עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 9

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

360משיחת ש"פ וישלח, ח"י כסלו ה'תשמ"ז

א. פון דעם שבת ווערט געבענטשט (מיני' מתברכיןא) דער טאָג פון י"ט כסלו, דער חג הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן, כ"ק אדמו"ר הזקן.

דאָס הייסט: אין צוגאָב דערצו וואָס י"ט כסלו פאַרמאָגט מצד עצמו, ובפרט זייענדיק „חג החגים"ב און „ראש השנה לחסידות"ג (מיט אַלע תוארים ברשימות ושיחות רבותינו נשיאינו וואָס באַצייכענען י"ט כסלו) — באַקומט ער אַ תוספת ברכה והמשכהד פון דעם שבתה.

און אין דעם גופא קומט צו נאָך אַ שטאַרקערע השפעה וברכה (בגלוי) בקביעות שנה זו — ווען י"ט כסלו קומט אויס במוצאי שבת (יום הראשון)ו, וואָס דעמולט באַקומט י"ט כסלו די ברכה פון שבת בלי שום הפסק זמן ובלי שום הפסק פון עובדין דחול, במילא האָט די ברכה דעמולט נאָך אַ שטאַרקערען תוקף.

נוסף לזה וואָס בשעת י"ט כסלו קומט גלייך במוצאי שבת (בלי שום הפסק פון עובדין דחול), איז די עבודה פון י"ט כסלו באופן נעלה יותר — קומענדיק גלייך פון אַן „ערב" י"ט כסלוז וואָס איז אַ יום קודשח, יום השבתט.

ובפרט אין שבת עצמו — פון דעם סיום וחותם פון שבת, (און) זמן רעוא דרעוין, וואָס דאָס איז די העכסטע דרגא אין שבת גופא, כמאחז"לי „הכל הולך אחר החיתום", ובפרט בנוגע צו דער361חיתום פון שבת — רעוא דרעויןיא — כמבואר בכ"מיב אַז אין דער שלימות פון שבת עצמו איז רעוא דרעוין תכלית השלימותיג.

ב. לויט דעם כלליד אַז המעשה הוא העיקרטו, איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער עילוי פון דעם שבת, שמיני' מתברך י"ט כסלו וכו', דאַרף מען אַראָפּברענגען אין עבודה ומעשה בפועל.

ובפשטות: פון דעם שבת (וואָס בענטשט, איז ממשיך תוספת ברכה והמשכה אין י"ט כסלו) דאַרף מען נעמען אַ תוספת כח והמשכה צו טאָן אין די עבודה פון י"ט כסלו (אַ הוספה אפילו לגבי די עבודה פון י"ט כסלו מצ"ע) — „ראש השנה לחסידות" — די עבודה פון „יפוצו מעינותיך חוצה"טז, וואָס עיקרה האָט זיך אָנגעהויבן בי"ט כסלויז.

ובמיוחד — כמנהג ישראל — דורך מאַכן התוועדויות בי"ט כסלו בכל מקום ומקוםיח, און זיך אַלע צוזאַמען שטאַרקען אין טאָן די עבודה פון הפצת המעינות חוצה.

כולל — דורך אויפשטעלן (אָדער מרחיב זיין) אַ „בית חב"ד"יט, בכל מקום ומקוםכ.

און לויט דעם כלל אַז „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"כא, איז פאַרשטאַנדיק אַז נאָך איידער בקשת (וציווי) הקב"ה אַז „המעשה הוא העיקר", האָט יעדערער דעם כח („כחן") צו מקיים זיין די בקשה, אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן „כחן" המוגבל (נאָך איידער מ'קומט צו די עבודה פון „בכל מאדך"כב, שלמעלה מכחן).

וכל זה — מתוך שמחה וטוב לבב, ווי דער אויבערשטער איז מבקש בנוגע צו כל עניני עבודה — „עבדת את ה' אלקיך בשמחה וטוב לבב"כג, במילא איז פאַרשטאַנדיק אַז ער גיט אויך אויף דעם כחות,

ובמיוחד — שמחה בקשר מיט י"ט כסלו, כידוע אַז י"ט כסלו איז אַ „מועד"כד (און „חג החגים"), וואָס „מועדים לשמחה", ווי מנהג ישראל איז אַז מ'פּראַוועט די התוועדויות בי"ט כסלו מתוך שמחהכה.

362ג. אין דעם לימוד הנ"ל פון דעם שבת שמברך (וערב) י"ט כסלו — קומט צו אַ תוספת הדגשה מצד די פרשה אין תורה וואָס מ'לייענט דעם שבת — פ' וישלח, כידוע דברי השל"הכו אַז אַלע מועדי השנה זיינען מרומז אין די פרשיות התורה וואָס ווערן געלייענט אין די זמנים אין וועלכע די מועדים זיינען חלכז.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע דעם מועדכד פון י"ט כסלו, וואָס קומט אויס אַלעמאָל בסמיכות צו פ' וישלחכח (ובשנה זו — בערב י"ט כסלו) — אַז דער תוכן פון י"ט כסלו איז מרומז אין פ' וישלח:

די כללות העבודה פון „יפוצו מעינותיך חוצה" (דער תוכן עיקרי פון י"ט כסלו) באַשטייט פון „וישלח"כט: די מעינות (פון פנימיות התורה) זאָלן ניט בלייבן במקומן (אַ מקום של קדושה ביותר), נאָר אַרויסגעשיקט („וישלח") ווערן ממקומן און פאַנאַנדערגעשפּרייט ווערן באופן פון „יפוצו" ביז אין „חוצה".

ובסגנון אחר: „וישלח" איז מדגיש צוויי קצוות: מ'שיקט אַ צווייטן אַלס שליח (ניט זיך אַליין); אָבער צוזאַמען דערמיט איז שלוחו של אדם כמותול, ביז כמותו דהמשלח ממשלא.

אַזוי איז אויך בנוגע צו „יפוצו מעינותיך חוצה": „חוצה" מיינט אַז דאָס איז חוץ פון די מעינות עצמן (ניט די מעינות אַליין); אָבער עס דאַרף זיין „יפוצו מעינותיך חוצה", מ'דאַרף מפיץ זיין ניט נאָר די מי המעינות, נאָר די מעינות אַליין אין „חוצה"לב, אַזוי אַז עס ווערט אויס „חוצה" און עס ווערט די „מעינות" אַליין — כמותו ממש.

ד. ויש לומר אַז דאָס (יפוצו מעינותיך חוצה) האָט אַ שייכות (ניט נאָר מיט דעם פירוש פון דעם וואָרט „וישלח" (אבל — שם כל הפרשה), נאָר אויך) מיט דעם תוכן פון „וישלח" בפרשה זולג:

דער תוכן כללי פון סיפור יעקב ועשו בפרשתנו איז — עבודת הבירורים בעולם הזה הגשמי והחומרי, די עבודה פון יעקב צו מברר זיין עשו אחיו בארצה שעיר שדה אדום. און פון דעם סדר ואופן פון עבודת יעקב ווי דערציילט אין די פרשה קען מען אַרויסנעמעןלד דעם סדר ואופן ווי יעדער איד דאַרף טאָן די עבודה אויך היינט.

דער סדר בזה איז: לכל לראש — „וישלח יעקב מלאכים לפניו אל עשו363אחיו ארצה שעיר שדה אדום, ויצו אותם לאמר כה תאמרון לאדוני לעשו כה אמר עבדך יעקב עם לבן גרתי גו', ויהי לי שור וחמור גו' ואשלחה להגיד לאדוני למצוא חן בעיניך"לה. ווי חסידות איז מבאר אַז דער טעם אויף דעם „וישלח" איז געווען, בכדי מודיע זיין עשו'ן אַז יעקב האָט שוין פאַרענדיקט די בירורים פון עולם התיקון זייענדיק אין גלות באַ לבן אין חרן, און אויך די ניצוצות שנפלו ע"י שבירת הכלים בעולם התהו בעולמות בי"ע („ויהי לי שור וחמור גו'"), און איצטער קען ער (און ער וויל) אויך מברר זיין עשו'ן וואָס שרשו איז מבחי' שבירת הכלים דתהולו, ולמעלה מזה: „יעקב חשב שעשו נתברר כבר וחזר לשרשו הנעלה בחי' המקיפים דתהו שלפני התקון", און דערפאַר האָט ער געשיקט מלאכים צו עשו'ן בכדי „להמשיך בחי' המקיפים דתהו אליו למטה בתקון שהוא בחי' האו"פ ויאיר המקיף בפנימי ויתייחדו יחד"לז.

און בשעת יעקב האָט דערהערט פון די מלאכים אַז עשו איז נאָך ניט מוכן לזה (אע"פ וואָס יעקב איז שוין געווען מוכן), און אדרבה „הולך לקראתך וארבע מאות איש עמו"לח, האָט יעקב פאַרשטאַנען אַז ער דאַרף עס אַליין ממשיך זיין, דעריבער „ויקח מן הבא בידו מנחה לעשו אחיו"לט, דער ענין פון העלאת מ"ן לשרשו של עשו (בחי' תהו)מ, און דורך דעם וועט ער מבטל און מברר זיין עשו דלמטהמא, און צוגרייטן די וועלט צו „ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה' המלוכה"מב, „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד"מג.

והיות אַז עשו איז נאָך ניט געווען מוכן לזה (ואדרבה, כנ"ל), האָט יעקב אַליין ניט געקענט גיין ברענגען די מנחה צו עשו'ן, דעריבער האָט ער אויף דעם (ווייטער) געשיקט שלוחים (זיינע עבדים) לפניו מיט די מתנות בידיהם, „ויאמר אל עבדיו עברו לפני גו'", „דרך יום או פחות ואני אבוא אחריכם", און איר זאָלט זאָגן עשו'ן אַז איר זייט עבדים (שלוחים) „ליעקב", און „מנחה היא שלוחה לאדוני לעשו והנה גם הוא (יעקב) אחרינו"מד. און דער טעם פאַרוואָס יעקב האָט אַזוי געטאָן איז „כי אמר אכפרה פניו (אבטל רוגזו) במנחה ההולכת לפני ואחרי כן אראה פניו אולי ישא פני"מה.

אָבער לאחרי ווי די שלוחים (עבדים) שלו גרייטן צו די וועג, דעמולט איז דער „אני אבוא אחריכם" און דער בירור פון עשו אויף אַ העכערן אופן (ווי עס וואָלט געווען אָן די שלוחים).

ווי ס'איז געווען בפועל, אַז דאָס האָט טאַקע גע'פועל'ט אַ בירור אין עשו, „וירץ עשו לקראתו ויחבקהו גו' וישקהו364גו'"מו. ביז אַז עשו האָט אים געזאָגט אַז ער זאָל קומען אין ארץ שעיר.

נאָר וויבאַלד אַז „הילדים רכים והצאן והבקר עלות עלי גו'"מז, ד.ה. אַז דער בירור האָט זיך נאָך ניט אויפגעטאָן בשלימות — האָט יעקב געזאָגט אַז „ואני אתנהלה לאטי לרגל המלאכה אשר לפני ולרגל הילדים עד אשר אבוא אל אדוני שעירה"מח, בשעת עס וועט זיין דער שלימות הבירור בימי המשיח (ווען עס וועט זיין ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו)מט.

און בינתיים איז „ויעקב נסע סוכתה ויבן לו בית גו'"נ — די עבודה (כולל — אין זמן הגלות) צו משלים זיין די עבודת הבירורים בעולם (בירור ותיקון עולם התהו — עשו).

ה. פון דעם סיפור בתורה (מלשון הוראהנא) האָט מען דעם לימוד בנוגע צו די עבודה פון אידן בכל הדורותנב:

יש לומר אַז דער ענין פון „וישלח יעקב מלאכים גו' אל עשו", בכדי מברר זיין עשו'ן (כנ"ל) — איז בדוגמת די שליחותנג וואָס דער אויבערשטערנד גיט יעדער אידןנה אַראָפּשיקנדיק אים אַלס אַ נשמה בגוף, וואָס די כוונה בזה איז (ניט צוליב די נשמה אַליין, „כי הנשמה עצמה אינה צריכה תיקון כלל כו'"נו, נאָר) צו מתקן זיין דעם גוף ונפש הבהמית וחלקו בעולם, לברר ניצוצין כו' בגשמיות וחומריות העולם, אויך די ניצוצות וואָס זיינען געפאַלן אין דברים גשמיים וחומריים כו', וואָס געפינען זיך באַ די אומות העולם (בחי' עשו), און מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתוניםנו ביז — שאין תחתון למטה ממנו (בירור ותיקון כל עולם התהו — עשו)נז.

ובפרטיות יותר: באַ יעדער איד דאַרף זיין בדוגמת „וישלח יעקב מלאכים גו' אל עשו" — אַרויסשיקן שלוחים, אָנהויבנדיק פון זיך אַליין (מצוה בו יותר מבשלוחונח), כולל זיינע כחות טבעיים (וואָס ווערן אָנגערופן „מלאכים"נט,365„שלוחים") — צו מברר זיין גשמיות וחומריות העולם דורך הפצת התורה והיהדות והצדק והיושר באַ דעם אייגענעם גוף ונה"ב, און אין חלקו בעולם, ביז אויך באַ אוה"ע, דורך קיום שבע מצוות בני נח (כפס"ד הרמב"םס).

ובמיוחד ווערט דאָס אויפגעטאָן דורך די עבודה פון „יפוצו מעינותיך חוצה" — אַרויסשיקן („וישלח") און פאַרשפּרייטן די מעינות פון פנימיות התורה אין „חוצה", ביז אין חוצה שאין חוצה ממנה, בירור הניצוצות שנפלו ע"י שבירת הכלים דתהו.

וע"י וואָס אידן זיינען מקיים שליחותם (אַלס שלוחו של אדם (העליון) כמותו ממש), גרייטן זיי צו די וועג אַז עס זאָל זיין „ואני (דער משלח ממש, ניט שלוחו כמותו) אבוא אחריכם" — גילוי אלקות אין וועלט, ביז אַ דירה לעצמותו ית' בתחתונים, וואָס אין אַ דירה געפינט מען זיך בגלוי; ווי ס'וועט זיין בשלימות לע"ל — „והיתה לה' המלוכה" בגלוי.

ועפ"ז איז מובן די שייכות פון י"ט כסלו מיט פ' וישלח — ווייל „י"ט כסלו איז אַ תיקון צו שבירת הכלים דתהו"סא: הפצת התורה והיהדות בכלל דורכגענומען מיט הפצת המעינות חוצה במיוחד (וואָס האָט זיך אָנגעהויבן בעיקר בי"ט כסלו) איז דער ענין פון „וישלח" וואָס טוט אויף די (לעצטע) בירורים פון עוה"ז הגשמי והחומרי, בירור ותיקון עולם התהו, אַלס הכנה צו „ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה' המלוכה" בגאולה העתידה (כידוע אַז יפוצו מעינותיך חוצה ברענגט „אתי מר" דא מלכא משיחאסב).

ו. אין דעם קומט צו אַ חידוש מיוחד בדורנו — וואָס דערמיט וועט מען נאָכמער פאַרשטיין די שייכות פון „וישלח" מיט י"ט כסלו (יפוצו מעינותיך חוצה):

דער כללות הענין פון „וישלח" (די שליחות פון יעדער אידן אַלס שלוחו של הקב"ה, צו מברר ומתקן זיין עוה"ז הגשמי והחומרי (בירור ותיקון עולם התהו), דורך הפצת התורה והיהדות והצדק והיושר, ובמיוחד דורך הפצת המעינות חוצה) איז דאָ בכל הדורות ובכל הזמנים — די שליחות פון ירידת הנשמה בגוף פון יעדער מענטשן, אָנהויבנדיק פון אדם הראשון און חוה און אַלע מענטשן וואָס שטאַמען פון זיי.

ובמיוחד ווי ס'איז געשטאַנען בגלוי באַ די אבות, ביז באַ יעקב אבינו וואָס „וישלח יעקב מלאכים גו' אל עשו" בכדי אויפטאָן דעם בירור פון עשו.

ועד"ז אין די דורות שלאחרי זה, ווי מ'געפינט בכמה מקומות אין תורהסג וש"ס דער ענין פון מאַכן אַ שליח [בדיני קידושיןסד, שליח לדבר מצוהסה, וכיו"ב], און אויך אין הנהגת גדולי ישראל, אַז מ'האָט געשיקט איינעם מיט אַ שליחות מסויימת בעניני תומ"צ.

366און דערנאָך איז אין דעם צוגעקומען אַ תוספת הדגשה דורך דעם בעש"ט און דעם מגיד און דעם אַלטן רבי'ן און רבותינו נשיאינו ממלאי מקומם — וואָס זיי האָבן געגעבן יעדער אידן די שליחות צו מפיץ זיין די מעינות חוצה.

אין דעם גופא איז לכאורה צוגעקומען אַ חידוש דורך דעם נשיא פון אונזער דור — כ"ק מו"ח אדמו"ר — וואָס הוי' „גלה סודו אל עבדיו הנביאים"סו, ועד"ז צו דעם צדיק ונשיא בכל דור ודור, וואָס ער האָט דערפון געמאַכט אַ יסוד ודרך בעבודת ה' לכאו"א מישראל (כמדובר לעיל בארוכהסז):

נשיא דורנו האָט אויפגעטאָן און אָנגעזאָגט צו כל אנשי ונשי הדור אַז מצות הדור איז אין דעם ענין השליחות: אַז יעדער איד פון דעם דור האָט אַ מצוה וחיוב צו ווערן אַ „שליח" אויף פאַרשפּרייטן „דבר ה'סח זו הלכה"סט, תורה ויהדות, און הפצת המעינות חוצה, בכל מקום שידו (שידה) מגעת.

ביז אַז דאָס האָט זיך אויסגעדריקט בגלוי ממש דורך דעם וואָס ער האָט ממנה געווען מענטשן אַלס זיינע שלוחים מיוחדים — שליחותו בשליחותו של הקב"ה — אויף אַוועקפאָרן אין פאַרשידענע ערטער און דאָרט מפיץ זיין תורה ויהדות און מעינות חוצה, בכדי מברר זיין די וועלט, און איר צוגרייטן צו „והיתה לה' המלוכה" בגאולה העתידה.

וואָס אין דעם דריקט זיך אויס בגלוי (מער ווי ס'איז געווען אין די דורות שלפנ"ז) הנהגת יעקב אבינוע — „וישלח יעקב מלאכיםעא גו' אל עשו גו' ארצה שעיר שדה אדום", בכדי מברר זיין עשו'ן.

דער משלח אַליין גייט טאַקע (לכתחילה) ניט אין דעם מקום השליחות, נאָר „וישלח" שלוחים — ווייל [נוסף לזה וואָס יעקב האָט מיט זיך געהאַט נשיו ובניו, צאן ובקר וגמלים, „ואת כל רכושו גו' אשר רכש בפדן ארם"עב, און ער האָט זיי ניט געקענט אָפּלאָזן און אַוועקגיין לעשו בארצה שעיר — איז] „כי אמר אכפרה פניו במנחה ההולכת לפני ואחרי כן אראה פגיו אולי ישא פני", וי"ל הפירוש, ווייל די וועלט קען נאָך ניט פאַרטראָגן דעם גילוי פון דעם משלח (יעקב) אַליין, און עס דאַרף דאָך זיין אַ דירה בתחתונים, מצד גדרי התחתונים (ניט דורך ברעכן די גדרי העולם), דעריבער שיקט ער שלוחים (וואָס זיי זיינען מער בערך צו דעם מקום הבירור),

אָבער די שלוחים זיינען פון די שטאַרקסטע און די בעסטע („מלאכים ממש"), און זיי זיינען שלוחו של אדם כמותו ממשעג,

367און נאָכמער: דער משלח איז מבטיח, אַז דורך דעם וואָס די שלוחים זיינען מקיים שליחותם במקומם הם בבירור העולם (בכח זה וואָס זיי זיינען כמותו דהמשלח ממש), גרייטן זיי צו די וועג אויף „ואני אבוא אחריכם", אַז דער משלח אַליין (ניט נאָר שלוחו כמותו) קומט דאָרט אָן און גייט צוזאַמען מיט דעם שליח (ניט ווי ביי אַנדערע עניני שליחות, וואו ס'איז ניט מוכרח אַז דער משלח אַליין זאָל אָנקומען למקום השליחות), ואדרבה — דעמולט איז דאָס באופן נעלה יותר ווי אויב עס וואָלט געווען אָן די הכנה ובירור פון עבודת השלוחים במקום ההוא,

[ובנוגע צו כ"ק מו"ח אדמו"ר איז נאָכמער בהדגשה ובגלוי דער „אני אבוא אחריכם" — וואָרום „צדיקא דאתפטר אשתכח בכלהו עלמין יתיר מבחיוהי"עד, וואָרום ער האָט שוין איצטער ניט די הגבלות פון אַ גוף גשמי, אפילו פון זיין גוף, און ניט נאָר וואָס „שבק חיים לכל חי"עה, נאָר „אני אבוא אחריכם", ער גייט־מיט מיט יעדן שליח.

ביז אַז דאָס ווערט אַ הכנה וכלי אויף „אני אבוא אחריכם" פון דעם אויבערשטן (דער משלח הראשון) — עס ווערט אַ דירה לעצמותו ית' בתחתונים.

ז. און בשעת מ'שטייט אין אַ שבת ווען מ'לעבט מיט פ' וישלח, און דאָס איז אויך ערב י"ט כסלו (ווען עס האָט זיך אַנגעהויבן דער עיקר ענין פון יפוצו מעינותיך חוצה) — איז ספּעציעל אונטערשטראָכן מצות הדור (דורנו זה) — אַז יעדער איד דאַרף ווערן אַ „שליח" אין הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה.

ובנוגע לפועל — טאַפּאָרו דאָ פּלאַחועו:

מצות הדור איז — אַז יעדער איד פון דעם דור במיוחד, אנשים נשים וטףעז — דאַרף גלייך ווערן אַ „שליח" צו פאַרשפּרייטן „דבר ה' זו הלכה" בכל מקום שידו מגעת.

ובפשטות ממש: טאַמער עס זיינען נאָך דאָ אידן וואָס האָבן ניט מקיים געווען מצות הדור (אויך די וואָס זיינען דאָס מקיים, קענען זיי אין דעם אַלעמאָל מוסיף זיין) — האָבן זיי אַ חיוב ואחריות (און אַנדערע דאַרפן זיי אויף דעם מעורר זיין) צו גלייך ווערן „שלוחים" צו פאַרשפּרייטן אידישקייט.

ובהדגשה — „גלייך", דאָס ניט אָפּלייגן ועאכו"כ ניט ח"ו אָפּשטופּן וכו', נאָר דאָס מקיים זיין גלייך למטה מעשרה טפחים, בעגלא דידן ובמהרה בימינו — וואָרום אין דעם באַשטייט מצות הדור!

וכמובן ופשוט, אַז וויפל „שלוחים" עס זיינען שוין פאַראַן בעולם — זיינען נאָך דאָ גענוג ערטער אין „חוצה" וואו צדק ויושר און אידישקייט האָבן נאָך ניט דערגרייכט, אָדער אפילו אין די ערטער וואו עס האָט דערגרייכט — איז368דאָס נאָך ניט בתכלית השלימות, אַזוי אַז דער משלח אַליין קען נאָך ניט דאָרט אַליין קומען, והראי' — אַז ער איז דאָרט נאָך ניט געקומען, און די גאולה איז נאָך ניט געקומען!

ו"איני מבקש כו' אלא לפי כחן"כא — וויבאַלד אַז נשיא דורנו זאָגט אָן אַז דאָס איז מצות הדור, האָט מען זיכער כחות אויף דעם. ואין הדבר תלוי אלא ברצון.

ח. און דערצו האָט מען אויף דעם אַ לימוד מיוחד ונתינת כח מיוחדת פון היינטיקע פרשה (נוסף אויף די כחות וואָס מ'האָט בזה בכל הזמנים) — „וישלח":

באַ יעדער איד דאַרף זיין „וישלח גו' מלאכים אל עשו גו' ארצה שעיר שדה אדום". ולכל לראש — מצוה בו יותר מבשלוחו — דורך אַליין ווערן אַ „שליח" און זיך אַליין „אַרויסשיקן" [נאָר דערנאָך, ווען ער ווערט נתעלה צו אַ העכערע דרגא אין שליחות, קען ער דעמולט איבערגעבן אַ שליח (אַ צווייטן) די עבודה הקודמת, וכיו"ב], ד.ה. אַרויסגיין פון זיך אַליין. וואָס הייסט אַרויסגיין פון זיך אַליין? גיט חסידות אַן איינפאַכען אויספּרואוו: בשעת מ'הייסט אים טאָן אַ זאַך, און אים ווילט זיך עס ניט טאָן, והראי' אַז ער טוט עס ניט, און ער וויל בעסער טאָן אַן אַנדער זאַך (שבקדושה) — איז אַ ראי'עח אַז ער דאַרף טאָן דוקא די זאַך וואָס אים ווילט זיך ניט, והראי' — אַז דער צד שכנגד שטעלט זיך אַזוי אַנטקעגן דעם. און דאָס הייסט אַרויסגיין פון זיך — טאָן וואָס אים ווילט זיך ניט טאָן.

ועוד והוא העיקר — ווערן אַ „שליח" דורך „אַרויסגיין" בפשטות (ניט נאָר פון זיך, נאָר) פון די ד' אמות של ביהכנ"ס שלו וביהמ"ד שלו במשך כמה זמן, תורה ותפלה, און אַוועקפאָרן אין אַן אָרט, אין „חוצה" — אפילו אויב דאָס איז „ארצה שעיר שדה אדום", עאכו"כ אַז רוב ערטער בזמננו פאָדערן ניט אַזאַ בירור קשה — און זיך דאָרט באַזעצן מיט די כוונה צו דאָרט מפיץ זיין צדק ויושר, אידישקייט און הפצת המעינות חוצה.

ט. אין דעם ענין האָט מען נאָך אַ לימוד פון הנהגת יעקב בפרשתנו. ובהקדים אַ דבר תמוה אין דעם ביאור בדרושי חסידות הנ"ל (ס"ד):

אין די דרושים שטייט אַז יעקב האָט געשיקט מלאכים צו עשו'ן, בכדי אים מודיע זיין אַז ער האָט שוין דורכגעטאָן אַלע בירוריםעט, און איז שוין גרייט צו די גאולה (רעכענענדיק אַז אויך עשו איז שוין לאחרי הבירור), און דורך מברר זיין עשו'ן (און ממשיך זיין די אורות דתהו של עשו), קען מען גלייך ברענגען די גאולהפ.

369שטעלט זיך די שאלה: ווי האָט יעקב געקענט טראַכטן אַז מ'איז שוין גרייט צו די גאולה — ווען ער האָט געוואוסט א) פון דעם שטר חובפא פון „ועבדום וענו אותם ארבע מאות שנה"פב (וואָס איז נאָך ניט מקויים געוואָרן), און ב) אַז עס זיינען דאָ שבעים אומות העולם, וביניהם עובדי עבודה זרהפג, ווי יעקב האָט געזען אויפן וועג פון חרן קיין ארץ ישראלפד?

יוד. ויש לומר איינער פון די לימודים בזה בעבודת האדםפה:

וויבאַלד אַז יעקב האָט געהאַט די שליחות צו ממשיך זיין די אורות דתהו פון עשו'ן (טראַכטנדיק אַז עשו איז שוין לאחרי הבירור), און דורך דעם ברענגען די גאולה; און דער אויבערשטער האָט אים ניט אָנגעזאָגט אַז ער דאַרף זיך פאַרנעמען מיט די אַנדערע אומות — איז אַ ראי' אַז ער קען מקיים זיין שליחותו און ברענגען די גאולה, ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס עס טוט זיך אַרום אים.

און דעריבער איז יעקב'ן ניט געווען נוגע (בקיום שליחותו) וואָס עס טוט זיך אַרום אים (באַ די שבעים אומות, און בנוגע צו די גזירה פון „ועבדום וענו אותם גו'"); אים איז נוגע בלויז איין זאַך — קיום שליחותו, צו מברר זיין עשו'ן. וי"ל הטעם — עשו אחיו.

און מיט דעם צוגאַנג האָט ער טאַקע מצליח געווען, ווי ס'איז געווען בפועל, אַז בשעת יעקב איז געגאַנגען מיט אַ תוקף איז עשו פאַר אים בטל געוואָרן (אפילו בלי לקיחת המנחה ששלח לו יעקב)פו, און ער האָט אין אים אויפגעטאָן דעם בירור, און אפילו עשו'ס מלאך האָט אים ניט געקענט שטערן (נאָר מפני סיבות האָט זיך די גאולה דעמולט פאַרהאַלטן, כנ"ל ס"ה).

דערפון, מעשה אבות — סימן לבנים, איז אויך דער לימוד בנוגע צו אַ שליח איצטער:

בשעת נשיא דורנו — וואָס הוי' „גלה סודו אל עבדיו הנשיאים" — שיקט איינעם אין אַ שליחות, וויסנדיק וועגן דעם חושך כפול ומכופל אין וועלט אַרום [און אפילו בנוגע צו אַ שליחות בימינו אלו (כו"כ שנים לאחרי הסתלקות כ"ק מו"ח אדמו"ר), האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר משער געווען בזמנו (ווי ס'איז מוכח פון כמה ענינים) אַז היינט וועלן זיין אוה"ע ומנגדים וכו'] — איז דערפון גופא אַ ראי' ברורה אַז ער קען מקיים זיין שליחותו בשלימותה, ניט קוקנדיק אויף דעם אַרום, און קיינע פון די אוה"ע און מלאכים וכו' — קענען אים ניט שטערן (ווי ס'איז געווען באַ יעקב'ן).

דערפון איז פאַרשטאַנדיק דער צוגאַנג וואָס דאַרף זיין ביי אַ שליח: דעם שליח דאַרף ניט זיין נוגע וואָס עס טוט זיך אין דער וועלט אַרום אים, ניט אויף „וואָל סטריט" און ניט באַ די שבעים אומות וכיו"ב, אים דאַרף זיין נוגע נאָר איין זאַך — אין לו בעולמו אלא שליחותו צוליב וועלכע מ'האָט אים געשיקט, און וואו מ'האָט אים געשיקט, און ווער עס האָט אים געשיקט, און ווי ער דאַרף מקיים זיין שליחותו.

370אַרום אים געפינט זיך טאַקע אַ גאַנצע וועלט, מיט שבעים אומות וכו' וכו', און דאָס קען אים אויך זיין נוגע לעבודתו, בכדי וויסן אַז „אתה בחרתנו מכל העמים", וכיו"ב — דאָס אַלץ איז טאַקע גוט און פיין, אָבער בשעת דו האָסט, באַקומסט אַ ציווי פון „עבדיו הנשיאים" אַז דו דאַרפסט איצטער גיין טאָן אַ שליחות מסויימת, דאַרף דיר ניט זיין נוגע די אַלע זאַכן, מערניט — קיום שליחותך!

און ס'איז אַ דבר ברור אַז דו וועסט אין דעם מצליח זיין.

דערפון האָט מען אַן ענטפער אויף כמה שאלות פון שלוחים בנוגע לקיום שליחותם:

ווי קען ער מקיים זיין אַ שליחות כדבעי, ווען ער זעט אַז אַרום אים געפינען זיך אַזוינע וואָס האַלטן נאָך ווייט פון טוב וישר, און שבעים אומות, ובכלל — עוה"ז, וואָס איז „מלא קליפות וס"א"פז, און „כל מעשה עוה"ז קשים ורעים והרשעים גוברים בו"פח — איז דאָס מבלבל לקיום שליחותו, ווייל אע"פ וואָס ער זעט אַ תועלת פון זיין אַרבעט, איז אָבער במה נחשב הוא לגבי דעם חושך כפול ומכופל אַרום אים?!

ענטפערט מען אים: וויבאַלד אַז נשיא דורנו האָט דיר געשיקט אין די שליחות, און ער האָט געוואוסט וועגן דעם חושך כפול ומכופל אַרום — ואעפ"כ האָט ער געזאָגט אַז מ'זאָל גיין אין די שליחות, איז אַ ראי' ברורה אַז דורך קיום השליחות קענסטו מצליח זיין און אַלץ אויפטאָן!

ואין הדבר תלוי אלא ברצונו. מ'דאַרף נאָר וועלן. און נאָכמער: מ'דאַרף נאָר זאָגן „רוצה אני" (אפילו אויב דאָס קומט דורך „כופין אותו")פט, וואָרום דאָס איז פנימיות רצונו שלו (און די כפי' איז בלויז צו אַראָפּנעמען דעם „יצרו תקפו"פט).

ווי מ'האָט געזען בפועל, אַז די שלוחים וואָס זיינען געגאַנגען מיט דעם צוגאַנג און זיך געשטעלט מיט דעם גאַנצן תוקף אין מקיים זיין שליחותם (און זיך ניט גערעכנט און געטראַכט וועגן דעם חושך כפול ומכופל אַרום) — האָבן טאַקע מצליח געווען, ולמעלה מן המשוער, ומתוך שמחה וטוב לבב. און דערפון איז אַ לימוד פאַר אַלע אַנדערע מכאן ולהבא — אַז די וואָס וועלן גיין מיט דעם צוגאַנג — וועלן מצליח זיין, ומתוך שמחה וטוב לבב, און קיין דבר שבעולם וועט זיי ניט שטערן.

ביז אַז דער שליח וועט דורך דעם ברענגען (בגלוי) דעם משלח ממש צו דעם מקום השליחות („ואני אבוא אחריכם"), ביז אויך דעם אויבערשטן באופן של — דירה לו יתברך בתחתונים.

און אויב מ'האָט נאָך אַלץ שאלות — מאָנט טאַקע תורה און חסידות אַז עס דאַרף זיין הבנה והשגהצ — אָבער דאָס טאָר ניט זיין אַ סתירה און אפילו ניט אַן עיכוב צו טאָן בפועל; ס'איז צוויי באַזונדערע זאַכן: לכל לראש איז מצות הדור אַז מ'דאַרף גיין אויף שליחות, און ליגן נאָר אין זיין שליחות פרטית; דערנאָך איז דאָ אַ צווייטער ענין — אַז371מ'דאַרף זיך משתדל זיין צו פאַרשטיין בהבנה והשגה עד כמה שאפשר.

יא. ולסיכום:

מצות הדור ומצות היום פון יעדער איד פון אונזער דור איז — צו ווערן אַ „שליח" אויף פאַרשפּרייטן צדק ויושר, און אידישקייט, און הפצת המעינות חוצה במיוחד.

און וויבאַלד אַז דאָס איז מצות הדור, איז ניט שייך תירוצים אויף דעם, אַז ער דאַרף נאָך עפּעס פאַרענדיקן, און דאַרף נאָך עפּעס אָנהויבן וכו' וכו'; מצות הדור איז — ער זאָל לכל לראש ווערן אַ „שליח"!

ובכדי וויסן אין וואָס בפרט באַשטייט זיין שליחות — דאַרף ער פרעגן באַ נשיא דורנו; ובאמת האָט ער שוין דאָס אויך פאַרשפּאָרט — וואָרום מ'קען דאָס אַרויסנעמען פון די ריבוי שיחות וקונטרסים וואָס זיינען אָפּגעדרוקט. מ'דאַרף נאָר אָפּגעבן אַ פאַר סענט און קויפן דעם „קונטרס", און לערנען וואָס דאָרטן שטייט — וועט מען קענען אַליין וויסן וואָס מ'דאַרף טאָן.

און טאָמער מ'קען נאָך אַלץ ניט קומען צו אַ מסקנא, אָדער מ'האָט אַ מניעה, אַז „גלוי וידוע לפניך שרצוננו לעשות רצונך, ומי מעכב שאור שבעיסה"צא — האָט מען די עצה מפורשת במשנהצב: „עשה לך רב" („עשה" מלשון כפי'צג), און דערצייל אים אַלע פרטים, און אויך וועגן דעם „שאור", און פאָלג וואָס ער וועט דיר הייסן טאָן. וועט דאָס פאַרשפּאָרן פרעגן כו"כ שאלות — וואו מ'זאָל פאַרן, און וואָס מ'זאָל טאָן, און וואָס זאָל מען טאָן אַז מ'האָט אַ נה"ב וכו'.

יב. ויה"ר אַז דורך די עבודה פון „וישלח", ביז דער שלימות בזה — בירור ותיקון העולם, ביז „ויבן לו בית" („בית חב"ד") — וועט יעדער שליח במקומו אויפטאָן אַ גאולה פרטית במקומו, ביז ער וועט מגלה זיין דעם „אני אבוא אחריכם", דער גילוי פון דעם משלח אַליין, עצמותו ית',

און די אַלע גאולות פרטיות שטעלן זיך צוזאַמען און ברענגען די גאולה כללית, גילוי עצמותו ית' בכל העולם כולו — אַ דירה (בית) לו יתברך בתחתונים.

און דעמולט וועט זיין „וישב יעקב"צד (ווי מ'הויבט אָן לייענען אַלעמאָל בתפלת מנחה פון שבת פ' וישלח), קיום בקשת יעקב „לישב בשלוה"צה, ד.ה. ניט נאָר באופן של התיישבות (מלשון העכבה), נאָר אויך באופן פון „שלוה",

„בארץ מגורי אביו בארץ כנען"צד — בארץ הקודש, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"צו, שלימות הארץ, ביז באופן פון „ירחיב ה' אלקיך את גבולך"צז, צוזאַמען מיט שלימות העם, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"צח, וכספם372וזהבם אתםצט, כולל — כסף וזהב הרוחניים, אהבה ויראהק, וואָס זיינען מקור ושורש וכולל כל מצות עשה און כל מצות לא תעשהקא — שלימות התורה ומצוותי'.

ובפרט דורך דעם וואָס מ'טוט די עבודה בשמחה ובטוב לבב, וואָס שמחה פורץ גדרקב, אויך דעם גדר פון גלות, און עס ווערט „פרצת עליך פרץ" (ווי עס שטייט בפ' וישבקג. ומעין זה — בפ' וישלחקד: „ויפרוץ האיש מאד מאד"), „עלה הפורץ לפניהם"קה, „אלה תולדות פרץ"קו, „שיבוא בן פרץ"קז.

און אויך פריצת גדרי הזמן — אַז תיכף ומיד ממש קומט די גאולה, באופן פון „כהרף עין"קח, „כהרף עין" פון איצטער אָן! — עין בעין יראוקט.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-pyt3hq79

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources