עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 7

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

344משיחת ש"פ תולדות, מבה"ח וער"ח כסלו ה'תשד"מ

— הוראה לשלוחים תלמיד

א. בהמשך לההוראה הנ"לא דערפון וואָס „שליח" איז נאָר בגימטריא (בהעלם) „שמח", אַז מ'דאַרף זיין זהיר בהשליחות צו זיך פירן בדרכי נועם ובדרכי שלום און ניט פירן מחלוקת וכו' — איז אַזוי אויך, כפשוט, בנוגע צו די בחורים אדער יונג־לייט וועלכע מ'האָט געשיקט אַלס שלוחים מהכא להתם למקום שני, אָדער ממקום שני להכא בכדי לערנען אין אַ ישיבה אָדער אין אַ כולל:

מ'האָט זיי געשיקט אַלס שלוחים צו זיין תלמידים אָדער חברי הכולל און „נרות להאיר"ב (ווי מ'האָט מדגיש געווען בתחלת שליחותם) . . ניט צו זיין מנהלים. און וויבאַלד אַז מ'האָט זיי אויסגעקליבן אַלס שלוחים, באַווייזט עס אַז זיי זיינען פון די מובחרים ומשובחים שבתלמידים, און מ'האָט זיכער אָפּגעשאַצט אַז זיי קענען אויספירן שליחותם (ווייל „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"ג).

במילא האָט כלל קיין אָרט ניט אַז זיי זאָלן זיך מישן אין הנהלת הישיבה (דער — ראש ישיבה וכיו"ב) אָדער הנהלת הכולל דאָרטן, און זאָגן דיעות ווער זאָל אָנפירן און ווער ניט, עאכו"כ פּרואווען אימעצן אַראָפּוואַרפן, ובכלל — אי שימת לב לההנהלה ולהסדרים, בויטשען זיך און פירן קליינע מחלוקת'ן וכיו"ב! די ישיבה ואברכי כולל שי'.

פשיטא אַז אויף דעם זיינען זיי ניט שלוח ואדרבא, במילא אויב זיי טוען דאָס, זיינען זיי משנה מרצון המשלח (ועד — להפכו), ווערן זיי אויס שלוחיםד . . . !

— וואָס דאָס איז (אויך) מיוסד אויף די שיחה פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע (שוין געדרוקט אין „תורת שלום"ה) וועגן אור המשפיע ואור המקבל וכו' (נאָר ווי עס ווייזט אויס זיינען דאָרטן פאַרצייכנט די רייד בקיצור, אָבער דער תוכן — איז דער יסוד פון וואָס מ'רעדט איצטער).

ובפרט אַז איצטער איז אַ צייט, ווען מ'וויל און מ'דאַרף ברענגען משיח צדקנו וואָס שנעלער, ובמילא — אויף טאָן דוקא אין אהבת ישראל ואחדות ישראל, און ניט ח"ו דער היפך דערפון, וואָס איז אַ סיבה אויף דעם גלותו.

ב. דעריבער זאָגט מען ובכל לשון של בקשה, צו די בחורים אָדער כולל יונגע־ייט וועלכע געפינען זיך בשליחות מהכא להתם אָדער מהתם להכא:

זייער שליחות במקומם עתה איז צו לערנען תורה און צו זיין „נרות להאיר", ניט צו מישן זיך אין הנהלת הישיבה והמוסדות.

אויב אַ בחור (אַ שליח) האָט אַ טענה קעגן דעם ראש ישיבה וכיו"ב, ולדעתו345קומט אויס אַז מ'דאַרף עפּעס מתקן אָדער משנה זיין, ולדעתו איז ער „מאהאחוז" גערעכט — איז אַ גוטע זאַך און אַ גלייכע זאַך אַז ער זאָל זיך משתדל זיין דאָס מתקן צו זיין, אָבער אך ורק בדרך התורה, בדרכי נועם ובדרכי שלום; רעדן וועגן דעם מיט דעם ראש ישיבה און בחשאי ופשיטא בלא רעש, אָדער (אויב לא הועיל) רעדן עד"ז (בידיעת הר"י) מיט דעם עומד על גביו (של הר"י), ניט ח"ו וח"ו פירן מחלוקת'ן און שושקען זיך וכיו"ב.

און מ'איז דערביי מפרש בפירוש: דער דרך צו מתקן זיין די זאַך איז ניט דורך שרייבן מיר בריוו, דערציילן וועגן דעם מצב וכו' — ניט מען מוז מיר מישן אין דעם, ניט איך דאַרף זיך מישן אין דעם; דער דרך וסדר המסודר מרבותינו נשיאינו איז — צו רעדן מיט דער הנהלה אָדער מיט די עומדים על גבם בכבוד בדרכי נועם ובדרכי שלום, בעטן אַז זיי (ההנהלה) זאָלן עס מתקן זיין (אויב ס'וועט זיך אַרויסווייזען אַז ס'איז אַ דבר הצריך תיקון).

און אויב דעת ההנהלה קומט אויס ניט כפי דעתו — דאַרף ער זיך „אַוועקזעצן" (בהתיישבות) פאַר זיך אַליין ומתבונן זיין זיך בינו לבין עצמו:

היות אַז ער איז געשיקט געוואָרן אַלס שליח צו לערנען תורה און צו זיין אַ „נר להאיר", ניט צו פירן מחלוקת און איבערקערן די הנהלה, דאַרף ער אָננעמען אויף זיך די מרות פון הנהלת הישיבה, און אויב ער איז משנה מרצון המשלח ווערט ער אויס שליח — איז ממה־נפשך:

אויב ער קען אָננעמען אויף זיך מרות ההנהלה און זייער החלטה ווי ער דאַרף זיך פירן, און ער וועט „זיצן" (בהתיישבות און) לערנען, צי מ'גיט אים נאָך ווי ער האָט געוואָלט (מאיזה סיבה) אָדער ניט, און לאָזן דעם תיקון הדבר אין די הענט פון דער הנהלה, און ניט נעמען דאָס אין די אייגענע הענט — איז מה טוב ומה נעים שבת גו'ז.

אָבער אויב ער באַטראַכט זיך אַז מאיזה סיבה שתהי' קען ער ניט בלייבן זיצן לערנען אָננעמענדיק די מרות פון דער הנהלה, און קען זיך ניט פירן בדרכי נועם ובדרכי שלום, איז ער דאָך משנה פון רצון המשלח וכו' — זאָל ער איינפּאַקן זיינע פּעקלעך און פאָרן צוריק למקום פון וואַנעט מ'האָט אים געשיקט צו זיין אַ שליח (מהכא להתם אָדער מהתם להכא), און מ'וועט ניט האָבן דערפאַר טענות צו אים און ער וועט ניט האָבן טענות צום ראש ישיבה און הנהלה.

ג. ויה"ר אַז עס זאָל זיין דער „תרבה הדעה והחכמה כו'"ח, תרבה החכמה, הבינהט והדעת, צוזאַמען מיט תרבה „האמת והשלום אהבו"י,

און דורך דעם וואָס מ'איז מבטל סיבת הגלות — שנאת חנםו — ווערט בדרך ממילא גלייך בטל דער מסובב, דער גלות, און — „מיד הן נגאלין"יא, בגאולה האמתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,

וואָס השם וועט אַרויסנעמען פון346גלות יעדן אידן באַם האַנטיב, (וביחד עם זה) אַלס איין פאָלקיג, „קהל גדול (לשון יחיד) (און) ישובו הנה"יד, אין ארצנו הקדושה, און דאָרטן אין ירושלים עיר הקודש, „עיר שחוברה לה יחדיו" — „שהיא עושה כל ישראל לחברים"טו, און דאָרטן גופא — על הר הבית בביהמ"ק השלישיטז,

ובאופן פון „וארו עם ענני שמיא"יז, במהרה בימינו ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-a3yzwp2g

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources