיקער צו מעורר זיין אַ צווייטן אידן אין „אל"ףבי"ת" פון אידישקייט, איידער אַליין שטייגען בתכלית השלימות כו'.

כסיפור הידוע וואָס דער בעש"ט האָט געזאָגט ר' מרדכי'ןקח: אַ נשמה קומט אַראָפּ דאָ למטה און לעבט אָפּ זיבעציק אַכציק יאָר צו טאָן אַ אידן אַ טובה איין מאָל!

אַ מאמר נפלא: לא בשופטני עסקינן (ועאכו"כ לא ברשיעי) — רעדט מען וועגן אַ אידן וואָס לערנט תורה און איז מקיים מצוות בכל יום ויום במשך זיינע שבעים־שמונים שנה, כולל מצות קריאת שמע, קבלת עול מלכות שמיםקט, דער יסוד פון אַלע מצוות, אויך די מצוה פון טאָן אַ טובה אַ אידן. ועד כדי כך אַז ע"פ שו"ע איז מצות קריאת שמע קודם און דערנאָך גייט ער טאָן אַ טובה אַ אידן (מצות צדקה וכיו"ב)קי; ואעפ"כ זאָגט דער בעש"ט, אַז ירידת הנשמה בגוף קען זיין ניט צוליב מקיים זיין די אַלע מצוות, כולל מצות ק"ש, נאָר בכדי טאָן אַ אידן אַ טובה איין און איינציקען מאָל!!

ועד כדי כך, אַז אפילו אויב ער לעבט ניט בלויז „ימי שנותינו בהם שבעים שנה", נאָר „אם בגבורות שמונים שנה"קיא — איז דאָס אַלץ צוליב טאָן אַ טובה אַ אידן איין מאָל.

זיכער דאַרף ער און מוז מקיים זיין מצות ק"ש ושאר כל המצוות און יעדער טאָג וכו', און ער באַקומט דערפאַר שכר, ש"י עולמות וכו'; אָבער תכלית390ירידת נשמתו בגוף איז ניט צוליב דעם (דאָס וואָלט זיך אָפּגעטאָן אויך בלעדו ובשלימות), נאָר צוליב אַ טובה־טאַן אַ אידן, און דעם איין מאָל — דאָס איז שליחותו דוקא.

אפילו אויב מ'האָט נאָך אַלץ קשיות און מ'פאַרשטייט עס ניט אינגאַנצן — איז דאָך גאַנץ אידישקייט געבויט אויף הקדמת נעשה לנשמעקיב, פריער „נעשה", דערנאָך „נשמע ונבין".

יג. און מ'האָט דעם כלל אַז „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"קיג, מ'האָט זיכער די כחות אויף דעם. ובפרט בנוגע צו „יפוצו מעינותיך חוצה" — ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט כמה פעמיםקיד אַז צוליב דער מסירת נפש פון אַלטן רבי'ן האָט מען גע'פסק'נט אין בית דין שלמעלה אַז „בכל ענין של תורה יר"ש ומדות טובות תהי' יד כל מקושריו והולכי בעקבותיו על העליונה".

מובן ופשוט, אַז דאָס מיינט פדה בשלום, ניט באופן של מלחמה ח"ו נאָר דוקא בדרכי נועם ובדרכי שלום, ווי ער האָט אַליין מדגיש געווען בנוגע לגאולתוקטו, אַז דאָס איז אַ גאולה פאַרבונדן מיט „פדה בשלום"קטז.

עאכו"כ בדורנו זה — ווען עס זיינען ניטאָ די מנגדים און סכנת נפשות וואָס זיינען אַמאָל געווען, נאָר מ'קען מקיים זיין וואָס די רביים ווילן און מפיץ זיין די מעינות חוצה בלי שום התנגדות, בדרכי נועם ובדרכי שלום, כמדובר כמ"פ.

ואפילו אויב אים ווייזט זיך אויס אַז דער וועלכער שטייט כנגדו איז אַ מנגד — קען זיין אַז ער קוקט ניט אין דער ריכטיקער ריכטונג, יענער איז ניט בעולמו; אָדער — אויב ער וועט מיט יענעם רעדן אויפן פּאַסיקן אופן, וועט ער אין אים גופא מגלה זיין די „מעינות", חלקו ב(מעינות ה)תורה — און יענער וועט ווערן זיין ידיד נאמן כל הימים ווייל ער האָט אים געהאָלפן מגלה זיין זיינע ארץ חפץקיז — ווי מ'האָט עס געזען במוחש בכו"כ מקומות.

יד. אין די עבודה הנ"ל איז דאָ אַ הדגשה מיוחדת פאַר נשי ובנות ישראלקיח. ובהקדמה:

ס'איז ידוע די צוויי דיעות בפירוש הגמראקיט אַז „נשים חייבות בנר חנוכה שאף הן היו באותו הנס" [ועד"ז אין דעם וואָס שטייט „אף הן היו באותו הנס" לגבי נס יציאת מצריםקכ ונס פוריםקכא]: איין דיעהקכב — אַז „על ידי אשה נעשה (עיקרקכג) הנס"קכד, און אַ צווייטע391דיעהקכה — אַז „אף הן משמע שאינן עיקר (שהן טפלות)", נאָר אַז זיי זיינען געווען אין דער סכנה מיט אַלע אידן און זיינען ניצל געוואָרן צוזאַמען מיט זייקכו.

