עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayechi 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

285ויחי ג

א. נאָכדעם ווי די תורה דערציילט וועגן די ברכות וואָס יעקב האָט געבענטשט די שבטים, שטייט אין פסוקא „כל אלה שבטי ישראל שנים עשר וזאת אשר דבר להם אביהם ויברך אותם איש אשר כברכתו ברך אותם".

שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ברך אותם" און איז מפרש: לא הי' לו לומר אלא איש אשר כברכתו ברך אותו מה ת"ל ברך אותם לפי שנתן ליהודה גבורת ארי ולבנימין חטיפתו של זאב ולנפתלי קלותו של אילה יכול שלא כללן כולםב בכל הברכות ת"ל ברך אותם.

דער תוכן פון דעם פירש"י איז מקורו במדרשים: אין בראשית רבהג שטייט „כבר כתיב ויברך אותם ומה ת"ל איש אשר כברכתו ברך אותם אלא לפי שבירכן, יהודה כו'", ד. ה. אַז מ'לערנט עס אָפּ פון דעם כפל הלשון שבפסוק „ויברך אותם איש אשר כברכתו ברך אותם"; אין תנחומא שטייטד „ברך אותו אין כתיב כאן אלא ברך אותם למה לפי שנתן כו'", ד. ה. אַז דער לימוד איז פון „ברך אותם"ה — לשון רבים (ווי אין פרש"י).

דער טעם וואָס רש"י קלייבט אויס דעם פירוש (פון תנחומא) אַז מ'לערנט עס אָפּ פון דעם וואָס עס שטייט (ניט „ברך אותו", ווי ס'האָט לכאורה געדאַרפט שטיין, נאָר) „ברך אותם", און ניטו (ווי אין בראשית רבה) אַז ס'ווערט אָפּגעלערנט פון כפל הלשון „ויברך אותם איש אשר כברכתו ברך אותם"ז — איז מובן בפשטות:

אין פשש"מ איז די משמעות התיבה (והקרא) מער דיוק ולימוד ווי דער יתור וכפל הלשון. זאת ועוד: רש"י איז מפרש אין פריערדיקן ד"ה „איש אשר כברכתו — ברכה העתידה לבוא על כל אחד ואחד", וואָס אויף דעם גייט דער „ברך286אותם", איז במילא מובןח, אַז לויט רש"יט איז דאָס ניט קיין יתורי וכפל בכתוביא.

ב. אין סיום הדרשה איז אָבער פאַראַן אַ שינוי צווישן די מדרשים ופרש"י: אין בראשית רבה שטייט „(אלא לפי שבירכן יהודהיב בארי' דן בנחש נפתלי באילה בנימין בזאב) חזר וכללן כולן כאחד ועשאן אריות ועשאן נחשים". אין תנחומא איז ער מסיים „תאמר שזה גדול מזה הרי כללן כולם באחרונה". רש"י פירט אויס „יכול שלא כללן כולם בכל הברכות ת"ל כו'".

אע"פ אַז בפשטות איז דער תוכן דער זעלבער, זיינען אָבער די פאַרשידענע ווערטער פון יעדן פירוש מדגיש אַן אַנדער פרט.

אין בראשית רבה איז מודגש אַז ער האָט זיי אַלע כולל געווען „כאחד", אַז אַלע זיינען „אריות . . נחשים"יג; אין287תנחומא איז די הדגשה אַז איינער איז ניט גרעסער פון דעם צווייטן; און רש"י איז מדגיש אַז ער האָט זיי אַלע כולל געווען אין יעדער איינער פון אַלע ברכות.

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים די שאלה: וויבאַלד אַז יעדער איינער פון די שבטים האָט געהאַט אַלע מעלות פון אַלע איבעריקע שבטים — פאַרוואָס האָט יעקב אויסגעשטעלט און געבענטשט יעדן שבט באַזונדער מיט אַ מעלה פרטית, „יהודה בארי' . . בנימין בזאב"?

פאַרענטפערן מפרשיםיד, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס דער שבט וועמען ער האָט מייחס געווען די מעלה פרטית בפ"ע, איז אָט די מעלה ביי אים עיקר ענינו, און די איבעריקע מעלות געפינען זיך ביי אים באופן טפל ובמקצת. ועד"ז ביי די אַנדערע שבטים, אַז עיקר ענינם איז די מעלה המפורשת בכל אחד מהם, און די אַנדערע מעלות וועלכע זיינען מפורש ביי די אַנדערע שבטים זיינען ביי זיי נאָר במקצת.

די הסברה בזה:

דער תוכן הדרש הנ"ל, אַז יעדער שבט האָט געהאַט ניט נאָר די מעלה המפורשת בו, נאָר אויך אַלע אַנדערע מעלות, קען מען טייטשן בכמה אופנים:

א) בכללות, זיינען די ברכות באַשטאַנען אין דעם, וואָס יעדער שבט (בנוסף צו זיין עיקר מעלה) איז מקבל פון דעם צווייטן שבט די מעלות וועלכע זיינען דאָ ביי יענעם שבט (וועלכע זיינען ניטאָ ביי אים). און דער ענין, טיילט זיך, בכלל, אויף צוויי אופנים:

(א) אַז ער איז מקבל (ניט די מעלה ותכונה עצמה, נאָר) די תוצאה פון דער מעלה וועלכע איז דאָ באַ דעם צווייטן שבט.

וע"ד ווי דאָס איז בנוגע יששכר און זבולון, ווי רש"יטו ברענגט בפירושו: „שהי' זבולון עוסק בפרקמטיא וממציא מזון לשבט יששכר והם עוסקים בתורה", ובמילא — איז יששכר מקבל דעם מזון פון זבולון און זבולון האָט אַ חלק אין דעם לימוד התורה פון יששכר (לא שבעצמו לומד)טז.

(ב) אַז ער איז מקבל פון צווייטן שבט יענעמס מעלה ותכונה פרטית גופא, ע"ד ווי בנוגע דן, כאָטש אַז מצ"ע איז ער געגליכן צו אַ נחש, איז ביי אים אויך דאָ די תכונה פון ארי — „דן גור ארי'"יז — וועלכע ער איז מקבל פון יהודה'ן.

דערנאָך איז פאַראַן אַ העכערער אופן

ב) אַז די מעלות ותכונות נוספות — איז יעדער שבט מקבל ניט פון און דורך דעם אַנדערן שבט, נאָר כשם ווי זיין מעלה פרטית ומפורשת איז אים נשפע געוואָרן פון (ברכת) יעקב, אַזוי זיינען אויך די מעלות נוספות פון די אַנדערע שבטים צו אים געקומען בברכת יעקב.

ד. ויש לומר אַז דאָס איז די הסברה אין די הדגשות שונות במדרשים און פרש"י אין פירוש הכתוב „איש אשר כברכתו ברך אותם":

לויטן תנחומא איז דער עיקר ההדגשה אַז מ'זאָל ניט זאָגן אַז איינער איז גרעסער פאַרן צווייטן, „תאמר שזה288גדול מזה", און דעריבער „כללן כולם באחרונה", וואָס דורכדעם באַקומט יעדער איינער אויך פון דעם וואָס די אַנדערע האָבןיח; דאָ איז אָבער ניט (אויף אַזויפיל) מוכרח אַז ער באַקומט די מעלה עצמה, נאָר — בלויז די תועלת ותוצאה פון דער מעלה. ווי דער תנחומא איז ממשיךיט גלייך נאָכדעם: „לפי שחלק להם את הארץ ונתן ליהודה ארץ שהיא עושה שעורים ולבנימין ארץ שהיא עושה חטים אעפ"כ כללן אלו באלו שיהו אוכלין אלו משל אלו", ד. ה. אע"פ אַז ארץ יהודה בלייבט אויך ווייטער אַן ארץ וועלכע איז „עושה (בלויז) שעורים", איז אָבער דער שבט יהודה מקבל ואוכל אויך משל בנימין וועלכע איז „עושה חטים" — און אַזוי אויך לאידך גיסא.

[און ווי דער אור החייםכ טייטשט טאַקע אויף דעם פסוק: אמר אותם ל' רבים להיות כי ברכת כל א' וא' תועיל לעצמו ולכל אחיו כמו שתאמר כשיברך למלך שידו בעורף אויביו הנה מגיע הטוב לכל אחיו וכן שירבה מעלת א' ושפעו והדרגתו לכל אחיו יגיע ג"כ מקצת דבר לזה אמר איש אשר כברכתו ברך אותם];

לויטן בראשית רבה באַקומט יעדער שבט ניט בלויז די תועלת המעלה פון צווייטן שבט, נאָר אויך די מעלה גופא, ווי ער איז מדגיש „ועשאן אריות ועשאן נחשים . . לקיים מה שנאמרכא כולך יפה רעיתי ומום אין בך", וואָס דאָס מיינט אַז באַ יעדן איינעם זיינען דאָ אַלע מעלות ותכונות פון די אַנדערע: אַלע זיינען „אריות", „נחשים" וכו'. און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס „חזר וכללן כולן כאחד" — היות אַז אַלע שבטים ווערן צוזאַמענגענומען ווי איין זאַך, איז מובן, אַז יעדער פון זיי באַקומט די חשיבות ותכונות פון די אַלע אַנדערע.

ובכללות, איז דאָס אַלץ מודגש אין לשון המדרש בענין זה (במקום אחר)כב — „עשה אותם יונקים זה מזה";

לויט רש"י קומט אָבער צו אַ חידוש — „כללן כולם בכל הברכות", אַז יעדער איינער איז געבענטשט געוואָרן פון יעקב'ן בכל הברכות. ד. ה. אַז יעדער איינער איז ניט בלויז מקבל די תועלת און אויך די מעלה ותכונה פון דעם צווייטן שבט („יונקים זה מזה"), נאָר יעדער שבט איז בעצמו מקבל פון יעקב'ן יעדע ברכה (אויך די מעלות) פון די אַנדערע שבטיםכג.

ה. פירוש רש"י ווערט נאָך מער פאַרשטאַנדיק ע"פ המבואר אין חסידותכד אין דער הסברה פון ענין הברכה, אַז ברכה איז מלשון „מבריך" — ממשיך, והיינו אַז דורך דעם ווערט נמשך פון שרש ומקור (של המתברך)289באופן אַז די המשכה קומט אַראָפּ למטה בגלוי צו דעם וועמען מען גיט די ברכה.

און דאָס איז דער פירושכד הפסוק „איש אשר כברכתו ברך אותם", אַז צו יעדערן איז אַראָפּגעקומען די (המשכת ה)ברכה פון זיין שרש ומקור — און ווי דאָס איז מדויק ומוטעם אין לשון רש"י „איש אשר כברכתו, ברכה העתידה לבוא על כל אחד ואחד": דאָס וואָס ס'איז מלמעלה שוין באַשטימט און ראוי פאַר יעדן איינעם, דאָס האָט יעקב מברך וממשיך געווען דאָ למטה צו דעם באַשטימטן שבטכה.

עפ"ז דאַרף מען פאַרשטיין וואָס רש"י זאָגט בנוגע די ברכות פון אַנדערע שבטים, אַז „כללן כולם בכל הברכות": וויבאַלד אַז אַ „ברכה" צו איינעם מיינט אַ המשכה והשפעה פון זיין שרש ומקור, „ברכה העתידה לבוא" — היינט ווי איז דאָס מתאים ביי די („ברכות") המשכות והשפעות וועלכע ווערן נמשך צו איין שבט פון (שרש ומקור פון) די אַנדערע שבטים?

וי"ל: במה דברים אמורים, ווען ס'רעדט זיך וועגן דעם שרש פרטי פון יעדן שבט פרטי; אָבער מצד דעם מקור ושרש פון אַלע שבטים ווי זיי זיינען כלול צוזאַמען — אין זייער „אב", אב אחד לכולנהכו, זיינען אַלע שבטים „אחד", איין מציאות. און בשעת דער שורש ווערט נמשך ונתגלה, איז יעדער בחי' דער אמת'ער שורש ומקורכז פון יעדן שבטכח.

ועפ"ז איז מובן אַז דערמיט וואָס („איש אשר כברכתו ברך אותם" —) „כללן כולם בכל הברכות" טוט זיך אויף אַ חידוש און העכערקייט אין דעם ענין הברכה, היות אַז אין דעם איז נמשך געוואָרן זייער שורש ווי ער איז אין כללות פון „אביהם" — יעקב; ניט ווי אַלע ברכות וועלכע זיינען אַ המשכה פון דעם שרש ומקור פרטי פון דעם מתברך, נאָר אַז אין דעם מקור פרטי ווערט נתגלה, אויך אַָנגעהערט דער שורש כללי פון יעדן שבט. ובמילא האָט יעדע ברכה ובחינה (פרטית) אין זיך (אויך) דעם שורש כללי פון אַלע ברכות ומדריגותכט.

ו. דערפון קומט אויך אַרויס אַ חילוק אין דעם אופן פון עבודת ה':

ס'איז ידועל, אַז די התחלקות פון אידן אויף י"ב שבטים איז פאַרבונדן מיט דעם באַזונדערן און אַנדערשדיקן אופן ווי יעדער פון זיי איז „משמש את קונו"לא דורך „מעשיך" און „דרכיך" (היות אַז זיי זיינען פאַרשידן אין דעם אופן פון מעשיך און דרכיך (כמפורש בהברכות), זיינען בהתאם לזה פאַראַן חילוקים אין זייער עבודה רוחניתלב). והיינו אַז אין עבודת ה' זיינען פאַראַן י"ב דרכים כלליים, און יעדער שבט האָט אין דעם זיין דרך מיוחד.

290ולפ"ז קומט אויס, אַז אין דעם אויפטו פון „איש אשר כברכתו ברך אותם" — וואָס מיינט, כנ"ל, אַז צו יעדן פון די שבטים זיינען שייך אויך די אַנדערע דרכים אין עבודת ה' — זיינען דאָ כמה אופנים:

א) ע"ד הנ"ל בנוגע יששכר וזבולון, אַז דורך זייער שותפותטז האָט זבולון געהאַט אַ חלק אין דעם לימוד התורה פון יששכר, און יששכר — אין דער עבודה פון גמ"ח פון זבולון.

ועד"ז איז אין די אַנדערע אופנים בעבודת ה', מצד דער התכללות פון אַלע י"ב שבטים האָט יעדער שבט אַ חלק אויך אין דער עבודת ה' פון די אַנדערע שבטים.

ב) יעדער שבט איז מעורר און משפיע פון זיין עבודה אויף אַ צווייטן שבט (און — אַלע שבטים): יושבי אהללג (שבט יששכר) זיינען משפיע אויף בעלי עסקלג, אַז זיי זאָלן מוסיף זיין אין זייער קביעות עתים לתורה, ולאידך, זיינען בעלי עסק, מארי עובדין טבין (זבולון) מעורר און משפיע אויף יושבי אהל (יששכר) צו מוסיף זיין אין זייערע מעשים טובים, גמילות חסדים.

אָבער די אופנים זיינען פאַרבונדן מיט דעם וואָס אַלע שבטים זיינען „כולם כאחד", באופן אַז זיי שטעלן צוזאַמען אַ „קומה אחת שלימה"לד, ובמילא דאַרף יעדער עבודה האָבן אין זיך אויך אַ חלק (במקצת עכ"פ) פון דער צווייטער עבודה, און דערפאַר איז „כל האומר אין לי אלא תורה אפילו תורה אין לו אלא תורה וגמ"ח"לה, ועד"ז איז אַ בעל עסק מחוייב במצות ת"ת („כדתלו הניתנה לכאו"א בהל' ת"ת").

ז. אַ העכערער אופן בזה — ג) אַז באַ יעדן שבט זיינען דאָ בשלימות אַלע דרכים ואופנים אין עבודת ה'; ד. ה. עם היות אַז עיקר ורוב זמנו בפועל איז יעדער שבט פאַרנומען מיט זיין באַשטימטן דרך בעבודת ה', איז אָבער בתוכן חייו זיינען ביי אים פאַראַן בשלימות אויך די אַנדערע דרכיםלז.

ולדוגמא בענין הנ"ל: בעלי עסק דאַרפן ניט בלויז מוסיף זיין בכמות אין קביעות עתים לתורה, ביז אינעם אופן פון „הוי ממעט בעסק ועסוק בתורה"לח וואָס דאָס ווייזט אַז לימוד התורה איז ביי זיי אַן עיקרלט („תורתך קבע ומלאכתך עראי"מ), נאָר אויך זיין איכות הלימוד — וויפל און ווען דאָס זאָל זיין, אפילו ווען ס'איז נאָר פרק אחד שחרית ופרק אחד ערביתמא — זאָל זיין אין דעם זעלבן אופן ווי דאָס איז ביי איינעם וואָס האָט ניט קיין אַנדער „אומנות" (ובמילא — דאגות) אויסער לימוד התורהמב.

ולאידך, אויך אַ יושב אוהל, איינער וואָס „תורתו אומנתו", דאַרף ביי אים זיין די עבודה פון גמ"ח (וכללות קיום291המצות) אַזוי ווי ביי די מארי עובדין טבין פון שבט זבולון — סיי אין דעם אופן פון מפזר זיין ממון לצדקה וגמ"ח בהרחבה, און אויך אין עשיית וקיום המצות, אַז דאָס זאָל ביי אים ניט זיין אַלס (פרט ו)טפל צו לימוד התורה — כדי זיין לימוד התורה זאָל האָבן אַ קיום, נאָר אַלס ענין לעצמו, וואָס דעמאָלט ווערט דאָס געטאָן בתכלית השלימות בכל הפרטים.

וע"ד ווי דער ירושלמימג זאָגט „ולא מודה רשב"י שמפסיקין לעשות סוכה ולעשות לולב".

ד. ה. אויך רשב"י וועלכער איז געווען „תורתו אומנתו"מד האַלט אַז מ'דאַרף מפסיק זיין ניט נאָר צוליבן קיום המצוה, נאָר אויך לעשות סוכה ולעשות לולב וואָס איז אַ הכשר מצוה (ועכ"פמה — דער „לעשות" איז ניט קיין חיוב שבגופומו דוקא).

וואָס דאָס באַווייזט אַז די עשיית וקיום המצוה איז ניט (בלויז) אַ טפל צום לימוד התורה נאָר האָט אַ חשיבות וענין לעצמומז, וואָס דערפאַר איז ער מהדר ומדייק טאָן בעצמו אַלע פרטי המצוה (און אויך די הכשרי מצוה).

ח. כשם ווי דאָס איז בנוגע די צוויי קוים כלליים אין עבודת ה', לימוד התורה וקיום המצות, אַזוי איז דאָס אויך בכל פרטי הדרכים והאופנים בעבודת השם, בעניני עבודה שבלב, אָנהויבנדיק פון „ראובן" — די עבודה פון ראי' וואָס ברענגט צו אהבת ה', „שמעון" — די עבודה פון שמיעה וואָס איז מרחוק און ברענגט צו יראת ה', א. אַ. וו. ווי מבואר בארוכה אין דרושי חסידות בפרשתנומח.

ועי"ז וואָס יעדער שבט בפ"ע און יעדער איד בפ"ע איז בשלימות בכל הדרכים אין עבודת ה', איז אויך די אחדות פון אַלע אידן צוזאַמען — „יחד שבטי ישראל"מט מער בשלימות ביז באופן פון קומה אחת שלימה, עס ווערט די שלימות פון „שבטי י"ה"נ,

און דאָס גופא ברענגט צו „ברכנו אבינו", וויבאַלד ס'איז „כולנו כאחד"נא, ביז צו דער ברכה עיקרית וכללית, „קץ הימין"נב

— וועלכן יעקב אבינו האָט געוואָלט מגלה זיין ווען ער האָט געזאָגט „האספו ואגידה לכם"נג, כפרש"י „בקש לגלות את הקץ", נאָר וויבאַלד אַז דעמאָלט איז

292נאָך ניט געווען די שלימות פ

— כולנו כאחד, איז „נסת

שכינה" —

ביאת משיח צדקנו, במהרה בימינו תלקה ממנו ממש.

(משיחות עשרה בטבת

וליל ט"ו טבת תשד"מ)

ס

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-nz65s68q

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources