עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 10

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

373משיחות י"ט כסלו וש"פ ו

א. בקשר מיטן איצטיקן מצב בעולם, אַז מלכיות מתגרות אלו באלוא, ובפרט אין שנים און אין חדשים ושבועות הכי אחרונים — וואָס דאָס גייט באופן מבהיל, ובמדה ידועה איז דאָס אויך אַריינגעדרונגען צווישן אידן, ר"ל

[אע"פ אַז דער סימן פון מלכיות מתגרות איז איינער פון די סימנים אויף ביאת המשיחא — האָט מען שוין אָבער (לכאורה) יוצא געווען לכל הדיעות אין סימנים אויף ביאת משיח, אפילו אויך אין דעם סימן פון מלכיות מתגרות, ואעפ"כ — גייט אויך איצטער דער מלכיות מתגרות בכיוון בלתי רצוי]

ובפרט אַז בזמנים האחרונים ווערט אויך פאַרשפּרייט באופן מבהיל דער היפך פון אהבת ישראל ושלום ואחדות בין ישראל, נאָר מתגרים אלה באלה —

איז בהתאם צו דעם נייעם מצב וואָס איז צוגעקומען בעולם (וואָס איז ביז איצטער ניט געוועןב), דאַרפן אידן צוגעבן בעבודתם — ובמיוחד: אַ הוספה אין בקשה להקב"ה, ד.ה. — אַ הוספה בתפלה (במקום שאין בו איסור הפסק). און אין תפלה גופא — אַ הוספה וואָס איז פאַרבונדן (א) מיט אהבת ישראל, וואָס האָט אויך אַ קשר מיוחד מיט עקבתא דמשיחא און מיט פאַרענדיקן דעם גלות וואָס איז געקומען צוליב דעם היפך פון אהבת ישראלג. און (ב) מיט וישב, כ"ף כסלו, ה'תשד"מ

ענין המנוחה בכלל [בלשון הרמב"םד (בנוגע צו דעם מצב המנוחה דלע"ל) — „לא מלחמה ולא קנאה ותחרות"], היפך פון מלכיות מתגרות אלו באלו, און היפך פון העדר האחדות והשלום בין ישראל.

און דורך דעם וואָס ס'קומט צו, די הוספה בתפלה בדיבורו פון אַ אידן אין די צוויי ענינים, וועט עס זיכער אויפטאָן פעולתה — כידוע אַז שוין דיבור טוב אַליין פון אַ אידן ועאכו"כ דיבור בתורה ותפלה, איז „קליןה דאורייתא וצלותא סלקין לעילאו בקעין רקיעין כו'". ובפרט אַז פון דעם מחשבה ודיבור טוב ווערט „מצרפה למעשה"ז, און ער פירט זיך אַזוי בפועל.

אין אַנדערע ווערטער: בשעת ס'איז דאָ אַ בלבול בעולם און מלכיות מתגרות אלו באלו, קען אַ איד זיכער אויפטאָן אין דעם (ניט דורך לייענען די „פּייפּערס" בכדי וויסן וואָס עס טוט זיך אין וועלט, וואָס זיין ידיעה בזה איז סייווי גאָרניט משנה, נאָר די וועג איז — ניט פטר'נדיק צייט ללא כל תועלת כלל אויף ידיעת הפרטים, ואפילו — דעם כלליות המצב) — דורך מוסיף זיין374בתפלה בתורה וגמ"ח, וואָס דעמולט איז „כאילו פדאני לי ולבני מבין האומות"ח, ובמילא פועל'ט עס אויך אַז די אומות פירן זיך דעמולט אויף כדבעי, ובלשון הידוע אַנשטאָט דעם אַז דער „לי" — כולל ניצוץ אלקי שבהם — איז בגלות ושבי' כביכול „בין האומות", ווערט „פדאני", ער ווערט נגאל ונפדה, און די אומות זיינען מרגיש בגלוי ווי דער ניצוץ איז ניט „בין האומות", נאָר על האומות, במילא פירן זיי דורך תפקידם — „ועמדו זרים ורעו צאנכם"ט.

ב. דערפאַר איז מען מציע כנ"ל — אַז בהתאם צו דעם מצב שנשתנה בעולם ובין ישראל, זאָלן אויך אפילו די וואָס זיינען ניט מתפלל לויט נוסח האריז"ל, מוסיף זיין בתפלתם (במקום שאין בו איסור הפסק), ניט קוקנדיק אויף זייער הנהגה עד עתה — בתחלת התפלה און בסוף התפלה — אַן ענין פאַרבונדן מיט אהבת ישראל, און מיט כללות ענין המנוחה, און באמת איז דאָס ניט קיין הוספת חידוש, ווייל דאָס איז שוין דאָ בתפלה לויט נוסח הרמב"ם, אחרונים וכו', נוסח האריז"ל ונוסח אדה"ז וכו' (כדלקמן):

(א) בהקדמה לתפלה: פאַר „מה טובו", זאָל יעדערער מוסיף זיין, זאָגן „הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך".

ווי עס שטייט אין כתבי האריז"לי (וואָס מאיזה סיבה איז דאָס ניט ביי אַלעמען שוין נתקבל געוואָרן), און דער אַלטער רבי האָט עס אַריינגעשטעלט בסידורויא השווה לכל נפשיב אפילו פאַר אַזאַ וואָס „לא ידע מאי קאמר" בכל עניני התורה (אע"פ וואָס כמה מכוונות האריז"ל האָט ער ניט אַריינגעשטעלט בסידורו)יג.

(ב) בסוף התפלה: לאחרי די דריי פסוקים „אל תירא גו'"יד, „עוצו עצה גו'"טו, „ועד זקנה גו'"טז, וואָס מ'זאָגט נאָך „עלינו"יז (כברוב סידורים ככולם),

— וואָס די פסוקים זיינען אויך פאַרבונדן מיט ביטול כל הגזירות, ווי עס שטייט אין מדרשיח (וואָס דאָס איז דער מקור אויף אמירת ג' פסוקים אלה בסוף התפלהיז) אַז בשעת ס'איז געווען גזירת המן איז „ראה מרדכי שלשה375תינוקות . . כיון שהגיע מרדכי אצל התינוקות שאל לאחד מהם פסוק לי פסוקיך א"ל אל תירא מפחד . . פתח השני ואמר . . עוצו עצה . . פתח השלישי ואמר ועד זקנה . . כיון ששמע מרדכי כך שחק והי' שמח שמחה גדולה, אמר לו המן מה היא זאת השמחה . . אמר (מרדכי) על בשורות טובות שבשרוני שלא אפחד מן העצה הרעה שיעצת עלינו" — מרדכי איז געווען זיכער אַז דורך דעם „מפי עוללים ויונקים"יט איז די גזירה שוין בטל געוואָרן —

איז לאחרי די פסוקים זאָל מען מוסיף זיין זאָגן דעם פסוקכ: „אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך" (וואָס איז פאַרבונדן מיט מנוחה והתיישבות ושלום).

ווי עס שטייט אין סדר תפלות כל השנה להרמב"ם (וואָס ער האָט אַריינגעשטעלט דעם סדר בספרו יד החזקהכא, „הלכות הלכות"כב — דאָס איז אַ הלכה), און אין ב"חכג וט"זכד. און אויך דער אַלטער רבי איז דאָס מוסיף בסידורוכה (ווי עס שטייט אויך אין סידור האריז"ל און אין כמה סידורים) בשם פון רש"לכו (ר' שלמה לוריאכז): „וכתב רש"ל שצ"ל פסוק זה" („אך צדיקים גו'"). און ווי ער זאָגט אין „שער הכולל"כח אַז „גם בסידור האריז"ל זלקווא (סידור האריז"ל לר' שבתי מרשקובכט) הובא זה בשם הרש"ל". און ער איז מסביר: „מה שהודיע לנו מקורו שהוא מהרש"ל הוא מחמת שבפע"ח לא נמצא לומר זה הפסוק". ואע"פ אַז דער אַלטער רבי האָט געוואוסט אַז עס שטייט ניט אין פע"ח — האָט ער דאָס אַריינגעשטעלט בסידורו השווה לכל נפש.

און אַזוי שטייט אויך (אַז מ'זאָל זאָגן „אך צדיקים גו'" בסוף התפלה) אין סידור „סדר עבודת ישראל"ל, שיש בו חכמה, נוסף למלאכה רבה. וידוע אַז סידור זה ווערט אָנגענומען אַלס פוסק אחרון אין דעם חוג אידן יראים ושלמים וועלכע זיינען געגאַנגען מיט דער שיטה פון „תורה ודרך ארץ", זיי האָבן אָנגענומען סידור זהלא.

דער קשר פון דעם פסוק („אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך") מיט376תפלה, איז מען מסבירלב, אַז אין מס' ברכותלג לערנט מען אָפּ פון דעם פסוק אַז „המתפלל צריך לשהות שעה אחת אחר תפלתו"לד, „שנאמר אך צדיקים יודו לשמך — עבודת התפלה — והדר ישבו ישרים את פניך"לה — אַ התיישבות און אַ התבוננות [בדוגמא „וישב יעקב — לישב בשלוה"לו] — אַ שעהלז — נאָך דער תפלה.

ועפ"ז אפשר לומר אַז דער פסוק האָט אויך אַ קשר מיוחד מיטן איצטיקן מצב העולם — אַז אַנשטאָט מלכיות מתגרות אלו באלו און היפך אהבת ישראל צווישן אידן זאָל זיין אַ מצב פון מנוחה והתיישבות בעולם, ביז מנוחה שלימה (באופן, ווי ס'איז שייך בזמן הגלות), „ישבו ישרים", אידן זיצן בשלוה, קען באַ זיי זיין „אך צדיקים — „ועמך כולם צדיקים"לח — יודו לשמך", עבודת התפלה, וועלכע דאַרף זיין בלאלט מחשבות המבלבלות, עאכו"כ מחשבות המדאיגות.

