Likkutei Sichos
Bereishis 3
14בראשיתג
א. עס שטייט אין מדרשא: „כל מה שנברא בששת ימי בראשית צריכין עשיי'" — „הדאב הוא דכתיבג אשר ברא אלקים לעשות, אשר ברא ועשה אין כתיב כאן אלא לעשות לומר שהכל צריך תיקון".
דאַרף מען פאַרשטיין: ווי שטימט דער מדרש מיט'ן מאמר חז"לד „עולם על מליאתו נברא", אַז „נבראו הדברים (שבעולם) על מליאתן"ה — ניט קיין חסרים וואָס „צריכין עשיי', תיקון"ו?
לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן ע"פ דברי המדרשה אַז „אע"פ שנבראו הדברים על מליאתן כיון שחטא אדה"ר נתקלקלו"ז — און דער פסוק „אשר ברא אלקים לעשות" שטייט דאָך ביי יום השביעי („כי בו שבת מכל מלאכתו אשר ברא גו'"), וואָס איז געווען נאָכן חטאח עץ הדעתט.
דאָס איז אָבער ניט קיין תירוץ (מספיק), ווייל דער פסוק זאָגט דאָך „אשר ברא אלקים לעשות" — אַז דער צורך „לעשות — צריך תיקון" איז (ניט אַ תוצאה פון דעם שפּעטערדיקן חטא, וואָס האָט גורם געווען אַ קלקול אין וועלט, נאָר) מצד דער בריאה עצמה — דער „ברא" איז געווען אין אַן אופן וואָס „צריך תיקון".
ב. וי"ל איינער פון די ביאורים אין דעם:
דער ענין פון „ברא אלקים לעשות" — אַז „הכל צריך תיקון" — איז נתחדש געוואָרן ביום השביעי, אָבער ניט מצד דעם קלקול פון חטא עץ הדעת (מעשה בני אדם, וועלכע איז געווען היפך ד"ברא אלקים לעשות"), נאָר מצד דעם טאָג פון יום השבת.
ד.ה. אין דער „זעלבער" וועלט וואָס (און ווי) „ברא אלקים" — איז דאָ אַ חילוק במצבה ווי זי איז בששת ימי בראשית און ווי זי איז ביום השביעי: לויט דער מעלה ומצב פון ששת ימי15המעשה איז דער עולם „על מליאתו", ס'איז אַ שלימות'דיקע וועלט; בשעת עס קומט דער יום השביעי, איז דער מצב (עילוי) פון יום השבת גיט אַן אפשריות צו נתעלה ווערן און שטיין אין אַ העכערע מדריגה, דעמאָלט איז דער (זעלבער) עולם (וואָס „ברא אלקים") — אַ חסר (בערך האפשריות פון יום השביעי) און „צריך תיקון".
ע"ד ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניאי — אַז „עיקר התשובהיא בלב והלב יש בו בחי' ומדריגות רבות", און דעריבער אע"פ אַז „כבר עשה תשובה נכונה", איז בשעת מען ווערט נתעלה אין אַ העכערער מדריגה, פאָדערט זיך אַ העכערער אופן אין תשובה.
[עד"ז איז מען מבאריב פאַרוואָס מען זאָגט ברכת סלח לנו „בתפלת שמונה עשרה . . ולא קודם התפלה" — ווייל נאָך דעם ווי מען הויבט זיך אויף צו אַ העכערער מדריגה (דורך ק"ש ותפלה) דערהערט מען אַז מען דאַרף תשובה טאָן (אויף אַ העכערן אופן)].
ג. און עם היות אַז מ'קען לכאורה מחלק זיין, ואין הראי' דומה לנידון — אין דעם ענין התשובה איז דער פירוש, אַז כאָטש מען האָט שוין געטאָן אַ „תשובה נכונה" (לפי מצב האדם בהווה) — איז אָבער דער פגם (פון דער עבירה) נאָך ניט אָפּגעווישט געוואָרן אינגאַנצן; ס'איז נאָר וואָס לגבי זיין מצב בהווה זעט זיך ניט אָן דער פגם, אָבער בשעת ער ווערט דערהויבן צו אַ העכערע מדריגה — איז דאָרט ניכר אפילו אַ איידעלערער פגם און דערפאַר דאַרף מען האָבן אַ תשובה אין אַ העכערן אופןיג.
[כידוע די דוגמא בזה פון אַ פלעק אויף אַ בגד — אַז בעת אַ פלעק געפינט זיך אויף אַ פשוט'ן בגד איז מען אויף אים ניט משים לב, אָבער ווען דער זעלבער פלעק איז דאָ אויף אַ זיידענעם בגד איז ער מקלקל דעם בגדיד].
איז דאָס לכאורה ניט קיין דוגמא והסברה צו נדו"ד, וואו די בריאה איז מלכתחילה באַשאַפן געוואָרן פון דעם אויבערשטן, אין אַן אופן פון טוב מאדטו און „על מליאתו" — אָן אַ פגם וחסרון, כנ"ל.
— איז דאָס אָבער ניט אַזוי: אויך בענין התשובה איז דאָ דער סדר העבודה פון „כל ימיו בתשובה"טז, וואָס דער צורך התשובה „כל ימיו" איז ניט נאָר דערפאַר וואָס דער פגם פון דער פריערדיקער מעשה עבירה איז נאָך ניט אינגאַנצן אָפּגעווישט געוואָרן (און לגבי דער היינטיקער העכערער מדריגה איז נאָך פאַרבליבן אַ פגם פון דער עבירה) — ח"ו צו חושד זיין יעדן אידן אַז ער האָט נאָך ניט געטאָן קיין תשובה שלימה און ס'איז נאָך פאַראַן אַ פגם פון אַ חטאיז — נאָר אפילו אויב „עשה תשובה16נכונה" ושלימה באופן אַז דער פגם איז אינגאַנצן אָפּגעווישט געוואָרן, איז נאָך אַלץ שייך און ס'דאַרף זיין דער ענין התשובהיח.
[וכידועיט אַז אויך ביי צדיקים איז דאָ דער ענין התשובה, און איינער פון די אויפטואונגען פון משיח'ן איז, וואָס „אתא לאתבא צדיקיא בתיובתא"כ].
ד. די הסברה אין דעם: בשעת מען ווערט נתעלה אין אַ העכערער מדריגה פאָדערט זיך אַ העכערער אופן העבודה, ווייל לגבי זיין העכערער מדריגה איז זיין פריערדיקע עבודת ה' ניט בשלימות (כאָטש די עבודה איז געווען בשלימות לגבי די פריערדיקע מדריגה).
אַ דוגמא פשוטה אויף דעם — פון מצות צדקה: דער חיוב פון צדקה איז לפי ערך די נכסים וואָס דער מענטש פאַרמאָגט, איז מובן, אַז בשעת זיין רכוש ווערט גרעסער קען ער זיך ניט באַנוגענען מיט דעם סכום וואָס ער האָט פריער געגעבן אויף צדקה (כאָטש אַז דעמאָלט, במצבו ההוא, האָט ער דערמיט מקיים געווען מצות הצדקה בשלימותה), נאָר ער דאַרף געבן צדקה לפי מצבו עתהכא —
און וויבאַלד אַז דער קיום התורה והמצות פון אַ אידן איז אַ „פעולה נמשכת" — בלשון התניאכב אַז דער „יחוד" וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך תורה ומצות איז אַ „יחוד . . נצחי לעולם ועד" — דעריבער, בשעת דער איד ווערט נתעלה אין אַ העכערער מדריגה, „נעמט ער מיט" די תורה ומצות וואָס ער האָט מקיים געווען בעבר; און כדי צו מעלה זיין די פריערדיקע תורה ומצות שלו (וואָס לגבי זיין איצטיקן מצב פעלט אין זייער שלימות) פאָדערט זיך דער ענין התשובהכג.
[און דאָס איז אויך איינע פון די הסברותכד אין אמירת סלח לנו בתפלת שמו"ע — וואָס איז נתתקן געוואָרן אפילו פאַר צדיקים וועלכע האָבן ניט קיין חטאים, און פאַר בעלי תשובה וועלכע האָבן שוין תשובה געטאָן בשלימות:
17די בקשה סלח לנו איז ניט (נאָר) אויף באַגאַנגענע עבירות, נאָר אויך אויף דער עבודת ה' פון פריער, וואָס בשעה זו איז זי דורשת תיקון. וואָרום בתפלת שמו"ע, ווען מ'איז „עומד לפני המלך"כה — וואָס דאָס מיינט אַ מצב פון תכלית הביטול, ביז אַז אפילו די תנועה פון „מחוו לי' במחוג (אויב ס'איז) קמי מלכא"כו הייסט אַ מרידה במלכות — דערהערט מען ווי די עבודת ה' שלפנ"ז איז ניט אַלעס, חסר (אין עבודה).
— ווען מ'איז ניט אין אַ מצב פון „עומד לפני המלך", נאָר במדינתו (בשליחותו) איז די עבודה אַן עבודה תמה מיט דער גאַנצער שלימות, ואדרבה — דעמאָלט איז דער רצון המלך עצמו אַז מ'זאָל ניט שטיין בביטול גמור, כדי מ'זאָל זיין מסוגל צו טאָן און אויספירן פקודת המלך בנוגע למדינתו;
שטייענדיק אָבער לפני המלך פילט מען ווי אין דער עבודה שלפנ"ז האָט געפעלט דער ביטול מוחלט צום מלך, און אויף דעם חסרון וואָס איז „נתחדש" געוואָרן בעת מ'איז עומד לפני המלך זאָגט מען „סלח לנו"].
ועד"ז בעניננו: בששת ימי בראשית איז דער עולם בתכלית השלימות („על מליאתו") לפי דעם מצב פון „ימי המעשה";
בשעת אָבער ס'איז געקומען דער יום השביעי און אין וועלט איז נמשך געוואָרן אַ העכערע קדושה — דעמאָלט איז דער עולם, ווי „ברא אלקים" (אַלס שלם אין די ששת ימי המעשה), אין אַ מצב (פון „חסר") וואָס „צריך תיקון".
ה. דער ענין הנ"ל איז אויך אַ תוס' ביאור אין דעם הכרח פון לימוד החסידות בימינו אלה:
ס'איז ידוע די שאלה: וויבאַלד אַז אין די פריערדיקע דורות האָט מען געקענט זיין אַ שומר תורה ומצות און אַן עובד ה' בשלימות — בלי לימוד פנימיות התורה (והפצתה), וואָס איז דער הכרח אַז בדורותינו אנו מוז זיין דער לימוד פון תורת החסידות און די הנהגה בדרכי החסידות (ובפרט — הפצתם)?
און ס'איז שוין אויך ידועכז דער ענטפער אויף דעם, אַז היות דער חושך הגלות ווערט גרעסער, דאַרף מען האָבן אַ העכערן אור אויף צו קענען דורכברעכן אויך דעם חושך, און דערפאַר האָט מען מגלה געווען נשמתא (סתים) דאורייתא וואָס זי איז מעורר און מגלה די טיפערע, באַהאַלטענע כחות פון דער נשמה („סתים דנשמתא").
קענען אָבער זיין אַזוינע וועלכע טענה'ן, אַז זיי קענען אויסקומען אָן דעם אור פון פנימיות התורה; זיי זיינען אַריינגעטאָן אין לימוד התורה, אָפּגעזונדערט פון דעם חושך הגלות, ובמילא — מעשה אבותיהם בידיהם, און עס זיינען פאַר זיי גענוג די ענינים פון נגלה דתורה צו זיין אַ שומר תומ"צ ווי זייערע זיידעס כו'.
אויף דעם איז די הוראה, אַז אפילו18לפי דעתוכח אַז ס'איז ביכלתו צו דערגרייכן זיין זיידענ'ס שלימות אין עבודת ה' (אָן דעם אור פון פנימיות התורה) — איז דאָס אָבער פאַר אים (בדור זה) ניט קיין עבודה שלימהכט.
ווייל בדורות ההם, איידער ס'איז נתגלה געוואָרן פנימיות התורה, איז דאָס טאַקע געווען אַן עבודה תמה און אַן עבודה בשלימותה — אָבער איצט, לאחרי ווי ס'איז שוין נתגלה געוואָרן אין וועלט דער אור פון פנימיות התורה און ס'איז געגעבן געוואָרן דער כח צו דינען דעם אויבערשטן מיט סתים דנשמתא — איז דער פריערדיקער אופן העבודה (פון לפני גילוי החסידות) בבחינת „חסר" (לגבי דער שלימות וואָס מען קען איצט דערגרייכן).
און דערפאַר איז אַ הכרח גמורל צו מפיץ זיין מעיינות פון תורת החסידות בכל מקום ומקום, ביז אַז זיי זאָלן דערגרייכן יעדן אידן,
וואָס דאָס איז די הכנה קרובה צום קיום היעוד „כי מלאהלא הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-f491kjav