עברית
Library

Likkutei Sichos

Noach 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

23נח ב

א. בנוגע די ערשטע פערציק טעג פון מבול זיינען דאָ צוויי פסוקים וואָס זיינען לכאורה בסתירה איינער צום צווייטן: פריער שטייטא: „ויהי הגשם על הארץ ארבעים יום וארבעים לילה", אָבער דערנאָך שטייטב — „ויהי המבול ארבעים יום על הארץ" (אַז שוין אין די ארבעים יום איז געווען ניט נאָר אַ גשם, נאָר אויך „מבול"ג — „שבלה את הכל כו'"ד).

זיינען חז"לה מבאר — און רש"י ברענגט עס בפירושו על התורהו: „כשהוריד הקב"ה המים הורידם תחלה ברחמים . . שאם יחזרו יהיו גשמי ברכה לא חזרו הי' מבול".

ווי מען לערנט בפשטות, איז די כוונה אין דעם תירוץ — אַז די צוויי פסוקים ריידן וועגן באַזונדערע זמנים: „ויהי הגשם" רעדט וועגן דער צייט פון תחלת הורדת המים, וואָס דאַן איז עס געווען אין אַן אופן אַז „אם יחזרו יהיו גשמי ברכה"; און „ויהי המבול" רעדט וועגן דעם שפּעטערדיקן זמן, נאָך דעם ווי ס'איז נתברר געוואָרן אַז „לא חזרו" און דער גשם איז נתהפך געוואָרן למבול; און דאָס איז פאָרגעקומען גלייך אין ערשטן טאָג (פון די ארבעים יום), וכמפורש „ויהי המבול ארבעים יום" [וואָרום וויבאַלד אַז די מי המבול זיינען געווען רותחיןז, איז דאָך ניט שייך געווען אַז מען זאָל בלייבן לעבן אפילו אַ זמן קצר. קומט אויס, אַז די אפשריות לתשובה איז געווען אַ זמן קצרח].

עס איז אָבער תמוה: אין פסוק שטייט דאָך בפירוש „ויהי הגשם על הארץ24ארבעים יום וארבעים לילה", אַז די אַלע פערציק טעג (און ניט נאָר בתחלת הירידה) איז געווען אַ גשם?!

— ווען אין פסוק „ויהי הגשם" וואָלט ניט געשטאַנען „על הארץ", וואָלט מען געקענט פאַרענטפערןט, אַז די מציאות פון מבול — „שבלה את הכל כו'" — איז געוואָרן ווען די מים זיינען געקומען „על הארץ". ד. ה. ביי אַראָפּקומען פון „שמים" (די אַלע פערציק טעג) —

„כשהוריד הקב"ה כו'" — איז עס געווען גשם (גשמי ברכה), נאָר קומענדיק „על הארץ", וויבאַלד אַז בארץ למטה איז געווען אַ מצב פון „ותשחת הארץ . . השחית כל בשר . . על הארץ"י, איז דאָרטיא פון דעם „גשם" געוואָרן אַ „מבול".

דער פסוק זאָגט אָבער „ויהי הגשם על הארץ" — אַז ניט נאָר די הורדה מן השמים איז געווען ברחמים, נאָר אויך ביים קומען על הארץ איז עס געווען „גשם"יב, און דאָס האָט אָנגעהאַלטן ארבעים יום, כנ"ל.

ב. ויש לומר הביאור בזה:

אויפן פסוקיג „כי לימים גו' אנכי ממטיר גו' ארבעים יום וארבעים לילה" זאָגן חז"ליד — און רש"י ברענגט עס אַראָפּ (בשינוים) בפירושו על התורהטו — אַז דער טעם וואָס דאָס איז געווען במספר ארבעים דוקא איז: „כנגדטז יצירת הולד שקלקלו להטריח ליוצרם לצור כו'".

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס די מי המבול האָבן יורד געווען ארבעים יום מיינט (ניט אַז יעדן טאָג איז צוגעקומען נאָך אַן עונש, נאָך אַ טאָג פון מבול, נאָר) אַז דאָס איז איין עונש וואָס האָט זיך געצויגן פערציק טעג. אין אַנדערע ווערטער — אַז די אַלע ארבעים יום זיינען (בלשון הראגאטשאווער בנוגע לכמה עניניםיז) אַ נקודה אחת.

וע"ד ווי די ארבעים יום פון יצירת הולד זיינען איין ענין, אַ יצירה וואָס דויערט ארבעים יום — אין דעם זמן פון נאָך די ארבעים יום ביז דעם סוף פון די תשעה חדשים פון הריון ווערן געשאַפן די פרטים פון דעם ולד, צורת אבריו וגידיו, וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן שריט נאָך שריט און יעדער פון זיי איז אַ זאַך פאַר זיך; לדוגמא: כללות היד, דערנאָך — פאַנאַנדערטיילונג אין פינגער, דערנאָך יעדער פינגער אין פרקים, דערנאָך ציפרנים און גאָר בסוף הזמן — נגמרו ציפרניויח. משא"כ במשך די ערשטע ארבעים יום טוט זיך אויף25בלויז איין ענין — כללותיט יצירת הולדכ.

עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק ווי ס'איז ניטאָ קיין סתירה צווישן די צוויי פסוקים — ווייל אויך לפירוש הנ"ל אַז „ויהי הגשם" באַציט זיך אויף תחלת הורדת המים („הורידם תחלה") — אַז די ירידה איז געווען אין אַן אופן פון „אם יחזרו יהיו גשמי ברכה" — האָט עס כולל געווען די מים פון אַלע ארבעים יום. וואָרום דער „הורידם" פון הקב"ה איז געווען איין הורדה וואָס האָט כולל געווען די כמות מים, דאָס גאַנצע וואַסער וועלכע ירדו על הארץ (אַלס גשמי ברכה) אין די ארבעים יום (כנ"ל).

נאָר גלייך נאָך דער הורדה ווען ס'איז נתברר געוואָרן אַז „לא חזרו", איז „ויהי המבול ארבעים יום" — די וואַסערן פון יעדערן פון די מ' יום איז געוואָרן (אַנשטאָט גשמי ברכה —) אַ מבול וואַסער*20.

ג.לויט דעם ביאור וועט אויך פאַר־* ענטפערט ווערן דער שינוי לשון אין די צוויי פסוקים: אין ערשטן פסוק שטייט „ויהי הגשם על הארץ (און ערשט דערנאָך קומען די ווערטער) ארבעים יום וארבעים לילה", משא"כ אין צווייטן פסוק (ביים מבול) שטייט „ויהי המבול ארבעים יום על הארץ" —

ווייל ע"פ הנ"ל איז דער טייטש פון די ווערטער „ארבעים יום" אין צווייטן פסוק אַנדערש ווי אין דעם ערשטן:

דער פסוק „ויהי המבול גו'" קומט זאָגן וויפיל זמן דער מבול האָט געדויערט, און דעריבער קומען די ווערטער „ארבעים יום" גלייך בסמיכות צו „ויהי המבול" — „ויהי המבול ארבעים יום (על הארץ)" — וואָס מיינט כפשוטו, אַז דער מבול האָט זיך געצויגן (בפועל) פערציג טעג (על הארץ);

משא"כ דער פסוק „ויהי הגשם גו'" קומט (ניט דערציילן וויפיל זמן עס האָט אָנגעהאַלטן דער גשם — וואָרום דער ענין פון „גשם" (ד. ה. די אפשריות אויף גשמי ברכה) איז בלויז געווען בתחלת ההורדה (און גלייך דערנאָך איז עס נהפך געוואָרן למבול), כנ"ל — נאָר דער פסוק איז אויסן צו) זאָגן „ויהי הגשם על הארץ": די מים „על הארץ" איז געווען אין אַן אופן פון „ויהי הגשם" — „אם יחזרו יהיו גשמי ברכה" — ומוסיףכא (ניט נאָר די מים פון דער ערשטער צייט, נאָר) פון די אַלע ארבעים יום וארבעים לילה, שוין דאַן בתחלת ההורדה האָט דער גשם געהאַט די כמות המים פון מ' יום (גשמי ברכה).

ד. מען דאַרף נאָך אָבער האָבן הסברה:

דער ענין פון „ארבעים יום כנגד יצירת הולד" איז בלויז אַ טעם אויף דעם וואָס די ארבעים יום של מבול (אַלס עונש) זיינען איין נקודה (ע"ד ווי די מ' יום של יצירת הולד); וואָס פאַר אַ שייכות אָבער האָט דער מספר פון מ' יום צו די „גשמי ברכה" וואָס צוליב דעם זיינען אויך זיי געווען במספר ארבעים און אַלס איין נקודה?

וועט מען דאָס פאַרשטיין פון דעם26ביאור (פנימי) אין ענין המבול, אַז „המבול בא לטהר את הארץ . . כי מלאה הארץ חמס ונתקלקלה מאד והי' נצרך לטהרה ולזאת בא המבול . . כדוגמת המקוה מ' סאה שהיא מטהרת את הטמא"כב.

און דערפאַר ווערט דער מבול גופא אָנגערופן „מי נח"כג, וואָס דער נאָמען „נח" איז ע"ש נייחא — „נייחא לעליונים נייחא לתחתונים"כד — ווייל דאָס וואָס דער מבול איז אַן ענין של עונש כו' איז בלויז מצד אנשי דור המבול; אָבער מצד (עצמו איז עס מי נח — ווי מצד) נח איז עס אַן ענין פון נייחאכה, טהרת הארץ.

עפ"ז קען מען טייטשן „ויהי הגשם על הארץ ארבעים יום גו'" כפשוטו — אַז דער גשם (גשמי ברכה) האָט זיך געצויגן (בפועל) פערציק טעג, און אעפ"כ איז דאָס קיין סתירה ניט אַז אין די זעלבע פערציק טעג איז געווען מבול — ווייל דער מבול איז בפנימיותו גשמי ברכה („נייחא") פאַר דער וועלט,

יתרה מזה י"ל: יעדער טאָג האָבן די* מים געטאָן צוויי זאַכן: מטהר את הארץכו און „בלה את הכל".

[און ווי דאָס איז אויך מרומז אין וואָרט „מבול" גופא: „מבול" איז פון לשון „בול" (בתוספת מ"ם בתחלתו)כז, וואָס דער וואָרט „בול" ווייזט אויף (גשמי) ברכה, כמחז"לכח עה"פכט „בירח בול" (וואָס דאָס גייט אויף חודש חשון ווען עס גייען גשמי ברכה) — „בזמן שהארץ עושה בולים בולים"ל].

און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס די ארבעים יום פון גשמי ברכה זיינען איין נקודה — ווייל דער מספר ארבעים יום פון טהרת הארץ איז כנגד די מ' סאה של מקוה, וואָס דער שיעור פון מ' סאה איז (ווי דער ראָגאַטשאָווער איז מאריךלא) אַן „עצם אחד".

ה. אָט די ברכה אין ענין המבול — אַז דורך אים איז געוואָרן טהרת הארץ — איז אויך אָנגעדייטעט אין דעם מחז"ל הנ"לה „כשהוריד הקב"ה המים הורידם תחלה ברחמים כדי להראות לעולם שאם ישובו יקבלם . . שאם יחזרו יהיו גשמי ברכה":

דער קלקול הארץלב לפני המבול האָט דערפירט צו אַזאַ שפל המצב פון דער וועלט, ביז אַז „לא הי' שייך בירור"לג, וואָס דערפאַר האָט דער דור המבול ניט תשובה געטאָןלד; און דאָס איז געווען דער אויפטו פון מבול — „לטהר את הארץ", אַז דאָס האָט אַריינגעגעבן אין27וועלט דעם כח אויף תשובה, „להראות לעולםלה שאם ישובו יקבלם".

און דאָס איז רמז וכוונת הכתוב „ויהי הגשם על הארץ": אע"פ אַז די אנשי דור המבול „לא חזרו" (און פאַר זיי איז געוואָרן אַ מבול), זיינען די „גשמי ברכה" וועלכע „הוריד הקב"ה . . ברחמים" ניט געבליבן למעלה (ניט אַראָפּ בפועל דאָ למטה), נאָר דאָס האָט אויפגעטאָן אין ארץ („ויהי הגשם על הארץ") אַ פעולה, אַז מ'האָט דעם כח אויף תשובה.

און דורך דעם איז מען מבטל דעם מבול (שבמים — רתיחה וכיו"ב) און עס ווערט „גשמי ברכה" בפשטותלו.

און ווי חז"ללז זאָגן בנוגע צו די ארבעים יום, אַז „מ' יום בכל שנה היו אותם הימים עושים רושם בעולם, עד שעמד שלמה ובנה את ביהמ"ק ופסקו אותם מ' יום", און דערפאַר ווערט דער חודש (חשון) אָנגערופן „ירח בול" — „מבול . . כתיב חסר מ' כנגד ארבעים יום שפסקו", ובמילא איז געוואָרן „בול" — „שהארץ עושה בולים בולים"כח, גשמי ברכה בפשטות.

ווייל דורך בנין ביהמ"ק, וואָס האָט אויפגעטאָן אַ שינוי וזיכוך אין וועלט, אַ ליכטיקייט פון מקדש — דורך די חלונות שקופים אטומיםלח, איז בטל געוואָרן דער „רושם" וואָס איז געבליבן פון דעם מבול, ביז אַז עס איז געוואָרן גשמי ברכה בפשטות, „בול".

און די שלימות פון טהרת הארץ וועט זיין לעתיד לבא, ווען מ'וועט האָבן ניט נאָר דעם „בול", נאָר אויך דעם מ"ם פון „מבול" וועט נתהפך ווערן לטוב,

וואָרום די ארבעים יום פון טהרת הארץ — „כדוגמת המקוה מ' סאה" — זיינען דאָך די בחינה פון מ"ם סתומה [בדוגמת מקוה און מ' סאה דמקוה וועלכע זיינען בחי' מ"ם סתומהלט], וואָס דאָס האָט מאיר געווען בגילוי אין תיבת נחמ,

און דערפון האָט מען דעם כח צו מהפך זיין דעם מ"ם פון מבול — דער מ"ם פתוחה וואָס איז מרמזמא אויף גלות — אַז עס זאָל ווערן אַ מ"ם סתומה, וואָס איז מרמזמא אויף גאולהמב, „לםרבה המשרה ולשלום אין קץ"מג,

בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ נח תשמ"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-aysa460x

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources