Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 1
489בראשית
ב"ה, מוצאי שבת־קודש אסר־חג שמיני־עצרת — שמת־תורה
שבת בראשית, מברכים חודש מר־חשון, ה'תשמ"ה.
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם,
ה' עליהם יחיו
לויט דער מענטשלעכער נאַטור, ווערט יעדע נייע זאַך — צי דאָס איז אַריינגייענדיק אין אַ נייעם צייט־אָפּשניט, אָדער אָנהויבנדיק אַ נייע אונטערנעמונג, אד"ג — אויפגענומען מיט אַ צוגאָב אינטערעס, און, אין מערסטע פאַלן, אויך מיט אַ צוגאָב גוטע האָפנונגען, שמחה וכו'.
בפרט ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַן עיקר'דיקן צייט־אָפּשניט ווי אַריינגייענדיק אין דעם טאָ־טעגלעכן לעבן פון דעם נייעם יאָר, נאָך אַלע ימים־טובים פון תשרי, אָנהויבנדיק פונדאָסני די רעגולערע וואכענטלעכע קריאת־התורה בציבור מיט פרשת בראשית אין דעם ערשטן שבת נאָך שמחת־תורה א. ז. וו.,
און דאָס אַלעס לויט דער איינשטעלונג פון תורה, תורת־חיים (אָנווייזונג אין א־טעגלעכן לעבן), ווי גערעדט בארוכה באַ מערערע געלעגנהייטן.
מוצאי שבת־קודש: שאז מסדרים סעודה כדי ללוות את השבת (טושו"ע או"ח ר"ס ש. וש"נ. שו"ע אדה"ז שם). וללוות — היינו שגם (הארת) השבת עם המלווים. — ובפע"ח שער השבת ספכ"ד: שהוא סעודה דדוד מלכא. ובסי' האריז"ל כוונת הבדלה ומו"ש: ויאמר דא היא סעודתא דדוד מלכא משיחא. ובזמירות למוצ"ש כו"כ בקשות לביאת אלי' ומשיח.
אסרו־חג: סוכה מה, ב ובפרש"י שם. רמ"א או"ח סתכ"ט ס"ב. שו"ע אדה"ז שם סי"ז.
שמיני־עצרת — שמחת־תורה שבת בראשית: להעיר ממכתב כ"ק מו"ח אדמו"ר דמחרת יוהכ"פ תרפ"ט (אגרות־קודש ח"ב ע' קיט. סה"מ תשי"א ע' 48), אשר בשבת בראשית הוא „כעין השלמה ותוספת אור כי טוב" לשמע"צ ושמח"ת.
שבת בראשית: להעיר מהפתגם הידוע: אַזוי ווי מ'שטעלט זיך שבת בראשית, אַזוי גייט אַ גאַנץ יאָר — לקו"ש ח"א בתחלתו. ח"ב ע' 449. ח"י ע' 190. ולהעיר מפתגם כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע: אַז מען שפּאַנט איין גוט פאַרט מען גלייך (סה"ש תש"ד ריש ע' 81). — ולהעיר מרש"י עה"ת יתרו יט, ה.
חודש מר־חשון: ראה יל"ש מלכים רמז קפד (בסופו). ולהעיר מפרש"י נח ז, יא־יב. ומסיים: יהיו גשמי ברכה. — ומאז בפרט — לאחרי השבועה „לא אוסיף" (ובעיקר לאחרי עבודת בנ"י בחודש תשרי).
נייע זאך: ראה ביאור דחנוכת בית (לאדה"ז במאמרי אדה"ז הנחות הר"פ ע' עט ואילך. סידור עם דא"ח יט, ד ואילך. וראה סה"מ תש"ט ע' 91). — ולהעיר בלקו"ת ברכה צח, ד ואילך בא ביאור הנ"ל בהוספות וכו' — ב(הדגשת) חנוכת ביהמ"ק, משא"כ ב"הנחות הר"פ".
אַריינגייענדיק אין דעם טא־טעגלעכן לעבן פון דעם נייעם יאָר: להעיר מהמנהג הידוע, אשר במוצאי שמח"ת מכריזים ויעקב הלך לדרכו — ראה לקו"ש ח"כ ע' 556, ובהערות שם. וש"נ.
אַלע ימים־טובים פון תשרי: שהוא מרובה במועדות — ב"י לטור או"ח סתצ"ב (ד"ה ומ"ש). שו"ע אדה"ז או"ח סתצ"ב ס"ב. וראה גם השלמה לשו"ע אדה"ז או"ח סקל"א ס"ח. — ולהעיר מסי' האריז"ל דהימים שבין ר"ה ליוהכ"פ הם כמו חוה"מ (אף שאומרים בהם תחנון וסליחות).
אָנהויבנדיק פונדאָסניי . . פרשת בראשית: לפי „המנהג הפשוט בכל ישראל שמשלימין את התורה בשנה אחת" — רמב"ם הל' תפלה רפי"ג. ממגילה כט, ב.
תורת־חיים (אנווייזונג: זח"ג נג, ב.
490וויבאַלד די דאָזיקע מענטשלעכע נאַטור האָט איר אורשפּרונג, ווי אַלע גוטע זאַכן אין דער וועלט — אין דעם רצון (ווילן) פון השם, דער באַשעפער, איז פאַרשטאַנדיק, אַז צוזאַמען דערמיט האָט דער באַשעפער געגעבן דעם מענטשן ספּעציעלע כוחות צו פאַרווירקלעכן די האָפנונגען און גוטע באַשלוסן בכלל, און ספּעציעל אין צוזאַמענהאַנג מיט קריאת־התורה און לימוד־התורה אין דעם נייעם יאָר, אין אַן אופן פון המעשה הוא העיקר — אָראָפּברענגען דאָס אַלץ אין מעשה בפועל אין טא־טעגלעכן לעבן.
און לויט דעם כלל, אַז מאן דיהיב מתנה בעין יפה יהיב (דער וואָס גיט אַ מתנה, גיט מיט אַ פולע מאָס), איז זיכער אַז דער אויבערשטער גיט אַלע נויטיקע כוחות מיט אַ פולער האַנט, ווי אין דעם באַוואוסטן אויסדרוק: מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
הייאָר קומט־צו נאָך אַ נקודה, וואָס שבת בראשית איז גלייכצייטיק אסרו־ג וואָס דער אָפּטייטש אין דעם איז, אַז מ'פאַרבינדט דעם חג מיט דעם טאָג נאָך אים, און, דורך אים, מיט די קומענדיקע טעג פון יאָר, דורך אַריינברענגען אין זיי דעם אינהאַלט און די באַגייסטערונג פון דעם חג, און באַלעבן מיט דעם דאָזיקן גייסט די אגטעגלעכע הנהגה, ט־איין ג־אויס, ביז דער חג וועט ווידער קומען אין אַ יאָר אַרום, און אָפּפרישן און פאַרשטאַרקן אַלע כוחות אין אַלע ענינים פון דעם חג,
ובפרט אין אסרו־חג פון שמיני־עצרת און שמת־תורה וואָס איז פאַרבונדן מיט סיום־התורה והתחלת־התורה וקריאה בציבור, מיט אַלע הוראות וואָס זיינען דערמיט פאַרבונדן, אַריינרעכנדיק די הוראה אויף לימוד התורה — פון יעדן איינעם אַלס יחיד און — לימוד בציבור, יעדנפאַלס לימוד ברבים און מיט אַ רבים.
491דאָס אויבנגעזאָגטע קומט אַלס הקדמה צו דער כוונה פון דער דאָזיקער ווענדונג בנוגע מעשה בפועל, און דאָס איז — די הצעה און האַרציקע בקשה, אַז יעדער איד, מאַן אָדער פרוי —
וואָרום פרויען זיינען מחוייב צו לערנען (הלכות ה)תורה: די ענינים וואָס האָבן אַ שייכות צו אַלע מצוות אין וועלכע פרויען זיינען מחוייב מיט מענער צוגלייך, אַריינרעכנדיק די עיקר'דיקע מצוות פון אמונת־השם, אהבת־השם, יראת־השם, אא"וו, וואָס אַלע אידן, אַן אונטערשייד, זיינען אין זיי מחוייב שטענדיק, יעדע רגע, ווי אויך אַלע מצוות לא־תעשה וכו' —
זאָל נעמען אויף זיך — אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם נייעם יאָר — נייע (צוגאָב) שיעורים אין לימוד התורה, יעדער איינער און איינע לויט זיין (איר) פאַרשטאַנד; ועל אחת כמה וכמה די וואָס האָבן נאָך ביז איצט ניט אַ קביעת־עתים בתורה;
און נעמען זיך צו דעם מיט אַ באַנייטער לעבעדיקייט, באַגלייט מיט אַ צוגאָב אמת'ע שמחה וואָס בחר בנו מכל העמים ו נתן לנו את תורתו (דער אויבערשטער האָט אונז אויסגעקליבן פון אַלע פעלקער און האָט אונז געגעבן — נתינה בעין יפה, ווי דערמאָנט אויבן — זיין תורה).
און אויך די וואָס האָבן, לכאורה, אַ פולע מאָס שיעורים בתורה, וועלן זיכער וועלן מקיים זיין דעם אָנזאָג מעלין בקודש, וואָס האָט (אויך) דעם אָפּטייטש, אַז מ'הויבט זיך אויף העכער, צוגעבן אין איכות פון לימוד התורה — מיט מער טיפקייט און מיט מער באַגייסטערונג, לעבעדיקייט און שמחה.
נעמענדיק אין אַכט דעם כלל גדול בתורה, ואהבת לרעך כמוך, וואָס איז אין צוגאָב צום זיין אַ כלל גדול, אויך אַן עיקר פון דער תורה,
און לויט אַ צווייטן ענלעכן אָנזאָג, אַז התורה — תחילתה גמילות־חסדים וסופה גמילות־חסדים (די תורה הויבט זיך אָן מיט טאָן חסד און ענדיקט זיך מיט טאָן חסד); וואָס אונטערשטרייכט די העכסטע וויכטיקייט צו העלפן אַ צווייטן אפילו אין געוויינלעכע באַדערפענישן, על אחת כמה וכמה צו העלפן אַ צווייטן אין די492באַדערפענישן פון דער נשמה, וואָס זי איז חלק אלוקה ממעל ממש (אַ טייל פון טלעכקייט ממש) און באַלעבט אויך דעם גאַנצן גוף; העלפן אין נצחיות'דיקע ענינים פון תורה און מצוות וואָס זיינען חיינו ואורך ימינו (אונזער לעבן און לאַנגע טעג) —
קומט די צווייטע הצעה און אינערלעכע בקשה, אַז יעדער איינער און איינע זאָל טאָן אַלץ וואָס נאָר מעגלעך צו באַווירקן אידן, וואָס מער אידן, צו קובע זיין (באַשטימען פעסט און רעגלמעסיק) שיעורים אין תורה אויב זיי האָבן זיי ניט, און אַ הוספה אין זיי — אויב זיי האָבן שוין שיעורים.
און זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז אין אַלע ענינים פון לימוד התורה איז יפה שעה אחת קודם, וואָס פריער, ניט אָפּגעלייגט; וואָרום יעדע רגע וואָס מ'קען אָנפילן מיט תורה וואָס גייט פאַרלאָרן, איז אַן אבידה שאינה חוזרת (אַ פולשטענדיקער פאַרלוסט), וויבאַלד אַז אַ צווייטע פרייע רגע מוז דאָך אָנגעפילט ווערן מיט תורה מצד זיך אַליין און אין דער פולסטער מאָס, „בלייבט ניט" צייט דערגענצן וואָס ס'איז פאַרפעלט געוואָרן פריער.
כדי די דערמאָנטע השתדלות (צו באַווירקן אידן איינצופירן באַ זיך און אין דער גאַנצער סביבה (צוגאָב) שיעורים אין תורה) זאָל זיין ווירקזאַם אין דער פולסטער מאָס, איז כדאי דאָס ניט צוזאַמענמישן מיט אַן אַנדער טעטיקייט, ווי וויכטיק זי זאָל זיין;
דער ענין פון קביעת־עתים בתורה און פאַרשטאַרקן דעם לימוד התורה איז קובע ברכה לעצמו — אַ הויפּטזאַך פאַר זיך אַליין, ניט אַ בייזאַך אָדער אַ טייל פון אַ זאַך.
ויהי רצון, אַז לויט רש"י'ס הוראה (אָנווייזונג) בראשית (אין אָנהויב) פון זיין פירוש אויף פ' בראשית, אַז די גאַנצע בריאה וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן (הימל און ערד מיט אַלעם וואָס עס געפינט זיך אין זיי), איז דאָס אַלץ צוליב ב' ראשית — צוויי זאַכן וואָס ווערן אָנגערופן „ראשית": די תורה, און די אידן (וואָס493האָבן באַקומען די תורה, לערנען תורה און זיינען מקיים די תורה און אירע מצוות); וואָס דערפון איז נאָך מער פאַרשטאַנדיק די לעבנסוויכטיקייט פון לימוד התורה, און אַז יעדע הוספה אין דעם, מיט לעבעדיקייט און שמחה, ברענגט אַ צוגאָב ברכה פון דעם אויבערשטן אויך אין אַלע פּערזענלעכע ענינים, סיי בגשמיות (ארץ) און סיי ברוחניות (שמים) —
זאָל דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין, אַז דאָס זאָל מקויים ווערן באַ יעדן איינעם און איינע, בתוך כלל ישראל, און דער יאָר תשמ"ה זאָל זיין אַ שנת תורה שנת שמחה שנת אורה און שנת ברכה אין אַלע הינזיכטן, מיט אמת'ע מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, וואָס ברענגט נאָך מער הצלחה אין לימוד התורה, און אין לימוד התורה המביא לידי מעשה;
און אַז שוין פון דעם מוצאי־שבת־קודש מברכים חודש מרחשון זאָלן נמשך ווערן בטוב הנראה והנגלה אַלע ג־טלעכע ברכות, פון דעם שבת אין יעדן טאָג פון דער וואָך, און פון ראש־חודש אין אַלע טעג פון דעם חודש, און פון דעם חודש מרחשון וואָס איז דער ערשטער „וואָכעדיקער" חודש פון יאָר נאָך דעם חודש השביעי, דער חודש וואָס איז אָנגעזעטיגט (מלשון שובע) מיט כל טוב — אין אַלע חדשים פון דעם גאַנצן יאָר.
ובפרט די ברכה העיקרית, אויף וועלכע מען האָפט טא־טעגלעך כל היום (דעם גאַנצן טאָג) — גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, וידעו כי אתה שמך ה'* לבדך עליון על כל הארץ.
בכבוד ובברכה להצלחה
ולבשורות טובות
לעבנסוויכטיקייט פון לימוד התורה: להעיר אשר דוקא לאחר קריאתו בתורה (אף ש"אינה עבודה") וברכות התורה — מברך כה"ג ביוהכ"פ שבע ברכות וכו' (רמב"ם הל' עבודת יוהכ"פ ספ"ג — השיעור רמב"ם דיום זה (דג"פ)). — וצ"ע שלא הביא הרמב"ם ההמשך בגמרא שם (יומא ע, א): ואח"כ כאו"א מביא ס"ת כו' (דמדעשו כן משמע ששייך זל"ז) — אף שהביא (בספ"ד שם) וכל העם מלווין אותו. ואכ"מ.
לעבנסוויכטיקייט פון לימוד התורה: ראה לקוטי לוי"צ לזח"א ע' סד ואילך.
מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, וואָס ברענגט נאָך מער הצלחה אין לימוד התורה: ראה עירובין (סה, א). רמב"ם הל' דעות ספ"ג ורפ"ד.
המביא לידי מעשה: דלאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא צ"ל צילותא והשתדלות יתירה (עירובין שם. המשך תרס"ו ע' שצ ואילך. שם ע' תכ ואילך).
פון דעם שבת אין יעדן טאָג פון דער וואָך: דמיני' מתברכין כולהו יומין — זח"ב סג, ב. פח, א.
פון ראש־חודש אין אַלע טעג פון דעם חודש: ראה לקו"ת ר"ה נח, א־ב. עט"ר בתחילתו. אוה"ת ר"ה (כרך ה) ע' ב'עז ואילך. ועוד.
חודש השביעי . . אַנגעזעטיגט (מלשון שובע) מיט כל טוב: כתורת הבעש"ט הידועה — „היום יום" כ"ה אלול. כש"ט (הוצאת קה"ת) הוספות סי' לא. וראה לקו"ש ח"כ ע' 555, ובהערות שם. וש"נ.
וידעו כי אתה שמך ה' (כל התורה שמותיו של הקב"ה — רמב"ן בהקדמתו עה"ת. יונת אלם פכ"ט. ועד"ז זח"ב פז, א) לבדך (— שלא בערך, וגם נמשך להיות) עליון על כל הארץ (תהלים סיום מזמור פג).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-tw5akqzd