Likkutei Sichos
Chayei Sarah 2
99חיי שרה ב
א. אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט ווי אברהם אבינו האָט אָנגעזאָגט אליעזר עבדו „אל ארצי ואל מולדתי תלך ולקחת אשה לבני ליצחק"א. און אויף שאלת אליעזר „אולי לא תאבה האשה ללכת אחרי אל הארץ הזאת ההשב אשיב את בנך גו'כ, האָט אברהם געענטפערט: השמר לך פן תשיב גו' ה' גו' ישלח מלאכו לפניך ולקחת אשה לבני משםג.
ווייטער אין דער סדרה, וואו עס ווערט דערציילטד ווי אליעזר האָט פאַר בתואל'ן איבערגעזאָגט די רייד פון אברהם'ן צו אים, שטייטה: ויאמר (אברהם) אלי ה' אשר גו' ישלח מלאכו אתך והצליח דרכך ולקחת אשה לבני ממשפחתי גו'.
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס האָט אליעזר משנה געווען פון לשון אברהם, און אַנשטאָט „ישלח מלאכו לפניך" האָט ער געזאָגט „ישלח מלאכו אתך"ו?
מען קען ניט פאַרענטפערן, אַז דאָס איז ניט מער ווי אַ שינוי אין לשון, וואָס בייט ניט דעם תוכן (און ווי מ'זעט אַז אין די פסוקים זיינען דאָ כו"כ שינויי לשון אליעזר ווי ער האָט איבערגעזאָגט דברי אברהם לגבי דברי אברהם עצמוז)
— ווייל שוין אין אַ פריערדיקער סדרהח, איז רש"י (בפירושו על התורה) שטעלט זיך אויף אַן ענלעכן שינוי — און ערקלערט אים, איז אים מבאר „את האלקים התהלך נח, ובאברהם הוא אומרה אשר התהלכתי לפניו, נח הי' צריך סעד לתומכו אבל אברהם הי' מתחזק ומהלך בצדקו מאליו". איז דערפון מוכח, אַז דער שינוי פון „את" און „לפניו" איז אַ חילוק אין תוכן, וואָס פאַדערט אַ פירוש (אויך) ע"ד הפשט.
איז לפ"ז ניט מובן: פאַרוואָס שטעלט זיך ניט רש"יט בפרשתנו אויף דעם שינוי צווישן „לפניך" און „אתך"י?
מוז מען זאָגן, אַז נאָך דעם ווי רש"י האָט שוין פריער מבאר געווען דעם חילוק צווישן די צוויי לשונות און דעם טעם השינוי — איז לערנענדיק דעם סיפור בפרשתנו איז שוין מובן מאליו דער טעם פאַרוואָס אליעזר האָט משנה געווען פון דברי אברהם.
ב. ויש לומר דעם ביאור אין דעם:
דער חילוק אין טייטש (ותוכן) צווישן „אתך" און „לפניך" איז פשוטן כמשמען: „אתך" מיינט — „מיט דיר", און „לפניך"100— „פאַר דיר". דאָס הייסט „ישלח מלאכו אתך" מיינט, אַז דער מלאך וועט גיין צוזאַמען מיט אליעזר'ן און אים העלפן דורכפירן די שליחות בהצלחה, ובלשון רש"י הנ"ל (ביי נח'ן) — „סעד לתומכו"; משא"כ „ישלח מלאכו לפניך" מיינט — אַז דער מלאך וועט גיין „פאָראויס"יא און פאַרזיכערן פון פריער די הצלחה פון אליעזר'ס שליחות.
וואָס דאָס איז אַ חילוק עיקרי אין אופן הפעולה וההצלחה:
אין דעם ערשטן פאַל איז דער עיקר — די פעולת ההשתדלות מצד אליעזר'ן, נאָר דער מלאך וועט צוגעבן אַ סיוע („סעד לתומכו") אַז זיין השתדלות זאָל מצליח זיין;
אָבער „ישלח מלאכו לפניך" מיינט, אַז דער מלאך וועט ניט נאָר מסייע זיין צו און אין דער השתדלות, נאָר ער גרייט זי צו און פאַרזיכערט די הצלחה פון השתדלות אליעזר פון פאָראויס.
ג. און דאָס איז אברהם געווען אויסן מיט זיין זאָגן „ישלח מלאכו לפניך", אַז די הצלחה פון אליעזר בשליחותו זאָל זיין אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער באַוואַרנט מלכתחילה אַז די זאַך זאָל זיך אָפּטאַן כראוי, אָן שוועריקייטן — און אַזוי איז עס טאַקע געווען:
סיי גלייך ביים אָנהייב פון מהלך הענינים: אָנקומענדיק אין „ארם נהרים . . אל באר המים"יב, האָט אליעזר ניט געדאַרפט וואַרטן אַפילו, ווייל „והנה רבקה יוצאת גו'"יג. ויתרה מזה: דאָס איז ניט געווען קיין תוצאה פון אליעזר'ס תפלה „הקרה נא לפני היום גו'"יד בשלימותה — וואָרום דער פסוק זאָגטיג „ויהי הוא טרם כלה לדבר והנה רבקה יוצאת גו'" (נאָך איידערטו ער האָט פאַרענדיקט זיין תפילה)טז — עס איז מלכתחילה געווען אויסגעשטעלט מלמעלה אַז זי זאָל קומען באַלד נאָך אליעזר'ס אָנקום.
און אַזוי — סיי מצד אליעזר, וואָס (ווי רש"י זאָגטיז) „קפצה לו הארץ", און סיי מצד רבקה, אַז זי איז אַרויס מביתה באופן אַז „ויהי הוא טרם כלה לדבר והנה רבקה יוצאת גו'".
[וי"ל אַז דאָס וואָס „הוי'", דער אויבערשטער האָט געוואַרט (מיט ביאת רבקה אל הבאר) ביז (סיום) תפילת אליעזריח — איז געווען נאָר צוליב דעם, אַז דורך דעם סימן וואָס ער האָט פאַר זיך אָנגעצייכנט בתפלתו זאָל ער קענען וויסן אַז „היא האשה אשר הוכיח ה' לבן אדוני"יט,
אָבער איר עצם קומען איז שוין באַוואַרנט געוואָרן, כנ"ל, נאָך איידער ער האָט מתפלל געווען];
101ועד"ז באמצע הענין והדברים — איז בשעת בתואל האָט געוואָלט מעכב זיין דעם שידוך, איז „בא מלאך והמיתו"כ;
און אַזוי אויך בסיום הענין — ווען אליעזר האָט געוואָלט אַז רבקה זאָל גלייך גיין מיט אים (ניט ווי „אחי' ואמה" זיינען באַשטאַנען אַז „תשב הנערה אתנו ימים גו'"כא) און דערוף איז געווען דער ענטפער „נקרא לנערה ונשאלה את פי'", האָט רבקה תיכף געענטפערט — „אלך"כב
— דלכאורה: מען געפינט ניט, אַז אליעזר האָט מיט איר פריער בכלל גערעדט וועגן דעם שידוךכג (ער האָט איר בלויז געגעבן מתנותכד פון תכשיטיםכה כו'), באופן אַז זי זאָל האָבן צייט אויף טראַכטן און אַריינטראַכטן אין דעם; און אעפ"כ, איז גלייך ביים פרעגן איר צי זי איז מסכים אויפן שידוך, האָט זי געזאָגט „אלך", און ווי רש"י איז מוסיף ומפרש — „אלך, מעצמי ואף אם אינכם רוצים"* ! דאָס הייסט: דער אויבערשטער האָט אַזוי געמאַכטכו אַז זי זאָל מסכים זיין אָן קיין השתדלות מצד אליעזרכז.
ד. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס אליעזר האָט משנה געווען פון דברי אברהם און געזאָגט „ישלח מלאכו אתך" — ווייל ביי בתואל'ן וואָלט זיך ניט אַנגענומען אַזעלכע רייד („ישלח מלאכו לפניך"):
בשעת אליעזר האָט גערעדט מיט בתואל'ן און געוואָלט האָבן פון אים זיין הסכמה אויפן שידוך, האָט קיין אָרט ניט צו דערציילן אַז אברהם האָט געזאָגט „ישלח מלאכו לפניך" — וואָס באַדייט (כנ"ל) אַז די זאַך וועט אָפּגעטאָן ווערן102נאָך קודם, פאַר אליעזר'ס קומען און בלי זיין השתדלות — ווייל, אויב אַזוי (וואָלט בתואל גע'טענה'ט), צו וואָס די גאַנצע רייד און משא־ומתן מיט עם? לדבריך, האָט דאָך דער „מלאך" שוין אַלץ אָפּגעטאָן . . .
דעריבער האָט אליעזר געמוזט משנה זייןכח און זאָגן „ישלח מלאכו אתך"כט.
ע"פ הנ"ל יומתק נאָך אַ שינוי בדיבורו של אליעזר, אַנדערש ווי דאָס איז געווען למעשה — געגעבן האָט ער רבקה'ן דעם „נזם זהב גו'" נאָך איידער ער האָט ביי איר געפרעגט „בת מי את"ל, און ביים דערציילן וועגן דעם צו בתואל'ן איז (ווי רש"ילא זאָגט) „שינה הסדר . . שלא יתפשוהו בדבריו ויאמרו היאך נתת לה ועדיין אינך יודע מי היא":
דאָס וואָס אליעזר האָט געגעבן רבקה'ן די מתנות נאָך איידער ער האָט געוואוסט „מי היא" — איז ווייל וויסנדיק אַז אברהם האָט געזאָגט „ישלח מלאכו לפניך" און בפרט זעענדיק אַז „טרם כלה לדבר והנה רבקה יוצאת" און זי האָט זיך געפירט בהתאם צום סימן — האָט ער שוין פאַרשטאַנען און געוואוסט אַז דאָס האָט דער מלאך באַוואָרנט פון פאָראויס, ובמילא איז ער געווען זיכער אַז „הצליח הקב"ה דרכו"לב;
משא"כ לויטן אופן ווי ער האָט עס געזאָגט צו בתואל'ן, וואו ער האָט משנה געווען פון „(ישלח מלאכו) לפניך" אויף „(ישלח מלאכו) אתך", האָט קיין אָרט ניט אַזאַ זיכערקייט, ביז צו געבן איר די מתנות נאָך איידער ער ווייס „מי היא", ובמילא — „שינה הסדר . . שלא יתפשוהו בדבריו . . היאך נתת כו'".
ה. אע"פ אַז בפשטות ובגלוי האָט אליעזר ניט דערציילט דעם פרט פון „ישלח מלאכו לפניך" — האָט ער אָבער דעם ענין מרמז געווען (ובמילא איז דער שינוי — נאָך קלענער), דערמיט וואָס ער האָט צוגעלייגט די ווערטער „(ישלח מלאכו אתך) והצליח דרכך" (וועלכע מען געפינט ניט בפירוש בדברי אברהם) [ועד"ז ווען ער האָט איבערדערציילט זיין תפילה האָט ער מוסיף געווען (על לשון תפילתויד) „ה' . . אם ישך נא מצליח דרכי גו'"לג].
דער ביאור אין דעם:
דער אמת'ער באַדייט פון הצלחה איז (ניט ווען דער מענטש איז מצליח דורך יגיעה, נאָר) וואָס דער אויבערשטער גיט דעם מענשןלד. ע"ד ווי עס שטייט ביי יוסףלה „ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח . . ה' מצליח בידו . . ואשר הוא עושה ה' מצליח". ועד"ז האָט אליעזר מדגיש געווען „וה'לו הצליח דרכי".
103ולהוסיף אַז דאָס איז מער ווי דער אויפטו פון „יגעתי ומצאתי"לז — דאע"פ אַז דער „מצאתי" איז שלא לפי ערך היגיעה (וכדיוק הלשון „מצאתי" — לשון מציאה — ע"ד ווי אַ מציאה וואָס קומט בלי השתדלות, ניט מער ווי די טירחא הכי מועטת פון אויפהויבן די מציאה), פונדעסטוועגן, איז דער
ומכריח דעם „מצאתי"לח;
משא"כ דער ענין פון „הצלחה" (אמיתית) איז ניט פאַרבונדן מיט עבודת האדם, נאָר דאָס איז אַ מתנה מלמעלהלט.
קומט לפי זה אויס, אַז די הוספה פון „(ישלח מלאכו אתך) והצליח דרכך" טראָגט אין זיך דעם זעלבן תוכן ווי „ישלח מלאכו לפניך" — ווייל דער ענין פון „הצלחה" איז ווען דאָס קומט בדרך מתנה מלמעלה.
און דערפאַר, בשעת אליעזר האָט אַרויסגעבראַכט פאַר בתואל'ן ווי אַזוי זיין תפילה „אם ישך נא מצליח דרכי" איז נתמלא געוואָרן (און „אני טרם אכלה לדבר גו' והנה רבקה יוצאת גו'"מ), האָט בתואל גלייך געזאָגטמא — „מה' יצא הדבר לא נוכל לדבר אליך רע או טוב": דאָס איז אַ זאַך וואָס טוט זיך אָפּ אינגאַנצן מלמעלה, בדרך הצלחה, אַזוי, אַז אַ בן אדם קען אין דעם ניט ענדערןמב.
ו. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין אַן ענין תמוה, לכאורה, בדברי אברהם:
בשעת אליעזר האָט געפרעגטב „אולי לא תאבה האשה ללכת אחרי גו'" האָט אברהם אים געענטפערטג „השמר לך גו' ה' אלקי השמים גו' ישלח מלאכו לפניך ולקחת אשה לבני משם" — דער אויבערשטער וועט שיקן אַ מלאך ובמילא איז ער אים מבטיח — „ולקחת אשה לבני משם",
איז ניט פאַרשטאַנדיק: ווי קען אברהם פאַרזיכערן אליעזר'ן „ולקחת אשה לבני משם" — בשעת דאָס איז תלוי ברצונה ובבחירתה של האשה, און בפרט אַז אברהם בעצמו האָט גלייך ממשיך געווען „ואםמג לא תאבה האשה ללכת אחריך ונקית משבועתי זאת גו'"?
נאָר דאָ איז דער אויפטו פון „ישלח מלאכו לפניך" — אַז דאָס נעמט זיך פון אַזאַ „אָרט" וואָס איז „פריער", העכער פון יגיעת האדם (עבודתו), וואָס דערפאַר איז די הצלחה אין דעם (פון104אויבערשטן) ניט תלוי' אין דער השתדלות פון מעשה בני אדם; און אַזוי אויך לאידך גיסא, אַז דער רצון פון אַ בן אדם קען ניט „שטערן" אין דער הצלחה.
און דעריבער, אע"פ אַז עס איז דאָ דער ענין הבחירהמד, וואָס דערפאַר איז דאָ (לכאורה) די מעגלעכקייט פון „ואם לא תאבה האשה גו'" — עכ"ז איז אָבער ברור, אַז בפּועל וועט זיך אָפּטאָןמד דער ענין, „ולקחת אשה לבני משם" — אַז ס'וועט זיך געפינען אַן אשה וועלכע וועט בוחר זיין צו גיין מיט אליעזר'ןמה.
ז. וי"ל אַז דאָס איז אויך איינער פון די ביאוריםמו אין דעם מאמר חז"למז „יפה שיחתן של עבדי אבות . . מתורתן של בנים" — ווייל בנוגע צו „תורתן של בנים" איז דאָ דער כלל אַז „הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים"מח, בנוגע צו תומ"צ ווערט ניט צוגענומען פון מענשן דער ענין הבחירה; משא"כ בשליחותו של אליעזר איז געווען די הנהגה פון „ישלח מלאכו לפניך" אין אַן אופן פון „והצליח דרכך" — די הצלחה איז געווען פאַרזיכערט מלמעלה אפילו דאָרט וואו דאָס רירט אָן דעם ענין הבחירהמט (ווייל „יפה . . עבדי אבות מתורתן כו'").
נאָר דערצו פאָדערן זיך די צוויי תנאים:
(א) מ'זאָל זיין „עבדי אבות" — אַן עבד וואָס איז ניט קיין מציאות בפני עצמו כלל,
ער האָט אַ מציאות און אַ מציאות וואָס טוט אויף ואפילו גדולות וכו', אָבער כל מציאותו איז די מציאות האדוןנ (מה שקנה עבד קנה רבונא);
און (ב) דערצו דאַרף זיין דער ענין ה"שיחה" — „אין שיחה אלא תפלה"נב — די הכרה ברורה אַז מען קען זיך ניט פאַרלאַזן אויף די אייגענע כחות, נאָר מ'מוז מתפלל זיין צום אויבערשטן.
און דורך דעם ביטול מכל וכל איז מען אַ כלינג צו דער הנהגה פון „ישלח מלאכו לפניך ולקחת גו'", בדרך הצלחה.
ח. אע"פ אַז „שיחתן של עבדי אבות" איז העכער פון „תורתן של בנים" — איז אָבער (אויך) „שיחתן של עבדי אבות" אַריינגעשטעלט אין „תורתן של בנים", ס'איז אַ פרשה שלימה בתורתן.
וואָס דערפון גופא איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך די בנים קענען דערגרייכן די מעלה פון (— „ווערן") „עבדי אבות".
און דאָס איז די הוראה בפועל וואָס מען נעמט אַרויס פון „פרשה של אליעזר" — ובמיוחד פאַר די וועלכע האָבן זוכה געווען צו עוסק זיין זיך בשליחותם של ה"אבות" שבכל דור ודור — רבותינו נשיאינו — אין דער עבודה פון החזקת היהדות והרבצת התורה (כולל — יפוצו מעינותיך חוצה):
105עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס מיינען אַז די דאַזיקע שליחות באַשטייט בלויז אין דעם טאָן, אָבער בנוגע די תוצאות פון זייערע פעולות — זיינען זיי כלל ניט קיין בעה"ב. דער שליח איז מסכים אַז ער דאַרף זיין איבערגעגעבן צו דער שליחות „בכל כחו"נד, ביז ער האָט ניט קיין מנוחת הנפש, ניט ער און ניט בני ביתו, זייענדיק טרוד כל היום במילוי השליחות;
אָבער אויף דעם צווייטן (אויף וועמען ער זוכט משפּיע זיין) איז ער ניט קיין בעה"ב. יענער איז אַ בעל בחירה, און מען קען אים ניט מכריח זיין צו פירן זיך היפך רצונו (הגלוי)!
אויף דעם נעמט מען די הוראה פון פרשה של אליעזר, אַז בשעת מ'שטעלט זיך אַריין אין אַ מצב פון „עבדי אבות" — אַ ביטול מכל וכל, ווי אַן עבד לאדונו, און דערצו איז מען מתפלל להקב"ה אויף הצלחה במילוי שליחותו — איז מען מובטח אַז „ה' . . ישלח מלאכו לפניך" און „והצליח דרכך":
דער אויבערשטער פאַרזיכערט אים הצלחה בשליחותו [ובמשך דער גאַנצער שליחות: סיי בהליכתו, סיי במקום השליחות גופא, און סיי אומקערנדיק זיך פון מקום השליחות (הפרט המסוים הזה שבה)נה]
— און „ולקחת אשה" — זו כנסת ישראל — און מ'קערט איר אום „לאישה" הקב"ה
דורך מעורר זיין נאָך אַן אידן און נאָך אַן אידן ולהאירו ביז צו מאַכן דעם אידן אַ „נר להאיר", אַ שליח פון אבינו שבשמים.
וכפסק דין הרמב"ם (אַז אע"פ אַז דער ענין הבחירה איז אַן „עיקר גדול" און „עמוד התורה והמצוה"נו — איז): וכברנז הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן ומיד הן נגאלין.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ה
- Id
- rh-2vd4rfq2