Likkutei Sichos
Addenda - sichos 6
340משיחת ש"פ תולדות, מבה"ח וער"ח כסלו ה'תשד"מ
א. דעם שבתא הויבט זיך אויך אָן דער כנס פון די שלוחים (פון ארצות הברית). ובקשר דערמיט וועט מען רעדן כמה נקודות וועגן דעם ענין ותפקיד פון די שלוחים.
אַלע אידן זיינען שלוחיםב פון דעם אויבערשטן ובפרט דורך דעם וואָס זיי זיינען מקיים תומ"צ, כמאחז"לג „היו מכבדין את המצוות שהן שלוחי". האָבן זיי דעם עילוי פון שלוחו של אדם (העליון) כמותוד, און ווי דער אַלטער רביה איז מוסיףו — כמותו (דהמשלח) ממש.
צווישן אידן גופא זיינען דאָ די וועלכע האָבן זוכה געווען צו זיין שלוחים מיוחדים פון נשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר, אָדער ע"י שלוחו ושליח עושה שליח*6 וכו' — אויף הפצת היהדות בכלל, ובמיוחד — הפצת המעינות חוצה.
האָבן די שלוחים אין זיך די אַלע עילויים וואָס אַ שליח האָט: שלוחו של אדם כמותו, ביז כמותו ממש פון נשיא דורנו וואָס הנשיא הוא הכלז. ם שי' (שהתחיל בשבת זה).
און ווי געשריבןח און גערעדטט צו די שלוחים בארץ הקודש — ופשוט אַז דאָס איז אויך שייך צו די שלוחים וואָס געפינען זיך איצטער דאָ, און צו אַלע שלוחים בכל העולם כולו — אַז עס זיינען דאָ דריי דרגות ואופנים אין שליחותי: (א) די מעשה השליח איז דעם משלח'ס, (ב) דער אבר השליח (לדוגמא — ידו) מיט וועלכע ער איז מקיים שליחותו איז דעם משלח'ס, (ג) כל מציאות השליח איז כמותו דהמשלח.
דערנאָך איז דאָ נאָך אַ פערטע דרגאיא [והיות אַז דער משלח איז נשיא דורנו ששמו „יוסף", וואָס הנהגתו איז געווען באופן פון „טוב עין הוא יבורך"יב — האָט ער זיכער אַריינגעגעבן אין דער שליחות אויך די פערטע (העכסטע) דרגא]: ניט דער שליח ווערט כמותו פון דעם משלח, נאָר ער איז די מציאות המשלח אַליין, ווי דער רשב"איג שרייבט (כמדובר כמ"פ, וכמ"פ בארוכה) בנוגע צו דעם וואָס מ'זאָגט אויף אַן עבד „מה341שקנה עבד קנה רבו"יד — ס'איז ניט דער פירוש אַז פריער איז דער עבד קונה די זאַך און דערנאָך איז רבו קונה פון אים, נאָר רבו איז דאָס מלכתחילה קונה, וואָרום דער עבד איז קיין מציאות ניט בפ"ע, נאָר ער איז מציאות רבו, במילא גלייך ווי דער עבד באַקומט די זאַך, איז רבו דאָס קונה.
ב. דער שליח דאַרף אָבער האָבן די זהירות ניט צו משנה זיין משליחותו, אויב ער איז ח"ו משנה משליחותו ווערט ער אויס שליחטו, און פשיטא — ווערט אויס מציאות המשלח; לאידך גיסא אָבער — אויב ער איז מקיים שליחותו כפי רצון המשלח, איז ער אַ שליח מיטן גאַנצן תוקף, ביז אַז שלוחו של אדם כמותו ממש, ער איז ממש דער משלח אַליין, ביז ווי די פערטע דרגא הנ"ל, ובמילא האָט ער בכח צו מאַכן נאָך אַ שליח (שליח עושה שליח) א.א.וו. אויף דורכפירן די שליחות פון הפצת היהדות והפצת המעינות (ביז אין) חוצה.
ג. ווערט אַ שאלה באַ דעם שליח: ער איז דאָך אַ בשר ודם, און ער האָט אַ גוף, „הנדמה בחומריותו לגופי אומות העולם"טז — האָט ער מורא און ער ווייסט ניט ווי וועט ער מכוון זיין (בדיוק) צו דורכפירן רצון המשלח, דערפון ניט משנה זיין וכו'?
ענטפערט מען אים: דורך דעם וואָס ער וועט זיך פירן באופן פון „תמים תהי' עם ה' אלקיך"יז, און ער איז מחליט זיך מתגבר זיין איבער די פיתויי היצר מבפנים און מניעות ועיכובים מבחוץ — איז זיכער אַז ער וועט מכוון זיין צו רצון המשלח,
וואָרום „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"יח, האָט מען אים זיכער געגעבן די כחות אויף דורכפירן די שליחות בשלימותה, מכוון זיין לרצון המשלח, כאָטש אַז מ'איז אַ נשמה בגוף. ואדרבה: דער משלח האָט אויסגעקליבן ניט אַ מלאך אויף טאָן די שליחות, נאָר דעם איד דוקא און ווי ער איז אַ נשמה בגוף — במילא האָט ער זיכער באַוואָרענט אַז ער זאָל האָבן די כחות צו דורכפירן די שליחות, צו מכוון זיין לרצון המשלח בשלימותו ובמילואו, ביז אין אַן אופן פון „כדבעי לי' למיעבד"יט, און — בהרחבה.
און ווי נשיא דורנו (המשלח) האָט געזאָגט אַז עס דאַרף נאָר זיין דער „עמדו הכן כולכם"כ, וואָרום ס'איז שוין מוכן. וכאמור, פירן זיך באופן פון „תמים תהי' עם ה' אלקיך" — האָט מען די אַלע ברכות והצלחה און ווינטשעוואַניעס (בלשון העולם).
ד. רבותינו נשיאינו האָבן געוואָלט און האָבן געגעבן כחות אַז אַלע זאַכן זאָל מען מקיים זיין בשלימות. וואָס דאָס איז כולל אויך — אַז מ'זאָל מקיים זיין די שליחות פון רבותינו נשיאינו בשמחה ובטוב לבב, ווי מ'זעט במוחש אַז בשעת מ'טוט אַ זאַך, בנדו"ד — דורכפירן די שליחות פון הפצת היהדות והפצת342המעינות חוצה — בשמחה ובטוב לבב, צופרידענערהייט, גיט עס צו שלימות אין דער פעולה.
וואָס דאָס — מקיים זיין די שליחות בשמחה ובטוב לבב — האָט אויך אַ שייכות מיט דער פרשה וועלכע מ'גייט איצט לייענען צו מנחהכא מנחת שבת (זמן רעוא דרעוין) פ' ויצא:
בהמשך צו „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה"כב שטייט „וישא יעקב רגליו"כג. איז רש"י מפרש (און נאָכמער בארוכה אין מדרשיםכד): „משנתבשר בשורה טובה כו' נשא לבו את רגליו ונעשה קל ללכת".
אַזוי אויך בעניננו — די שליחות פון רבותינו נשיאינו: וואָס פאַר אַ בעסערע בשורה טובה איז דאָ — ווי די הבטחה פון רבותינו נשיאינו צו אַלע זייערע שלוחים, אַז זיי וועלן מצליח זיין און זיי וועלן באַקומען אַלע ברכות והצלחות וכו'. במילא פועל'ט עס זיכער באַ דעם שליח אַז „נשא לבו את רגליו ונעשה קל ללכת" און ער גייט מקיים זיין שליחותו בשמחה ובטוב לבב, וויסנדיק אַז ער האָט די אַלע הבטחות ובשורות טובות, און וויסנדיק אַז ער איז שלוחו של אדם כמותו ממש, ער איז מציאות המשלח, איז ער זיכער מקיים שליחותו בשמחה ובטוב לבב.
ה. ויש להוסיף בזה ע"ד הרמז: „שליח" איז בגימטריא „שמח", וי"ל הפי': אמיתית ענין השליח איז — אַז ער איז „שמח": ניט אַז מ'נייט אים (ובהרגש שלו — אַז מען איז כופה אַז ער זאָל מבטל זיין יישותו ומציאותו להמשלח) און מ'איז אים מכריח גיין און מקיים זיין שליחותו, נאָר ער גייט צופרידענערהייט — ער איז „שמח" דערפון וואָס ער איז — (וכמרומז בהגימטריא שלו) שליח, ביז שלוחו של אדם כמותו ממש.
אָבער לאידך גיסא — „שליח" איז נאָר בגימטריא „שמח", ס'איז ניט בגלוי אין דעם וואָרט „שליח", נאָר בהעלם אַלס אַ גימטריאכה: דער ענין אַז דער שליח איז „שמח" ובפרט וויסנדיק אַז ער האָט אַלע כחות והבטחות צו מצליח זיין אין זיין שליחות — איז נאָר אַ זאַך וואָס ער דאַרף וויסן פאַר זיך (בכדי ער זאָל דורכפירן
ובשלימותה), אָבער ביחס צו דער סביבה אַרום אים דאַרף עס זיין בהעלם (ווי אַ גימטריא), ד.ה. בגלוי (ביחס צו די מענטשן אַרום אים) טאָר ער זיך ניט פירן אין אַן אופן אַז היות ער איז דער שלוחו של אדם כמותו פון נשיא דורנו והנשיא הוא הכל — קען ער ח"ו טרעטן אויף אַנדערע און אויף דער וועלט, ובשעת ער קומט אין אַן אָרט און ער ווייס פאַר זיך עכ"פ — אַלס שליח פון נשיא דורנו — קען ער ח"ו שטופן, וואַרפן אַנדערע, אַמאָל אויך די וואָס זיינען פריער געווען דאָרטן, פירן מחלוקת וכו' — איז דאָס אַ שינוי בהחלט מ(רצון) המשלח והתוצאה כנ"ל. וד"ל. — ער מוז און דאַרף זיך פירן343דוקא בדרכי נועם ובדרכי שלום — מ"ע ביחס צו זיך, ניט ביחס צו אַנדערע], מה"ת וכל התורה ניתנה ע"זכו — דער
רצון פון נותן התורה — המשלח את „יוסף", די הנהגה זאָל זיין דוקא באופן
ו. אויב ער האָט בדקות דדקות עכ"פ יוסף), און מ'האָט אָנגעזאָגט אַז דוקא „נעגל" איז דאָס אַ פנימיות'דיקער ענין, דאָס איז דער וועג צו מצליח זיין!
ער קען עס נוצן, אויב מען דאַרף, בנוגע
זיך, בנוגע צו אַנדערע דאַרף און מוז מעינותיך חוצה ובאהבהלא זאָל מען נאָכזיין די הנהגה דוקא באהבה וקירוב מער ממהר זיין דעם „אתי מר" דאָ ודרכי נועם ודרכי שלוםכז [כמדובר מלכא משיחאלב, גאולה האמיתית לעיל28) דער רמז פון „ועשתה את והשלימה ע"י משיח צדקנו, במהרה צפרני'"29), „ועשתה" מלשון תיקון30) — בימינו ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-rs0ybp99