עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeira 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

79וירא ב

א. חז"ל זאָגןא, אַז „בשכר שאמר אברהם אבינו ואנכי עפר ואפרב זכו בניו לשתי מצות אפרג פרה ועפר סוטה".

עס איז ידוע, אַז דער אויבערשטער גיט שכר אין אַן אופן פון מדה כנגד מדהד. איז דערפון מובן אויך בנדו"דה, אַז די שייכות פון די צוויי מצוות „אפר פרה ועפר סוטה" צו אמירת אברהם „ואנכי עפר ואפר", איז ניט נאָר מצד דעם דמיון פון די ווערטערו („עפר ואפר"), נאָר ווייל דער תוכן פון די צוויי מצוות איז ענלעך צום תוכן פון הנהגת אברהם באופן פון „ואנכי עפר ואפר" (ענווה ושפלות בתכליתז) — דאַרף מען פאַרשטיין, אין וואָס באַשטייט די תוכנ'דיקע שייכות ביניהם.

לכאורה איז, אדרבה: דער תוכן (פנימי) פון פרה אדומה איז גאָר אַן ענין הפכי פון עבודתו של אברהם:

מדתו של אברהם איז מדת החסד, אברהם אוהביח, וכידוע אַז אברהם איז געווען אַ נדיב בממונו בגופו ובנפשוט, ביז אַז „אמרה מדת החסד כל ימי כו' אברהם עמד שם במקומי"י — ער האָט מחליף געווען מדת החסד;

משא"כ פרה אדומה איז ענינה גבורה בתכלית, ווי עס שטייט אין זהריא אַז „פרה דקבילת מן שמאלא" (ובפרט ע"פ המבואר אין כתבי האריז"ליב, אַז פרה, בתוספת ה"א, איז מרמז אויף די אַלע ה' גבורות); און דערצו איז עס „(פרה) אדומה", וואָס אויך דער מראה אדום איז מרמז אויף גבורותיג — און נאָכמער: זי דאַרף זיין „תמימה באדמימות"יד — גבורות בתכליתטו.

ויתרה מזה זאָגט ער אין מדרשטז אַז די אַלע פיר תנאים בפרה: אדומה תמימה אשר אין בה מום אשר לא עלה עלי' עול — גייען אויף די פיריז גליות.

80ווען דער מדובר וואָלט דאָ געווען וועגן מי החטאת (פון פרה אדומה), וואָלט קיין תמי' ניט געווען, וואָרום מים (שיורדים ממקום גבוה למקום נמוךיח) זיינען בחי' חסדיט (ובפרט מי חטאת וועלכע זיינען „מים חיים"כ); אָבער די הדגשה דאָ איז דוקא אויף אפר פרהכא, וואָס דער אפרכב קומט דאָך פון דער פרה גופא.

ב. וי"ל דעם ביאור אין דעם:

עס איז ידועכג אַז עס זיינען פאַראַן צוויי אופנים אין מדת החסד:

איין אופן איז — חסד „מצד הגדולה"כד. ע"ד ווי מיר זעען ביי אַ מלך גדול אָדער ביי אַ שר ועשיר מופלג, אַז צוליב זייער הרגש הגדלות שטייען זיי אין אַ תנועה פון נדיבות בהרחבה גדולה, אויף צו משפיע זיין „רב טוב וחסד לכל הבריות כקטן כגדול"כה. [וואָס דערפון קען נשתלשל ווערן למטה דער ענין פון חסד דקליפה — חסד דישמעאלכו — וואָס קומט באַ ישמעאל'ןכז מצד גבהות וגסות, „בכדי להראות את עשרו ותפארת גדולתו ולהיות לו לשם ולתפארת"כח].

אַ צווייטער אופן אין חסד איז — חסד דאברהם, וואָס דער חסד איז, אדרבה, פאַרבונדן מיט ביטול ושפלות דוקא, „ואנכי עפר ואפר": מצד דעם וואָס ער האָט זיך געהאַלטן קלענער פון אַלעמען — „משים עצמו כשיריים"כט — דעריבער האָט ער משפיע געווען חסד צו אַלעמען.

וואָס דער אויפטו און יתרון מעלה אין דעם אופן השפעת חסד איז ניט נאָר אין דעם, וואָס דער וואָס איז ביי זיך בטל ושפל מאד, האַלטנדיק אַז אַלע אַנדערע זיינען „חשובים ממנו", גיט ער אַוועק דעם צווייטן „מכל אשר לו"ל און זיך איז ער מפרנס „מהשיריים והמותרות" [משא"כ דער וואָס זיין חסד קומט מצד הגדולה, לאָזט ער דעם עיקר פאַר זיך, און דעם צווייטן גיט ער נאָר די שיריים] — נאָר נאָכמער (ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין לקו"תלא), אַז „אפילו מגיע לו ריעותא מהגמילות חסד" איז מען זיך ניט מונע מלגמול חסד.

81און ווי מען געפינט עס ביי אברהם'ן, וואָס זיין חסד איז געווען (כנ"ל) מצד דעם וואָס ער האָט זיך געפילט ווי „עפר ואפר", אַז ניט נאָר איז ער געווען גרייט צו שטעלן אין סכנהלב זיין חיי הגוף בכדי צו העלפן אַ צווייטן

— ווי דערציילט אין פ' לךלג (וואָס דאָרט איז דער ערשטער סיפור (מפורש) פון אברהם'ס התעסקות אין מדת החסד), אַז צוליב דעם ענין פון פדיון שבויםלד (אמת טאַקע אַז אין חסד גופא, איז דאָס אַ „מצוה רבה"לה) האָט זיך אברהם געשטעלט אין סכנהלו און געפירט אַ מלחמה מיט מלכים גיבוריםלז —

נאָר נאָכמער, אַז ער האָט צוליב דעם „אַוועקגעגעבן" אויך פון זיין רוחניות. ווי דערציילט בהתחלת הסדרהלח, אַז בשעת עס זיינען געקומען די „שלשה אנשים" האָט אברהם אבינו געזאָגט צו דעם אויבערשטן „להמתין לו עד שירוץ ויכניס את האורחים"לט. ד. ה. אַז צוליב הכנסת אורחים איז ביי אברהם'ען געווען רעכט צו איבעררייסן דעם ענין פון קבלת פני השכינה — און ווי די גמראמ לערנט אָפּ דערפון אַז „גדולה הכנסת אורחין (יותרמא) מהקבלת פני שכינה".

ג. ס'איז אַ דבר המובן, אַז פאַר אברהם'ן, וואָס זיין גאַנץ לעבן איז געווען (ניט קיין חיים בשריים, נאָר) חיים רוחנייםמב, איז דער אָפּלאַזן „הקבלת פני שכינה" אַ גרעסערע מסירת נפש — און גרעסער באין ערוך — ווי דאָס איינשטעלן חיי הגוף שלו.

נאָכמער: צוליב וועלכע אורחים האָט אברהם איבערגעריסן דעם מצב פון „הקבלת פני שכינה" — פאַר אַזעלכע וואָס (ער האָט געמיינט, אַז זיי) זיינען „(ערביים ש)משתחווים לאבק רגליהם"מג — ניט סתם עובדי עבודה זרה, נאָר דער נידעריגסטער (— נאָך נידעריגער און נאָר אבק לגבי רגליהם —) אופן פון עבודה זרה!

קומט אויס, אַז אברהם האָט זיך אָפּגעריסן פון די העכסטע דרגות ברוחניות, ווי ס'איז דער ענין פון „הקבלת פני שכינה"

— וואָרום אויך אין די זמנים ווען ביי אברהם'ען איז ניט געווען דער מצב פון „הקבלת פני שכינה" איז ער געווען אַ מרכבה לה', כל ימי חייו, ווי דער82אַלטער רבי זאָגטמד וועגן די אבות, אַז „כל ימיהם לעולם לא הפסיקו אפילו שעה אחת" פון צו זיין אַ מרכבה; פאַרשטייט מען דעם עילוי בשעת „וירא אליו ה'", די התגלות בראי' צו אברהם'ן —

כדי צו אַרויסהעלפן אַזעלכע וואָס זייער הנהגה איז דער היפך גמור פון „הקבלת פני שכינה" (עבודה זרה באופן הכי תחתון)!

פון וואַנעט איז געקומען צו אברהם'ן אַזאַ הנהגה?

דאָס וואָס אידן, נאָך אברהם'ען, פירן זיך אַזוי — איז ניט קיין חידוש: עס איז אַ הוראה מפורשת אין תורה, אַז „גדולה הכנסת אורחין (יותר) מהקבלת פני שכינה"; אָבער פון וואַנעט האָט עס אברהם אָפּגעלערנטמה?

נאָר ווייל אברהם איז, כנ"ל, געווען בתכלית הביטול, „ואנכי עפר ואפר", איז דעריבער ביי אים געווען אָפּגעלייגט, אַז יעדער איינער, ווער עס זאָל נאָר זיין, קומט פריער פאַר אים, ביז אַז אפילו די אייגענע רוחניות דאַרף מען אַוועקלייגן אָן אַ זייט צו אַרויסהעלפן אַ צווייטן בגשמיות.

ד. און דאָס איז די שייכות פון אמירת אברהם „ואנכי עפר ואפר" צו די צוויי מצוות פון „אפר פרה ועפר סוטה" — ווייל דער קיום פון די צוויי מצות איז פאַרבונדן דוקא מיט דעם הרגש החסד ווי דאָס קומט פון „ואנכי עפר ואפר", ע"ד ווי ס'איז געווען ביי אברהם'ן — צו זיך מוסר נפש זיין ברוחניות צוליב העלפן אַ צווייטן (וואָס דאָס ווייזט, כנ"ל, אויף מסירת נפש אמיתית):

דער דין ביי פרה אדומה איז, אַז „כל העוסקין בפרה מתחלה ועד סוף"מו ווערן טמא. עס פאָדערט זיךמז פון דעם כהןמח, וואָס ענינו איז קדושה וטהרה ולשרת בביהמ"ק, אַז ער זאָל יורד זיין ממדריגתו ביז צו ווערן טמא (און דורך דעם ניט קענען טאָן די עבודה אין בית המקדש) בכדי צו קענען ברענגען טהרה פאַר אַ צווייטן אידן.

און פאַר וועלכן איד דאַרף עס דער כהן זיך מטמא זיין — פאַר אַ טמא מת, אבי אבות הטומאהמט, וואָס ברוחניות מיינט עסנ: בשעת אַ איד איז דבוק צום אויבערשטן איז ניט שייך דער ענין המיתה וטומאה, כמש"ננא ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום. טומאת מת ווייזט אַז מ'איז ר"ל אָפּגעריסן פון קדושה, ביז אַז עס איז בדרגא פון טומאת מת. און צוליב אַזאַ אידן מאָנט מען ביים כהן, אַז ער זאָל זיך ניט רעכענען מיט זיין רוחניות און זיך מטמא זיין, אַבי צו העלפן דעם אידן צו באַקומען זיין טהרה.

83און עד"ז איז בנוגע „עפר סוטה": דער אויפטו פון מי סוטה איז, אַז „לעשות שלום בין איש לאשתו אמרה תורה שמי שנכתב בקדושה ימחה על המים"נב. עס איז ניטאָ קיין גרעסערער חילול הקודש ר"ל ווי מחיקה (בידים) שמו של הקב"הנג — און צוליב עשיית שלום בין איש לאשתו איז מען מוחק דעם שם. און דאָ רעדט זיך וועגן אַן אשה, וואָס האָט זיך געפירט אין אַן אופן פון היפך הצניעות לגמרי — אויך נאָך התראת הבעל (קינוי) האָט זי ניט געפאָלגט און ס'איז געווען סתירה — און פונדעסטוועגן זאָגט תורה, אַז אויך צוליב (דעם שלום מיט) דער אשה איז כדאי און ס'איז אַ מצוה וציווי צו מוחק זיין דעם שם הקדוש!

ה. לויטן אויבנדערמאָנטן ביאור אין דער שייכות פון „ואנכי עפר ואפר" צו פרה אדומה, וועט אויך צוקומען אַ תוספת הסברה אין אַ סיפור אין זהר (בשייכות צו פרה אדומה):

אין זהרנד ווערט דערציילט, אַז ר' פינחס בן יאיר האָט געבעטן ביי רשב"י ער זאָל זאָגן אַ „מלה חדתא" אין פרשת זאת חוקת התורה. האָט רשב"י געבעטן אַז ר' אלעזר בנו זאָל זאָגן „מלה חד" (און ר"א האָט אַזוי געטאָן).

איז דער טאַטע מבאר (אין זיינע הערות אויף זהרנה) דעם טעם וואָס רפב"י האָט געוואָלט אַ „מלה חדתא בפרשת פרה אדומה דוקא", אַז דאָס איז דערפאַר וואָס בחינת רפב"י „הוא ע"ד אברהם אבינו", און „באברהם כתיב ואנכי עפר ואפר, שבשביל שאמר אפר זכו בניו לאפר פרה", און דעריבער „ביקש שיאמר בפ' פרה דוקא".

איז אין פלוג ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד אַז דער ענין פון פרה אדומה האָט אַ שייכות צו בחינתו של רפב"י — פאַרוואָס האָט ער עצמו ניט געזאָגט די „מלה חדתא" אין פרשת פרה אדומה?

ועד"ז רשב"י — וואָס רפב"י האָט אים געבעטן זאָגן די „מלה חדתא" דערפאַר וואָס ענינה של פרה אדומה האָט אַ שייכות צו בחינת רשב"י (ווי דער טאַטע איז דאָרטנו מבאר) — האָט אויך ער דאָס ניט געזאָגט, נאָר געבעטן זאָגן ר"א בנו.

וע"פ הנ"ל — אַז די שייכות פון „ואנכי עפר ואפר" צו פרה אדומה איז מצד דער הנהגה פון אברהם אבינו במדת החסד אין אַן אופן פון ביטול — יש לומר:

די שייכות בפשטותנז צווישן רפב"י מיט חסד דאברהם איז, וואָס מען געפינט אַז רפב"י האָט זיך עוסק געווען אין פדיון שבויםנח, וואָס כנ"ל, איז דאָס דער ערשטער סיפור אין תורה וועגן חסד דאברהם, וואָס דאָס איז אַ חסד וואָס איז פאַרבונדן מיט איינשטעלן זיך אין סכנה צוליב ראַטעווען אַ צווייטן.

און אָט די שייכות פון רפב"י צו חסד דאברהם (צוליב וועלכן מ'איז זוכה צו אפר פרה) האָט רפב"י געוואָלט אויסדריקן אין דעם ענין גופא (אויף אויפטאָן אַ „מלה חדתא" אין פרשת פרה84אדומה), און אין דעם זעלבן אופן — האָט ער דעריבער מוותר געווען אויפן זכות צו מגלה זיין אַ „מלה חדתא" אין תורה — וואָס איז אַ זכות נפלאנט — כדי צו מזכה זיין רשב"י מיט דעם זכות, מסירת נפש ברוחניות פאַר אַ צווייטן אידן.

ועד"ז רשב"י, האָט מוותר געווען אויף זיין זכות כדי אַז ר"א בנו זאָל האָבן דעם זכות (ולהעיר אַז דער טאַטע איז מבארנו, אַז דאָס וואָס ר"א האָט געזאָגט די מלה חדתא איז „ע"ד כמו שהפרה הראשונה נעשית באלעזר הכהן"ס).

ו. ע"פ כל הנ"ל וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער שכר אויף עבודת אברהם („ואנכי עפר ואפר") איז פאַרבונדן מיט אפר פרה דוקא (ניט מיט „מי חטאת" שבזה):

דער אופן הנ"ל פון חסד דאברהם — וואָס ער האָט אַוועקגעגעבן אפילו אייגענע רוחניות אויף צו העלפן אַ צווייטן — איז פאַרבונדן דערמיט וואָס ער האָט צוליב דעם ענין החסד אויסגענוצט אויך זיין מדת הגבורהסא. כידוע הפירושסב אין דעם פסוקסג „כי ידעתיו למען אשר יצוה גו' לעשות צדקה ומשפט", אַז די צדקה פון אברהם'ן איז געווען פאַרבונדן מיט משפט: פריער האָט אברהם זיך שופט געווען, זיך אָפּגעשאַצט וויפל ער מוז האָבן פאַר זיך, וואָס אויף דעם האָט ער געמאַכט אַ שטרענגען משפט (בגבורה ודין), אָפּמעסטנדיק אַז פאַר זיך מעג ער נעמען בלויז „המוכרח לו ממש", כנ"ל, און דאָס גאַנצע איבעריגע האָט ער אַוועקגעגעבן לצדקה.

וואָס אויך די הנהגה — אַז מדת הגבורה איז מסייע אינעם ענין החסד — איז פאַרבונדן מיט דער תכונה פון ביטול (ואנכי עפר ואפר): בשעת דער חסד קומט מצד ביטול, דעמאָלט איז דער חסד ניט באַגרענעצט צו איין טייל פון מענטשן (חסד אין דעם „ציור" פון מדת החסד), נאָר עס נעמט דורך אַלע טיילן פון דעם מענטש, ביז ער מאַכט איבער (מבטל) אויך די מדת הגבורה שלוסד (וואָס מצד עצמה איז זי היפך החסד), אַז אויך די מדת הגבורה ווערט אויסגענוצט צוליב חסד.

און דאָס איז דער טעם וואָס „ואנכי עפר ואפר" האָט געבראַכט צו „אפר פרה ועפר סוטה" — ווייל דער עיקר אויפטו פון „ואנכי עפר ואפר" דריקט זיך אויס ניט אין אַן ענין פון חסד מעיקרא (מי חטאת, וואָס מים איז חסד כנ"ל), נאָר אין דעם וואָס מען מאַכט איבער די גבורה לחסד.

וואָס דאָס איז דער ענין פון שריפת ( — ביטול) הפרה — די המתקת הגבורות, און דערפון ווערט דער „אפר85פרה" [וכמבואר אין לקו"תסה, אַז דאָס איז דער ענין פון „אפר", אַז אַנשטאָט „פרה" — פר ה' (וואָס ווייזט אויף די ה' גבורות כנ"ל ס"א), ווערט „אפר" — א' פר — וואָס דער א' „היינו הגבורה כמו שהוא בשרשו", המתקת הגבורות בשרשן];

ועד"ז איז דער אויפטו פון „עפר סוטה", וואָס עס איז מהפך די „מים המרים", אַז די „מים המרים" (גבורות) זאָלן אויפטאָן די פעולה של חסדסו — „ונקתה ונזרעה זרע"סז.

(משיחות ש"פ חוקת —

תש"מ, תשמ"א, תשד"מ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xpk3afge

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources