Likkutei Sichos
Vayeishev 2
213וישב* ב
א. אין דער היינטיקער סדרה ווערט דערציילטא וועגן דעם זמן וואָס יוסף איז געווען במצב פון היפך החירות אין מצרים — וועלכער איז באַשטאַנען פון צוויי שלבים (זה למטה מזה): פריער איז ער געווען אַן עבד בבית פוטיפר, און דערנאָך — דורך דעם בלבול פון אשת פוטיפר — האָט מען אים אַריינגעזעצט אין „בית הסהר";
און אין ביידע מצבים איז דער אויבערשטער געווען מיט יוסף'ן און ער האָט שטאַרק מצליח געווען, ועד כדי כך, אַז אין ערשטן פאַל האָט אים פוטיפר ממנה געווען „על ביתו וכל יש לו נתן בידו . . ויעזוב כל אשר לו ביד יוסף ולא ידע אתו מאומה גו'"ב, און דערנאָך, אין צווייטן פאַל, האָט דער שר בית הסהר אים ממנה געווען אויף „כל האסירים אשר בבית הסהר . . (ביז אַז) אין שר בית הסהר רואה את כל מאומה בידו באשר ה' אתו גו'"ג.
געפינט מען אָבער, אַז אין דעם אופן ווי די תורה ברענגט אַרויס הצלחתו של יוסף בבית הסהר, איז דאָ אַ שינוי בולט לגבי דעם אופן ווי ס'ווערט אויסגעדריקט זיין הצלחה בבית פוטיפר: בנוגע צו הצלחת יוסף בבית פוטיפר איז דער לשון הפסוקד „וכל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו", משא"כ ביי הצלחת יוסף בבית הסהר זאָגט די תורה דעם לשוןה „ואשר הוא עושה ה' מצליח" — און זאָגט ניט, איז משמיט דעם וואָרט „בידו"ו.
ב. וועט דאָס זיין פאַרשטאַנדיק לויטן ביאור הצ"צז אויפן פסוק „ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח" — אַז „הצלחה הוא ענין מזל כמו שקורין איש מוצלח בר מזל, גליק בלע"ז".
„מזל" איז ניט אַ זאַך וואָס דער מענטש דערגרייכט דורך זיין יגיעה, נאָר דאָס איז אַ מתנה מלמעלהח — „ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח"ט; וואָס דערפאַר דריקט זיך אויס דער ענין ה"מזל" אין אַן איבערנאַטירלעכער הצלחה, וואָס אַ מענטש קען מיט זיינע כחות ניט אויפטאָן.
אָבער אויך אין דער „הצלחה" זיינען פאַראַן צוויי אופנים:
איין אופן איז, אַז די הצלחה ווערט אַנגעזען אין און דורך די מעשה ידי האדם. דאָס הייסט: די הצלחה עצמה איז ניט בגדר אַז אַ נברא זאָל עס קענען אויפטאָן, און דערפון וואָס דער מענטש איז תמיד מצליח, אָדער אַז די הצלחה214איז אין יעדער זאַך וואָס ער טוט (וכיו"ב) זעט מען קלאָר, אַז ער איז אַ „בר מזל"י — אַז דאָס איז ניט קיין צופעליגע זאַך און הצלחה נאָר דערפאַר וואָס הוי' מצליח, דער אויבערשטער האָט אים געגעבן אַ מזל מצליח, אָדער געגעבן אַ הצלחה (אלקיתיא) אין מעשה ידיו.
עס איז אָבער פאַראַן נאָך אַ העכערער אופן אין הצלחה — אַז די הצלחה איז לגמרי איבערנאַטירלעך, ניט בגדר אנושי, באופן אַז מ'קען די הצלחה איבערהויפּט ניט מייחס זיין צו אַן אויפטו פון בני אדם, נאָר מ'זעט תיכף ומיד אַז נאָר יד ה' עשתה זאת, דאָס איז אינגאַנצן אַן עשי' פון יד ה'.
ג. און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי אופני הצלחה ביי יוסף'ןיב:
אין דעם ערשטן פאַל, בבית פוטיפר, איז די הדגשה „ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח" — די הצלחה האָט אַ יחס צו יוסף'ן, ער איז אַן „איש מצליח"; און דערפאַר איז די תורה מדייק „וכל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו" — די הצלחה (אלקית) איז אַריינגעגעבן געוואָרן אין זיין „יד" (ועשי').
[ומהאי טעמא איז דער פסוק מדגיש „וכל אשר הוא עושה גו'" — ווייל דער (עיקר) באַווייז פאַר „אדוניו" אַז יוסף איז אַן „איש מצליח" איז דערפון וואָס ער האָט הצלחה אין „כל אשר הוא עושה" — ער איז שטענדיק מצליח אין אַלעם וואָס ער טוט, וואָס דאָס איבערצייגט יעדן אַז ער איז אַ „בר מזל", אַן „איש מצליח"].
אָבער אין צווייטן פאַל, בבית הסהר, איז ביי יוסף צוגעקומען דער העכערער אופן אין הצלחה — „ואשר הוא עושה ה'*) מצליח": וואָס יוסף האָט נאָר עפּעס געטאָן האָט מען גלייך אין דעם געזען אַז „יד ה' עשתה זאת"; דאָס איז ניט אַ זאַך וואָס יוסף איז בכחו צו אויפטאָן, נאָר דאָס קען קומען נאָר פון דעם אויבערשטן אַליין — ובמילא זעט מען ניט דערין „ידו" (ועשייתו) של יוסף, נאָר בלויז — „ה' מצליח".
[און דערפאַר איז דאָ ניט נוגע דער דיוק „וכל אשר הוא עושה" — ווייל עיקר ההדגשה איז דאָ אויף דער איכות ההצלחה, וועלכע איז ניט בגדר אנושי (ואיש), נאָר „ה' מצליח"].
ד. סיבת החילוק צווישן די צוויי אופני הצלחה ביי יוסף'ן איז פאַרבונדן מיטן חילוק במצבו של יוסף — אין ערשטן פאַל איז ער געווען (נאָר) אַן עבד בבית פוטיפר (שר), אין צווייטן פאַל איז ער געווען אַן אסיר בבית האסורים.
די הסברה אין דעם:
די „כלי" אויף הצלחה אלקית (שלמעלה מהטבע) איז כמפורש בקראיג „ואל זה אביט אל עני ונכה רוח", ביטוליד.215וואָס ווייניקער דער מענטש פילט זיין ישות און מציאות, אַלץ מער איז „ה' אתו" (בגלוי) — אין זיינע מעשים זעט זיך אָן אַלץ מער כחו של הקב"ה.
און אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן דעם מצב פון אַן עבד (ובפרט בבית פוטיפר — שר, ושר גדול מסתם שרי מצרים) און דעם מצב פון אַן אסיר (בבית האסורים):
אַן עבד, אע"פ אַז „מה שקנה עבד קנה רבו"טו, אַז ער איז פאַר זיך ניט קיין מציאות — מיינט עס אָבער ניט אַז ס'איז בכלל ניטאָ קיין מציאות; עס איז בפירוש פאַראַן אַ מציאות וואָס טוט אויף (ואפילו — גדולות) — דאָס איז דאָך די מטרה פון אַן עבד, צו אַרבעטן און אויפטאָןטז —
נאָר אַזוי ווי ער איז נקנה לרבו, איז דעריבער זיין גאַנצע אַרבעט און אויפטו (אַלס עבד) ניט אַ זאַך וואָס באַלאַנגט צו אים, נאָר לרבו;
משא"כ אַן „אסיר" איז ענינו — (ניט צו טאָן און אויפטאָן, נאָר) להיפך — ער איז („אסור") געבונדן, פאַרצאַמט און מושלל פון אַ מעגלעכקייט צו אַרבעטן און טאָן עפּעס אפילו צו וואָס ער איז מסוגל און מוכשריז; ער איז בכל זמנו ובכל עניניו ניט קיין מהלך, עאכו"כ ניט קיין הולך מחיל אל חיל וכו'יח.
[ומהאי טעמא, אפילו ווען מ'איז מכריח אַן אסיר צו טאָן אַ מלאכה כו' — האָט די מלאכה קיין יחס ניט מיט אים אַלס דער פועל פון דער מלאכה.
— ביי אַן עבד איז דער פירוש אַז וויבאַלד ער איז רכושו של האדון, איז אויך זיין „יד" (ועשי') נקנה צום אדון — ס'איז אָבער דאָ אַ „יד" (— כחלק גוף העבד); משא"כ אַן אסיר, וואָס כל עשיותיו זיינען נאָר וואָס מ'איז אים מכריח צו טאָן, איז עס מעיקרא ניט זיין עשי'יט. וע"ד ווי אחרוניםכ זיינען מבאר דעם ענין פון „אונס רחמנא פטרי'", אַז דאָס איז דערפאַר וואָס וויבאַלד ער האָט עס געטאָן אינגאַנצן ניט ברצונו, נאָר געצוואונגענערהייט, איז עס כאילו ווי ער וואָלט די מעשה ניט געטאָן, ס'איז ניט זיין עשי' נאָר „כאילו נעשה מאליו"].
ה. ועד"ז איז דער חילוק בנוגע צו יוסף'ן:
זייענדיק בבית פוטיפר, איז יוסף (ווי ער איז „הורד מצרימה") געווען אַן עבד לפוטיפר — האָט דאָס בהתאם לזה ביי אים אַרויסגערופן אַז אויך זיין עבודת ה' זאָל זיין בבחינת עבד (עבד ה'), כל216מציאותו איז די מציאות האדון. און דאָס איז דער טעם (פנימי) פאַרוואָס הצלחתו של יוסף איז ערשט געקומען לידי גילוי מחמישי ואילך בפרשתנוכא, ווייל מצד אָט דעם ביטול צום אויבערשטן וואָס זיין עבדות האָט אין אים אַרויסגעבראַכט — איזכב „ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח . . ה' אתו וכל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו".
אָבער היות אַז אין דעם אופן איז אויך לאחרי הביטול נאָך אַלץ דאָ די מציאות פון „יד" העבד — דערפאַר איז אויך די הצלחה אלקית (נאָר) אין אַן אופן פון „ה' מצליח בידו" (כנ"ל), די הצלחה אלקית איז אָנגעטאַן אין (ובמילא אָפּגעמאָסטן לויט) זיין „יד" ועשי'כג;
בשעת אָבער מ'האָט יוסף'ן איינגעזעצט בבית האסורים, וואָס דאָס האָט ביי אים מגלה געוועןכד אַ ביטול מוחלט צום אויבערשטן, ער איז ביי זיך געוואָרן כאין ואפס ממש — דעריבער איז אויך די הצלחה אלקית געקומען אין אַן אופן פון „ואשר הוא עושה ה' מצליח" — אַ הצלחה וואָס איז ניט בגדר „איש", נאָר מען זעט מעיקרא אַז עס איז דורכאויס יד ה' (כנ"ל)כה.
און אע"פ אַז אויך די הצלחה איז פאַרבונדן מיט „ידו" (ועשייתו) של יוסף — ווי דער פסוק איז מדגיש „ואשר הוא עושה ה' מצליח" [ועד"ז איז מען מדגיש אַז עס איז פאַראַן „ידו" — „אין שר בית הסהר רואה את כל מאומה בידו"] — וויבאַלד אָבער אַז יוסף איז געשטאַנען אין אַ פולשטענדיקן ביטול צום אויבערשטן, וואָס לאָזט ניט איבער קיין אָרט כלל צו מרגיש זיין די אייגענע מציאות (בדוגמא ווי אַן אסיר בבית האסורים) — האָט אויך זיין „יד" (ועשי') אינגאַנצן ניט תופס מקום געווען;
און דעריבער איז די הצלחה אלקית אין זיין עשי' ניט געווען מצומצם און מוגבל לויט די גדרים פון „יד" הנברא, נאָר — אַן ענין אלקי שלמעלה מהטבע לגמרי, ביז אַז עס הערט זיך אינגאַנצן ניט דער „יד" ועשי' של יוסף, נאָר בלויז דער — „ה' מצליח".
ו. ע"פ האמור יש ליישב נאָך אַ תמי' אין פירש"י בהמשך הכתובים הנ"ל:
אין דעם פסוק „וירא אדוניו (פוטיפר) כי ה' אתו וכל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו" איז רש"י מפרש: „כי ה' אתו — שם שמים שגור בפיו".
פאַרוואָס דאַרף רש"י בכלל זיך אָפּשטעלן אויף דעם? און נאָכמער — באַוואָרענען אַז די ווערטער „ה' אתו" מיינען (ניט פשוטן כמשמען, אַז דער אויבערשטער איז מיט אים, נאָר אַז) „שם שמים שגור בפיו"כו?
217און נאָכמער: אין דעם פסוק שלפנ"ז, „ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח"כז, איז רש"י גאָרניט מפרש, היינו אַז ער לערנט די ווערטער כפשוטן (און ניט „שם שמים שגור בפיו")כח; ועד"ז אין ווייטערדיקן פסוק: „אין שר בית הסהר רואה את כל מאומה בידו באשר ה' אתו גו'", איז רש"י מפרש „באשר ה' אתו — בשביל שה' אתו", וואָס דערפון איז מובן אַז אויך דאָ לערנט רש"י אַז „ה' אתו" מיינט כפשוטו, אַז דער אויבערשטער איז מיט איםכט און דערפאַר האָט ער הצלחה
— פון וואַנעט נעמט רש"י אַז „ה' אתו" אינעם פסוק „וירא אדוניו גו'" איז פירושו (בפשוטו של מקרא) „שם שמים שגור בפיו"?
איז דער ביאור אין דעם:
דאָ שטייט „וירא אדוניו כי ה' אתו", אַז פוטיפר האָט געזען אַז „ה' אתו". שטעלט זיך די שאלהל: נניח אַז ער האָט געזען די איבערנאַטירלעכע הצלחה פון יוסף'ן — פון וואַנעט האָט אָבער פוטיפר געוואוסט צו מייחס זיין די הצלחה צו הוי', צום אויבערשטן, אין דער צייט וואָס פוטיפר (ווי אַלע מצריים) איז געווען אַן עובד עבודה זרהלא און האָט ניט געוואוסט וועגן דער מציאות פון אויבערשטןלב?!
דעריבער מוז רש"י מפרש זיין — „שם שמים שגור בפיו": יוסף האָט שטענדיק ביי יעדער זאַך און געשעעניש דערמאָנט דעם אויבערשטן אַלס דער מנהיג העולםלג [וע"ד ווי מ'האָט געלערנט פריער אַז יעקב האָט געזאָגט יצחק'ןלד „הקרה ה' אלקיך לפני", און ווי רש"ילה איז דערויף מפרש אַז יצחק האָט אויף דעם געזאָגט „(אין דרך עשו להיות) ש"ש שגור בפיו"], דערפאַר האָט פוטיפר געוואוסט אַז די הצלחה פון יוסף נעמט זיך דערפון וואָס „ה' אתו" (ווי ער האָט כסדר געהערט מפי יוסף)לו.
משא"כ אין דעם פסוק „ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח", ועד"ז אין פסוק „אין שר בית הסהר רואה גו' באשר (בשביל ש)ה' אתו" — וואו עס רעדט זיך (ניט אַז פוטיפר (אָדער דער שר בית הסהר) האָט געזען „כי ה' אתו", נאָר) וועגן דער עצם זאַך אַליין, אַז די סיבה218פון יוסף'ס הצלחה איז „כי ה' אתו", איז דאָ ניטאָ קיין יסוד ענדערן דעם פשט ולפרש אַז „שם שמים שגור בפיו".
ז. עס בלייבט אָבער די שאלה אויפ'ן פסוק עצמו:
וויבאַלד אַז אויך זייענדיק אין בית הסהר איז ביי יוסף'ן זיכער געווען „שם שמים שגור בפיו", ובמילא האָט אויך דער שר בית הסהר געקענט זען „כי ה' אתו" — פאַרוואָס זאָגט ניט דער פסוק אַז אויך דער שר בית הסהר האָט געזען „כי ה' אתו" („שם שמים שגור בפיו")לז?
ע"פ הנ"ל אָבער איז דאָס מובן — ווייל דער ענין פון „שם שמים שגור בפיו" איז אַ טעם וסיבה (ניט נאָר אויף „וירא אדוניו" — ראיית פוטיפר „כי ה' אתו" — נאָר אויך) אויף דער עצם זאַך (וואָס שטייט דערנאָך) „וכל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו":
וויבאַלד יוסף איז געווען דורכגענומען מיט ג־לעכקייט אין אַן אופן פון „ש"ש שגור בפיו", אַז ביי יעדער עשי' ומאורע האָט ער דערמאָנט שם שמים, דעריבער איז ער געווען אַ כלי צו דער הצלחה שלמעלה — „ה' מצליח בידו".
דאָס איז אָבער נאָר בשייכות צו דעם ערשטן אופן פון הצלחה וואָס ער האָט געהאַט זייענדיק בבית פוטיפר — „ויהי איש מצליח", „ה' מצליח בידו" — אַז ער איז געווען אַן „איש מצליח" דערפאַר וואָס זיין הנהגה איז געווען בהתאם לזה, אַז אין יעדער עשי' שלו איז געווען מודגש זיין שטענדיקע פאַרבונדנקייט מיט גטלעכקייט;
משא"כ אין דעם העכערן אופן אין הצלחה — „ואשר הוא עושה ה' מצליח" — איז ניט נוגע די הדגשה פון „שם שמים שגור בפיו". ווייל דער ביטול פון „שם שמים שגור בפיו" איז ע"ד ווי דער ביטול פון אַן עבד (וואָס ידו כיד רבו) — ס'איז דאָ „פיו", נאָר ענינו פון „פיו" איז וואָס דורך פיו ווערט נתגלה „שם שמים" (שם שמים שגור בפיו). אָבער דער אויפטו פון דער הצלחה (בבית האסורים) איז אין דעם וואָס עס הערט זיך כלל ניט אָן מציאותו (כולל — ניט „פיו") של יוסף, נאָר ס'איז כל כולו אַן ענין פון „ה' מצליח".
ח. דער חג הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשו"ע, איז חל ברוב השנים אין דער וואָך פון פ' וישב.
— געפינט מען, אַז אויך ביי זיין גאולה איז די הצלחה געווען אין די ביידע אופנים, ע"ד ווי ס'איז געווען ביי יוסף הצדיק — סיי „איש מצליח" און סיי „ואשר הוא עושה ה' מצליח":
חסידים דערציילןלח, אַז בשעת דער אַלטער רבי איז געזעסן אין מאסר, זיינען די שרי המלוכה וועלכע האָבן אים חוקר ודורש געווען (און אויך דער מלך אַליין) געווען בהתפעלות גדולה פון גודל חכמתו און זיי האָבן איינגעזען אַז ער איז אַן „איש אלקי" (אַ בעל רוה"ק וכו') — וואָס דאָס איז בדוגמא צום ערשטן אופן אין הצלחת יוסף, „ויהי איש מצליח" (מצד דעם וואָס ער איז אַן איש קדוש — „שם שמים שגור בפיו").
219אָבער אין דער גאולה גופא איז געווען נאָך אַ העכערער סוג הצלחה, ווי דער אַלטער רבי שרייבט במכתבו הידועלט אַז די שרים „ענו ואמרו . . כי אם מאת ה' היתה זאת היא נפלאת בעינינו": נוסף לזה וואָס זיי האָבן אַנערקענט אַז דער אַלטער רבי איז אַן „איש אלקי" — איז זיין גאולה געווען אַזאַ פלא נפלא וואָס איז אינגאַנצן ניט בגדרי הטבע, ביז אַז אויך בעיני פון די שרי המלוכה „היתה זאת הפלא ופלא" און זיי האָבן מכריז געווען „מאת ה' היתה זאת": דאָ איז ניט די הדגשה אַז דאָס איז אַ הצלחה פון דעם אַלטן רבי'ן אַלס אַן „איש אלקי" (עבד ה') — נאָר זיי זעען אין דעם בגלוי יד ה' — בדוגמת „ואשר הוא עושה ה' מצליח".
וואָרום זייענדיק אין מאסר (בדוגמא ווי יוסף הצדיק) האָט דער אַלטער רבי דורכגעמאַכט גאָר גרויסע יסורים,
ובפשטות, נוסף אויף די יסורי הנפש ויסורי הגוף פון דעם מאסר, האָט ער אין דער צייט זיך ניט געקענט עוסק זיין אין הפצת תורת החסידות ודהתורה בכלל
— [ווי גערעדט אַמאָל בארוכהמ, אַז דאָס איז דער דיוק אין דער שיחה פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"עמא אַז דער מאסר איז געווען בדוגמא צו כתישת הזית („מה הזית הזה כשכותשין אותו הוא מוציא שמנו"מב): בעת דער כתישה פאַרמאָגט ניט דער זית קיין איינע פון די ביידע מעלותמג: ניט די שפּעטערדיקע מעלה פון שמן, וואָס קומט פון אים דערנאָך אַרויס; און ניט די פריערדיקע מעלה, ווען ער איז געווען אַ פרי. ועד"ז בנמשל: בעת מאסרו האָט דער אַלטער רבי ניט געקענט מפיץ זיין די מעינות פון תורת החסידות, אפילו ניט ווי קודם המאסר, ועאכו"כ ניט לויט הענין ד"מוציא שמנו" פון נאָך דעם מאסר] —
וואָס דאָס איז אַן ענין פון „קטנות" און ביטולמד, און דעריבער איז עי"ז נמשך געוואָרן די הצלחה שלמעלה באופן אַז אַלע האָבן געזען ווי „מאת ה' היתה זאת";
און די הצלחה האָט ער דערנאָך ממשיך געווען לכל מקושריו והולכי בעקבותיו, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט כמה פעמיםמה, אַז צוליב דער מסירת נפש פון אַלטן רבי'ן האָט מען גע'פסק'נט אין ב"ד של מעלה אַז „בכל ענין של תורה יר"ש ומדות טובות תהי' יד (כל) מקושריו והולכי בעקבותיו על העליונה".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-em72526w