Likkutei Sichos
Addenda - sichos 13
404שיחת יום ג' פ' מקץ, כ"ח כסלו, אור לה' דחנוכה ה'תשמ"ז
לילדים וילדות — "צבאות השם" — שיחיו
א. אמרו הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא. ואח"כ ניגנו הניגון „ווי וואָנט משיח נאַו".
ב. זינט דעם כנס פאַר־א־יאָרן (בימי חנוכהב) איז שוין דורכגעגאנגען אַ יאָר צייט. איז אין צוגאָב צו ווערן עלטער מיט אַ יאָר, איז דאָך יעדערער פון אייך, ובפרט די וואָס געהערן צו „צבאות השם" און פירן זיך ווי ס'פּאַסט פאַר „צבאות השם", זיכער געוואָרן אויך קליגער מיט אַ יאָר (און אַ סך מער דערפון — באיכות).
און זייענדיק פון „צבאות השם", איז פאַרשטאַנדיק אַז אַייער צוגעקומענע קלוגשאַפט איז פאַרבונדן מיט דער קלוגשאַפט פון תורה, „היא חכמתכם ובינתכם"ג, די תורה וואָס דער אויבערשטער האָט אָפּגעגעבן צו יעדערן פון אייך און יעדערן פון אונז און יעדערן פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק, בכדי זיי זאָלן זיך פירן ווי ס'פּאַסט פאַר אַן „עם חכם ונבון"ג,
און ניט נאָר בנוגע צו זיך אַליין, נאָר „ואהבת לרעך כמוך . . זה כלל גדול בתורה"ד (ווי איר האָט ערשט געזאָגטה) — איינווירקן אויף אייערע חברים און ת מנחה והדלקת נר ה' דחנוכה
חבר'טעס (אינגעלעך אויף אינגעלעך און מיידעלעך אויף מיידעלעך). ביז אַז אפילו אויב ס'איז דאָ אַ קינד וואָס פירט זיך דערוויילע ניט (מאיזו סיבה שתהי') ווי ס'פּאַסט פאַר „צבאות השם", דערציילט מען אים (אָדער איר) אַז „הנה ה' נצב עליוו כו' ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי"ז, דער אויבערשטער אַליין (דער „קאָמענדער־אין־טשיף"ח) שטייט לעבן יעדער אידיש קינד, און קוקט זיך צו צי ער דינט דעם אויבערשטן ווי ס'איז פּאַסיק פאַר אַ אידיש קינד (ובפרט פאַר „צבאות השם").
און ווי מ'לערנט אָפּ ספּעציעל פון די חנוכה ליכט — אָנצינדן ליכט „על פתח ביתו מבחוץ"ט, מאַכן טאַקע ליכטיק „ביתו", באַ זיך אין שטוב, אָבער אין אַזאַ אופן אַז דאָס באַלייכט דעם גאַנצן אַרום, „בחוץ"י, מיט „נר מצוה ותורה אור"יא (נר חנוכה), אַזוי אַז ביז אין דער גאַנצער וועלט זאָל מען דערקענען בגלוי405אַז (ווי איר האָט ערשט געזאָגטה) „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ"יב, אַ וועלט וואָס דער אויבערשטער האָט איר באַשאַפן און פירט מיט איר אָןיג, ביז פועל'ן אַז עס זאָל זיין „ישמח ה' במעשיו"יד, אַז הנהגת העולם זאָל זיין אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער איז דערפון צופרידן און (נאָכמער —) פריילעך כביכול, און עס איז „ישמח ישראל בעושיו"טו, אַז אידן פרייען זיך אין מקיים זיין די הוראות פון דעם אויבערשטן (ווי עס שטייט בתורתו).
איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז לערנענדיק תורה און פירנדיק זיך לויט די הוראות אין תורה און אויך באַלייכטנדיק דעם אַרום במשך דעם פאַרגאַנגענעם יאָר — איז ביי אייך צוגעקומען גאָר אַ סך קלוגשאַפט, סיי בנוגע צו זיך אַליין, און סיי בנוגע צום באַלייכטן דעם אַרום.
ג. דעריבער איז מובן אַז ס'איז שוין איצטער געקומען די צייט אַז מ'זאָל אייך געבן — און איר דאַרפט גאָר פאַרלאַנגען (און זיכער באמת פאַרלאַנגט איר דאָס) — אַ „ניו מישאָן"טז, אַ נייעם תפקיד ושליחות אין אַייער עבודה אַלס „צבאות השם", צו באַלייכטן זיך, „ביתו" און „בחוץ" מיט „נר מצוה ותורה אור".
ווי דער סדר איז באַ יעדער צבא, עאכו"כ „צבאות השם", אַז מ'בלייבט ניט שטיין אויף אַן אָרט און אויפן זעלבן צושטאַנד (אפילו אַ גוטן אָרט און צושטאַנד), נאָר מ'דאַרף שטענדיק שטייגן העכער און העכער.
ווי מ'לערנט אָפּ ספּעציעל פון די נרות חנוכה וועלכע מ'צינדט אָן באופן פון „מוסיף והולך"יז: ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס בלילה הראשונה האָט מען מקיים געווען די מצוה דורך אָנצינדן איין ליכטל, צינדט מען אויף מאָרגן צוויי ליכטלעך, א.א.וו. אַזוי אויך אין „נר מצוה ותורה אור": נאָך דעם ווי אַ איד איז מקיים אַ מצוה אָדער לערנט אַן ענין אין תורה, באַנוגנט ער זיך ניט דערמיט, נאָר ער באַווייזט אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן „נר מצוה ותורה אור" אין וועלכע מ'האַלט אין איין וואַקסן, סיי בנוגע צו באַלייכטן זיך אַליין און סיי בנוגע צו באַלייכטן אַלע אַרום.
דעריבער איז אַ דבר הפשוט אַז איר באַנוגנט זיך ניט מיט די „מישאָנס" וואָס איר האָט אויסגעפירט ביז איצטער (ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס איר האָט זיי אויסגעפירט אויפן בעסטן אופן, און בשמחה („ישמח ישראל בעושיו"), און אויך דער אויבערשטער איז דערפון געווען שמח („ישמח ה' במעשיו")) — וואָרום וויבאַלד אַז איר זייט קליגער געווארן מיט אַ גאַנצן יאָר, אַ יאָר ווען איר האָט געשטיגן אין לימוד התורה און קיום המצוות, אין אַן אופן פון „מוסיף והולך" — פאַרדינט איר איצטער (און מ'וועט אייך זיכער געבן) אַ „ניו מישאָן". ווי ערקלערט ווייטער.
ד. און ס'איז זייער פּאַסיק אַז מ'זאָל אָנהויבן (איבערגעבן וועגן) דער נייער406„מישאָן" אין ימי החנוכה, און ספּעציעל אין היינטיקן טאָג חנוכה — וואָרום, ווי גערעדט פריער, דער „אָרדער אָוו דהי *) דעי" (מצות היוםיח) פון ימי חנוכה בכלל אונטערשטרייכט
„מישאָן" (תפקיד) פון „צבאות השם": צו באַלייכטן זיך און די אייגענע שטוב („ביתו") און דעם גאַנצן אַרום („בחוץ") מיט „נר מצוה ותורה אור", און טאָן אין דעם באופן פון „מוסיף והולך", שטייגן אַלץ העכער און העכער.
און ספּעציעל ווען מ'שטייט אור לה' דחנוכה, ווען מ'האָט אָנגעצונדן פינף ליכטלעך — דער רוב, „מאַדזשאַריטי", פון שמונת ימי ונרות חנוכהיט. און ווי באַוואוסט אַז „רובו ככולו"כ, בשעת מ'האָט אַ רוב, איז לייכטער צו דורכפירן די גאַנצע זאַך. און אין אונזער פאַל: בשעת מ'האָט אַ רוב פון נרות חנוכה, „נר מצוה ותורה אור", איז לייכטער דורכצופירן די שלימות פון באַלייכטן זיך און די וועלט מיט „נר מצוה ותורה אור".
ובפרט בשנה זו, ווען דאָס קומט אויך אויס ביום השלישי שהוכפל בו כי טובכא, טוב לשמים וטוב לבריותכב — וואָס לערנט יעדערן אַז מ'דאַרף באַלייכטן און מאַכן גוט אין זאַכן פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, און באַלייכטן און מאַכן גוט אין זאַכן פאַרבונדן מיט מענטשן אַרום זיך.
דעריבער איז פּאַסיק אַז אין דעם היינטיקן טאָג פון חנוכה זאָל מען אָנהויבן די נייע „מישאָן" פאַר „צבאות השם" אין באַלייכטן זיך, „ביתו" און „בחוץ".
זיכער ווייסט (און פילט) יעדערער פון אייך ווי טייער און באַליבט איר זייט ביי אייערע עלטערן. און בשעת איר וועט בעטן אַ בקשה ביי אייערע עלטערן, וועלן זיי זיכער דאָס מקיים זיין.
ובפרט אַ בקשה פאַרבונדן מיט חנוכה — אַז איר וועט בעטן אייערע עלטערן „אדישינאַל" (הוספה) „חנוכה־געלט"כג, חנוכה מתנות, און אַז די עלטערן וועלן זען אַז איר מיינט עס מיט אַן אמת, און אַז די זאַך איז אייך נוגע — וועלן זיי זיכער ערפילן אייער בקשה און אייך געבן די „מתנות".
ובנוגע לעניננו — די נייע „מישאָן" פאַר „צבאות השם":
אייער נייע „מישאָן" איז צו בעטן ביי אייערע עלטערןכד (כמובן מיט דרך ארץ וכיבוד אב ואם) אייך צו געבן „חנוכה407געלט" — זיי זאָלן אייך אַרויסהעלפן דורכפירן (און זיי וועלן דאָס טאָן מער וויפל איר וועט באַ זיי בעטן) צו מאַכן פון אייער הויז (און ספּעציעל אָנהויבנדיק פון אייער חדר אין הויז) אַ „בית" אויף וועלכן דער אויבערשטער זאָגטכה „ושכנתי בתוכם"כו, אַז ג־טלעכקייט און אידישקייט רוט דאָרט.
דורךכז דעם וואָס דאָס ווערט אַ „בית תפלה", „בית תורה" און אַ „בית גמילות חסדים"כח: אַ הויז וואו מ'בעט אויף יעדער זאַך באַם אויבערשטן (תפלה), אַ הויז וואו מ'הערט דאָרט און מ'חזר'ט און לערנט דאָרט ענינים פון תורה, און אַ הויז פון וועלכער עס גייט אַרויס צדקה וגמ"ח פאַר די וואָס נויטיקן זיך אין דעם, מענטשן אָדער מוסדות (ווי בתי חינוך, אַ חדר, תלמוד תורה, ישיבה וכיו"ב).
און אע"פ אַז אין הויז זיינען שוין דאָ די אַלע ענינים — איז דאָך צו גוט קיין שיעור ניטאָ, און ווי די נרות חנוכה לערנען אַז מ'דאַרף האַלטן אין איין וואַקסן אין „נר מצוה ותורה אור" — קען מען אין דעם אַלעמאָל צוגעבן, עס זאָל ווערן ליכטיקער און ליכטיקער.
און בשעת די עלטערן וועלן זען אַז די קינדער בעטן די „חנוכה געלט", און בעטן דאָס מיט אַן אמת — וועלן זיי עס זיכער מקיים זיין, און מאַכן פון זייער הויז (אָדער פאַרשטאַרקן) אַ בית תפלה, תורה וגמ"ח.
ובמיוחד — בשעת זיי (די עלטערן) וועלן זען אַז איר באַווייזט אַ לעבעדיקן ביישפּיל, דורך דעם וואָס איר הויבט אָן אויפשטעלן אַזאַ „בית תפלה, תורה וגמ"ח" פון אייער אייגענעם חדר, אַ חדר וואו דער אויבערשטער רוט דאָרט בגלוי — דורך דעם וואָס גלייך ווי איר שטייט אויף פון שלאָףכט זאָגט איר דאָרט „מודה אני", און דערנאָך ברכות השחר, אין וועלכע איר דאַנקט אָפּ דעם אויבערשטן פאַר אַלע זיינע חסדים (תפלה), און איר האָט דאָרט אַ צדקהפּושקע (גמ"ח), און אויך אַ חומש, אַ סידור וכיו"ב וואָס געהערט צו אייך (תורה)ל.
וואָס דאָס וועט זיכער צוהעלפן אַז די עלטערן זאָלן מקיים זיין אייער בקשה צו מאַכן פון דער גאַנצער שטוב אַ בית תפלה, תורה וגמ"ח, אָדער מוסיף ומרחיב זיין אין דעם — אַז אין צוגאָב צו די תפלה, תורה וגמ"ח וואָס איז שוין דאָ אין דעם בית, זאָל אין דעם צוקומען מער און מער.
ביז וואַנעט — אַז דער בית און די עלטערן אין דעם בית וועלן איינווירקן אויף זייערע קרובים און באַקאַנטע און אויף אַלע הייזער אַרום זיי, אַז זיי זאָלן אויך ווערן (אָדער ווערן גרעסערע און ליכטיקערע) בתי תפלה, תורה וגמ"ח.
ווי חנוכה לערנט — אַז מ'צינדט אָן „נר מצוה ותורה אור" „על פתח ביתו מבחוץ": לכל לראש דאַרף מען עס אָנ־408צינדן „(על פתח) ביתו", אַזוי אַז עס זאָל זיין ניכר אַז דאָס איז „ביתו", אַן אמת'ע אידישע הויז, אויף וועלכער דער אויבערשטער זאָגט „ושכנתי בתוכם"; און צוזאַמען דערמיט האָט די הויז אויך אַ „פתח ביתו", מען מאַכט ליכטיק אויך „מבחוץ", אין די אַלע הייזער אַרום, אָנהויבנדיק פון די נאַענטע, און דערנאָך אויך די הייזער וואָס זיינען ווייטער (אַ ביסל אָדער אַ סך ווייטער).
ביז מ'וועט דורכפירן די אויבנדערמאָנטע „מישאָן" — אַז אין דער גאַנצער וועלט וועט מען אַנערקענען בגלוי ווי „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ".
און דאָס ברענגט אַז „ישמח ה' במעשיו", ובפרט דורך דעם וואָס איר האָט „צוגעטראָגן" בזה דורך ערפילן די נייע „מישאָן" צו צוגעבן נאָכמער שמחה באַ דעם אויבערשטן,
וואָס דעמולט גיט דער אויבערשטער, זעלבסטפארשטענדלעך, מערער „חנוכה מתנות", ברכות און הצלחות, אַז איר זאָלט נאָכמער מצליח זיין אין „נר מצוה ותורה אור", לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און פאַרשאַפן נאָכמער נחת אייערע עלטערן, דער גאַנצע משפחה און כלל ישראל.
ו. וואָס דאָס אַלץ צוזאַמען וועט נאָכמער צואיילן די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
און מ'וועט זען ווי אהרן הכהןלא צינדט אָן די מנורה אין דעם גרעסטן „בית" — דעם אויבערשטנס „בית המקדש"לב, און ממנו יוצאה אורה לכל העולםלג.
און דורך דעם וואָס איר וועט צוגעבן אין דאָס אַלץ אויבנדערמאָנטע — וועט דאָס נאָכמער צוגעבן אין די „חנוכה מתנות" וואָס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן און אַלע אידן, אָנהויבנדיק פון בני ובנות ישראל.
ביז די מתנה הכי עיקרית — די גאולה האמיתית והשלימות ע"י משיח צדקנו, וואָס ער איז איינער פון די שמונה נסיכי אדםלד, במהרה בימינו ממש.
א א א
ז. ווי גערעדט כמה פעמים, האָט מען אַן אָנווייזונג אויך פון דעם „אָרדער אָוו די דעי" — פון די חלקים אין תורה וועלכע מ'לערנט אין דעם באַטרעפענדן טאָג, אַ תורה וואָס ווערט אָנגערופן „תורת חיים", אַן אָנווייזונגלה אין לעבן, אין טאָג טעגלעכן לעבן, פון יעדער אידןלו,
צום אַלעם ערשטן אין דעם אייגענעם לעבן, און דערנאָך משפיע זיין אויך אויף אַנדערע אַז זיי זאָלן זיך אויך אַזוי אויפפירן.
409ח. צווישן די חלקים אין תורה פון היינטיקן טאָג — וועט מען אָנהויבן מיט דעם שיעור חומש בפרשת השבוע פון דעם פינפטן טאָג בשבוע (המשכו של ה' חנוכה, בהתאם לזה וואָס מ'האָט ערשט געצונדן די פינפטע ליכטל) — פון חמישי ביז ששילז בפ' מקץ.
דאָרט ווערט דערציילט, אַז בשעת די בני יעקב האָבן דערהערט אַז דער „שליט על הארץ"לח (יוסף) באַשולדיקט זיי אַלס מרגליםלט און וויל זיי באַשטראַָפן — האָבן זיי צווישן זיך גערעדט „ויאמרו איש אל אחיו אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו על כן באה אלינו הצרה הזאת"מ.
דאָס הייסט: אע"פ וואָס זיי האָבן געהערט קלאָר פון דעם שליט (יוסף), רעכענענדיק אַז ער איז אַ מצרי (ניט וויסנדיק אַז ער איז יוסף), אַז ער וויל זיי באַשטראָפן ווייל זיי זיינען ניט געווען ערלעך איצט אין מצרים — האָבן זיי אָבער גלייך געטראַכט אַז די סיבה לזה איז אַ חטא להשם, און וועלכן זיי זיינען באַגאַנגען העכער צוואַנציק יאָר לפני זהמא, אע"פ וואָס בינתיים האָבן פּאַסירט גאָר אַ סך ענינים!
און דער טעם לזה איז בפשטות: די שבטים האָבן געוואוסט אַז דער אויבערשטער פירט אָן מיט דער וועלט, און ס'איז ניטאָ קיין צופעליקע זאַך אין דער וועלט ח"ו, „והנה ה' נצב עליו כו' ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי", ער קוקט זיך צו צו יעדערן פון זיי און ווייסט וואָס מיט זיי האָט פּאַסירט במשך זייער גאַנצן לעבן; דעריבער האָבן זיי פאַרשטאַנען, וויבאַלד אַז „באה אלינו הצרה הזאת", מוז דאָך זיין אַ זאַך אויף וועלכער זיי דאַרפן תשובה טאָן וואָס צוליב דעם איז געקומען די צרה. האָבן זיי געזוכט און ניט געקענט געפינען אַ חסרון אין זייערע מעשים במשך די אַלע יאָרןמב, ביז דעם ענין פון מכירת יוסף העכער צוואַנציק יאָר פריער, און דעמולט האָבן זיי דערפילט אַז זיי דאַרפן דערויף תשובה טאָן, און האָבן תשובה געטאָןמג.
און דאָס האָט געמאַכט אַן ענדערונג — אַז אַנשטאָט דעם וואָס פריער האָט יוסף געהייסן „אחיכם אחד יאסר"מד, איז געוואָרן „ויאסור אותו (נאָר) לעיניהם", „וכיון שיצאו הוציאו והאכילו והשקהו"מה,
410און בנוגע צו די אַנדערע ברידער — איז ניט נאָר „לכו הביאו שבר רעבון בתיכם" (ווי יוסף האָט געזאָגט פריער), נאָר נאָכמער — „להשיבמו כספיהם", „ולתתמו להם צידה לדרך"מז (אַ הנהגה וואָס איז אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק, מערניט דערפאַר וואָס זיי האָבן תשובה געטאָן בינתיים, כנ"ל),
און דערנאָך האָט עס סוף סוף געבראַכט דערצו אַז יעקב ובני ביתו זיינען אַלע געקומען גאַנצערהייט אין מצרים, וואו ס'איז ניט געווען קיין רעב, און דאָרט גופא — „במיטב הארץ"מח.
ט. פון די הנהגה פון יעקב'ס זין (בני יעקב) האָט מען אַן אָפּלערנונג און אָנווייזונג פאַר יעדן אידן (וואָס יעדער איד איז אַ קינד פון יעקב אבינומט):
יעדער זאַך וואָס טרעפט מיט אַ מענטשן בכלל און מיט אַ אידן במיוחד [וואָס „ועמך כולם צדיקים"נ] איז ניט צופעליק ח"ונא, נאָר בהשגחה פרטיתנב, און מיט אַ כוונה לטובנג.
אפילו בשעת מיט אַ אידן טרעפט זיך אַ ניט־געוואונטשענע זאַך, דאַרף ער זיך צוקוקן און זוכן, און ווייטער זוכן, אפשר איז דאָס דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט אין אים געפונען אַ זאַך אויף וועלכע ער דאַרף תשובה טאָןנד, אָדער געדאַרפט טאָן בעסער; און עס קען אפילו זיין אַ זאַך וואָס האָט פּאַסירט העכער צוואַנציק יאָר צוריק.
אפילו ווען די ניט־געוואונטשענע זאך איז גאָר פאַרבונדן מיט אַ צופעליקע זאַך לכאורה — דאַרף ער וויסן אַז ס'איז ניטאָ קיין צופעליקייט אין דער וועלט, נאָר אַלץ איז תלוי אין דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער האָט אים געבראַכט צו אַזאַ מצב, בכדי אים מעורר זיין אַז ער זאָל תשובה טאָן און פאַרריכטן די זאַך וואָס האָט געפעלט, און מכאן ולהבא טאָן אין דעם אַלץ בעסער און בעסער.
און דערצו האָט מען די אָפּלערנונג, אַז בשעת ער וועט מאַכן אַ חשבון צדק און זיך ניט שרעקן אַנערקענען אַז ער האָט געטאָן אַ ניט־געוואונטשענע זאַך, אפילו ווען דאָס איז געווען מיט יאָרן צוריק, און ער וועט אויף דעם תשובה טאָן, און מחליט זיין אַז מכאן ולהבא וועט ער טאָן אַלץ בעסער און בעסער — וועט די תשובה אַלץ פאַרריכטן און אַלץ איבערשטעלן, ביז אַז ס'וועט זיין „והוי' יגי' חשכי"נה, ניט בלויז אָפּווישן נאָר באַלייכטן די ניטגעוואונטשענע זאַך, ביז אתהפכאנו חשוכא לנהוראנז, און ס'ווערט אַלץ ליכטיקער און ליכטיקער (מוסיף והולך ווי די נרות חנוכה).
411יוד. דערביי דאַרף מען זיך אָבער איינקערן מיטן „קלוגינקן", דער יצר הרע, וואָס וויל שטערן אַ אידן פון טאָן תשובה און פאַרבעסערן זיינע וועגן, און ח"ו אים אויך אַראָפּפירן ער זאָל טאָן ניט־געוואונטשענע זאַכן.
וואָס דאָס איז די ערשטע „מישאָן" פון „צבאות השם" במשך כל השנה כולה — ניט צולאַזן דעם יצר צו אייך אָפּנאַרן ח"ו, אָדער פּרואוון אַראָפּפירן, און מאַכן שוואַכער אייער לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
און אויף דעם האָט מען אַ לימוד מיוחד ונתינת כח מיוחדת פון דעם שיעור תהלים פון יום ה' דחנוכהנח, וועלכער הויבט זיך אָן מיט דער בקשה „חלצני ה' מאדם רע"נט. מ'בעט באַ דעם אויבערשטן ער זאָל באַפרייען פון אַן „אדם רע" (ועאכו"כ) פון דעם יצר הרע — דער אָנפירער פון „אדם רע".
דאָס הייסט, אַז אין צוגאָב צו דעם כללות'דיקן נתינת כח פון ימי חנוכה אויף דעם ענין פון „מסרת כו' רשעים ביד צדיקים" (ווי מ'זאָגט אין „ועל הנסים"), לערנט דער שיעור תהלים יעדערן פון אייך, אַז ער האָט זיך ניט וואָס צו שרעקן פאַרן יצר הרע („אדם רע"), וואָרום ער האָט אַן אויסוועג ווי אינגאַנצן באַפרייט ווערן פון אים, דורך דעם וואָס ער בעט דעם אויבערשטן „חלצני ה' מאדם רע". וואָס דאָס וועט ברענגען אַז דער „אדם רע" זאָל זיך פאַר אים דערשרעקן און פון אים אַנטלויפן, און אויפהערן פּרואוון אים פאַרטומלען וכו'.
ואדרבה: עס וועט זיין ווי עס שטייט אין סיום המזמור — „אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך"ס (ווי מ'האָט אויך ערשט געזאָגט בסיום תפלת מנחה): מ'דערקענט אין אייך, אַז איר זייט מיטגלידער פון „ועמך כולם צדיקים", במילא איז ביי אייך „יודו לשמך", איר האַלט אין איין לויבן דעם אויבערשטן. במילא לאָזט דאָס שוין ניט צו אַז מ'זאָל טאָן קיין ניט־געוואונטשענע זאַכן.
ביז ווי עס שטייט בסיום פון דעם שיעור תהליםסא — אַז דער אידישער פאָלק און אַ אידישע הויז (בית) איז געבענטשט מיט „בנינוסא כנטיעים מגודלים בנעוריהםסב בנותינו כזויות מחוטבות גו'"סג, סיי די אינגעלעך און סיי די מיידעלעך אין דער הויז פירן זיך אויף ווי ס'פּאַסט פאַר אידישע קינדער, ווי דוד המלך ווייזט אָן אין ספר תהלים בכלל, און אין דעם מזמור במיוחד.
און בשעת „בנינו" און „בנותינו" פירן זיך אויף אַזוי, זאָגט מען (כסיום המזמורסד) — „אשרי העם שככה לו", גליקלעך איז דער פאָלק וואָס האָט אַזוינע קינדער (בנים ובנות) וואָס פירן זיך אויף „כנטיעים מגודלים בנעוריהם" און „כזויות מחוטבות" (ביז אַז דערפאַר איז „ישמח ה' במעשיו"), און (דאָס ווערט דורך דעם און צוליב דעם וואָס) „אשרי העם שה' אלקיו", גליקלעך (און פריילעך) איז דער פאָלק וואָס דער אויבערשטער (הוי') איז „אלקיו", ע"ד412„ישמח ישראל בעושיו"סה (און „ישמח ה' במעשיו"סו).
יא. אין צוגאָב צו די אויבנדערמאָנטע לימודים פון דעם שיעור חומש און שיעור תהלים — האָט מען אויך אַ לימוד פאַר „צבאות השם" פון דעם שיעור (דנר ה' דחנוכה) אין ספר המצוות להרמב"ם [ווי אידישע קינדער לערנען יעדן טאָג אַ שיעור אין ספר המצוות להרמב"םסז — יעדער טאָג זיין „אַרדער אָוו די דעי", די מצוה פון דעם טאָג].
היינטיקער „אָרדער אָוו די דעי" בספר המצוות להרמב"םסח איז — דער לא תעשהסט „הזהיר שלא למשכן אלמנה בין עני' בין עשירה שנאמרע לא תחבול בגד אלמנה".
וואָס דערפון האָט מען אַ לימוד אין „ואהבת לרעך כמוך", וויפל מ'דאַרף זיין אָפּגעהיט פון פאַרטשעפּן און אָנרירן אַ צווייטן מענטשן, א) אפילו אין אַ פאַל ווען עס ווייזט זיך אויס אַז ס'וועט יענעם ניט שאַטן, און ב) אפילו ווען עס קען זיך שאַטן, און ג) אפילו ווען מ'האָט דערביי ניט קיין כוונה צו יענעם טשעפּען:
אין דער מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך" זיינען דערביי ניט אויסגעטייטשט פרטים ווי דאַרף זיין אין די אויבנדערמאַנטע פאַלן; אָבער אין דער מצוה הנ"ל אין דעם שיעור רמב"ם, האָט מען אַרויס אַ קלאָרע הוראה אין די פאַלן:
בשעת ס'איז דאָ אַן אלמנה (ניט פאַר קיין משפחה געדאַכט), און זי איז אַן עשירה, אַ רייכע פרוי, איר פעלט ניט קיין זאַך (לכאורה) — טאָר מען איר ניט טאָן אַ זאַך (נעמען אַ משכון) וואָס וועט איר אפשר וויי־טאָן און דערמאָנען אַז ביי איר איז דאָ אַ זאַך וואָס איז שלא כדבעי, אע"פ וואָס א) זי איז אַן עשירה, און ב) דער מלוה מיינט איר אינגאַנצן ניט טשעפּען, ער וויל בלויז נעמען אַ משכון בכדי צו באַוואָרענען אַ זאַך וואָס ער האָט איר געבאָרגט, און ג) דער ניט נעמען קען שאַטן דעם מלוה — פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז ס'איז דאָ אַ ספק וספק ספיקא אַז דאָס קען וויי־טא די אלמנה, טאָר ער ניט נעמען קיין משכון, און ער דאַרף איינשטעלן אין סכנה די הלואה (זיין אייגענע געלט), ועד כדי כך איז דאָס נוגע, אַז דער אויבערשטער האָט עס געמאַכט פאַר אַ מצות לא תעשה מן התורה „לא תחבול בגד אלמנה"!
יב. און דורך דעם וואָס אַ איד איז אָפּגעהיט בתכלית אויף ניט אָנרירן אַ צווייטן מענטשן (אפילו אויף אַ ספק) — פירט זיך דער אויבערשטער מיט אים (און באַצאָלט אים דערפאַר) „מדה כנגד מדה"עא, און אַ סך מער דערפון — און ער פאַרהיט אים „מאדם רע", און פאַרהיט אים, יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז בתוך כלל ישראל, אַז קיין זאַך זאָל אונז ניט קענען אָנרירן, ועאכו"כ ניט דער יצר הרע, וואָרום413מ'ווערט פון אים אינגאַנצן באַפרייט, און מ'טרייבט אים אינגאַנצן אַוועק.
ואדרבה: מ'האַלט אין איין גרעסער מאַכן דעם נצחון פון „רשעים ביד צדיקים", ובאופן דמוסיף והולך, ווי מ'לערנט אָפּ פון דעם וואָס די חנוכה ליכטלעך דערציילןעב, כנ"ל.
און דאָס גיט אויך צו נאָכמער כח אויף ווירקן אַז די גאַנצע הויז זאָל זיין אַ „בית תפלה", „בית תורה" און „בית גמילות חסדים" (כמדובר לעיל ס"ה).
ביז אַז מ'איילט נאָכמער צו דעם „שיבנה בית המקדש במהרה בימינו"עג ממש.
א א א
יג. לויט דעם סדר הרגיל, וועט מען איצטער זיך צוזאַמענרעדן אין דעם אופן ווי צו פאַרענדיקן דעם כנס:
מ'פירט זיך ביי אַלע כינוסים
— ועאכו"כ אין אַ כנס בימי חנוכה, ווען מ'איז „מוסיף והולך" אין טוב וקדושה, און אין חנוכה גופא — די פינפטע ליכטל, וואָס איז אַ יום טוב מיוחד באַ חב"ד כידועעד, און דערצו אויך ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב —
אַז אין צוגאָב צו דעם ענין פון תפלה, וואָס מ'האָט פריער אַלע צוזאַמען געדאַוונט מנחה, און תורה — אמירת י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל — פאַרענדיקט מען אויך מיט דעם ענין פון צדקה.
דעריבער וועט מען געבן יעדערן פון אייך מטבעות אויף צדקה, און וויבאַלד אַז ס'איז חנוכה — וועט מען צוגעבן אַ הוספה בזה: געבן יעדערן פון אייך דריי מטבעות, איינע אויף צדקה בכלל, אַ צווייטע אויף צדקה הקשורה עם חנוכה, און אַ דריטע — אַז יעדערער זאָל דערמיט טאָן וואָס ער (זי) וויל, כטוב בעיניו.
און אין זכות פון די קינדער פון „צבאות השם" — וועט מען אויך געבן דריי מטבעות פון „חנוכה געלט" צו די ערוואַקסענע וואָס געפינען זיך דאָ.
יד. בכדי אונטערשטרייכן אַז יעדער זאַך וואָס אַ איד טוט אין דינען דעם אויבערשטן — דאַרף געטאָן ווערן אין אַן אופן פון „ישמח ישראל בעושיו", עאכו"כ בענין פון „מוסיף והולך" אין אַ כנס בימי חנוכה — וועט מען (כרגיל) אויך זינגען ניגוני שמחה:
צום אַלעם ערשטן — דעם ניגון פאַרבונדן מיטן שיעור תהלים פון נר ה' דחנוכה — „אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך".
דערנאָך — זיכער אויך דעם ניגון „שיבנה בית המקדש במהרה בימינו".
און זיכער אויך דעם ניגון אין וועלכן מ'דערציילט און פּראָקלאַמירט און מודיע לכולם — אַז „ניעט ניעט ניקאַוואָ", ס'איז ניטאָ קיין זאַך חוץ פון דעם אויבערשטן, „אין עוד מלבדו"עה.
414און אין צוגאָב צו די געוויינלעכע שמחה אין זינגען ניגוני שמחה — דאַרף אין דעם איצטער זיין אַ תוספת שמחה, צוליב כמה טעמים: א) מ'געפינט זיך מיט אַ סך אידן צוזאַמען, וואָס דאָס אַליין איז אַ שמחהעו. ב) בימי חנוכה, וואָס זיינען „ימי שמחה" כפס"ד הרמב"םעז. ג) ובפרט אין די פינפטע ליכטל, וואָס איז אַ יום טוב ויום שמחה אין ליובאַוויטש (כנ"ל).
טו. ולפני כל זה — וועט מען אַלע צוזאַמען דאַוונען נאָך אַ תפלה, תפלת ערבית.
וואָס זי איז פאַרבונדן מיט חנוכה במיוחד — וואָרום דער זמן פון הדלקת נר חנוכה איז „משתשקע החמה"עח, זמן ערביתעט.
און די כוונה פון דעם „תשקע החמה" איז ניט אַז עס זאָל אַזוי בלייבן ח"ו, נאָר אַז ס'זאָל גלייך אָנהויבן לייכטן באַ יעדער אידן און ביי אַלע אידן מיט דעם אור פון „שמשפ ומגן ה' אלקים"פא, און מיט נאָך אַ גרעסערע ליכטיקייט ווי ס'איז געווען לפני „שתשקע החמה" — וואָרום עס ווערט „והוי' יגי' חשכי", וואָס איז אויך מרמז אויף תפלת ערבית, וואָס זמנה איז „חשכי", ווען „תשקע החמה", ויפגע — תיקן תפלת ערבית, כי בא השמשפב.
און דורך דעם וואָס נאָך אין די צייט פון חושך הגלות („חשכי")פג טוען אידן אַלץ מער און מער אַז אידישקייט און טעכקייט זאָל לייכטן — וועט דאָס נאָכמער צואיילן — ובפרט דורך קיום מצות צדקה, וואָס „מקרבת את הגאולה"פד — דעם „וה' יגי' חשכי", אין דער אייביקער ליכטיקייט, „והי' לך ה' לאור עולם"פה, אין די גאולה שאין אחרי' גלותפו, גאולה האמיתית והנצחית, ע"י משיח צדקנו.
א א
טז. [אח"כ ניגשו שני ילדים שיחיו אל כ"ק אדמו"ר שליט"א עם פדיונות מכל הילדים שיחיו. ואח"כ ניגשו שני ילדות עם פדיונות מכל הילדות תחיינה.
כ"ק אדמו"ר שליט"א קיבל הפדיונות, ואח"כ אמר:]
די פדיונות וועלן (כרגיל) געבראַכט ווערן אויפן „ציון" פון כ"ק מו"ח אדמו"ר.
ויה"ר אַז בקרוב ממש זאָל באַ יעדערער פון אייך בתוככי כלל ישראל מקויים ווערן דעם יעוד „יראה אל אלקים בציון"פז, נשמות בגופים, און
415„הראנו ה' חסדיך"פח, דער אויבער־ האמיתית והשלימה, במהרה בימינו
שטער וועט באַווייזן יעדערן פון בתוך כלל ישראל, זיין חסד,
„וישעך תתן לנו"פח, ער וועט יעדערן פון אונז, בתוך כלל ישראי כלל ישראל — זיין ישועה,
ביז „לשכון כבוד בארצנו"פט, בג אונז, ממש,
ומשיח צדקנו בראשנו. אמן!
[לאחרי תפלת ערבית ניגנו: „אך אל, און צדיקים גו'". (הש"צ שי' ניגן „יהי רצון
כו') שיבנה בית המקדש במהרה בימינו". בגאולה „ניעט ניעט ניקאַוואָ".
ולה"טאַנקיסטן" — שיחיו — כדי לחלק
בין כל הנאספים שיחיו.
טרם צאתו התחיל לנגן „ניעט ניעט
ניקאַוואָ"].
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-f40tej5m