Likkutei Sichos
Vayishlach 2
177וישלח ב
א. אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט, אַז בשעת יעקב איז געקומען קיין „שכם אשר בארץ כנען"א, האָט ער געקויפט „חלקת השדה אשר נטה שם אהלו . . במאה קשיטה"ב.
שטעלט זיך רש"י אויפן וואָרט „קשיטה" און איז מפרש: מעה. אמרג רבי עקיבא כשהלכתי לכרכי הים היו קורין למעה קשיטה (און דערנאָך שטייט אין חצאי עיגולד: ותרגומו חורפן, טובים חריפים בכל מקום כגון עוברה לסוחר.
דער טעם פאַרוואָס רש"י דאַרף מפרש זיין דעם וואָרט „קשיטה" איז מובן בפשטות — היות אַז „קשיטה" איז ניט קיין תיבה רגילה כלל.
[אַ חוץ אין סוף יהושעו, וואו דער פסוק חזר'ט איבער האמור בפרשתנו אַז „חלקת השדה אשר קנה יעקב (איז געווען) במאה קשיטה", נאָר איין מאָל, אין סוף איובז — „ויתנו לו איש קשיטה אחת"],
מוז דעריבער רש"י אָפּטייטשן פאַרן „בן חמש למקרא" אַז „קשיטה" מיינט „מעה", און ער ברענגט דערויף די ראי' פון „אמר רע"ק כשהלכתי כו'".
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: אמת אַז אין „כרכי הים היו קורין למעה קשיטה" — מען געפינט אָבער אין חז"ל נאָך פירושים אויפן וואָרט „קשיטה", כמו: א) אין תרגום יונתן (ותרגום ירושלמי) — „מרגליין" (מרגליות), „קשיטה" איז פון לשון קישוטיםח; ב) דער אבן עזרא (אין איובט) זאָגט אַז „קשיטה" מיינט „כבשה קטנה"; און לויט כמה מפרשיםי איז דאָס די כוונה אין תרגום אונקלוס דאָ וואָס איז מתרגם „קשיטה" — „חורפן", ווי מען געפינט פריער (אין פ' וירא) אַז „שבע כבשות הצאן . . שבע כבשות"יא איז אונקלוס מתרגם „חורפן"יב —
וואָס איז דער הכרח (אין פשוטו של מקרא) צו טייטשן „קשיטה — מעה"יג, ווי מען רופט עס בכרכי הים, און ניט ווי די תרגומים פון ארץ ישראל (ושכם בכללה) „מרגליין"יד, אָדער „כבשה" —178ווי תרגום יונתן (ירושלמי), אָדער תרגום אונקלוס?
[ובפרט אַז אין בראשית רבהטו ווערט געבראַכט (לויט גירסת הערוךטז) אַז חז"ל האָבן אָפּגעלערנט פון אַן אשה בשוק של ערבים (כפשוטו — בעיר דחז"ל) אַז „קשיטה" מיינט אָדער מרגליות אָדער כבש (ולא כלשון דכרכי הים — כראית רע"ק)].
און אע"פ אַז בכלליז קויפט מען אַ זאַך בדמיםיח, מטבעותיט (כסף) — איז: א) בימיהם איז דאָך געווען דער שטייגער פון חליפין, מחיר כלבכ וכיו"ב — ב) בנדו"ד בשעת מען רעדט וועגן אַ סכום פון מאה מעות וכיו"ב איז דרך הכתוב בכ"מ צו אָנגעבן דעם מספר אין שקלים. און ניט אין קלענערע מטבעות. ובעניננו: וויבאַלד אַז אַ שקל האָט צוואַנציק מעה (בלשון הכתובכא „עשרים גרה השקל", און ווי רש"יכב איז מפרש אַז „גרה" איז „לשון מעה") — האָט דער פסוק אַנשטאָט „מאה קשיטה" געדאַרפט זאָגן „חמשהכג שקלים"כד!
אויך ויתרה מזו: וויבאַלד אַז „מעה" בלשון תורה איז „גרה" (כנ"ל) — האָט דער פסוק געדאַרפט זאָגן „במאה גרה"?
איז דערפון מוכרח לכאורה, אַז „במאה קשיטה" מיינט ניט „מעה", נאָר מרגליות, כבשות אָדער כיו"ב.
ב. די פליאה איז נאָך גרעסער: ווייטער אויפן פסוקכה „וידבר (שכם) על לב הנערה (דינה)" איז רש"י מפרש: „דברים המתיישבין על הלב ראי אביך בחלקת שדה קטנה כמה ממון בזבז כו'" — איז אויב „קשיטה" מיינט „מעה" און יעקב האָט אינגאַנצן געצאָלט חמשה שקלים פאַר דער שדה — ווי זאָגט שכם „כמה ממון בזבז"כו?!
[דער מקור פון דעם פירוש רש"י איז אין בראשית רבהכז — אָבער אין בראשית רבהכח זיינען פאַראַן כו"כ פירושים (ע"ד הדרש) אין וואָרט „קשיטה", וואָס לויט די אַלע פירושים קומט אויס אַז עס איז טאַקע געווען „כמה ממון"; משא"כ לויט פרש"י, אַז „קשיטה" איז „מעה", איז עס דאָך ניט קיין סכום גדול, כנ"ל].
און ס'איז אַ דוחק גדול צו ענטפערןכט, אַז מיט „חלקת השדה אשר נטה שם אהלו", פאַר וועלכער יעקב האָט באַצאָלט חמשה שקלים, ווערט געמיינט בלויז דער מצומצמ'דיקער שטח וואו יעקב האָט געשטעלט זיין אהל פרטי — אָבער פאַר דעם גאַנצן שטח וואָס ער האָט געקויפט פאַר זיין גאַנצער מחנה (וואָס איז געווען אַ ריבוי179גדול — אהלי נשיו ובניו ועבדיו, נוסף אויף כל מקנהו כו') האָט ער טאַקע געצאָלט אַ סך געלט —
ווייל ס'איז ניט מסתבר אַז דער פסוק זאָל דערציילן וועגן דער קני' פון דעם שטח קטן (וואו ס'איז געווען אהל יעקב) און ניט דערמאָנען וועגן דער קני' פון גרויסן שטח פאַר זיין גאַנצער מחנה.
און דעריבער לייגט זיך צו זאָגן, אַז „נטה שם אהלו" באַציט זיך ניט נאָר צו דעם אהל פרטי של יעקב, נאָר צו כל המחנה שלו.
און אע"פ אַז עס שטייט „אהלו" — ל' יחיד, האָט עס שוין רש"י באַוואָרנט בתחילת הסדרה, אויפן פסוקל „ויהי לי שור", איז רש"י מפרש „דרך ארץ לומר על שוורים הרבה שור". און ווי מען זעט טאַקע כמה פעמים פריער אין חומש וואו דער פסוק זאָגט „ויט אהלו" (וכיו"ב)לא און די כוונה איז ניט צו איין אהל, נאָר צו אַ גאַנצער מחנה.
ג. אויך זיינען פאַראַן כמה דיוקים אין לשון רש"י:
א) רש"י האָט בראיתו געדאַרפט זאָגן בקיצור (ווי בכמה מקומות בפירוש רש"י) „מעה כדאיתא בראש השנה"לב (וכיו"ב) — רש"י איז אָבער מעתיק פרטי המאמר „כשהלכתי לכרכי הים כו'"?
ב) אין גמרא לפנינולג איז דער לשון „כשהלכתי לאפריקי"לד. רש"י זאָגט אָבער „לכרכי הים"לה. איז אע"פ אַז מ'מוז זאָגן אַז רש"י האָט געהאַט אַזאַ גירסא אין גמרא, ס'איז דאָך ניט שייך לחדש אַזאַ זאַך — דאַרף מען אָבער האָבן אַ הסברה, וואָס רש"י ברענגט דוקא די גירסא „לכרכי הים", און ניט די גירסא הנפוצה — „לאפריקי"?
ג) רש"י איז מעתיק אויך דעם שם בעל המאמר — רבי עקיבא? ניט ווי ברוב הכי גדול פון מחז"ל וועלכע ער ברענגט בפירושו בלי שם אומרםלו.
ד) די תמי' ווערט גרעסער ווען מען פאַרגלייכט פרש"י דאָ מיט'ן ענליכן זעלבן פרש"י אויפן וואָרט „תכרו" (אין פ' דבריםלז) — „לשון מקח . . שכן בכרכי הים קורין למכירה כירה" [אע"פ אַז אין מס' ר"ה דאָרטלח זאָגט ער: אמר רבילט כשהלכתי לכרכי הים היו קורין למכירה כירה], ועד"ז בפרש"י אויפן וואָרט „לטוטפות"מ — „טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים" [אע"פ אַז דאָס איז אַ מאמר פון רע"קמא].
ד. בנוגע דעם סיום אין פרש"י (וואָס שטייט אין חצאי עיגול) — „ותרגומו כו'", זיינען פאַראַן מפרשיםמב וואָס ווילן180זאָגן אַז די ווערטער זיינען ניט פון רש"י'ן — און ווי מ'זעט טאַקע אַז אין דעם ערשטן (און צווייטן) דפוס רש"י זיינען די ווערטער ניטאָמג — נאָר זיי זיינען אַ הוספה פון אַ תלמיד (טועה). וואָרום ווי קען מען זאָגן אַז כוונת „חורפן" שבתרגום איז „חריפים בכל מקום", בשעת דער תרגום בריינגט „חורפן" אַלס איבערזעצונג פון „כבשות" (דפ' וירא — כנ"ל סעיף א)?
אָבער אעפ"כ, דערפון וואָס די ווערטער זיינען געבליבן אין די דפוסי רש"י הנפוצים, איז מסתבר צו זאָגן, אַז אויך דער פירוש אין תרגום האָט אַן אָרט.
ויתרה מזה — בהקדים התמי': אומעטום איז אונקלוס מתרגם „כבש" — „אימרא" ולמה ישתנו „כבשות" פון פ' וירא? — וואָס דערפאַר דאַרף מען לערנען, אַז דער פשט אין תרגום אויף „כבשות הצאן" — „חורפן דעאן", איז ניט אַז „חורפן" מיינט „כבשים"*43 נאָר כבשים מיינט „עאן" כבתרגום שם און ת"א (כדרכו בכמה מקומות) איז מוסיף ביאור בהענין, אַז זיי זיינען חריפין — גוטע — צאןמד, וואָס דורכדעם יובן דער ענין וואָס זיי זיינען געווען „לעדה" וכו' —
עס קומט צו אין הבנת פשוטו של מקרא דורך דער הוספה פון תרגום „חורפן".
מען דאַרף אָבער האָבן אַ ביאור בפרש"י כאן: וואָס האָט דער תלמיד (רש"י?) געוואָלט מוסיף זיין אין הבנת פרש"י (אַז „קשיטה" מיינט „מעה") דורך צוגעבן „ותרגומו כו'"?
דער הכרח צו זאָגן אַז „קשיטה" מיינט „מעה" איז [ניט פון מאמר רע"ק „כשהלכתי לכרכי הים כו'" — דאָס ברענגט רש"י ניט (אַזוי) אַלס ראי', נאָר (בעיקר) אַלס הוספת ביאור, כדלקמן סעיף ו — נאָר] פון תוכן הכתובים:
לערנענדיק דעם סיפור, אַז ווען יעקב איז אָנגעקומען אין שכם האָט ער געקויפט „חלקת השדה אשר נטה שם אהלו" בלי שום פרטים, לייגט זיך בפשטות צו זאָגן, אַז ער האָט דערפאַר באַצאָלט מחיר הרגיל, ווייל ס'איז געווען אַ קני' רגילה (מ'האָט זיך ניט געדונגען מיט עם וכו') און זיכער איז היפך הפשט צו זאָגן אַז ער האָט באַצאָלט „דמים מרובים"מה: אברהם האָט געצאָלט „ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר"מו פאַר דער מערת המכפלה ווייל ער האָט געמוזט האָבן די מערת המכפלה „לאחוזת קבר"מז; אָבער בנדו"ד, איז דאָך יעקב געווען אין מיטן פון גיין „לבוא אל יצחק אביו"מח (אין181חברוןמט), און ווי יעקב האָט מלכתחילה, ביים אַוועקגיין פון בית אביו, געזאָגט בתפלתו — „ושבתי בשלום אל בית אבי"נ
— און דער טעם וואָס יעקב האָט די „חלקת השדה" געקויפט (און דוקא דאָ ביים עיר שכם וואו ער איז געווען זעקס חדשים, און ניט פריער אין סוכות וואו ער איז געווען יח חדשיםנא), איז ניט געווען אויף צו באַזעצן זיך דאָרט — ווייל ער איז געגיינגען לחברון, כנ"ל — נאָר בלויז אויף אַרויסצואווייזן זיין חביבות הארץ, אַז גלייך ביים אָנקומען אין „עיר שכם אשר בארץ כנען"נב (אינעם לאַנד וואָס דער אויבערשטער האָט אים צוגעזאָגט אַוועקגייענדיק פון בית אביו — „לך אתננה גו' והשיבותיך אל האדמה הזאת"נג), האָט ער געקויפט אַ חלק בארץנד —
און וויבאַלד אַז די קני' פון „חלקת השדה" איז ניט געווען אויף צו מאַכן דאָרט זיין דירת קבע, נאָר בלויז אַ דירתנה עראי, איז ניט מסתבר אַז ער זאָל וועלן פאַר דעם באַצאָלן יותר פון זייער ווערטנו ועאכו"כ ניט „דמים מרובים"נז.
און דערפאַר קען רש"י ניט אָננעמען (ע"ד הפשט) דעם פירוש פון תרגום יונתן אַז „קשיטה" מיינט מרגליות — וואָס לפ"ז וועט אויסקומען אַז יעקב האָט געצאָלט גאָר אַ גרויסן מחיר (מאה מרגליות, ובפרט אַז בפשטות איז דאָס נאָך מער פון „ארבע מאות שקל כסף") פאַר אַ דירת עראי.
זאָגט רש"י אַז „קשיטה" מיינט „מעה": יעקב האָט פאַר דער חלקת השדה באַצאָלט נאָר מאה מעה (חמשה שקלים)נח.
ו. עפ"ז אָבער, שטעלט זיך די שאלה לאידך גיסא: למאי נפק"מ בכלל צו182דערציילן וויפל יעקב האָט געצאָלט פאַר דער שדה?
ביי אברהם'ען, וואָס האָט געצאָלט „דמים מרובים", איז דאָס מובן — ווייל די תורה וויל דערמיט לאָזן הערן: (א) גודל חביבות פון אחוזת קבר אין א"י. (ב) די מעלה באופן הנהגתו, אַז ס'איז אים כדאי געווען צו צאָלן אַזאַ הויכן פרייז — „ארבע מאות שקל כסף (און דערצו) עובר לסוחר" — אַבי שולל זיין בתכלית די בעלות פון עפרוןנט, אָדער ע"ד די שלילה פון אַן אמירה פון „אני העשרתי את אברם"ס וכיו"ב.
אָבער בנדו"ד — מאי קמ"ל צו דערציילן אַז יעקב האָט געקויפט די „חלקת השדה" פאַר — הונדערט מעהסא?!
מוז מען זאָגן, אַז אע"פ אַז ער האָט בלויז געצאָלט הונדערט מעה, האָט אָבער דער תשלום פאַרמאָגט אַ חשיבות (וואָס באַווייזט אויף חביבות הארץ), און דערפאַר דערציילט תורה וועגן דעם.
און צו מסביר זיין וואָס פאַר אַ חשיבות קען זיין אין אַזאַ תשלום, ברענגט רש"י מאמר רע"ק „כשהלכתי לכרכי הים היו קורין למעה קשיטה": ווי דערמאָנט פריער, איז דער וואָרט „קשיטה" פון לשון קישוטים. ווי קומט עס אַז מ'זאָל אָנרופן אַ מעה — די קלענסטע מטבע — מיטן נאָמען „קשיטה" (מלשון קישוטים)סב?
זעט מען, אַז ס'איז דאָ אַ פאַל, אַז אפילו ווען די שוויות פון די מטבעות מצ"ע איז ניט גרויס, ווערן זיי אָבער גענוצט אַלס קישוטים (און זיי ווערן דערפאַר אָנגערופן „קשיטה").
און דאָס זאָגט דער פסוק, אַז מצד דער חיבת הארץ בעיני יעקב, האָט ער פאַר אַ חלקה בארץ געצאָלט מיט ספּעציעלע חשוב'ע מטבעותסג — „מאה קשיטה", אַזלעכע מעות וואָס ווערן גענוצט אַלס תכשיטיםסד.
ומהאי טעמא קלייבט רש"י אויס דוקא די גירסא „כשהלכתי בכרכי הים" — און ניט „לאפריקי": דאָס וואָס מען נוצט מעות פאַר קישוטים אין „אפריקי" איז ניט קיין ראי' אויף דעם (גודל) החשיבות שלהם. מען ווייס ניט פרטים וועגן אפריקי*64 און אין וועלכן אָרט באַפריקי דאָס איז געווען. קען זיין, אַז „אפריקי" איז געווען אַן אָרט פון עניות און דערפאַר ווערט אויך אַ מעה גענוצט אַלס תכשיט.
— זאָגט רש"י אַז אין „כרכי הים היו קוריןסה למעה קשיטה". אפילו אין כרכים — גרויסע (מסחר) שטעט — פלעגט מען רופן אַ מעה תכשיט. איז183דערפון אַ ראי' אויף זייער אמת'ער, „גרויס שטאָטיקער" חשיבות.
א) פאַרוואָס רש"י נעמט ניט אָן דעם פירוש אַז „קשיטה" מיינט „כבש" — ווייל פון אַזאַ תשלום איז ניטאָ קיין לימוד ענין מיוחד (אַ ספּעציעלע חשיבות, או כיו"ב), ובמילא איז ניטאָ קיין טעם אַז דער פסוק זאָל וועגן דעם דערציילן.
ב) בפשוטו של מקרא — כשיש מקום לפרש ששלם ה' שקלים — אין מקום לפרש ש(שוה השדה ו)שילם מאה שקליםסו, או מאה מרגליות וכו' [דהיפך הפשט דפליגי בשווה־דבר האם הי' עשרים פעמים דדיעה הא'?!].
ג) וואָס דער פסוק זאָגט ניט (דעם הכל) — חמשה שקלים [אדער „מאה גרה"], נאָר „מאה קשיטה"סז — ווייל די הדגשה דאָ איז ניט אויף דער שוויות, נאָר אַז יעקב האָט געצאָלט פאַר דער שדה, מיט אַזאַ זאַך וואָס מ'נוצט אַלס קישוטים — „קשיטה".
ד) די כוונה פון דעם בעל חצאי עיגול (תלמיד רש"י?) וואָס האָט צוגעגעבן „ותרגומו חורפן, טובים חריפים בכל מקום כגון עובר לסוחר":
דערמיט ברענגט זיך נאָכמער אַרויס די חשיבות פון די מטבעות מיט וועלכע יעקב האָט געצאָלט פאַר דער שדה — אַז זיי זיינען געווען ספּעציעלע גוטע מטבעות, „חריפים בכל מקום".
ויש לומר, אַז מיט צוגעבן די ראי' „כגון עובר לסוחר" איז די כוונה ניט נאָר אַ דוגמא וראי' צום טייטש, נאָר אויך צום תוכן הענין: פּונקט ווי די תורה איז מדגיש די חשיבות פון אברהם'ס תשלום, אַז ער האָט געגעבן מטבעות וואָס זיינען געווען „עובר לסוחר", עד"ז האָט יעקב געצאָלט מיט מטבעות וואָס זיינען געווען „חורפן . . חריפים בכל מקום".
ה) דאָס וואָס רש"י זאָגט ווייטער אַז שכם האָט געזאָגט צו דינה „כמה ממון בזבז" — אע"פ אַז יעקב האָט אינגאַנצן באַצאָלט חמשה שקלים פאַר דער חלקת השדה: דער דיוק אין רש"י איז — „בזבז", וואָס דער באַדייט פון בזבוז איז ניט דוקא ווען עס רעדט זיך וועגן אַ גרויסן סכום, נאָר ווען דאָס איז — בזבוז. אויך אַ קליינער סכוםסח, אויב נאָר דאָס איז לגמרי שלא לצורך (מען צאָלט שלא לפי ערך דער נויטיקייט פון דער זאַך), איז עס בזבוז.
ועד"ז בעניננו: וויבאַלד אַז יעקב איז דאָרט געווען בלויז באופן עראי, איז ביי שכם (וואָס האָט ניט פאַרשטאַנען די חביבות הארץ בעיני יעקב) אויסגעקומען, אַז דאָס צאָלן „מאה קשיטה" — ספּעציעלע חשוב'ע מטבעות כו', פאַר „חלקת שדה קטנה", איז עס בזבוז.
[וע"פ הנ"ל יומתק דיוק לשון רש"י ווייטער אין פ' וארא, וואו ער רעדט וועגן מעלתם של האבות וואָס האָבן ניט מהרהר געווען אחרי מדתו של הקב"ה, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם ברית וואָס דער אויבערשטער האָט מיט זיי געמאַכט „לתת להם את ארץ כנען את ארץ מגוריהם גו'"סט — איז „כשבקש אברהם184לקבור את שרה לא מצא קרקע עד שקנה בדמים מרובים . . וכן ביעקב ויקן את חלקת השדה לנטות אהלו"ע
— ביי יעקב'ן זאָגט ניט רש"י „בדמים מרובים" און איז אפילו ניט מוסיף „וגו'"עא (לרמז אויף די ווערטער „במאה קשיטה"עב). ווייל יעקב האָט טאַקע קיין „דמים יקרים" ניט געצאָלט — ס'איז בלויז געווען חמשה שקלים].
ח. ביי אַ תלמיד „ממולח" איז אָבער פאָרט ניט גלאַטיק:
נאָכן גאַנצן ביאור ווי די מטבעות זיינען געווען ספּעציעלע חשוב'ע מטבעות — „קשיטה" — זיינען זיי פאָרט בלויז געווען מעות, און פאַרשטייט זיך, אַז לגבי יעקב'ס עשירות האָט עס ניט געהאַט קיין חשיבות.
איז במילא מובן, אַז דער עיקר הדגשה אין פסוק איז אין דעם וואָרט „ויקן את חלקת השדה" — אַז א"י איז ביי יעקב'ן געווען אַזוי טייער אַז ער האָט גלייך געקויפט אַ חלק בארץ, כאָטש אַז זיין דירה איז געווען אין דעם אָרט פון „בית אבי", חברון.
און וויבאַלד אַזוי, איז הדרא קושיא לדוכתא: וואָס איז אַזוי נוגע צו דערציילן אַז ער האָט עס געקויפט „במאה קשיטה"? וויפיל הוספה אין „חיבת הארץ" ווערט אויסגעדריקט אין דעם, אַז דערפאַר זאָל דער פסוק דאָס מדגיש זיין?
באַוואָרנט עס רש"י דורך מעתיק זיין דעם שם בעל המאמר — ר' עקיבא:
וועגן ר' עקיבא דערציילט די גמרא אין סנהדריןעג, אַז ער האָט זיך געפירט אין אַן אופן פון „חסידות", ער איז געווען „רגיל לזכות את ישראל"עד.
און דערמיט איז פאַרשטאַנדיק וואָס דער פסוק איז מוסיף „במאה קשיטה" — ווייל לויט שיטת רע"ק — „שרגיל לזכות את ישראל" — דאַרף מען זוכן באַ יעדער זאַך, אפילו אַ רגיל, זכותים אויף אידן. און דערפאַר, אע"פ אַז דער צאָלן „מאה קשיטה" איז ניט קיין געוואַלדיקער חידוש, דאַרף מען דערציילן אויך דעם (קליינעם) זכות, מצד שהרגל נעשה טבע, צו רעדן בזכותם של ישראל.
ט. עפ"ז יש להסביר (ע"ד הרמז) וואָס רש"י איז מעתיק אויך דעם פרט אַז רע"ק איז אַליין געגאַנגען „לכרכי הים" („כשהלכתיעה לכרכי הים כו'"):
די גמרא זאָגט דאָרטעו: „מאי חסידותי' (פון רע"ק) . . קטני בני רשעי ישראל . . ר' עקיבא אומר באים הם לעוה"ב שנאמרעז שומר פתאים ה' שכן קורין בכרכי היםעח לינוקא פתיא".
ויש לומר — ע"ד הרמז — אַז די „חסידות" פון רע"ק איז ניט נאָר אין דעם כללות הענין, נאָר אויך אין דעם185וואָס ערעט זאָגט „שכן קורין בכרכי הים לינוקא פתיא": דערמיט איז די גמרא מדגיש, אַז אויף אַזויפיל איז געווען חסידותי' דרע"ק צו מזכה זיין אידן, אַז עס איז פאַר אים געווען כדאי די נסיעה אין „כרכי הים", אַבי צו קענען מזכה זיין את ישראל און פסק'נען אַז קטני בני רשעי ישראל באים הם לעוה"ב.
און דאָס איז אויך רש"י דאָ מרמז — „אמר רע"ק כשהלכתיפ לכרכי הים כו'" — דאָס איז די זעלבע הליכה לכרכי הים ביי וועלכע ר' עקיבא האָט געהערט אַז „קורין לינוקא פתיא" און דערמיט האָט ער אַרויסגעגעבן דעם פסק לזכותם של ישראל — „קטני כו' באים הם לעוה"ב" —
איז ביי דער זעלבער הליכה לכרכי הים איז אויך אַרויסגעקומען נאָך אַן ענין „רגיל לזכות", בזכותם של ישראל — די חביבות הארץ ביי יעקב'ן, אַז ער האָט געצאָלט פאַר דער חלקת השדה, וואָס איז ביי אים געווען ניט מקום דירתו — „מאה קשיטה"פא, מטבעות וואָס זיינען קישוטים.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-wb3nj0s3