Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
70וירא
א.דער רמב"ם זאָגטא: „וגדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה שנאמרב וירא והנה שלשה אנשים".
פון דעם וואָס דער רמב"ם ברענגט נאָר די פיר ווערטער (און איז אפילו ניט מרמז אויף די ווייטערדיקע ווערטער דורך מוסיף זיין „וגו'"ג) איז משמע, אַז די ראי' איז פון די פיר ווערטער אַליין. איז ניט מובן: ווי אַזוי לערנט מען אָפּ פון „וירא והנה שלשה אנשים" אַז „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה"?
די תמי' איז נאָך גרעסער: דער מקור פון דעם מאמרד איז די גמ' אין מס' שבתה — און אין דער גמראו ווערט געבראַכט אַן אַנדער פסוק מהסיפור: גדולה הכנסת אורחין מהקבלתז פני שכינה דכתיבח ויאמר אדנ"יט אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור וגו'י (און ווי רש"י טייטשט אָפּיא: אל נא תעבור „והניחו והלך לקבל האורחים").
ד.ה.:א דער רמב"ם איז משנה פון דער ראי' שבגמרא,ב פון אַ ראי' וועלכע איז פשוט ומבואר, און ברענגט אַ פסוק וואו די ראי' איז כלל ניט מובן?גהיפך „דרכו של הרמב"ם" משנה זיין און ברענגען אַ פסוק „שלא נזכר בגמ' כלל מאחר שהוא מבואר יותר"יב?
ב. בנוגע דער ראי' פון דעם פסוק „וירא והנה שלשה אנשים" אַז „גדולה הכנסת אורחים כו'" — יש לומר, לכאורה, אַז (לויטן רמב"ם) איז די ראי' פון דער עצם ראיית שלשה אנשים:
אין אַ מצב פון „וירא אליו ה'", ווי פּאַסט עס אַז בעת מעשה זאָל אברהם קוקן און דערזען „שלשה אנשים" זען בשימת לב (וועלכע בריינגט צו וירץ לקראתם)? בשעת מען שטייט „לפני ה'" דאַרף דאָך זיין מושלל יעדער תנועה, ועאכו"כ שימת לב, צו אַ מענטשן אָדער צו עפּעס אַן אַנדער זאַך!
ובמכ"ש פון ק"ש — וואָס קריאתה דאַרף71זיין; „בכוונהיג באימה וביראה ברתתיד ובזיעהטו" ווייל מען לייענט „כתב המלך עלטז בני* מדינתו" און ס'דאַרף זיין „כחדשים" — ווי חדשים.
ועד"ז באַ תפילת העמידה, וואָס היות אַז אַ איד „צריךיז שיראה עצמו כאילו שכינה שרוי' כנגדו", ער דאַרף דאַן פילן ווי ער וואָלט געווען „עומד לפני ממה"מ הקב"ה"יח, איז דער דין אַז ער טאָר ניט מפסיק זיין פאַר קיין שום זאַך און דאַרף שטיין „כעבדא קמי מרי'"יט, אָן קיין שום תנועות — „אין לזוז ממקומו"כ;
עאכו"כ ביי אברהם וואָס זיין „עומד לפני ה'"כא איז געווען באופן הכי גלוי ונעלה,
ובנדו"ד — איז דאָך געווען ניט אַ „כתב" און ניט „כאילו" — נאָר „וירא אליו הוי'" ממש — איז ווי קומט עס אַז באותה שעה זאָל באַ עם זיין „ויראכבוהנה גו'", אַז ער האָט דערזען די ג' אנשים?
72דערפון גופא איז אַ ראי' אַז „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה"*: וויסנדיק אַז הכנסת אורחים (זאָגט אָן שכינה — אַז זי) איז „גדולה" פון „הקבלת פני שכינה", איז דעריבער בשעת „הקבלת פני שכינה" איז אברהם מפסיק און — „וירא והנה שלשה אנשים".
עס בלייבט אָבער די שאלה: וואָס איז דער טעם וואָס דער רמב"ם איז משנה פון דער ראי' שבגמרא און ברענגט אַן אַנדער ראי' (דפשיטא אַז די ראי' פון „וירא והנה שלשה אנשים" איז ניט „מבואר יותר" ווי די ראי' שבגמרא, ואדרבא)?
ג. לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן:
אין מס' שבועותכג זאָגט די גמרא, אַז דער מאמר „גדולה הכנסת אורחים יותר מהקבלת פני שכינה" איז פאַרבונדן מיט דער מחלוקת התנאים צי „כל שמות האמורים בתורה באברהם קדש" איז כולל אויך דעם שם פון פסוק „ויאמר אדנ"י אם נא מצאתי חן בעיניך גו'", אָדער דער שם איז חול, ווייל דאָס האָט ער ניט געזאָגט צום אויבערשטן נאָר „למלאכים הי' מדבר"כד (ובפרט אַז רש"י ברענגט אַראָפּ ביידע דיעות בפירושו על התורהכה).
און דערפאַר ברענגט ניט דער רמב"ם דעם פסוק „ויאמר גו' אל נא תעבור גו'", ווייל די ראי' דערפון איז ניט לכל הדיעותכו (ובפרט לשיטתו אין מורה נבוכיםכז אַז דאָס האָט ער געזאָגט צום מלאך).
מ'קען אָבער ניט פאַרענטפערן אַזוי, וואָרום בספרו הידכח פסק'נט דער רמב"ם בפירוש „כל השמות האמורים באברהם קדש אף זה שנאמר אדנ"י אם נא מצאתי חן הרי הוא קדש"כט.
ד. אין מורה נבוכיםל איז דער רמב"ם מבאר, אַז די ראיית שלשה אנשים און דער המשך שלאח"ז איז אַלץ געווען במראה הנבואה — ס'איז אַ המשך צו „וירא אליו ה'"לא.
73ועפ"ז וואָלט מען לכאורה געקענט פאַרענטפערן, אַז לדעת הרמב"ם איז פון דעם פסוק „ויאמר אדנ"י גו' אל נא תעבור" ניטאָ קיין ראי', ווייל דער תוכן הפסוק איז ניט אַ סיפור המאורע וואָס האָט פּאַסירט בפו"מ, נאָר (אויך) די אמירה „אדנ"י גו' אל נא תעבור" איז אַ טייל פון דעם וואָס אברהם האָט געזען במראה הנבואה.
און אויב מ'זאָל וועלן זאָגן, אַז אויך פון מראה הנבואה קען מען ברענגען אַ ראי' — והיינו מזה גופא וואָס דער אויבערשטער באַווייזט אַזאַ מראה פון וועלכער ס'איז מוכח אַז „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה" —
איז דאָך אדרבה: דעמאָלט איז מסתבר צו ברענגען די ראי' דוקא פון פסוק ויאמר אדני גו' אל נא תעבור"
דער רמב"ם איז דאָרטן מבאר אַז דער פסוק „וירא אליו ה'" איז דער „כלל" און פונעם פסוק „וירא והנה שלשה אנשים נצבים גו'" הויבט זיך אָן דער פירוט הנבואה פון „וירא אליו ה'" — „התחיל לבאר איך היתה צורת ההראות ההוא ואמר שתחלה ראה שלשה אנשים כו'"לב.
ולפ"ז, וויבאַלד אַז „וירא והנה שלשה אנשים" איז געווען במראה הנבואה, איז דאָך אין דעם ניטאָ קיין שום אָנדייט וועגן דער העדפה פון הכנסת אורחים לגבי הקבלת פני השכינה — וויבאַלד די ראיית ג' אנשים איז ניט מפסיק די הקבלת פני השכינה, נאָר דער „וירא והנה גו'" דאָס גופא איז די נבואה („וירא אליו ה'")לג — הקבלת פני השכינה;
משא"כ דער פסוק „ויאמר אד־י גו' אל נא תעבור", איז וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אים דאָס באַוויזן במראה הנבואה (ווי אברהם זאָגט צום אויבערשטן „אל נא תעבור"*33) איז דאָס באַ ללמד אַז „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה", כנ"ללד.
נוסף על כל זה: בכלל איז דוחק גדול לפרש ולבאר בספר היד, ע"פ פירושו אין די פסוקים בספרו מו"נ, וויבאַלד אַז בספרו היד דערמאָנט ניט דער רמב"ם דעם ענין הנ"ל, אַז ס'איז ניט געווען קיין דיבור ומעשה בפועל, נאָר די גאַנצע פרשה איז געוועןלה במראה הנבואה. ועוד ועיקר — ברמב"ם דידן (הובא לקמן) איז כמעט מפורש אַז ס'איז געווען בפועל.
ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם ביאור דברי הרמב"ם אין די הלכות (הנ"ל בס"א) שם, וז"ל (בהלכה א):74„מצות עשה של דבריהם לבקר חולים . . וללוות האורחים ולהתעסק כו'". דערנאָך אין הלכה ב' זאָגט דער רמב"ם: „שכר הלוי' מרובה מן הכל. והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן ומלוה אותן וגדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה שנאמר וירא והנה שלשה אנשים ולוויים יותר מהכנסתן. אמרו חכמיםלו כל שאינו מלוה כאילו שופך דמים".
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס זאָגט דער רמב"ם (בה"א) אין דער מ"ע של דבריהם „וללוות האורחים" און ניט בלשון הכולל הכל „הכנסת אורחים"?
בפשטות לערנט מען, אַז אין דער הלכה רעדט דער רמב"ם וועגן דער מ"ע של דבריהם וואָס איז פאַרבונדן מיט גמ"ח שבגופו — „לבקר חולים ולנחם אבלים כו'", און ווי ער פירט אויס אין הלכה א „ואלו הן גמ"ח שבגופו שאין להם שיעור". משא"כ דער חלק פון הכנסת אורחים, וואָס באַשטייט פון מאכיל ומשקה זיין די אורחים, איז אַן ענין (בעיקר) פון גמ"ח בממונו, און דאָס האָט אַ שיעור (און ווי דער רמב"ם איז מבאר דעם חילוק אין פירוש המשניותלז).
אין הלכה ב זאָגט דער רמב"ם אַז דער „חק שחקקו אברהם אבינו" איז כולל „מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן", ביז ער ברענגט אויף דעם „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה". ולפי הנ"ל, אַז דאָ רעדט זיך וועגן גמ"ח בגופו, ווי קומט דאָ אַריין דער ענין פון הכנסת אורחים בממונו?
אויב דער רמב"ם וואָלט געמיינט נאָר אַרויסברענגען מעלת הלוי' כשלעצמו, האָט ער געדאַרפט זאָגן „והוא החק . . ונהג בה מלוה את האורחים" וכיו"ב, אָדער לכל הפחות — „שלאחר שמאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן, מלוה אותן", בכדי צו מדגיש זיין אַז עס רעדט זיך וועגן מעלת הלוי'לט, „גמ"ח שבגופו".
פון לשון הרמב"ם איז משמע אַז דאָ זיינען נוגע אַלע פרטים פון הכנסת אורחים אויך דאָס וואָס „מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן"מ.
[און ס'איז אַ דוחק גדול לומר אַז דער רמב"ם ברענגט די פרטי הדברים וועגן הכנסת אורחים, נאָר אַלס הקדמה בכדי נאָכמער אַרויסברענגען מעלת הלוי' — „ולוויים יותר מהכנסתן"; ובפרט אַז דער מאמר וואָס ער ברענגט בסוף ההלכה, „אמרו חכמים כל שאינו מלוה כאילו שופך דמים", איז מדגיש אויפן75שטאַרקסטן אופן די נחיצות וגודל ענין הלוי'].
ו. אויך פאָדערט זיך ביאור: דער רמב"ם פאַנגט אָן „שכר הלוי' מרובה מן הכל" און נאָכדעם פירט ער אויס „אמרו חכמים כל שאינו מלוה כאילו שופך דמים" (ועד"ז ברענגט ער אין דער הלכה שלאח"זמא לגבי ב"ד: „וב"ד היו מתקנין שלוחין ללוות אדם העובר ממקום למקום ואם נתעצלו בדבר זה מעלה עליהם כאילו שפכו דמים"). וואָס ווי מ'לערנט בפשטות, איז דער טעם וואָס העדר הלוי' איז „כאילו שופך דמים" — ווייל מיט לוי' ווערט באַוואָרנט אַז מ'זאָל דעם אורח ניט הרג'ענען בדרך (ווי די ראי' וואָס די גמרא ברענגט במס' סוטהמב).
איז ניט מובן: וויבאַלד ער זאָגט אַז מעלת הליווי איז אַזוי גרויס, אַז בהעדרו איז „כאילו שופך דמים", איז דאָך די מעלה פון „שכר הלוי' מרובה מן הכל" אין פאַרגלייך דערמיט אַ דבר טפל, ובכלל מאתים מנהמג?
ז. ויש לומר נקודת הביאור בזה:
אין דעם ענין פון גמ"ח זיינען דאָ בכלל צוויי פרטים: א) דער נפעל פון דער מצוה, וואָס מיט זיין מעשה פון גמ"ח איז ער ממלא אַ חסרון של חבירו, אָדער ברענגט אַ תועלת לחבירו. ב) די פעולה מצד הגברא — די מדת החסד פון דעם גומל חסד.
כעין זה זיינען אין הכנסת אורחים פאַראַן די צוויי פרטים: א) די ענינים וואָס דער אורח באַקומט — דער מאכל ומשקה וכו' — דורך די פעולות פרטיות. ב) די מדת החסד פון דעם בעה"ב המארח, די התענינות ושימת לב וואָס ער ווייזט אַרויס דעם אורח.
בכלל איז ביי עניני גמ"ח (ובכלל באַ מצות שבין אדם לחבירו), נוגע (בעיקר) דער נפעל, די טובה ותועלת וואָס חבירו באַקומט בפועלמד, און די מדת החסד פון דעם אדם הגומל חסד איז נוגע (בעיקר) ניט צום אדם המקבל החסד, נאָר צו דעם גברא הגומל חסדמה [ביז — ווי מען געפינט באַ צדקהמו אַז „מאבד סלע מתוך ידו ומצאה עני והלך ונתפרנס בה" איז ער מקיים מצות צדקה]מז.
ביי הכנסת אורחים קומט צו אַ חידוש מיוחד, אַז די מדת החסד, דער הרגש החסד פון דעם בעה"ב המארח, איז נוגע צו דעם נפעל, די פעולות וואָס מ'טוט פאַרן אורח. די הכנסת אורחים דאַרף געטאָן ווערן באופן אַז דער אורח זאָל מרגיש זיין אַז אַלע פעולות פון דעם מארח בשבילו זיינען מצד זיין התענינות, מצד זיין רגש, אהבת ישראל (כמרומז בדברי הרמב"םמח אַז „כל מצות76אלו . . הרי הן בכלל ואהבת לרעך כמוך"מט).
און דאָס דריקט זיך אויס אין דעם חיוב „ללות האורחים". וואָרום לוי' איז ניט קיין ענין פון ממלא זיין צרכיו של האורח ווען ער איז אַן אורח (ווי ביים באַזאָרגן אים מיט אכילה ושתי' כו'), נאָר זי איז מצד מדת גמ"ח (ובמילא — גם לאחרי שפסקה השייכות ביניהם — הלך לדרכו) ובמילא פילט דער אורח, אַז אַלץ וואָס ער האָט געטאָן בשבילו קומט דאָס מצד דעם הרגש הלב פון דעם בעה"ב המארח, אַז ער איז זיך מתענין אין אים, עם איז נוגע טובתו וכו'.
ח. און דאָס איז דער המשך אין דברי הרמב"ם: „שכר הלוי' מרובה מן הכל. והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן ומלוה אותן":
דער „חק שחקקו אברהם" באַציט זיך ניט בלויז צום פרט פון מעשה הלוי', נאָר צום כללות'דיקן אופן פון הכנסת אורחים, אַז אברהם אבינו האָט איינגעשטעלט הכנסת אורחים באופן כזה אַז דאָס זאָל אַנטהאַלטן ניט נאָר די מעשה ונפעל פון גמ"ח (צרכיו של האורח) נאָר אויך די מדת החסד של בעה"ב המארח, וואָס דאָס איז דער „דרך החסד שנהג בה"נ, אַז לויית האורחים קומט צוזאַמען מיט דעם וואָס „מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן".
עפ"ז יש לבאר אויך סיום דברי הרמב"ם „אמרו חכמים כל שאינו מלוה כאילו שופך דמים", אַז דאָס איז עולה בקנה אחד מיט מעלת הלוי' („שכר הלוי' מרובה מן הכל") שבתחילת ההלכה:
דער רמב"ם מיינט דאָ ניט נאָר אַז דאָס קען בריינגען שפיכת דמי האורח בהליכתו בדרך, נאָר (אויך)נא דעם הרגש פון שפיכת דמים באַ דעם אורח: בשעת דער מארח איז אים ניט מלוה זעט ער אַז עס פעלט די התענינות און איבערגעבנקייט — די מדת החסד אין דער פעולה, גייט אים ניט איין די הכנסת אורחים און „אזיל סומקא ואתי חיוורא"נב ער פילט אין דעם אַ בזיון, אַ „שפיכת דמים".
[וע"דנג ווי*53 צדקהנד וואָס דאַרף גע־77געבן ווערן „בסבר פנים יפות ובשמחה" און דער נותן איז „מתאונן עמו על צרתו"נה, משא"כ ווען „נותן צדקה לעני בסבר פנים רעות ופניו כבושות בקרקע כו' אבד זכותו והפסידה"נה].
און עפ"ז איז אויך מובן דער טעם וואָס דער רמב"ם טיילט אויס פון מצות הכנסת אורחים נאָר דעם ענין פון „ללות האורחים", וואָרום דוקא אין דעם דריקט זיך אויס אַן עיקר בהמצוה פון הכנסת אורחים — די שימת לב צו דעם אורחנו. נאָכמער: בשעת עס פעלט די לוי', דעמאָלט פעלט אויך אין דער מצוה פון הכנסת אורחים אין די אכילה ושתי' וואָס ער האָט אים געגעבן, כנ"לנז.
ט. וע"פ כל זה יש לומר אַז דאָס איז דער טעם פאַרוואָס דער רמב"ם ברענגט דעם מקור אויף „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה" פון פסוק „וירא והנה שלשה אנשים" און איז משנה פון דער גמרא וואָס לערנט עס אָפּ פון פסוק „ויאמר אדנ"י גו' אל נא תעבור":
דאָס קומט בהמשך צום תוכן פון דער הלכה, דער „חק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה", אַז אַן עיקר אין הכנסת אורחים איז די מדת החסד שבזה, די התענינות ושימת לב צו דעם אורח — אַז דאָס איז ניט נאָר בעת מ'טוט די מעשה פון הכנסת אורחים ווען ער איז מאכיל עוברי דרכים ולאח"ז, נאָר אויך לפנ"ז, תיכף בשעת ער זעט, נעמט אויף די אורחים, איז נוגע די שימת לב והתענינות אין דעם אורח.
און דאָס דריקט זיך אויס אין פסוק „וירא והנה שלשה אנשים" (כנ"ל סעיף ב): ער האָט משים לב געווען צו די ג' אנשים אינמיטן „הקבלת פני שכינה".
יו"ד. ע"פ כל הנ"ל קען מען פאַרענטפערן נאָך אַ שאלה אין דעם אָפּלערנען פון אברהם'ן אַז „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה":
סוף האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז מיט מאכיל ומשקה זיין די ג' אנשים האָט אברהם ניט מקיים געווען אַ מצוה פון הכנסת אורחים, ווייל באמת זיינען זיי ניט געווען מענטשן נאָר מלאכים וועלכע דאַרפן ניט קיין עסן, ובפרט להדיעה אַז זיי האָבן ניט געגעסן, נאָר בלויז „נראו כמו שאכלו"נח.
און אפילו לויט דער דיעהנט אַז „אוכלין ושותין ממש" איז דאָך דאָס ניט גע־78ווען דערפאַר וואָס זיי האָבן זיך גענויטיקט אין דער אכילה ושתי' נאָר בלויז „מפני כבודו של אברהם"ס אָדער צוליב דעם וואָס „אזלת לקרתא הלך בנימוסי'סא, ובמילא איז בפועל — דאָס ניט געווען הכנסת (וגמ"ח ל)אורחים.
ועפ"ז איז אַ תמי':
א) לפ"ז אַז לאמיתתו של דבר איז ניט געווען קיום מצות הכנסת אורחיםסב, טאָר מען דאָך ניט צוליב דעם מפסיק זיין „הקבלת פני שכינה" — איז ווי איז שייך אַז אברהם אבינו זאָל חלילה נכשל ווערן אין איבערלאַזן הקבלת פני השכינה?
ב) קשה לומר אַז מען לערנט אָפּ אַ דין (אמת) — גדולה הכנסת אורחים כו' — פון אַ פעולה וואָס זי איז באמת ניט געווען הכנסת אורחים?
מוז מען זאָגן, אַז כאָטש די אורחים פון אברהם אבינו זיינען געווען נאָר „בדמות אנשים", פונדעסטוועגן, האָט גאָרניט געפעלט אין דער „הכנסת אורחים" פון אברהם אבינו; ס'איז ניט דער ענין אַז נאָר לפי ראות עיניו האָט ער מקיים געווען די מצוה פון הכנסת אורחים, נאָר דער אמת איז געווען אַזוי.
עיקר ענין הכנסת אורחים איז מודגש (ניט אויף אַזויפיל אין פעולת החפצא פון אכו"ש, וואָס דער אורח באַקומט, נאָר) אין די מדת החסד, „דרך החסד שבה", דעם שימת לב און התענינות מצד דעם גברא, דעם בעה"ב המארח צו דעם אורח — און די מעשה הגברא ושימת לבו איז אין דער הכנסת אורחים ביי „אברהם אבינו" געווען בשלימות.
נאָכמער: אויך דער נפעל (בהאורח) פון הכנסת אורחים האָט זיך אויפגעטאָן באַ אברהם בשלימות, וואָרום דער ענין הנ"ל, די שביעת רצון האורח פון דער שימת לב — איז דאָ באַ מלאכים (ובפרט ווען זיי קומען בדמות אנשים)סד;
ובמיוחד ווען ס'רעדט זיך וועגן שימת לב פון אברהם אבינו וועלכער איז אַזויפיל „חביב" באַ דעם אויבערשטן, און ווי ער זאָגט אויך בפרשתנוסה „כי ידעתיו" — „לשון חיבה", און בכלל „האבות הן הן המרכבה"סו, וואָס מעלתם בגלוי למלאכים איז העכער פון מעלת המלאכים, איז זיכער דאָ דער תוכן ועיקר פון הכנסת אורחים מצד אברהם לגבי המלאכים.
(משיחות ש"פ וירא תשכ"ה.
כ"ט אלול תשכ"ב)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site