Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
116תולדות
א.אין פסוקא „ויגדלו הנערים ויהי עשו איש יודע ציד איש שדה גו'", שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „יודע ציד" און איז מפרש: „לצוד ולרמות את אביו בפיו ושואלו אבא היאך מעשרין את המלח ואת התבןב כסבור אביו שהוא מדקדק במצות"ג.
נאָך מער: עשו האָט זיך דאָך געהאָדעוועט ביי יצחק'ן אין שטוב אַ סך יאָרן פון זיין קינדהייט און יוגנט; און אויב ער איז טאַקע אַזאַ וואָס זוכט צו זיין אַ מדקדק במצות — ווי ער האָט זיך געוואָלט אַרויסווייזן — האָט ער געוויס נאָכגעקוקט ווי יצחק איז מקיים מצות און האָט זיכער געדאַרפט באַמערקן אַז יצחק גיט ניט קיין מעשר פון מלח ותבן — היינט ווי אַזוי האָט ער געמיינט אויסנעמען ביי יצחק'ן מיט דער שאלה „היאך מעשרין כו'"!
די תמי' איז נאָך גרעסער:
דער תוכן פון פרש"י זה (ווי עשו האָט געוואָלט באַווייזן יצחק'ן אַז ער איז אַ מדקדק במצות) שטייט סיי אין תנחומאו און סיי אין בראשית רבהז. אין תנחומא שטייט עס מיט אַ שינוי לשוןח, אַז עשו האָט געפרעגט יצחק'ן „מהו117שתהא חייבת במעשר", אָבער אין בראשית רבה שטייט בדומהט צום לשון וואָס רש"י זאָגט בפירושו: „היך מתקנין מילחא . . היך מתקנין תבנא" — וואָס פון דעם לשון איז משמע (ווי מפרשים זאָגןי), אַז דאָס וואָס מלח ותבן זיינען מחוייב אין מעשר איז ביי עשו'ן קיין ספק ניט געווען; זיין שאלה איז נאָר געווען — „היאך מעשרין את המלח ואת התבן".
קומט אויס, אַז רש"י קלייבט אויס דוקא דעם נוסח וואָס איז נאָך מגדיל: א) די עםהארצות פון עשו'ן (אַז ביי אים איז ברור אַז מלח ותבן זיינען חייב אין מעשר), ב) דעם ניט באַמערקן אַז יצחק אינו מעשר מלח און תבן.
ב. אויך איז ניט פאַרשטאַנדיקיא: ווי פּאַסט בכלל צו פרעגן „היאך מעשרין"? יעדער ווייס דעם (פשוט'ן) טייטש פון מעשר — אַ צענטל; איז אין וואָס באַשטייט די שאלה „היאך מעשרין", ווי אַזוי נעמט מען מעשר (אַ צענטל) פון מלח ותבן?!
אין מדרש קען מען נאָך ענטפערן, אַז די שאלה (און די שאלה הנ"ל ס"א) ווערט באַוואָרנט בדיוק לשון המדרש „היך מתקנין מילחא . . תבנא" (און ניט — „היך מעשרין"):
אַוודאַי האָט עשו געוואוסט אַז מלח ותבן זיינען פטור פון מעשר; זיין שאלה איז אָבער „היך מתקנין": וויבאַלד מען געפינט אַז מען דאַרף נעמען מעשר פון תבואת זרעך (ועד"ז מעשר בהמה כו') כדי צו באַווייזן אַז „לה' הארץ ומלואה"יב — דאַרף דאָך זיין עפּעס אַן ענלעכע פעולה ו"תיקון" אויך ביי די זאַכן וועלכע זיינען פטור פון מעשר, אַז אויך ביי זיי זאָל מען באַווייזן אַז זיי קומען פון דעם אויבערשטןיג.
ולפ"ז ווערט די תמי' נאָך גרעסער — פאַרוואָס איז רש"י משנה פון לשון המדרש, און אַנשטאָט „(היאך) מתקנין" זאָגט ער „(היאך) מעשרין"?!
ג. וי"ל דעם ביאור אין דעם:
מ'האָט שוין גערעדט כמה פעמים, אַז118רש"י איז מפרש פשוטו של מקרא — „לא באתי אלא לפשוטו של מקרא"יד — אפילו ווען דאָס איז ניט בהתאם מיטן חלק ההלכה שבתורה.
ועד"ז בנדו"ד: די שאלה „היאך מעשרין את המלח ואת התבן" אין פירש"י, איז ניט פאַרבונדן מיט דער מצוה פון מעשר זרעים (שלאחרי מ"ת), נאָר מיט מצות מעשר וואָס האָט דעמאָלט נוהג געווען (לויט פשוטו של מקרא):
פריער אין פ' לךטו ווערט דערציילט, נאָך דעם ווי אברהם האָט מנצח געווען די ד' מלכים — „ומלכי צדק מלך שלם גו' והוא כהן גו' ויתן לו מעשר מכל". איז רש"י מפרש: „ויתן לו — אברם מעשר מכל אשר לו לפי שהי' כהן" — אַז:
(א) אברהם האָט געגעבן מעשר צו מלכי צדקטז („שהי' כהן").
(ב) ער האָט געגעבן „מכל אשר לו", און ווי מפרשיםיז זאָגן, אַז דערמיט מיינט רש"י שולל זיין דעם פירוש אַז דער מעשר וואָס אברהם האָט געגעבן איז (בלויז) געווען פון שלל מלחמה — וואָס דאָס איז מפורש במקרא באַזונדער, ווי דער פסוק איז דאָרט גלייך ממשיך אַז אברהם האָט געזאָגט „אם מחוט וגו' ואם אקח מכל אשר לך"יח (אַז ער האָט גאַרניט גענומען פון דעם שלל סדום)יט — נאָר דער מעשר איז געווען „מכל אשר לו".
זעט מען, אַז אברהם האָט זיך נוהג געווען צו געבן מעשר „מכל אשר לו (לאברם)", פון אַלע זיינע נכסים (כמפורש פריער — צאן גו' ועבדים גו' כסף וזהבכ). און וויבאַלד אַז „יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט"כא — איז מובן אַז אויך יצחק האָט זיך אַזוי נוהג געווען און האָט געגעבן מעשר ניט נאָר פון זיינע תבואה (ווי רש"י ברענגט ווייטער אויפן פסוקכב „וימצא גו' מאה שערים"), נאָר „מעשר מכל אשר לו"כג.
וי"ל יתרה מזה, אַז אַזוי איז לכל אופני פירוש התורה: אברהם האָט מקיים געווען כל התורה כולהכד — כולל אויך מצות צדקה (עכ"פ) מעשר מהקרןכה און יצווה את בניו גו' לעשות צדקה גו'.
ועפ"ז וועט זיין פאַרשטאַנדיק בפשטות וואָס עשו האָט געמיינט (וועלנדיק אויסנעמען ביי זיין טאַטן) מיט זיין שאלה „היאך מעשרין את המלח ואת התבן" — ווייל יצחק האָט מפריש119געווען מעשר פון מלח ותבןכו (וויבאַלד אויך ער האָט מפריש געווען „מעשר מכל אשר לו") — די שאלה פון עשו'ן איז בלויז געווען „היאך מעשרין כו'", וכדלקמן.
ד. דער צד השווה פון מלח און תבן (אין זייער אַנדערשקייט לגבי אַנדערע זאַכן) איזכז, וואָס פאַר זיך אַליין האָבן זיי ניט קיין (גרויסע) חשיבות, אָבער בשעת מען מישט זיי צוזאַמען מיט אַנדערע זאַכן, האָט מען פון זיי אַ תועלת וואָס איז שלא בערך מער ווי זייער תועלת בפני עצמם.
ווי מען זעט במוחש, אַז אַ קליין ביסל מלחכח — וואָס זיין כמות פאַר זיך האָט זייער ווייניק שווה כסף וחשיבות — גיט אַריין טעם אין אַ תבשיל ומאכל ומשבחם אַ שבח וועלכער איז אַ סך מער און גרעסער פונעם קורטוב מלח; און ניט נאָר אַ הוספת טעם, נאָר באופן אַז אָן דעם מלח פעלט בכללות אכילת המאכל, ובלשון הכתובכט: היאכל תפל מבלי מלח.
ועד"ז תבן: מצד עצמו (אַלס מאכל בהמה אָדער להסקה בתנורל וכיו"ב) האָט תבן גאָר ווייניק שוה כסף וחשיבות, בשעת אָבער מען נוצט עס לעשיית לבניםלא לבנין וכו' איז זיין שוויות אַ סך מער.
און דאָס איז געווען די שאלה פון עשו: ביי דעם מעשר בנדו"ד — „ויתן לו מעשר מכל (אשר לו)", וואָס איז — לחומרא) פון אַלץ וואָס מען פאַרמאָגט — איז לכאורה מקום לומר, אַז מען רעכנט דעם מעשר התבן והמלח ניט לפי המדה משקל או מניןלב בפ"ע ובהווה — ווי מעשר בהמה, נאָר לויט דער שוויות פון די זאַכן*32 ווען ער וועט זיי נוצן בפועל.
ועפ"ז יומתק דיוק לשון רש"י „כסבור אביו שהוא מדקדק במצות", אַז ער איז מקיים די מצות כתיקונן מיטן גרעסטן דקדוק בחשבון וכיו"בלה.
[משא"כ לויט פירוש המפרשים, אַז עשו האָט געוואָלט אויסנעמען ביי יצחק'ן דורך ווייזן אַז ער גיט מעשר אויך פון זאַכן וועלכע זיינען ניט מחוייב אין מעשר, וואָלט מער מתאים געווען דער לשון „מחמיר במצות", „מהדר במצות", וכיו"ב].
120ה. פון די ענינים מופלאים ע"ד ההלכה אין דעם פירוש רש"י:
ווי דערמאָנט פריער (סעיף ב) אַז אין מדרש איז דער לשון „היך מתקנין" און רש"י זאָגט „היאך מעשרין". וי"ל אַז דער שינוי הלשונות איז תלוי אין דער פלוגתא צווישן רמב"ם און ראב"ד:
אין הלכות מלכיםלו רעדט דער רמב"ם וועגן די מצות וואָס זיינען געווען קודם מ"ת, וז"ל: על ששה דברים נצטווה אדם הראשון כו' בא אברהם ונצטוה כו' והוא התפלל שחרית ויצחק הפריש מעשר. זאָגט דערויף דער ראב"דלז: הי' ראוי לומר והוא (אברהם) . . הפריש מעשר.
לערנען מפרשיםלח, אַז דער רמב"ם און ראב"ד זיינען מחולק אין דעם פירוש פון „ויתן לו מעשר מכל" (וואָס שטייט ביי אברהם):
לויטן רמב"ם איז דער „ויתן לו מעשר" ניט געווען אין גדר פון הפרשת מעשר ווי מצות מעשר לאחרי מ"ת, וואָרום „אין המעשרות נוהגות אלא בגדולי קרקע שלו"לט
— נאָר דאָס איז געווען בלויז מעשר פון דעם שלל שבא לידומ, און ווי דער ראָגאַטשאָווערמא איז מבאר, אַז לשיטת הרמב"ם איז דער מעשר געווען בדוגמת מצות תרומת המכס פון דעם שבי ומלקוח וואָס מען האָט גענומען במלחמת מדיןמב (וואָס די מצוה איז ניט נוהגת לדורותמג) —
משא"כ לויטן ראב"ד, איז דאָס געווען אין גדר פון מצות מעשר.
[און אע"פ אַז מעשר איז דוקא פון גדולי קרקע — איז יש לומר: (א) דער תנאי איז אַ חידוש וואָס האָט זיך אויפגעטאָן ערשט נאָך מ"ת, משא"כ דער מעשר פון פאַר מ"ת איז געווען ביי אַלע זאַכן, אָן אַ יוצא מן הכלל — כמפורש „מכל" (וע"ד ווי מען געפינט ביי אַנדערע מצות וואָס די אבות האָבן מקיים געווען, אַז זיי זיינען ניט געטאָן געוואָרן מיט אַלע תנאים ווי נאָך מ"תמד) — וע"ד יבום לפני מתן תורה, וואָס איז דאַמאָלס געווען „ע"י האח או האב או הקרוב מן המשפחה"מה.
(ב) מעשר דאברהם איז געווען ע"ד מעשר כספים, וואָס אפילו את"ל אַז דער חיוב פון מעשר כספים איז נאָר מדרבנןמו, איז (נוסף אַז, כנ"ל, וישמור תורותי — להביא תושבע"פמז, איז) עס פאַרבונדן מיט (און אַ תוצאה פון) מצות מעשר (וואָס דערפאַר לערנט דער121ספרימח אַרויס מעשר כספים פון פסוקמט „עשר תעשר"), און דעריבער איז מצות מעשר אין אַלגעמיין מתייחס צו „ויתן לו מעשר" דאברהם].
ועפ"ז יש לומר, אַז דער חילוק צווישן פירוש המדרש און פרש"י איז תלוי אין דער פלוגתא הנ"ל:
לדעת המדרש איז „ויתן לו מעשר מכל" ניט געווען אַ גדר פון מצות מעשר, און וויבאַלד אַז מצות מעשר איז נאָר פון גידולי קרקע כו', האָט ניט קיין אָרט די שאלה „היאך מעשרין את המלח כו'" — דערפאַר זאָגט דער מדרש אַז די שאלה פון עשו'ן איז געווען „היך מתקנין מילחא . . תבנא" (כנ"ל סעיף ב).
רש"י לערנט אָבער (כנ"ל סעיף ג) אַז „ויתן לו מעשר מכל" איז געווען אַ גדר פון מצות מעשר, און וויבאַלד דער „מעשר" איז „מכל" — דעריבער איז מתאים די שאלה „היאך מעשרין את המלח ואת התבן".
ו. פון יינה של תורה שבפירש"י זה:
לכאורה איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: פאַרוואָס האָט עשו געפרעגט דוקא בנוגענדי צוויי זאַכן פון מלח ותבןנא? זיכער זיינען דאָ אַנדערע זאַכן מיט דער זעלבער תכונה הנ"לנב, אַז ווען זיי ווערן באַנוצט אין תערובת מיט אַנדערע מינים באַקומען זיי אַ חשיבות גדולה (לפי ערך זייער חשיבות בפני עצמם)?
איז דער ביאור (פנימי) אין דעם:
דער אַלטער רבי פרעגט אין תורה אורנג: וויבאַלד אַז יצחק האָט געוואוסט אַז „אין שם שמים שגור בפיו" של עשונד — ווי איז שייך צו זאָגן אַז עשו „הי' מרמהו בשאלות איך מעשרין את התבן"? און ער ענטפערט, אַז עשו ווי ער איז דאָ למטה („ומצד הפנימיות") איז „אין ש"ש שגור בפיו"; אָבער עשו ווי ער איז אין זיין שורש (וועלכער איז מקיף עליו מלמעלה), איז אַ הויכע מדריגה אין קדושה — „רישא דעשו בעטפוי דיצחק"נה: דער שורש פון עשו (גבורה דקליפה) איז פון יצחק, גבורה דקדושה — און „מצד בחינת המקיף — עשו שואל איך מעשרין את התבן".
און דערפאַר האָט יצחק געוואָלט געבן די ברכות צו עשו'ן, ווייל דורך דעם האָט ער געוואָלט ממשיך זיין דעם שורש פון עשו'ן דאָ למטה וואָס דורך דעם וואָלט (לדעת יצחקנו) עשו נתברר געוואָרן.
ועפ"ז י"ל, אַז דער טעם וואָס עשו האָט אויסגעקליבן דוקא דעם ענין פון122„היאך מעשרין את המלח ואת התבן"נז, איז ווייל דאָס איז מרמז אויף זיין בירור:
עס שטייט אין חסידותנח אַז „מלח" איז דער „שרש כל הגבורות" און דערפאַר איז מלח ממתיק דינים ווייל אין הגבורות נמתקין אלא בשרשן. קומט אויס, אַז אין דעם ענין פון „מעשרין את המלח" איז מרומז דער בירור פון גבורותנט דעשוס.
ועד"ז „מעשרין את התבן" — ווי עס שטייט אין חסידותסא, אַז „מוץ ותבן שאינם רק פסולת החטה" זיינען „מבחי' הקליפות"סב, און דערפאַר, איז עשו — וואָס „הי' מסטרא דקליפה" — „שיבח עצמו שנתן מעשר ממוץ ותבן".
און דערפאַר שטייטסג ביים בירור פון עשו לעתיד לבא — „והי' בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשו לקש"סד —
כן יהי' במהרה בימינו ממש, בביאת משיח צדקנו.
(משיחת ש"פ תולדות תשל"ד)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site