עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

309משיחת אור לכ"ף מרחשון ה'תשד"מ

א. כאן המקום להזכיר אַ זאַך וואָס מ'האָט געהערט פון רבותינו נשיאינו, און אויך מובא בספרים:

ובהקדים — כמה חוברות ועתונים וכיו"ב זיינען באַגלייט מיט ציורים אָדער תמונות (מצד דעם וואָס מ'וויל צוציען נאָך מענטשן אָדער נאָך קינדער), און צווישן די ציורים זיינען אויך דאָ, מצד כו"כ טעמים, ציורים פון בהמות וחיות ועופות וכו' —

איז אַ דבר נכון ביותר אַז מ'זאָל נוצן נאָר ציורים ותמונות פון בהמות וחיות טהורותא, עופות ודגים טהוריםב. אַ איד, ובפרט אַ אידיש קינד דאַרף זיין איינגעוואוינט נאָר בדברים טהוריםג.

ואע"פ אַז ע"פ מנהג המדינה זיינען

געוויסע

מ'פאַרבינדט דוקא מיט . . אַ מויז (!), און אַן אַנדער ענין וואָס מ'פאַרבינדט מיט אַן אַנדער חי' שאינה טהורה וכו' (ואין כאן המקום להאריך בזה), און ס'איז געוואָרן אַ רגילות צו נוצן אַזוינע ציורים, און ליידער — אויך אַ רגילות אין חוברות ועתונים וואָס זיינען בשאר הפרטים — על טהרת הקודש, אָבער אויף דעם, מאיזה סיבה שונה ומשונה וואָס איז אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק, האָט מען ניט משים לב געווען (עכ"פ —310ביז איצטער), אַז מ'דאַרף זיך משתדל זיין אַז אַ איד, בפרט אַ קינד, זאָל זיך אים מזדמן זיין, ער זאָל קוקן נאָר אויף דברים טהורים —

ואע"פ וואָס ס'איז אַ רגילות ומנהג העולם, דאַרף מען אָבער ניט האָבן קיין מס"נ אויף מבטל זיין די רגילות, און מ'קען עס דורכפירן בנקל ובנקל דנקל,

[ולהזהר ניט מאַכן דערפון קיין ענין של נצחון: בשעת מ'קומט צוגיין זאָגן אַז מען האָט עם „געחאַפּט" און „מ'הייסט" ער זאָל משנה זיין רגילותו, איז נוסף על השאלה וואָס איז מען עם פאַר אַ זאָגער — איז מען יענעם „מכריח" כביכול, יענער „דאַרף" באַווייזן אַז ער איז אַן אדם גדול און טאָן פאַרקערט . . . מ'דאַרף רעדן אין אַן אופן וה"ז אמתתו של הענין, אַז ניט מ'זאָגט אים אַ דבר חדש, נאָר אַז אַזוי שטייט אין ספרים, און ער קען אַליין אַ קוק טאָן אין די ספרים וואו ס'רעדט זיך וועגן דעם, וועט דאָס ווערן „תורתו", וועט עס ווערן זיין אייגענע הוראה.

ועד"ז אין כמה אַנדערע עניני הוכחה].

ב. אַזוי אויך, און מיט נאָכמער הדגשה, דאַרף זיין בנוגע צו חינוך פון אידישע קינדער:

לויט מנהג ישראל, בשעת אַ אידיש קינד ווערט געבאָרן הענגט מען אויף אויפן וואַנט בחדרו, אָדער מ'רינגלט אים אַרום מיט ענינים פון קדושה, שיר המעלות וכו'. ועד"ז דאַרף מען מאַכן זיכער אַז עס זאָלן ניט זיין קיינע ציורים פון דברים בלתי טהוריםד.

ווען מ'דאַרף אים געבן אַ צאַצקע דבעל חי, מאיזה טעם שיהי', וויבאַלד אַז ער איז אַ קינד — דאַרף מען אויסקלייבן אַ צאַצקע בצורת אַ בהמה טהורה, אַן עוף טהור אָדער דג טהור וכיו"ב.

אַזוי אויך ווען דער קינד ווערט עלטער און מ'דאַרף אים מחנך זיין בצורת האותיות, איז היות אַז ער איז אַ קינד אין אַזוינע יאָרן וואָס בשעת מ'דאַרף אים דערציילן וואָס איז אַן אל"ף, באַווייזט מען אים אַ ציור פון איינעם וואָס טראָגט צוויי דליים (עמער — איינער למעלה און איינער למטה)*4 — ווי ס'פלעגט אַמאָל זיין דער ציור אין ספרי ילדים — פון אַ טייך אין וועלכע עס שווימען פיש, אָדער עס שטייט דערביי (אין ציור) אַ קאַץ וכיו"ב — זאָל מען „אַרויסוואַרפן" די קאַץ פון דעם ציור, און מ'זאָל דאָרטן אַרייננעמען אַ בהמה טהורה, אַן עוף אָדער אַ דג טהורה.

וכיו"ב אין שאר עניני ציורים, ובפרט ציורים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט חינוך און גיל החינוך — ווייל „כי יזקין311לא יסור ממנה" איז פאַרבונדן מיט „חנוך לנער על פי דרכו"ו; עס איז שטאַרק נוגע וואָס עס ווערט איינגעקריצט אין דער מחשבה פון אַ קינד זייענדיק גאָר יונג; בשעת ער זעט פאַר די אויגן ענינים טהורים, איז „גם כי יזקין לא יסור ממנה".

ג. אַ מקור אין נגלה אויף די זהירות אַז אַ איד זאָל ניט קוקעןז (איינקוקען זיך) בבהמות לא טהורות, נאָר דוקא טהורות [נוסף לזה וואָס אַזוי שטייט אין ספרים, כנ"ל]:

ס'איז אַ דין אין שו"עח אַז „יש לנשים ליזהר כשיוצאות מן הטבילה . . שלא יפגע בה תחילה דבר טמא . . ואם פגעו בה דברים אלו (כגון כלב או חמור כו'ט) אם היא יראת שמים תחזור ותטבול"י. ועד כדי כך אַז עס זיינען געווען נשים צדקניות וואָס אפילו אַרויסגייענדיק מבנין מקום הטבילה גייענדיק אין גאַָס און מ'האָט געטראָפן אַ דבר לא טהור — האָט מען זיך נאָכאַמאָל טובל געווען.

ד. וי"ל אַז די הדגשה אויף זען נאָר דברים טהורים וקדושים איז נאָכמער בזמן דעקבתא דמשיחא און מ'גרייט זיך צו לע"ל — עס איז דאָך „טועמי'יא חיים זכו"יב פון אַלע ענינים דלע"ל, כולל אויך פון דעם וואָס לע"ל וועט זיין „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ"יג, מיט אַלע ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט היפך הטהרה, במילא איז כדאי זיך משתדל זיין בעקבתא דמשיחא אַז ס'זאָל זיין אַ הנהגה מעין זה, אַז וואו מ'קען נאָר אויספירן זאָלן זיין ציורים (אָדער ענינים) וואָס זיינען טהורים, און נאָכמער — על טהרת הקודש.

ויה"ר אַז בקרוב זאָל מען זוכה זיין צום קיום היעוד אַז ס'זאָל נתרבה ווערן „מי הדעת הטהור", ווי דער רמב"ם פסק'נט בסיום הל' מקוואות, אַז דאָס איז דער ענין פון מים וטבילה במים — זאָל גלייך זיין יתרבה „מי הדעת הטהור", תתרבה הטהרה, במילא וועט אויך זיין „תרבה הדעה והחכמה כו'"יד, תרבה החכמה, הבינה והדעת, ביז „מלאהטו הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים"טז, בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-9dbz63n2

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources