Likkutei Sichos
Vayechi 1
270ויחי
א. אין דער היינטיקער סדרה בתחלתהא ווערט דערציילט ווי יעקב אבינו האָט גערופן זיין זון יוסף און האָט אים געבעטן — „אל נא תקברני במצרים . . ונשאתני ממצרים וקברתני בקבורתם", און אַז נאָכדעם ווי יוסף האָט אים צוגעזאָגט „אנכי אעשה כדברך" האָט יעקב געזאָגט „השבעה לי — וישבע לו".
איז לכאורה תמוה (ווי מפרשים פרעגןב): פאַרוואָס האָט זיך יעקב ניט באַנוגנט מיט יוסף'ס צוזאָג און פון אים געפאָדערט אויך אַ שבועה? צי דען האָט יעקב ח"ו חושש געווען, אַז יוסף וועט ניט אויספירן זיין צוזאָגג?!
מפרשים ענטפערןב, אַז די שבועה איז ניט געווען צוליב יוסף'ן (צו פאַרזיכערן אַז ער וועט מקיים זיין הבטחתו), נאָר צוליב פרעה'ן: אַזוי ווי פרעה וועט וועלן*3 אַז מ'זאָל יעקב'ן מקבר זיין אין מצריםד און וועט דערפאַר זוכן אָפּצוהאַלטן יוסף'ן פון מקיים זיין בקשת יעקב — דערפאַר האָט יעקב משביע געווען יוסף'ן אויף דעם (און דערמיט באַוואָרענען אַז פרעה זאָל ניט קענען אָפּהאַלטן, ווייל ער וועט ניט צווינגען יוסף'ן צו עובר זיין אויף אַ שבועה).
מ'האָט שוין פיל מאָל גערעדט, אַז אַלע שאלות וואָס ווערן נתעורר בלימוד פשוטו של מקרא ווערן פאַרענטפערט אין פירוש רש"י על התורהה. איז לפי"ז ניט מובן: פאַרוואָס באַוואָרנט ניט רש"י די שאלה האמורה (וואָס איז אַ שאלה (אויך) אין דרך הפשט)?
נאָך מער: דער תוכן פון דעם פירוש הנ"ל ווערט טאַקע געבראַכט אין פירוש רש"י, אָבער ערשט שפּעטער — אין דעם סיפור וועגן קבורת יעקב (בפועל), אויף דעם וואָס פרעה האָט געזאָגט יוסף „עלה וקבור את אביך כאשר השביעך"ו, איז רש"י מפרש: כאשר השביעך, ואם לא בשביל השבועה לא הייתי מניחך.
אָבער דערפון גופא וואָס רש"י זאָגט דאָס ניט באותו ענין נאָר ערשט שפּעטער לאחרי הברכות וכו' — איז מוכח, אַז ניט דאָס איז דער טעם (לויט פרש"י) פאַרוואָס יעקב האָט משביע געווען יוסף'ן (דאל"כ, וואָלט דאָס רש"י געזאָגט גלייך אויף די ווערטער „השבעה לי");
מוז מען זאָגן, אַז רש"י נעמט אָן אַז דער טעם פאַרוואָס יעקב האָט משביע געווען יוסף'ן איז (ניט אויף נוצן עס אַלס אַ לחץ פאַר פרעה, נאָר) ווי די מטרה פון אַ שבועה בפשטות — צו פאַרשטאַרקן די זאַך ביי יוסף'ן גופא.
271והדרא קושיא לדוכתא: וואָס האָט געפעלט אין יוסף'ס צוזאָג אַז יעקב זאָל פאָדערן פון אים אַ שבועה דוקא?
דער אויפטו פון אַ שבועה אויף סתם אַ הבטחה איז:
ווען איינער נעמט אויף זיך צו טאָן עפּעס מיט אַ שבועה, בינדט ער זיך אין אַן אופן, אַז די זאַך מוז געטאָן ווערן אונטער אַלע אומשטענדן — אפילו אויב עס וועלן זיין כמה מניעות ועיכובים אויף ניט צו טאָן די זאַך, וועט ער, מצד השבועה, זיך ניט רעכענען מיט קיין שום חשבונות און מקיים זיין די שבועה אונטער אַלע אומשטענדן.
און דערפאַר איז אויך אַ חילוק אין דער שימת לב אויף דורכפירן די זאַך:
ווען איינער איז (סתם) מבטיח צו טאָן עפּעס בעתיד, איז לאו דוקא אַז דאָס זאָל אים נאָכאַנאַנד „ליגן אין קאָפּ"; בשעת עס וועט קומען למעשה — וועט ער דעמאָלט טאָן כל מה שביכלתו אויף צו דורכפירן זיין צוזאָג.
בשעת אָבער ער נעמט עס אויף זיך מיט אַ שבועהז, איז ער ניט מסיח דעת דערפון, וויסנדיק אַז די זאַך מוז זיך אָפּטאָן, און אויב ניט איז עס פאַרבונדן מיט'ן חומר פון עובר זיין אויף אַ שבועהח.
און דאָס איז דער טעם (בפשטות) פאַרוואָס יעקב האָט משביע געווען יוסף'ן „ונשאתני ממצרים", און האָט זיך ניט באַנוגנט דערמיט וואָס יוסף האָט אים צוגעזאָגט „אנכי אעשה כדברך": יעקב האָט געוואָלט אַז יוסף זאָל זיך נאָכאַנאַנד באַוואָרענען בזה. געפינענדיק זיך „בארץ לא להם"ט קען מען ניט וויסן וועלכע שוועריקייטן עס וועלן אויפקומען אויף ניט דערלאַזן יוסף'ן שפּעטער צו דורכפירן הבטחתו; דאַרף מען זוכן עצות ותחבולות ווי צו מלכתחילה באַוואַרענען עס זאָלן ניט זיין קיין מניעות בעתיד.
ג. עס איז אָבער נאָך ניט אינגאַנצן גלאַטיק:
אויך יוסף האָט געוואוסט פון די שוועריקייטן הנ"ל וועלכע פאָדערן אַז מען זאָל מלכתחילה באַוואַרענען זיי (ובפרט אַז יעקב האָט אים גלייך געבעטן „שים נא ידך (תחת ירכי) — והשבע"י, אַז דאָ פאָדערט זיך אַ זירוז פון אַ שבועה) — האָט לכאורה זיין הבטחה „אנכי אעשה כדברך" כולל געווען אויך דעם ענין, אַז ער וועט „טאָן" אין דעם באופן פון שים גו' והשבע — איז פאַרוואָס האָט יעקב איבערגעחזרט „השבעה לי"?
איז דער ביאור (פנימי) בזה: דער אַרויסטראָגן גופו של יעקב פון מצרים בשעת אידן בלייבן נאָך אין מצרים איז לכאורה ניט לטובתם של בני ישראל — וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגטיא אנכי ארד עמך מצרימה (ובפרט — בפנימיות — איז דאָס היפך „ענינו" של יוסף). און דעריבער האָט יעקב געבונדן יוסף מיט אַ שבועה בפירוש דוקא.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור, אַז אין דעם ענין (שלילת הקבורה בארץ מצרים) געפינט מען אַ חילוק צווישן יעקב און יוסף: יעקב האָט אָנגעזאָגט „אל נא תקברני במצרים . .272ונשאתני ממצרים" — מען זאָל ניט דערלאָזן אַז ער זאָל לאחר פטירתו בלייבן אין מצרים אפילו באופן עראי; דאַקעגן יוסף האָט בלויז משביע געווען די בני ישראל „והעליתם את עצמותי מזה", אָבער ביז דעם זמן פון „פקוד] יפקוד גו'" איז ארונו של יוסף געווען אין מצריםיב.
דער טעם (פנימייג) אויף דעם חילוק איז*13:
יעקב איז העכער פון גלות מצרים. וואָס דערפאַר, אפילו נאָכדעם ווי יעקב האָט יורד געווען אין מצרים איז מקומו געווען אין ארץ גושן, אָפּגעזונדערטיד פון די מצרים; און דאָרטן גופא איז ניט געווען קיין מצב פון גלותטו — אידן האָבן געהאַט „טוב ארץ מצרים גו' חלב הארץ"טז, און נאָכמער: „ויאחזו בה (אין ארץ גושן) — לשון אחוזה"יז. משא"כ יוסף האָט יורד געווען אין (און צווישן) מצרים גופא.
[און דער טעם בזה: מדריגת יעקב (מצד עצמו) איז — אצילות, עולם האחדות וואָס איז אינגאַנצן העכער פון עולמות בי"ע, ועאכו"כ פון דעם חושך פון מצרים; משא"כ ענינו של יוסף איז — „אלה תולדות יעקב יוסף"יח, צו אַראָפּטראָגן ענינו של יעקב אין עולמות בי"ע, ביז אין עולם הזה התחתוןיט].
און דערפאַר האָט גופו של יעקב כלל ניט געקענט בלייבן אין מצרים, און נאָך מער „ונשאתני ממצרים" — „נשיאות", מער פון „והעליתם", עלי'.
משא"כ יוסף, וועלכער דאַרף אויפטאָן אין מצרים, איז זיין ארון געבליבן אין מצרים כל זמן גלות מצרים, כדי אַז (זכותו של) יוסף זאָל זיך געפינען צוזאַמען מיט אידן בגלותם במצריםכ;
נאָר דערביי האָט יוסף משביע געווען את אחיו: והעליתם את עצמותי מזה — ווייל די כוונה פון דער ירידה למצרים איז דאָך צוליב דער עלי' שלאח"ז; אַז דורך דעם וואָס ארון יוסף איז געווען אין מצרים, האָט דאָס אויפגעטאָן, אַז בשעת אידן זיינען אַרויס פון מצרים און האָבן „מעלה" געווען עצמות יוסף עמהם, האָט מען דורכדעם מעלה געווען די ניצוצי קדושה וועלכע זיינען געווען אין (די עניני) מצריםכא.
און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס יעקב האָט געמאָנט פון יוסף'ן אַ שבועה אויף דעם ענין פון תיכף273„ונשאתני ממצרים": היות אַז מצד (ענינו של) יוסף דאַרף אויסקומען אַז יעקב זאָל בלייבן דוקא אין מצרים, „בגין דיגין זכותי' על בנוי"כב ווי זיי זיינען אין גלות מצרים (און דורכדעם וועט מען אויפטאָן אין עניני מצרים) — דערפאַר האָט יעקב געוואָלט אַז יוסף זאָל דאָס אויף זיך אָננעמען אין אַן אופן פון שבועה, למעלה מטעם ודעת,
[כידועכג אַז אַ שבועה איז ענינה, וואָס דערמיט בינדט מען זיך צו טאָן די זאַך אין אַן אופן פון למעלה מחשבונותכד, אַזוי, אַז קיין טעם (וסיבה) זאָל ניט זיין קיין אָפּהאַלט צו דורכפירן די זאַך].
ד. עס בלייבט אָבער נאָך ניט מוסבר: פאַרוואָס איז ביי יעקב'ן געווען אַזוי מופרך, אַז ארונו זאָל בלייבן אין מצריםכה, וויבאַלד אַז דאָס האָט געקענט אויפטאָן אַן עלי' אין עניני (ניצוצות פון) מצרים?
וי"ל הביאור אין דעם: „אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים"כו. און דעריבער, כדי אַז אידן, זייענדיק אין מצרים, זאָלן קענען עולה זיין פון מצרים און אויך מעלה זיין די עניני מצרים, דאַרפן זיי האָבן אַ קשר — וברא כרעא דאבוהוכז — מיט העכער פון מצרים (בית האסורים).
און דערפאַר האָט יעקב געדאַרפט זיין העכער פון מצרים, און נאָך מער — ער האָט משביע געווען יוסף'ן „ונשאתני ממצרים", ווייל דערמיט האָט ער „פאַרבונדן" יוסף'ן מיט מדריגת יעקב ווי ער שטייט העכער פון מצרים (ונשאתני ממצרים). און עי"ז האָט געקענט דערנאָך זיין בנוגע צו אַלע בני ישראל דער „ואנכי אעלך גם עלה"כח — די עלי' פון גלות מצריםכט.
ה. דערפון האָט מען אַ הוראה לימינו אלה, אין גלות זה האחרון:
ווי גוט עס זאָל זיין דער מצב פון אַ אידן אין גלות — סיי בגשמיות, און סיי ברוחניות — אַז ער האָט „טוב ארץ מצרים גו' חלב הארץ"; ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות ביז אַז ער לעבט אַן אמת'ן רוחניות'דיקן לעבן
[ע"ד „ויחי יעקב בארץ מצרים"ל, ווי דער אַלטער רבי טייטשטלא, אַז וויבאַלד יעקב האָט אויפגעשטעלט אין מצרים אַ „בית תלמוד"לב, איז „אויך אין מצרים איז געווען ויחי געלעבט"]
— דאַרף ער אָבער שטענדיק וויסן און געדענקען, אַז אויך אין דעם מעמד ומצב מאָנט זיך די דרישה בתוקף „ונשאתני ממצרים" ביז צו תוקף דשבועה — דאָס איז גלות, ניט דער ריכטיקער אָרט פאַר אַ אידן און ער מוז דערפון אַרויסגעהויבן ווערן.
274און דאָס דאַרף זיין כנ"ל אין אַן אופן פון שבועהלג: נוסף אַז עס איז אַן עיקר מי"ג עיקריםלד בתורתנו: אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא, און ער ווייס אַז די שלימות ותכלית איז די גאולה (ווי תורה הקדושה זאָגט און איז מבאר בתושב"כ ובתושבע"פ — ווי דער רמב"ם איז מבארלה), נאָר דאָס איז אַ זאַך וואָס דערנעמט אים בפנימיות נפשו, ביז אַז ער האַלט אין איין האָפן און בעטן און מאָנען — „ונשאתני ממצרים"!
און ווי מען זאָגט בכל תפלה ותפלה (בימות החול) — „לישועתך קוינו כל היום", וואָס דאָס מיינט אַז דריי מאָל אַ טאָג איז מען מכריז ומודיע, אַז מ'איז מקווה לישועתך „כל היום" — אַ גאַנצן טאָג און יעדן טאָגלו.
און דורך דער „הכרזה" תמידית — אַז מען האָפט און מען בעט ביים אויבערשטןלז אויף דער גאולה שלימה — פירט מען זיך אין גלות לויטן רצון פון אויבערשטן (וועלכער האָט געשיקט אידן אין גלות);
און דעמאָלט פועל'ט ניט גלות קיין ירידה ח"ו ור"ל באַ אַ אידן, און פאַרקערט: עס ווערט „ונשאתני ממצרים" — פון מצרים גופא ווערט אויפגעטאָן „ונשאתני", די עלי' — יתרון האור מן החושך — ביז לדרגת נשא את ראש בנ"י, פון יעדן אידן און אַלע אידן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-4wsynnkv