Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
86וירא ג
א.אין מדרשא ווערט דערציילט, אַז „יצחק וישמעאל היו מדיינים זה עם זה, זה אומר אני חביב ממך שנמלתי לשלש עשרה שנה וזה אמר חביב אני ממך שנמלתי לח' ימים".
דאָס וואָס „נמלתי לשלש עשרה שנה" קען זיין מער „חביב" איז מובן בפשטות (ווי דער מדרש איז דערנאָך ממשיךב, אַז ישמעאל האָט גע'טענה'ט) — „שהי' ספק בידי למחות ולא מחיתי"; מען דאַרף אָבער פאַרשטיין וואָס פאַר אַ יתרון מעלה איז דאָ ביי „נמלתי לח' ימים" וואָס צוליב דעם האָט יצחק געזאָגט „חביב אני ממך"ג?
מפרשיםד זאָגן, אַז די מעלה איז אין דעם וואָס „מצוה בשעתה עדיף" — און מילה איז דאָך זמנה „לח' ימים"ה.
אָבער דאָס איז ניט גלאַטיק ווייל
[נוסף לזה, וואָס וויבאַלד אַז אויף מילת ישמעאל האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט ערשט ווען ער איז געווען אַ בן י"ג, האָט ניט קיין אָרט צו זאָגן אַז ביי אים האָט געפעלט אין „מצוה בשעתה", ווייל ביי אים איז דאַן (בן י"ג שנה) געווען די „שעתה" פון דער מצוהו,
(און ווי גערעדט אַמאָלז בנוגע דעם טעם פאַרוואָס אברהם אבינו האָט זיך געקענט מל זיין ביום הכפוריםח, בעת אַז דער דין איז אַז מילה שלא בזמנה איז ניט דוחה שבת ויו"טט — און אברהם אבינו האָט דאָך מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנהי — אַז וויבאַלד ער איז דעמאַלט נצטווה געוואָרן87על המילה, איז עס ביי אים געווען אַ מילה בזמנה),
איז נוסף לזה]:
דער ענין פון „מצוה בשעתה עדיף" איז בלויז אַ מעלה פרטית אין קיום המצוה — זמן המצוה, היינט ווי קען מען פאַרגלייכן די חביבות פון קיום המצוה „בשעתה" צו דער מעלה פון מילת ישמעאל, אַ מעלה בשייכות צו כללות קיום המצוה („שהי' ספק בידי למחות ולא מחיתי"), ביז אַז דערפאַר*) זאָל יצחק זאָגן „חביב אני ממך"?
מוז מען זאָגן, אַז דער ענין פון נימול לשמונה ימים איז ניט נאָר אַ פרט אין דער מצוה — זמנה, נאָר דאָס איז נוגע צו כללות ענין המילה; מילה לשמונה ימים האָט אַן אַנדער גדר, איכות.
דאָס איז אויך מוכח פון דעם וואָס חז"ליא זאָגן: „אדם הראשון נצטווה על שבע מצות כו' נח ניתוסף לו אבר מן החי כו' אברהם נצטוה על המילה, יצחק חנכה לשמונה ימים" (ווייל יצחק „הי' הראשון הנימול לשמונה ימים"יב).
ולכאורה: פאַרוואָס טיילט פאַנאַנדער דער מדרש מצות מילה אויף צוויייג — דער ציווי אויף דעם (צו אברהם) און דער ענין פון „חנכה לשמונה ימים" (דורך יצחק) — צי דערפאַר וואָס ביי יצחק'ן איז נתוסף געוואָרן דער (איין) פרט פון „נימול לשמונה ימים" איז דאָס מספיק אויף מייחס זיין צו אים דעם „חנוך" פון מצות מילהיד? ויתרה מזה — דאָס אויסטיילן בפ"ע — מעין החילוק (וההוספה) פון מילה לגבי אבר מן החי וכו'?
איז דערפון געדרונגען, אַז דער ענין פון נימול לשמונה ימים טוט אויף אַ חידוש עיקרי אין כללות ענין המילה.
ב. וי"ל די ערקלערונג אין דעם:
דער תוכן פון ברית מילה איז (בלשון הפסוקטו) — „והיתה בריתי בבשרכם לברית עולם": דורך ברית מילה ווערט אויפגעטאָן אַן אייביקער פאַרבונד צווישן דעם נימול מיטן אויבערשטן, כביכול.
אַזוי ווי אַ כריתת ברית צווישן צוויי אוהבים: בשעת זיי ווילן פאַרזיכערן אויף שטענדיק די אהבה צווישן זיי באופן אַז קיין זאַך אָדער מצב זאָל דאָס ניט צעשטערן — פאַרשטאַרקן זיי דאָס בתוקף ועוז דורך מאַכן צווישן זיך אַ כריתת בריתטז.
נאָר בנוגע אַ כריתת ברית צווישן מענטשן — וואָס ביי אַ נברא, זיינען שייך שינויים — איז מעגלעך אַז אויך דער ברית זאָל דערנאָך בטל ווערן; בשעת אָבער דער אויבערשטער מאַכט אַ „ברית", בנדו"ד — מיט אַ אידן (דורך דעם וואָס אַ איד איז זיך מל) איז עס אַ88„ברית עולם", אין וועלכן ס'איז ניט שייך קיין שינוייז.
וואָס דאָס איז איינער פון די ביאוריםיח פאַרוואָס אברהם אבינו האָט זיך ניט מל געווען ביז דער אויבערשטער האָט אים אָנגעזאָגט אויף דעם — אע"פ אַז קיים אברהם אבינו כל התורה כולה עד שלא ניתנהי — ווייל אַ נברא, זייענדיק אַ בעל שינוי, קען בכח עצמו ניט אויפטאָן אַן ענין עולם, אַ „ברית עולם", אַן אייביקן ברית; דאָס קען זיך אויפטאָן בלויז מיטן כח הבורא וואָס זאָגט אָן (וואָס דאָס גיט כח) אַז „והיתה בריתי גו' לברית עולם".
ג. דערמיט וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס דער זמן פון ברית מילה איז דוקא בקטנות קטנותו לשמונה ימים, ווען דער נימול איז נאָך אַ תינוק און קען זיך לגמרי ניט משתתף זיין בכח עצמו אין דעם קיום המצוה:
אַ זאַך וואָס דער מענטש פירט דורך מיט זיינע אייגענע כוחות, פאָדערט אַ הכנה אין זמן ביז ער איז גענוג גרייט און האָט די יכולת דאָס צו טאָן; משא"כ דער „ברית" וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך מצות מילה קומט אינגאַנצן מצד דעם בורא — ס'איז ניטאָ קיין תפיסת ידי האדם הנימול אין דעם.
די פעולת המצוה גופא ווערט טאַקע געטאָן דורך אַן אדם, אָבער דער ברית וואָס שאַפט זיך דורך דעם ווערט אויפגעטאָן אינגאַנצן מצד דעם אויבערשטןיט. ד.ה. ס'איז ניט דער פשט, אַז דורך מצות מילה פאַרבינדט זיך דער מענטש מיטן אויבערשטן, נאָר פאַרקערט: בשעת אַ איד איז זיך מל, פאַרבינדט דער אויבערשטער דעם אידן מיט אים אין אַ „ברית עולם".