Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
62לך לך ג
א.אין פסוקא „ולא יקרא עוד את שמך אברם והי' שמך אברהם כי אב המון גוים נתתיך", איז רש"י מעתיק פון פסוק די ווערטער „כי אב המון גוים", און איז מפרש:
„לשון נוטריקון של שמו. ורי"ש שהיתה בו בתחלה שלא הי' אב אלא לארם שהוא מקומו ועכשיו (אבב לכל העולם. ואפילו רי"ש שהיתה בו מתחלה) לא זזה ממקומה שאף יו"ד של שרי נתרעמה על השכינה עד שהוסיפה ליהושע שנאמרג ויקרא משה להושע בן נון יהושע".
דער פירוש הפשוט אין דעם פירוש רש"י איז: דער לשון הפסוק „כי אב גו'" — אַז „אב המון גוים נתתיך" איז אַ נתינת טעם אויף שם אברהם — איז מוכיח, אַז דער ענין פון „אב המון גוים" איז נרמז אין שם אברהם. דעריבער טייטשט רש"י אַז „אב המון גוים"ד איז „לשון נוטריקון של שמו".
[עפ"ז איז מדויק וואָס רש"י איז מעתיק פון פסוק דעם וואָרט „כי" — כאָטש „כי" איז ניט פון דעם „נוטריקון"ה — ווייל דער יסוד והכרח פון רש"י צו זאָגן אַז ס'איז „לשון נוטריקון" (כאָטש „נוטריקון" איז ניט קיין דבר הרגילו בלימוד פשוטו של מקראז) איז פון וואָרט „כי"].
עפ"ז ווערט די שאלה: אויב אַזוי, פאַרוואָס איז דער אות רי"ש געבליבן (אין אברהם), וויבאַלד ער האָט ניט קיין שייכות צום נוטריקוןח? אויף דעם ענטפערט רש"י „ורי"ש שהיתה בו בתחלה כו' לא זזה ממקומה", און ברענגט אויף דעם אַ דוגמא (וראי') פון „יו"ד של שרי" [ווי עס שטייט אין המשך הפרשהט „לא תקרא את שמה שרי כי שרה שמה"], וואָס „נתרעמה על השכינה (אויף דעם וואָס מ'האָט איר צוגענומען פון שרה'ן) עד שהוסיפה ליהושע"; ועד"ז בנדו"ד, אַז „כדי שלא יתרעם על השכינה כיו"ד של שרי"י האָט מען ניט צוגענומען דעם רי"ש פון שם אברהם.
ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:
63א) דער ענין פון „יו"ד של שרי" איז, לכאורה, אַ ראי' לסתוריא, וואָרום דער יו"ד של שרי איז דאָך „זזה ממקומה" (און זי איז ניתוסף געוואָרן צו אַן אַנדער א) נאָמען און ב) מענשן — צו יהושעיב), בעת אַז בנדו"ד איז דער רי"ש „לא זזה ממקומה"יג!
ב) פון לשון רש"י „שאףיד יו"ד של שרי כו'" — ניט „וכן יו"ד כו'" — איז מוכח, אַז ביים „יו"ד של שרי" איז דאָ ווייניקער אָרט אויף תרעומות ווי ביים רי"ש של אברהם („שאף כו'" — היינו ניט נאָר דער רי"ש פון אברהם, נאָר אַפילו דער „יו"ד של שרי נתרעמה").
איז תמוה: מאי בינייהו? לכאורה איז ביי ביידן דער זעלבער טעם וסיבה אויף תרעומות — דאָס וואָס דער אות ווערט צוגענומען פון אַ שם של צדיק.
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם אריכות לשון רש"י „וריש שהיתה בו בתחלה שלא הי' אב אלא לארם שהוא מקומו ועכשיו אב לכל העולם ואפילו רי"ש כו' לא זזה ממקומה", דלכאורה:
פון דעם וואָס רש"י דערמאָנט דאָ איבערהויפט ניט דעם שם „אברם", נאָר ער הויבט אָן מיט „ורי"ש שהיתה בו בתחלה כו'" (און ערשט בהמשך לזה איז ער מפרש „שלא הי' אב אלא לארם")
[ובפרט אַז ער איז משנה פון לשון64חז"לטו, וואו די הדגשת הפירוש איז (אויך) אויפן שם אברם: „לא יקרא עוד שמך אברם והי' שמך אברהם — בתחלה . . אב . . לכל ארם . . ולבסוף . . אב לכל העולם"]
איז מוכח, אַז רש"י איז דאָ ניט (אויף אַזוי פיל) אויסן צו מפרש זיין דעם נוטריקון פון (פריערדיקן) שם אברם, נאָר (בלויז) צו מבאר זיין דעם רי"ש וואָס איז פאַרבליבן אין שם אברהםטז.
[און ס'איז מובן פאַרוואָס רש"י איז לא נחית צו מפרש זיין דעם נוטריקון פון שם „אברם", ווייל צום פירוש הנוטריקון פון שם אברהם — „אב המון גוים" — איז ניט נוגע כל כך צי דער פריערדיקער שם אברםיז האָט אויך אַ פירוש (דומה), אָדער ניט].
און וויבאַלד אַז כוונת רש"י איז ניט צו מפרש זיין דעם נוטריקון פון שם אברם, נאָר בלויז צו באַוואַרענען פאַרוואָס דער רי"ש „לא זזה ממקומה", האָט ער לכאורה געדאַרפט זאָגן בקיצור: „לשון נוטריקון אב המון גוים ורי"ש שהיתה בו בתחלה לא זזה ממקומה שאף יו"ד כו'" — וואָס איז דאָ מוכרח צו מבאר זיין (אַן ענין ושם — פון (סוף) פ' נח) אַז דער אות „ריש שהיתה בו בתחלה (איז דערפאַר) שלא הי' אב אלא לארם"?
אויך דאַרף מען האָבן אַ ביאור אין דיוק לשון רש"י „ואפילו רי"ש . . לא זזה ממקומה" — וועלכער איז אַ לשון בלתי רגיל בכגון דאָ. רש"י האָט לכאורה געדאַרפט זאָגן בפשטות „לא ניטלה ממנו"יח, אָדער „לא נחסרה משמו"יט (וכיו"ב).
ד. ויש לומר הביאור בזה:
ווי גערעדט כמה פעמיםכ, איז ע"ד הפשט ניטאָ קיין הכרח צו אָננעמען אַז אַ שם איז מרמז און דריקט אויס ענינו (ומעלתו) פון בעל השםכא (סיידן דער פסוק גופא איז דאָס מדגישכב, וכבנדו"ד — „והי' שמך אברהם כי אב המון גוים נתתיך" — אָדער מרמז עכ"פ).
און דערפאַר, איז ניטאָ קיין אָרט מ'זאָל מסביר זיין אַז דער שם „אברם" (וואָס תרח האָט געגעבןכג) האָט אַ שייכות מיט חייו של אברהם.
דער הכרח (ע"פ דרך הפשט) צו מפרש זיין אַז „אברם" מיינט „אב לארם"65איז מצד דעם וואָס דער רי"ש איז פאַרבליבן אין שם אברהם.
והביאור: ע"פ דרך הפשט האָט קיין אָרט ניט צו זאָגן, אַז בלויז דערפאַר וואָס אַן אות האָט „תרעומות" זאָל מען אים איבערלאַזן אין אַ שם וואָס דאַרף אויסדריקן אַ תוכן מסויים — אויב דער אות גופא האָט קיין שייכות ניט צום תוכן (השם)כד.
און דאָס דייטעט אָן רש"י בלשונו — „ואפילו רי"ש שהיתה בו בתחלה שלא הי' אב אלא לארם שהוא מקומו כו'"*: דערמיט זאָגט רש"י אַז דאָ איז דאָ אַ קשיא: לויט נוטריקון — ווי קומט דער רי"ש אין שם אברהם. ובמילא — מוז אויך דער רי"ש האָבן אַ פירוש בהתאם צום תוכן השם אברהם — „אב המון גוים"כה.
און רש"י איז מבאר „שלא הי' אב אלא לארם כו' לא זזה ממקומה": דער תוכן פון דעם רי"ש איז — וואָס ער איז „אב לארם", און דער ענין איז דאָך געבליבן אויך דערנאָך; „אב לכל הגוים" איז כולל, און ניט שולל דעם ענין פון „אב לארם", עס איז נאָר אַ הוספהכו.
און דאָס איז דיוק לשון רש"י — „לא זזה ממקומה" (און זאָגט ניט „לא ניטלה ממנו" כו' כנ"ל): אפילו ווען מען וואָלט דעם רי"ש ניט אַריינגעשטעלט בשמו (און שמו וואָלט געווען „אבהם* וואָלט עס ניט געמיינט אַז מ'האָט צוגענומען דעם תוכן פון דעם רי"ש — זיין תוכן („אב לארם") בלייבט אויך דעמאָלט; אָבער אין דעם פאַל וואָלט עס באַדייט אַז דער רי"ש „בלייבט" אין אַ צווייטן „מקום" — נאָר אַלס טייל פון „עולם" — „אב לכל העולם". די הדגשה אין „לא זזה ממקומה" טוט אויף אַז אויך דערנאָך בלייבט דער רי"ש אין זיין „מקום", דער „אב לארם" בלייבט מפורט בנוטריקון אינעם שם (אברהם) אַלס אַן ענין פאַר זיך (אע"פ וואָס ער איז בכלל פון „(אב ל)כל העולם").
ה. ע"פ כ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק די ראי' ובמכש"כ — „שאף יו"ד של שרי נתרעמה כו'":
דער רי"ש של אברהם האָט אַ „טענה", נימוקה עמה: וויבאַלד דער תוכן פון רי"ש פאַרבלייבט סי־ווי אין דעם שם — דאַרף ניט זיין אָפגעפרעגט צו לאָזן דעם רי"ש גופא אינעם שם הצדיק.
משא"כ ביים „יו"ד של שרי" איז ניט שייך „אַ תביעה" בטענה כזו, וויבאַלד אַז דער תוכן פון אות יו"ד האָט ניט קיין אָרט אינעם תוכן פון שם שרה (כדלקמן סעיף ז).
ועפ"ז איז אויך פאַרענטפערט דער שינוי באַ „יו"ד של שרי" — וואָס דער „יו"ד של שרי" איז „זזה ממקומה":
דער פערגלייך און ראי' איז נאָר אויף דעם אַז די „תרעומות" פון אַן אות טוט אויף אַז מ'זאָל אים מפייס זיין; אָבער66דער אופן הפיוס איז, כמובן, בכל מקום לפי ענינו:
בנדו"ד וואו דער תוכן פון אות רי"ש איז פאַרבליבן אויך דערנאָך — האָט די טענה אויפגעטאָן אַז „לא זזה ממקומה"; משא"כ ביים „יו"ד של שרי", וואו דער תוכן פון יו"ד איז ניטאָ אינעם שם החדש — קען מען ניט איבערלאָזן דעם יו"ד „במקומה" — עס ווערט אויס „מקומה",
ובמילא מוז דער פיוס זיין באופן אחר, מען שטעלט אַריין דעם יו"ד אין אַ שם פון אַ צווייטן צדיק, און אַ שם וואָס ווערט „מקומה" — דער נוטריקון היו"ד דאָרט איז אַ חידוש אין דעם שם (והאדם) [„הוסיפה ליהושע שנאמר ויקרא משה להושע בן נון יהושע", און ווי רש"י איז דאָרט מפרש: „התפלל עליו י"הכז יושיעך כו'"].
ו. פאַרוואָס איז ניטאָ קיין אָרט פאַרן תוכן פון אות יו"ד ד"שרי" אין שם „שרה"? ולכאורה — אדרבה:
אויפן ווייטערדיקן פסוקט „לא תקרא את שמה שרי כי שרה שמה" איז רש"י מפרש: „לא תקרא את שמה שרי — דמשמע שרי לי ולא לאחרים, כי שרה סתם שמה שתהא שרה על כל". ולפ"ז איז עס ממש ווי באַ שם „אברם — אברהם", וואָרום אין „שרה על כל" איז דאָך נכלל דער פרט פון „שרי — לי". איז פאַרוואָס איז דער יו"ד „זזה ממקומה"?
נאָכמער: דוקא לויט ווי רש"י איז מפרש דעם אונטערשייד צווישן „שרי" (שרי — לי) און „שרה" (שרה על כל), דאַרף זיין אַ טענה ותביעה פונעם „יו"ד של שרי" (זי זאָל בלייבן בשם שרה) נאָך שטאַרקער ווי די טענה פונעם ריש של אברם:
אין גמראכח איז דער לשון „בתחלה נעשית שרי לאומתה ולבסוף נעשית שרה לכל העולם כולו", וואָס לפי"ז איז דאָס ממש ווי דער חילוק צווישן „אברם" (אב לארם — אומתו) און „אברהם" (אב לכל העולם);
רש"י איז אָבער משנה פון לשון חז"ל און זאָגט אַז „שרי" איז משמעו — „(שר) לי", און וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן קריאת שם זה ע"י אברהם (כדיוק לשון הכתוב „ויאמר אלקים אל אברהם שרי אשתך לא תקרא את שמה גו'"), קומט אויס, אַז „שרי" מיינט אַז זי איז אַ „שר" אויף אברהם'עןכט.
[וע"ד ווי דער מדרשל זאָגט: „מרתא (גבירה) לבעלה, בכל מקום האיש גוזר ברם הכא (ביי שרה) כללא אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה"].
ולפ"ז איז איפכא מסתברא: ביים שם אברהם קען דער אות רי"ש קיין שטאַרקע תביעה ניט האָבן, אפילו ווען67מען זאָל אים ניט אַריינשטעלן בשמו, ווייל זיין תוכן איז געבליבן (אַלס אַ טייל פון „(אב ל)כל העולם");
משא"כ ביי „שרה" וואָס אין (דעם וואָס זי איז געוואָרן) „שרה על כל" איז ניטאָ קיין הוכחה אַז דאָס איז כולל אויך „שרי — לי", ווייל אַזאַ שררה איז בהיפך ווי ס'איז אויסגעשטעלט געוואָרן (ע"פ תורה) אַז דער בעל איז דער שר (וכנ"ל פון מדרש), כמש"נ לפני זהלב „והוא ימשל בך". קומט לפי"ז אויס, אַז דורך צונעמען דעם יו"ד פון שרה נעמט מען צו דעם תוכן היו"ד (דאָס וואָס „שרי — לי")!
בדוחק גדול קען מען פאַרענטפערן, אַז אברהם איז דעמאָלט נתעלה געוואָרן אין אַ העכערער מדריגה — „התהלך לפני והי'תמים"לג — באופן אַז נאָך זיין עלי'לד איז שוין שרה ניט געוועןלה קיין שר אויף אברהם (שרי — לי).
מען קען אָבער אַזוי ניט זאָגן, ווייל:
א) לפ"ז וועט אויסקומען אַז דער שינוי השם — „שרי אשתך לא תקרא את שמה שרי כי שרה שמה" — איז פאַר איר (אויך) אַן ענין של ירידה!
ב) דער פסוק „כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה" שטייט ווייטער אין פרשת ויראלא — כמה זמן נאָך דעם ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט „לא תקרא את שמה שרי כי שרה שמה".
ז. וועט מען דאָס פאַרשטיין ע"פ דיוק לשון רש"י אויפן פסוק „לא תקרא את שמה שרי" — „דמשמע שרי לי ולא לאחרים כי שרה סתם שמה שתהא שרה על כל".
דלכאורה: רש"י האָט געדאַרפט זאָגן (ע"ד לשון חז"ללו) — „בתחלה שרי לי ועכשיו תהא שרה על כל". וע"ד לשון רש"י ביי אברהם'ן — „בתחילה . . אב . . לארם . . ועכשיו אב לכל העולם".
איז דער ביאור אין דעם:
לויט פירוש רש"י (לימוד ע"ד הפשט) איז שרה טאַקע ניט געווען קיין שר אויף אברהם'ן (אפילו ווען זי האָט געהייסן „שרי"). וואָרום, ווי גערעדט פריער: אין לימוד ע"ד הפשט אין הכרח כלל אַז שמות האדם זאָלן האָבן אַ שייכות צום (חיי) בעל השם. ועד"ז בעניננו: דער שם „שרי" (וואָס הרן האָט געגעבןלז) האָט ניט געהאַט דעם באַדייט אַז זי איז אַנדערש פון דעם אָנזאָג „והוא ימשל בך", ואדרבא — געווען אַ שר אויף בעלהלח (אברהם)!
68און דערפאַר איז רש"י מדייק בלשונו „לא תקרא את שמה שרי — דמשמע שרי לי ולא לאחרים כי שרה . . שתהא שרה על כל": ס'איז ניט דער פירוש אַז „בתחלה" איז זי געווען „שרי — לי", דאָס איז נאָר אַ משמעות השםלט — אָבער אויך אַזאַ משמעות דאַרף נשלל ווערן: וויבאַלד דער אויבערשטער וויל איר איצט געבן שררה („שר") און דאָס זאָל אויסגעדריקט ווערן אין איר נאָמען, קען זי דעריבער ניט בלייבן ביי איר נאָמען „שרי" (כאָטש אַז אויך „שרי" איז מלשון שררהמ), ווייל „משמע (עכ"פ) שרי לי ולא לאחרים" — און די „שררה" פון שרה וועט דאָך זיין באופן פון „שרה על כל".
ח. מיינה של תורה אין פירוש רש"י:
דער ביאור הנ"ל אין דעם וואָס דער רי"ש „לא זזה ממקומה" (אַז דער תוכן פון דעם רי"ש איז פאַרבליבן אויך דערנאָך) — איז אויך מתאים מיטן ביאור פנימי אין די צוויי שמות „אברם" און „אברהם":
דער אַלטער רבי איז מבאר אין תורה אורמא, אַז „אברם" באַשטייט פון צוויי ווערטער „א"ב ר"ם"מב, און דאָס מיינט — „שכל הנעלם מכל רעיון": „אב" איז מרמז אויף „חכמה"מג, און „רם" ווייזט אויף אַ הויכן, אָפּגעטראָגענעם שכל — „נעלם מכל רעיון".
און דער שינוי פון „אברם" צו „אברהם" („אב המון גוים") איז מרמז אויפן גילוי: צו אברהם'ן איז געגעבן געוואָרן דער כח צו אַראָפטראָגן דעם „שכל הנעלם מכל רעיון", ביז צו „המון גוים"; ער האָט אפילו אַ „שכל נפלא"מד (אויך אַזאַ וואָס איז (מצ"ע) „למעלה מכלי קיבול דשכל אנושי"מה) געקענט מסביר זיין אין אַן אופן „דגם הפשוט ביותר יכול להבין זאת"מד.
קומט אויס, אַז דער תוכן פון אות רי"ש („(אב) רם") איז אויך דאָ אין שם אברהם — ס'איז דאָ דער שכל הנעלם מכל רעיון, נאָר ווי עס איז מאיר ומתגלה למטה, ביז אין „המון גוים"מו.
קען מען אָבער מיינען אַז דורך דעם וואָס „שכל הנעלם מכל רעיון" ווערט נמשך צו „המון גוים" ווערט אין אים אַ ירידה ח"ו — אויף דעם זאָגט רש"י אַז דער רי"ש „לא זזה ממקומה"מו: זי איז פאַרבליבן אין איר „מקום" ומדריגהמז, פונקט ווי אין שם „אברם" (שכל הנעלם מכל רעיון)
— ווייל דאָס איז דער אויפטו (ובמילא — עלי') פון אברהם, אַז דורך אים ווערט דער חיבור פון „מעלה" און „מטה", אַז „שכל הנעלם מכל רעיון" ווערט נמשך כמו שהוא אין „המון גוים"מח.
69ט. די הוראה פון דעם ענין בעבודת האדם:
עס איז ידועמט אַז די ענינים פון די ג' אבות זיינען נמשך געוואָרן צו יעדן אידן בירושהנ. ועד"ז איז בנוגע דעם ענין פון „אברהם" — „אב המון גוים", אַז יעדער איד האָט דעם כח צו אויפטאָן אין „המון גוים" — בכל העולם כולו.
דאַרף ער אָבער וויסן אַז דער „רי"ש . . אב . . לארם שהוא מקומו . . לא זזה ממקומה":
אע"פ אַז אַ איד דאַרף אויפטאָן בכל העולם כולו, דאַרף ער אָבער וויסן, אַז לכל לראש ליגט אויף אים אַ חיוב צו משפיע זיין על מקומו וסביבתונא, און ערשט דערנאָך, ווען ער ווערט אַן „אב למקומו", צו זיין אַן „אב לכל העולם".
(משיחת ש"פ לך תשד"מ)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site