ויש לומר אַז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי (וואָרום מ'קען דאָך ניט זאָגן אַז ס'איז דאָ אין דעם אַ מחלוקת במציאות):

דער נס חנוכה (ועד"ז נס יצי"מ ונס פורים) האָט ניט פּאַסירט ברגע אחד ובמאורע אחת ובנס אחד, נאָר דאָס האָט גענומען צייט און באַשטאַנען פון כמה מאורעות ונסים ופרטים.

ועפ"ז קען מען זאָגן: אין איין חלק (וזמן) ונס איז דער (עיקר) געווען ע"י אשהקכז, און אין אַ צווייטן חלק (וזמן) ונס — זיינען די נשים געווען צוזאַמען מיט די אנשיםקכח:

באַ חנוכה: אויך לאחרי דעם נס שנעשה ע"י אשה, האָט מען געדאַרפט אָנקומען צו נאָך נסים כולל בנצחון המלחמה, ועאכו"כ דעם נס פון פך השמן, וואָס אין די אַנדערע נסים זיינען די נשים געווען „גם" צוזאַמען מיט די אנשים.

באַ יצי"מ: אויך לאחרי זה וואָס די נשים האָבט געהאַט קינדער וכו' (וואָס בזכות זה נגאלו), זיינען געווען אַ ריבוי נסים, במשך אַ ריבוי שנים, ביז מ'איז אַרויס פון מצרים. ובנסים אלו זיינען די נשים געווען צוזאַמען מיט די אנשים.

באַ פורים: אויך לאחרי די השתדלות פון אסתר זיינען געווען כמה נסים בהצלת בני ישראל, וואס אין זיי זיינען די נשים (און אסתר) געווען צוזאַמען מיט די* אנשים.

טו. דערפון האָט מען דעם לימוד בנוגע צו די עבודה הנ"ל פון חנוכה מלשון חינוך.

ובפרט אַז דור הולך ודור באקכט. די מעלה פון נשי ובנות ישראל (בדור מצרים ובדור פורים ו)בדור חנוכה טראָגט זיך איבער אויך אין די דורות שלאחרי זהקל. ובפרט ע"פ הידוע אַז רוב נשמות פון אונזער דור זיינען נשמות ישנות, דור הולך פון די דורות שלפנ"ז (און ספּעציעל בדורנו זה וועלכער איז גלגול פון דור יוצאי מצריםקלא):

מ'זעט בפועל אַז אין דעם ענין החינוך האָבן נשי ובנות ישראל אַ הויפּט איינטייל, ובפרט חינוך פון גאָר קליינע קינ־392דער, וואָס איז תלוי (כמעט) אינגאַנצן אין נשים ובנות — ד.ה. אַז דאָס איז ע"ד „על ידי האשה נעשה הנס".

דערנאָך ווען די קינדער וואַקסן אויף, דעמולט איז דער חינוך תלוי אין דעם איש ואשה צוזאַמען; די אשה איז דעמולט בבחי' „אף הן", צוזאַמען מיט די אנשים.

אָבער קדושה לא זזה ממקומהקלב, אויך לאחרי ווי קינדער וואַקסן אויף בלייבט די מעלה פון אַן אשה לגבי האיש („על ידי האשה נעשה הנס") — כידוע אַז די אשה איז „עקרת הבית"קלג, ובפרט — אין איר הענגט אָפּ נקיון ושלימות הבית ברוחניות, (און דערפון ווערט נשתלשל אַז אין איר (בעיקר) הענגט אָפּ נקיון הבית בגשמיות).

ועד"ז איז עס אויך בנוגע צו חינוך במובן הרחב — הפצת היהדות והפצת המעינות חוצה (דער תוכן פון י"ט כסלו און חנוכה, כנ"ל בארוכה). ווי מ'זעט, אַז בכמה ענינים קען אַ אשה מער (ווי אַן איש) מצליח זיין אין משפיע זיין אויף אַנדערע בעניני יהדות והפצת המעינות חוצה [וכמובן — כ"ז באופן של צניעות, מהדרין מן המהדרין].

טז. ויה"ר אַז דורך די הוספה אין „מעשינו ועבודתינו" בכלל — וואָס אין דעם איז תלוי די גאולה [אפילו אויב מ'האַלט אַז מ'איז אַן עניו ושפל, מ'האַלט ניט פון זיך, אָדער ער איז באופן „הצנע לכת עם אלקיך"קלד — זאָגט דער אַלטער רבי אַז אין זיין מעשה ועבודה, „מעשינו ועבודתינו", איז תלוי די גאולה],

עאכו"כ אין „יפוצו מעינותיך חוצה", וואָס ברענגט אתי מר דאָ מלכא משיחא —

די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיחא צדקנו,

און אַלע אידן, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"קלה, „קהל גדול"קלו (לשון יחיד) — „ישובו הנה"קלו, לארצנו הקדושה, און אין ירושלים עיר הקודש, בהר הקודש, בביהמ"ק השלישי, וכספם וזהבם אתםקלז, כולל „כספם וזהבם" הרוחנייםקלח — „מעשינו ועבודתינו",

און מ'וועט צינדן די מנורה של שבעת נרות בביהמ"ק השלישי, ונוסף לזה — אויך נרות חנוכה במנורה של שמונה נרות, און אויך האָבן די שלימות פון עשרה (שירה העשיריתקלט וכו') אין אַלע ענינים,

במהרה בימינו ממש, און אויך בלשון תרגוםקמ — בעגלא דידן ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-0yb58n62

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources