Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
347משיחת ש"פ ויצא, י"א כסלו ה'תשמ"ז
א.די התוועדות קומט פאַר בקשר מיט יו"ד כסלוא — למחרתו ובמוצאי יו"ד כסלוב — דער חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, כ"ק אדמו"ר האמצעיג.
היות אַז דאָס איז געווען אַ גאולה פון אַ נשיא בישראל, וואָס „הנשיא הוא הכל"ד, איז מובן אַז דאָס האָט אַ שייכות און איז אַ גאולה פון כל אנשי הדורה, ובפרט באַ די וואָס גייען „בדרךו ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו".
און דערנאָך ווערט אַזוי נמשך אויך בדורות שלאחרי זה, ואדרבה — בכל דור באופן פון „מעלין בקודש"ז.
און „הימים האלה נזכרים ונעשים"ח, מדי שנה בשנה ווען עס קומט דער יום וחג הגאולה חזר'ן זיך איבער די זעלבע ענינים וואָס האָבן פּאַסירט אין דעם חג הגאולה בפעם הראשונה, על מנת אַז עס זאָל זיין „נזכרים ונעשים"ח, מ'זאָל זיך אויף זיי דערמאָנען (נזכרים) און אַראָפּברענגען (ניט בלויז אין מעשה שב־348זכרון, נאָר) אין עבודה ומעשה בפועל (נעשים).
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין אַ התוועדות בקשר מיט יו"ד כסלו דאַרף מען אַרויסנעמען אַ לימוד והוראה פון גאולת כ"ק אדמו"ר האמצעי, אַ לימוד והוראה ניט בלויז אין עבודה רוחנית, נאָר אויך (ובעיקר) אין עבודה גשמית, בעשי' בפועל, המעשה הוא העיקרט,
וואָס אין דעם באַשטייט דער עיקר חידוש פון גאולת כ"ק אדמו"ר האמצעי, און פון אַ התוועדות בקשר עם זה, כדלקמן.
ב. דערביי שטעלט זיך די שאלה:
מ'זעט בפועל אַז דער שטורעם און התוועדות פאַרבונדן מיט דער גאולה פון דעם אַלטן רבי'ן בי"ט כסלו, וואָס ווערט אָנגערופן „חג החגים"י, „ראש השנה לחסידות"יא, איז אַ סאַך גרעסער (עכ"פ בכמות) ווי די וואָס איז פאַרבונדן מיט דער גאולה פון יו"ד כסלו.
קען מען פרעגן: בשעת מ'שטייט אונטערן איינדרוק פון י"ט כסלו, מ'געדענקט וועגן חגיגת הגאולה פון י"ט כסלו פַר־יאָרן, און מ'ווייסט אַז אין עטלעכע טעג אַרום וועט מען (נאָכאַמאָל) פּראַווען י"ט כסלו (ובפרט אַז יו"ד כסלו עצמו דערמאָנט וועגן י"ט כסלו) — ווי קען מען זיך ברענגען צו שטורעמען וועגן די גאולה פון יו"ד כסלו, און אַרויסנעמען דערפון דוקא אַ לימוד והוראה בעבודת ה'?!
אמת טאַקע, אַז ס'איז מובן ופשוט אַז יו"ד כסלו מוז אין זיך האָבן אַ מעלה איבער י"ט כסלו, וואָרום „כל יומא ויומא עביד עבידתי'"יב, און ביום זה איז ער דער „שער" דורך וועלכע אַלע אַנדערע ימי השנה זיינען דעמולט עולהיג. ועאכו"כ אַ יום ווי יו"ד כסלו, אַ חג הגאולה פון אַ נשיא בישראל — וואָס איז „אחת בשנה" — האָט ער זיכער אַן „עבידתי'" מיוחדת וואָס אפילו י"ט כסלו פאַרמאָגט ניט, און נאָכמער, כנ"ל — דאָס איז דעמולט דער „שער" דורך וועלכע שאר ימי השנה, כולל י"ט כסלו, זיינען עולה, ד. ה. אַז (די עלי' פון י"ט כסלו ב)יו"ד כסלו טוט אויף אַן עלי' אויך לגבי ווי י"ט כסלו שטייט מצ"ע —
אָבער תורה בכלל און חסידות בפרט מאַנט אַז נוסף צו אמונה דאַרף יעדער זאַך אַראָפּקומען אין הבנה והשגה, בחכמה בינה ודעת, און פון דעת (מפתחא דכליל שיתיד) — אין מדות, ביז אין מחשבה דיבור ומעשה בפועל, עבודה בפועל,
ובפרט אַז מ'זעט בפועל אַז בשעת מ'פאַרשטייט אַן ענין אין שכל והבנה, דערנעמט עס דעם מענטשן מער בפנימיות (מער ווי אויב ער האָט אין דעם אמונה בלבד), און דאָס (צוזאַמען מיט די אמונה בדבר) ברענגט אים נאָכמער און ברייטער לקיום הדבר בפועל.
ס'איז ידוע אַז גילוי תורת חסידות חב"ד איז געווען באופן מסודר, בהתאם ווי דער סדר התגלות פון אַ שכל חדש, אַז פריער ווערט נתגלה נקודת השכל — חכמה, און דערנאָך קומט די נקודה אַראָפּ אין בינהטז, אין הבנה והשגה, ביז מיט די התפשטות והתרחבות, „רחובות הנהר", פון בינהיז. בדוגמא ווי אַ נהר (בינה) וואָס ווערט נמשך פון מעין (חכמה), וואָס די מי הנהר קומען פון מי המעין, אָבער אין נהר ווערן זיי נתרחב ונתפשט, „רחובות הנהר".
דער אַלטער רבי האָט מגלה געווען די ענינים אין חסידות אין אַן אופן פון אַ נקודה — דרגת החכמה פון תורת החסידותיח; און דער מיטעלער רבי האָט אַרויסגעבראַכט די נקודה (נקודת החכמה) בביאור רחב — דרגת הבינהיט פון תורת החסידותיח.
און ווי דער בעל הגאולה (דער מיטעלער רבי) אַליין שרייבט בהקדמה צו כמה פון זיינע ספרים, אַז זיינע דרושים זיינען פון זיין פאָטער, דער אַלטער רבי, בתוספת ביאור והרחבה כו'.
ווי מ'זעט עס בפשטות אין זייערע דרושי חסידות (אפילו בשעת מ'קוקט אַריין אין די מאמרים, עאכו"כ בשעת מ'לערנט זיי).
ובלשון הקבלה והחסידותכ — „נקודה בהיכלא"כא, נקודת החכמה בהיכל דבינה, „צריך להיות שתיהן כאחד כו'"כב.
און כשם ווי דאָס איז בתורתו של בעל הגאולה — איז דאָס אויך אַרויס בהנהגתו בפועל, אַז ער האָט זיך געפירט מיט אַ התרחבות והתפשטות גדולה, ווייל ער איז דער כח הבינה פון חסידות חב"דכג.
ד. דערמיט וועט מען פאַרשטיין — בהבנה והשגה, חכמה בינה דעת — דעם אויפטו פון גאולת אדמו"ר האמצעי ביו"ד כסלו אפילו לגבי גאולת אדה"ז בי"ט כסלו (ביז אַז דאָס טוט אויף אַן עלי' אויך אין י"ט כסלו):
בכללות איז דער מאסר וגאולה (סיי פון דעם אַלטן רבי'ן און סיי פון דעם מיטעלן רבי'ן) געווען פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „יפוצוכד מעינותיך350חוצה"כה: דער מאסר איז געקומען צוליב דעם קטרוג (למעלה)כו אויף זייער עבודה אין הפצת המעינות חוצה, און די גאולה האָט באַוויזן אויף זייער נצחון, אַז זיי זיינען געווען גערעכט מיט זייער מפיץ זיין מעינות החסידות חוצהכז.
ואדרבה: דורך דעם מאסר וגאולה איז צוגעקומען אַ יתרון האור מן החושך — אַ תוספת גילוי והרחבה אין הפצת המעינות חוצה. כידוע די שיחהכח בנוגע לגאולת אדה"ז בי"ט כסלו, אַז נאָך פּעטערבורג האָט זיך אָנגעהויבן דער עיקר ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה". ועד"ז איז מובן בנוגע צו די הוספה וואָס איז צוגעקומען ע"י גאולת אדמו"ר האמצעי ביו"ד כסלו.
ויש לומר, אַז די הוספה והרחבה בהפצת המעינות חוצה ע"י די גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן טוט אויף אַ מעלה אפילו אין די הוספה והרחבה ע"י די גאולה פון דעם אַלטן רבי'ןכט — ע"ד ובהתאם צו דער עילוי כללי הנ"ל וואָס דער מיטעלער רבי האָט אויפגעטאָן אין די תורה פון דעם אַלטן רבי'ן (אפילו לאחרי גאולתו בי"ט כסלו), אַז ער האָט אַרויסגעבראַכט די נקודת החכמה (בתורת החסידות) פון דעם אַלטן רבי'ןל בביאור רחב, „רחובות הנהר" פון בינהלא:
דער כללות החידוש פון הפצת המעינות חוצה ע"י חסידות חב"ד הויבט זיך אָן לכל לראש — מיט דער הפצה אין דעם „חוצה" שבאדם, וואָס איז כולל — אַז די „מעינות" (ווי זיי שטייען למעלה משכל) זאָל מען מפיץ זיין אין הבנה והשגה בשכל האדםלב.
וואָס אין דעם גופא איז צוגעקומען אַ מעלה דורך דעם מיטעלן רבי'ן (און ביי* אים גופא — איז צוגעקומען נאָכמער עילוי בזה דורך זיין גאולה, כמובן מגאולת אדה"ז), וואָס ער האָט אַראָפּגעבראַכט נקודת החכמה פון דעם אַלטן רבי'ן אין הרחבת הביאור דבינה כו', וואָס דאָס גיט צו אין דער הפצת351המעינות חוצה — (מתחיל) אין הבנה והשגה בשכל האדםלג (וואָס בינה איז „חוצה" בערך צו חכמה).
דער עיקר מאסר וגאולה (פון דעם אַלטן רבי'ן און פון דעם מיטעלן רבי'ן, ועד"ז פון כ"ק מו"ח אדמו"ר במאסר וגאולה שלו בי"ב־י"ג תמוז) איז געווען ניט אַזוי אויף לימוד התורה וחסידות וקיום המצוות פאַר זיך (אפילו פאַר דעם „חוצה" שבאדם עצמו, חב"ד ומדות), נאָר אויף הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה, אין חוצה כפשוטו — לערנען און מפיץ זיין אידישקייט און חסידות באַ אַנדערע אידן.
ובפרטיות יותר: חסידות מאָנט אַז ס'איז ניט מספיק בלויז זיין אַ „משכיל" און לערנען תורה, כולל חסידות חב"ד בחב"ד שבשכל (אפילו ווען דאָס קומט אַראָפּ בהרחבת הבינה), נאָר די השכלה דאַרף אַראָפּקומעןלו אין עבודהלז — אין מדות שבלב („חוצה" בערך למוחין), ביז אין מחשבה ודיבור, ביז — והוא העיקר — אין מעשה בפועל („חוצה" שאין חוצה ממנו אין דעם אדם).
ביז — אין מעשה בפועל פון הפצת המעינות חוצה, חוצה כפשוטו (מחוץ להאדם) — ביי אַנדערע אידן, כנ"ל. וואָס די עבודה פון לערנען און מפיץ זיין מעינות החסידות ביי אַנדערע (בדבור) איז אַן ענין של עשי' בערך צו די עבודה מיט זיך.
דאָס הייסט:
נוסף לזה וואָס תורה בכלל זאָגט אָן אַז „לא המדרש הוא העיקר אלא352המעשה"לו, ונוסף אויף די הדגשה גדולה אין חסידות, אַז ס'איז ניט גענוג אמונה בלבד, נאָר עס דאַרף אַראָפּקומען אין הבנה והשגה שבשכל (כנ"ל) — איז אָבער אויך ניט גענוג השכלה בלבד, און ניט גענוג די כוונות און אפילו עבודה רוחנית (ניט קוקנדיק אויף דעם גודל העילוי שבזה), נאָר יעדער השכלה דאַרף אַראָפּקומען אין אַ „בכן"לח (ניט נאָר אַ מסקנא והלכה שבשכל, נאָר) אין עבודה ומעשה בפועל בגשמיות העולם. ואדרבה: אַ משכיל גדול — דאַרף זיין אַן עובד גדול, און וואָס גרעסער דער משכיל — אַלץ מער דאַרף צוקומען אין זיין עבודה, וי"ל אַז לפעמים איז צוליב דעם (עבודה) איז עם געגעבן געוואָרן די השכלה!
[ויש להוסיף ביאור בזה ע"פ המבואר בתניאלט, אַז אַלע גילויים דלעתיד לבוא זיינען „תלוי במעשינו ועבודתינומ כל זמן משך הגלות": וויבאַלד אַז הפצת המעינות חוצה ברענגט אתי מר דא מלכא משיחאמא — דעריבער שטייט דאָרט בהדגשה יתירה דער הכרח אויף מעשה ועבודה בפועל, ווייל אין דעם („מעשינו ועבודתינו"מב) איז תלוי אַלע גילויים דלעתיד לבוא].
ונוסף על כל זה — איז צוגעקומען אַ הוספה והרחבה אין דעם הכרח אויף עבודה ומעשה בפועל דורך די גאולה פון דעם אַלטן רבי'ן בי"ט כסלו, וואָס איז אַ גאולה והרחבה (וועלכע קומט נאָך דעם קטרוג ומאסר) בעיקר אין דעם ענין פון הפצת המעינות חוצה (ניט אַזוי פאַר זיך אַליין) בעבודה ומעשה בפועל, בעיקר — צו אַנדערע אידן.
און אין דעם גופא איז צוגעקומען נאָכמער עילוי דורך די גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן ביו"ד כסלו (און נאָכמער — דורך די גאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בי"ב־"ג תמוז) — זייענדיק ספירת הבינה:
בשרש הענינים (אין מוחין עצמן) איז חכמה שייך לעצמו און בינה שייך להזולתמג, ד. ה. אַז בערך צו נקודת החכמה איז בינה דער שרש ומקור אויף עבודה ועשי' און שייכות עם הזולת: בינה ברענגט אַראָפּ נקודת החכמה אין הבנה והשגה בפרטים ופרטי פרטים. וואָס דאָס ערמעגלעכט אַז מ'זאָל קענען מסביר זיין דעם דבר שכל צו אַ צווייטן, משא"כ בשעת עס לייכט נאָר נקודת החכמה, איז דאָס נאָר אַ נקודה בלבד, וואָס האָט אָבער ניט קיין תפיסא בהסברה ומשלים וואָס מ'קען איבערגעבן אַ צווייטן.
און פון חכמה ובינה ווערט נשתלשל בפרטיות יותר (אין דעם חילוק צווישן) מוחין און מדות: מוחין איז שייך לעצמו, און מדות איז שייך להזולת. וואָס דערפאַר איז בינה דער מקור המדות, „אם הבנים", ווייל תולדות המדות איז דוקא מהתרחבות השכל בבינה וואָס איז שייך להזולתמד (משא"כ פון חכמה עצמה וואָס353איז למעלה פון השגה ושייכות להזולת לא ילדו המדות)מה.
ביז אַז דערפון (פון בינה) ווערט נשתלשל (למטה מטה) — עבודה ומעשה בפועלמו, ביז אויך — עם הזולת, כולל — הפצת המעינות חוצה, צו אַנדערע אידן.
ועפ"ז יש לומר, אַז דורך דער גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן (אַ גאולה אין בינה) איז צוגעקומען אַ הוספה והרחבה אין עיקר כוונת (המאסר ו)הגאולה — הפצת המעינות חוצה בעבודה ומעשה בפועלמז, ובמיוחד — צו אַנדערע אידןמח.
ו. אין דעם לימוד פון יו"ד כסלו קומט צו נאָכמער תוקף בשעת מ'פאַרבינדט עס מיט אַ התוועדות פון כמה וכמה מישראלמט — וואָרום אַ התוועדות מטרתה דעם זעלבן תוכן וכוונה ווי די גאולה — הפצת המעינות חוצה (ניט פאַר זיך, נאָר) ברבים און במעשה בפועל (וואָס אויף דעם איז געווען דער קטרוג ומאסר וגאולה, וכנ"ל):
לכל לראש — די עצם זאַך אַז אידן קלייבן זיך צוזאַמען, איז אַ הפצה ברבים, וואָס פאַרשטאַרקט אהבת ישראל ואחדות ישראל (ובפרט אַז ס'איז אויך דאָ „גדולה לגימה שמקרבת"נ). און354האָט אין זיך אַן עילוי הכי גדול — כח הציבורנא, נוסף אויף דעם וואָס (נאָר) „איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק"נב. דער גאַנצער (כח ה)ציבור העלפט, ובפרט לויט די „פתקא אשר משמי שמיא נחיתא" וואָס דער אַלטער רבי האָט איבערגעגעבןנג וועגן דעם גודל העילוי פון אַ חסידישען פאַרברענגען, אַז דאָס טוט אויף מער וויפל עס קען אויפטאָן מלאך מיכאל, שרם של ישראלנד, און שאַפט נחת רוח — און במילא אַן אחדות מיט — אבינו שבשמים.
ועוד ועיקר: די כוונה פון דער התוועדות איז, אַז דורך דעם זאָל צוקומען אַ הוספה והרחבה אין הפצת התורה והיהדות בכלל, ובמיוחד הפצת המעינות חוצה בעבודה ובמעשה בפועל, אַזוי אַז דאָס זאָל דערגרייכן בפועל אויך צו אַנדערע אידן.
און דוקא דאָס איז די בחינה (אויספּרואוו) אַז מ'האָט זיך באמת משתתף געווען אין דער התוועדות און ס'איז ניט געווען אַ דמיון בעלמא — בשעת עס זעט זיך אָן אויף דעם מתוועד אַ שינוי בהנהגתו בפועל (אַלס תוצאה פון דער התוועדות) אין זיין עבודה פון הפצת המעינות חוצה במעשה בפועל, אַזוי אַז מ'קען אָנווייזן מיטן פליישיקן פינגער בעוה"ז הגשמי די הוספה אין הפצת המעינות חוצה!
אויב מ'קען דאָס ניט אָנווייזן, איז אַ ספק צי מ'איז טאַקע געווען באַ דער התוועדות באמיתית, וואָרום דאָס איז די כוונה פון דער התוועדות — דאָס צוגעבן אַ הוספה אין מעשה בפועל.
ער (ל' נסתר) קען האָבן אַ תירוץ אַהער און אַ תירוץ אַהין — אָבער „כמאן דעבד לא אמרינן"נה (אפילו ווען „אונס (וואָס) רחמנא פטרי'"נו), די עבודה בפועל פעלט.
ז. דאָס אַלעם שטייט נאָכמער בהדגשה מצד דעם וואָס די התוועדות (למחרת יו"ד כסלו) איז בשבת פ' ויצאנז — הן מצד כללות הפרשה, והן מצד דעם שיעור חומש הפרטי פון יום השבת (שביעי עד סוף פ' ויצא):
חסידות איז מבאר דעם פירוש אין „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" — אַז דאָס גייט אויף דער יציאה פון יעקב, יו"ד עקב (בחי' חכמה) למטה מטה גם בבחי' עקבייםנח. וואָס די יציאה וירידה איז דורך „באר שבע" — בחי' בינה, מקור השבע מדותנט. ד. ה. אַז „ויצא355יעקב מבאר שבע" מיינט יציאת בחי' חכמה פון בחי' בינהס, מקור המדות (באר שבע), צו מאיר זיין אין מדות, ביז למטה מטה אין עולמות בי"ע, „חרנה"סא.
דער ענין איז אויך דאָ באַ יעדער אידן: יציאת יעקב מבאר שבע לחרן גייט אויף ירידת הנשמה בגוףסב, די נשמה וואָס נעמט זיך מבחי' חכמה (ולמעלה מזה), איז יוצא מבחי' בינה אין די מדות, ביז אין עולמות בי"ע, ביז אַ נשמה בגוף בעוה"ז הגשמי.
ובעבודת האדם — די עבודה ונתינת כח פון דעם מיטעלן רבי'ן: לימוד התורה באופן פון נקודת החכמה דאַרף אַראָפּקומען אין הבנה והשגה בהרחבה פון בינה. און דערפון דאַרף די השכלה והבנה נמשך ווערן אין מדות, ביז אין מחשבה דיבור ומעשה ביז אין עבודה בעלמא דפרודא, רשות הרביםסג — הפצת המעינות חוצה.
ח. ויש לומר עוד:
פון כללות יציאת וירידת יעקב אבינו „מבאר שבע" אין „חרנה" ווערט נשתלשל (לאחרי כמה צמצומים והעלמות כו') אויך אַלע ירידות אין גלותסד. כולל אויך דעם מאסר וגלות (בתוך גלות) פון דעם מיטעלן רבי'ן.
אָבער די כוונה בכל ירידות אלו איז — ירידה צורך עלי', אַז דורך דער ירידה פון חכמה אין בינה, אין מדות, אין מעשה בפועל ביז אין די עבודה אין „חוצה" (מיט אַנדערע אידן) און אין גלות — זאָל צוקומען אַ גאולה ועלי' נעלית יותר, די גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואָס טוט אויף אַ הרחבה והתפשטות אין הפצת המעינות חוצה, ביז שלימות העלי' — בגאולה האמיתית והשלימה, שאין אחרי' גלותסה.
ויש לומר, אַז די צוויי ענינים — דער מאסר וגלות (די ירידה פון „באר שבע" אין „חרן"), און די גאולה ועלי' וואָס קומט דורך דעם אַרויס — זיינען מרומז אין תחלת הפרשה און סוף הפרשה: בתחלת הפרשה רעדט זיך וועגן דער ירידה — „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה"; דערנאָך בהמשך הפרשה רעדט זיך וועגן עבודת יעקב בפועל אין „חרן" (גלות); און בסוף הפרשה רעדט זיך וועגן סיום וגמר עבודת הבירורים אין גלות — ווי יעקב ווערט געראַטעוועט פון לבן הארמי אין חרן, און „ויעקב הלך לדרכו ויפגעו בו מלאכי אלקים גו' ויקרא שם המקום ההוא מחנים"סו, וואָס דערפון ווערט נשתלשל דער סיום וגמר העבודה פון כל גלות וגלות, אויך דער גלות (מאסר) פון דעם מיטעלן רבי'ן.
והענין בזה:
„ויפגעו בו מלאכי אלקים" מיינט „מלאכים של ארץ ישראל באו לקראתו ללותו לארץ", ד. ה. אַז די מלאכים פון ארץ ישראל זיינען געקומען אין חוץ356לארץסז. און „ויקרא שם המקום ההוא מחנים" (ל' רבים), „שתי מחנות של חוצה לארץ שבאו עמו עד כאן ושל ארץ ישראל שבאו לקראתו".
ובעבודה: דער גמר העבודה פון יעקב אבינו אין גלות (בחוץ לארץ)סח איז געווען — צו מאַכן דאָרט „ארץ ישראל"סט. ועד כדי כך אַז ער האָט גע'פועל'ט אַז „מלאכים של ארץ ישראל באו לקראתו (בחוץ לארץ) ללותו לארץ". און נאָכמער: דאָס האָט ניט מבטל געווען די מציאות פון חוץ לארץ, נאָר ער האָט מחבר געווען די מציאות פון חוץ לארץ מיט די מציאות פון ארץ ישראל — „ויקרא שם המקום ההוא מחנים", על שם די „שתי מחנות של חוצה לארץ שבאו עמו עד כאן ושל ארץ ישראל שבאו לקראתו".
דער לימוד דערפון איצטער: דער גמר ושלימות העבודה פון גלות אדמו"ר האמצעי און פון גלות זה האחרון בכלל איז די עבודה פון „מאַך דאָ ארץ ישראל". וואָס דאָס איז דער כללות העבודה פון הפצת המעינות חוצה: „ויצא", ניט בלייבן במקומו (בדרגתו ובמצבו הרוחני — נאָר להעלות בקודש), די יציאה והתפשטות מנקודת החכמה בהרחבת הבינה, ביז אין מדות, אין מחשבה דיבור ומעשה, ביז „ויצא" בפשטות — אַרויסגיין און מפיץ זיין די מעינות חוצה אויך באַ אַנדערע אידן, אַזוי אַז מ'מאַכט „דאָ" אין „חוצה" — „ארץ ישראל".
ט. דער לימוד פון דעם אַלעם בנוגע לפועל:
די התוועדות בקשר מיט יו"ד כסלו און בש"פ ויצא דאַרף צוגעבן אַ הוספה והרחבה מער וויפל ס'איז געווען ביז איצטער (כנ"ל אַז „הימים האלה נזכרים ונעשים" באופן פון מעלין בקודש) — אין אַרויסגיין („ויצא") טאָן אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה בעבודה ובמעשה בפועל, ד. ה. ניט נאָר אין אַ הוספה בלימוד החסידות בהרחבה והבנה והשגה דבינה, נאָר אויך אין עבודה ומעשה בפועל באַ זיך אַליין, ועוד ועיקר — אַ הרחבה אין די עבודה פון הפצת התורה והיהדות און המעינות חוצה אויך צו אַנדערע אידן.
ובמיוחד — שטייענדיק אין די טעג פון חודש כסלו — שהחיתוםע שלו חנוכה. — אין די הכנות צו מבצע חנוכה, זען אַז יעדער איד בכל מקום ומקום זאָל צינדן נרות חנוכה און מקיים זיין די אַנדערע מצוות פון חנוכה.
ולפני זה — מאַכן די פּאַסיקע הכנות צו י"ט כסלו (ולפנ"ז — צו חמשה עשר בחודש, קיימא סיהרא באשלמותא): פון דעם שבת מתברכין כולהו יומיןעא, די ימי המעשה וואָס זיינען אַ הכנה צו דעם קומענדיקן שבת, וואָס למחרתו איז י"ט כסלו. ובפרט אַז ס'איז אויך יו"ד כסלו (וואָס טוט אויף אַן עלי' אויך אין י"ט כסלו, כנ"ל). האָט מען אַ נתינת כח פון דעם שבת ויו"ד כסלו צו מאַכן די אַלע357פּאַסיקע הכנות אין די קומענדיקע טעג צו איינאָרדענען אַז בי"ט כסלו (אָדער בסמיכות לו) זאָלן זיין התוועדויות בכל מקום ומקום, וואו מ'זאָל זיך אַלע צוזאַמען שטאַרקן אין טאָן די עבודה ומעשר בפועל פון הפצת המעינות חוצה בכי מקום ומקום.
כולל ובמיוחד — שטורעמען, און אַראָפּברענגען דעם שטורעם לפועל, צו מרחיב זיין (אָדער אויפשטעלן מחדש) אַ „בית חב"ד"עב בכל מקום ומקום (כמדובר לאחרונה בארוכהעג).
והיות אַז עס זיינען איצטער דאָ אַזוינע וואָס פאָרן נאָך שבת (ניט אום שבת גערעדט) צו אַנדערע ערטער קודם י"ט כסלו — זאָלן זיי אַריינגיין אין „מזכירות"עד נאָך שבת און דאָרט נעמען משקה — אַ דבר גשמי — פון דער התוועדות ביו"ד כסלו, במקום שמגדלין בו תורה ותפלה וצדקה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר (ממלא מקומו פון דעם בעל הגאולה), פון וואַנעט ער האָט אַרויסגעשיקט שלוחים בכל העולם כולו צו מפיץ זיין תורה ויהדות בכלל און די מעינות חוצה. און מיט די משקה זאָלן זיי מאַכן אַ התוועדות במקומם, און שטורעמען על מנת להביא בפועל, אין כל הענינים האמורים לעיל.
יוד. דער עיקר איז — כמדובר לעיל בארוכה — אַז כל האמור לעיל זאָל אַראָפּקומען אין מעשה ועבודה בפועל ממש, אָן קיינע פּשט'לעך!
און אע"פ אַז מעשה ועבודה (אָנהויבנדיק פון „ויצא" — ממשיך זיין מנקודת החכמה אין הרחבת הבינה, און דערנאָך אין מדות, ביז אין מחשבה דיבור ומעשה, ביז די עבודה ומעשה פון הפצת המעינות חוצה צו אַנדערע אידן) פאָדערט אַ יגיעה גדולה („מעשה" מלשון כפי', און עבודה מלשון „עיבוד עורות"עה), כמאחז"לעו „לא יגעתי ומצאתי אל תאמין כו', יגעתי ומצאתי תאמין" — האָט מען דעם כלל אַז „אדם לעמל יולד"עז און „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"עח, ניט לפי כח כלל ישראל, נאָר לפי „כחן", כחו של כאו"א בפרט.
און מ'דערציילט וועגן דעם (די שוועריקייט פון מעשה ועבודה) יעדער אידן (ניט בכדי פועל'ן אַ נמיכת רוח ח"ו, נאָר אדרבה —) בכדי אַרויסרופן אַ שמחה בשעת מ'דערוויסט זיך אַז ניט קוקנדיק אויף די שוועריקייטן אין די עבודה ומעשה, איז דאָס בכחו של כאו"אעט, און מ'האָט געגעבן יעדערן דעם זכות („לזכות את ישראל"פ) ואחריות צו דאָס קענען מקיים זיין בפועל, וכדבעיפא.
און נאָכמער: אע"פ וואָס דאָס פאָדערט טאַקע אַ יגיעה גדולה — בשעת358אָבער אַ איד איז זיך מתבונן אין דעם וואָס ער טוט אויף דורך די עבודה ביגיעה, ווערט דאָס פאַר אים ניט קיין טירחא וצער, נאָר אדרבה — אַ שמחה גדולה. ע"ד משל ווי די יגיעה פון טראָגן אַ משא של אבנים טובות ומרגליות. פאַרשטייט יעדערער, אַז פאַר אים איז די גרעסטע שמחה (ועאכו"כ ניט קיין צער) צו טראָגן די שווערע משא — אַבי ער קען צו זיך אַריינטראָגן די אבנים טובות ומרגליות. ער פרעגט זיך גאָר ניט נאָך וויפל וועגט די משא, אדרבה: ער פרעגט וויפל אבנים טובות ומרגליות זיינען פאַראַן, און אויב מ'ענטפערט אים צוויי מאָל אַזויפיל וויפל ער האָט זיך פאָרגעשטעלט — האָט ער ניט צוויי מאָל אַזויפיל צער, נאָר צוויי מאָל אַזויפיל שמחה!
ובפרט, אַז בדורנו זה האָט מען שוין די הבטחה פון כ"ק מו"ח אדמו"רפב, אַז היינט דאַרף מען שוין ניט אָנקומען צו אַן עבודה ויגיעה גדולה בהנ"ל, און אין „הימים האלה נזכרים ונעשים" — וואָרום אַלץ איז שוין היינט צוגעגרייט, עס דאַרף נאָר זיין „עמדו הכן כולכם", שטיין מיט אַ תוקף (עמדו), און צוגעגרייט (הכן), און צוזאַמען מיט אַנדערע אידן (כולכם) — באַקומט) יעדערער אַלע השפּעות והמשכות.
ועאכו"כ אַז היינט איז ניט מוכרח עבודת הבירורים וואָס קען גורם זיין צער [וואָרום המברר מוז זיך מתלבש זיין בלבושי המתבררפג, והמתאבק עם כו'פד, במילא דאַרף זיין אַ יגיעה מתוך צער, און דערנאָך זיך טובל זיין אין אַ מקוה, „אָפּוואַשן" דעם דבר בלתי רצוי וואָס האָט זיך צו אים צוגעקלעפּט דורך טבילה במי המקוה, אָדער בדמעות, אָדער בתורה (מי הדעת הטהורפה)], נאָר יגיעה ועבודה בקדושה עצמהפו (ע"ד משא של אבנים טובות ומרגליות).
און אַפילו די עבודה וואָס דאַרף יע זיין — באַשטייט נאָר פון „צופּוצן די קנעפּלעך"פז: די קאָפּ און האַרץ זיינען שוין „צוגעפּוצט", ואפילו הלבושים — אַ איד דאַרף אָבער האָבן תכלית השלימות — דאַרף ביי אים אויך זיין צוגעפּוצט די קנעפּ פון די לבושים החיצונייםפח.
359און בשעת מ'פאַרענדיקט דעם צופּוצן די קנעפּ — קומט גלייך די גאולה.
און נאָכמער: ווי ס'איז מבואר אין די דרושים פון פ' וישלחפט (וואָס מ'גייט באַלד לייענען) — אַז יעקב אבינו איז שוין געווען גרייט צו דער גאולה, און מצדו איז עשו אויך געווען גרייט, נאָר מפני סיבות האָט זיך דאָס דעמולט באַ עשו'ן פאַרהאַלטן; אָבער איצטער, לאחרי וואָס „כלו כל הקיצין"צ, איז אַ דבר ברור אַז אויך אוה"ע מצדם זיינען צוגעגרייט צו דער גאולה, מ'דאַרף נאָר האָבן אַז אַ איד זאָל דאָס אים מודיע זיין און אויפשטורעמען — קומט גלייך די גאולה, „מיד הן נגאלין"צא,
ובפרט דורך די הוספה אין הפצת המעינות חוצה וואָס איז בכחו של כל או"א בפרט, וואָס ברענגט קאתי מר דאָ מלכא משיחא, די גאולה כללית — ע"ד ובדוגמא ווי דער בעל הגאולה, אַ יחיד לכאורה, איז אויך „הנשיא הוא הכל", און האָט גע'פּועל'ט אַז ער זאָל נגאל ווערן לעיני כל העם,
גיט ער כח לכאו"א מישראל צו אויפטאָן באַ זיך זיין גאולה הפרטית, ולהקדים די גאולה הכללית (ע"י הפצת המעינות חיצה),
במהרה בימינו ממש ובשמחה ובטוב לבב.
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site