און דורך דעם וואָס מ'איז מוסיף בעבודת התפלה (וואָס במקום קרבנות תקנוםמ) — ווערט עס אויך אַ הכנה קרובה צו דער גאולה האמיתית והשלימה. אַז מ'זאָל מקריב זיין קרבנות ממש און אין אַן אופן פון „מצוות רצוניך"מא. וואָס דעמולט וועט אויך זיין כפשוטו „ישבו ישרים את פניך" — בעלי' לרגל לביהמ"ק מדי חודש בחדשו ומדי שבת בשבתומב — „יראה כל זכורך אל פני האדון ה'"מג.

ג. ידוע אַז „נהרא נהרא ופשטי'"מד, פאַרשידענע חוגי אידן האָבן זייער נוסח התפלהמה, איז לכאורה מה ענין צו מוסיף זיין בהתפלה, מנוסח אחר?

[ידועה די הוראה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר צו זיינע שלוחים וואָס זיינען געפאָרן צו און צווישן אחינו הספרדים אין מרוקו און טוניס וכיו"ב לאחרי מצוקות מלחמת העולם השני' אויף דאָרטן נאָכמער מפיץ זיין דעם לערנען תורה בכלל ותורת החסידות במיוחד, אַז זיי זאָלן העלפן און זיך מתעסק זיין אין הפצת היהדות והפצת התורה והפצת המעינות, אָבער מ'זאָל ניט אָנרירן אין „מנהג אבותינו בידינו"מו אין יענע קהלות קדושות בנוגע זייער נוסח התפלה, מנהגים וכו' (אחוץ די וואָס האָבן אַליין געוואָלט דערנאָך משנה זיין)],

וידוע דער פתגם וואָס דער חתם סופר האָט געזאָגט אַז „חדש אסור מן377התורה", ועפ"ז פאַרוואָס זאָל מען מוסיף זיין אַן ענין חדש בתפלה —

איז אָבער די אמירה בתפלה וועגן אהבת ישראל (בתחלת התפלה) און אמירת „אך צדיקים גו'" (בסוף התפלה) ניט קיין ענין חדש א) אמירת „אך צדיקים" שטייט שוין אין רמב"ם, ב"ח, ט"ז, סידור האריז"ל בשם הרש"ל, וסידור אדה"ז, סידור „סדר עבודת ישראל", ובכמה סידורים (כנ"ל).

ב) וועגן אהבת ישראל שטייט אין סידורי האריז"ל וכתבי האריז"ל, מגן אברהם, סידור אדה"ז, ועוד.

ד. ועוד י"ל: בהקדם לשון הרמב"םמז „מצות עשה להתפלל כו' שואל צרכיו שהוא צריך להם",

וואָס פון דעם איז מובן, אַז ווען עס קומען צו נאָך צרכי האדם, נייע צרכי האדם, איז אַ חיוב צו מוסיף זיין בבקשת צרכיו אַ בקשה אויף מילוי צרכו החדש.

ה. ויה"ר אַז מ'זאָל אָננעמען די הצעה זאָגן — בתפלה — ענין דאהבת ישראל און ענין פון מנוחה: אהבת ישראל („הריני מקבל כו'") בתחלת התפלה — ע"פ דער „הצעה" פון אריז"ל און פון דעם אַלטן רבי'ן, און בסוף התפלה — וועגן ענין המנוחה („אך צדיקים גו' ישבו גו'") — ע"פ דער „הצעה" פון רמב"ם, ב"ח, ט"ז וכו', און רש"ל און דעם אַלטן רבי'ן.

און די החלטה בזה בעצמה זאָל שוין ברענגען די אַלע תוצאות טובות, ווי גע'פסק'נט אין שו"עמח, אַז בשעת מ'איז מחליט צו אָננעמען אויף זיך אַ דבר רצוי, איז דאָס אַליין ברענגט שוין דעם נצחון וביטול הגזירות אויף וועלכע מ'איז מתפלל, און (ניט נאָר) אַ נצחון ע"י מלחמה, נאָר אַ נצחון באופן פון „פדה בשלום"מט.

ובקרוב ממש זאָל מען זוכה זיין אויך צו דעם וואָס עס שטייט אין מדרשנ „ז' כתות של צדיקים בגן עדן זו למעלה מזו, כת ראשונהנא אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך" — עולמך תראה בחייךנב נשמות בגופים זיצן אין דער את פניך בביהמ"ק השלישי בגאולה האמיתית והשלימה ובמהרה בימינו ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-zytwpr4k

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources