עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeira 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

86וירא ג

א. אין מדרשא ווערט דערציילט, אַז „יצחק וישמעאל היו מדיינים זה עם זה, זה אומר אני חביב ממך שנמלתי לשלש עשרה שנה וזה אמר חביב אני ממך שנמלתי לח' ימים".

דאָס וואָס „נמלתי לשלש עשרה שנה" קען זיין מער „חביב" איז מובן בפשטות (ווי דער מדרש איז דערנאָך ממשיךב, אַז ישמעאל האָט גע'טענה'ט) — „שהי' ספק בידי למחות ולא מחיתי"; מען דאַרף אָבער פאַרשטיין וואָס פאַר אַ יתרון מעלה איז דאָ ביי „נמלתי לח' ימים" וואָס צוליב דעם האָט יצחק געזאָגט „חביב אני ממך"ג?

מפרשיםד זאָגן, אַז די מעלה איז אין דעם וואָס „מצוה בשעתה עדיף" — און מילה איז דאָך זמנה „לח' ימים"ה.

אָבער דאָס איז ניט גלאַטיק ווייל

[נוסף לזה, וואָס וויבאַלד אַז אויף מילת ישמעאל האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט ערשט ווען ער איז געווען אַ בן י"ג, האָט ניט קיין אָרט צו זאָגן אַז ביי אים האָט געפעלט אין „מצוה בשעתה", ווייל ביי אים איז דאַן (בן י"ג שנה) געווען די „שעתה" פון דער מצוהו,

(און ווי גערעדט אַמאָלז בנוגע דעם טעם פאַרוואָס אברהם אבינו האָט זיך געקענט מל זיין ביום הכפוריםח, בעת אַז דער דין איז אַז מילה שלא בזמנה איז ניט דוחה שבת ויו"טט — און אברהם אבינו האָט דאָך מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנהי — אַז וויבאַלד ער איז דעמאַלט נצטווה געוואָרן87על המילה, איז עס ביי אים געווען אַ מילה בזמנה),

איז נוסף לזה]:

דער ענין פון „מצוה בשעתה עדיף" איז בלויז אַ מעלה פרטית אין קיום המצוה — זמן המצוה, היינט ווי קען מען פאַרגלייכן די חביבות פון קיום המצוה „בשעתה" צו דער מעלה פון מילת ישמעאל, אַ מעלה בשייכות צו כללות קיום המצוה („שהי' ספק בידי למחות ולא מחיתי"), ביז אַז דערפאַר*) זאָל יצחק זאָגן „חביב אני ממך"?

מוז מען זאָגן, אַז דער ענין פון נימול לשמונה ימים איז ניט נאָר אַ פרט אין דער מצוה — זמנה, נאָר דאָס איז נוגע צו כללות ענין המילה; מילה לשמונה ימים האָט אַן אַנדער גדר, איכות.

דאָס איז אויך מוכח פון דעם וואָס חז"ליא זאָגן: „אדם הראשון נצטווה על שבע מצות כו' נח ניתוסף לו אבר מן החי כו' אברהם נצטוה על המילה, יצחק חנכה לשמונה ימים" (ווייל יצחק „הי' הראשון הנימול לשמונה ימים"יב).

ולכאורה: פאַרוואָס טיילט פאַנאַנדער דער מדרש מצות מילה אויף צוויייג — דער ציווי אויף דעם (צו אברהם) און דער ענין פון „חנכה לשמונה ימים" (דורך יצחק) — צי דערפאַר וואָס ביי יצחק'ן איז נתוסף געוואָרן דער (איין) פרט פון „נימול לשמונה ימים" איז דאָס מספיק אויף מייחס זיין צו אים דעם „חנוך" פון מצות מילהיד? ויתרה מזה — דאָס אויסטיילן בפ"ע — מעין החילוק (וההוספה) פון מילה לגבי אבר מן החי וכו'?

איז דערפון געדרונגען, אַז דער ענין פון נימול לשמונה ימים טוט אויף אַ חידוש עיקרי אין כללות ענין המילה.

ב. וי"ל די ערקלערונג אין דעם:

דער תוכן פון ברית מילה איז (בלשון הפסוקטו) — „והיתה בריתי בבשרכם לברית עולם": דורך ברית מילה ווערט אויפגעטאָן אַן אייביקער פאַרבונד צווישן דעם נימול מיטן אויבערשטן, כביכול.

אַזוי ווי אַ כריתת ברית צווישן צוויי אוהבים: בשעת זיי ווילן פאַרזיכערן אויף שטענדיק די אהבה צווישן זיי באופן אַז קיין זאַך אָדער מצב זאָל דאָס ניט צעשטערן — פאַרשטאַרקן זיי דאָס בתוקף ועוז דורך מאַכן צווישן זיך אַ כריתת בריתטז.

נאָר בנוגע אַ כריתת ברית צווישן מענטשן — וואָס ביי אַ נברא, זיינען שייך שינויים — איז מעגלעך אַז אויך דער ברית זאָל דערנאָך בטל ווערן; בשעת אָבער דער אויבערשטער מאַכט אַ „ברית", בנדו"ד — מיט אַ אידן (דורך דעם וואָס אַ איד איז זיך מל) איז עס אַ88„ברית עולם", אין וועלכן ס'איז ניט שייך קיין שינוייז.

וואָס דאָס איז איינער פון די ביאוריםיח פאַרוואָס אברהם אבינו האָט זיך ניט מל געווען ביז דער אויבערשטער האָט אים אָנגעזאָגט אויף דעם — אע"פ אַז קיים אברהם אבינו כל התורה כולה עד שלא ניתנהי — ווייל אַ נברא, זייענדיק אַ בעל שינוי, קען בכח עצמו ניט אויפטאָן אַן ענין עולם, אַ „ברית עולם", אַן אייביקן ברית; דאָס קען זיך אויפטאָן בלויז מיטן כח הבורא וואָס זאָגט אָן (וואָס דאָס גיט כח) אַז „והיתה בריתי גו' לברית עולם".

ג. דערמיט וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס דער זמן פון ברית מילה איז דוקא בקטנות קטנותו לשמונה ימים, ווען דער נימול איז נאָך אַ תינוק און קען זיך לגמרי ניט משתתף זיין בכח עצמו אין דעם קיום המצוה:

אַ זאַך וואָס דער מענטש פירט דורך מיט זיינע אייגענע כוחות, פאָדערט אַ הכנה אין זמן ביז ער איז גענוג גרייט און האָט די יכולת דאָס צו טאָן; משא"כ דער „ברית" וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך מצות מילה קומט אינגאַנצן מצד דעם בורא — ס'איז ניטאָ קיין תפיסת ידי האדם הנימול אין דעם.

די פעולת המצוה גופא ווערט טאַקע געטאָן דורך אַן אדם, אָבער דער ברית וואָס שאַפט זיך דורך דעם ווערט אויפגעטאָן אינגאַנצן מצד דעם אויבערשטןיט. ד.ה. ס'איז ניט דער פשט, אַז דורך מצות מילה פאַרבינדט זיך דער מענטש מיטן אויבערשטן, נאָר פאַרקערט: בשעת אַ איד איז זיך מל, פאַרבינדט דער אויבערשטער דעם אידן מיט אים אין אַ „ברית עולם".

און דעריבער איז ניטאָ קיין טעם מ'זאָל וואַרטן ביז דער קינד וועט ווערן אַ גדול און קענען אַליין משתתף זיין זיך אין דעם קיום המצוה, ווייל סיי ווי וועט דאָס לגמרי ניט זיין זיינער אַן אויפטו; און דעריבער איז, אדרבה — ביי דער ערשטער מעגלעכקייט (ווי נאָר דער קינד איז גענוג שטאַרקכ) איז מען אים מל.

ד. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין די מעלה אין מילת יצחק — דער „ראשון הנימול לשמונה ימים"יב — לגבי מילת אברהם*20 (וישמעאל)כא:

צו אברהם'ן איז געגעבן געוואָרן מצות מילה ערשט נאָכדעם ווי ער האָט זיך דערצו מכין געווען, דורך זיין89פריערדיקער עבודה ביז ווערנדיק צ"ט שנה, מיט אַ סדר והדרגה: אָנהויבנדיק פון „הכיר את בוראו" (מיט די פאַרשידענע מדריגות אין דעםכב: בן שלש, בן ארבעים, בן מ"ח), זיין עבודה צו מפרסם זיין אלקות בעולם, וכו', ביז ער האָט דערגרייכט די העכסטע שלימות וואָס איז מעגלעך ביי אַ נברא — און ערשט דערנאָך איז אים געגעבן געוואָרן (מלמעלה) מצות מילה, דורך וועלכער ער איז געוואָרן „תמים"כג.

און דעריבער איז אין זיין קיום מצות מילה ניט געווען מודגש וניכר בגילוי אַז דאָס איז אַ „ברית" און קשר וואָס קומט לגמרי אינגאַנצן נאָר מלמעלה.

דאָס הייסט, אויך ביי אברהם איז עס ניט געווען באופן אַז זיין פריערדיקע עבודה איז געווען אַ כלי צום ברית, אַ עילה וגרם צום ברית — וואָרום, כנ"ל: דער ברית וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך מילה — ברית עולם, נצחיות — איז ניט בחיק הנברא, וואָרום כל הווה נפסדכד קען אַ נברא ניט אויפטאָן אין דעם, אַ גדול שבגדולים (וועלכער פאַרשטייט המצוה לבורי') איז ניט „נעענטער" צו דעם ווי אַ קטן שבקטנים —

נאָר זיין עבודה איז בלויז געווען אַן ענין פון הכנה צום ברית, אַז דורך דעם וואָס אברהם האָט געטאָן זיין עבודה בשלימות, וויפל אַ נברא קען אויפטאָן אַלס נברא, האָט אים דער אויבערשטער דערנאָך געגעבן אַ מתנה מלמעלהכה, אַז ער זאָל האָבן דעם „ברית עולם",

(ע"ד „אי לאו דעביד נייחא לנפשי' לא יהיב לי' מתנתא"כו — וואָס דער „נייחא לנפשי'" איז ניט קיין תשלום פאַר דער מתנה און אוודאי ניט קיין דבר המכריח מען זאָל אים מוזן געבן די מתנה, ווייל אַ מתנה קומט מצד הנותן; אָבער, מאידך, ווערט די מתנה געגעבן דוקא בשעת ס'איז דאָ דער „עביד נייחא לנפשי'").

אָבער אעפ"כ, וויבאַלד עס איז דאָך געקומען נאָך דער הקדמת העבודה פון אברהם'ן — איז אין זיין קיום מצות מילה געווען „אַריינגעמישט" זיין עבודהכז, ביז אַז אויך די מצות מילה עצמה איז ביי אים געווען פאַרבונדן מיט זיין „החלטה", „אַז ער דאַרף זיך מל זיין"כח.

און דעריבער איז אין דעם ניט געווען מודגש וניכר בגילוי ווי דער ברית קומט אינגאַנצן מלמעלהכט.

90[ועד"ז ביי ישמעאל וואָס האָט זיך מי געווען צו י"ג שנה ווען מ'איז שוין אַ בו דעת — קומט אויס, אַז ישמעאל האָט מיט זיין שכל מסכים געווען צו זיך מל' און פאַרבינדן זיך מיטן אויבערשטןל].

דוקא ביי יצחק, וואָס נימול לשמונה ברימים איז געווען גלוי ווי דער ענין פון יט ברית מילה איז — אַ פאַרבונד וואָס ל'ן ווערט געשאַפן (ניט מצד דעם אדם

הנימול, אַ נברא, נאָר) אינגאַנצן מצד

דעם אויבערשטן.

(משיחת אחרון של פסח תשמ"א)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-00q6cyyd

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources