Likkutei Sichos
Addenda - sichos 5
א. דעם שבת הויבט זיך אָן דער כנס השלוחים שי' (פון ארצות הברית) — די שלוחים און שלוחי שלוחים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.
וואָס אין דעם ענין השליחות איז באַשטאַנען איינער פון די חידושים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו: אע"פ וואָס אין תורה רעדט זיך וועגן ענין השליחות (אויך בשייכות צו כללות עבודת ה', כדלקמן), און מ'געפינט דעם ענין השליחות בדורות שלפני זה אַז אַ גדול בישראל האָט איינעם געשיקט מיט אַ שליחות מסויימת בעניני תומ"צא — איז אין דעם צוגעקומען אַ חידוש מיוחד דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס ער האָט אויפגעטאָן (און אָנגעזאָגט) אַז אַלע אידן פון דעם דור זיינען שלוחים אויף צו טאָן אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה. ביז אַז ער האָט ממנה געווען שלוחים און זיי געשיקט צו פאַרשידענע ערטער מיט עניני שליחות אין הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה.
די ערשטע שליחות — פון וועלכער עס נעמען זיך אַלע עניני ואופני שליחות (אויך געשיקט פון בני אדם) — איז די שליחות וואָס דער אויבערשטער גיט יעדער מענטשן אַראָפּשיקנדיק אים אַלס אַ נשמה בגוףב דאָ למטה אין עולם הזה מבה"ח כסלו ה'תשמ"ז
הגשמי בכדי ער זאָל מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתוניםג, דורך דעם וואָס ער איז משמש את קונוד ע"י קיום התורה ומצוותי', און איז אויך משפיע און פאַרשפּרייט תומ"צ באַ אַנדערע, און איז מפרסם אלקות בחלקו בעולם, ביז בכל מקום וואו ער קען דערגרייכןה.
כמבואר בלקוטי תורהו, אַז יעדער איד איז שלוחו של אדם העליוןז, שלוחו של אדם כמותוח, „כמותוט דהמשלח ממש"י.
און די שליחות ווערט דורכגעפירט (ונתגלה) במיוחד דורך קיום המצוות —330כדאיתא במדרשיא, „היו מכבדין את המצוות שהן שלוחי, ושלוחו של אדם כמותו". ד.ה. אַז מצוות זיינען „שלוחים" פון דעם אויבערשטן, דורך וועלכע עס ווערט (מצוה מלשון) צוותא וחיבוריב צווישן דעם אדם המקיים את המצוה מיטן אויבערשטןיג.
וואָס דער ענין (השליחות) האָט זיך בעיקר אויפגעטאָן באַ מתן תורה — ווען אידן זיינען געוואָרן שלוחים של הקב"ה — „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים"יד, שלוחי דרחמנאטו — צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים, דורך קיום התומ"צ, און משפיע זיין בזה אויף אַנדערע, ביז אויך אויף אומות העולם, כפס"ד הרמב"םטז „צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח".
ג. אין דעם גופא (די שליחות פון יעדער אידן אין כללות תומ"צ) האָט מען אָבער אויך דעם ציווי „בכל יום יהיו בעיניך חדשים"יז. און וויבאַלד אַז תורת אמת מאָנט עס, איז מובן אַז דער אמת איז אַזוי, אַז בכל יום ווערט טאַקע אַ חידוש אמיתי אין תומ"צ, דערפאַר קען מען מאָנען אַז מ'זאָל דאָס מקיים זיין בכל יום ווי אַ דבר חדש (אָדער עכ"פ „כחדשים"יח (מיט אַ כ"ף הדמיון) — אויב ער האַלט נאָך ניט באַ שלימות ההתבוננות וואָס ברענגט דעם רגש ועשי' בפועל אַז דאָס איז „חדשים" ממש)יט. ויומתק זה ע"פ תורת הבעש"טכ אַז התהוות העולם איז בכל רגע ורגע מחדשכא. וע"פ המבואר באגה"קכב אַז בכל שנה „יורד אור חדש עליון יותר שלא הי' מאיר עדיין מימי עולם אור עליון כזה"כג.
ד.ה. אַז קבלת וקיום שליחותו של הקב"ה בתומ"צ ע"י כאו"א מישראל331דאַרף זיין בכל יום ויום באופן פון „חדשים" ממש (ובפרט אַז אין דעם ווערט אויפגעטאָן אַ חידוש בפועל בכל יום ויום). ס'איז ניט מספיק קבלת וקיום שליחותו של הקב"ה ע"י בני ישראל טויזנטער יאָרן צוריק באַ מתן תורה, אָדער אין די יאָרן שלאחרי זה, נאָר עס דאַרף שטענדיק זיין „חדשים". ואדרבה: „מעלין בקודש"כד — עס דאַרף אין דעם שטענדיק צוקומען אַן עילוי נעלה יותר.
ד. בכדי צו מאַכן לייכטער און בכדי אַרויסצוברענגען מער בגלוי דעם „חידוש" (חדשים) אין דער שליחות פון יעדער אידן אַלס שלוחו של הקב"ה — האָט דער אויבערשטער געמאַכט אַז מזמן לזמן ומדור לדור זאָלן צוקומען נייע ענינים אין וועלכע מ'זעט בגלוי (לעיני בשר) דעם חידוש אין דער שליחות פון אַ אידן (וואָס דעמולט איז לייכטער באַ זיך פועל'ן דעם „חדשים" בקיום השליחות); און דערצו האָט דער אויבערשטער געגעבן אידן אַ נשיא בכל דור ודורכה, און הוי' „גלה סודו אל עבדיו הנביאים"כו, וואָס דער נשיא הדור גיט כחות לכל אנשי הדורכז צו אויספירן שליחותם בקיום התומ"צ און מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו יתברך, ובמיוחד — אין דער שליחות חדשה וואָס קומט צו בכל דור ודור.
און אין דעם גופא איז צוגעקומען אַ חידוש דורך דעם נשיא פון אונזער דור — כ"ק מו"ח אדמו"ר — וואָס ער האָט אויפגעטאָן אַ חידוש וגילוי מיוחד ונעלה און אַריינגעגעבן אַ כח חדש אין כללות ענין השליחות פון יעדער אידן אַלס שליח של הקב"הכח — ער האָט אויפגעטאָן אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען בגלוי ובפועל ממש אַלס אַ יסוד ודרך בעבודת ה' לכאו"א מישראלכט,
דורך דעם וואָס ער האָט אָנגעזאָגט (און געגעבן כח) אַז די שליחות פון יעדער אידן בדור זה איז צו פאַרשפּרייטן תורה ויהדות און הפצת המעינות חוצה. און האָט געזאָגט אַז דערצו דאַרף מען אַוועקגיין ממקומו332(כולל — ממדריגתו) און קומען בכל המדינות ובכל המקומות שבעולם שיכול להגיע שם, און דאָרטן טאָן די שליחות פון הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה.
ביז אַז דאָס האָט זיך אויסגעדריקט בגלוי ממש דורך דעם וואָס ער האָט צו זיך אַריינגערופן מענטשן און זיי ממנה געווען אַלס שלוחים מיוחדים אויף מקיים זיין פאַרשידענע עניני שליחות
התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה (אָבער אויך די וועלכע ער האָט ניט אַריינגערופן און ניט געשיקט בשליחות מסויימת — האָבן זיי די שליחות בעסקים הפרטיים שלהם, כאו"א לפי ענינו).
אָנהויבנדיק ווי ס'איז געווען נאָך במדינה ההיא (מאחורי מסך הברזל) — די ערשטע שלוחים וואָס ער האָט אויסגעקליבן, צוזאַמען מיט אַ כריתת ברית וכו'ל (ווי ס'איז איצטער שוין ידוע);
דערנאָך אַרויסגייענדיק ממדינה ההיא, למקומות וואו דאָס האָט שוין געקענט זיין מיט אַ גרעסערן פרסום — האָט ער אַרויסגעשיקט שלוחים בפרסום גדול יותר ובהתרחבות גדולה יותר;
ביז אַנקומענדיק במדינה זו, ארצות הברית, בעשר שנים האחרונות שלו בחיים חיותו בעלמא דין — וואו מ'האָט אויך דעם סיוע פון דער ממשלה ואנשי המדינה (עאכו"כ — אַז ס'איז ניטאָ קיין התנגדות, ווי דאָס איז געווען במדינה ההיא) — האָט זיך דער ענין השליחות פאַנאַנדערגעשפּרייט באופן הכי רחב, דורך דעם וואָס ער האָט געשיקט שלוחים לכל קצוי תבל, כולל דערנאָך — דורך תלמידיו ותלמידי תלמידיו, והולך ומתפשט באורך ברוחב ובעומקלא.
ווי מ'זעט איצטער דעם מצב בפועל ובגלוי לעיני בשר, אַז אין אַ ריבוי מקומות בעולם, גרויסע שטעט און קליינע שטעטלעך, ביז אפילו אין פינות רחוקות שבעולם, אין אוסטרליא, און אַפריקא וכיו"ב, געפינען זיך די שלוחים וואָס כל התעסקותם איז בשליחותו פון דעם משלח, בשליחותו של הקב"ה — אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה.
און אויך די אידן בדור זה וואָס זיינען (בגשמיות) ערגעץ ניט געפאַרן, האָבן זיי אויך די שליחות מיוחדת צו טאָן אין הפצת התורה והיהדות ומעינות חוצה (אָנהויבנדיק באַ זיך אַליין, און אויך) דורך אַוועקגיין ממקומם ומדריגתם הרוחנית, און מפיץ זיין תורה כו'.
ה. און אין דעם גופא איז צוגעקומען (בשנים האחרונות) נאָך אַ שלב וחידוש — אַז בכל שנה ושנה מאַכט מען (בכמה מקומות, בארץ הקודש, ארצה"ב, ועוד) אַ „כנס השלוחים", וואו אַלע שלוחים (פון אַ געוויסער מדינה אָדער מדינות) קלייבן זיך צוזאַמען על מנת עס זאָל זיין „אז נדברו גו'"לב, „איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק"לג, וואָס דעמולט קומט צו אין דעם חיזוק הדבר, כמבואר בקונטרס החלצולד די מעלה פון טאָן אַלע ענינים בעבודת ה' ברבים, ווייל „כשמדברים יחד ממציא כל א' עצות לזה כו' ועושים הסכם בקבלה על333להבא כו', וההסכם אשר עושים שנים או רבים יש לזה חיזוק הרבה יותר מההסכם שעושה בפ"ע":
אַלע שלוחים האָבן דאָך פאַרשידענע פעולות משותפות, אין וועלכע יעדערער קען זיך אָפּלערנען און באַקומען אַן עצה ועידוד וחיזוק פון אַ צווייטן שליח וואָס האָט מצליח געווען בשטח מסויים.
נוסף לזה האָט אַ כנס השלוחים מעלת וכח הציבור, וואָס גיט אַ כח מיוחד צו יעדערן פון די שלוחים בשליחותו הפרטית במקומו בפרט, און צו אַלע שלוחים צוזאַמען אַלס אַ כלל — צו ממשיך זיין בעבודתם בהפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה, כולל גם — פאַרשפּרייטן צדק ויושר אויך באַ אוה"ע דורך קיום ז' מצוות בני נח, און זיך צונויפרעדן ווי מ'קען אין דעם אַלעם מוסיף ומרחיב זיין בכל מיני אופנים. וכדלקמן.
ו. אין דעם חידוש (פון נשיא דורנו) בענין השליחות גופא — איז דאָ נאָך אַ חידוש אין אופן פעולת השלוחים לגבי דעם אופן העסקנות פון אַ טייל פון אַנדערע עסקנים ציבוריים:
בשעת מ'קומט אָן אין אַן אָרט, אַ שטאָט, מיט אַ געוויסע שליחות אין עסקנות — קען מען דערביי גיין אין צוויי אופנים:
דער סדר באַ כו"כ אַנדערע עסקנים איז, אַז קומענדיק אין אַ שטאָט האַלט מען לכל לראש אַ פייערדיקע דרשה וועגן דעם מצב פון כלל ישראל און מצב העולם, ווי די וועלט שטייט אין סכנה, און מ'דאַרף איר ראַטעווען, און דערפאַר דאַרף מען מאַכן אסיפות און באַשטימען וועידות און קאָמיטעטן וכיו"ב, און צום סוף פירט אויס דער עסקן — אשר לכן דאַרף מען העלפן דעם מוסד פרטי, די מלמדים ומלמדות מסויימים, און די תלמידים ותלמידות מסויימים וכדומה.
ד.ה. אַז צום אַלעם ערשטן רעדט מען וועגן דעם ענין מצד כלל ישראל און כל העולם, און דערפון קומט מען צו עזר פאַר דעם מוסד פרטי.
דער אויפטו פון שלוחי נשיא דורנו איז — אַז מ'גייט מיט פונקט אַ פאַרקערטן סדר: היות אַז נשיא דורנו האָט אים געגעבן אַ שליחות אין אַ מקום מסויים, מיט אַ שליחות מסויימת (וברוב הפעמים — אים גלייך אָנגעזאָגט אין וואָס עס באַשטייט די שליחות) — איז בשעת ער קומט אָן אין דעם מקום מסויים, הויבט ער אָן לכל לראש רעדן מיט די תושבי המקום אַז ער איז געקומען צו זיי עצמם, צו העלפן דורך חיזוק נאָכמער אין אידישקייט און צדק ויושר ביי זיי און זייערע פרויען און קינדער און פריינט, און פאַר אַלע תושבי המקום, אויך די ניט־אידן. אשר לכן, בעט ער זיי און זיי דאַרפן אים אַרויסהעלפן צו אויפשטעלן אין זייער אָרט אַ מוסד (אַ „בית חינוך" וכיו"ב), און זיי אַליין זאָלן ווערן חברים אין דעם מוסד, און אַרויסהעלפן מיט עזר גשמי, בגופו ובממונו, וכו'.
און ערשט דערנאָך און בהוספה על זה — גיט צו נשיא דורנו — אַז דורך דער הוספה אין הפצת היהדות והצדק והיושר במקום פרטי זה, העלפט מען כלל ישראל, ביז אַז מ'ברענגט דורך דעם די גאולה פאַר כלל ישראל און פאַר כל העולם כולו, כולל — פאַר שכינתא בגלותאלה;
334אָבער צום אַלעם ערשטן טוט דער שליח — וכל מעינו בולו — אין זיין שליחות הפרטית אין דעם מקום מסויים און מיט די תושבי המקום מסויימים, דורך פאַראינטערעסירן זיך מיט אַן אמת אין דעם מצב הפרטי פון די תושבי המקום, אנשים נשים וטף, און אויסגעפינען ווי מ'קען זיי אַרויסהעלפן אין אַלע זייערע ענינים, און פאַרשפּרייטן אידישקייט און חסידות, און צדק ויושר בכלל.
נאָר בהוספה על זה ווייסט ער אויך שכרו בצדו, און דאָס גיט אים נאָך מער געשמאַק אין דער עבודה — אַז זיינע פעולות פרטיות אין דעם מקום מסויים, העלפן אַרויס כלל ישראל און ברענגען די גאולה [כפס"ד הרמב"םלז, אַז דורך אַ „מצוה אחת כו' הכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגרם לו ולהם תשועה והצלה"]. אָבער דאָס טאָר ניט מבלבל זיין צום אויספירן די שליחות פרטית אין דעם מקום מסויים מיט די תושבי המקום.
און בשעת מ'גייט מיט אָט דעם צוגאַנג איז מען מצליח שלא בערך מער ווי מיט דעם ערשטן צוגאַנג, כמובן בפשטות וכנראה במוחש.
ואדרבה: ווי טוט מען אויף פאַר כלל ישראל און די גאולה — דוקא דורך דעם וואָס יעדער שליח פאָרט צו זיין „פינה רחוקה", זיין „קליין שטעטעלע", און ליגט אינגאַנצן אין די פעולות פון הפצת היהדות והצדק והיושר צווישן די געציילטע תושבים פון זיין קליין שטעטל. וואָרום פון די אַלע יחידים בישראל שטעלט זיך צוזאַמען כלל ישראל, און פון די אַלע פינות רחוקות און קליינע שטעטלעך — שטעלט זיך צוזאַמען די גאַנצע וועלט!
אויב ער וועט טראַכטן נאָר וועגן כלל ישראל און וועגן דער גאולה, און דורך דעם וועט פעלן אין זיין שימת לב צוצושטעלן די צרכים הפרטיים (בעניני יהדות וכו'* פון תושבי המקום — קען מען ניט מציל זיין כלל ישראל און די גאַנצע וועלט, וואָרום כלל ישראל באַשטייט פון יחידים, און די גאַנצע וועלט באַשטייט פון אַ ריבוי קליינע ווינקלעך!
ז. און דער ביאור בזה איז פאַרשטאַנדיק אויך פון כללות השליחות דירידת הנשמה בגוף לשמש את קונו בתומ"צ:
דער אויבערשטער האָט באַשאַפן אַ וועלט וואָס באַשטייט פון אַ ריבוי פרטים ופרטי פרטיםלח. און יעדער פרט ופרט איז ניט באַשאַפן געוואָרן „לבטלה" ח"ו, נאָר יעדער פרט האָט אין זיך אַ חידוש וואָס קיין אַנדער פרט פאַרמאָגט ניט און קען ניט פאַרבייטן, און „כללט מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו"מ, יעדער נברא ברענגט אַרויס כבודו של הקב"ה אין אַן אופן וואָס קיין אַנדער נברא ופרט קען דאָס ניט אַרויסברענגען. לדוגמא: בשעת אַ יחיד אין אַ פינה רחוקה שבעולם נעמט אַן איינפאַכע גלאַז וואַסער און מאַכט דערויף אַ ברכה —335ברענגט דאָס אַרויס כבודו של הקב"המא מיטן גאַנצן שטורעם, ע"ד ומעין ווי די גרעסטע פעולה וואָס רירט אָן בכל העולם כולו בגלוי.
וכשם ווי דאָס איז אין עולם (מקום), אַזוי איז דאָס אויך (אין זמן און) אין נפשמב — אַז יעדער איד בפרט איז אָנגעזאָגט געוואָרן צו מקיים זיין אַלע מצוותמג, וואָרום יעדער איד האָט זיין שליחות מיוחדת בעולם וואָס קיין צווייטער קען ניט פאַרבייטןמד.
און דוקא דורך צירוף כל הפרטים, יעדער פרט בשלימותו, האָט מען דעם כלל און שלימות הכלל.
אַזוי איז אויך מובן בנוגע צו די שלוחים פון נשיא דורנו: אַ שליח האָט ניט וואָס צו זיין אַראָפּגעפאַלן באַ זיך, אַז ער געפינט זיך אין אַ פינה רחוקה, און פאַרנעמט זיך לכאורה מיט איינפאַכע זאַכן, לערנען תורה מיט אַ קינד, דערציילן אַ פרוי וועגן צינדן נרות שבת ויו"ט, וועגן פרטי האָדעווען די בני בית — ווייל אדרבה ואדרבה: דוקא אין דעם איינפאַכן טא־טגלעכן לעבן פון אַ מאַן און אַ פרוי והנהגת בני ביתם, וואָס מ'טוט לכאורה בלי התפעלות — דוקא אָט דאָרט ליגט די כוונה עליונה, און דוקא דאָס ברענגט אַרויס כבודו של הקב"ה, ובאופן כזה וואָס קיין אַנדער מענטש און קיין אַנדער זאַך אין וועלט קען דאָס ניט אַרויסברענגען!!
און דוקא בשעת יעדער שליח פרטי פירט אויס זיין שליחות הפרטית במקומו ופינתו הפרטי מיט די תושבי המקום הפרטיים — ברענגט דאָס, בצירוף כולם יחד, הצלת כלל ישראל און די גאולה האמיתית והשלימה!
ח. ולאחרי הקדמה זו — קומט צו גאָר אַן אַנדער געשמאַק אין דעם כנס השלוחים, וואו עס קלייבן זיך צוזאַמען שלוחים פון פאַרשידענע שטעט און שטעטלעך, וואָס יעדער יחיד קען מוסיף זיין אין אַלע אַנדערע שלוחים, „איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק", און מוסיף זיין ניט קיין דבר טפל, נאָר אַ דבר הכי עיקרי.
און דורך צירוף כולם יחד שטעלט זיך צוזאַמען אַ כלל הכי גדולמה — די אַלע שטעט און שטעטלעך רעפּרעזענטירט (פאָרגעשטעלט) יעדערער דורך זיין שליח, וואָס דאָס איז אין זיך כולל אַ ריבוי גדול פון אידן.
און דער כלל גדול (וואָס שטעלט זיך צוזאַמען פון די פרטים) גיט נאָכמער כח צו יעדער שליח בפרט, אַז צוריקפאַרנדיק למקום שליחותו זאָל ער האָבן נאָכמער ידיעות, עידוד, חיות וחיזוק צו אויספירן שליחותו אין מקומו הפרטי אין זיין „איינפאַכן" טאָג טעגלעכן לעבן, וביתר שאת וביתר עוז, באופן פון הולך ומוסיף ואור, וויסנדיק אז דוקא דורך דעם איז ער מוסיף בכבודו של הקב"ה.
און דוקא דורך דעם — ווערט נאָך לייכטער צו העלפן כלל ישראל, ביז „אַייננעמען" די גאַנצע וועלט מיט צדק, יושר וידיעת ה', און בנוגע צו אידן במיוחד — בתורה ומצוות ומעינות336החסידות. ביז — אַז מ'ברענגט די גאולה פון כלל ישראל און פון כל העולם כולו.
ט. אין דעם אַלעם קומט צו נאָך אַ „דבר חידוש" (לגריעותא) בדורנו זה במיוחד (ובפרט אין די יאָרן נאָך שנת תש"י), וואָס בריינגט אָבער מיט זיך אַ „דבר חידוש" (למעליותא) — עס איז איצט געגעבן יעדערן אַ מעגלעכקייט, און עס ליגט אויף יעדערן אַן אחריות, צו טאָן אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה:
בדורנו זה זעט מען בפועל די ירידה גדולה ר"ל אין דעם מצב פון אידן און אידישקייט: עס זיינען דאָ אַזויפיל אידן וואָס באַקומען ניט קיין שום הדרכה וחינוך אין אידישקייט, תורה ומצוותי'.
אע"פ וואָס כמה עסקנים טוען אין מתקן זיין דעם מצב — איז לאחרי אַלע השתדלות ופעולות — בלייבן איבער אַרום ר"ל דריי פערטל אידישע קינדער, און אויך ערוואַקסענע, וואָס באַקומען ניט קיין אידישן חינוך, ר"ל!
האָט יעדערער איצטער די געלעגנהייט — און די ערנסטע אחריות — צו „איבערקערן די וועלט" למעליותא, דורך אַרויסגיין (בפשטות און אַרויסגיין פון זיך) און טאָן כל התלוי בו צו מקרב זיין אידן צו אידישקייט, ובדרכי נועם ובדרכי שלום, אָן קיין מחלוקת — און אין היינטיקן מצב איז וויפל אַנדערע טוען בשטח זה, איז דאָ אַ ריבוי עבודה אין דעם אַלעם און עס איז דאָ אַ ריבוי אידן וועלכע מ'קען און מען מוז העלפן.
יוד. האָט מען דערפון דעם לימוד בקשר מיט שליחות נשיא דורנו, און אויך אַן ענטפער צו די וואָס זוכן ערטער וואו צו פאָרן אויף שליחות:
ס'איז נאָך קיינמאָל ניט געווען אַזאַ מצב ווי היינט ווען מ'קען אַייננעמען די גאַנצע וועלט מיט תורה און אידישקייט בדרכי נועם ובדרכי שלום — וואָרום „כל הארץ לפניך"מו (ניט נאָר ארץ ישראל, נאָר אויך חוץ לארץ), באופן פון „ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה"מז,
וואָרום בכל מקום ומקום (אפילו אין ברוקלין, ני־יארק, וכיו"ב) זיינען דאָ טויזנטער אידישע קינדער און ערוואַקסענע וואָס באַקומען ניט קיין אידישן חינוך, און בכדי זיי מקרב זיין צו אידישקייט דאַרף מען מיט קיינעם ניט מלחמה האָבן. ועד"ז אין אַנדערע עניני יהדות.
דעריבער דאַרף מען מכריז זיין צו אַלע אידן, ובמיוחד צו תלמידי ישיבת תומכי תמימים, וועלכע די רביים האָבן אויפגעהאַדעוועט (און זיך מוסר נפש געווען אויף דעם) אַז זיי זאָלן אַרויסגיין אין „מלחמתמח בית דוד" צו ברענגען משיח צדקנומט, און אַז זיי זאָלן אויסוואַקסן צו זיין עסקני ציבור און שלוחים: ווערט שלוחים און גייט אַייננעמען די וועלט מיט אידישקייט!
ואין הדבר תלוי אלא ברצוןנ — מ'זאָל ניט ליגן אין „פּערל־גרויפּען אין יויך", נאָר אין „פּערל אויפן האַלדז"נא (כפתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר).
337יא. ולהעיר — בתור מאמר המוסגר:
מ'דאַרף ניט אָנקומען צו ראיות אַז דרך חב"ד ושלוחי חב"ד איז דוקא מתוך אהבת ישראל ובדרכי נועם ובדרכי שלוםנב — ווייל דאָס איז די מהות פון חב"ד און ליובאַוויטשנג — אהבת ישראל ואחדות ישראלנד.
און אפילו ווען עס זיינען דאָ אַזוינע אידן וואָס פירן זיך ח"ו שלא כרצוי — זאָגט די גמראנה „יתמו חטאים"נו ולא חוטאים ח"ו: חב"ד האָט מלחמה מיט עבירות, אָבער ניט מיט די חוטאים, אדרבה — מ'איז זיך משתדל זיי מחזיר זיין בתשובה.
זיכער טאָר מען ניט געבן אַ „הכשר" אויף די הנהגה פון די „חוטאים", און מ'דאַרף באַוואָרענען אַז אַנדערע זאָלן זיך אַזוי ניט פירן; אָבער דאָס איז אַ מלחמה מיט די „חטאים" ניט מיט די „חוטאים". בדוגמא ווי עס איז אַן איסור וחה"ש וכו' געבן אַ הכשר אויף בשר טריפה, דאָס איז אָבער אַ התנגדות צו דעם בשר טריפה, ניט צו דעם קצב.
יב. דערפון האָט מען נאָך אַ נקודה הכי עיקרית וועלכע מ'דאַרף צוגעבן צו דעם „סדר היום" פון דעם כנס השלוחים:
איצטער איז אַ צייט ווען יעדער שליח קען אַייננעמען זיין גאַנצע שטאָט מיט הפצת הצדק והיושר והפצת התורה והיהדות והמעינות חוצה, בדרכי נועם ובדרכי שלום.
אָבער כאמור לעיל, דער סדר בזה דאַרף זיין — ניט מ'גייט כובש זיין כל העולם כולו, נאָר מ'הויבט אָן מיט דער אייגענער שטאָט און די מענטשן וואָס וואוינען דאָרט. און דערפון קומט מען דערנאָך צו הצלת כלל ישראל וכל העולם כולו.
יג. ובכל זה קומט צו אַ תוספת כח אין דעם כנס השלוחים דערפון וואָס דאָס הויבט זיך אָן בשבת זו:
שבת בכלל גיט אַ כח אַז די עבודה (פון די שלוחים) זאָל אָנקומען מתוך עונג, ובאופן פון „כל מלאכתך עשוי'"נז.
ובפרט בשבת זו — וואָס ווערט געבענטשט פון דעם שבת שעברה, כ"ף חשון, דער יום הולדת פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ענח, דער מייסד פון ישיבת תומכי תמימים, און דער נשיא וואָס האָט אָנגעהויבן די עבודה פון ממנה זיין די תלמידי התמימים אַלס שלוחים וחיילים במלחמת בית דוד, צו מפיץ זיין די מעינות חוצה און ברענגען משיח צדקנו, און דער המשך ושלימות בזה — ע"י בנו ממלא מקומו, כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.
יהי רצון אַז דער כנס השלוחים זאָל זיין בהצלחה רבה ומופלגה, און דער כח338הציבור זאָל אַריינגעבן כח וחיות צו יעדערען פון די שלוחים בפרט צו אומקערן זיך למקומו און אַראָפּברענגען בפועל בקיום שליחותו די נקודות האמורות:
אַז איצטער איז אַ צייט צו אַייננעמען די גאַנצע וועלט מיט צדק ויושר און אידישקייט בדרכי נועם ובדרכי שלום. און דער סדר בזה דאַרף זיין — לכל לראש דורך דעם וואָס יעדער שליח פירט דורך שליחותו באַ די תושבים פון זיין שטאָט.
ובמיוחד — דורך אויפבויען (אָדער מרחיב זיין) אַ „בית חב"ד" במקומונט, אַ בית תורה תפלה וצדקה, כמדובר כמה פעמים לאחרונהס.
ויש להוסיף בזה עוד הצעה: בכדי עס זאָל זיין אַ המשך פון דעם כח הציבור פון אַ כנס השלוחים, כו"כ שלוחים ביחד — איז כדאי, אַז מ'זאָל באַשטימען אַ מקום מרכזי (און אַ טעלעפאָן) וואו יעדער שליח קען זיך פאַרבינדן און בעטן אַן עצה אָדער הילף אין קיום שליחותו במקומו, מ'זאָל אים צושטעלן אַ רעדנער וכו' וכו'.
ובכל זה האָט מען די הבטחה — אַז „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"סא, און נאָכמער: מ'גיט נאָכמער כח, מער וויפל מ'דאַרף אויף דעם האָבןסב.
און דורך דעם וואָס מ'וועט טאָן בזה באופן האמור — וועט מען צום אַלעם ערשטן מצליח זיין אין קיום השליחות, און מיט אַ הצלחה למעלה מן המשוער; און דערצו וועט מען אויך האָבן הצלחה אין די אייגענע ענינים — בבני חיי ומזוני רויחי ובכולם רויחי — געזונטע קינדער, און געזונטע אייניקלעך, און מאַכן גוטע שידוכים, און זיין געבענטשט מיט אַלע ברכות.
טו. ולהוסיף נאָך אַ נקודה: די רביים האָבן געמאַנט אַז חב"ד זאָל נתפשט ונתפרסם ווערן בכל קצוי תבל. דעריבער איז אַ דבר נכון במאד — אַז בנוגע דעם כנס השלוחים ופעולת השלוחים זאָל מען ניט טאָן בזה באופן פון „הצנע לכת עם אלקיך"סג, מצד החשש אַז דערפון קען ח"ו צוקומען ישות כו'סד, נאָר ע"פ המבואר והציווי — „מצוה לפרסם עושי מצוה"סה, מ'זאָל דאָס מפרסם זיין באופנים האפשריים, אַזוי אַז עס זאָל זיין מהם יראו וכן יעשו רבים, און אויך די רבים זאָלן ווערן „נרות להאיר".
טז. דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דורך די עבודה פון די שלוחים339במיוחד, אין הפצת התורה והיהדות „קפצה הארץ"ח בכלל, ובמיוחד — הפצת המעינות לעצטע אמות א חוצה, זאָל דאָס נאָכמער ממהר זיין דעם — און די של אתי מר דא מלכא משיחא66).
66) אגה"ק הידועה דהבעש"ט (נדפסה בכש"ט
67) ל' הכתוב — פרשתנו כד, טו. נת' בלקו"ש ח"כ ע' 91 ואילך.
( 68), קפיצת הדרך פון די אין גלות, און אַלע אידן לוחים בראשם — טאַנצן אין די גאולה האמיתית משיח צדקנו,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-6enn9bat