עברית
Library

Likkutei Sichos

Bereishis 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

10בראשית ב

א. די גמרא זאָגט אין מס' שבתא: האי מאן ד(נולד) בחמשה בשבא יהי גבר גומל חסדים מ"ט משום דאיברו בי' דגים ועופותב (שאין טורחין לאוכלין אלא ניזונים בחסדו של הקב"ה. רש"י).

דאַרף מען פאַרשטיין: די גמרא זאָגט אין יבמותג „שלשה סימנים יש באומה זו הרחמנים כו' וגומלי חסדים" — והיינו אַז די מדה פון גמילות חסדים איז „בטבע כל ישראל בתולדותם"ד — איז וואָס איז דער אויפטו אין דעם „(יהי גבר) גומל חסדים" פון אַ נולד „בחמשה בשבא", לגבי דער מדה פון גמילות חסדים „שבטבע כל ישראל בתולדותם"ה?

ב. ויש לומר, אַז דער ביאור אין דעם איז נרמז אין לשון רש"י „ניזונים בחסדו של הקב"ה":

דער יתרון פון יום חמישי (של מעשה בראשית) איז, וואָס דעמאָלט האָט מאיר געווען „חסדו של הקב"ה" וואָס איז אַ חסד בלי גבולו (וואָרום כשם ווי דער אויבערשטער איז „אין סוף", אַזוי זיינען מדותיו אין סוףז).

דערפאַר געפינט מען דעם ענין הריבוי ביותר (דוקא) אין די נבראים פון יום חמישי — דגיםח — כמש"נט „וידגו לרוב בקרב הארץ"

[וואָס דאָס (ברכת דגים) איז אויך נוגע צו דעם אדם, ווי די גמרא זאָגטי: בתולה נשאת ברביעי ונבעלת בחמישי הואיל ונאמרה בויא ברכה לדגים — דאע"פ אַז בששי „נאמרה בויב ברכה לאדם"יג (און דאָ רעדט זיך דאָך וועגן11נשואי האדםיד), איז אָבער פאַראַן אַ מעלה (אויך) אין דער „ברכה לדגים" (בחמישי) לגבי „ברכה לאדם"טו, וואָס דוקא ביי דגים איז דאָ דער ענין הריבוי („וידגו לרוב בקרב הארץ"), וואָס דאָס איזטז די מטרה פון נשואין, „פרו ורבו"יז].

און דאָס איז דער חילוק צווישן דעם וואָס כל ישראל זיינען גומלי חסדים בטבעם און דער טבע גמילות חסד פון אַ נולד ביום חמישי:

טבע החסד וואָס איז פאַראַן ביי כל ישראל בתולדותם איז מיט אַ מדידה והגבלה, ובפשטות — מ'איז גרייט צו טאָן חסד מיט אַנדערע, אָבער ניט אין אַן אופן אַז מ'זאָל זיין גרייט צו פאַרבויגן אויף אַלע אייגענע צרכים (אָדער דורכגיין צוליב דעם אַנדערע שוועריקייטן); משא"כ דער וואָס איז נולד ביום חמישי (ווען ס'איז מאיר חסדו של הקב"ה) — איז ביי אים די טבע החסד למעלה מהגבלהיח, ד.ה. זיין חסד איז ניט נאָר אויף וויפל ס'מאָנט זיך מצד זיין מדת החסד (וואָס איז (כשמה) במדה והגבלה, אע"פ ואפילו ווען ס'איז „כדבעייט לי' למיעבד"), נאָר מסירת נפש אויף חסד, אָן קיין מדידה והגבלה.

ג. די כלי אויף „חסדו של הקב"ה" הבלתי מוגבל — איז דער ענין פון ביטולכ:

כל זמן דער אדם פילט זיין אייגענע מציאות, קען ביי אים ניט זיין דער ענין פון חסד (פאַר אַן אַנדער מענטשן) בלי מדידה והגבלה; דוקא בשעת ער איז מבטל זיין מציאות, ער פילט ניט (אַזוי פיל) זיין „איך" און זיינע אייגענע רצונות וכו', קען ביי אים זיין „בכל מאדך", למעלה ממדידה והגבלה.

און אויך דעם ענין געפינט מען (נרמז) ביי דגים (וואָס ביי זיי איז דאָ די ברכה פון ריבוי בלי הגבלה) — די דגים זיינען כל כולם מכוסים במים אַזוי אַז עס זעט זיך ניט אָן זייער מציאות, נאָר די מציאות המים המכסים עליהם.

— די גמרא זאָגטכא, אַז ווייל „מים מכסין עליהם" (אויף די דגים) דערפאַר איז „אין עין הרע שולטת בהם" (און מהאי טעמא איז אויף זיי שורה ברכת ה' ביותרכב); וי"ל, שבפנימיות איז „מים מכסין עליהם" (ניט נאָר שולל די שליטה פון „עין הרע" (היפך הברכה), נאָר) אויך פועל אַן ענין חיובי, דורכדעם זיינען די דגים ראויים וכלים צו ברכת ה'.

12והביאור: מים זיינען דער מקור החיות פון דגיםכג, ביז אַז דאָס איז זייער אמת'ע מציאות (וואָס דערפאַר האַלט רשב"ג אַז „כל שהוא מבריית המים" איז ניט חוצץ בפני המיםכד), דאָס הייסט, אַז דגים האָבן אין זיך אַ תכונה פון „ביטול" צו מקור חיותםכה (און דערפאַר איז ביי זיי פאַראַן דער ענין פון ריבויכו למעלה מהרגיל).

ועד"ז איז אין עבודת האדם: כדי צו מעורר זיין ביי זיך דעם אמת'ן, העכסטן אופן פון גמילות חסדים, חסד בלי הגבלה (וואָס איז פאַרבונדן מיט „חסדו של הקב"ה") — פאָדערט זיך די עבודה צו פועל זיין ביי זיך דעם ביטול צו דעם אויבערשטן.

און דאָס איז תוכן כוונתו של רש"י בפירושו אויפן פסוקכז „ובו תדבקון" — „הדבק בדרכיו גמול חסדים . . כמו שעשה הקב"ה": בשעת אַ איד דינט דעם אויבערשטן אין אַן אופן פון „ובו תדבקון", ער פועל'ט ביי זיך צו שטיין אין אַ דביקות אמיתית מיטן אויבערשטן (באופן אַז ער פילט ניט זיין אייגענע מציאות, נאָר בלויז דעם אויבערשטן, צו וועמען ער איז דבוק) — דעמאָלט „טוט זיך" ביי אים גמילות חסדים בדרך ממילא אין אַן אופן „כמו שעשה הקב"ה" — אַ חסד בלי מדידה והגבלהכח.

ד. כל הנ"ל האָט אַ שייכות מיוחדת לדורנו זה:

דער ענין מיוחד (הנ"ל) פון „דגים" איז פאַרבונדן מיט יוסף הצדיק, היות אַז די ברכה „וידגו לרוב בקרב הארץ" איז געזאָגט געוואָרן בשייכות צו בני יוסף, און ווי די גמראכט זאָגט אַז דערפאַר איז „אין עין הרע שולטת" ביי „זרעו של יוסף" (וכדברי ר' יוחנןכט: אנא מזרעא דיוסף קא אתינא דלא שלטא בי' עינא בישא).

און דאָס איז די שייכות לדורנו זה — וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר, נשיא דורנו, איז שמו (הראשון) יוסף:

די הנהגה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר איז געווען אין אַן אופן פון „וידגו לרוב בקרב הארץ" — ער האָט מפיץ געווען די מעיינות פון תורת החסידות מיט אַ התרחבות גדולה, אָן קיין מדידה והגבלה, אין אַן אופן אַז עס זאָל דערגרייכן בכל מקום ומקוםל, אויך „בקרב הארץ" — אין דער „תוכיות" פון ארץ וארציותלא, ביז צו תחתון שאין תחתון למטה ממנו (ובלשון הידועלב: יפוצו מעיינותיך חוצה — אין דעם חוצה שאין חוצה ממנו) —

13און צוזאַמען דערמיט האָט ער ניט חושש געווען פאַר „עינא בישא"לג, מה יאמרו הבריות („למה תתראו"לד).

און דאָס איז אויך די הוראה בפועל — אַז מען דאַרף זיך עוסק זיין אין הפצת המעיינות חוצה, מיט דער גרעסטער התרחבות, אַז די מעיינות הבעש"ט זאָלן דערגרייכן בכל מקום ומקום. און בשעת מען שטייט אין אַ תנועה פון ביטול („ובו תדבקון" וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך „הדבק בתלמידי חכמים"לה) — איז ניטאָ וואָס צו חושש זיין פאַר „עינא בישא", ועאכו"כ ניט פאַר אַנדערע שוועריקייטן כו',

און דורך דעם וואָס מ'איז ממלא בזריזות די שליחות פון „יפוצו מעיינותיך חוצה", וועט מקויים ווערן נאָך שנעלער — בזריזות — די הבטחה פון מלך המשיח צום בעש"טלו אַז כשיפוצו מעיינותיך חוצה קא אתי מר דא מלכא משיחא,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת כ"ף מ"ח תשד"מ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-v28g2g0p

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources