Likkutei Sichos
Noach 3
28נח ג
א. אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט אַז „ובחודש השני בשבעה ועשרים יום לחודש יבשה הארץ"א, און אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט דערנאָך נח'ן: צא מן התיבה אתה ואשתך גו' כל החי' גו' היצא אתך גו'ב.
איז ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד אַז עס איז שוין געווען „יבשה הארץ" — אינגאַנצן טרוקן, ווי רש"יא איז מפרש אַז „יבשה" מיינט „נעשה גריד כהלכתה" (וואָרום „חרבו המים מעל הארץ" — „נעשה כמין טיט כו'"ג — איז שוין געווען פון פריער) — פאַרוואָס האָט מען געדאַרפט זאָגן נח'ןד „צא מן התיבה"? און נאָכמער: ס'איז ניט גענוג געווען דער ציווי בשייכות לנח, נאָר עס איזא געווען אַ באַזונדער ציווי בנוגע די חיות — „כל החי' גו' בעוף ובבהמה ובכל הרמש גו' היצא אתך"!
אין מדרשה שטייט: כיון שנחו המים הי' צריך נח לצאת מן התיבה, אלא אמר ברשות הקב"ה נכנסתי שאמר ליו בא אתה וכל ביתך אל התיבה ועכשיו איני יוצא אלא ברשותו.
אָבער (נוסף לזה — אַז רש"י ברענגט ניט דעם ענין, איז) ע"ד הפשט (ופרש"י מפורשז) קומט לכאורה אויס, אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט נח'ן „בא גו' אל התיבה" איז (ניט אַ נתינת רשות, נאָר) ווייל נח האָט ניט געוואָלט אַריינגיין אין תיבה.
בפשטות קען מען זאָגן, אַז דער צורך אין דעם ציווי איז ניט (אַזויפיל) אויף דער עצם יציאה, נאָר אויפן אופן היציאה — „(צא מן התיבה) אתה ואשתך ובניך ונשי בניך אתך", ווי רש"י איז דערויף מפרש: איש ואשתו כאן התיר להם תשמיש המטה (משא"כ זייענדיג אין דער תיבה — איז „האנשים לבד והנשים לבד" ווייל „נאסרו בתשמיש המטה"ח).
ועד"ז בנוגע די חיות, אַז מ'האָט געדאַרפט באַוואָרענען (ווי דער פסוקט איז מסיים) „ושרצו בארץ ופרו ורבו על הארץ", און ווי רש"י איז מפרש: ולא בתיבה מגיד שאף הבהמה והעוף נאסרו בתשמיש.
אָבער פון פשטות לשון הכתוב איז משמע אַז דער ציווי איז (אויך) בנוגע דער עצם יציאה — „צא מן התיבה". און גאָר שטאַרק איז עס מודגש בנוגע די חיות כו', וואָס „הוצא כתיב . . אם אינם רוצים לצאת הוציאם אתה"י — אַז די חיות וועלן (אפשר) ניט וועלן אַרויס־29גיין פון תיבה, איז דאָ דער ציווי „הוציאם אתה" (בעל כרחם)יא.
ב. איינער פון די ביאורים אין דעם:
עס איז מבואר בכמה מקומותיב, אַז אין תיבת נח האָט געהערשט אַ מצב פון שלום, מעין ווי עס וועט זיין לעתיד לבא — „וגר זאב עם כבש גו' לא ירעו ולא ישחיתו גו'"יג. אין תיבת נח זיינען דאָך געווען אַלע מיני בהמות וחיות צוזאַמען — אויך חיות טורפות ודורסות — און פונדעסטוועגן „לאיד עשו רעה זל"ז כלל ולא השחיתו זל"ז".
וואָס דאָס איז מוכרח אויך אין פשוטו של מקרא. וואָרום אע"פ אַז אויפן פסוקטו „קנים תעשה את התיבה" איז רש"י מפרש „מדורים מדורים לכל בהמה וחי'" — אַז יעדער (מיןטז) בהמה וחי' איז געווען אָפּגעטיילט פון אַלע אַנדערעיז — פונדעסטוועגן:
א) עס איז שווער צו זאָגן, אַז מען קען (ע"פ טבע) איינצאַמען חיות טורפות אין אַ מקום (מדור) מוגבל ביותר במשך פון אַ גאַנצן יאָר, און דערביי זאָל ניט טרעפן פאַלןיח אַז אַ חי' רעה זאָל מזיק זיין וכיו"ב.
ב) מ'זעט במוחש (אין אַ „גן חיות") אַז כדי צו אָנפירן מיט אַ ריבוי גדול פון חיות טורפות, פאָדערט זיך אַ ריבוי גדול30של אנשים צו קענען זיך „איינקערן" מיט זיי. און דאָ אין תיבת נח האָבן די עטלעכע מענטשן (נח ובניו ונשיהם) אָנגעפירט מיט אַלע מיני חיות טורפותיט כו' דכל העולם כולו!
איז מוכרח צו זאָגן, אַז זייענדיק אין דער תיבה, איז נשתנה געוואָרן די טבע פון די בע"ח הטורפיםכ, ע"ד ווי עס וועט זיין לעתיד לבא, וואָס אין אַזאַ מצב איז „נערכא קטן נוהג בם".
און ס'איז קיין קשיא ניט: לכאורה האָט רש"י ערגעץ וואו געדאַרפט אָנמערקן אַז אין תיבה האָט געטראָפן אַזאַ נס גדול (ע"ד ווי עס וועט זיין לעתיד לבא — ווען עס איז געווען „ומלאה הארץ דעה את ה'") —
ווייל יש לומר, אַז דאָס ווערט שוין באַוואָרנט פון פרש"י לעילכב, אַז אין תיבה זיינען געקומען בלויז „אותן שדבקו במיניהם ולא השחיתו דרכם ומאליהם באו וכל שהתיבה קולטתו הכניס בה". וואָס דערפון זעט מען, אַז: א) בלויז די מובחרים (שלא השחיתו דרכם) זיינען געקומען אין דער תיבה. ב) שוין בהליכתם לתיבה האָבן חיות הטורפות ניט מזיק געווען, ג) דער עצם קומען, און ד) דער אַריינקומען אין תיבה זיינען געווען אינגאַנצן בדרך נס;
איז במילא קיין פלא ניט, אַז אויך דערנאָך, אַריינקומענדיק אין תיבה איז נמשך געווען דער נסכג (בשייכות צו דעם העדר ההשחתה פון די חיות), אַז די טבע פון די חיות טורפות איז נשתנה געוואָרן אויף ניט מזיק זיין אַ צווייטע חי' ובהמה וכו'.
ג. און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס נאָכדעם ווי „יבשה הארץ" האָט מען געדאַרפט אָנקומען צו אַ ציווי „צא מן התיבה" — ווייל נח האָט ניט געוואָלט אַרויסגיין פון תיבהכד; ער איז געווען אין אַן אָרט וואו ס'איז געווען אַ מצב פון לעתיד לבא,
[ובפרט ע"פ המבואר אין חסידותכה, אַז דער שינוי הטבע פון די חיות אין תיבת נח איז געקומען דערפון וואָס דאָרט האָט מאיר געווען אַזאַ הויכער31אור אלקי (— מעין ווי עס וועט מאיר זיין לעת"ל) וועלכער טוט אויף דעם ענין השלום],
ומשום זה איז דער אַרויסגיין פון תיבה געווען אַ ירידה לגבי דעם מצב אין דער תיבהכו.
ועאכו"כ ביי די חיות טורפות גופא, וואָס אין זיי איז דאָך געווען דער שינוי הטבע אין תיבת נח, האָבן זיי מצד עצמן ניט געוואָלט אַרויסגיין פון תיבה, אויף . . . צוריק ווערן חיות טורפות ומזיקות!
און דערפאַר האָט מען געדאַרפט באַזונדער אָנזאָגן נח'ן „כל החי' אשר אתך גו' הוצא אתך", ווייל ר איז דאָ אַ מקום לחלק: פאַר נח'ן (מיט אשתו ובני ביתו) איז מוכרח דער אַרויסגיין פון תיבה, כדי צו אויפטאָן אין דער וועלט שמחוץ להתיבה. און דעריבער איז כדאי די ירידה (צא מן התיבה) צוליב דער תועלת פון דער וועלט בחוץ.
משא"כ אַרויסלאָזן די חיות טורפות פון תיבה וועט גורם זיין אין זיי אַ ירידה (זיי וועלן זיין ווי קודם הכניסה לתיבה), און אין וועלט וועלן ווידער זיין חיות טורפות!
האָט מען אָנגעזאָגט נח'ן, אַז אעפ"כ — „כל החי' גו' הוצא אתך".
דערפון איז אָבער מובן, אַז דורך דעם „צא מן התיבה . . הוצא אתך" ווערט אויפגעטאָן אַן עילוי לגבי דעם מצב ווי ס'איז געווען אין תיבה.
ד. וואָס איז די הסברה אין דעם?
איז דאָס מרומז אין דעם גופא וואָס דער פסוק זאָגט „צא מן התיבה אתה ואשתך גו'", וואָס ווייזט (כנ"ל) אַז „התיר להם כו'". ועד"ז ביי די חיות כו' — „הוצא אתך ושרצו בארץ ופרו ורבו על הארץ".
דערפון וואָס דאָס איז די ערשטע זאַך וואָס מ'האָט אָנגעזאָגט נח'ן בשייכות צו דער יציאה מן התיבה איז מובן, אַז דאָס איז ניט אַ זייטיקער ענין (וויבאַלד אַז פריער אין תיבה איז „נאסרו כו'", האָט מען דעריבער ביי דער יציאה מן התיבה געמוזט צוריק מתיר מאַכןכז), נאָר דאָס איז די מטרה ותכלית פון דעם „צא מן התיבה". אין דעם באַשטייט דער אויפטו פון „צא מן התיבה".
וכפשטות הענין: וואָס האָט געפעלט אין דעם לעבן אין דער תיבה — דאָס וואָס אין דעם מקום מוגבל פון תיבה האָט ניט געקענט זיין דער ענין פון „פרו ורבו" (און „וכבשוה" — הארץ), ובפרט אין אַן אופן וואָס זאָל ברענגען צו „מלאוכח את הארץ".
און דאָס איז דער מכוון פון „צא מן התיבה" — אַז נאָכדעם ווי ס'איז געווען דער מבול ווען „וימח את כל היקום גו'"כט, איז געווען די שליחות פון נח'ן צוריק צו אויפבויען אַ יקום, דורך פרו ורבו ומלאו את הארץ. און ווי עס שטייט גלייך דערנאָך אין פרשה, אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט נח'ןל — בתור ברכה און בתור ציווי — פרו ורבו (ומלאו את הארץ).
ה. יעדער ענין אין גשמיות ווערט נשתלשל פון ענינו ברוחניות. ועד"ז32בעניננו, אַז דאָס וואָס בגשמיות איז די יציאה מן התיבה געווען צוליב „פרו ורבו ומלאו את הארץ", ווערט עס נשתלשל פון רוחניות הענינים.
דער אויפטו פון „פרו ורבו" איז — וואָס אין דעם ווערט אַנטפּלעקט דער כח האיןסוף דאָ למטהלא. ווייל אין דעם ענין ההולדה איז ניטאָ קיין הגבלה, עס איז עד אין סוף, דור אחר דור.
און דאָס איז דער חילוק צווישן דעם מצב אין דער תיבה לגבי דעם מצב אַרויסגייענדיק פון תיבה:
אין דער תיבה, ניט געקוקט אויף די הויכע גילויים וואָס האָבן דאָרטן מאיר געווען (ביז אַז דאָס האָט גע'פועל'טלב אַ שינוי הטבע בדוגמא פון לעתיד לבא, כנ"ל), איז עס נאָר געווען אַן ענין פון עלית ותענוג הנברא, ובמילא איז עס מיט אַ גבול.
משא"כ דורך דער עבודה אין וועלט, חוץ להתיבה, און ווי עולם איז בטבעולג דוקא — עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנולד — דאָ, אין די תחתונים (דוקא), ווערט אויפגעטאָן די דירה לו ית'לד, דירה לעצמותולה.
און דערפאַר ווערט דוקא אין דער עבודה אַנטפּלעקט דער בלתי בעל גבול, נחלה בלי מצריםלו.
ו. די הוראה פון דעם אין עבודת השם:
עס זיינען פאַראַן אַזוינע וואָס מיינען אַז מען קען זיך פאַרשליסן אין די אייגענע ד' אמות און זיך עוסק זיין כל היום בתורה און זיי זאָל כלל ניט זיין נוגע וואָס עס טוט זיך אין דער וועלט אַרום זיי.
ווער רעדט נאָך אויב ער וועט זיך עוסק זיין כל היום אין פנימיות התורה, דעלז את אלקי אביך, וועט דאָך ביי אים זיין אַ מצב ע"ד ווי עס וועט זיין בימות המשיח, און ווי דער רמב"ם פסק'נט בסיום וחותם ספרולח „ובאותו הזמן לא יהי' כו' ולא יהי' עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד"
קען ער טענה'ן: לאיזה צורך דאַרף ער אַרויסגיין פון זיינע ד' אמות אויף זיך עוסק זיין אין הרבצת התורה והיהדות, ביז צו הפצת המעינות חוצה, כדי אויפצוטאָן דעם קאתי מר דאָ מלכא משיחא וואָס דורך דעם איז מען זוכה (וכל העולם) זיך צו עוסק זיין אין „לדעת את ה' בלבד" [און ווי רש"י איז מפרשלט אַז תורתו של משיח איז „סוד33טעמי' ומסתרמ צפונותי'", פנימיות התורה] — ער האָט עולמך תראה בחייךמא, ער איז זיך עוסק שוין איצט אין „לדעת את ה' בלבד"!
אויף דעם איז די הוראה — „צא מן התיבה": מען דאַרף אַרויסגיין פון דער תיבה און אויפטאָן אין דער וועלט אַרום. עס איז טאַקע דאָ דער סדר פון „בא גו' אל התיבה"מב — אַז ווען עס הערשט אַ מצב פון מבול בחוץ, און עס איז דאָ אַ חשש אַז מ'וועט פאַרזונקען ווערן אין די „מים הזידונים" פון מי המבול, דאַרף מען זיך באַשיצן דערפון דורך „בא גו' אל התיבה", כפירוש הבעש"טמג: אַריינגיין אין די אותיות ותיבות פון תורה ותפלה — אָבער וויסן דאַרף מען, אַז סוף מוז קומען אַ זמן פון „צא מן התיבה", ווייל די מטרה ותכלית איז צו אויפטאָן אין דעם עולם וואָס איז חוץ פון דיין תיבה.
און מ'זאָל ניט מיינען אַז מ'דאַרף עס טאָן נאָר דערפאַר ווייל מ'דאַרף מוותר זיין אויף דער אייגענער טובה צוליב טובת הזולת — נאָר דאָס איז נוגע צו דער אייגענער שלימות וטובה. ניט קוקנדיק אויף די אַלע עילויים וועלכע מען קען דערגרייכן דורך דער „עבודה אין תיבה", איז דאָס אַלץ אַן ענין שבמדידה והגבלה.
דורך „צא מן התיבה" ווערט דער „פרו ורבו", דער ריבוי עד אין סוף, ביז אין אַן אופן פון „ואלה תולדות פרץ"מד, תולדות מלאמה — דער „ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה"מו, נחלה בלי מצריםמז, וואָס וועט זיין בגילוי בביאת משיח צדקנו, „עלה הפורץ לפניהם"מח.
ז. נאָך אַ הוראה וואָס מען דאַרף אַרויסנעמען דערפון איז — אין דעם ענין פון „פרו ורבו" כפשוטו:
די ערשטע פליכט פון אַ מענטש נאָך אַ מבול, אַ מצב פון „וימח את כל היקום גו'", איז — „פרו ורבו ומלאו את הארץ", אויף צוריק בונה זיין דעם עולם מחדשמט.
און דאָס איז די הוראה מיוחדת פאַר אונזער דור, וועלכער איז דורכגעגאַנגען אַ מבול ר"ל, און אַ גאָר גאָר חשוב'ער און גרויסער טייל פון עם ישראל איז היל"ת אָפּגעווישט געוואָרן בגשמיות — דאַרף מען וויסן, אַז צום אַלעם ערשטן ליגט די אחריותנ (וזכות) אויף די וועלכע זיינען בחסדי ה' געראַטעוועט געוואָרן פון דעם מבול און אויך אויף צאצאיהם, צוריק בונה זיין עם ישראל בגשמיות, און דאַמאָלס איז דאָ מיט וועמען אויף טאָן ברוחניות — „צו את בני ישראל" דאַרף האָבן פריער (קדמונא) בנ"י.
34ח. עס זיינען פאַראַן אַזוינע וואָס מאַכן חשבונות:
האָבן קינדער איז אַ געוואַלדיקע אחריות. מען דאַרף זיי שפּייזן הן בגשמיות, הן ברוחניות — זיי מחנך זיין בדרך התורה והמצות. ומי יודע צי עס איז בכוחו צו מגדל זיין קינדער כדבעי, אַז זיי זאָלן אויסוואַקסן געזונטע קינדער, געזונט בגשמיות און געזונט ברוחניות?
ולכן: פריער דאַרף מען זיין זיכער כדבעי מיט דעם אייגענעם מצב הגשמי און מצב הרוחני, און ערשט דערנאָך וועט מען טראַכטן און דערנאָך מקיים זיין „פרו ורבו"!
ט. אע"פ וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט נח'ן „צא מן התיבה אתה ואשתך" — „איש ואשתו כאן התיר להם כו'" (כנ"ל), דערציילט אָבער די תורה, אַז בפועל איז „ויצא נח ובניו ואשתו ונשי בניו"נב (ניט — „איש ואשתו").
און ווי מפרשיםנג זיינען מסביר (ע"פ פרש"ינד) אַז דאָס איז דערפאַר ווייל „הי' נח דואג לעסוק בפרי' ורבי'"נה. והביאור: נח האָט געמאַכט אַ חשבון: וואָס וועט זיין די תועלת פון האָבן קינדער? עס קען דאָך ווידער ווערן דער זעלבער מצב אַז זיי וועלן חוטא זיין „ויבואו מי המבול וישטפום"נו — און דערפאַר האָט אים דער אויבערשטער פריער מבטיח געווען „שלא לשחת העולם עוד"נה און ערשט דערנאָך אָנגעזאָגט „פרו ורבו".
ואע"פ אַז דער אויבערשטער האָט דאָך אָנגעזאָגט „צא מן התיבה אתה ואשתך", איז ווי קומט עס אַז נח, וועלכער איז געווען „איש צדיק תמים"נז, זאָל מצד חשבונות וועלן טאָן ח"ו היפך ציווי ה'נח?
איז עס קיין קשיא ניט, ווייל נח האָט גערעכנט אַז דער מאמר הקב"ה „צא מן התיבה אתה ואשתך" (איש ואשתו) איז בלויז אַ היתרנט — כדיוק לשון רש"י „כאן התיר להם" — אָבער ניט קיין ציוויס. דערפאַר האָט דערנאָך דער אויבערשטער מוסיף געווען, אַז די כוונה אין דעם מאמר איז ניט נאָר אַ היתר, נאָר אַ ציווי, אַז עס מוז זיין „פרו ורבו".
עס בלייבט אָבער ניט מובן: דער אויבערשטער האָט באַוואָרנט אַז ער וועט מער קיין מבול ניט ברענגען, אָבער ביי נח'ן איז זיכער געווען דער35עיקר דער מצב הרוחני פון בניו. איז אויב עס איז דאָ דער חשש פון „פן יוסיפו לחטוא"סא — איז דאָך כלל ניט מספיק וואָס מען איז זיי ניט מעניש — זיי זיינען דאָך אין דעם זעלבן מצב (רוחני) ווי דור המבול!
איז דערפון די הוראה ברורה, אַז „בהדי כבשי דרחמנא למה לך"סב! אַ איד דאַרף טאָן כל התלוי בוסג — לקיים מצות פרו ורבו און דערנאָך לחנך בניו ובנותיו ע"פ הוראות התורה — און ניט אָפּהאַלטן זיך פון מקיים זיין ציווי ה' מצד אייגענע חשבונות.
— חז"ל דערציילןסד בנוגע צו חזקיהו המלך, ווי ער האָט געזען ברוח הקודש אַז פון אים וועלן אַרויסקומען „בנין דלא מעלו" און האָט דעריבער זיך ניט עוסק געווען בפו"ר. האָט אים דער אויבערשטער מעניש געווען ר"ל, ווייל „בהדי כבשי דרחמנא למה לך, מאי דמפקדת איבעי לך למעבד"!
זעט מען דערפון, אַז אפילו ווען מען ווייס בבירור וואָס עס וועט זיין כו' טאָר מען זיך ניט אָפּהאַלטן פון מקיים זיין ציווי ה'סה; עאכו"כ ווען דאָס איז בלויז אַ חשש מצד אַן אייגענעם חשבון
ולהוסיף — אויך אין חזקיהו'ס פאַל זיינען דערנאָך געבאָרן געוואָרן יאשיהו אויף וועמען עס שטייטסו „וכמוהו לא הי' לפניו מלך אשר שב אל ה' בכל לבבו גו' ככל תורת משה ואחריו לא קם כמוהו" און נאָך מלכים צדיקים ווי יהואחזסז און צדקיהוסח
— אדרבא: זיי מקיים ציווי ה' המוטל עליך, בשמחה ובבטחון גמור אַז דער אויבערשטער וועט זיכערסט העלפן און אַריינגעבן הצלחה אין דיין השתדלות בחינוך הבניםע (ובפרט אין זכות פון דעם גופא וואָס מ'איז מקיים ציווי ה' פון פרו ורבו אָן קיינע חשבונות).
יו"ד. כל הנ"ל רעדט זיך בנוגע צו דאגות פון דעם מצב רוחני פון קינדער, וואָס דאָס איז תלוי בעיקר אין די עלטערן, וואָס זיי האָט דער אויבערשטער געגעבן די מצוה (וזכות) לחנך בניהם ובנותיהם בדרך התורה והמצוה, און האָט זיי געגעבן די בחירה חפשית צו דורכפירן דעם ציווי.
ווען עס רעדט זיך וועגן דאגות פון פרנסה גשמיית — מען מאַכט חשבונות אַז דער מצב הפרנסה דערלאָזט ניט אַז מען זאָל זיך עוסק זיין בפו"ר — ווייזט עס אַז מ'איז מקטני אמנהעא, ולמטה מזה.
36פרנסה איז ניט תלוי אין דער אייגענער בחירה. אַ איד איז טאַקע אָנגעזאָגט געוואָרן „בכל אשר תעשה"עב — אָבער זיין „תעשה" איז נאָרעג אַן ענין פון עשיית כלי צו דער ברכת ה'; די השפעת המזון והפרנסה קומט מלמעלה, ווי יעדערער זאָגט אין ברכת המזון: הזן את העולם כולו בטובו בחן בחסד וברחמים.
און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַ אידן „פרו ורבו", איז זיכער, אַז צוזאַמען מיט יעדן קינדעד וואָס ווערט געבאָרן, ווערט געעפנט אַ *) נייער צינור אויף ברכת ה', אויף השפעת מזון ופרנסה, (אויך) פאַר דעם נייגעבאָרענעם קינד, און אין אַן אופן פון „בטובו בחן בחסד וברחמים", מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
יא. די זעלבע זאַך איז בנוגע צו כחות הנפש: אַנדערע טענה'ן, אַז זיי האָבן ניט די כוחות, כוחות הגוף אָדער כוחות הנפש, אויף צו מגדל זיין מערערע בנים ובנות, וואָס דאָס פאָדערט אַ יגיעה גדולה, יגיעת נפש ויגיעת בשר.
דאַרף מען וויסן, וויבאַלד אַז דער אויבערשטער זאָגט אָן אויף דעםעד, און „אינו מבקש אלא לפי כוחן"עה, איז ברור אַז ער גיט די נויטיקע כוחות אויף דורכפירן זיין ציווי. ובמילא דאַרף מען ניט אַריינמישן אין דעם אייגענע חשבונות, נאָר פאַרלאַזן זיך ומתוך שמחה (ווי באַ יעדער עבודת השם) אויפן אויבערשטןעו.
אויב דער מצב אמיתי איז, אַז מ'האָט ניט די כוחות אויף דעם, וועט דער אויבערשטער דאָס באַוואָרענעןעז
כדי עס זאָלן געבאָרן ווערן קינדער מוז זייןעח אַ ברכה מיוחדת פון אויבערשטן — „ויברך אותם אלקים . . פרו ורבו גו'"עט. וואָס דערפאַר „יש כמה בני אדם שאינם מולידים גם שכח המוליד ישנו בשלימות"פ.
— דער אמת, אמת הנגלה איז, אַז ניט נאָר איז אַזאַ הנהגה דבטחון בהשם — ניט גורע פון בריאות האדם, נאָר פאַרקערט: דער וועג צו דערגרייכן מנוחת הנפש אמיתית, איז דורך דעם וואָס מ'פירט זיך לויט די סדרי הבריאה וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט. בשעת מען צעשטערט דעם נאָרמאַלן סדר וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט בחיי משפחה, זעט מען במוחש אַז דאָס איז גורם צו פּראָבלעמען אין „עצבים" (נערווען) כו', נוסף על העיקר אַז דאָס שטערט וכו' די באַציאונגען צווישן איש ואשתו.
37די הנהגה פון מאַכן חשבונות ווען עס איז „די פּאַסיקע צייט" צו האָבן קינדער, האָט מען אַ נאָמען געגעבן „תכנון משפחה" („פעמעלי פּלענינג"). די מציאות איז אָבער, אַז דאָס ברענגט דעם היפך ממש: אַ היפך אין סדר חיי משפחה, היפך בנין חיי משפחה. און ווי עס איז שוין נתגלה געוואָרן (פאַר די וואָס ווילן זיך ניט נאַרען), אַז עס איז נאָך ניט געווען אַ זאַך וואָס זאָל אַריינברענגען אַזאַ בלתי סדר און היפך הביסוס והחיזוק ובנין פון חיי משפחה ווי די זאַך פון „תכנון משפחה"פא.
יב. אַ שייכות מיוחדת צווישן דער מצוה פון פרו ורבו און אונזער דור (דוקא):
די גמרא זאָגטפב, אַז אין בן דוד באַ עד שיכלו כל הנשמות שב(אוצר ששמו) גוף. ד. ה. די לידה פון נאָך אַ אידיש קינד איז מקרב די גאולה שלימה פון כלל ישראל על ידי דוד מלכא משיחא.
און וויבאַלד אַז מען געפינט זיך אין דרא דעקבתא דמשיחא (כמדובר כמה פעמים), און מען האָפט און מ'איז מתפלל „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח", "נאַו" ממש — איז פאַרשטאַנדיק, אַז מען דאַרף טאָן התלוי בו אין דעם „יכלו כל הנשמות שבגוף",
וואָס דאָס וועט ממהר זיין דעם „בן דוד בא", בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-sf1saeda