Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
235חנוכה
א.אין דעם נוסח פון „ועל הנסים" פון חנוכה זאָגט מען: „ואחר כך באו בניך לדביר ביתך ופנו את היכלך וטהרו את מקדשך והדליקו נרות בחצרות קדשך".
איז ידוע אין דעם די שאלה: וואָס מיינט „והדליקו נרות בחצרות קדשך" — מקום המנורה איז דאָך (ניט אין חצר המקדש, נאָר) בפנים, אין היכל?
דער חתם סופרא פאַרענטפערט עס לויטן פסק הרמב"םב אַז „הדלקת הנרות כשירה בזרים לפיכך אם הטיב הכהן את הנרות והוציאן לחוץ מותר לזר להדליקן". און וויבאַלד די יוונים האָבן מטמא געווען דעם היכל — „הי'ג ההיכל מלא גלולים" — איז „עדג שפינו את היכלך וטהרו את מקדשך . . לא הדליקו נרות בפנים אלא בחצרות קדשך בעזרה"ד
[און דערפאַר איז דער נס נתפרסם געוואָרן צו אַלע אידן — „שכל ישראל ראו הנרות דולקים ח' ימים"ג, וואָרום אויב מ'האָט די מנורה געצונדן אין היכל, וואָלטן בלויז די כהנים געקענט זען דעם נס].
אָבער לכאורה צ"ע בתירוצו:
א) פון פשטות הלשון „באו . . ופנו . . וטהרו . . והדליקו"ה איז משמע, אַז דער „והדליקו" איז געווען נאָך דעם ווי „פנו את היכלך וטהרו את מקדשך". און אַזוי איז מוכח אויך פון דעם וואָס עס שטייט בכמה מקומותו אַז דער שם חנוכה איז ע"ש חנוכת המזבח והמקדש (נאָכדעם ווי די יוונים האָבן מחלל געווען דעם מקדש). קומט אויס, אַז בכ"ה בכסלוז — ובמילא אויך הדלקת הנרות (וואָס האָט זיך אָנגעהויבן בכ"ה בכסלו) — איז שוין געווען נאָך דעם ווי „פנו . . וטהרו".236ב) בפשטות — האָבן די יוונים אַריינגעבראַכט „גילולים" ניט נאָר אין היכל נאָר אין אַלע טיילן פון בית המקדש (כולל די עזרהח), כמובן פון נוסח ועל הנסים גופא — „וטהרו את מקדשך" סתם, מ'האָט מטהר געווען דעם גאַנצן בית המקדשט; פאַרוואָס זאָל מען זאָגן אַז טהרת העזרה איז געווען לפני טהרת ההיכל (און גאַנצע אַכט טעג) און אַז דערפאַר האָט מען געקענט צינדן די מנורה בעזרה אָבער ניט בפניםי?
מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס האָט מען געטאָן בלויז כדי שיתפרסם הנס (כהמשך דברי החתם סופר שם, כנ"ל) — ווייל ביים אַנצינדען די מנורה (עכ"פ בפעם הא') האָט מען דאָך ניט געוואוסט אַז עס וועט טרעפן אַ נס.
ג) בכל אופן: ביאור הנ"ל פאַרענטפערט נאָר דעם דיוק פאַרוואָס מ'זאָגט „בחצרות" און ניט בהיכל. עס בלייבט אָבער ניט מובןיא: פאַרוואָס זאָגט מען „בחצרות" — לשון רבים, און ניט „בחצר קדשך" (בעזרהד)? ובפרט אַז פריער זאָגט מען אַלץ בלשון יחיד — „לדביר ביתך . . היכלך . . מקדשך", און דאָ איז מען משנה צו לשון רבים — „בחצרות"*11.
ב. ולכאורה נראה לומר, אַז „והדליקו נרות בחצרות קדשך" ווערט ניט געמיינט די נרות המנורה שבמקדש — נאָר אַנדערע נרותיב וואָס מ'האָט געצונדן אַלס אַ הילול ושבח צום אויבערשטן.
[ווי מען געפינטיג אַז איינער פון די דרכים צו אויסדריקן אַן ענין פון הילול לה' איז דורך נרות. וע"ד מש"ניד „באורים כבדו ה'" (ווי עס ברענגט זיך להלכה לגבי נרות בית הכנסתטו), און ווי מען געפינט (בנוגע למקדש) בשמחת בית השואבה, אַז מ'פלעגט צינדן237„מנורות של זהב"טז אין עזרת נשים (וועלכע האָבן באַלויכטן גאַנץ ירושלים) צוליב דער שמחה גדולה פון שמחת בית השואבה].
און „והדליקו נרות בחצרות קדשך" איז ניט אַ המשך צו פריער (צו „ופנו . . וטהרו") נאָר דאָס באַציט זיך צו ווייטער — צו „להודות ולהלל לשמך הגדול", אַז „הדליקו נרות כו' ו(גם) קבעו שמונת ימי חנוכה אלו (כדי) להודות ולהלל כו'".
ועפ"ז איז אויך מתורץ דער לשון „בחצרות קדשך" (ל' רבים) — ווייל די נרות האָט מען געצונדן (ניט (נאָר) אין חצר המקדש (בעזרה), נאָר) אויך*16 אין עזרת נשים וסביבות המקדשיז בכלליח.
עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: עפ"ז קומט אויס, אַז אין דעם נוסח פון „ועל הנסים" ווערט גאָרניט דערמאָנט — אפילו ניט ברמזיט — וועגן דעם נס השמן דהנרות! מען דערמאָנט בלויז וועגן דעם נס דנצחון המלחמה — „מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים כו' עשית תשועה גדולה כו'".
די תמי' איז נאָך גרעסער. די גמרא זאָגט אין שבתכ: „מאי חנוכה" — און רש"י איז דערויף מפרש: על איזה נס קבעוה — „שכשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים כו' ולא מצאו אלא פך אחד כו' נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה".
קומט אויס אַז הלל והודאה („על הנסים בהודאה"כא) האָט מען קובע געווען (בעיקר) אויפ'ן נס השמןכב — איז ווי קומט עס אַז אין דעם נוסח ועל הנסים זאָל דער נס השמן כלל ניט דערמאָנט ווערן?!
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דער שאלה הידועהכג (אין דברי הגמרא הנ"ל): דער „עיקר הנס הי' בנצחון המלחמה רבים ביד מעטים גבורים ביד חלשים כו'", איז פאַרוואָס האָט מען קובע געווען ימי חנוכה (ניט אויפן נס פון נצחון המלחמה וישועת ישראל מידי היוונים, נאָר) אויף דעם נס פון פך השמן? דלכאורה, „איך עשו מן הטפל עיקר"?
שטייט אויף דעם דער ביאורכד, אַז238דער עיקר הגזירה בימי חנוכה איז ניט געווען אויף די גופים פון אידן, נאָר אויף דת ישראלכה — „בטלו דתם"כו, „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך", וכמאמר חז"לכז „כתבו על קרן השור שאין לכם חלק באלקי ישראל" (און די מלחמות בגשמיות זיינען געוועןכח אַ תוצאה פון די גזירות על דת ישראלכט).
און דעריבער האָט מען געמאַכט אַן עיקר, ניט פון דעם נס דנצחון המלחמה (די הצלת הגוף), נאָר פון נס השמן — דער נס פאַרבונדן מיט אַ קיום מצוה אין בית המקדש, און אין דעם גופא — מיט נרות המקדש, וואָס איז מרמז אויף כללות ענין התורה ומצות כמש"נל „כי נר מצוה ותורה אור" — וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דער הצלה רוחנית.
עס פאָדערט זיך אָבער ביאור: בשעת די גמרא איז מסביר „מאי חנוכה" — „על איזה נס קבעוה" — ווערט דערציילט בלויז פון דעם נס השמן און עס ווערט כלל ניט דערמאָנט דער נס פון נצחון המלחמה
— די גמרא זאָגט נאָרא אַלס הקדמה וקביעות הזמן „וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום בדקו ולא מצאו כו'", אוןב דער נס פון נצחון המלחמה („גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים כו'") ווערט כלל ניט דערמאָנט, נאָר בלויז אַז ס'איז געווען אַ נצחון —
איז ניט מובן: אמת טאַקע אַז דער עיקר הענין פון חנוכה איז די הצלה רוחנית, אָבער ס'איז דאָך אויך געווען אַ הצלה גופנית, און אין אַן אופן נסי לגמרילא; נאָכמער: די הצלה רוחנית איז געקומען בלויז דורך (און נאָך) דער הצלה גשמית —
עכ"פ בדרך טפל — האָט די גמרא געדאַרפט דערמאָנען אויך דעם נס פון נצחון המלחמה?
ד. וי"ל דעם ביאור אין דעם:
מען האָט שוין פיל מאָל גערעדטלב וועגן דער מלחמת היוונים, אַז ס'איז ניט געווען סתם אַ מלחמה (רוחנית) קעגן דת ישראל, נאָר דער דיוק איז אין דעם געווען — „להשכיחם תורתך (תורה שלך) ולהעבירם מחוקי רצונך":
די יוונים האָט ניט געאַרט אַזויפיל וואָס אידן לערנען תורה, דער צוועק פון זייער גזירה איז געווען „להשכיחם תורתך" — צו מאַכן פאַרגעסן אַז די תורה איז דיין תורה, תורת הוי' וואָס איז העכער פון שכל. ועד"ז — „להעבירם מחוקי רצונך", אַז אידן זאָלן ניט מקיים זיין די חוקים — די מצות וועלכע זיינען239העכער פון שכל און זייער קיום איז נאָר מיט קבלת עול — ווייל אַזוי איז רצונך, דעם אויבערשטנ'ס רצון.
די מלחמת היוונים איז געווען קעגן דעם וואָס ביי אידן איז טלעכקייט אינגאַנצן העכער פון גדרי הבריאה, און קען ניט גענומען ווערן מיט שכל (אנושי).
ה. דאָס איז אויך איינער פון די ביאורים אין דעם וואָס דער נס פון חנוכה (בשייכות צו דער הצלה רוחנית) איז געווען פאַרבונדן מיט נרות המנורה דוקא —
דלכאורה, די יוונים האָבן דאָך מטמא געווען דעם גאַנצן בית המקדש און מ'האָט געדאַרפט מחנך זיין דעם מזבח וכל כלי ההיכללג; פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער געמאַכט אַז דער נס זאָל זיין בשייכות צו נרות המנורה דוקא?
איז דער ענין אין דעםלד: מ'געפינט, אַז ווען מ'וויל באַצייכענען אַן ענין רוחני איז מען רגיל צו נוצן דעם מושג (און משל פון) „אור"לה, בלשון הכתובל: כי נר מצוה ותורה אור. איינער פון די טעמים דערויףלו: „אור" איז אויסגעטיילט פון אַלע נבראים דערמיט וואָס כאָטש אויך אור איז אַ נברא בעולם הזה, ווערט ער ניט נתפס (כ"כ) אין גשם העולם.
וע"ד דעם חילוק אין קול מראה וריח:
אויך בנוגע צו קול זאָגן חז"ללז אַז „אין בו ממש". אָבער כאָטש בערך צו אַנדערע דברים גשמיים איז קול „אין בו ממש", פונדעסטוועגן ווערט עס נאחז אין גשם — תנועות פון דעם אויר גשמילח; און אַזוי אויך ריח, אע"פ אַז דאָס איז בלויז אַ התפשטות פון דער זאַךלט, האָט עס אַן אחיזה אין גשמיות הדברמ, ס'איז אַ טייל פון דער זאַך וואָס ווערט נתפשט ווייטער (און דערפאַר איז שייך אַז דער ריח זאָל ווערן שוואַכער ביז ער ווערט נכלהמא).
משא"כ מראה איז ניט גשם הדבר הנראה.
240ומהאי טעמא ווערט רוחניות באַצייכנט מיטן נאָמען אור — ווייל צווישן אַלע דברים גשמיים שבעולם, איז אורמב דער נברא הכי רוחני.
ו. דער ביאור הנ"ל בנוגע צו אור, גיט אויך אַ הסברה אין דעם מאמר חז"למג בנוגע די נרות המנורה — „עדות היא לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל" (מצד דעם נס וואָס איז געווען ביים נר מערבי — „ממנה הי' מדליק ובה הי' מסיים").
דלכאורה איז ניט מובןמד: פאַרוואָס איז דער נס פון נר מערבי אויסגעטיילט פון אַלע „עשרה נסים (וואָס) נעשו לאבותינו בבית המקדש"מה, וואָס דוקא דער נס איז געווען אַן עדות „שהשכינה שורה בישראל"? ולכאורה אדרבה: די מנורה איז געשטאַנען אין היכל וואו ניט יעדער האָט געקענט אַריינגיין; דאַקעגן זיינען אַ טייל פון די עשרה נסים געווען בעזרהמו און אַזוי אַרום זיינען זיי געווען (מער) „ידועים לכל"מז.
וע"פ הנ"ל איז עס מובן, ווייל אור (אויך אור גשמי) — איז מער כלי צום אור השכינה. און דעריבער, ווען דער אור השכינה (וואָס איז העכער פון עולם) ווערט פאַרבונדן מיט אַ (גשמיות'דיקן) אור, האָט עס אַ שטאַרקערע ווירקונג אין באַלייכטן די וועלט מיט אור השכינה, און דערפאַר האָט דוקא דער נס (מיטן אור המנורה) באַאיינפלוסט די „באי עולם" זיי זאָלן אנערקענען „שהשכינה שורה בישראל".
און דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס די הצלה רוחנית פון חנוכה איז געווען פאַרבונדן מיטן נס פון פך השמן דהמנורה: דאָס איז ניט קיין זייטיקער נס, נאָר אין דעם האָט זיך אויסגעדריקט דער נצחון פון ימי החנוכה:
די אַנערקענונג פון „תורתך" און „חוקי רצונך" — אַז ביי אידן איז מאיר (כנ"ל ס"ד) דער אור אלקי וואָס איז העכער פון שכל אנושי (וגדרי הבריאה) — איז אַרויס בגילוי אין (א) אַ נס (שנס — הוא מורם ולמעלה מגדר הטבע), און (ב) בשייכות מיט אור המנורה, וואָס איז אַ כלי צו דעם אור אלקי וואָס איז העכער פון בריאה, וואָס דערפאַר איז „עדות היא לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל".
ז. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס די גמרא זאָגט „מאי חנוכה" — על איזה נס קבעוה, און דערמאָנט בלויז דעם נס פון פך השמן און דערמאָנט אינגאַנצן ניט דעם נס פון נצחון המלחמה — ווייל בשעת מען רעדט וועגן דעם מהות פון חנוכה („מאי חנוכה"), איז דאָס דער נס פון נרות חנוכה, וועלכער ווייזט אויף דעם אור רוחני (נר מצוה) וואָס האָט מאיר געווען דורכן נצחון רוחני.
און אע"פ אַז דער נס גשמי איז געווען די הקדמה און די סיבה פון דעם נס רוחני (וואָרום לולא דעם נצחון המלחמה וואָלט ניט געקענט זיין חנוכת המקדש ובמילא אויך ניט דער נס241הנרות)מח — פונדעסטוועגן, נאָך דעם ווי מ'האָט שוין דעם נס רוחני, איז דער דבר (ונס) גשמי ניט תופס מקום.
[וואָס דער העדר תפיסת מקום דאָ איז ניט ע"ד מאמר חז"למט שרגא בטיהרא מאי אהני, אַז אור הנר ווערט בטל לגבי אור השמש — ווייל דאָרטן, כאָטש דער אור השמש איז ניט בלויז אַ גרעסערער אור בכמות, נאָר ער איז אויך אַנדערש אין איכות האור איז אָבער דער אור הנר אַ מציאות של אורנ, ס'איז נאָר „מאי אהני",
משא"כ בנדו"ד, איז לגבי דעם אור רוחני וואָס האָט מאיר געווען בחנוכה (דורך נס הנרות) — וואָס איז פאַרבונדן מיטן אור אלקי שלמעלה מגדרי הבריאה — האָט די מציאות פון נצחון הגשמי קיין אָרט ניטנא].
און דערפאַר איז עד"ז, לאידך גיסא, בנוגע דעם נוסח פון ועל הנסים: בשעת מ'וויל אָפּגעבן אַ הודאה להשי"ת אויפן נס פון נצחון המלחמה, קען מען דערביי ניט געבן בחדא מחתא די הודאה אויפן נס השמן — ווייל דעמאָלט איז „בטל" די מציאות (וחשיבות) פון נצחון המלחמה הגשמית. און דערפאַר טיילט מען דאָס פאַנאַנדער אין צוויי זמניםנב: די הודאה אויף נס השמן דהנרות איז (בגלוינג) דורך הדלקת נרות חנוכה; און די הודאה אויף נצחון המלחמה (בגלוינד) — באמירת ועל הנסים.
ח. פון יעדן ענין דאַרף מען אַרויסנעמען אַ הוראה בפועל אין עבודת ה'. איז די הוראה בפשטות: פון חנוכה נעמט מען דעם כח אַז ביי אַ אידן זאָל לייכטן דער אור הנשמה ביז אין אַן אופן אַז די עניני הגוף של האדם זאָלן ביי אים ניט תופס מקום זיין.
וואָרום אע"פ אַז די נשמה איז אָנגעטאָן אין אַ גוף און דאָ אין עולם הזה קען די נשמה ניט דינען דעם אויבעשטן סיידן דורכן גוף — אַלע מצות זיינען מיט דברים גשמיים דוקא און אויך דער שכל ומדות של הנשמה ווערן נתגלה דורך די אברים גשמיים, מוח הגשמי ולב הגשמי —
לערנט חנוכה, אַז עס איז בכחו פון אַ אידן אַז די גשמיות זאָל ביי אים ניט תופס מקום זיין. מען רעדט ניט וועגן242גשמיות וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט עבודת הנשמה — אַזאַ גשמיות דאַרף מלכתחילה ניט זיין, בכל דרכיך (— שלך) דעהו (— השם). נאָר אפילו גשמיות וואָס פירט צו רוחניות (ע"ד ווי דער נצחון המלחמה בימי חנוכה וואָס האָט געבראַכט צו דער הצלה רוחנית) — דאַרף מען פועל זיין ביי זיך, אַז די „גשמיות" זאָל ניט האָבן קיין תפיסת מקום; די גאַנצע מציאות של הגשמיות זאָל נאָר זיין דאָס — וואָס דורך איר פירט זיך דורך די עבודה (רוחנית) של הנשמהנה.
(משיחות ש"פ מקץ, שבת
חנוכה — תשכ"ו, תשל"ד)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site