Likkutei Sichos
19 Kislev
186י"ט כס
א. י"ט כסלו קומט אויס אַלעמאָל בסמיכות צו פ' וישלח (אין די ימי השבוע וואָס מתברכין פון שבת פרשת וישלחא, אָדער אין ש"ק פ' וישלח עצמה). ועפ"ז מובן אַז אין פ' וישלח קען מען געפינען רמזים, און נאָכמער, אַ שייכות, צו דעם חג הגאולה פון י"ט כסלוב.
אין זיין בריווג צו ר' לוי יצחק באַרדיטשעווער, וואָס דער אַלטער רבי האָט געשריבן אַרויסגייענדיק פון תפיסה וואו ער איז מודיע וועגן זיין באַפרייאונג, שרייבט דער אַלטער רבי, צווישן אַנדערע „כי הפלה ה' והגדיל לעשות בארץ והפליא והגדיל שמו הגדול והקדוש אשר נתגדל ונתקדש ברבים ובפרט בעיני כל השרים וכל העמים אשר בכל מדינות המלךד אשר גם בעיניהם יפלא הדבר הפלא ופלא וענו ואמרו על זאת כי אם מאתה הוי' היתה זאת היא נפלאתו בעינינו".
ועד"ז שרייבט ער אין זיין בריוו צו ר' ברוך ממעזבוזז.
דאָס הייסט: דעם תוכן ענין הגאולה פאַרבינדט דער אַלטער רבי מיט דער פעולה וואָס דאָס האָט געהאַט אויף „כל השרים וכל העמים". וואָס כמובן, אַז בשעת ניט אידן זעהן אַן ענין פלא פון דעם אויבערשטן פאַרבונדן מיט אַ אידן, און זיי אַנערקענען אַז „מאת הוי' היתה זאת", איז דאָס זיי מעורר און מסייע, אַז זייער הנהגה זאָל זיין כדבעי בהתאם מיטן ציווי ה', וואָס נקודתו איז קיום ז' מצות שלהם.
ענין זה — די ווירקונג פון אידן אויף בני נח בנוגע דעם קיום פון זייערע מצות — איז דער תוכן ונקודהח פון מעשה שכם בפרשתנו: דאָס וואָס שמעון ולוי האָבן גע'הרג'ט די אנשי שכם איז געווען אַן עונש פאַר דעם וואָס זיי האָבן ניט מקיים געווען די ז' מצות ב"נ
[צי דערפאַר וואָס זיי האָבן ניט גע'משפט שכם'ן פאַר זיין חטא, וואָרום איינע פון די ז' מצות ב"נ איז „דינין" — „חייבין להושיב דיינין כו' לדון בשש מצות אלו", „ומפני זה נתחייבו כל בעלי187שכם הריגה שהרי שכם גזל והם ראו וידעו ולא דנוהו" (ווי דער רמב"ם זאָגטט); אָדער (ווי דער רמב"ן זאָגטי) פאַר זייערע אייגענע זינד, וואָס זיי זיינען באַגאַנגען נאָך פאַר מעשה דינה].
יעדער ענין וואָס טרעפט זיך אין וועלט איז דאָך בהשגחה פרטית פון דעם אויבערשטן, ועאכו"כ אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ אידן ובשייכות צו תורה ומצות, ובמכש"כ וק"ו מיט אַ נשיא בישראל, ובשייכות מיט כללות גילוי תורת החסידות. אשר ע"כ איז מובןיא אַז ס'איז ניט שייך זאָגן אַז דער מאסר וגאולה זיינען געקומען דערפאַר וואָס מלכות דלמטה האָט אין דעם געהאַט אַ דיעה וממשלה (אפילו ווען דאָס איז געקומען בסיבת המלשינותיב פון אידן בעלי בחירה);
נאָריג דער מאסר איז געווען, כידוע, פאַרבונדן מיטן דעמאָלטיקן קטרוג אויף דעם גילוי פון רזין דאורייתא דורך דעם אַלטן רבי'ןיד: היות אַז תורה עצמה רופט עס אָן „סתיםטו דאורייתא", במילא דאַרף עס זיין סתים, און ניט אַראָפּקומען בגילוי ווי גליאטו שבתורה; און די גאולה איז געקומען דורך דעם וואָס ס'איז בטל געוואָרן דער קטרוג, און דערפאַר האָט מען דאָ למטה באַפרייט דעם אַלטן רבי'ן און ער האָט געקענט מגלה זיין פנימיות התורה, תורת החסידות.
ד.ה. אַז די גאולה פון י"ט כסלו איז געווען אַ גאולה רוחנית פאַר כללות גילוי תורת החסידות, תורת הבעש"ט. וכידועטז אַז דער ענין פון „יפוצו מעיינותיך חוצה" — הפצת תורת הבעש"ט, האָט זיך בעיקר אָנגעהויבן נאָך דער גאולה פון י"ט כסלויז.
ולפ"ז איז ניט מובן: ווי קומט דאָס אַז במכתבו בבשורת הגאולה זאָל דער אַלטער רבי אַרויסברענגען דאָס וואָס די באַפרייאונג האָט אויפגעטאָן דעם ענין פון „הפליא כו' בעיני כל השרים וכל העמים אשר בכל מדינות המלך אשר גם בעיניהם יפלא הדבר הפלא ופלא וענו ואמרו על זאת כי אם מאת הוי' היתה זאת היא נפלאת בעינינו"?
— וואָס פאַר אַ תפיסת מקום האָט אָט דער ענין (עם כל העילוי הנפלא שבו) לגבי דעם עצם גאולה (גילוי) פון כללות פנימיות התורה, ובמילא פאַר פנימיות נשמות ישראל (וואָס דער גילוי פון סתים דאורייתא פועל'ט (אויך) דעם גילוי פון סתים דנשמתא, אַז דער לימוד התורה וקיום המצות פון אַ אידן זאָל זיין דורכגענומען מיט אמונה בה' ואהבת ה' ויראתו)!
ג. דער אַלטער רבי איז ממשיך אין דעם בריוויח „ותהי' זאת לפלא כי ה'188אתנו ואין עוד". ולפ"ז קומט אויס לכאורה, אַז דאָס וואָס אויך כל השרים וכל העמים האָבן געזען דעם פלא „וענו ואמרו . . כי אם מאת ה' היתה זאת כו'" — האָט דאָס אַרויסגעבראַכט די גערעכטיקייט פון דעם אַלטן רבי'ן (ותורת החסידות) פאַר די מנגדים כו'.
מ'קען אָבער ניט זאָגן אַז דאָס איז דער גאַנצער טעםיט פאַרוואָס דער אַלטער רבי האָט געשריבן דעם פלא הדבר בעיני כל השרים כו', וואָרום:
א) צו דעם איז ניט נוגע די אריכות אין דעם פלא שבהגאולה אַז אויך „בעיני כל השרים וכל העמים . . יפלא הדבר", נאָר דער עצם ענין אַז אויך די שרים כו' האָבן אַנערקענט די גערעכטיקייט פון דעם אַלטן רבי'ן, ובמילא האָט מען אים אַרויסגעלאַזט לחירות.
ב) דעם בריוו האָט דער אַלטער רבי געשריבן, כאמור, צו ר' לוי"צ באַרדיטשעווער (און ר"ב ממעזבוז) וועלכע האָבן זיכער געוואוסט און פאַרשטאַנען דעם גודל והפלאת ענין הגאולה אַלס גאולה פון תורת החסידות; ובמילא — וואָס פאַר אַ תפיסת מקום האָט בעיני גדולי ישראל די השפעת הגאולה אויף די שרים אַלס דאָס וואָס ס'איז מגלה (לעיני המנגדים) „כי ה' אתנו", בערך דעם עיקר הגאולה — גילוי תורת החסידות?!
און וויסנדיק דעם גודל הדיוק אין „לשונו הזהב" פון אַלטן רבי'ן בכלל, ובפרט אין אַ מעמד ומצב פון „תיכף", גלייך נאָך דער גאולה, און אין אַ בריוו וואָס ער האָט געשריבן צו גדולי ישראל, גדולים אויך בפנימיות התורה,
איז מובן אַז אין דעם דריקט זיך אויס אַ תוכן עיקרי אין דער גאולה פון י"ט כסלו.
ד. ויש לומר הביאור בזה — ובהקדים:
ס'איז ידוע וואָס דער בעש"ט שרייבט אין אַ בריווכ אַז ער (זייענדיק בהיכלו של משיח) האָט געפרעגט ביי משיח „אימתי קאתי מר", און משיח האָט אים געענטפערט „לכשיפוצו מעינותיך חוצה". און וויבאַלד אַז דער עיקר ענין פון הפצת המעינות פון בעש"ט חוצה, האָט זיך אַנגעהויבן פון דער גאולה פון י"ט כסלו, כנ"ל, קומט אויס, אַז די גאולה פון אַלטן רבי'ן בי"ט כסלו איז אַ הכנה והקדמה צו דער גאולה הכללית והשלימה בביאת משיח צדקנוכא.
— דער אמת איז, אַז יעדע גאולה פון אַ אידן, אפילו פון אַ איש הכי פשוט וועלכער איז ניט קיין בעל־מדריגה, האָט אַ שייכות צו דער גאולה כללית פון כלל ישראל, „כיון דשם גאולה עלה"כב.
און ס'איז אויך פאַרשטאַנדיק בפשטות דער טעם הדבר: דער תוכן הגאולה בביאת המשיח איז דאָך בשייכות צו אַלע דריי — „ישראל אורייתאכג וקוב"ה" (וועלכע זיינען „כולא חד"כד), וואָרום, כידוע, איז אויך „שכינתא בגלותא"25) — ומעין זה טוט זיך אויף אויך189אין דער גאולה פרטית פון אַן אדם פרטי, אַז צוזאַמען מיט דער גאולה פון דעם אידן איז דאָס אויך אַ גאולה פרטית בנוגע די תורה ומצות וואָס ער (איז —) דאַרף מקיים זיין, ובמילא די בחינת השכינה וואָס געפינט זיך בגלות עמו.
און עאכו"כ אַז דאָס איז אַזוי ביי דער גאולה פון אַ נשיא בישראל, וואו ס'איז ניכר בגלוי ווי די גאולה האָט אַ שייכות צו כלל ישראל און צו אַן ענין כללי בתורה וכו'.
בנדו"ד קומט נאָך צו, אַז דער תוכן פון דער גאולה, אַ גאולה פון פנימיות וסודות התורה, איז איין ענין מיטן תוכן פון דער גאולה העתידה, וואָרום דעמאָלט וועט זיך אויפטאָן די שלימות הגילוי פון פנימיות התורה, ווי רש"י איז מפרש אויפן פסוקכו „ישקני מנשיקות פיהו", אַז דאָס מיינט „סוד טעמי' ומסתר צפונותי'" פון תורה, וועלכע וועט נתגלה ווערן דורך משיח צדקנו.
ומזה, אַז דאָס וואָס דער אַלטער רבי שרייבט אין זיין מכתב הנ"ל בנוגע דער גאולה פון י"ט כסלו, וועגן דעם „הפלא ופלא" אויך „בעיני כל השרים וכל העמים", איז דאָס אַן ענין עיקרי אין דעם פאַרבונד פון דער גאולה מיט דער גאולה העתידה.
ה. וי"ל הביאור בזה: ס'איז דאָך „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"כז — די גאולה און די נפלאות וואָס וועלן זיין לעת"ל, זיינען בדוגמא צו דער גאולה ונפלאות אין די „ימי צאתך מארץ מצרים" (נאָר לעתיד לבא וועלן זיי זיין אין אַ העכערן אופן — „נפלאות" אויך לגבי הנסים פון יציאת מצריםכח). דערפון איז מובן, אַז דעם תוכן חידוש דלעתיד קען מען אָפּלערנען פון דער גאולה ביציאת מצרים.
ביי יציאת וגאולת מצרים האָט זיך אויפגעטאָן אַ חידוש ניט בלויז בשייכות צו אידן
— כדי אידן זאָלן זיין ראוי צו מקבל זיין די תורה ביי הר סיני, האָבן זיי געמוזט דורכגיין און נזדכך ווערן אינעם „כור הברזל"כט פון גלות מצרים און דער גמר וסיום הזיכוך והבירור איז געווען ביי יצי"מ —
נאָר אויך פאַר די מצרים גופא (ואוה"ע בכלל), וכמפורש בכתובל „וידעו מצרים כי אני הוי'"לא: פרעה און מצרים מצ"ע האָבן ניט קיין שייכות צו ידיעת הוי', ווי פרעה האָט געזאָגטלב „לא ידעתי את הוי'": מצ"ע זיינען זיי שייך נאָר צו שם אלקיםלג (ווי יוסף האָט געזאָגט פרעה'ןלד „אלקים יענה את שלום פרעה"), וואָס שם אלקים איז בגימטריא הטבעלה,
והיינו, אַז מצד שם אלקים איז די הנהגה ע"פ טבע אין וועלכער עס זעט זיך ניט אָן בגילוי דער אור אלקי; אָבער די הנהגה וואָס איז העכער פון טבע, הנהגה נסית, נעמט זיך פון שם הוי' —190און צו דעם האָבן פרעה ומצרים (אוה"ע) קיין שייכות ניט און האָבן אין דעם ניט קיין השגה והכרהלו.
און דאָס האָט זיך אויפגעטאָן בגאולת מצרים, אַז „וידעו מצרים כי אני הוי'", אַז זיי האָבן באַקומען אַ ידיעה אין דער הנהגה נסית שלמעלה מן הטבע, וואָס איז פאַרבונדן מיט שם הוי'.
ו. בדוגמא לזה — נאָר אין אַ פיל העכערן אופן, וועט זיין דער חידוש לעת"ל: נוסף צו דער גאולה פון ישראל אורייתא וקוב"ה, וועט דאָס אויך פועל'ן אין וועלט ביי אַלע אוה"ע, און ווי מפורש בכמה כתובים ונבואות הגאולה, ביז, ווי דער רמב"םלז ברענגט אויך אַראָפּ אין זיין ספר הלכות הלכותלח, אַז דאַן „יתקן את העולם . . שנאמרלט כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם הוי' ולעבדו שכם אחד".
און דער יעוד בנוגע די אוה"ע איז ניט סתם אַ צוגאב־זאַך צו וועלכער מ'וועט זוכה זיין בביאת משיח צדקנו, נאָר דאָס איז פאַרבונדן מיטן עצם ענין הגאולהמ: וויבאַלד אַז דעמאָלט וועט כביכול די שכינה „אַרויסגיין" פון גלות, וועט דאָך דערמיט אַנטפּלעקט ווערן דער אמת הוי', אַז „כל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמתת המצאו"מא, וואָס „אמיתת המצאו" איז דער שם הוי'מב וואָס איז העכער פון (טבע ה)עולםמג.
און דערפאַר איז מודגש בנוגע לעת"ל „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי' דיבר"מד — אַז דער גילוי פון שם הוי' („ונגלה כבוד הוי'") וועט פועל זיין אַ ראי' מוחשית בבשר הגשמי אַז אמיתית מציאותו (פונעם בשר) איז „פי הוי'":
וויבאַלד ס'וועט בטל ווערן דער העלם והסתר אויף אלקות (גאולת השכינה מגלותה) און ס'וועט אַנטפּלעקט ווערן אַז די אמת'ע מציאות פון וועלט איז אלקות (פי הוי'), וועט עס זיין באופן פון „וראו כל בשר", אַז דער בשר וועט זען כבוד הוי' מצד די דאַמאָלסדיקע תכונות און טבע פון דעם בשר גופא, אין דעם אופן ווי ס'איז די טבע ותכונה פון עיני בשר צו זעען דברים גשמייםמה.
און אין דעם באַשטייט איינע פון די אויפטוען פון דער גאולה העתידה אויף דער גאולה פון „ימי צאתך מארץ מצרים": בגאולת מצרים איז די ידיעה פון מצרים „(וידעו מצרים) כי אני הוי'" געקומען דורך די מכות (וכיו"ב) —191דורך ברעכן מצריםמו; משא"כ לעת"ל, וועט זיין „וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי' דבר", ניט דורך מכות, שבירה, נאָר בדרך תיקון, ובלשון הרמב"ם הנ"ל „ויתקן את העולם כולו כו' לקרוא כולם בשם הוי' ולעבדו שכם אחד".
און דער טעם החילוק בזה:
גאולת מצרים איז ניט געווען קיין גאולה שלימה (אויך פון שכינתא מגלותא), און דערפאַר האָט דאָס געפּועל'ט אויף מצרים (וועלכע האָט געהאָט נאָר אַ שבירה און ניט קיין תיקון וזיכוך) בלויז אַן ענין פון ידיעה „כי אני הוי'";
אָבער ביי דער גאולה שלימה דלעת"ל, וואָס וועט זיין באופן אַז „יזדכך גשמיות הגוף והעולם"מז, וועט דעמאָלט אויך דער בשר הגשמי מצד זיין טבע זען „כבוד הוי'".
ז. עפ"ז איז מובן אויך בנוגע צו י"ט כסלו וואָס דער אַלטער רבי איז מדגיש במכתבו די פעולה אויף די שרים ועמים, „וענו ואמרו על זאת כי אם מאת הוי' היתה זאת היא נפלאת בעינינו":
דאָס וואָס די גאולה פון י"ט כסלו איז אַ הכנה והקדמה, ובמילא מעין, דער גאולה העתידה כנ"ל, דריקט זיך אויס נוסף — אין דער עצם גאולה פון דעם אַלטן רבי'ן און תורת החסידות, נאָר אויך (ועיקר) אין דעם וואָס „הפלה ה' והגדיל לעשות בארץ והפליא והגדיל שמו הגדול והקדוש אשר נתגדל ונתקדש ברבים ובפרט בעיני כל השרים וכל העמים", ביז אַז „ענו ואמרו על זאת כי אם מאת הוי' היתה זאת", אַז די נפלאות הוי' זיינען אויך צו זיי אַנטפּלעקט געוואָרן.
ח. ס'איז דאָך הימים האלה נזכרים ונעשיםמח. ובפרט בנוגע י"ט כסלו וואָס, בלשון פון אַלטן רבי'ןמט „זה היום יוקבע למועד תמידי בישראל אשר בו יתגדל ויתקדש שמי' רבא"נ, איז מובן אַז בכל שנה ושנה דאַרף מען נעמען אַ נתינת כח והוראה אין דער עבודה הנ"ל וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אַרויס במכתבו.
דאָס הייסט, נוסף אויף דעם וואָס דער טאָג גיט אַ תוספת חיות והתחזקות אין דער עבודה פון הפצת המעינות חוצה, בכל מקום שיד כאו"א מגעת, דאַרף מען זען אַז עס זאָל זיין „יתגדל ויתקדש ברבים שמו הגדול" אויך צווישן אוה"ע, אַז שרים ועמים זאָלן זען „וענו ואמרו . . מאת הוי' היתה זאת".
וואָס דאָס איז כולל — נוסף אויף דעם קיום פון פס"ד ברור של הרמב"םנא, אַז „צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח", ביז אַז זיי זאָלן זיי מקבל זיין און טאָן „מפני שצוה בהן הקב"ה בתורה והודיענו על ידי משה רבינו שבני נח מקודם נצטוו בהן"נב,
נאָר אויך די השתדלות צו מפרסם זיין צווישן אוה"ע די אמונה אין אחדות ה',192ווי דאָס קומט מצד דעם גילוי פון שם הוי' (ווי דער אַלטער רבי ערקלערט בארוכה בספרו תניא קדישא בשער היחוד והאמונה).
וואָס דאָס איז אַ טייל פון דער גאולה פון י"ט כסלו, און אַ הכנה צו דער גאולה הכללית והשלימה, אַז אחדות ה', ווי דאָס איז לאמיתתו באַ אידן,
אַז ס'איז ניטאָ קיין שום מציאות חוץ דעם אויבערשטן, ובלשון הרמב"םנג „הוא לבדו האמת ואין לאחר אמת כאמתתו והוא שהתורה אומרתנד אין עוד מלבדו, כלומר אין שם מצוי אמת מלבדו כמותו" —
זאָל דאָס אויך לייכטן און מפורסם ווערן צווישן אוה"ענה.
ט. און כאָטש אַז לכמה דיעותנו זיינען ב"נ (מצ"ע) מוזהר נאָר אויף ע"ז, און ניט אויף שיתוף — איז דאָך דער פירוש אין דעם נאָר אַז זיי זיינען ניט מוזהר אויף דעם, ס'איז אָבער פשיטא אַז בשעת ביי זיי ווערט דערהערט אויך דער ענין פון שלילת השיתוף, ביז צו האָבן (עפּעס) אַ הכרה אין אחדות ה' אַז „אין עוד מלבדו", איז דאָס מוסיף סיי אין זייער זהירות והידור בקיום ז' מצות ב"נ מיט אַלע זייערע סניפים, און סיי אין זייער אַרויסהעלפן אידן בכל עניניהם ביהדות ובכל הצטרכותם בכלל.
און די צוויי אויפטואונגען זיינען אַ הקדמה, וועלכע איז אויך מקרבת ומזרזת דעם זמן דלעת"ל, ווען ביידע ענינים וועלן זיין בשלימות — „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי' דיבר", כנ"ל, און „ועמדו זרים ורעו צאנכם"נז.
און דאָס איז דער אויפטו פון דער גאולה פון י"ט כסלו אַלס הכנה צו דער גאולה העתידה:
דורכדעם וואָס „הפליא והגדיל שמו הגדול והקדוש כו' בפרט בעיני כל השרים וכל העמים . . אשר גם בעיניהם יפלא הדבר הפלא ופלא", האָבן זיי געזען אַז נוסף וואָס טבע מיט אַלע חוקי הטבע האָבן ניט קיין שליטה בכח עצמם, איז האָבן זיי בכלל ניט קיין מציאות ותפיסת מקום אמתי לגבי כל הקשור לענינים פון דעם אויבערשטן; וואָס דאָס איז דער גילוי פון אחדות הוי' ווי דאָס איז (ניט מצד שם אלקים (בגימט' „הטבע" ובמילא —) וואָס איז זיך מתלבש אין טבע, נאָר) מצד שם הוי' שלמעלה מהטבענח,
און דערפאַר „ענו ואמרו . . מאת הוי' היתה זאת היא נפלאת בעינינו".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-yvhsb00z