עברית
Library

Likkutei Sichos

Lech Lecha 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

54לך לך ב

א. אין סוף הל' מילהא פירט אויס דער רמב"ם וועגן דער מעלה פון מצות מילה: כל מצות התורה נכרתו עליהן שלש בריתותב שנאמר כו', ועל המילה נכרתו שלש עשרה בריתות עם אברהם אבינוג ואתנהד בריתי ביני וביניך (און רעכנט אויס אַלע בריתותה ביז) . . ואת בריתי אקים את יצחקו.

אַז מילה איז „נכרתו עלי' שלש עשרה בריתות", איז מקורו — ווי דער כסף משנה צייכנט אָן — די משנה „ספ"ג דנדרים"ז: גדולה מילה שנכרתו עלי' שלש עשרה בריתות.

דער רמב"ם איז אָבער מוסיף אויף לשון המשנה: א) אַז די י"ג בריתות נכרתו „עם אברהם אבינו". ב) ער איז מפרט די אַלע י"ג בריתות.

אעפ"י אַז דאָס איז פאַרשטאַנדיק, ווייל מכללי הרמב"ם איז אַז ער איז מעתיק לשון המשנה כו'ח, און אַלס אַ ספר פון „הלכות הלכות"ט איז ער (כמה פעמים) מוסיף ומבאר בלשון המשנה כדי די הלכה זאָל אַרויסקומען מוסברי וברוריא — פונדעסטוועגן, פאָדערט זיך ביאור בנדו"ד:

דער מקור אויף דברי הרמב"ם — אויף „עם אברהם אבינו" און אויף דעם פירוט פון די י"ג בריתות, איז (לכאורה) אין ירושלמי נדריםיב, דער מאמר פון רבי יוחנן בר מרי': „כתיב ביוםיג ההוא כרת ה' ברית את אברםיד לאמר וגו' עד ואת בריתי אקים את יצחק וגו'" —

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: פאַרוואָס איז דער רמב"ם משמיט דעם ערשטן פסוק וואָס דער ירושלמי ברענגט „ביום ההוא כרת ה' את אברם55ברית לאמר גו'" ובפרט אַז דער פסוק שטייט אין דער פרשה פריערטו?

ב. בפשטות: דער רמב"ם רעכנט אויס י"ג בריתות אין פרשה — אָן דעם פסוק „ביום ההוא גו'" — איז מובן אַז ער האַלט אַז דער פסוק איז ניט בכללם. והטעם, איז ווי דער רמב"ם איז מפרש אין פירוש המשניותטז: „וי"ג בריתות הם מלת ברית ובריתי הנכפלים במצות הש"י לאברהם אבינו בברית מילה במעמד אחד בפני עצמו"יז — און דאָס זיינען נאָר די וועלכע דער רמב"ם איז מפרט.

משא"כ דער פסוק „ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר" רעדט וועגן אַ ברית (א) וואָס איז ניט געווען „במעמד אחד" מיט די אַנדערע בריתות (נאָכמער: ס'איז געווען בהפסק כו"כ שניםיח), און (ב) וואָס איז ניט געווען בשייכות מיט ברית מילה, נאָר ברית בין הבתרים אויף נתינת הארץיט לזרעו של אברהםכ.

אָבער לפ"ז איז ניט מובן לאידך, פאַרוואָס דער ירושלמי ברענגט יאָ דעם פסוק „ביום ההוא כרת ה' וגו'".

נאָכמער תמי': דער מאמר אין ירושלמי קומט מסביר זיין וואָס די משנה זאָגט אַז אויף מילה „נכרתו שלש עשרה בריתות" — ווי עס ווערט אויסגעפירט אין דעם מאמר הנ"ל בירושלמי „שלש עשרה בריתות" — און אויב מ'רעכנט אויך דעם פסוק „ביום ההוא כרת ה' גו'", קומט אויס אַז עס שטייען ניט י"ג בריתות, נאָר י"דכא!

ג. אין מפרשים זיינען דאָ כמה תירוצים אויף דעם:

א) (אויך) אין ירושלמי דאַרף שטיין ניט דער פסוק „ביום ההוא כרת גו'" נאָר דער פסוק „ואתנה בריתי"כב ווי דער רמב"ם רעכנט; מ'געפינט אָבער אין ראשוניםכג, אַז זיי זיינען מעתיק פון

ירושלמי גירסא הנ"ל, אַז דער פסוק „ביום ההוא כרת" ווערט גערעכנט אַלס איינער (און ערשטער) פון די י"ג

בריתות — ולפירושם

ב) לדעת הירושלמי רעכנט מען ניט

איינע פון די אַנדערע לשונות של ברית

וואָס שטייען בפרשת מילה (דעם פסוקכד56„את בריתי הפר")כה, אָדער מ'רעכנט דעם פסוקכו „והקימותי את בריתי אתו לברית עולם" אַלס איין בריתכז, ניט ווי דער רמב"ם וואָס רעכנט זיי פאַר צוויי בריתות. ולפ"ז קומט אויס, אַז דער רמב"ם איז מחולק מיט דעת הירושלמי.

אָבער: אַזוי וואָלט מען געקענט זאָגן, ווען עס וואָלט געווען אַ מקור (מחז"ל), אַז די י"* ג בריתות ווערן גערעכנט בהתאם צו דברי הרמב"ם; וויבאַלד אָבער אַז מ'געפינט עס ניטכח, און דער איינציקער מקור איז דער ירושלמי הנ"ל,

(דער בבלי איז סותם און איז ניט מפרט וועלכע זיינען די י"ג בריתות. וי"ל אַז ער איז זיך סומך אויפ'ן ירושלמי שקדם בזמן להבבלי — ואכ"מ)

— איז מסתבר, אַז דער ירושלמי און דער רמב"ם, איז עס ניט אַ פלוגתא ביניהם, נאָר ע"ד מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין די צוויי לעצטע הלכות אין רמב"ם סוף הל' מילה, וז"ל (אין דער ערשטער פון די צוויי הלכות): „מאוסה היא הערלה שנתגנו בה הגויםכט שנאמרל כי כל הגוים ערלים. וגדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם עד שמל שנאמרלא התהלך לפני והי' תמים ואתנהלב בריתי ביני וביניך וגו'לג וכל המפר בריתו של אברהם אבינו והניח ערלתו או משכה אע"פ שיש בו תורה ומעשים טוביםלד אין לו חלק לעולם הבא". און דערנאָך, אין דער הלכה שלאח"ז: „בא וראה כמה חמורה מילה שלא נתלה למשה רבינו עלי' אפילו שעה אחת אף ע"פ שהי' בדרך וכל מצות התורה נכרתו עליהן שלש בריתות כו' ועל המילה כו'" (כנ"ל ריש סעיף א).

דער מקור הפרטים פון די ביידע הלכות איז די זעלבע משנה אין נדרים. דער רמב"ם אָבער איז משנה דעם סדר און אויך דעם לשון בכמה דברים:

אין דער משנה איז נאָך דעם מאמר „מאוסה היא הערלה" קומען די מאמרים ועל הסדר: ר"י אומר גדולה מילה שנכרתו עלי' שלש עשרה בריתות, רבי יוסי אומר גדולה מילה שדוחה את השבת החמורהלה, רבי יהושע בן קרחה57אומר גדולה מילה שלא נתלה למשה הצדיק עלי' (אפילולה) מלא שעה אחת, רבי נחמי' אומר גדולה מילה שדוחה את הנגעים, רבי אומר גדולה מילה שכל המצות שעשה אברהם אבינו לא נקרא שלם עד שמל שנאמר התהלך לפני והי' תמיםלו.

דער רמב"ם ברענגט דאָ ניט די צוויי מאמרים אַז „גדולה מילה" וואָס זי איז דוחה את השבת און דוחה נגעים, קען מען זאָגן אַז ער איז זיך סומך אויף דעם וואָס ער האָט זיי שוין פריער, אין הל' מילהלז, געבראַכט להלכה: „מילה בזמנה דוחה את השבת . . ובין בזמנה ובין שלא בזמנה דוחה את הצרעת".

מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין, פאַרוואָס ער איז משנה דעם סדר בנוגע די אַנדערע מאמרים: צום ערשטן, גלייך נאָך „מאוסה היא הערלה", ברענגט ער דעם לעצטן מאמר „גדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם כו'", לאח"ז ברענגט ער בתור מאמר בפ"ע פון מסכת אבותלח „כל המפר בריתו של א"א כו' אין לו חלק לעוה"ב", און ערשט דערנאָך שטעלט ער בהלכה בפ"ע דעם מאמר אין אונזער משנה „שלא נתלה למשה רבינו עלי' אפילו שעה אחת", און צום סוף — דעם ערשטן מאמר אין דער משנה, מעלת המילה אַז „נכרתו עלי' י"ג בריתות"?

ה. בפשטות יש לומר, אַז דער רמב"ם שטעלט אויס דעם סדר המאמרים — בהתאם מיט דעם (ווי דער רמב"ם נעמט אָן דעם) חילוק בתוכנם, והיינו אַז אין דעם זיינען דאָ צוויי סוגי מעלות, וואָס ער צעטיילט זיי אין צוויי באַזונדערע הלכות:

אין דער ערשטער הלכה (הלכה ח) רעדט דער רמב"ם די ענינים אין ברית מילה וועלכע זיינען בשייכות להגברא — און דער סוג איז כולל די שלילה — דאָס וואָס „מאוסה היא הערלה שנתגנו בה הגוים", און דעם חיוב — „גדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם עד שמל כו'"; און דעריבער ברענגט ער בהמשך לזה אויך דעם מאמר פון מס' אבות „כל המפר בריתו כו' אין לו חלק לעוה"ב", וואָס איז בנוגע צום גברא.

אין דער צווייטער הלכה (הלכה ט) רעדט דער רמב"ם וועגן די ענינים בנוגע צו דער מעשה און חפצא של (מצות) מילה, און דערפאַר ברענגט ער די אַנדערע מאמרי חז"ל: „שלא נתלה למשה רבינו עלי' אפילו שעה אחת" (אַן ענין אין שלילה), און „כל מצות התורה נכרתו עליהן ג' בריתות כו' ועל המילה נכרתו י"ג בריתות עם אברהם אבינו" (אַן ענין אין חיוב).

עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס דער רמב"ם איז משנה: א) אין דער משנה איז דער לשון „גדולה מילה" ביי ביידע ענינים: „גדולה מילה שנכרתו עלי' י"ג בריתות", „גדולה מילה שלא נתלה לו למשה כו'". — דער רמב"ם אין דער ערשטער הלכה זאָגט (כלשון המשנה) „גדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם עד שמל כו'", אָבער אין דער צווייטער הלכה איז ער משנה מלשון המשנה גדולה און זאָגט „בא וראה כמה58חמורהלט מילה שלא נתלה למשה כו'"מ, און בהמשך לזה זאָגט ער (בוא"ו המוסיף) „וכל מצות התורה כו'" וואָס פון פשטות לשונו איז משמע אַז דער וואָרט „חמורה" באַציט זיך אויך צום צווייטן ענין, וואָס אויף מילה „נכרתו שלש עשרה בריתות" —

אויך פאָדערט זיך ביאור: ב) אין דער משנה שטייט בלויז „גדולה מילה שנכרתו עלי' י"ג בריתות" ניט דערמאָנענדיק דעם יתרון פון מילה לגבי כל מצות התורה, וואָס דער ענין ווערט געבראַכט אין גמרא במק"א (במס' ברכותמא): „צריך שיקדים ברית לתורה שזו נתנה בשלש בריתות וזו נתנה בי"ג בריתות".

ג) דער רמב"ם ברענגט דאָס ניט מיטן לשון (ע"ד לשון הגמרא) „כל התורה (כולה) נכרתו עלי' (נתנה ב)ג' בריתות" [כלשונו פריער אין הל' ברכותמב ווען ער ברענגט דעם מאמר הנ"ל אין ברכות], נאָר ער זאָגט: „כל מצות התורה נכרתו עליהן כו'".

ו. וי"ל הביאור אין דעם:

אין ברית מילה זיינען דאָ צוויי ענינים*42: א) דער ענין כללי פון ברית, ב) ברית אַלס מצוה פרטית.

וע"ד ווי מען געפינט בכמה מצות, לדוגמא ביי מצות תפלה: דער ענין העבודה פון תפלה — וואָס מ'לערנטמג אָפּ פון „לעבדו בכל לבבכם"מד, „ועבדתם את ה"א"מה — איז „מהציווים הכוללים"מו; אין דעם איז אָבער אויך פאַראַן אַן ענין פרטי, וואָס דאָס איז דער ציווי לתפלה (בדיבור).

[וואָס דערפאַר רעכנט דער רמב"ם אין מנין התרי"ג מצות אויך מצות התפלה, כאָטש אַז ער שרייבט אין די שרשיםמז אַז „אין ראוי למנות הציווים הכוללים התורה כולה", ווי תפלה, מ'רעכנט עס אָבער ווייל (ווי דער רמב"ם זאָגט) „ישמו בו יחוד אחר שהוא ציווי לתפלה"].

ועד"ז בענין התשובה: ס'איז דאָ דער ענין (כללי) פון תשובה — חרטה על העבר וקבלה על להבא, וואָס איז מהציוויים הכוללים און איז פאַרבונדן מיט קבלת עול מלכות שמים (וואָס דערפאַר ווערט עס ניט גערעכנט אין מנין המצות); און פאַראַן דער ענין פרטי פון תשובה, וואָס באַשטייט פון וידוי דברים (און דאָס ווערט גערעכנט אין רמב"ם במנין המצותמח).

און ס'איז פאַרשטאַנדיק, אַז ביים מקיים זיין דעם ענין מיוחד פון תפלה (— בדיבור) אָדער תשובה (— בוידוי דברים) האָט מען ניט נאָר דעם גדר פרטי שבזה נאָר אויך דעם ענין כללי פון תפלה און תשובה, הכולל התורה כולה.

59עד"ז (און נאָכמער) איז בנוגע לברית מילה: ס'איז אַ מצוה פרטית, איינע פון די תרי"ג מצות; ברית מילה איז אָבער אויך אַן ענין כללי, ברית פון אידן בכל איבריהם וכו' ובכל עניניהם וכו' מיט'ן אויבערשטן; בסגנון אחר: ס'איז דער ברית וגמר קדושת ישראלמט באַ יעדן אידן.

[ע"ד ווי מ'געפינט די צוויי ענינים בהדגשה באַ מילת גר: דער ענין כללי פון מילה, אַלס גדר פון גירות, דערמיט גייט ער אַריין אין קדושת ישראל; און מילה אַלס קיום מצוה פרטית פון מילה, ווי דער ראָגאַטשאָווער איז דאָס מבארנ].

ז. און דאָס זיינען די צוויי הלכות אין רמב"ם:

אין דער ערשטער הלכה (הלכה ח) רעדט דער רמב"ם וועגן דעם ענין כללי, דעם כללית'דיקן תוכן פון ברית מילה, ווי דאָס איז פאַרבונדן מיטן גדר (קדושת) ישראל; און אין דער צווייטער הלכה (הלכה ט) איז דער מדובר וועגן דער מצוה פרטית, דעם גדר פרטי פון ברית מילה.

דערפאַר זאָגט דער רמב"ם אין דער ערשטער הלכה: „מאוסה היא הערלה שנתגנו בה הגוים שנאמר כי כל הגוים ערלים", וואָס דערמיט מיינט ער ניט בלויז צו מדגיש זיין די מיאוס וגנות שבערלה נאָר (בעיקר), אַז אין דעם באַשטייט דער הבדל צווישן גוים און בני ישראל — אַז „ערלה" איז אַ זאַך „שנתגנו בה הגוים", און דער אויפטו פון מילה אַז דאָס שאַפט די שלימות אין ישראל און דעם קשר הברית פון אידן מיטן אויבערשטן. און דאָס איז מוסבר אין דעם וואָס דער רמב"ם זאָגט נאָכדעם: „גדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם עד שמל שנאמר התהלך לפני והי' תמים ואתנה בריתי ביני וביניך גו'": די שלימות פון ישראל, דער ברית מיטן אויבערשטן, איז דורך מילה דוקא.

און דעריבער איז דער רמב"ם ממשיך אין דער הלכה און ברענגט דעם מאמר ממס' אבות „כל המפר בריתו של אברהם אבינו כו' אע"פ שיש בו תורה ומעשים טובים אין לו חלק לעוה"ב", וואָס דאָ זעט מען באופן בולט ביותר, אויף וויפל ברית מילה איז פאַרבונדן מיט דעם עצםנא גדר (קדושת) ישראלנב.

אין דער צווייטער הלכה רעדט דער רמב"ם וועגן מילה אַלס אַ מצוה פרטית, אַז אפילו ווי אַ מצוה פרטית האָט זי אין זיך אַ מעלה נוספת לגבי אַלע אַנדערע מצות. און דאָס איז דער רמב"ם מדגיש בשינוי לשונו גלייך בתחילת ההלכה: „בא וראה כמה חמורה מילה" — ניט „גדולה מילה" ווי ער זאָגט אין דער הלכה הקודמת (און ווי לשון המשנה כנ"ל) —

ווייל דאָ רעדט דער רמב"ם וועגן דער חומרא (בעונש וכיו"ב ותו לא) פון מילה, מילה אַלס מצוה פרטית (און דערויף פּאַסט דער לשון „חמורה") — און אין דעם בריינגט ער די צוויי ענינים: שלא נתלה למשה רבינו עלי' אפילו שעה אחת אף ע"פ שהי' בדרך,60וואָס ווייזט אויף דער גרויסער האַרבקייט פון מצות מילה; און נאָך אַן ענין אין וועלכן מ'זעט אויף וויפל ס'איז „חמורה מילה" לגבי אַנדערע מצות — „וכל מצות התורה נכרתו עליהן שלש בריתות כו' ועל המילה נכרתו שלש עשרה בריתות". והיינו, אַז דאָ רעדט ער ניט וועגן דער מעלה פון מילה לגבי כללות התורה, נאָר לגבי יעדער מצוה (בפ"ע) פון אַלע מצות התורה, וואָס באַ יעדער פון זיי איז „נכרתו שלש בריתות", און „על המילה נכרתו י"ג בריתות"נג.

משא"כ אין משנה, וואו דער לשון איז „גדולה מילה שנכרתו עלי' י"ג בריתות", (גדולה — ע"ד גדול שכולל בכ"מ: לפי ענינו בשנים בחכמה ביר"ש בענקיםנד, ביז ע"ד גדול הוי') ווערט דערמיט געמיינט דער ענין כללי פון מילה — ווי מילה איז אַן ענין כללי אין גאַנץ תורה ומצות. וואָס דערפאַר איז זי „גדולה" (פון כל התורה ומצות) דערמיט וואָס „נכרתו עלי' י"ג בריתות"נה (משא"כ כל התורה כו', וואָס אויף דעם זיינען געווען בלויז ג' בריתות).

ח. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם חילוק צווישן דעם רמב"ם און דעם ירושלמי, וואָס דער רמב"ם ברענגט ניט דעם פריערדיקן פסוק „ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר", כאָטש ער ווערט געבראַכט אין ירושלמי:

אין ירושלמי קומט דער מאמר ווי אַ פירוש און ביאור אויף דברי המשנה „גדולה מילה שנכרתו עלי' שלש עשרה בריתות", דהיינו די מעלה און „גדולה" פון מילה אַלס ברית כללי, וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם גדר (קדושת) ישראל בכלל — און צו דעם ענין איז אויך שייך דער פסוק „ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר".

די הסברה אין דעם: אע"פ אַז דער ברית כללי מיטן אויבערשטן, קומט בפועל דורך דעם ברית פרטי, דורכן קיום פון דער מצוה פרטית פון מילה — „בריתי בבשרכם לברית עולם" (ע"ד הנ"ל בתפלה ותשובה) — אעפ"כ איז דער ברית כללי פאַראַן באַ יעדער אידן, אויך אין פאַל ווען ער האָט (צוליב אַ סיבה ע"פ תורה) ניט געקענט מקיים זיין מצות מילה בפועל. ווי די משנה זאָגט אין נדרים: קונם שאיני נהנה לערלים מותר בערלי ישראל ואסור במולי עכו"ם שאיני נהנה למולים אסור בערלי ישראל ומותר במולי עכו"ם שאין הערלה קרוי' אלא לשם עכו"ם שנאמר כי כל הגוים ערלים וכל בית ישראל ערלי לב.

ומוטעם בזה פאַרוואָס די משנה ברענגט דעם מאמר אַלס הקדמה צו די ווייטערדיקע מאמרים „מאוסה היא הערלה כו' גדולה היא המילה שנכרתו עלי' כו'" — לרמז, אַז דער ברית כללי איז בעצם פאַראַן באַ יעדן אידן, נאָר דער גמר הדבר, בפועל ובגילוי, טוט זיך אויף דורך דעם קיום פון ברית מילה „בבשרכם"נו.

ויש לומר דעם טעם דערפון, ווייל אַזוי איז עס געווען ביים ערשטן אידן,61אברהם אבינו: דער „ברית כללי" צווישן דעם אויבערשטן און אברהם אבינו איז *) ניט געווען בזמן און דורך ברית מילה, נאָר אַ סך יאָרן פאַר דעם — בברית בין הבתרים, „כרת ה' את אברם ברית לאמר גו'", און דאָס איז געווען אַ ברית מיט אברם וזרעו אחריו; נאָר דערנאָך, כמה וכמה שנים לאח"ז, איז געווען דער ציווי פון אויבערשטן צו אברהם'ען אַז אָט דעם ברית דאַרף מען קובע זיין „בבשרכם" (דורך מצות מילה).

און דערפאַר איז עס אויך אַזוי באַ זרעו אחריו: דער ברית כללי צווישן אַ אידן און דעם אויבערשטן איז אַלעמאָל קיים, גלייך כשנולד, אויך כשמתו אחיו מחמת מילה און דערפאַר לא מלנז, גלייך ווי ער ווערט געבאָרן איז ער בקדושת ישראל.

ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז די י"ג בריתות וואָס דער רמב"ם רעכנט אויס זיינען בתוכנם די זעלבע ווי די י"ג בריתות וועלכע ווערן גערעכנט אין ירושלמי, נאָר דער ירושלמי איז מקדים (הקדמה להענין — ולא נכנס בהמנין שבהענין) דעם פסוק „ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר גו'", ווייל ער רעדט פריער וועגן מילה אַלס ברית כללי, ד.ה. ווי דאָס וואָס נכרתו עלי' י"ג בריתות איז מדגיש אַז מילה איז אַ ברית כללי צווישן אַ איד מיטן אויבערשטן — דעריבער ברענגט ער אַלס הקדמה לזה דעם פסוק וואָס רעדט וועגן דעם ברית כללי.

דער רמב"ם אָבער קומט אין דער צווייטער הלכה זאָגן אַז אויך מילה אַלס מצוה פרטית איז „חמורה" פון כל מצות התורה, כנ"ל. דעריבער האָט דאָ ניט קיין אָרט דער פסוק „ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר", וואָס רעדט וועגן דעם ברית כללי (הגם אַז אויך דאָס איז פאַראַן אין מילה), נאָר ער פאַנגט אָן פון פסוק „ואתנה בריתי" ביז צום פסוק „ואת בריתי אקים את יצחק", י"ג בריתות וואָס אַלע נאמרו „במעמד אחד", בנוגע דעם ברית פרטי, כנ"ל.

(משיחות ש"פ נשא

ויום ב' דחגה"ש תשד"מ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-aaqe2bjx

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources