עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayishlach 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

168וישלח

א. אויפן פסוקא „ויבא יעקב שלם עיר שכם" זאָגן חז"ל (אין גמראב) — און רש"י ברענגט עס אַראָפּ בפירושו על התורהג — אַז „שלם" מיינטד: „שלם בגופו שלם בממונו שלם בתורתו".

דער זאָגן פון „שלם בגופו שלם בממונו" איז נייטיג כמפורש במדרשה: „שלם בגופו לפי שכתובו והוא צולע על ירכו כו' שלם בממונו אע"ג (וואָס) . . ט' שנים הי' מכבד אבינו יעקב את עשו באותו הדורון כו'" (ועד"זז שטייט אין פירוש רש"י על התורהג: שלם בגופו שנתרפא מצלעתו, שלם בממונו שלא חסר כלום מכל אותו דורון),

אָבער אויף „שלם בתורתו" שטייט ניט אין מדרש קיין פירושח. אין פירוש רש"י געפינט מען אין דעם אַ סתירה: בפירושו לש"סט איז ער מפרש „שלא שכח תלמודו מפני טורח הדרך"; אָבער בפירושו על התורה זאָגט ער „שלא שכח תלמודו בבית לבן"י.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער טעם השינוי צווישן די צוויי פירושים?

נאָך מער: לכאורה איז איפכא מסתברא — בפירושו על התורה, וואו רש"י איז מפרש פשוטו של מקרא, וואָלט מער מתאים געווען צו זאָגן דוקא (דעם פירוש על הש"ס) „לא שכח תלמודו מפני טורח הדרך" און ניט „בבית לבן"

— וואָרום דער פסוק זאָגט דאָך „ויבא יעקב שלם עיר שכם", וואָס לויט פשוטו של מקרא דאַרף אויסקומען אַז דער „שלם" איז אַ חידוש אין צוזאַמענהיינג מיט יעקב'ס אָנקומען אין שכםיא.

[אין מדרשיב שטייט אַז יעקב איז גלייךיג אויסגעהיילט געוואָרן מצלעתו169(דורך „ויזרח לו השמש"יד), ועד"ז בנוגע דעם דורון — „מלא הקב"ה חסרונו והחזיר לו מיד הכל"טו. ולפ"ז איז ער שוין געווען „שלם בגופו שלם בממונו" קומענדיק אין סוכות (מער ווי אַכצן חדשיםטז איידער ער איז געקומען אין שכם).

אָבער ע"ד הפשט איז דאָס אַלץ געווען אין אַן אופן טבעייז — סיי די רפואה מצלעתו און סיי דער מילוי החסרון בממונו. און דאָס איז דער אויפטו פון דעם פסוק „ויבא יעקב שלם עיר שכם", אַז קומענדיק אין שכם איז ער געוואָרן שלם, ווייל ערשט דעמאָלט האָט ער זיך בשלימות (אינגאַנצן) אויסגעהיילט בגופויח און ס'איז נתמלא געוואָרן (דורך „פרות ורבות" פון זיין צאןיט וכו') דער חסרון „מכל אותו דורון"],

איז בשלמא לויטן פירוש „שלא שכח תלמודו מפני טורח הדרך" האָט אַן אָרט צו זאָגן, אַז קומענדיק אין שכם [וואו ער האָט זיך באַזעצט, וכהמשך הכתובכ „ויקן את חלקת השדה גו'"] איז ער געווען „שלם בתורתו", טראָץ דעם „טורח הדרך" וואָס ער האָט דורכגעמאַכט ביז זיין קומען אין שכם.

אָבער לויטן פירוש „שלא שכח תלמודו בבית לבן", האָט דער „שלם בתורתו" קיין שייכות ניט צו זיין אָנקומען אין שכם; די „שלימות" איז ביי אים געווען ביים אַוועקגיין פון „בית לבן" —

היינט פאַרוואָס זאָגט רש"י בפירושו על התורה — פשוטו של מקרא — „שלא שכח תלמודו בבית לבן"?

— (ס'איז ניט קיין קשיא: ווי קען מען בכלל זאָגן אַזאַ פירוש „שלא שכח תלמודו בבית לבן" בעת דער פסוק זאָגט בפירוש „ויבא יעקב שלם (ערשט אָנקומענדיק אין) עיר שכם" — ווייל מ'קען פאַרענטפערן: אין פסוק שטייט דאָך ניט „שלם (נאָר) בתורתו", נאָר170„שלם" (סתם). קען מען זאָגן כוונת הכתוב, אַז ערשט קומענדיק קיין שכם איז יעקב געוואָרן אינגאַנצן „שלם", אין אַלעכא דריי זאַכן (בגופו בממונו ובתורתו) — אָבער בתורתו לחוד איז ער טאַקע געווען שלם אויך פריער,

די שאלה איז אָבער: וויבאַלד מען קען לערנען אַז אויך דער „שלם בתורתו" איז פאַרבונדן מיט יעקב'ס אָנקומען אין שכם („מפני טורח הדרך") — פאַרוואָס קלייבט רש"י אויס און פאַרבינדט עס, ובפירושו על התורה —, דוקא מיטן זמן ווען יעקב איז געווען בבית לבן?!).

ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין: אין מדרשה ברענגט זיך אַ פערטע זאַך אין וועלכער יעקב איז געווען „שלם" — „שלם בבניו, לפי שכתוב בוכב אם יבא עשו אל המחנה האחת והכהו והי' המחנה, ברם הכא שלם בבניו".

איז ניט מובן: לכאורה איז אויך אָט דער אויפטו (פון „שלם בבניו") מובן אין דרך הפשטכג (ניט נאָר אין מדרש, דרך הדרש). פאַרוואָס ברענגט רש"י (בפירושו עה"ת) דעם לשון הגמרא דוקא, וואו עס ווערט ניט געבראַכט „שלם בבניו"כד?

די תמי' איז נאָך גרעסער: אין אָנהויב פ' לךכה ווערט דערציילט וועגן ברכת הקב"ה צו אברהם'ן „ואעשך לגוי גדול גו'", איז רש"י מפרש: „לפי שהדרך גורמת לשלשה דברים ממעטת פרי' ורבי' וממעטת את הממון וממעטת את השם לכך הוזקק לשלשה ברכות הללו שהבטיחו על הבנים כו'". זעט מען, אַז אַ ברכה בקשר לבנים איז אַן ענין עיקרי וואָס מען באַוואָרנט ווען עס איז עלול צו ווערן אין דעם אַ מיעוט (דורך טלטול הדרך) —

איז ביים פסוק „ויבא יעקב שלם" (פון דעם „דרך הזה אשר אנכי הולך") האָט לכאורה רש"י געדאַרפט מפרש זיין אַז „שלם" מיינט (אויך) „שלם בבניו"?

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ תמי' כללית אין דעם פירוש רש"י:

לערנענדיק דעם פסוק „ויבא יעקב שלם עיר שכם", נאָכן אריכות הסיפור ווי יעקב איז ניצל געוואָרן פן לבן'ען און עשו'ן, וואָלט געדאַרפט אויסקומען, אַז דער עיקר הפירוש פון „ויבא יעקב171שלם" איז בפשטות — ער איז אָנגעקומען גאַנץ, אומבאַשעדיקט פון לבן און עשו. און ווי רש"י אַליין איז גלייך מפרשכו (אין אַ ד"ה לאח"ז) „בבואו מפדן ארם — כאדם האומר לחבירו יצא פלוני מבין שיני אריות ובא שלם, אף כאן ויבא שלם מפדן ארם מלבן ומעשו שנזדווגו לו בדרך",

אָבער רש"י זאָגט — פשוטו של מקרא — אַז „ויבא יעקב שלם" איז (ניט בשייכות צו זיין הצלה פון דער סכנה מצד לבן ועשו, נאָר) אַ כללית'דיקע „שלימות" בשייכות צו גופו ממונו ותורתו? ויתרה מזה — פון וואַנעט לערנט מען עס אָפּכז?

ובזה גופא תמי', אַז „שלם בגופו" מיינט ניט הצלת גופו פון סכנה, נאָר „שנתרפא מצלעתו"!

[מען קען ניט זאָגן אַז דער הכרח איז פון דעם לשון „שלם", פון וועלכן ס'איז משמע אַז פריער איז געווען אַ חסרון (און נאָר אַ חסרון), און דערנאָך איז עס נשלם געוואָרןכח — ווייל (נוסף לזה, אַז אין דעם פרש"י שלאח"ז (הנ"ל) זאָגט ער בפירוש לשון „שלם" בשייכות צו אַ הצלה „מבין שיני אריות" — איז פון דעם פרש"י גופא מוכח אַזוי, וואָרום) רש"י זאָגט דאָך „שלם בתורתו שלא שכח תלמודו"; זעט מען, אַז אע"פ אַז לפועל איז ביי אים קיין חסרון ניט געווען, פּאַסט צו זאָגן דערויף „שלם", מצד דער אפשריות פון אַ חסרוןכט — קען מען דאָך זאָגן דאָס זעלבע בנוגע צו הצלתו מעשו ולבן].

ד. וי"ל הביאור בזה:

גלייך נאָך דעם ווי יעקב איז אַוועק קיין חרן האָט אים דער אויבערשטער מבטיח געוועןל „והנה אנכי עמך ושמרתיך בכל אשר תלך גו'", וואָס דאָס מיינט (פשוטו ש"מ) לכל לראש — די שמירה פון עשו ולבן (ווי רש"י איז דאָרט מפרשלא „לפי שהי' ירא מעשו ומלבן").

ובמילא דאַרף דער פסוק ניט מדגיש זיין אַז די הבטחת הקב"ה איז מקוים געוואָרן און יעקב איז אָנגעקומען „שלם" פון עשו ולבן — דאָס איז מובן מאליולב.

וע"ד ווי באַ אברהם'ען, וועמען דער אויבערשטער האָט מבטיח געווען (כנ"ל ס"ב, ביים אָנזאָגןלג „לך לך גו'") „ואעשך לגוי גדול גו'", אַז דער טלטול הדרך וועט ביי אים ניט ממעט זיין פון די „שלשה דברים" — געפינט מען ניט אַז דער פסוק זאָל ערגעץ מדגיש זיין, אַז כך הווה — „ויבא אברהם שלם" (וכיו"ב)לד.

פאַרוואָס זאָגט עס דער פסוק ביי יעקב'ן? לערנט דעריבער רש"י, אַז דאָ רעדט זיך ניט וועגן אַ „שלימות" וועלכע איז נכלל אין הבטחת הקב"ה „והנה אנכי עמך ושמרתיך גו'", נאָר וועגן172מאורעות מיוחדות וועלכע זיינען עלול צו גורם זיין אַז יעקב זאָל ניט זיין שלם, ניט קוקנדיק אויף הבטחת הקב"ה הנ"ל — איז אעפ"כ „ויבא יעקב שלם".

און דערפון וואָס דער פסוק זאָגט „שלם" סתם איז מוכח, אַז דאָס איז געווען ניט נאָר אין איין פרט, נאָר „שלם" כפשוטו אין אַלע זיינע פרטים — און דאָס זיינען די דריי ענינים וואָס רש"י רעכנט אויס:

„שלם בגופו שנתרפא מצלעתו": דאָס וואָס יעקב איז געווען „צולע על ירכו" איז געווען אַ תוצאה פון זיין מלחמה מיט „שרו של עשו"לה — אַ מלאךלו, אַ שליח פון אויבערשטןלז. און וויבאַלד אַז דאָס איז אַן ענין וואָס איז געטאָן געוואָרן צו יעקב'ן (מאיזה טעם שהואלח) דורך אַ מלאך של הקב"ה, איז מובן, אַז דאָס האָט ניט צו טאָן מיט (דעם וואָס ווערט באַוואָרנט אין) דער הבטחה „ושמרתיך" פון עשו ולבןלט.

„שלם בממונו שלא חסר כלום מכל אותו דורון": אויך נאָכן געבן עשו „כל אותו דורון" איז ביי יעקב'ן געבליבן אַ רכוש גדול, כמובן מפשטות הכתוביםמ. ובמילא, אפילו ווען ביי יעקב'ן וואָלט ניט נתמלא געוואָרן דער חסרון הדורון, וואָלט עס נאָך ניט געמינערט אינעם קיום הבטחת הקב"ה „ושמרתיך גו' לא אעזבך גו'" (וואָס מיינט אַז ער וועט האָבן „לחם לאכול גו'"מא). פונדעסטוועגן האָט אים דער אויבערשטער ממלא געווען דעם גאַנצן חסרון „מכל אותו דורון".

„שלם בתורתו שלא שכח תלמודו בבית לבן": די נתינת מקום אַז יעקב זאָל פאַרגעסן תלמודו בבית לבן, איז ניט צוליב דער ווירקונג פון יעקב'ס זיין צוזאַמען מיט לבן הרשע

— אויף דעם האָט יעקב געבעטן „ושבתי בשלום" — „שלם מן החטא שלא אלמד מדרכי לבן"מב, וואָס דאָס איז מקויים געוואָרןמג (און ווי יעקב האָט געשיקט זאָגן עשו'ן „עם לבן הרשע גרתי ותרי"ג מצות שמרתי ולא למדתי ממעשיו הרעים"מד) —

נאָר וויילמה יעקב איז אין בית לבן געווען פאַרנומען מיט גרויס איבערגעגעבנקייט צו זיין אַרבעט אַלס רועה צאן (ווי מען דאַרף עס טאָן ע"פ תורהמו) — און ווי ער האָט געזאָגט „בכל כוחי עבדתי גו'"מז, „הייתי ביום גו' בלילה ותדד שנתי מעיני"מח; און אויף דעם אופן173האָט ער געאַרבעט „עשרים שנה"מט. איז, פאַרשטאַנדיק דער חידוש הכי גדול, אַז ניט געקוקט אויף דעם אַלעם, איז „לא שכח תלמודו בבית לבן".

— דער חידוש איז אָבער ניט פאַרבונדן מיט הבטחת הקב"ה „ושמרתיך בכל אשר תלך גו'" [וואָרום ווען יעקב פאַרנעמט זיך מיט דעם אופן מלאכה זייענדיק בביתו, בארץ כנען, וואָלט ער אויך דאַן געדאַרפט אַ ברכה מיוחדת ניט צו פאַרגעסן תלמודו]. און דאָס איז דער חידוש אין פסוק „ויבא יעקב שלם" — שלם בתורתו — שלא שכח תלמודו בבית לבן.

ה. עפ"ז פאַלן אויך אָפּ בדרך ממילא, די צוויי אויבנדערמאָנטע תמיהות (הנ"ל סעיף א־ב) אויף פירוש רש"י

רש"י קען ניט ברענגען דעם ענין פון „שלם בבניו" — אַז עשו האָט ניט געקענט אָנרירן בניו של יעקב („אם יבא עשו גו'") — דאָס ווערט דאָך נכלל אין] הבטחת הקב"ה „ושמרתיך גו'" און דער פסוק דאַרף עס ניט דערציילן, כנ"ל.

און מהאי טעמא קען רש"י ניט מפרש זיין בפירושו על התורהנ אַז „שלם, בתורתו" מיינט „שלא שכח תלמודו מפני טורח הדרך" — ווייל אויך דער ענין איז נכלל אין הבטחת הקב"ה „ושמרתיך בכל אשר תלך גו'", אַז דער אויבערשטערן וועט אים היטן פון יעדן ענין בלתי רצוי וואָס די הליכה — כולל דעם טלטול הדרך קען *) גורם זיין („ושמרני בדרך הזה אשר אנכי הולך"נא); ע"ד ברכת הקב"ה לאברהם אַז זיין טלטול הדרך וועט ביי אים ניט ממעט זיין פון די „שלשה דברים".

ו. מיינה של תורה אין פירוש רש"י:

מ'האָט גערעדטנב, אַז די הליכה פון יעקב'ן קיין חרן איז מרמז אויף הליכת בניונג — בני ישראל (ומעשה אבות סימןנד לבנים) — אין גלות; זאָגט דער פסוק „ויבא יעקב שלם עיר שכם אשר בארץ כנען בבואו מפדן ארם": דער אויבערשטער איז מבטיח יעדער אידן אַז ער וועט זיך אומקערן שלם גאַנצערהייט פון גלותנה.

איז רש"י מבאר און מוסיף, אַז דאָס וואָס לבן ועשו קענען (מצ"ע) ניט אָנרירן אַ אידן און ער (יעקב) קומט אָן „שלם" קיין ארץ ישראל — דער ענין איז אַ מילתא דפשיטא, ניט דאָס איז דער אויפטו פון „ויבא יעקב שלם"; אויף דעם האָט דער אויבערשטער מלכתחילה מבטיח געווען נאָך איידער מ'איז אַראָפּ אין גלות — „והנה אנכי עמך ושמרתיך בכל אשר תלך גו'", און קיינער האָט ניט כח צו אָנרירן אַ אידן ח"ו.

דער חידוש איז, אַז אפילו אין די ענינים וואָס לכאורה — מצד דעם סדר ווי ס'איז אויסגעשטעלט מלמעלה — איז פאַראַן אַן אָרט אַז גלות זאָל פועל זיין אַ חסרון אין אַ אידן, ביז אַז בפועל ווערט אַ חסרון (ע"ד ווי ביי יעקב'ן) — זאָגט דער פסוק „ויבא יעקב שלם", אַז דער חסרון איז ניט קיין אמת'ער; ס'איז בלויז אַן ענין לפי שעה, אָבער סו"ס174ווערט דער חסרון בטל און „ויבא יעקב שלם".

און דאָס זיינען די דריי ענינים וואָס רש"י זאָגט, כדלקמן.

ז. „שלם בגופו שנתרפא מצלעתו":

איינער פון די עילויים אין דער עבודה אין זמן הגלות איז — די עבודה פון מסירת נפשנו. וואָס דערפאַר קומען ר"ל די יסורי הגלות כו' — אַלס נסיון, „מנסה ה"א אתכם גו'"נז, כדי צו אַרויסרופן ביי אידן ענין המסירת נפש.

און דאָס איז דער ענין וואָס „שרו של עשו" האָט „ויגע בכף ירכו" של יעקב, און ווי דער רמב"ןנח איז מבאר דברי המדרש עה"פנט: „נגע בכל הצדיקים שעתידין להיות ממנו זה דורו של שמד" — אַז דאָס איז דער רמז אויף די יסורי הגלות ביז אין דעם ר"ל שווערסטן אופןס; וואָס די יסורים זיינען כדי צו דערוועקן ביי אידן זייער מסירת נפשסא.

קען מען ח"ו מיינען, אַז וויבאַלד די יסורים קומען באמת ניט פון עשו'ן למטה, נאָר פון „שרו של עשו"סב — זיי קומען מלמעלה בכדי אַרויסצוברענגען ביי אידן מסירת נפש — זיינען זיי אַ מציאות אמיתית וואָס האָט אַ קיום ח"ו; אויף דעם קומט די באַוואָרעניש: „שלם בגופו שנתרפא מצלעתו" — אַז לאחרי ווי מען פירט דורך די עבודה אין גלות, ווערן די יסורים אינגאַנצן בטל, „נתרפא מצלעתו" באופן אַז ער איז שלםסג.

ווייל דאָס איז מלכתחילה ניט געווען אַ מציאות אמיתית, נאָר בלויז אַ נסיוןסד אויף מגלה זיין דעם תוקף המסירת נפש פון אַ אידן.

ח. „שלם בממונו שלא חסר כלום מכל אותו דורון":

דער תכלית פון גלות איז ניט נאָר אַז דער איד אַליין זאָל דערפון אַרויסקומען גאַנץ ושלם, נאָר אַז ער זאָל אויך איבערמאַכן די ענינים פון גלות און זיי מאַכן ממונוסה, מהפך זיין לקדושה. ע"ד ווי יעקב איז ניט נאָר אַליין ניצל געוואָרן פון לבן ועשו, נאָר ער האָט מיטגענומען פון לבן'ן אַ ריבוי עצום אויף וועלכע לבן האָט געזאָגט „כל אשר אתה רואה לי הוא"סו; עד"ז — אויפגעטאָן די אתהפכא אין עשו'ן גופא, אַז תמורת זה וואָס עשו האָט אים געוואָלט הרג'נען, איז „וירץ עשו גו' ויחבקהו גו' וישקהו"סז, ביז אַז לדעת רשב"יסח איז עס געווען „בכל לבו" (כאָטש אַז „הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב")סט.

175[און דאָס איז די הכנהע צום זמן פון „ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה' המלוכה"עא: ניט נאָר וועט מען משפט'ען עשו, נאָר „והיתה לה' המלוכה" — ער וועט אַנערקענען מלכותו של הקב"ה. ובלשון הרמב"םעב „ויתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד שנאמרעג כי אז אהפוך אל עמים גו' לקרוא כולם בשם ה' גו'"].

וכשם ווי יעקב האָט דאָס אויפגעטאָן דורך דעם „דורון" (בהקדמת התפלה) וואָס ער האָט געשיקט עשו'ן, עד"ז איז ביי יעדער אידן, אַז כדי צו מברר ומהפך זיין לקדושה די ענינים פון וועלט (עשועד) ובפרט פון גלות, דאַרף ער (לאחרי הקדמת עבודת התפלה) אויסנוצן פון זיין ממון כו' ווי אַ „דורון" — גיט פון זיין זמן אויף חורש, זורעעה, מלאכתך אשר תעשהעו — וועלכער האָט געדאַרפט זיין בלימוד התורה — און ס'ווערט די שאלה תורה מה תהא עלי'עה — צו מברר זיין די וועלט (עשו) — ד.ה. ער לאָזט זיך אַראָפּ אין וועלט און פאַרנעמט זיך מיט ענינים גשמיים חרישה כו' (בלשון הידועעז: זיך אָנטאָן אין „לבושי המתברר") כדי צו קענען פועל'ן אויף וועלט.

דערביי קען ווערן די שאלה: וויבאַלד די עבודה איז (ניט אין אַן אופן פון נסיון, וואָס איז ניט קיין מציאות אמיתית, נאָר) אַן ענין של בירור העולם, אויף איבערמאַכן וועלט, וואָס דאָס איז אַ מציאות אמיתית, ובמילא איז דאָ אַ חסרון „בממונו" (— כדי צו אויפטאָן דעם בירור) — ד.ה. די ירידה פון זיינע כוחות וזמנו אין גשמיות העולם איז ח"ו אַ דבר של קיימא

— באַוואָרנט מען, אַז אויך דער חסרון (וירידה) איז נאָר לפי שעה, און סוף ווערט אַ איד און בלייבט „שלם" אויך „בממונו". בשעת מען גייט צו דער גאולה, נעמט מען מיט אויך די176גשמיות ונכסיו פון אַ אידן, אין אַן אופן אַז זי ווערט שלם — בשלימות, נתעלה ונכלל אין קדושה.

ט. „שלם בתורתו שלא שכח תלמודו בבית לבן":

דער ענין פון תלמוד תורה בשלימותו פאָדערט אַ פרישות פון וועלט. וע"ד ו' מען געפינט באַ יעקב'ן, אַז ער איז געווען „יושב אוהלים"עח און נטמן בביר מדרשו של עבר י"ד שנהעט. טענה'ט אַ איד: וויבאַלד מען מאָנט פון אים צו פאַרנעמען זיך מיט די „בירורים" פון גלות אין מקום הגלות, איז דאָך ניט שייך אַז ער זאָל אָנהאַלטן בשעת מעשה זיין דרגא נעלית אין תורה.

זאָגט מען אים, אַז יעקב „לא שכח תלמודו בבית לבן"*: ביי די פריערדיקע צוויי ענינים — גופו וממונו — קען ווערן לפי שעה אַ חסרון בפועל, נאָר דערנאָך ווערט עס נשלם; אָבער בנוגע צו תורה, קען ביי יעקב'ן מלכתחילה קיין חסרון ניט ווערן.

וואָרום (כפתגם כ"ק מו"ח אדמו"רפ „נאָר אונזערע גופים זיינען איבערגעגעבן אין גלות ושעבוד מלכיות, אָבער אונזערע נשמות האָט מען אין גלות ניט פאַרטריבען, און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבן".

איז די כוונה אין דעם ניט נאָר (כפשטות הלשון) אינעם מובן פון גלות כפשוטו, אַז מלכיות האָבן ניט קיין שליטה אויף אַ נשמה, נאָר נאָכמער: אַז אויך די עבודה מיט גלות רירט ניט אָן די (פנימיות ה)נשמה וואָס איז העכער פון גלותפא. די ירידה פון דעם אדם אין גלות צו מברר זיין די עניני הגלות איז בלויז נוגע די חיצוניות הנשמה, אָבער אין דער נשמה עצמה וועלכע איז „אין גלות ניט פאַרטריבען", איז ניט שייך קיין ירידה ח"ו.

און דעריבער „לא שכח תלמודו בבית לבן" — די תורה וואָס יעקב האָט געלערנט זייענדיק „נטמן" בפרישות פון וועלט, איז ביי אים געבליבן גאַנץ אויך בבית לבן.

ומעשה אבות סימן לבניםפב, אַז יעדער איד האָט די נתינת כח פון יעקב'ן, ער זאָל ניט נאָר זיין „שלם" אַרויסגייענדיק פון גלות, נאָר אפילו בשעת'ן גלות גופא, געפינענדיק זיך „בבית לבן", קען ער זיין אין אַ דרגא פון „לא שכח תלמודו" — זיינע רוחניות'דיקע ענינים בלייבן גאַנץ, „שלם בתורתו".

(משיחת ש"פ וישלח תשמ"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-9axkb7h6

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources